נולד מאוחר האט געשריבן:איינער קען פליס שרייבן דא די ליריקס פון די ניגן פינטעלע איד.
עס איז קאלט און עס בלאזט א ווינטל
דו שפירסט אז דו ווערסט געפרוירן
געדענק אז ס’איז דא איין פינטל
וואס גייט קיינמאל נישט פארלוירן
דאס פינטעלע איד וועט אייביג בלייבן
און וועט אייביג ברענען
דאס קען מען פון אונז נישט פארטרייבן
וויאזוי מיר זענען
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
ווען א מענטש זאגט איך בין נישט גלויביג
זאלסטו אים גארנישט גלייבן
זיין פענסטער איז נאר שטויביג
און דו קענסט אים אויפהייבן
דאס פינטעלע איד וועט אייביג בלייבן
ווייל
און וועט אייביג ברענען
דאס קען מען פון אונז נישט פארטרייבן
וויאזוי מיר זענען
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
פארשטענדעניש האב פאר יעדן
כאטש ס’איז נישט וואס דו ווילסט דערקענען
אלע קריגן היינט גן-עדן
שוין פארלאשן איז דאס גיהנום
ווייל אז דאס פינטעלע איד טוט אייביג בלייבן
און וועט אייביג ברענען
וועט דער בורא פאר אונז גוט‘ס פארשרייבן
וויאזוי, וויאזוי מיר זענען
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
ווען ס’איז קאלט און עס בלאזט א ווינטל
דו שפירסט אז דו ווערסט געפרוירן
געדענק אז ס’איז דא איין פינטל
וואס גייט קיינמאל נישט פארלוירן
און דאס איז דאס פינטעלע איד