חיזוק אין אמונה פאר אונזער דור שפל!!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

חיזוק אין אמונה פאר אונזער דור שפל!!

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאור די אלע אשכולות וואס ווערן דא לעצטנס געעפנט און ברענגט אריין א קרירות ביי אסאך חברים, אנשטאט זיין ביזי מוחה זיין און האקן דערויף אן ערפאלג (ליידער), דארפן מיר גיין די פאזיטיווע זייט (מען דארף דאך עפענען פאזיטיווע אשכולות, ריכטיג?) און אנהייבן אויסצושמועסן חיזוק אין די אמת'ע אמונה, נישט צו ווערן פארפירט פון דעם דרך המקובל לנו מאבותינו ורבותינו נבג"מ. נישט אז איך האלט מען זאל זיך נאריש מאכן מיט יעדע חומרא'לע כאילו ס'איז א דאורייתא, אלע וואס קענען מיך דא ווייסט אז איך בין גאר ווייט פון דעם, אבער אמונה! דאס איז דאך דער (פינטעלע) איד, און איש צדיק תמים, בא חבקוק והעמידן על אחת צדיק באמונתו יחיה, די אמונה שלימה דאס איז דער בירור האחרון אין דעם דור בעפאר משיח וועט אונז קומען אויסלייזן, כמבואר מפי ספרים וסופרים.

עס הערשט א שרעקליכער הסתרת פנים. ריזיגע שטיקער פון כלל ישראל גייט נעבעך פארפאלן, ואין לאל ידינו. מען קוקט צו מיט אנגסט און מיט שרעק ווי זיי טראסקען אין תהום, און דא עפענען זיך גאר אשכולות צי טאטעס האבן "רעכט" צו זיין אנגעווייטיגט. מיי גאש! יעדער ערליכער איד וואס האט נאר א טראפעלע גאט אין הארצן דארף זיין אנגעווייטאגט! ווען איינער כאפט א פאטש איז נאריש צו דיסקוסירן אויב ער האט רעכט עס זאל אים וויי טון... וואספארא מין דעבאטע איז דאס?

לענינינו – די הסתרת איז פנים איז ריזיג, והחושך יכסה הארץ, דער ציבור – אפילו די ערליכע – דרייען זיך ארום מלא ספיקות והרהורים און קשיות. און מיט רעכט. די ספיקות ציפן אין הארץ און מאנען און שרייען פון יעדנס געוויסן, וואס גייט דא פאר? אמת טאקע אז עס מאכט זיך צומאל צדיק ורע לו, אבער בדורינו איז עס אלף פעמים ככה, מען זעהט כל כולו מזל שיינט צו די לינקע זייט, יש רשע שהשעה משחקת לו, און די ערליכע זיצן פארווייטאגט ברוחניות ובגשמיות, נסיונות מבית ומבחוץ, מען פרובירט זיך אנצוהאלטן ביי די אמונה מיטן לעצטן פאדעם, מען זאל נישט איבעררייסן דעם לעצטן שטריקל וואס פארבינדט אונז צו אונזער באשעפער, צו אונזער הייליגע מסורה, צו אונזער תורה הקדושה... און פילע מאכן עס נישט אדורך, יעדער מיט זיינע תירוצים און אויסריידן, פון ליינען אפיקורס'ישע בוכער און רעדן צו חברים כופרים ביז זיך אנלייענען מיט סייענס און אנדערע גוטע יאר (וואס איז ממש נישט אויסגעהאלטן) נאר כדי אריינצוברענגען אין זיך ספיקות וועלכע ווערט צו שווער צו פארענטפערן. הצד השוה שבהם אז מען פאלט אוועק, און מען הייבט אן שטויסן אין אלעם וואס מיר האבן געלערנט און מקבל געווען מדורי דורות רח"ל.

זה לעומת זה, וויל איך דא ווידמען דעם אשכול פאר עניני חיזוק, אונז אלע וואס ווילן זיך האלטן צו די אמונה אין בורא עולם, און טרעפן זיך אן מיט א שיין ווארט, א ווארט פון חיזוק וועלכע מיר אלע קענען נוצן כמים קרים על נפש עייפה, און זיין פארנומען מיטן 'עשה טוב' אנשטאט דעם 'סור מרע', די גוטע חלקים זאלן איבערוועגן די קשיות און די נסיונות וועלכע ווירבלט אין די מחשבות אומגערופן, און אויפבויען אין זיך אוצרות חיזוק פון די קוואלן וואס מיר האבן אין די תורה הק'.

בשום פנים ואופן איז נישט ערלויבט זיך צו טענה'ן און אראפרייסן בעניני אמונה. מען מעג פרעגן שלא על מנת לקנטר, און מען קען דעבאטירן געוויסע פרטים, אבער דאס דארף פארבלייבן א הייליגער אשכול שרוח חכמים נוחה הימנו. אן קיין אויסנאם!

[center]* * * * *[/center]

ראובן איז געווען א וואוילער איד. ער האט געהאט א שיינעם הויז מיט אלע באקוועמליכקייטן. ער פלעגט ארייננעמען געסט און זיי געבן אש"ל מלא, און די אורחים האבן זיך מחיה געווען.

ויהי היום, און ראובן זאגט צו די געסט, אז צוליב א סיבה האט זיך די עלעקטריק צובראכן, און עס צו פארריכטן איז א לאנג-פארצווייגטע ארבעט, עס קען נעמען איבער א חודש! דערווייל וועט זיין פינצטער אין שטוב. מען וועט ווייטער טיילן עסן, מען וועט קענען שלאפן, אבער מען וועט נישט זעהן פון וואו עס קומט, עס וועט זיך דוכטן אז עס איז א הפקירות אין שטוב, אבער מען זאל וויסן אז באמת יש מנהיג לבירה. ראובן איז עקוויפט מיט "נייט-וויזשאן" ברילן וועלכע ארבעט מיט אינפרארעד, און ער קען אלעס קלאר זעהן אפילו אין דער פינצטער, און ער וויל זאגן פאראויס למען ידעו אז טראץ די פינצטערניש, האט אלעס א חשבון.

וכך הוה, די לעקטערס האבן זיך פארלאשן קורצליך דערנאך, און עס איז געווארן טונקל. עס האט געהערשט א צעמישעניש, מענטשן זענען געפאלן און האבן זיך צוקלאפט פון די שיינע פורניטשער, זאכן האט אויסגעקוקט פארנעפלט... די קלוגע אורחים האבן געדענקט די הקדמה, און האבן זיך געהאלטן געטריי צום בעה"ב, זיי האבן דאך קלאר געזעהן אז עס האט פאסירט וואס דער בעה"ב האט פאראויסגעזאגט, און סוף כל סוף וועט נאך צוריק ליכטיג ווערן און דאן וועט מען זעהן מי ומי ההולכים. אבער אנדערע אורחים זענען אויסגעלאפן פון געדולד, און האבן אנגעהויבן לייקענען אז עס איז בכלל פאראן א בעה"ב. בפרט די נייערע אורחים וואס האבן נישט בפירוש געהערט פון ראובן זיין דרשה, עס איז נאר געווען מקובל איש מפי פיש, האבן געהויבן די אויגן-ברעמען. ס'טייטש, ווי קענסטו זאגן עס איז דא א בעה"ב, איך קוק ארום איבעראל און איך זעה גארנישט!.. איך בין גענוג קלוג צו פארשטיין אליינס מיין וועלטל, ואין לדיין אלא מה ש"עיניו רואות", קום מיר נישט איינרעדן מעשיות אז איינער האט אמאל עפעס געזאגט, דאס זאגסטו נאר ווייל עס איז דיר באקוועם צו זאגן אזוי, איך וועל זיין קלוגער, אפפוצן פון דא און גיין אויף אנדערע בעסערע פלעצער....

דער נמשל איז פשוט: דער הסתרת פנים זעלבסט דארף אונז דינען ווי דער גרעסטער חיזוק אין אמונה! ווען מען זעהט ווי חז"ל האבן אונז פאראויס געזאגט די שרעקעדיגע נבואות אויף עיקבתא דמשיחא, ווען מען זעהט ווי עס ווערט מקויים במלוא מובן המלה די הבטחה פון השי"ת "ואנכי הסתר אסתיר פני היום ההוא", מען איז מתפלל און עס קען זיך דוכטן אז קיינער הערט נישט אויס אונזערע תפלות, מען פרובירט צו זיין ערליך און אפגעהיטן טראץ וואס די נסיונות שטארקן זיך איבער אונזערע שוואכע כוחות און מען פאלט אדורך כסדר, אבער מען ווייסט אין הארצן אז אזוי דארף עס זיין! עס ארבעט פונקטליך לויטן פארגעשריבענעם בלו-פרינט אין הימל! חז"ל האבן אונז פאראויס געזאגט אז עס וועט זיין ביטער שווער צו זיין א ערליכער איד! יעדע מצוה וועט אנקומען שווער ווי קריעת ים סוף, און עבירות וועט זיין א מחי'! מען וועט זיך מוטשען מיט די ריינע אמונה! און לא נפל מדבריהם ארצה, די אלע סימנים פון פרק חלק במס' סנהדרין פון עיקבתא דמשיחא ווערט מקויים יעדע איינע.... דאס גיט דאך אריין א געוואלדיגע חיזוק, אז יש מנהיג לבירה! ער האט געזאגט עס וועט ווערן טונקל, און עס איז טאקע טונקל געווארן!

די אונטער-חכמים לייקענען אין אלעם. זיי האלטן זיך קלוגער ווי אלע פריערדיגע דורות, און זיי פארטייטשן די גאנצע אידישקייט מיט די תורה הק' לפי רוחם. און ס'רוב פון זיי פאלן במשך הזמן גענצליך אוועק, אדער קענען זיי גיין מיט די צדוקים וואס נעמען אן נאר די חלק תורה וואס זיי געפעלט... זיי זעהען א הסתרת פנים, און טייטשן עס אויס אז אכן נודע הדבר, נישטא קיין גאט, אידישקייט איז פאלש למחצה לשליש ולרביע, די תורה איז נישט מן השמים, און נאך נארישע געמיינע טענות. לו חכמו ישכילו זאת, וואלטן זיי איינגעזעהן אז די הסתרת פנים איז די גרעסטע ראי' אז עם ישראל חי לנצח נצחים! יעדעס ווארט וואס מיר האבן מקבל געווען איז אמת לאמיתו! און מען קען נישט זיין קלוגער, עס ארבעט נישט!

מיר וועלן זיך דעריבער האלטן געטריי צו מסורת אבותינו, און זיך נישט לאזן נאכשלעפן נאך געציילטע מסיתים ומדיחים, נישט קיין חילוק אונטער וועלכע שלייער, נאמען, אדער ארגאניזאציע זיי באהאלטן זיך. מיר וועלן ממשיך זיין צו לערנען ספרי חסידות ומוסר, וויסן אונזער אויפגאבע אויף דער וועלט אין דעם געמיינעם דור השפל, און עס וועט קומען בקרוב א צייט, אז ימלא שחוק פינו, אלעס שאלות וועלן פארענטפערט ווערן מיט א גענויעם חשבון. ומי שאמר ויהי ערב יאמר ויהי בוקר. בב"א.
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'גראדע נישט דא קיין הסתרת פנים.
רוב פראבלעמען קומען פון די מענטשהייט. אלוקים עשה את האדם ישר...
סרנו ממצותיך וממשפטיך הטובים - חייב אדם ללמד את אומנות, למשל, - ולא שווה לנו.
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויב דארף איינער חיזוק אין אמונה, זאל ער קוקן אויף זיך אליינס, און זיך מתבונן זיין צי די סיפוק פון א ווארימע נשמת, א בלאט גמרא בעיון, א געפיל פון צדקה וחסד, קומט נאנט צו א אויסגעדראשענע סיפוק פון גשמיות!
דאס שרייעט דאך העכער ווי אלעמען!
אלע תאוות עולם הזה, פון אלע שיטות און רעליגיעס, קומען נישט צו צום געהויבענעם געפיל וואס א איד האט ווען ער טוט א דבר רוחני, בפרט אויב עס קומט אן שווער! ווייל די נשמה, דיין רוח החיים, איז זיך מחיה דערמיט!
און די עקלדיגע געפיל נאכן טון אפילו א בא'טעמ'טע עבירה... אךךך............

דאס ווייזט דאך קלאר ווי דער אמת איז. וואס דארף מען מער ווי דעם?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

אי משום הא אינו ראיה. א גוי פילט נישט שלעכט נאכן עובר זיין אויף איינע פון די שבע מצות. דאס וואס דו פילסט שלעכט איז צוליב גילטי קאנטשענס וויאזוי מ'האט ידר אויפגעצויגן פון קליינווייז אן און אזוי איס פראגרעמט געווארן אין דיין מח ודו"ק
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

שיטה מקובצת האט געשריבן:הערליך הערליך שמעקעדיג.
כ'קאווע ועוד, כ'האב אמאל געזען/געהערט בשם א גדול: מענטשן פרעגן וואו השי"ת איז געווען ביי דעם האלאקאסט, און איך פרעג וואו איז דער מענטשהייט געוועהן?!

ווער איז דער גדול? א האלאקאסט מיט לעבער? אזער א מעריקאנער יונג?
נישט ח"ו אז איך פארגיטוג די מענטשען וואס האבן געפרעגט אזעלעכע שאלות, אבער טאמער דער גדול וואס די זאגסט נאך איז א היינטיגע זאל ער זיין מוחל אין שוואגען
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

כהאב אמאל געהערט א גרויסע מחזיר בתשובה ענטפערן פאר אן עלטערע פרייע איד וואס האט געשריגען וואו איז גאט געוועהן ביים האלאקאסט, מיט אזא משל :
סאיז אמאל געוועהן א קינד וואס האט זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין, זיין פאטער האט פראבירט מיט גוטן און מיט בייזן, אבער אן ערפאלג. זעהנדיג אז דאס קינד פארשטייט נישט קיין אנדערע וועג האט דער פאטער זיך איין טאג פארשטעלט ווי א לייב, אריין געקומען אין שטוב און באפאלן זיין זון. דאס קינד האט אנגעהויבן ארום לויפן פאר שרעק אבער דער לייב האט אים צוביסען און צוריסען אן קיין רחמנות. אפאר שעה שפעטער ווען דאס קינד טרעפט זיין פאטער און פארשטייט וואס דא האט פאסירט, פירט דער מחזיר בתשובה אויס אין העבערעיש, "יש שתי סוגי ילדים. ילד אחד אומר, אבא צדקת. וילד אחד שואל, אבא איפוא היית?".
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
שיטה מקובצת האט געשריבן:הערליך הערליך שמעקעדיג.
כ'קאווע ועוד, כ'האב אמאל געזען/געהערט בשם א גדול: מענטשן פרעגן וואו השי"ת איז געווען ביי דעם האלאקאסט, און איך פרעג וואו איז דער מענטשהייט געוועהן?!

ווער איז דער גדול? א האלאקאסט מיט לעבער? אזער א מעריקאנער יונג?
נישט ח"ו אז איך פארגיטוג די מענטשען וואס האבן געפרעגט אזעלעכע שאלות, אבער טאמער דער גדול וואס די זאגסט נאך איז א היינטיגע זאל ער זיין מוחל אין שוואגען

דו ביסטאך אויך א היינטיגע, זיי מוחל, זיי שטיל.
Under influence
קאוועניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:47 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך קאוועניק »

נעבעך שמעקי פרובט צו מאכען עפעס א אשכול צום זאך, קומט קאווע אין רעדט פון ללמוד אמנות , שמעקי זאג דעם אמת, האסטו דאס געמיינט?
האסטו געטראכט אז מ'גייט דא רעדן ווי גאט איז געווען ביי די שואה?
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אי משום הא אינו ראיה. א גוי פילט נישט שלעכט נאכן עובר זיין אויף איינע פון די שבע מצות. דאס וואס דו פילסט שלעכט איז צוליב גילטי קאנטשענס וויאזוי מ'האט ידר אויפגעצויגן פון קליינווייז אן און אזוי איס פראגרעמט געווארן אין דיין מח ודו"ק


האסט פארגעסן חלילה פון דיין פינטעלע??

די האסט'ך א חלק אלוק ממעל וואס פילט זייער צושאסען נאך א זינד, און שפירט דערהויבען נאך אן דבר מצוה.

...-....
אשריך שמעקעדיג כמוך ירבו בישראל נאך פילע פאזיטיווע יודישקייט שמועסן בבחינת מוסיף והולך כשיטת בית הלל
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

כהאב קיינמאל נישט פארשטאנען די שאלה ווי איז ג-ט געווען ביי די האלאקאסט. איז דען נאך דא אזא קלארע ווארענונג, ווי ג-ט ב"ה ווארענט אונז אין די תוכחה, אויב מען וועט טרעטן אויף זיין תורה וועט קומען א האלאקאסט ה"י. ה.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יא ס'איז דא א ווארענונג, די שאלה איז נאר וואס האבן אידן געטון ערגער אין 1939 ווי די לעצטע 5000 יאר. נישט אז ס'איז נישט דא קיין תירוץ ח"ו , נאר ס'איז צריכין לימוד.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שמעקעדיג, קאנגראטולאציעס פאר'ן עפענען דעם אשכול מיוחד פאר חיזוק אין אמונה. כידוע לאנשי שלומינו האלט איך גאר שטארק פון אמונה פשוטה.
איך וועל זיך נאר ערלויבן צו מעיר זיין א קורצע הערה, אז בשעת מען איז זיך מחזק אין אמונה פעלט נישט אויס צו מגנה זיין דערביי אנדערע מהלכים און אנשויאונגען. אזעלכע זאצן ווי "פון ליינען אפיקורס'ישע בוכער און רעדן צו חברים כופרים ביז זיך אנלייענען מיט סייענס און אנדערע גוטע יאר (וואס איז ממש נישט אויסגעהאלטן) נאר כדי אריינצוברענגען אין זיך ספיקות וועלכע ווערט צו שווער צו פארענטפערן." קענען מאכן טראכטן אז כדי צו זיין א מאמין טאר מען נישט ליינען סייענס אדער אז מען מוז אפהאקן מיט חברים וואס האבן ליידער נישט זוכה געווען צו זען דעם אור פון תורה ומצוות. די אמת'ע, שטערקסטע אמונה וואס וועט בלייבן פעלזן פעסט קעגן אלע קשיות און ספיקות, איז אזא סארט אמונה וואס דארף זיך נישט כסדר קריגן מיט יעדנ'ס מיינונגען. פארוואס גלייב איך? ווייל איך שפיר אז דאס איז דער אמת. נישט ווייל איך האב סייענטיפישע באווייזן. ממילא קומט אויטאמאטיש אויס אז מען קען דאס נישט אפפרעגן מיט סייענס און אפיקורסות וכדו'. טאקע ווי דו שרייבסט שפעטער:
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב דארף איינער חיזוק אין אמונה, זאל ער קוקן אויף זיך אליינס, און זיך מתבונן זיין צי די סיפוק פון א ווארימע נשמת, א בלאט גמרא בעיון, א געפיל פון צדקה וחסד, קומט נאנט צו א אויסגעדראשענע סיפוק פון גשמיות!
דאס שרייעט דאך העכער ווי אלעמען!
אלע תאוות עולם הזה, פון אלע שיטות און רעליגיעס, קומען נישט צו צום געהויבענעם געפיל וואס א איד האט ווען ער טוט א דבר רוחני, בפרט אויב עס קומט אן שווער! ווייל די נשמה, דיין רוח החיים, איז זיך מחיה דערמיט!
און די עקלדיגע געפיל נאכן טון אפילו א בא'טעמ'טע עבירה... אךךך............

דאס ווייזט דאך קלאר ווי דער אמת איז. וואס דארף מען מער ווי דעם?

פארשטייט זיך אז דאס רעכנט אויך אריין אז פונקט ווי דו רעספעקסטירסט דיינע אייגענע הרגשים דארפסטו אויך רעספעקטירן א צווייטנ'ס הרגשים. אויב איינער האט נישט די הרגשים וואס דו שפירסט בשעת'ן טון א מצוה אים נישט באשרייען אלס אפיקורס און טיפש וכו', נאר אלס איינער וואס האט אן אנדער טעיסט אין הרגשה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שמעקעדיג, זייער שיין!

די פארגאנגענע וואך אין די פרשה זעהט מען א געוואלדיגע זאך. די שבטים האבן נישט געקענט פארשטיין וואס דער מצרי'שער קעניג וויל פון זייער לעבן האבן, ער האט זיך סתם גענומען אויף זייערע ביינער זיי צו דערגיין די יארן אן קיין שום בארעכטיגטע סיבה. און ווי מען זעהט אין חז"ל האבן זיי געזעהן אין אים אז ער איז אן ערליכער מענטש, און דאס האט זיי נאך מער צומישט, אויב ער איז יא אן ערליכער, דאן פארוואס רייט ער אזוי אויף זיי, פארוואס האט ער זיך אזוי פארלייגט אויף זיי?
אבער די אלע קשיות זענען פארענטפערט געווארן בלויז מיט צוויי ווערטער וואס יוסף האט געזאגט: "אני יוסף", יעצט שטימט שוין אלעס זייער גוט. עס איז געווען בלויז גאר א קליין שטיקל אינפארמאציע וואס האט זיי געפעלט, וואס מיט דעם שטימט אלעס א מחי'.

א איד דרייט זיך ארום מיט קשיות, ער פארשטייט נישט פארוואס אלעס גייט אים אזוי שלעכט קאפויער, פון איין זייט ווייסט ער אז דער אייבערשטער איז א גוטער, טוב ה' לכל, און אלעס דארף זיין גוט, אבער למעשה זעהט ער נישט אזוי ארויס די גוטסקייט. דאן דארף מען געדענקן אז עס קען זייער מעגליך זיין אז מען פארפעלט פשוט א גאר קליין חלק אינפארמאציע, און ווען מען גלייבט באמונה שלימה אז דער אייבערשטער שטייט אונטער די אלע זאכן, און מען טראסט אים אז ער ווייסט און פארשטייט גוט ווי אזוי צו פירן די וועלט, דאן איז די מצב אסאך רוהיגער.
אמאל קומט א צייט וואס מען זעהט און מען שפירט דעם "אני יוסף", זאכן ווערן שיין פארענטפערט און ווערן געשטעלט אויפן פלאץ, און אמאל דארף מען נאך ציווארטן אויפן תירוץ. אבער דאס איז אמאל זיכער אז אלעס שטימט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

שכוח שמעקעדיג פאר דיינע ווארימער דברי חיזוק.

בנוגע די האלאקאסט שמעתי מכמה גדולי ארץ ז"ל אז בעסער אז מען רעדט נישט דערפון כי קשה לבן אדם להלמו, זיי האבן געהאלטן אז עס איז שווער פאר א מענטש צו שלינגען אזא זאך, בעסער וידם אהרן. איי איך האב קשיות, אבער די תירוצים וועלן נאר ערגער מאכן.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

א משל לחזק אמונה

שליחה דורך ראש הישיבה »

בהמשך צו די משל פון שמעקעדיג שמעתי, א מעשה.

אז א פריץ האט אמאהל אריין געווארפן אפאהר אידן אין א טיפע גרוב, פארן נישט צאלן קיין ראטע. ער האט אריין געווארפן מאן אין ווייב. בתוך הבור הזה האט זיך יעדער געמוזט טרעפן זיין ווינקען מיט שטיינער ווי ער האט פארברענגט מיט זיין ווייב. יעדן אינדערפרי אכט אזייגער פלעגט זיך די דעקל פון די גרוב עפענען און דער שומר האט אריין געווארפן אביסל אויסגעקארגטע עסן פארן טאג. אזוי איז נעבעך אריבער א לענגערע צייט זיי האבן זיך געמוזט צוגעוואונען צום ביטערע מצב. קיינער האט זיי נישט אויסגעלייזט (נישט ר'משה לייב סאסעבער, נישט רבי לייב שרה'ס אין נישט די שפאלע זיידע).

דערווייל איז דארט געבוירן געווארן קינדער. די קינדער האבן זיך געמוזט אריענטירן די זעלבע וועג. יעדער האט געהאט זיין שטיין, זיין ווינקעל. בהמשך איז געבוירן געווארן אייניקלעך, און אזוי ווייטער.

די זיידע האט איינמאהל צוזאם גענומען אלע קינדער און אייניקלעך און ער זאגט זיי: וויסן זאלט איר אז דאס איז נישט די גאנצע וועלט! עטס זעטס יעדן אינדערפרי ווען די דעקל עפנט זיך אויף, דארט איז דא א ריזיגע וועלט מיט שטעט. יעדער שטאט האט פיל מיט גאסן. יעדער גאס האט פיל מיט בנינים. יעדער בנין פיל מיט משפחות. עס איז דא געשעפטן וכו', און מיר ווארטן אז איינער זאל אונז פון דא ארויס נעמן. דאס איז געוועהן זייער אינטערסאנט פאר זיי.

אפאהר טעג שפעטער איז די זיידע נעבעך געשטארבן דארט אין די גרוב. די קינדער און אייניקלעך האבן אים דארט באגראבן.

במשך הזמן איז געווארן א וויכוח צווישן די אייניקלעך בנוגע די זאך וואס די זיידע האט זיי פארציילט וועגן די וועלט, צו איז עס אמת אדער נישט. די מעהר תמימות'דיגע האבן געטענה'ט אז מען דארף גלייבן זיידי, און אויב זיידי האט אזוי געזאגט מוז עס זיין אמת. די מעהר קלוגערע אינטעלעגענטע אייניקלעך האבן געטענה'ט אז די זאך איז נישט אמת לא דובים ולא יער. די גאנצע וועלט איז נאר דא אין דער גרוב וזהו! נישטא קיין שטעט, נישטא קיין גאסן, נישטא קיין בנינים, נישטא קיין משפחות. זיי האבן געברענגט ראיות לדבריהם גג על גג. אזוי איז די וויכוח אהנגעגאנגען פאר לאנגע יאהרן.

ויהי היום אין די דעקל פון די גרוב עפנט זיך אויף אינמיטן טאג (נישט אין די געווענטליכע צייט ווי יעדן טאג). עס ווערט ליכטיג פאר א קורצע צייט, מען הערט קולות, און א מענטש קומט אריין צו פליען. ער פארציילט אז היות ער האט נישט געצאלט זיין ראטע, האט אים זיין פריץ נעבעך אריין געווארפן.

אלע אלטגעזעסענע אייניקלעך האבן געזעהן אז יעצט איז א געלעגנהייט צו מברר זיין זייער וויכוח. זענען אלע געקומען פריגן דער מענטש, איז עס אמת אז אויבן העכער דעם דעקל איז דא א גאנצע וועלט? איז דא דארט שטעט? אויך גאסן? אויך בנינים? אויך משפחות? אויך געשעפטן? פאבריקן? אויף אלעס האט ער געענטפערט יא יא יא, צו זייער גרויסע שטוינונג! האבן די קלוגערע אינטעליגענטע אייניקלעך געפרעגט אבער ווי קען עס זיין, אונז האבן דער ראיה דער ראיה דער ראיה. ענטפערט ער: איך ווייס נישט וואס פארא ראיות עטס האטס, אבער איך קום פון דארט!!

והנמשל?
דערווייל לאז איך אלע חשובע כותבים זאגן זייער אייגענע נמשל (אולי מיט דער צייט וועל איך אויך זאגן).
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

ווי אזוי האבן זיי געהאט קינדער דארט? ;)
.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

I'm back האט געשריבן:ווי אזוי האבן זיי געהאט קינדער דארט? ;)


עס איז דא א קבלה בקרב חסידי קארלין, אז איינער פון די רבי'ס (דאכט זיך די זין פון רבי אשר), איז געבוירן געווארן דורך דעם וואס די רבי האט געגעבן פארן רעבעצין א גלעזל טיי.

אם קבלה נקבל..
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

די נמשל

שליחה דורך ראש הישיבה »

איך וועל זאגן א נמשל וויאזוי איך האב עס געהערט. איך האב עס געהערט צוויי מאהל ביידע מאהל מיט ענדליכע נמשלים. והמשכיל ישכיל והמבין יבין

1. א מענטש איז א גאנץ לעבן פארנומען מיט מחשבות איבער ידיעה/בחירה, אחדות השם אמונה וכו'. אלץ איז ער פארנומען מיט קשיות תירוצים ראיות ופירכות, ער האראוועט אויף דעם א גאנץ לעבן. אבער ווען מען שטייט נעבן די רבי די גרויסע צדיק, פאלט אלעס אוועק, ווייל עס שרייט זיך פון צדיק, וואס רעדסטו נארישקייטן ראיות מיט קשיות, 'איך קום דאך פון דארט'.

2. כעין זה: א מענטש איז א גאנץ לעבן פארנומען מיט מלחמת היצר, מחשבות איבער ידיעה/בחירה, אחדות השם אמונה וכו'. אלץ איז ער פארנומען מיט קשיות תירוצים ראיות ופירכות, ער האראוועט אויף דעם א גאנץ לעבן. אבער לאמת שרייט די נשמה, וואס רעדסטו נארישקייטן, 'איך פיל דאך דעם רבש"ע'. דעק מיר נאר אויף לאז מיר (די נשמה) ארויף אויף די האריזאנט וועסטו עס אויך פילן.

וויאזוי לאזט מען אדורך? פשוט. הער אויף צו פאשענען און שטאפן די גוף מיט אלע מינע גראבקייטן, הייב אהן אביסל מיר צו פאשענען מיט תורה מצוות ומעשים טובים, וועל איך קענען ארויף שווימען און דו וועסט אויך אביסל קענען פילן גאט.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דערמאנסט מיר א מעשה. ס'געווען א מאל א איד וואס האט ליידער אפגעפוטשט פון אידישן דרך. גייט ער אין גאס איין טאג, קומט צוגיין א איד וואס האט אים געקענט פון פריער, נאך ווען ער האט געטראגן דאס גאנצע אידישע צורה.
יענער נישט גלייבענדיג זיך וואס ער זעט, פרעגט ער אים מיט ערשטוינונג: וואס האט פאסירט מיט דיר? די קאפל? די בארד? די פאות? זאג, תפילין לייגסטו נאך?
ניין! ענטפערט דער שייגאץ
פארוואס?
ווייל איך פיהל נישט אז דערתפילין לייגן האט א פשט, אויב האב איך פארלוירן מיין גאנצע אמונה.
זאגט אים דער איד, דאס מיינט אבער נאכנישט אז ביסט פטור פון תפילין. אפשר ברויכסטו גיין פרעגן א רב, צו על פי הלכה ביסטו פטור פון תפילין אויב גלייבסטו נישט....
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט