נולד מאוחר האט געשריבן:איינער קען פליס שרייבן דא די ליריקס פון די ניגן פינטעלע איד.
ווי איז דיין בארד
אל תסתכל בקנקן
אלא מה שיש בתוכו
Don’t judge a book by its cover
איד איד, וואו איז דיין בארד?
בארד בארד, וואו איז דיין איד?
בארד, וואו איז דיין איד?
איד, וואו איז דיין בארד?
אזא ווארט פון רבינו יואל צווישן די הייסע חסידים פארט
צי מאכט דעם איד’ס בארד - דעם איד
צי מאכט דעם בארד׳ס איד - דעם בארד
(א איד איז געקומען צו הרה”ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זיע”א,
אז ער האט מורא אז מען וויל אים נישט אין
שטעטל צוליב וואס ער שניידט זיך די בארד.
האט דער סקווערער רבי ז״ל אים געענטפערט: ”אסאך אידן מיט
לאנגע בערד וואלט איך נישט געוואלט אין שטעטל, אייך וויל איך האבן.“)