Footsteps צענטע יארטאג
די וואוילגארע רעדעס און צעפידעלטע געפירעכץ ביי די היסטארישע אווענט פון פוטסטעפס איז א טפשות און א גועל נפש. די אטד געמיינדע האט פארשפילט א געלעגנהייט צו מאכן א נארמאלע פוינט און שטעלן א נארמאל פנים. רבי זיידל'ס רילעישאן שיפ מיט די פאנקען האט שוין ביי מיר מער חן ווי די צעיושעטע צעפאקלטע דרשה פון שלום אויסלענדער און די קראנקע עם הדומה לחמור'דיגע צווישנרופן. פוי.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
עס איז מיר א פלא אז קופערניקוס זאל אזוי רעדן. עפעס האט ער פארגעסן אן אמאליגער חתימה זיינער בשם הרב אושו'ן. ודי למבין.
הרב פשוט, איך זעה נישט אין דיינע ווערטער עפעס א טענה, חוץ פון דעם אז דער מהלך פון רעדן איז נישט צו דיין טעיסט. נו איז נישט, איך האב נישט געזאגט אז עס איז דא אין דעם עפעס אויסטערלישע גאונות צו תוכן. בסך הכל געזאגט עפעס א ווערטל אויף א ליצונישער אופן. דאס איז די חכמה און מהלך פון קאמיקס איבעראל. און אז דיר געפעלט עס נישט איז נישט, אבער צו וואס מאכען פון דעם א גאנצע געשריי כאילו דא טוהט זיך כפירה ומינות וכו', כאילו א ווערטל דרשה וואס איינער האט געמאכט ביי א פארטי און אפאר האלב-אדער גאנץ- שיכור'ע קינדער וואס לאכען צו דעם אויפ'ן קול ערגעץ ליגט אין דעם עפעס די גאנצע אידישקייט אדער אט''ד'ש קייט.
די אווער-רעאקציע דא איז צו'ם שטוינען.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
גראדע פון די יו טוב קליפס וואס איך האב געזען וועגן די פוטסטעפס איווענט איז נאך אויסלענדער'ס דרשה געווען די מערסטע צו די זאך, נאר איינגעטונקען אין צופיל שמוציגע חרוסת, כדרכו בקודש. עס איז על כל פנים געווען פיל בעסער ווי שלום דין'ס פאלעמיק. נאט אייך אן אויסצוג פון זיינע טיפזיניגע רייד - גענומען פון דא:
איר הערט וואס דא טוט זיך? פוטסטעפס גייט זיי אויסלערנען ווי אזוי צו פילאזאפירן איבער די טיפזיניגע טעאריעס ווי אזוי אייערע פיס זעען אויס אין די נייע דזשינס. אלזא, ווי קופערניקוס האט שוין אנגעמערקט זעט נישט אויס ווי די פוטסטעפס מעמבערס באשטייען פון די גרעסטע חכמים ונבונים און זעלבסטשטענדיגע, מוח שליט על הלב'ניקעס שביניניו. ממילא איז א שאד אז בן תמליון נעמט זיך אזוי צום הארצן. כל זמן די חברה האבן א מקום ווי זיי קענען אראפלייגן דעם קאפ, זיך אויסרעדן איבער זייער עבר און הוה און פארברענגען אביסל, רעדן איבער זייערע דזשינס און די מיידלעך איבער וועלכע זיי חלומ'ן בשעת דעם שיעור אין מאטעמאטיק איז הכל ריוח. די איינציגסטע ברענענדיגע שאלה בלייבט, וואס האט זיי געפעלט ביי אונז, די מאטעמאטיק קלאס אדער די מיידלעך.
One thing about this very loud crowd is that we put academics
to shame. Our polemics are so inflamed we make sophists look lame.
We’re badass nerds, roaring dorks, geeks kicking hard bookish butt.
Stick around a few years, watch and see
the ex-Satmar kid with the GED get his Ph.D.
and you too will wish you were OTD.
And yeah, we teach too. We’ll teach you to philosophize, to theorize
on how good your butt and thighs look in those jeans. Or, the means
with which to get friendly with a girl during your
advanced calculus class. Or lock eyes
with that cute guy in the lab.
איר הערט וואס דא טוט זיך? פוטסטעפס גייט זיי אויסלערנען ווי אזוי צו פילאזאפירן איבער די טיפזיניגע טעאריעס ווי אזוי אייערע פיס זעען אויס אין די נייע דזשינס. אלזא, ווי קופערניקוס האט שוין אנגעמערקט זעט נישט אויס ווי די פוטסטעפס מעמבערס באשטייען פון די גרעסטע חכמים ונבונים און זעלבסטשטענדיגע, מוח שליט על הלב'ניקעס שביניניו. ממילא איז א שאד אז בן תמליון נעמט זיך אזוי צום הארצן. כל זמן די חברה האבן א מקום ווי זיי קענען אראפלייגן דעם קאפ, זיך אויסרעדן איבער זייער עבר און הוה און פארברענגען אביסל, רעדן איבער זייערע דזשינס און די מיידלעך איבער וועלכע זיי חלומ'ן בשעת דעם שיעור אין מאטעמאטיק איז הכל ריוח. די איינציגסטע ברענענדיגע שאלה בלייבט, וואס האט זיי געפעלט ביי אונז, די מאטעמאטיק קלאס אדער די מיידלעך.
האדם לא נברא אלא להתענג
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
יאיר האט געשריבן:די איינציגסטע ברענענדיגע שאלה בלייבט, וואס האט זיי געפעלט ביי אונז, די מאטעמאטיק קלאס אדער די מיידלעך.
נאך איין ברענעדיגע שאלה איז, וואס שטערט עס אונז אזוי שטארק אויף אזא "פערזענליכע" אויפן, עד כדי כך אז מיר קענען זיך נישט בארואיגען ביז מיר חזר'ן זיך איין, נאכאמאל און נאכאמאל, ווי נאריש און משוגע זיי זענען. וואס שטערט אונז אזוי? איז מעגליך אז מיר האבן עפעס א גילטי קאנטשענס? אדער איז עס פראסט און פשוט מידות משחתות.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
[tag]הוגה[/tag] נאך איין ברענעדיגע שאלה איז, וואס שטערט דיר עס אזוי שטארק אויף אזא "פערזענליכע" אויפן, עד כדי כך אז דו קענסט זיך נישט בארואיגען ביז דו חזר'סט זיך איין, נאכאמאל און נאכאמאל, ווי נארמאל און גערעכט די פודסטעפס מעמבערס זענען. וואס שטערט דיר אזוי? איז מעגליך אז דו האסט עפעס א גילטי קאנטשענס? אדער איז עס פראסט און פשוט דעות כוזבות און אבק כפירה.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
הוגה האט געשריבן:נאך איין ברענעדיגע שאלה איז, וואס שטערט עס אונז אזוי שטארק אויף אזא "פערזענליכע" אויפן, עד כדי כך אז מיר קענען זיך נישט בארואיגען ביז מיר חזר'ן זיך איין, נאכאמאל און נאכאמאל, ווי נאריש און משוגע זיי זענען. וואס שטערט אונז אזוי? איז מעגליך אז מיר האבן עפעס א גילטי קאנטשענס? אדער איז עס פראסט און פשוט מידות משחתות.
עס שטערט דיר אויף א פערזענליכע אופן? מיר שטערט עס נישט. דאס איז פשוט א טרוקענע אנאליז איבער זייער צוזאמקום, ווי אנשטאט מען זאל הערן אינהאלטסרייכע רעדעס אויף א נארמאלער פארנעם איבער עוואלוציע און בייבל קריטיק הערט מען אפאר צעיושעטע יונגען פארפירן און פארטיען.
און דו ווייסט וואס? אז איך טראכט אריין שטערט מיר דאס יא אויף א פערזענליכע אופן. איך וואלט געהאפט אז די פירות פון דעם חסידישן חינוך וואס האבן זיך שוין באפרייט עטליכע יאר פון אונזער סביבה און מקריב געווען אזויפיל קרבנות דערביי זאלן כאטש האבן דעם שכל און ווערן קלוגער און ברייטער. דערווייל זע איך אז זיי זענען געגאנגען פון חושך צו אפילה, פון איין סארט צמצום צו אן אנדער סארט צמצום. הזאת נעמי? אויף צו לעבן א חיים טובים און עסן בעקאן און האבן מיידלעך פאר אפאר דאלער קען מען דאך בלייבן א חסיד אויך.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
[quote="יאיר"אויף צו לעבן א חיים טובים און עסן בעקאן און האבן מיידלעך פאר אפאר דאלער קען מען דאך בלייבן א חסיד אויך.[/quote]
אה יא, ביי וועלכע חסידות?
עפעס זעהט אויס איר כאפט נישט, אבער דאס איז געווען א פארטי, נישט קיין קורס אפיקורסות 101.
אה יא, ביי וועלכע חסידות?
עפעס זעהט אויס איר כאפט נישט, אבער דאס איז געווען א פארטי, נישט קיין קורס אפיקורסות 101.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:ביסט א קליגער חברה'מאן, איך האלט פון דיר זייער. אבער דו זעהסט אויס צו זיין א באצאלטע שרייבער, געדינגען דורך אויסלענדער ודעימי'.
לעצטנס איז דער עולם דא אויף וועידזשעס, יאכנע ווייסט קלאר אז באריסטא איז אויף פעיראל ביי ניקלשבורג, און אפטעמיסט האט אינערליכע אינפארמאציע אז הוגה קריגט זיין געהאלט ביי אויסלענדער.
זאג, ווייסט איינער וואו מ'קען עפלייען? פארוואס בין איך נישט ענראללד דא אין די פארטי. איך בין גרייט צו שרייבן איבער סיי וואס און אהערשטעלן סיי וועלכע מיינונג ווילאנג איך קריג אויך מיין טשעקל יעדן וויקענד.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
יאיר, ווי קומט אריין ביבל אקעדעמיא אדער סייענס ביי א פארטי? אפשר פרעגסטו די זעלבע קושיות אויף די גרויסע אווארד שאוס? פארוואס זאגט קריס ראק נער'ישע ווערטלעך וועגן פרעזידענט אבאמא, זאל ער ענדערש נאכזאגן איינשטיינס thesis. פארוואס רעדט ראבין וויליאמס איבער מיידלעך און ציצקעלעך, זאל ער ענדערש נאכזאגן א שטיקל העמינגוועי? ווילסט וויסן פארוואס? ווייל ס'איז א פארטי, און ביי א פארטי זינגט מען און מען טאנצט און מ'שטעלט אויף קאמידיענס צו מאכן די עולם לאכן. אויסלענדער איז א genius אין א געוויסע סטייל פון קאמעדי, ווער עס פארשטייט דערצו האט געוואלדיג הנאה פון אים. און יא אפטעמיסט, איך בין א גרויסע פען פון אויסלענדער, איך בין מודה, כ'האב געליינט אלעס וואס ער האט נאר אמאל געשריבן. אבער וואו האב איך "אים" דא דיפענדעד? קאם אן!
יאיר, וואס פונקטליך טוט דיר אזוי וויי אז אפאר אידעלעך האבן א געשמאקע פארטי און א good laugh? ביטע ערקלערט.
יאיר, וואס פונקטליך טוט דיר אזוי וויי אז אפאר אידעלעך האבן א געשמאקע פארטי און א good laugh? ביטע ערקלערט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
[tag]הוגה[/tag] דו פרעגסט וואס ס'גייט אזוי אן אז אפאר (אמאל געוועזענע) אידעלעך האבן א גוטע לאך? משל למה הדבר דומה, לאמיר זאגן דו זעהסט א ווידיאו ווי דיין אייגן זון מאכט א פארטי, האלט א דרשה און רעדט אזוי וועגן דיר. וואס וואלסטו געזאגט? וואלסטו אים אויך פארטיידיגט אז ביי א פארטי רעדט מען אזוי און "ער האט סך הכל א גוטע לאך"?
איים סארי, באט יו דאנט מעיק עני סענס.
איים סארי, באט יו דאנט מעיק עני סענס.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
הוגה האט געשריבן:יאיר, ווי קומט אריין ביבל אקעדעמיא אדער סייענס ביי א פארטי? אפשר פרעגסטו די זעלבע קושיות אויף די גרויסע אווארד שאוס? פארוואס זאגט קריס ראק נער'ישע ווערטלעך וועגן פרעזידענט אבאמא, זאל ער ענדערש נאכזאגן איינשטיינס thesis. פארוואס רעדט ראבין וויליאמס איבער מיידלעך און ציצקעלעך, זאל ער ענדערש נאכזאגן א שטיקל העמינגוועי? ווילסט וויסן פארוואס? ווייל ס'איז א פארטי, און ביי א פארטי זינגט מען און מען טאנצט און מ'שטעלט אויף קאמידיענס צו מאכן די עולם לאכן. אויסלענדער איז א genius אין א געוויסע סטייל פון קאמעדי, ווער עס פארשטייט דערצו האט געוואלדיג הנאה פון אים. און יא אפטעמיסט, איך בין א גרויסע פען פון אויסלענדער, איך בין מודה, כ'האב געליינט אלעס וואס ער האט נאר אמאל געשריבן. אבער וואו האב איך "אים" דא דיפענדעד? קאם אן!
יאיר, וואס פונקטליך טוט דיר אזוי וויי אז אפאר אידעלעך האבן א געשמאקע פארטי און א good laugh? ביטע ערקלערט.
אז אידעלעך לאכן טוט מיר בכלל נישט וויי, אדרבה, כ'האב זייער הנאה דערפון. עס טוט מיר נאר וויי אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון. אויב דו וועסט אויסהערן די קליפס פארזיכטיג וועסטו זען אז אפילו צו די דרשות/קאמעדיס פון דין און אויסלענדער האט רוב עולם נישט אויסגעהערט נאר געשמועסט און געלאכט הויך.
און ניין, דאס איז נישט געווען סתם א פארטי פורים נאכמיטאג. עס איז געווען אן איווענט וואס האט אפגעצייכנט א היסטארישע מאמענט. צען יאר זינט די או טי די האבן זיך צוזאמגענומען צו פארעמען אן אייגענע גרופע. איך וואלט ערווארטעט אביסל מער תוכן און רעספעקט פון די באטייליגטע. אדרבה, טרעף מיר איין לעגיטימע איווענט פון א נארמאלע ארגאניזאציע וואו מען רעדט אזויפיל מיאוס'ע ווערטער.
אז דו דערמאנסט די אווארד שאוס, וועל איך דיר זאגן אז אין הכי נמי. דאס איז טאקע א גוטע צוגלייך. להערה בעלמא, די האליוואד אקטיארן וואס באקומען די אווארדס זענען לאו דוקא די מערסט מאראלישע און תוכנ'דיגע מענטשן אויף דעם פלאנעט, כידוע לכל בר בי ענטערטעינמענט דחד יומא.
האדם לא נברא אלא להתענג
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
אין די צענדליגער יארן היסטאריע פון די אקעדאמי אווארדס איז אינגאנצן איינמאל דערמאנט געווארן דעם שם המפורש אין יאר 10' למספרם דורך מעליסע ליוא אויף וואס זי האט זיך שארף אנטשולדיגט דערויף נאך וואס עס האט געשאפן א שווערע קאנטראווערסיע. ווי אויך איז עס ווי פארשטענדליך אויסגעשניטן געווארן דורך אלע מידיא קאנאלן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
הוגה האט געשריבן: חוץ מזה, וואו האב איך אמאל געזאגט דא אויב פוטסטעפס איז נארמאל אדער נישט?
הוגה האט געשריבן:וואו האב איך "אים" דא דיפענדעד?
אפטעמיסט, דו האלטסט אין איין מאכן allegations אקעגן מיר אבער דו האלטסט נישט ביים ענטפערן ווען מען האלט דיר אפיר. ביטע זייזשע גוט, ענטפער קודם אויף די צוויי שאלות וואס איך האב דיר פריער געפרעגט (אדער צו צוריק פון דיינע אלעגעישאנס) און דערנאך וועט מען אריינגיין אין א נייע שמועס בנוגע אויב מען מעג זיך ווערטלען מיט א טאטע אדער נישט. און אפילו אויב נישט אויב עס איז עק וועלט.
יאיר האט געשריבן:עס טוט מיר נאר וויי אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון. אויב דו וועסט אויסהערן די קליפס פארזיכטיג וועסטו זען אז אפילו צו די דרשות/קאמעדיס פון דין און אויסלענדער האט רוב עולם נישט אויסגעהערט נאר געשמועסט און געלאכט הויך.
אהא, הייסט דו ביזט פון די וואס שישקענען אלעמאל ביים ליינען, אדער ביי די שבע ברכות דרשות?.. ס'שטערט דיר ס"ה די כבוד פון אויסלענדער און דין? איך וויל נישט sound'ן ווי כאילו איך זיך דא צו דיפענדן די otd'ס אויף א יעדע פאל, אבער דיין טענה סאונדט זייער petty.
יאיר האט געשריבן:להערה בעלמא, די האליוואד אקטיארן וואס באקומען די אווארדס זענען לאו דוקא די מערסט מאראלישע און תוכנ'דיגע מענטשן אויף דעם פלאנעט
וממילא?
און איך וועל דיר זאגן סתם להערה בעלמא, אויף פעיסבוק פארציילן די חברה אז ס'געווען צוויי חלקים. קודם איז געווען א "פארטי" פאר אלע געסט, און דארט האבן גערעדט אויסלענדער און דין. שפעטער איז געווען אן ערענסטע פענסי gala וואס דארט האבן אויפגעטרעטן די מייסדים און אנדערע רעדנער מיט ערענסטע דרשות. (כ'גלייב נישט אז מען האט גערעדט פון בייבל אקעדעמיא דארט, אבער יאיר, גיב אריין א ריקוועסט פאר די צוואנציגסטע יארטאג, כ'בין זיכער אז זיי וועלן דיר נאכגעבן, זיי זענען פיינע מענטשן.)
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:ביסט א קליגער חברה'מאן, איך האלט פון דיר זייער. אבער דו זעהסט אויס צו זיין א באצאלטע שרייבער, געדינגען דורך אויסלענדער ודעימי'.
לעצטנס איז דער עולם דא אויף וועידזשעס, יאכנע ווייסט קלאר אז באריסטא איז אויף פעיראל ביי ניקלשבורג, און אפטעמיסט האט אינערליכע אינפארמאציע אז הוגה קריגט זיין געהאלט ביי אויסלענדער.
זאג, ווייסט איינער וואו מ'קען עפלייען? פארוואס בין איך נישט ענראללד דא אין די פארטי. איך בין גרייט צו שרייבן איבער סיי וואס און אהערשטעלן סיי וועלכע מיינונג ווילאנג איך קריג אויך מיין טשעקל יעדן וויקענד.
מאך דיך נישט אזוי תמ'וואטע. מיר ווייסן גאנץ גוט אז דו זיצט אויף א פעטע פעיראל פון דער שטערן, די סאטמארע קהילה אין אנטווערפן, און די סטיטשינער מבקשים. אויף קאווע שטיבל וועסטו שרייבן בחינם.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
יאיר האט געשריבן:איינער קען מיר ערקלערן פארוואס יעדן מאל וואס מען רעדט איבער די או טי די'ס שיסן זיך בייסיגע און שטעכעדיגע לשונות פון רעכטס און לינקס? פארוואס קען מען נישט נארמאל דן זיין אין דעם ענין ווי ערוואקסענע מענטשן אן זיך פליקן אויף אלע זייטן.
יאיר, כמעט אלע דיינע קשיות איבער מענטשן ווערן געדעקט מיט דיין(ע) חתימה (ות).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
הוגה האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:די איינציגסטע ברענענדיגע שאלה בלייבט, וואס האט זיי געפעלט ביי אונז, די מאטעמאטיק קלאס אדער די מיידלעך.
נאך איין ברענעדיגע שאלה איז, וואס שטערט עס אונז אזוי שטארק אויף אזא "פערזענליכע" אויפן, עד כדי כך אז מיר קענען זיך נישט בארואיגען ביז מיר חזר'ן זיך איין, נאכאמאל און נאכאמאל, ווי נאריש און משוגע זיי זענען. וואס שטערט אונז אזוי? איז מעגליך אז מיר האבן עפעס א גילטי קאנטשענס? אדער איז עס פראסט און פשוט מידות משחתות.
אן אריינגיין צו גערעכט צו נישט, לבי אומר לי אז ס'איז דא א סיבה. דער אוי.טי.די האט נישט בלויז באשלאסן מה לי ולצרה הזאת, גענוג געוועזן, איך קלעב זיך צוריק דעם שטיקל, און א כתיבה וסיסטימע טובה. דאס ברויך זיין יעדעמס פריוואטע בחירה, און קיינער האט נישט וואס אריינצורעדן; וועדער מיט די קריעה רייסעריי פון די עלטערן אינקלודעט, צו נישט.
ער/זי/זיי קוקן די גאנצע צייט אויף צוריק. פארנומען בעשען דעם סיסטעם צו אידישקייט (דאס פארשטייסטו אוודאי, ווייל זיי זענען וויקטעמס). זייער עצם נאמען אף דע דרך רעדט פאר זיך, פילע פון זייערע ארטיקלעך, און אנדערע אקטיוויטעטן איז איבער זייערע "היימישע" ברודער, און פארמאגן אן אנגייענדע פראפעגאנדע מאשין אנטקעגן די יעניגע אויף וועמען דו האסט דעם "ברענעדיגע" קשיא. איך גיי בכלל נישט יעצט אריין אין א דעבאטע צו זיי האבן רעכט, צו מ'קען זיי פארשטיין אא"וו. דער פאקט אבער אז זיי מאכן פרומע אידן ביודעים ובלא יודעים אלס זייער קאנקורענט, דאס ברענגט זייערע אקטיוויטעטן צו ווערן שטרענג אבזערווירט ביי מענטשן אינערהאלב די ראמען פונעם סיסטעם, וועלעכע כמים פנים אל שמנים שפירן זיי זענען א קאנקורענט. און אויב האלטן זיי הזאת נעמי, סארא ליצנות דו פארקויפסט אין נאמען פון אינטעליגענציע, זאגט מיין שכל אז דאס קען פירן צו היציגע דיני ודברים. אלזא, אן אריינגיין אינעם עצם דעבאטע, ווייס איך נישט מר. הוגה צו דאס איז אזא שטארקע "ברענעדיגע" קשיא.
- איש צדיק תמים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 152
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל
עס איז ממש אנבעליוועבל וואס דא איז געשען, קאווע שטיבל איז געווארן א צווייטער גייסט פון footsteps אויפן געוועב, באמת, יעדער פוסטער יונגעלע וואס וויל זיך זעלבסט קאמפלענטירען און זיך מחזק זיין, האט געטראפן א פלאץ דא אויפן (געוועזענעם) נארמאל שטיבל, ווי ער גיט א פראסק דעם אייבירשטען אדער רייסט ער אביסעלע אראפ דאס וועג וואס זיינע ״פאנאטישע״ זיידעס און באבעס האבן געלעבט דערמיט, און ער קען זיך קלאפן אויף די פלייצע ווי ״גיט״ ער האט געזאגט, אזש אז ער שפירט זיך ווי אן אקעדעמישער סטודענט און די הארווערד אינווירזיטעט וואס זיינע לערער און פראפעסארן שטיינן ממש און שטוינען פון זיין טופזיניגע חכמה, אבער דאס גיט געפיל פון די ״קאווע שטיבל זעלבסט ווירדע מעדעצינישע דאזע״ גייט גאנץ שנעל פאריבער, ווען ער טרעפט זיך און דעם בית מדרש בית הכסה מיט צווי איטשיגע פאפיר זיך צו פארווישן און מיט שכינים וואס רייכערן אים אריין פון ביידע זייטן ווען און די בעקראוינד הערט מען ווי מען רופט אויס די מנינים איינס נאכן צווייטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בירגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: טענות אויף די מנהלים, אין אישי ביטע.
סיבה: טענות אויף די מנהלים, אין אישי ביטע.