אין כמו ליפא, ער טרעפט אייביג אין פינטעלע אבער טיעף דערין...! דאס נייער טעיפ: "דאס פינטעלע" וואס האט צוקיצלט די פרומע ליידיגייער אויף דאס ניי...
ער האט אין זיך דער חסידישער ברען אבער ער איז נאמאר א נארישער פארמאכטער פארביסענער חסידל וואס קרירטיקירט דאס גאנצער וועלט, נאר א שטייגער ווי חב"ד וואס וויבאלד זייער רבי לעבט שוין נישט קענען זיי זיך ארויסשאלעכצן פון די פארמאכטע ד' אמות פון ''מיין רבי איז הייליגער ווי דיינ'ס'' און אנהייבן אויפטאן און זיין שטאלץ מיט זיך. לעטס פעיס איט: רוב אומפארגינערישקייטן קומען פון זעלבסט זיך ספקען און נישט זיין גענוג צופרידן מיט זיך. לעמשה האט ליפא געקאפיט זיין רבי זעלבסט ר' דוד'ל טווערסקי ווי פארמאכט ער האלט זיינע קעלבער לויפט ער ארום שנארן געלט און פרעסן כבוד פון די גאנצע וועלט, נישט קיין חילוק צו זיי גייען שטיוול צו נישט.
ליפא האט זיך געזען אז מען הייבט אים אן רודפן ווייל ער ווערט צו גרויס ווי אברהם שור'ס חרם און איסור אויף זיין ערשטער קאנצערט אפאר יאר צוריק. האט ער דעסיידעד ער גייט שלאגן כפרות הונדערט פראצענט מיט אלע זיינע דעטרעקטארס. ער האט געפענט א שיל שענער ווי אסאך פון זיינע אוסרים רבנים. ער האט זיך אנגעטאן א ספאדיק העכער ווי סקווירא רבי שבת. ער האט אנגעהויבן צו רעדן די שפראך פון די רעבנים וואס רודפן אים, דהיינו ג-ט איז הייליג און אידן זענען הייליג און איך האב ענק אלע אין דער ערד...
איצטערט האט זיין נייער טעיפ געהיט די שעלווס און א נערוו פון די פרומע רבנים פון דאס פריש. די רעסטוראנטן שפילן שוין דאס אויף די הויך-הילעכערס לאוו דווקא ווייל עס איז אזוי שיין נאר דייקא דערפאר ווייל עס רעגט די פרומע קניאים טיפן.
די סידי פארמאגט 13 ניגונים, 3 יודישע, 2 ענגלישע 8 פסוקים - לשון קודש, די מוזיק איז זייער שיין און רייך!! און פיל מיט חידושים ווי עס איז זיין סדר! זיין קול איז אויך זייער גוט אויף די סידי, אבער דאס בעסטע פון אלעם איז דער ניגון פון ''ליפא ווי איז דיין בארד''' און ''דאס פינטעלע איד'' ווי ער זינגט ארום איבער די ליידן פון אידן נישט אין די הענט פון גוים נאר פון פרומע רבנים!
אויף קאווע שטיבל און איי-וועלט זענען די חברה אידיש שריפט-שטעלער און שרייבער ביזי ווי אייביג קריטיקירן זיין מוזיק און קונסט, אבער זיי פארשטייען צו מוזיק ווי איך צו זייער אומפארגינערישער קנאות מילא וועל איך נאר זיך פרייען אז זיי רעגן זיך איז דאך גוט און באגריסן ר' ליפא פאר זיין הערליכער ארבייט כה לחי!
תופס אומנת אבותיו בידיו און ער פארדרייט די שמועס. ער הייבט אן צו ווארפן סטעיטמענט איבער א פערצן יעריגע בחור, און אז ליפא איז געגאנגן צו ווייט. האלאו, ר' בארד, פארדריי נישט די שמועס! מיר וועלן רעדן וועגן די פערצן יעריגע בחור און וועגן ליפא נעקסטע וואך. יעצט ענטפער אויף די סימפעל שאלה וואס ליפא פרעגט "דיר".
"בארד בארד וואו איז דיין איד?"
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
קיין גרויסער פרומער בין איך נישט (הגם איך האב א שיין בערדל), און ווי שוין געשריבען פריער בין איך אלס געוועהן א פען פון ליפא און כבין אפילו געגאנגען צו זיין קאנצערט דעם פארגאנגענע חוה"מ. מיין פראבלעם מיט אים איז נאר אז ער האט זיך אנגעהויבן צושארן צו דעם קליקע פון מומרים להכעיס, מהרסי השם ומחריבי ישראל. איינמאל איז עס געוועהן מיטן מכבד זיין א מחלל שבת בפרהסיה רח"ל מיט אן עליה, א צווייטע מאל ביים מזלזל זיין ביום טוב שני של גליות און איצטער האט ער געמאכט א ניגון זיי צו ווייטער געבן שטאף. ניין, איך האלט נישט אז א בארד איז אידישקייט. אויסדריקלעך נישט. אבער זינגען אזא ניגון מיט אזא שפאס איז סך הכל נאך א 'טעפ אן דע בעק' פאר די שנה ופירש'ניקעס.
ענטפער אבער אויף די שאלה: בארד בארד וואו איז דיין איד? פארדריי נישט די שמועס.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
ח"ו! איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז א יעדע איד מיט א בארד סרח'ט. פארדריי נישט מיינע ווערטער. נאר די בארד "אן" דעם איד סרח'ט. דאס האב איך געזאגט.
נ. ב. יישר כח פאר די התעוררות לחשבון הנפש. ס'פילט גוט אז דו זארגסט דיך פאר מיר.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
לאמיר האפן אז ס'וועט זיך פארקויפן גאר גאר ווייניג , וועט ער זיך שפירן קרח מכאן ומכאן. און וועט זען אז לא זו הדרך
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אמאל ווען מ'האט גערעדט אויף ליפא אז ער איז א שייגאץ אדער א מסית האב איך אייביג געמיינט אז מ'טרייבט אביסל איבער. יא, איך האב געוואוסט אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו זונגען דברי חשק און עס פאר'אידישן. ער האט נישט קיין פראבלעם צו נעמען א נארמאלע ניגון און עס פאר'גויאישן. אבער איך האב געהאלטן אז ער איז א בחינה פון תינוק שנשבה. ער האט געלעבט אין א פארמאכט שאכטל פאר יארן לאנג און ווען די וועלט האט זיך געעפנט פאר אים איז ער ארויסגעשפרינגען פונעם שאכטל און זיך נעבעך צוקלאפט דאס מוח.. אבער איך האב ערענסט געהאלטן אז איין טאג וועט זיך זיין מוח היילן און אלעס וועט זיך בארואיגן.
למעשה נאכן הערן ווי ער פארענטפערט זיך נעכטן האט זיך מיין בליק געטוישט אויף אים. ער זאגט אז ער איז גאר דא אויף א מיסיע אויפצוטון און אויפקלערן פאר די וועלט... אהה... ליפא טייערע, א שאד דיין טירחה. פראביר נישט אויפצוקלערן קיינעם. דו ביסט אזוי אראפגעקוקט ביי יעדן אז ס'איז א שאד די ארבעט.
געפעלט מיר וויאזוי ער רעדט ווי 'קאנעקטעד ער איז מיט ג-ט' איך ווייס נישט וועלכע ג-ט ער מיינט אבער ס'איז זיכער נישט די זעלבע ג-ט וואס מיר אידן דינען. זיין שיטה אז מען קען דינען דעם באשעפער אפילו מ'נעמט אראפ די בארד און פיאות, די עיקר איז וואס טוט זיך אין הארץ. דערמאנט מיר א גוט ווארט וואס איך האב אמאל געהערט. געווען אזא ליפא איד וואס איז אמאל געקומען שרייען אויף חסידים פארוואס זיי גייען אנגעטון מיט זייער לבוש וואס איז אזוי אנדערש פון די גאנצע וועלט. פארוואס זיי קענען נישט גיין אנגעטון ווי אלע אנדערע און דינען דעם באשעפער מיט הארץ.. האט דער חסיד געענטפערט. "דו דינסט דעם באשעפער נאר מיט דיין הארץ, אויב גייסטו איין טאג כאפן א הארץ אטאקע גייט דיין באשעפער אויפהערן ארבעטן... "
ליפא, דו ווילסט פארשטיין פארוואס יעדער גרוילט זיך פון דיר? דו ווילסט פארשטיין פארוואס דו ביסט אזוי אויסגעשפילט לעצטענס? די ענטפער איז ווייל דו האסט צוגערירט צו די "פינטעלע איד". דיר פארשטיין צו געבן וואס איך מיין. מיר אלע ווייסן ווי אין קרקע מיר זענען ליידער. מיר אלע ווייסן אז די דורות פאלן דראסטיש און עס איז ביטער שווער זיך צו האלטן ערליך און אידיש. און יא, מיר פאלן דורך פון צייט צו צייט. אבער איין זאך האבן מיר און דאס איז די פינטעלע איד. די קליינע פלאם וואס יעדע אידיש קינד האט און דאס וועלן מיר האלטן הייליג און טייער. מיר וועלן דאס נישט לאזן פארלעשן פאר קיין געלט אין די וועלט. דו האסט גענומען א מבצע צו טוישן אונזער מהלך, דו האסט גענומען אויף דיר אויפצוקלערן אידן אז מיר גייען אויף די נישט ריכטיגע מהלך. איינמאל דו האסט דאס געטון האסטו אויפגעפלאמט יעדנס פינטעלע. און די רעאקציע צו דעם איז גרויל און אפשיי.
בכלל איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וועם דו האסט געוואלט כאפן מיט דיין סידי. די היימישע פרומער עולם הערט דיך סייווי נישט. די וואס ווייסן אביסל דיין היסטאריע, פון א חסידישע אינגערמאן צו א קאלידזש סטודענט, פון א איד מיט א בארד און פיאות צו א מגולח, פון א חסידישע איד צו א שטיצער פון אן אפענע מחלל שבת. ווער עס ווייסט די אלע זאכן וועט דיך סייווי נישט הערן. און פאר די אנדערע וואס ווערן דאך משוגע פון 'ארט' איז דאך דא א ריזן וועלט מיט גואישע זונגערס וואס זונגען שענער און בעסער פון דיר. בלייבט נאר איבער אפשר א קומץ קטן אידן. נו, די אלע האבן עס שוין באקומען אויף 'דראפ באקס'...
לכבוד חנוכה. וואס טייטש וזדים ביד עוסקי תורתיך. וואס טייטשט קראים. ביתותים. משכילים. אפיקורסים. ערב רב. ועוד. די זענען די וואס זאגן אז סאיז נישטא קיין גיהינם און די וואס זאגן אז בערד סרח'נען. זאלסטו וויסן אז א ערליכע בארד איז "זאובער" ווי דער דייטש האט געשריגן פארן רבין זי"ע ביים באקוקען זיין הייליגן דיוקנא קדישא. א בארד היט בחורים צו גיין אין קלאבס און יונגעלייט פון זינדיגן. ועוד. אמת א בארד דארף זיין ריין און סאיז כנגד השו"ע צו גיין שמוציג. אגב איך מיין סאיז א ליטווישע זאך צו האבן א פארקניפטע בארד ווי רב שטיינעמאן. ווי זענען היינט די אלע אויבער חכמים אנגעקומען.
ליפא דיין נייע סי די איז הערליך שיין ווער נישט געפאלן. בלייב אבער א יוד פארוואס זאלן די פרומע זיך פאטשען אין בויך אז מען גיט אין קאלעדש ווערט מען פארדארבן. לייען אביסל מעשיות פונעם הייליגן אר"י הקדוש און דער בעש"ט און פונעם רבי ז"ל ווי זיי פלעגן אנכאפן זייערע הייליגע בערד
הוגה איך שטעל דיך אויף די חזקה אז די האסט נישט ליב קיין שום בארד אפי אזא וואס סשמעקט פון העד און שאלדער. די האסט דאך נישט ליב קיין כ"א כסלו סעודה אויך נישט. א חוץ אויב מען וועט עס א נאמען געבן האלאקאסט מעמאריעל דעי. איי וואס דען איז עס אויב נישט דאס.
די שאלה בארד ווי איז דיין יוד מאכט מיך גראדע וויינען. זאלסט וויסן אז רובא דרובא יודן פלעגן אמאל גיין מיט בערד נאר מען האט עס פון זיי מיט די געוואלד אראפגעריסן. יא אראפגעפליקט. רח"ל מען מאכט נישט קיין שפאס פון אזא הייליגע זאך. סקוקט מיר אויס ווי די רעדסט צום אראפגעשניטענעם בארד דארט און דייטשלאנד וואס וויינט נעבעך. און יוד ווי איז דיין בארד איז די זעלבע זאך.
יעדער איז מודה אז די בארדאיז די טפל און די אידאיז די עיקר.
די בארד איז חיצוניות וואס מען האפט אז עס וועט ברענגן פנימיות.
ליפא דערמאנט אונז פשוט אז מען זאל נישט פארגעסן אז דער עיקר פון די בארד איז צוצוברענגען צו דער איד.
מה כל הרעש?
מיר האט זיין ניגון געגעבן א שאקל אויף!
איך געב אוועק א יעדן אינדערפרי מער צייט צו בא'ארבעטן מיין בארד און גראבע קנאבעל - מער צייט וואס איך געב אוועק פארן טלית, תפילין און שחרית.
ער האט אונז פשוט דערמאנט מיר זאלן נישט פארגעסן פון אונזער ציל מיט די בארד. די בארד איז נישט קיין מטרה דאס איז אן אמצעי.
בלייבטס נישט שטעקן אין די איבערטואכץ צימער אויסקעמן די בארד און אנטוהן די שטריימעל און זיך טענהן צו די בארד איז שיין און וויכטיג, נאר קומט ארויס אין זאל און טאנצט מיט די חתן...
You must be the change you want to see in the world