גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך שרגא »

יעדער (?) געדענקט ווי די וויסנשאפטליכע וועלט האט זיך לעצטנס איבערגעקערט ווען איין פרעסטיזשפולע אינסטיטוציע האט ארויסגעגעבן זייער העכסט מאדנע געפינס אז א געוויסע פארטיקל איז געלאפן שנעלער ווי די ספיד אוו לייט. "שנעלער" האט געמיינט נישט מער ווי מיט 60 ביליאנסטלעך פון א סעקונדע, אבער דאס איז פונקט גענוג. וואס אויב שטעלט זיך דאס ארויס צו זיין אזוי, ווארפט עס צוזאם א גאר וויכטיגן יסוד וואס איינשטיין האט אראפגעשטעלט און אויף וועלכע מען בויעט שוין אין די סייענטיפישע וועלט לאנגע יארן.

ווי איידער דאס אנצונעמען זענען אלע חכמים ויודעי העתים אויפגעקומען מיט פארשידענע טעאריעס פארוואס יענעמ'ס טעסט האט אזוי געקענט אויסקוקן. לעצטנס איז אויפגעקומען נאך צוויי מעגליכע פראבלעמען מיט יענעם טעסט, איינס אז די מאשין וואס האט געהאלטן חשבון אויפ'ן צייט האט נישט געטויגט, אדער אז עס האט פשוט געהאט מיט א נישט גוטע קאנעקשאן. מען וועט נאכמאל איבערקוקן די מעגליכע פעלערן און אויך איבערמאכן טעסטס צי זען די רעזולטאטן, אבער מ'קען שוין אפאטעמען אז גארנישט איז טאקע נישט מעגליך צו לויפן שנעלער ווי ליכט-שנעלקייט.

אויב וואלט זיך עס ארויסגעשטעלט אלס אמת, וואלט עס געווען "די נייעס פונעם יארהונדערט", אבער ווי עס ארבעט געווענליך, לאזט די נאטור נישט אזוי שנעל חוזק מאכן פון זיך.
און נאך א לעקציע: איינשטיין לאזט זיך נישט אזוי גרינג אפפרעגן! (אפילו גראדע איז ער מער ווי איין מאל שוין געווארן אפגעפרעגט ביי אנדערע זאכן.)
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך יידל »

האט געזאגט א קלוגער איד: אויב וואלט עס ווען געווען אמת אז די "נוטרינא" פארטקילס לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט, וואלט אייער דזשי פי עס נישט געארבייט, איייער סקרינס וואלטן געטאנצען מיט קאלירן און אסאך אנדערע טעכנעלאגיע וואס זענען געבויעט אויף דעם יסוד אז גארנישט גייט נישט שנעלער ווי די ספיד אף לייט וואלטן נישט געארבייט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך שרגא »

יידל האט געשריבן:האט געזאגט א קלוגער איד: אויב וואלט עס ווען געווען אמת אז די "נוטרינא" פארטקילס לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט, וואלט אייער דזשי פי עס נישט געארבייט, איייער סקרינס וואלטן געטאנצען מיט קאלירן און אסאך אנדערע טעכנעלאגיע וואס זענען געבויעט אויף דעם יסוד אז גארנישט גייט נישט שנעלער ווי די ספיד אף לייט וואלטן נישט געארבייט.


אין דעם פאל האט דער קלוגער איד נאר נאכגעזאגט דעם גוי...
באמת, איז אפשר מעגליך אז עס זאל זיך ארויסשטעלן אז עס זאל יא זיין אזא מציאות, איי מען האט עס איבערגעוויזן און אפילו געבויעט אין מציאות זאכן אויף יענעם יסוד, קען אמאל זיין אז עס שטעלט זיך ארויס אן אנדערע זאך ליגט אונטער דעם, וואס די רעזולטאטן זענען די זעלבע. (למשל ניוטאנ'ס גראוויטי מאדעל ארבעט פיין, אבער די הנחה וואס איז געליגן אונטער דעם, האט איינשטיין געוויזן אז עס איז גאר אנדערש. און אלעס וואס מיר זעען יעדן טאג קען ווייטער שטימען לויט ניוטאן, אבער ווען מ'גייט צו די סאב-אטאמישע לעוול [און איך מיין אויך אויף גאר ווייטע דיסטאנצן], שטימט עס נאר מיט איינשטיינ'ס מאדעל פון גראוויטי. למעשה זענען אויך דא וואס האלטן בכלל אז עס איז מעגליך דא טעארעטישע פארטיקלס (טאקיאן) וואס לויפן שנעלער ווי לייט, אפילו עס איז נאר טעארעטיש, זעט מען אז עס איז שייך אזא מעגליכקייט.)
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
טעמפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך טעמפא »

שרגא, פונעם דיסקאווער ארטיקל וואס יענקל האט צוגעברענגט איז עפעס משמע אז ס'קען גאר יא זיין אז די שטודיע איז א ריכטיגער. איך וויס אז עס איז גאר שרעקעדיג, ווייל איינשטיין'ס ריאלעטיוועטעט איז א פעלען-פעסטע טיאריע וואס איז שוין אויסגעפראווט געווארן טויזנטע מאל און מ'האט געזען אז עס שטימט (טויזנט מאל מער ווי ניוטאן'ס גראוויטעט טעאריע). אויב אבער לויפן די פארטיקלס שנעלער ווי די ספיד אף לייט, איז די גאנצע טעאריע אויף געהאקטע צרות, אין מ'וועט מוזן ערפינדען פיזיקס פון פריש.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך שרגא »

טעמפא האט געשריבן:שרגא, פונעם דיסקאווער ארטיקל וואס יענקל האט צוגעברענגט איז עפעס משמע אז ס'קען גאר יא זיין אז די שטודיע איז א ריכטיגער. איך וויס אז עס איז גאר שרעקעדיג, ווייל איינשטיין'ס ריאלעטיוועטעט איז א פעלען-פעסטע טיאריע וואס איז שוין אויסגעפראווט געווארן טויזנטע מאל און מ'האט געזען אז עס שטימט (טויזנט מאל מער ווי ניוטאן'ס גראוויטעט טעאריע). אויב אבער לויפן די פארטיקלס שנעלער ווי די ספיד אף לייט, איז די גאנצע טעאריע אויף געהאקטע צרות, אין מ'וועט מוזן ערפינדען פיזיקס פון פריש.


לייען מיינע ליפן: עס וועט זיך ארויסשטעלן אלס שטותים!
נישט אלס נביא זאג איך דאס, נאר קאמען סענס. אויב דו וואלסט שוין אויף צוואנציג אופנים איבערגעוויזן און זיך איבערצייגט אין א זאך, אלע חשבונות שטימען און אויך אינעם מציאות האסטו גענוצט דעם חשבון און עס ארבעט וואונדער, דאן קומט איינער און זאגט דיר אז דיין גאנצע טורעם איז געבויעט אויף עפעס וואס איז נישט ריכטיג ווייל לויט זיין עקספערימענט שטימט נישט איין וויכטיגער דעטאל פון דיין חשבון, וואס לויט דעם איז דיין גאנצער בנין צעווארפן, וואס וועסטו טראכטן? אקעי, מעגליך האב איך זיך טאקע טועה געווען די אלע יארן און די אלע זאכן וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס פאקטן האבן אפשר אן אנדערע הינטערליגנדע סיבה פארוואס זיי ארבעטן, אדער וועסטו זאגן: מיין חשבון האט שוין הונדערט ראיות, יעצט אויב איין זאך שטימט נישט לויט דיין איין עקספערימענט, ביטע מאך עס איבער און קוק גוט נאך יעדן דעטאל צו זען וואו עס ליגט דיין טעות אדער וויאזוי עס קען יא שטימען מיט מיין הויכן פעסט-געבויעטן בנין.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך שרגא »

יאנקל האט געשריבן:
טעמפא האט געשריבן: אויב אבער לויפן די פארטיקלס שנעלער ווי די ספיד אף לייט, איז די גאנצע טעאריע אויף געהאקטע צרות, אין מ'וועט מוזן ערפינדען פיזיקס פון פריש.

געהאקטע צרות? ערפינדן פון פריש? נעה. בסך הכל וועט מען רעפיינען די אלטע טעאריעס. איך פארשטיי אז ס׳איז סענזאציאנעל, אבער מאכסט עס קלינגען ווי א צרה...


נע, עס וועט נישט סתם זיין אזוי אזא פשוט'ע רעפיינען. דאס איז ממש א יסוד אויף וואס שטייען שוין אסאך גרויסע בנינים, ממילא אויב זאל דאס יא זיין אמת, וועט עס פאר די וויסנשאפטליכע וועלט זיין א געפערליכע איבערקערעניש וואס מען האט שוין נישט געזען אין די לעצטע הונדערט יאר אדער מער.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך יידל »

יו נאו וואט שרגא, אפשר טאקע ביזטו אונז (מיך) מסביר פארוואס טאקע די ספיד אף לייט לימיט אז אזא יסוד בעולם הפיזיקס?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

יידל האט געשריבן:יו נאו וואט שרגא, אפשר טאקע ביזטו אונז (מיך) מסביר פארוואס טאקע די ספיד אף לייט לימיט אז אזא יסוד בעולם הפיזיקס?


דיין שאלה איז ווער האט אזוי באשלאסן, אדער, כלומר, ווער האלט מיך אפ פון פליען נאך שנעלער?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך שמואל שלום שלמה »

איך מיין יידל מיינט צו פרעגן אזוי: לאמיר שוין טאקע אננעמען אז גארנישט פליט שנעלער ווי די שנעלקייט פון ליכטיקייט. פיין. וואס איז דאס נוגע פאר אזוי פיל זאכן? ווי יידל אליינס האט אויבן געשריבן, איז אויף דעם כלל געבויעט פילע טעכנעלאגיעס. איז די פראגע, וואס ליגט שוין אזוי יסודית'דיג אין דעם כלל? וואס א נפק"מ די מאקסימום שנעלקייט פון וואס עפעס קען פליען?
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך שרגא »

אקעי, קודם א גילוי דעת, איך בין נישט קיין סייענטיסט! איך האב נאר פשוט אן אינטערעסע אין די סארט נושאים, סאו איך קען דיר נאר זאגן לויט וויפיל כ'האב געליינט און ווי [ווייניג] איך פארשטיי עס.

נאך א הקדמה, געווענליך נאך סיי וועלכע הסבר, קומען נאר צו נאך צען קשיות, ווייל פאר אן אומוויסנדן וועט נאר ארויסוואקסן נאך אומפארשטענדליכע טערמינען און פרישע קשיות. (אזוי ווי א גוי זאל דיר געבן א פרעג בתמימות: זאג מיר נאר אין קורצן די סוגיא פון מתוך. און נאך יעדע פאר ווערטער, וועט ער נאך עפעס נישט פארשטיין.) און דא איז נאך צומאל שווערער ווי ברטנורא, ווייל פאר יעדע זאך פעלט זיך ווייטער אויס פארשידענע ידיעות און הקדמות צו קענען פארשטיין דעם ענין.

עניוועי, ווייניגער געפלאפלט, און צו די פראגע: וואס א חילוק די ספיד אף לייט?

עטליכע פונקטן וואס כ'קלער קען העלפן באגרייפן וואס די ספיד אף לייט איז, וואס וועט אויטאמאטיש העלפן פארענטפערן די פראגע

קודם כל, די ספיד אף לייט איז נישט סתם א ספיד לימיט ווי מיר זענען געוואוינט, סאו וועם גייט אן אויב איינער טוישט די לימיט...
פארשטיי קודם אז די ספיד פון לייט איז נישט סתם די געדאנק אז "ליכטיגקייט" לויפט, נאר ענדערש די פאטאן פארטיקלס פון וואס לייט איז צוזאמגעשטעלט. (עס איז טאקע אויך א כוואליע, אבער אויך פארטיקלס, כידוע). גענוי די זעלבע ספיד איז נישט נאר ליכטיגקייט, נאר אלע פארטיקלס וואס האבן נישט קיין מעס.

פארוואס איז די ספיד אף לייט דוקא גענוי אזוי שנעל און נישט אביסל שטייטער אדער שנעלער? ווייל אזוי! אזוי איז די נאטור וואס דער באשעפער האט איינגעשטעלט. די שאלה פארוואס דוקא די ספיד קענסטו פונקט אזוי פרעגן פארוואס גרעוויטי שלעפט אנשטאט עס שטופט אוועק? דער תירוץ איז אויך, ווייל אזוי איז די טבע וואס דער רבש"ע האט געמאכט.

עס איז ווי איינשטיין האט עס גערופן "די ספיד לימיט פון די יוניווערס". גארנישט אין די וועלט קען נישט לויפן שנעלער ווי דעם. און סיי וואס עס האט מעס, קען קיינמאל נישט אנקומען צו די ספיד אף לייט, ווייל פארטיקלס וואס האבן מעס פארלאנגט ענערגיע זאל זיי פארשנעלערן. יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום), ממילא כדי אנצוקומען צו די שנעלקייט פון ליכט וואלט זיך פארלאנגט ענדלאזע (אינפיניטי) ענערגיע, און עס עקזיסטירט נישט אין די גאנצע וועלט גענוג ענערגיע צו קענען טרייבן אפילו איין פארטיקל וואס האט מעס צו לויפן אזוי שנעל ווי די ספיד אף לייט.

לויט די ספעשל רעלאטיוויטי פון איינשטיין איז די ספיד אף לייט די מאקסימום ספיד וואס סיי וועלכע זאך אין די וועלט קען לויפן, צי חומר צי ענערגיע צי סיי ועולכע מעסלעס זאך. די ספעציפישע ספיד איז פשוט די פונדאמענטאלע באשטאנדטייל פון ספעיס-צייט אליין. אפילו גרעוויטי איז טעכניש די זעלבע ווי די ספיד אף לייט. אלע מעס-לעס פארטיקלס לויפן אויף דעם ספיד.

יעצט די גרויסע חידוש איז נישט די עצם ספיד פון ליכטיגקייט (וואס מען האט שוין געוואוסט פאר איינשטיין), נאר ענדערש איז איינשטיינ'ס מוראדיגע אויפטו געווען אז עס איז "קאנסטענט" און אז עס איז די זעלבע פון אלע פרעים אף רעפרענסעס און עס איז נישט קיין חילוק די באוועגונג פונעם קוואל אדער אבזערווירער (קאמפליצירט צו מסביר זיין). דאס איז א הויפט יסוד פון זיין רעלאטיוויטי טעאריע און עס איז איבערגעוויזן געווארן מיט הוכחות ברורות.

און די טעאריע האט אויך אסאך קאנסעקווענצן, טייל אומגעהויער מאדנע, אבער אויך זיי זענען איבערגעוויזן געווארן הונדערט פראצענט אז עס איז טאקע אזוי (ווי למשל אז צייט איז רעלאטיוו, וואס איז שוין אויף אסאך וועגן געווארן איבערגעוויזן, ווי אויך אז פלאץ איז רעלאטיוו) אן מען האט שוין אויף דעם יסוד געבויעט אסאך אנדערע הנחות וואס זענען אויך באשטעטיגט געווארן און אויך האט מען ערצייגט לויט דעם פארשידענע טעכנאלאגישע ערפינדונגען און אסאך זאכן וואס די מיליטער און אויך מיר אידעלעך ניצן איז באזירט אויף דעם.

אויב שטעלט זיך ארויס אז עפעס קען יא לויפן שנעלער ווי די לייט ספיד, האט דאס לויט איינשטיין צעפראסקעט דעם גאנצן יסוד העולם אז איין זאך קומט פאר'ן אנדערן. אויב קען עפעס אנקומען צו די ספיד אף לייט אדער שנעלער, וואלט דאס אויך ערמעגליכט צו קענען "פארן" אין צייט, פאראויס און (נאך מער פאראדאקסיש און מיט גאר מאדנע קאנסעקווענצן) אויף צוריק.

סאו דאס אלעס צו געבן א טראסקע אוועק און זאגן "העי, כ'האב יא געטראפן איינעם לויפן שנעלער ווי דו זאגסט!" מיינט א וועלט מיט יסודות, חשבונות און היינט-אנגענומענע פאקטן וואס דארפן איבערגעדרייט ווערן. סאו ענדערש קוק דו איבער צי האסט טאקע יענעם געזען אזוי שנעל לויפן.

יעצט לאמיך שרייבן די אלע לשונות וואס כ'האב אויסגעלאזט אסאך מאל ווי" ודו"ק, ודוק כי קצרתי, וד"ל, וכו', א.ד.ג. וכדומה א.א.וו. און איך האף אז איינער האט עפעס פארשטאנען. און אויב נישט, איז פונקט אזוי גוט. ואם שגגתי, ה’ הטוב יכפר בעדי (ביטע נישט לערנען ער"פ אנשטאט "די בריוו".)
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך לאדיך אפ »

שרגא, איך בין דיך מקנא :like :like :like פון מיין זייט שלעפ ארויס פון פאליצע וויפיל ברוינע די ווילסט!! איך מיין מ'זאל טוישן די נאמען פונעם אשכול צו "פיזיקס פאר דאמיס"... אינאף געפלאפעלט.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך געפילטע פיש »

וואונדערבאר! עס אזוי שיין עס אראפצולייגען און מסביר'ן אויף פשוט פלעין יודיש איז א קונץ.
איין קליינע הערה'לה נאר, לולא דמיסתפינא:
שרגא האט געשריבן:יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום)

די ריכטיגע טרענסלעישאן פון gaining mass אדער become more massive איז נישט גענוי "ווערען גרעסער". ס'איז מער אז די ענערגיע וואס ס'נעמט זיך צו פארשנעלערן דעם פארטיקל ווערט קאנווערטעד צו מאסס. מאסס איז נישט איקוועלס גרויסקייט, גרויסקייט אויף גוייש איז וואליום (volume).
נאך א נקודה, ס'נישט אז ווי נענטער מ'קומט צו די ספיד אף לייט נעמט עס מער ענערגיע, ס'איז די עצם פארשנעלערן (ליין: אקסעלערעישאן) וואס נעמט ענערגיע, טאמער בלייבסטו אויפן זעלבען ספיד, צו וועלאסיטי, דארפסטו נישט מער ענערגיע צו בלייבן אויפן זעלבן קאנסטאנט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך יידל »

ישר כוח שרגא, איר זענט געוואלדיג!! (און יש"כ שש"ש פארן אזוי שיין ארויבסרענגן מיין שאלה). ישמעו חכמים ויוסיפו לקח. פארשטייט זיך אז מ'קען נישט פארשטיין אלעס אין איין טאג אבער ווי מער דער עולם וועט צולייגין - אפילו פשוטע באגריפען - וועלן אזעלכע עמעראצים ווי מיר פארשטיין פון וואס די מדובר איז.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך שרגא »

געפילטע פיש האט געשריבן:וואונדערבאר! עס אזוי שיין עס אראפצולייגען און מסביר'ן אויף פשוט פלעין יודיש איז א קונץ.
איין קליינע הערה'לה נאר, לולא דמיסתפינא:
שרגא האט געשריבן:יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום)

די ריכטיגע טרענסלעישאן פון gaining mass אדער become more massive איז נישט גענוי "ווערען גרעסער". ס'איז מער אז די ענערגיע וואס ס'נעמט זיך צו פארשנעלערן דעם פארטיקל ווערט קאנווערטעד צו מאסס. מאסס איז נישט איקוועלס גרויסקייט, גרויסקייט אויף גוייש איז וואליום (volume).

קלאר אזוי, נאר איך האב פשוט נישט געהאט קיין בעסערע וועג עס צו זאגן אין אידיש. אויך איז בעסער קודם א פשוטערע ווארט וואס לאזט זיך אביסל פארשטיין צו באגרייפן דעם ענין, דערנאך קען איינער גיין צום מער טעכנישן און ריכטיגן. מעס איקוועלט נישט גרויסקייט, אבער וויאזוי וואלסטו עס טאקע גערופן אין אידיש?

נאך א נקודה, ס'נישט אז ווי נענטער מ'קומט צו די ספיד אף לייט נעמט עס מער ענערגיע, ס'איז די עצם פארשנעלערן (ליין: אקסעלערעישאן) וואס נעמט ענערגיע, טאמער בלייבסטו אויפן זעלבען ספיד, צו וועלאסיטי, דארפסטו נישט מער ענערגיע צו בלייבן אויפן זעלבן קאנסטאנט.

דו זאגסט די זעלבע זאך ווי איך האב געזאגט. ווי נענטער מ'קומט צו די ספיד אף לייט (רש"י: ווי מער עס ווערט פארשנעלערט די געלויף [ערוך: שקוראין "עקסעלערישען"]), אלץ מער ענערגיע פעלט זיך אויס.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך יידל »

מעס אין אידיש איז דוכט זיך "מאס" (די זעלבע ווארט נוצט מען אויך פאר א מדה.) אינעם ראטה ווערטער אוצר שטייט אזוי געשריבן:
ראטה ווערטער אוצר האט געשריבן:מאָס שיעור, קוואנטום, קוואנטיטעט, קוואָטע, כמות, גראַד, וואָג, גרויס, פאַרנעם, מאָסשטאַב

דוכט זיך מיך ביי די וועי אז הלכה'דיגע שיעורים ווענדען זיך אין מעס (אדער גאר וואליום?), נו, איז דאך זייער פאסיג צו רופן "מעס" מיטן נאמען "מאָס".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך געפילטע פיש »

שרגא האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:וואונדערבאר! עס אזוי שיין עס אראפצולייגען און מסביר'ן אויף פשוט פלעין יודיש איז א קונץ.
איין קליינע הערה'לה נאר, לולא דמיסתפינא:
שרגא האט געשריבן:יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום)

די ריכטיגע טרענסלעישאן פון gaining mass אדער become more massive איז נישט גענוי "ווערען גרעסער". ס'איז מער אז די ענערגיע וואס ס'נעמט זיך צו פארשנעלערן דעם פארטיקל ווערט קאנווערטעד צו מאסס. מאסס איז נישט איקוועלס גרויסקייט, גרויסקייט אויף גוייש איז וואליום (volume).

קלאר אזוי, נאר איך האב פשוט נישט געהאט קיין בעסערע וועג עס צו זאגן אין אידיש. אויך איז בעסער קודם א פשוטערע ווארט וואס לאזט זיך אביסל פארשטיין צו באגרייפן דעם ענין, דערנאך קען איינער גיין צום מער טעכנישן און ריכטיגן. מעס איקוועלט נישט גרויסקייט, אבער וויאזוי וואלסטו עס טאקע גערופן אין אידיש?

נאך א נקודה, ס'נישט אז ווי נענטער מ'קומט צו די ספיד אף לייט נעמט עס מער ענערגיע, ס'איז די עצם פארשנעלערן (ליין: אקסעלערעישאן) וואס נעמט ענערגיע, טאמער בלייבסטו אויפן זעלבען ספיד, צו וועלאסיטי, דארפסטו נישט מער ענערגיע צו בלייבן אויפן זעלבן קאנסטאנט.

דו זאגסט די זעלבע זאך ווי איך האב געזאגט. ווי נענטער מ'קומט צו די ספיד אף לייט (רש"י: ווי מער עס ווערט פארשנעלערט די געלויף [ערוך: שקוראין "עקסעלערישען"]), אלץ מער ענערגיע פעלט זיך אויס.


ביזט גערעכט, כ'האב נאר געוואלט אויסקלארן, להוציא מלבן של צדוקים.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

שרגא האט געשריבן:לויט די ספעשל רעלאטיוויטי פון איינשטיין איז די ספיד אף לייט די מאקסימום ספיד וואס סיי וועלכע זאך אין די וועלט קען לויפן, צי חומר צי ענערגיע צי סיי ועולכע מעסלעס זאך. די ספעציפישע ספיד איז פשוט די פונדאמענטאלע באשטאנדטייל פון ספעיס-צייט אליין. אפילו גרעוויטי איז טעכניש די זעלבע ווי די ספיד אף לייט. אלע מעס-לעס פארטיקלס לויפן אויף דעם ספיד.


א גרויסן ייש"כ שרגא. ס'איז א חכמה צו קענען "איבערגיסן" אזעלכע פרעמדע קאנצעפטן אין אונזער היימיש-גערעדטער אידיש.

א גוטע אילוסטראציע לגבי גראוויטי האב איך געלייענט אז אויב די זון זאל עקספלאדירן, וועט געדויערן ארום 8 מינוט ביז די ערד-קוגל וועט אפעקטירט ווערן. באמערקט: נישט ביז מיר וועלן "זען" די עקספלאזיע, נאר ביז סיי וואספארא אפעקט וועט למעשה געשען. דאס איז ווייל די זון איז ווייט פון אונז 8 מינוט-ליכט, (93 מיליאן מייל. ליכט פליט 186,000 מייל א סעקונדע.) במילא וועט עס געדויערן אזויו לאנג ביז די "השפעה" פון דער זונ'ס אקט וועט אריין אין "אפעקט".

א קליינע באמערקונג: די שנעלקייט פון ליכט באריערע איז נישט נאר פאר "ממשותדיגע" זאכן (חומר און ענערגיע) וואס ריקן זיך פון פלאץ צו פלאץ, נאר בכלל פאר אלעם. אינפארמאציע קען אויך נישט פליען שנעלער פון דעם ספיד אוו לייט. דאס הייסט, סיי וואספארא קאמוניקאציע פון סיי וואספארא סארט 2 זאכן קען נישט געשען שנעלער ווי דעם "אוניווערסאלן ספיד לימיט": 186,000 מייל פער סעקונדע.

די לעצטע הנחה האט מוראדיגע קאנסעקווענצן, וואס זענען נולד געווארן שפעטער אין איינשטיינ'ס קאריערע, באקאנט אלס "קוואנטום ענטענגלמענט" -- Quantum entanglement. דאס איז א סוגיא פאר זיך.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

ס'איז מערקווירדיג וואס נאך איינשטיין זענען "קפיצת הדרך" און "למעלה מן המקום" און "למעלה מן הזמן" געווארן פשוט'ע סייענטיפישע פאקטן. מיר האבן שוין היינט א "לסבר את האוזן" סטיל משל אויפ'ן רש"י פון "קפצה לו הארץ".
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך שרגא »

יענקל, א דאנק פאר די קלארקייט.
פשוט קאמפליצירט, יא, עס איז טאקע איינע פון די זאכן וואס קיינער וואלט נישט גע'חלומ'ט אז א מענטשליכער מענטש זאל קענען "פארשטיין" און מאכן דעם חשבון אויפ'ן פאפיר אז למעלה מן הזמן איז א מציאות. בעסער געזאגט, אז דער גאנצער באגריף פון צייט איז נישט "עכט" (נישט "אבסאלוט", נאר רעלאטיוו).
אגב, איז אויך פיל שענער געווארן דער ערשטער "יהי אור" ביי מעשה בראשית, וואס סיי פשוט פשט איז אביסל אינטערעסאנט אז דוקא ליכטיגקייט איז געווען די ערשטע זאך, ווי אויך די מפרשים פלאגן זיך וואס איז יענער אור און ואוס איז די זון און מאורות וואס זענען ערשט שפעטער באשאפן געווארן? נאר לויט הרב איינשטיין פארשטייט זיך דער "יהי אור" ממש כמין חומר, ווי עס איז דאך אזא פונדאמענטאלער טייל פון דער בריאה. ממש די ערשטע זאך נאך "והארץ היתה תהו ובהו", קומט טאקע באלד די ערשטע זאך אין דעם דריטן פסוק "ויאמר אלוקים יהי אור", וואס מיינט די ספיד אף לייט. ודו"ק היטב
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

שרגא האט געשריבן:אגב, איז אויך פיל שענער געווארן דער ערשטער "יהי אור" ביי מעשה בראשית, וואס סיי פשוט פשט איז אביסל אינטערעסאנט אז דוקא ליכטיגקייט איז געווען די ערשטע זאך, ווי אויך די מפרשים פלאגן זיך וואס איז יענער אור און ואוס איז די זון און מאורות וואס זענען ערשט שפעטער באשאפן געווארן? נאר לויט הרב איינשטיין פארשטייט זיך דער "יהי אור" ממש כמין חומר, ווי עס איז דאך אזא פונדאמענטאלער טייל פון דער בריאה. ממש די ערשטע זאך נאך "והארץ היתה תהו ובהו", קומט טאקע באלד די ערשטע זאך אין דעם דריטן פסוק "ויאמר אלוקים יהי אור", וואס מיינט די ספיד אף לייט. ודו"ק היטב


שיין. סייענס ווייסט שוין היינט אויך אז ליכטיגקייט ("פאוטאנס") זענען באשאפן געווארן עטליכע מייקרא-רגעים נאך בריאת העולם. אין די ערשטע מאמענטן פון באשאף איז געווען חושך און כאאס (תוהו ובוהו וחושך).
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

דער לעצטער נאגן אינעם ארון

שליחה דורך יידל »

דער לעצטער קלאפ אינעם ארון פונעם טעאריע אז נוטרינא פארטיקלס קענען לויפן שנעלער ווי די ספיד פון ליכטיגקייט האט באקומען איז ענדליך אנגעקומען. סערגיא בערטאלוצי, וועלכער פירט אן די שווייצע לאבאטאריע "CERN" אין וועלכע מ'האט צום ערשט "אויסגעפונען" אז נוטרינא פארטיקלס לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט האט צוויי טעג צוריק אין א סטעימענט געזאגט אז פיר שטודיעס אינעם צערן לאבאטאריע און נאך צענדליגע שטודיעס איבער די וועלט וועלכע האבן פרובירט איבערצומאכן די ערשטע שטודיע האבן אלע געוויזן אז "נוטרינא פארטיקלס פאלגן אויס נאטור'ס געזעצן" כלשונו און די רעזולטאטן פונעם ערשטן שטודיע זענען ווארשיינליך געקומען פון א פעלערהאפטיגן זייגער. "טיף אראפ האבן מיר אלע געוויסט אז די רעזולטאטן זענען נישט ריכטיג.".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

שרגא האט געשריבן:עס איז ווי איינשטיין האט עס גערופן "די ספיד לימיט פון די יוניווערס". גארנישט אין די וועלט קען נישט לויפן שנעלער ווי דעם. און סיי וואס עס האט מעס, קען קיינמאל נישט אנקומען צו די ספיד אף לייט, ווייל פארטיקלס וואס האבן מעס פארלאנגט ענערגיע זאל זיי פארשנעלערן. יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום), ממילא כדי אנצוקומען צו די שנעלקייט פון ליכט וואלט זיך פארלאנגט ענדלאזע (אינפיניטי) ענערגיע, און עס עקזיסטירט נישט אין די גאנצע וועלט גענוג ענערגיע צו קענען טרייבן אפילו איין פארטיקל וואס האט מעס צו לויפן אזוי שנעל ווי די ספיד אף לייט.


א גרויסער ישר כח פארן נעמען די מיה און אריינלייגען אזויפיל כוחות נאר צו מהנה זיין אנדערע.

איך ווייס אז שרגא האט שוין לאנג נישט געשריבן, לפחות נישט אויף די נאמען. אפשר קען מיר א צווייטער חבר העלפן. איך פלאג מיך שוין לאנג צו פארשטיין די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט. איך פארשטיי אז די עצם פארשנעלערן נעמט מער ענערגיע צו קענען טוישן דעם מצב פון שנעלקייט.
וואס איך פארשטיי נישט: לויט די חשבון, פארוואס ביז "כמעט" די ספיד אף לייט האסטי נישט קיין פראבלעם אנציקומען (עט ליסט און טעאריע), אבער אייניג דערצו, אדער שנעלער האסטי יא א פראבלעם. וואס מאכט די לימיט נישט צו קענען אנקומען אהין? פארוואס פארלאנגט זיך אזויפיל ענערגיע דווקא ביי די ספיד און נישט פארדעם?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

לכאורה פארשטיי איך דאס אזוי; די אוניווערסאלע כח התנועה איז לימיטעד צו ספיד אף לייט, און אפילו מ'זאל צוזאם נעמען די ענערגיע פון גאנצן אוניווערס וועט דאס נישט זיין גענוג צו פארשנעלערן דעם ספיד. אלזא אויב קומט צו מאסע צו א פארטיקל שוואכט דאס אטעמאטיש אפ דעם מאקסימום כח התנועה וואס פרובירט איר שטופן צום ספיד אף לייט, וואס דיזע כח ווי דערמאנט איז נישט שייך צו פארשטערקן אפילו מיט די גאנצע ענערגיע וואס געפינט זיך אין די אוניווערס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט