טלית'ל טלית'ל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

טלית'ל טלית'ל

שליחה דורך פרישער »

דער טלית, איז ביים איד אזא טייערע חפץ, עס איז באוויסט דער ניגון פינעם חזן ר' יוסעלע רויזענבלאט ז"ל, ווי ער פארציילט אז דער טלית האלט אלע סודות פון ישראל, אלע צרות ווערן אין איר אריין געזאגט, מעו נעמט דאס איבעראל מיט, אויך צים לעצטן רו, אחר מוע"ש,

אבער ווען איך קיק זיך אריין אינעם טלית'ל זעי איך נאך עפעס טיפער'ס, א מין מיסערעיזע קלייד, עס איז א חפץ תפילה, דערמיט דאווענט מען שחרית מיר היעלן זיך דערין איין, אבער וואס מיך חידוש'ט איז ווי דער טלית אויסשטעל לכאורה האט נישט קיין שום מקור און ערגעץ, עס איז דערוף נישט דא קיין ערענסטע מסורה, אבער דאך איז עס אזוי שטארק אריין געכאפט, אזש די גאנצע מהות פון דעים מענטש איז מרומז אינעם טלית, ווען איך וויל דערקענען וואסאר א טיפ מענטש איינער איז, דאן כאפ א בליק אויף זיין טלית גדול, און האלב פראגעס ווערן גלייך פארענטפערט.

דער טלית גדול איז ציזאם געשטעלט פון וואל, בערך פיר ביי זיבן פיס, פון די וואל איז דא גיט אויסגעארבעטע, אזוי ווי עס פאסט פאר אינזער דור, וואס פארמאגט מאשינען וואס טויגן גיט צי שפינען דינע וואל, אבער פון דעס וועיגן דאך איז דא וואס נעמען נאר טערקישע טליתים, וואס איז דומה לשק, עס איז גאר א אימאיידעלער וואל, גיי פארשטיי פארוואס אויב איינער קען דינער שפינען איז עס א חטא, ביידע זענען געמאכט מיט מאשין, קענען דען די טערקן נישט מאכן קיין שענערע סחורה, קיינער שטעלט זיך נישט שפינען פאר סקווער אדער בעלזא, קויפט דאס דער טלית פארבריק פון טערקיי, אדער איז עס נאר אזא נאמען ווי ינב'ער אתרוגים, אויב וויל איינער פון די חסידות לערנען א לקח פאר זיין רבין דאן גייט ער האנדלען פאר א טלית פון דין וואל, און ער לייגט עס ארויפ אויפ זיין אקסעל, און פאר אים העלפט שוין נישט קיין תשובה, אים לייגט מען בין רשעים גמירים.

די טלית האט פיר עקן וואס דארט קימט ארויס ציצית, ני ווען איינער קויפט ציצית וואס איז כפיל שמונה מניפץ לשמה, געוועינטליך דערקענט זיך עס לויט די דיקיגקייט פינעם ציצע, איז אויך די זעלבע אז עס איז דא שיינע דינע ציצקעלעך און עס איז דא אזעלכע גראבע שטיקער, גיי פארשטיי וואס איז מער פרימער ווען עס איז ריזיג.

עס איז פארהאן אזעלכע שווארצע ליניעס, דאס הייסט אז אינעם טלית האט מען אריין געריקט אזעלכע ליניעס פון שווארץ וואל, עטליכע דינע איין דיקע, אויך עפעס געמישט אזוי שווארץ אויף ווייס, וואס און דעים האב איך נאך נישט געזעין קיין שום מסורה, אז מען זאל האבן צוויי דינע פאר יעדע דיקערע, אבער הכל מודים אז עס ברויך זיין שווארצע גראדע ליניעס אריין געמישט ביי די עקן פינעם טלית, איך גלייב אז עס נעמט זיך פון די אלטע צייטן ווען עס איז נאך נישט געוועין קיין פארגעשריטענע מעטאדן פון נייען דעים טלית'ל, ממילא דאס מאקסימום וואס מען האט געקענט טיען איז געוועין א רייע פון שווארץ וואל, אבער היינטיגע צייטן וואלט דאס לכאורה געוועין א קינדער שפיל צי טוישן און מאכן פינעם טלית עפעס א בכבודיגע מלביש, אבער מען זעיט נישט אז סיי וועלכע פירמע זאל מאכן עפעס א פרישער דעזיין, אלעס מאכט נאר די שווארצע ליינס און דאס אלעס, קיינעם פאלט ניטאמאל איין צו לייגן דעים שווארצן ליניע אויף די ברייט.

הכל מודים אז די איבריגע פאדעם ביי די זייטן מיז מען בינדען מיט א קשר של קיימא, וואס מיז זיך קענען עפענען פון זיך אלייןס, נישט שפעיטער ווי א חודש, אינטערעסאנט איז אז די קניפ מאכט מען נאר אויף די צוויי זייטן, אבער אויבן און אינטער האט מען יא מתיר געוועין געהעריג אראפ צי נייען גראד מיטן ניי מאשין, אבער מיר פרעיגן נישט קיינע קשיות, ספעציעל ווען קיינער איז נישט מחילק, אפילו די דינערע טליתים האבן די גראבע קניפ, אבער איין חיליק איז דא אז שבתדיגע טליתים האבן א קניק פינעם פיפיגערע סארט, ס'טייטש אז עס פארמאגט אזא דאפעלטע קניפ וואס זעיט אויס ווי א שטיקל מעקה.

די עטרה פינעם טלית דארט איז דייקי יא דא א גרויסע מחלוקה ביי כלל ישראל, קודם וויפיל רייעס מען זאל מאכן אנגעהויבן פון דריי רייעס ארויף ביז זיבן רייעס, דריי עקיג און פיר עקיג, געפלאכטן, ווי גרויס דער געפלאכטענע זאל זיין, וויפיל רינגען עס זאל האבן ארים דער געפלאכטענער חלק, ווענדט זיך נאר אויב מען איז א רבי, דאן איז לכבודו דא מיט א דאפעלטע רינדע ארים ס'געפלאכטענער חלק, אבער אויב איז מען נישט קיין רבי דאן איז אסור צי האבן צוויי רייעס, די זעלבע איז נאר דער וואס האט א דאפעלטע םלאכטענע רייע דער מעיג גיין מיט א עטרה אויפן ריקן, אבער דער וואס האט די זיבן רייעס, דאן נאר אויב איז ער א רעביש קינד מעיג מען האבן א דריי רייע עטרה אויפן ריקן, כדי צי ווייזן אז דער רבי האט און ריקן וואס די חסידים האבן און קאפ, גיי פארשטיי.

אבער ווען איך וואלט וועין געוועין א רבי וואלט איך מיר געלאזט געמאכט א אכט אדער אפילו ניין רייע עטרה אפשר אפילו צוועלעף רייעס, ווי די שבטי קה לכבודי, אויך וואלט איך איך מיר געלאזט מאכן אזעלכע פעמונים ורימונים אויף די אינטישטע חלק, אז מען זאל הערן ווען איך באווייז זיך אזוי ווי א כהן גדול.

אויב מען מעיג ארויפלייגן אויף די אקסלען דעים חלק הטלית וואס פאלט אלעמאל צים זייט, איז דא א גרויסע וועלט'ס מחלוקה, אבער אלע מאן דאמרים וואס האלטן אז מען טאר נישט ארויפ וויקלען דעים אראפ פאלענדער חלק, קימען על פי רוב נאר פון די גזע'ס וואס גייען אדער געפלאכטענע עטרות אדער גארנישט אשפר נאר א זייד זכר לחורבן אויפן חלק הראש, אויך על פי רוב זענען זיי שטארק מקפיד אויף די טערקישע טלתים, אויך כמעט אלע זענען שמיציג, מען וועט קיינמאל נישט זעין איינעם מיט א שפאגל נייע טלית מיט א זיבן רייע עטרה מיט דין וואל אויף אראפ, אלע דינע וואל טליתים, לייגן עס אויף ארויף,

אבער עס האבן זיך אריין געכאפט מתחדשים, זיי האבן אויסגעפינען נייע מינע עטרות וואס זענען מער פארגעשריטן, זיי האבן א פלאכע חלק אינדערמיט ווי א שפיגעלע, דעיס איז קלאר מקיבל אז נאר ביקעס גייען עס, למשל און וויליאמסבורג קען מען עס ניטאמאל זעין אויסגעלייגט אויפן פאליצע, אויב לייגט מען עס אויס איז עס א קלארע רייץ מיטן יסוד פון די געיגנט, א פראטעסט פארענט פינעם געשעפט איז פארזיכערט, געוועינטליך האט עס נאר אויב מען שניידט די בארד דאן מעיג מען גיין מיט די נייע עטרות, אבער אן קיין עטרה איז בכלל נישט קיין פראבלעים, זייער אסאך האבן נאר א וואכעדיגע עטרה פון די חתונה ביז עס ניצט זיך אויס נאך דעים לייגט מען עס אוועק און שיימת, ביז עס קימט זיין רייע ווען ער מאכט חתונה זיין קינד דאן שפילט זיך איבער די געים.
דער טלית גופא איז זייער ניצבאר, עס קימט שטארק ציניץ, למשל ווען מען מאכט די עטיפה, דאן קען מען דערלאנגען איינס פאר דער וואס שטערט אים אויף רעכטס, און ווען מען איז פארטיג מיטן מאן אויף רעכץ גיט מען פאר פאר לינקס, ווען מען ווערט מגילה, דאן זאגט מען אנטשולדיגס, און יעדער איז געוועינטליך מוחל א מחילה גמירה, א קליין טינא בלב בלייבט און זיי האפן אז מארגן ווען מען וועט מאכן עטיפה, וועט מען געדעינקן ציריק צי דערלאנגן.

ווען מען זעיט אז פיל מענטשן גייען נאך געלט, דאן גיט מען זיך א וויקל איין אינעם טלית, מען ציעט אראפ דעים עטרה ביז די בריסטן, און מען ווארפט זיך אויף אלע זייטן, ביז די אלע זאמלער ציגייען זיך, אך און וויי איז ווען מען עפענט אויף און מען זעיט א גראדע ליניע פון פיר אידן פון ארץ ישראל ווארטן פארענט יעדער מיט זיין וויכטיגע צוועק, אבער געוועינטלעך העלפט עס פינקט ווי א שמונה עשרה.

דערנאך זענען דא מענטשן וואס געבען דעים טלית צי קלינען, פאר די געוועלבן וואס רעכענען מער פאר א קליניג ווי א נייע טלית, אבער אויב זעיט מען אימעצן וואס וואשט עס אויס און א וואש מאשין, עס באקימט אזא געילער ברוינלעכער קאליר, איז ווייל ער איז קארג, אדער ווייל ער איז א ארימער מאן, אדער ווייל ער וויל מזכה זיין זיין ווייב מיט א מצוה, אדער גייען זיי מיטן שמיציגען טלית ביז עס איז ריחו נודף, קען מען אים געוועינטלעך אויך געיבן מעות מחיטין,

עס זענען דא וואס זיי האבן אויסגעפליקטע עטרות, וואס עס העינגט פון די עטרה, אזוי ווי די פליגלעך פון א געשאכטענע האן, אויך איז דא א אינטערעסאנטע מנהג נאר צי טוישן דעים זיידענער חלק פון אויבן, און מיט די צייט איז דער טלית שוין ברוין, אבער דער אויבישטער חלק איז ווייס.

א אינטערעסאנטער מנהג ספרדים איז דא ארויף צי לייגן א בילד פון ירושלים, לקיים מה שנאמר נעלה את ירושלים על ראש, אדער א מנהג ארויף צי לייגן דעים ברכה להתעטף בציצת אופן קאפ, מן הסתם מזכה זיין אנדערע וואס מאכן די ברכה בשעת ער האט שוין אנגעטיען זיין טלית, זאל דער שכן קענען קיקן אויף זיין קאפ און מאכן די ברכה, אזוי איז מען מזכה גיטע שכנים.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אז מען רעדט שוין וועגען די נושא. ממש א חוצפה וויפיהל א טלית קטן קאסט היינט. איך בין אריין לעטצענס אין אייכלערז אין סע קומט צו באצאלען זאגט ער מיר מיט א בלעכענע פנים 45.36 פלאס טעקס. איך קוק איהם אן ווי ער איז שיכור מערמעלט ער "די וואל איז ארויף". כהאב מיך גוט נאך געפרעיגט אין סהייבט זיך נישט אן. א בר מצוה קינד דארף יעדער חודש א נייער אין טאמער קומט ער צו תלמוד תורה מיט א קאטענע הייסט ער א באם וואס דאס וויל קיינער נישט דער חפץ איז א דיספאזעבל אייטעם וועס מקען נישט וואשען אין טאמער מען וואשט עס האט עס א פנים ווי סוואלט געווען פון די מלחמה. סאיז נישט כאילו זיי דארפן צאלן א דיזיינער זעל עס דיזיינען. אין אויך גייט דאס קיינמאל נישט ארויס פון סטייל אז ער קען האבן שאדן סחורה. סאיז סתם א היי-וועי ראבעריי. רבותי מדארף ארויס גיין מיט א רעוועלאציע קעגן די צוויי קאמפעניז וואס מאכן דאס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פרישער... גוט, ווי שטענדיג!
שטילער, גיב צו קלינען די ציצית פאר אפאר טאלער.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די סיבה פארוואס סאטמאר רב זיע פלעגט גיין אינדערוואכן מיט די פירעקעדיגע עטרה און שבת מיט די טריי ענגל, איז ווייל אנפאנג נאכן קריג האט יוסל אשכנזי געארבעט מיט זילבער און ער האט געוואלט אז דער עולם זאל דארפן קויפן צוויי פאר.

פארן קריג פלעגט די רבי גייט נאר מיט די פירעקעדיגע. געהערט מכמה זקנים.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

כווייס נישט מיט וועלכע זקני עם הארץ דו חברס'ט דיך, דער סאטמער רב וואס האט געהאט א גבאי ר' יוסל איז געגאנגען סיי שבת, און סיי אינדערוואכן, מיט א דיי עקיגע עטרה, און אזוי גייען אלע סאטמערע חסידים.
זיין נעפיו וואס האט געהאט א גבאי ר' משה פריעדמאן, איז געגאנגען אינדערוואכן מיט א פיר עקיגע, און שבת מיט א דריי עקיגע.
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

משה פריעדמאן איז נישט קיין ר'
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

העלא האט געשריבן:משה פריעדמאן איז נישט קיין ר'

פארוואס ? ער איז א גרוש?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

שמערל האט געשריבן:כווייס נישט מיט וועלכע זקני עם הארץ דו חברס'ט דיך, דער סאטמער רב וואס האט געהאט א גבאי ר' יוסל איז געגאנגען סיי שבת, און סיי אינדערוואכן, מיט א דיי עקיגע עטרה, און אזוי גייען אלע סאטמערע חסידים.
זיין נעפיו וואס האט געהאט א גבאי ר' משה פריעדמאן, איז געגאנגען אינדערוואכן מיט א פיר עקיגע, און שבת מיט א דריי עקיגע.

די פיר עקיגע איז דער ברך משה ז"ל געגאנגן אלס צאנז'ער אייניקל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פרישער, קוק ווי דיין אשכול האט זיך דערקייקעלט אין צימעס אריין...........................
וירח ה' את ריח הניחוח
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

שמעקעדיג האט געשריבן:פרישער, קוק ווי דיין אשכול האט זיך דערקייקעלט אין צימעס אריין...........................

אוי וויי איז אינז,

אגב וועלכע סעקט שטעכט דורך דעים גארטל מיטן טלית, איך מיין אז דעיס איז אויך נאר פאר די מיט די טליתים פון טערטיי.

און דעים איז אויך דא צוויי גירסאות, אדער דרייט מען די טלית ווי די סאטמערע טיען מיט די רצועה א דורך דעים גארטל, אדער אנדערע פירן זיך צי טיען מיטן טלית אזוי ווי מוהלים, פשוט ארים נעמען דעים טלית, אז עס זאל נישט קענען אנטלויפן אדער פאלן בשום אין אויפן, און דערמיט שפארן ברכות לבטלות.

אויך וועלכער סעקט מאכט א עטיפת ישמעלייקם ווען מען לייגט ארויף די של ראש תפילין, איז דעיס סתם א פרימטשיקע פאטענט, אז מען זאל נישט בלייבן מיט א הוילן קאפ, אפילו איין רגע אויך נישט, אדער עפעס א מנהג וואס מיר מיזן דורך טיען.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' שטילער אינגערמאן: אייכלער'ס באגייט הייוועי רויבעריי מיט אלע ארטיקלען. נישט נאר מיט טאלעסקאטן'ס. נאר זיין טערעץ אז די וואל איז ארויף דערמאנט מיך פון א שמן זית סוחר פאר חנוכה. ער טענה'ט אז ר'האט געהויבן דעם פרייז ווייל ס'איז פארהאן א (געזאלין) אויל שארטידזש. :lol: :roll:
פארשפארט