וואס גיימיר טון פאר אונזערע קינדער'ס פינאנציעלע צוקונפט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16635
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19291 מאל

וואס גיימיר טון פאר אונזערע קינדער'ס פינאנציעלע צוקונפט?

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער פינאנציעלער מצב כהיום יום ביים היימישן עולם איז א מיאוס'ע אנזעץ, און טיף אין דער אדמה. רובם ככולם מוטשען זיך אדורכצושטופן דעם טאג, א ריזיגער פראצענט זענען גרויסע בעלי חובות, נאך אפילו בעפאר מען הייבט אן מאכן שמחות, ווי בר מצוה און חתונה. מען קען פשוט נישט עפפארדן און באצאלן די מינימום, ווי די געשוואלענע רענט פרייזן און ריזיגע שכר לימוד, און בכלל אונזער גאנצער לייף סטייל. אפילו אן לוקסוס און אן באגעבא'ס, זייער ווייניג אינגעלייט - און אפילו עלטערע אידן - קענען זאגן מיט א רואיגקייט אז זיי קענען ענדיגן דעם חודש געדעקט אלע הוצאות. לאמיר שוין נישט רעכענען הוצאות יו"ט און פלוצלינגדיגע זייטיגע זאכן וואס מאכט זיך ("רעיני דעי" בלע"ז). כמעט וואס מענטשן האבן נישט א דאלער פאר איבריגע הוצאות. מען לעבט פון פעי-טשעק צו פעי-טשעק, אויף קרעדיט קארטלעך, מען בארגט זיך אן ביי חברים און גמ"ח'ן, און מאנכע אויף די ביסל הילף און פראגראמען פון די רעגירונג וואס גיט א שטיקעלע הרחבה צו קענען איינקויפן עסן.

ווי מיר זעהען, גייען די גאווערמענט פראגראמען מטה מטה, מען האט שוין די חודש געשניטן פון די פוד סטעמפס, און עס וועט מסתמא זיין נאך שניטן. סעקשאן 8 איז שוין פארמאכט מיט שלאס און ריגל, און אפילו די וועלכע זענען כעת עתה נהנה דערפון, וועלן אויך זעהן שניטן פריער אדער שפעטער. סאושעל סעקיוריטי (פאר די עלטערע יארן בעז"ה) איז דאך שוין יארן א דיזעסטער. איין באשעפער ווייסט ווילאנג נאך מען וועט קענען נהנה זיין פון וואוטשערס (א חלק האט מען שוין גענצליך אפגעשלאסן, כידוע). דאס מיינט אז מען קען זיך נישט צופיל פארלאזן אויף רעגירונגס הילף. מיט זייערע שווערע טריליאנען דאלער חובות זעהט נישט אויס ווי הילף וועט זיך פארברייטערן, נישטא פון וואנעט צו נעמען, און קוים פון וואו צו בארגן. די "חובות-דאך" איז שוין העכער ווי די פרידאם טאוער, און קען שוין נישט גיין צופיל העכער.

גלייכצייטיג גייט ארויף די קאסט אף ליווינג, זאכן קאסטן טייערער, און חוץ די געווענליכע העכערונג פון אינפלאציע, שפרינגען זאכן ארויס פון קאנטראל פאר פארשידענע אומפאראויסגעזעהענע סיבות. עסן, קליידונג, געז, אינשורענס, טאללס, סופלייס, אלעס גייט צוביסלעך ארויף. אבער וועידזשעס בלייבט נאך אלץ אין די נידריגע איינצעלנע נומערן, אז מען איז גליקליך קען מען אנהייבן טרעפן א דזשאב פאר 10-12 דאלער - איך רעד פאר פשוט'ע אינגעלייט אן קיין שום ערפארונג - און איינצעלנע וועלן אויך האבן זייערע פרויען ארבעטן און אריינברענגען לכל היותר נאך א 200-300 דאלער א וואך, און עכ"ז וועט עס קוים קאווערן די רענט!

עס קוקט מיר אויס ווי עס ערווארטעט אונזערע קומענדיגע דורות א שרעקליכער קריזיס, איום ונורא. אונזערע קינדער וועלן האבן ווייניגער שטאטישע בענעפיטן ווי אונז, העכערע טאג-טעגליכע הוצאות, און א לאך וואס וועט נישט זיין פון וואו צו דעקן, טראץ די אלע גוטהארציגע אידן און צדקה ארגאניזאציעס ווי שבת פעקלעך. איך זעה פאר ממש א שרעקליכער עקאנאמישער קראך, און בנוסף צו די היינטיגע שוואכע מוחות און מענטאל פראבלעמען ווי מענטשן קענען נישט פארנעמען צופיל סטרעס, וועלט וועט ווערן אויס וועלט!

נישט אז איך בין פון די 'ואם תאמר מה נאכל 'שווארץ-קוקער וואס זארגן אז בקרוב וועט נישט זיין גענוג עסן פאר די וועלט, אודאי דארף מען האבן בטחון אז דער בורא וועט אונז נישט פארלאזן, און בלויז ער איז דער זן ומפרנס לכל; פארט דארפן מיר טון אונזער חלק ההשתדלות, און מקיים זיין דעם "חייב אדם ללמוד את בנו אומנות", היינט נאך מער ווי אייביג. מען קען זיך מער נישט פארלאזן אויף קיין נסים, נישטא מער די צדיקים וואס האבן געקענט אויס'פועל'ן אין הימל ישועות און אנווייזן צו גיין אונטערן בריק און טרעפן א אוצר, מען מוז טון קראנטע השתדלות און נישט בויען אויף מיסטישע כוחות (קרעדיט: [tag]בן תמליון[/tag]).

אודאי איז חשוב יעדע סטעפ אין די רייט דירעקשאן; ווי צב"ש חתונה תקנות און אנדערע לוקסוס צוימונגען, אבער עס איז ווייט נישט גענוג. עס וואלט געדארפט געגרינדעט ווערן א מכון, א ארגאניזאציע, וואס זאל אויפרודערן דעם גאנצן ציבור פון "שלומי אמוני ישראל". אבער דאס איז אלעס א שיינער חלום, און אפילו מען וועט יא גרינדן א מכון וואס זאל טון צו דער זאך, וועט עס מסתמא גע'פסל'ט ווערן ביי די ערליכע מנהיגים, ווארום דער עיקר פון לעבן איז דאך תורה, ווי מעג מען אפילו טון עפעס פאר גשמיות. ממילא פאלט דער טאבע ביי אונז אין האנט, און יעדער יחיד בלייבט פאראנטווארטליך צו זארגן פאר די אייגענע קינדער.

שטעלט זיך די שטארקע שאלה: וואס אויף דער וועלט פלאנט איר צו טון אז אייערע קינדער זאלן קענען לעבן מיט דאס מינימום הרחבת הדעת???
.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר