בית יוסף'ס קשיא, חרדיזם פראבלעם אדער די שם של ארבע אותיות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

בית יוסף'ס קשיא, חרדיזם פראבלעם אדער די שם של ארבע אותיות

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס האט זיך דא אנטוויקלט א מיני סומאטאכע איבער די פוטסטעפס דרשה. פוטסטעפס האט געפייערט א צען יאר דינער און ארויפגעשטעלט אויפן יוםטוב די רעדעס.
אני הקטן, האב זיך גע'יהודא ועוד לקרא'ט צום קרו פון בן-תמליון און פשוט קאמפליצירט, און שארף פארדאמט די שארפע דומהייט פון די פוסטעפס געפירעכץ. אן אימה חשיכה האט מיר אנגעכאפט ווען מיינע צוויי הירא'ס, גאון איזעי'נו לעיקוואד און החכם הוגה האבן זיך ארויסגעשטעלט ווי בארדיטשעווערס, מיט ציין און נעגל צו פארטיידיגן פוטסטעפס. צו מיין גרויס מזל האט מאורנו יאיר געכאפט די משמאילים באן און אונז אפגעראטעוועט, אוי, סארא שאנדע ווען נישט יאיר, מיר בלייבן אליין קעגן אזא בער ווי לעיקוואד און אזא שטיק ראציאנאל ווי הוגה....
אבער ערנסט גערעדט, איך מוז זיך ערקלערן על מה יצא הקצף, די שאלה איז נישט צו די מאחורי הפרגוד'דיגע תיבה הידוע איז שוין מותר לבוא בקהל שלפני הפרגוד, די שאלה איז אויך נישט צו די נפילים ביי די הולכי רגל האט א דין מאחורי אדער א דין מלפני, צו גאר זענען זיי א חברה פרגוד'ס, די שאלה איז נישט צו אויסלענדער'ס סענס אף הומאר האט א טעם ווי החסיד רבי חיים שמעלצער'ס וויצן, צו גאר ווי דזשארדזש קארלין'ס גאונישע בליצן, די שאלה איז נישט צו שלום דין'ס רייכע הערליכע עלעקוואנטע שפראך איז איינדרוקספול, זיכער אז יא אין מיינע אויגן, א יונגל וועמענס וויגעלע האט זיך געוויקלט, סארי, לעדל האט זיך געלעדלט... אין טשערנאביל דנוא יארק זאל רעדן אן ענגליש וואס שטעלט אקעדעמיקס צו שעים בלשונו המחורז והמחודד, אבער לעומת זה איז אזא דרשה אין פלאץ? דאס איז אויך נישט די נקודת הדבר דא, די נקודה איז אסאך א גרעסערע און דאס ערקלערט פארוואס יעדער ווערט ווילד ווען מען רירט אן די נושאים, כי בנפשנו הדבר, עס זענען שאלות וואס בארירן אונזער עקזיסטענץ און פארדעם רירט עס יעדן אין די רויע קישקעס.

עס איז קלאר אז מיר זענען מלא וגדוש מיט פראבלעמען און קריזיסן, דאס חרדישע אידנטום לעבט א גאר שווער לעבן, יעדער בר בי קאווע שטיבל דחד יומא ווייסט פון אונזערע שווערע פראבלעמען, ואטו כי רוכלא ניזיל ונחשיב. אויסרעכענען די אלע פראבלעמען וואס פלאגט אונז וואלט געדויערט לענגער ווי א רוהיגע וויכוח צווישן נאר פרייליך און ריטשארד דוקינס, און וואלט פארנומען מער בלעטער ווי די סומאטאכע. חרדישע אידנטום וויל אנהאלטן א פארצייטישע סארט לעבן אין די מאדערנע תקופה, אן קיין שום אייגענע קריטיק, אן קיין מקום פאר טויש, אן קיין הנהגה און מיט אויגן קוילערנדיג צום הימל.
אונזער עדיוקעישאן איז מתחת לכל ביקורת. עס קומען ארויס געשוואלענע עמי ארצים וואס מאכן א פרי האדמה אויף מאריוואנא, קיין תורה, קיין סחורה.
די ישיבות ווארפן זיך מיט בחורים ווי מיט ברעסלעווער קונטרסים טיילערס, און סעקירן די עלטערן ממש ווי מיין שיבער.
זרענו וכספנו האבן פארדרייט די יוצרות מען האט טויזנטער קינדער און עטליכע סינגל'ס.
די מנהיגים ורבי'ס הפוסעים על ראשי עם קודש זענען אין בעסטן פאל איגנאראנט און אומקאפעטענט און אין ערגסטן פאל בעסטארדן און קאניבאלן.
די האוזינג קריזיס שרייט ארויס פון יעדן בעיסמענט אנגעפילט מיט מחנות קינדער.
די שידוכים קריזיס איז אויסגעקריצט שחור על גבי אלטע צעפליקטע פלעסטיק פון צעפרעסענע תפילין בייטלעך פון באבערדלטע מיואש'דיגע בחורים, יאנקי סופר באווארפענע.
מען שדכ'נט אן יוקיש צו פייווייש ווייל ביידע שטאמען פונעם ערשטן דאבשינער רבי'ן, און שטייטסעך ביידע זענען באגא-באו טייפס.
נאכן שידוך לעקט מען נאך אויך נישט קיין קאסטערד, מען גט זיך און מען רייסט זיך.
די פרויען זענען פוסט, זיי קענען נישט קיין טייטש פון בסייעתא דשמיא, אין ווייבער שול איז דא פלאץ פאר פיר שטיק פון זיי, און זיי זענען ממש נישט קיין טייל פונעם פאלק, אין א דור וואס הדרת נשים איז פון די חמורות שבחמורות. די פרויען וואס זאגן נישט באהבה דעם שעשני כרצונו שרייבן מיאוסע צארנדיגע ביכער, די איבעריגע שטופן זיך צו קוקן מיט קעלבערנע אויגן אדורך די ריזיגע טו-ביי-פאר העלצער וואס דינט אלס מחיצה אין עזרת נשים.
נאר באמעס גייען ארבעטן, און צאנז נתניה' רבי זאגט זאגאר אז מען דארף א היתר מאה רבנים צו גיין ארבעטן, די אנדערע אפציע איז גנב'נען און פלינדערן, אויסטון די רעגירונג נאקעט און לעבן אונטער פחד פון טורמע.
די לעבנס זענען פוסט, די אמונות וואקלען זיך, די חילוק אין שפראך צווישן די אויסגעפאלישטע שפראך וואס מען נוצט אין שבע ברכות שמח תשמח דרשות , אפיציעלע בלעטלעך און אומאפהענגיקע ארגאנען, אקעגן די אמתע שפראך אין די מקוואות און ווהאטס אפ גרופעס זענען כרחוק ר' אהרעלע ראטה מפארנא זייטלעך, די מרחק פון וואס די מאמע בעט ביי די ליכטלעך און וואס דער זון טוט אין זיין פינסטערניש איז ווי די מרחק פון גלען בעק צו כומסקי.
קינדער פאלן אוועק און דאס פרעסט אויף די געזונט פון ערליכע תמימות'דיגע עלטערן.
מעלעסטערס ארבעטן אווערטיים, און די אפשען איז אדער גיין צו נחום און מאכן א שטינק, אומגליקליך מאכן יעדן און אנזייען הונדערט זעכציג זייטן סומאטאכע, אדער גיין צו א רב וואס וועט זאגן אה, רוף מיר צוויי וואכן ארום ווען איך קום צוריק פון פלארידא.
די אכשר דרא מאוומענט קנאקט אוועק, און די ראלע פון שייגעץ דמתא איז שוין היינט אריבער פון חב"ד צו דער ראב"ד און תולדות אהרן.
צניעות האקט שטיקער, און הונדערטער שווארץ פארשלייערטע באטיכלט, באשאלטע מאמעס זעען שוין אויס ווי אט אט גרייט צו ווערן אריינגעווארפן אין סאניטאציע טראק.
רבי'ס לויפן ארום מיט פארדראגטע קולט מיטגלידער, זוכן אזיל רעכטן איבער די לאנגע שאסייען פון קאנאדא, און פון מאראקא צו זימבאבוויע. און מענטשן שאקלען מיטן קאפ און זאגן "אבער ער איז פארט אן ערליכער איד".
ראסיזם ארבעט ביי אונז אווערטיים, נעלסאן מאנדעלע איז אן אנטיסעמיט און נאקאוט צייגט נאכאמאל אז מיר זענען גערעכט מיט ראסיזם, עס שטערט קיינעם נישט אז אין פיליפינס שטארבן מאסן, און ווי די חסידה איז די חסד עם חברותיה פיל מער ווי גענוג.
אסאך אסאך קינדער פאלן אוועק, אבער קיין שום סטראטעגיע איז נישט פארהאן, וויאזוי גייט מען דאס באהאנדלען?
רעגירונגען קוקן אויף חרדיזם ווי אן עפידעמיע, אין געוויסע פלעצער איז עס לימודי חול וואס די רעגירונג ווילן אריינשטעלן, מציצה בפה, שחיטה, גיוס און אזוי ווייטער, אבער קיין שום סטראטעגיע איז נישט פארהאן, וואס טוט מען אויסער ווילדע מחאות?
אבער וואס טוט מען דערצו?
גארנישט!
איז דא איינער וואס זעהט אלע אונזערע קריזיסן און טראכט וויאזוי מען קען אונז העלפן און נעמט שריט?
אויסער אפאר אלטגעזעסענע שניפסלעך ביי א אגודה קאנווענשן ווי מען בארירט כלל ישראל'ס נעכטיגע פראבלעמען על פי משנתו פון מייק טרעס און משה שערער, טוט מען גארנישט. אין די לישכת ההתאחדות באהאנדלט מען א געוויסע בארדא בענדענע וואס איז א ספק חשש קרוב לאדום און מען טאר עס אפשר נישט גיין אין די האלוועי אין קאלעמענטי, אבער דאס איז נישט כלל ישראל'ס עקזיסטענציאלע געפאר.
די בית יוסף'ס קשיא ווערט באהאנדלט גאר ערנסט, עס שיינט אז ערנסטע בעלי בתים און חשובע רבנים שלאפן נישט קיין נעכט, זיי וועקן זיך אויף אין א קאשמאר, שרייענדיג "פארוואס אכט טאג" ביז זיי קומען אויף מיט א נייע תירוץ, וואס מיט דעם קען מען אויך פארענטפערן ר' תנחום מיט זיין נעיבער.
העי, איז די בית יוסף'ס קשיא אונזער פראבלעם?
ווייסט וויפיל לעזונגען עס וואלט געווען פאר אלע אונזערע פראבלעמען און קריזיסן ווען מיר לייגן די כחות וואס מיר זענען משקיע אין די פארענטפערטע קשיא? וויפיל לעזונגען פאר ישיבות, וויפיל מסודר'דיגע מסגרת'ן פאר לימודי חול? וויפיל נייע ישיבות, אבער קיינער קראצט זיך נישט, מען קרעכצט ה' ירחם, מען קריגט זיך מיטן מילטשעווער אקעגן דעם מילצובער, און מען פארענטפערט די בית יוסף'ס קשיא אויף אן אנדערן וועג.

חרדיזם האט נישט קיין פירערשאפט, מיר זענען נישט א טייל פון די מענטשהייט, מענטשהייט האט פירערשאפט, לטוב ולמוטב, אבער מיר האבן זיך עקס-געמענטשלט, אויב איז הייבן די מינימום וועידזש א ברכה פאר מענטשהייט איז עס פאר אונז א קללה וועגן די פראגראמס וכו'....
יעדע סיסטעם איז לעכעריג, אבער יעדע סיסטעם האט א הירעארכיע פון קריטיק און פארבעסערונג, ביי אונז אבער איז די פחד פונעם סיס כל שהוא שטארקער פון די רצון הקיום וההטבה און די פחד פון דעת תורה און מהרהר אחר המשב"ק איז שטארקער פון יעדע שכל הישר.

אלזא, זענען מיר א בריה אן א קאפ.

עס זענען דא וואס פרובירן צו האבן ענטפערס, און בויען א אידישקייט וואס פאסט אריין אין איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט. מאדערן ארטאדאקסיע האט פארענטפערט אסאך פראבלעמען ווי פרנסה, דורך לימודי חול, זיי האבן אריינגענומען די נשים אלס טייל פון לעבן, און האבן טראנספארמירט די שידוכים סיסטעם, זיי זענען פערפעקט? ניין. אבער זיי זענען אפען צו הערן, יעדער האט א דיעה און זענען נישט קיין סטאדע. זיי פארענטפערן נישט יעדע קריזיס מיט נאך א תירוץ אויפן בית יוסף'ס קשיא.
עס איז פארהאן א שטארקע מאוומענט פון ברסלב, אדער ווי זיי רופן עס אין ארץ ישראל "חבקו"ק" חב"ד, ברסלב, קוק, און קארלבאך. הצד השוה שבהם א אידישקייט אן די סטאדע אייגענשאפט, א אידישקייט ווי עס איז דא שעפערישקייט, פריייהייט און בעיקר, זי איז באזירט אויף די פאקט אז רעליגיע איז נישט א געזעלשאפט, נאר א פערזענליכע הרגשה און קשר בין אדם לקונו.
צו דאס איז די ענטפער?
אפשר.
אפשר דארף מען בויען א נייע יצירה, אפשר דארף מען מאכן אנדערע ראציאנאלע, דעמאקראטישע, מענטשליכע קהלות.
עס איז קלאר אז מיר האבן פראבלעמען און אז עס ווערט געפאדערט ענטפערס, ערנסטע ענטפערס, נייע איידיעס, נייע קהלות, חינוך סיסטעמען, שידוכים סיסטעמען, הנהגה סיסטעמען, וועגן צו צופרידנשטעלן דעם ציבור און מסדר זיין פראבלעמען און נישט בלייבן אין א סדום בעטל געמיינדע.

אה, עפעס טוט זיך, עס איז דא אן ארגענאזאציע וואס הייסט "פוטסטעפס", לכאורה די איינציגע אלטערנאטיוו צו די חרדישע ווירטשאפט, א שארפע, אפען-מיינדעד געמיינדע, מיט אסאך אנטלאפענע פונעם סיסטעם, אפשר איז דאס די לעזונג?
איך וואלט נישט קריטיקירט די וואס אנטלויפן פונעם שיף, יענער זעהט נעבעך אונזערע פראבלעמען און אנטלויפט ווי די שווארצע פעפער טראגן אים, ווער בין איך אים צו דן זיין? קען איך דען זאגן אז אונזער סיסטעם איז אזוי גוט אז אין עבד בורח ממצרים?
פוטסטעפס מיט אירע מעמבערס און חברים פארמאגן וועבזייטלעך, אקטיוויסטן און ביכער וואס קריטיקירן שטארק די נעגאטיווע זיטן, און זיי זענען גאר אויסגעשפראכן, און אפען אקטיוו און מגלה ערוותנו זיין בראש כל חוצות. אפשר איז עס א גוטע זאך, אייטער האט נישט קיין בעסערע רפואה ווי די זון שטראלן, אבער אפשר וועלן זיי בלויז מרחיק זיין די קץ דורך גורם זיין אז די שלומי אמונים זאלן זיך מער איינהילן אין די דאכענע מיט די נרדפים עדיטוט, און שרייען אז עמלק לא מת, מה זרעו בחיים און מיר מוזן בלויז זיך מחזק זיין אין מעביר סדרה זיין און זאגן אמן יהא שמיה רבה און אלע רשעים זענען נישט ווערט קיין ענטפער.
אבער פוטסטעפס קען נישט אונז אטאקטירן אן לאזן אונז זיי באטראכטן, זיי זענען נישט קריטיק פריי, מען דארף זיי באטראכטן און זעהן, וואס פארקויפן זיי? האבן זיי לעזונגען? זענען זיי א שטיקל אלטערנאטיוו?
ניין, קיין אלטערנאטיוו זענען זיי נישט, זיי העלפן נאר אנטלויפן, אבער טוען נישט קיין שום געביידע, קיין שום אלטערנאטיווע, קיין שום קאמיונטי, זיי זענען א סעיף האוז אויפן וועג ארויס, נו, אקעי, נישט זיי זענען אונזער ישועה, אבער איך האב נישט קיין טענות.

אבער צום צענטן יארטאג, לאמיר זעהן וואס זיי גייען זאגן? וואספארא אימעדזש גייען זיי שטעלן? גייען זיי שטעלן א הומאניסטישע טאן, און אזוי שטעלן חרדיזם אויפן דעפענסיוו? צו גייען זיי שטעלן אינטעליגענץ און חכמה אלס די נקודת הענין, אלס די אלטערנאטיוו?
גייען זיי רעדן מיט ווייטאג און סימפאטיע מיט די עלטערן וואס באוויינען די קינדער וואס זענען אנטלאפן, אבער לעומת זה אוועקשטעלן די מאראלישע דילעמעא אז עלטערנס ווייטאג קעגן די אייגענע פרייהייט איז פרייהייט וויכטיגער, וואס גייען זיי רעדן?
מען באהאנדלט דא עכטע זאכן, עס איז אן ערנסטע אישועס האנדלט זיך פון עכטע מענטשן, מענטשן וואס זוכן פרייהייט אבער לאזן איבער א חורבן אונטער זיך, עס איז עכטע ווייטאג און עכטע פראבלעמען.
עס רעדט זיך איבער א ריזיגע געמיינדע און איבער א גרויסע ציבור וואס טוט א ריזיגע שריט פון לך לך ממולדתך ומסית אביך, אזא זאך פאדערט ערנסטקייט, ישוב הדעת און אחריות, סענזיטיוויטעט און א געפיל פון קשר צו עם ישראל אלס א פאלק.
א גרויסע, גוט פובליצירטע דינער, מעג טראגן א כאראקטער און שטעלן א טאן, אבער אנשטאט דעם זעהט עס אויס ווי א פארזאמלונג פון א קליינע באנדע זעכצן יעריגע, מאריוואנע געשטאפטע אט"ד'יס וואס הערן נישט אויף שרייען "שדפ"א" און הערן מיליטאנטישע דרשות וואס די שם של ארבע אותיות איז איר הויפט מעסעדזש?
וואס איז די נארישע זינלאזע צעלאזטקייט?
אז משה רבינו שפעטיגט איז פארהאן אן ערנסטע דילעמע וואס מען טוט, אפשר איז א עגל א שטיקל סעלושען אבער וואס איז די "ויקומו לצחק"?
מען שפילט זיך מיט א פאלק, מיט נפשות, מיט בלוט, וואס די ---ק קומט אריין א נארישע לץ מיט זיינע --ק אויסדרוקן ווי א רעבעליאס יונגל פון פערצן?
עס זענען געווען צוויי רעדעס וואס מען האט ארויפגעשטעלט אויפן געוועב, ביידע האבן פארמאגט טאלאנט, אבער זענען געווען מיליטאנטיש ווי א געמיש פון נטורי קרתא מיט קוקלוקסקען, דין האט גערעדט עלעקוואנט, אבער איז דאס א טאלאנט שאו? אויסלענדער האט גערעדט ווי א זיסע שיכור, אבער איז דאס א סטענד אפ שאו?
עס גייט קיינעם נישט אן די ספעציפישע פארטי, עס איז בלויז אן אנדייטונג, אז די וואס האבן אסאך צייט און כח צו פראטעסטירן אין פראנט פון סיטיפעלד, ארויסגעבן ביכער קעגן חרדיזם און שנארן פאר אן ארגענאזאציע האבן נישט קיין ערנסטקייט, קיין רוקן ביין, קיין אגענדע, קיין אידעלאגיע, קיין רחמנות און קיין געפיל צו פארשטיין וואס זיי טוען, זיי בויען א קאמיוניטי וואס איז כל כולו סתירת נערים, כל כולו נעגאטיוו און איז בכלל נישט קיין אלטערנאטיוו, ועל זה לבנו דוי.
וועט הרב יששכר כץ מיט זיין "פרום און איינגעמיירעט" זיין מער סוקסעספול, מער מיט א געפיל פון אחריות און יא אוועקשטעלן א אלטערנאטיוו און אויפוועקן א נארמאלע דיסקוסיע איבער חרדישקייט און אירע חסרונות, הלוואי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

קופי איך שטים אז דו האסט זיך פארדינט מיט דעם ארטיקל "דער בעסטער ארטיקל געשריבן אין ק"ש" אווארד. בלי ספק.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סדא פארווער סהאט נישט קיין צייט ציזאגן שיר השירים פרייטיג נאכטס, א קיצור. ישקני..
פאר איינער וואס האט נישט צייט צי ליינען קאוע שטיבעל איז דא די תגובה פון קופרניקס.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

וואס עקל'ט מיר (אנטשולדיגט) אסאך מאל פון חרדישקייט, איז די ראדיקאליזם און קאפ- אין- וואנט געגייאכטס. דאס אז איינער וואס וואגט פרעגן קשיות אדער שפעקעלירן איבער עפעס אן אויסגעזויגענעם מנהג און באבע מעשה ווערט אפגעסטעמפלט אלס כופר הכל. אבער פודסטעפס איז גענוי די זעלבע, מאידך גיסא. ראדיקאלע פארהאסטע פארשוינען וואס וועלן פארדאמען אלעס וואס פרומע אידן טוען, אפגעזעהן צי זיי זענען גערעכט צי נישט.
ארפכשד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך ארפכשד »

הערליך שיין באשריבן סיי ווי קהלות הקודש זענען באנקראטירט און סיי ווי די פוטסטעפס דינער איז דיר כקוץ לעינים, און אויף דעם קומט דיר שוין א לייק. אבער א פאר נקודות לתשומת לבך.

איינס, פוטסטעפס איז נישט דא צו צושטעלן אן אלטערנאטיוו פאר אונזער קאמיוניטי. זיי זענען אן אלטערנאטיוו נאר פאר די וואס וואס ווילן איבערלאזן די קאמיוניטי, און מיט דעם טון זיי ס"ה ערפילן א באדערפעניש וואס אונזער קאמיוניטי מאכט זיך דערפין נישט וויסענדיק.

צוויי, ווי קומט פוטסטעפס מיט אונזער נישט ארבעטן אויף געהעריגע solutions פאר די ערענסטע כלל-פראבלעמען?!! הישמע apologetics גדולה מזה?

דריי, פוטסטעפס לא יושיענו, און יששכר כ"ץ לא יושיענו. אויב ווילן מיר זיך טוישן קען דאס נאר קומען פון אונזערע אייגענע פירער. ווארטן פאר א משיח וואס זאל אראפקומען מן השמים רייטענדיק אויף אן אייזל טוט נאר איין זאך, ס'האלט אפ פון אדרעסירן די פראבלעמען וואס דו רעכענסט אויס אזוי עלאקוואנט אויף אן ערענסטן פארנעם.

פיר, די עיקר פראבלעם וואס אונזער קאמיוניטי האט בנוגע פירערשאפט איז ווי ציניש מיר אליין זענען צו מענטשן וואס שטעלן זיך ארויס אלץ פירער. דער אמת איז אז ס'שווער נישט צו זיין ציניש ווען מיר זען די נידריגסטע שבעם וואס ווערן אדער רביס אדער שוויצערס. אבער פאקטיש מוז א קהל האבן פירערס און פירערס מוזן האבן אנערקענונג. דעריבער טו איך ארפכשד נאמינירן הרב הגאון הגדול המפורסם קופי דקהל בית קאווע אלץ נשיא המרומם פון כל בית ישראל לשם ולתפארת והוא יוליכנו קוממיות לארצנו!!!
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

קודאס צו קופערניקוס פאר נאך א קנאקעדיגער פאוסט. סהדי במרומים אז כ'האב אינזין געהאט ביים טונקען די שלשידעס בולקע אין חריף צו שרייבן דערוועגן. נאך א מזל אז קופערניקוס האט מיר אויסגעכאפט, ווייל איך וואלט נישט געקענט באווייזן אפס קצהו.
עס איז מיר נאך אבער איבערגעבליקן א נקודה אויסצושמועסן. במשך היסטאריע האט מען שטענדיג געזען אז ווען אידישע קינדער האבן זיך ליידער געגליטשט, צוליב בארעכטיגטע אדער אומבארעכטיגטע טענות, זענען זיי נישט געבליבן שלאפן, נאר האבן זיך באלד גענומען צו עפעס אנדערש. ווען מען האט מחרים געווען שפינאזע האט ער זיך נישט אוועקגעזעצט שימפן אויף די מצומצ'דיגע רבנים, ער האט אפגעשריבן איינער פון די שטערקסטע פילאזאפישע חיבורים אין היסטאריע, און איז געבליבן פון די גרעסטע אנהויבער פון דעם רענאסענס. ווען די משכילים אין דייטשלאנד האבן זיך ליידער אפגעזעגנט פון תורת משה, האבן זיי זיך אדער אסימילירט צווישן די דייטשן און געווארן איינער פון זיי מיט געלט און פילאזאפיע וכדו', אדער געווארן אויפגעקלערטע משכילים און ארויסגעגעבן רייכע מאספים און ספרים אויף לשון הקודש. אזוי איז געווען אין פוילן און רוסלאנד, אידישע קינדער האבן זיך נישט באגנוגנט מיט'ן זיצן פוילערהייט און קריטיקירן די אלטמאדישע רבנים. זיי האבן זיך אויפגעשטעלט און געגרינדעט נייע באוועגונגען. צו זאל דאס זיין ציוניזם, קאמוניזם, השכלה, רעפארם, קאנסערוואטיזם. אבער ביי די היינטיגע חרדים זעט מען א מאדנע זאך. אלע וואס ווערן דיסאילוזיעט פון חרדיזם אדער ארטאדאקסיע, סיי אויב זיי בלייבן מיט די בארד און פיאות און סיי אויב נישט, סיי אויב זיי זיצן אין ראדני מקוה אדער אין פוטסטעפס איווענט, וועלן זיי בלייבן זיצן און קריטיקירן און שימפן כל ימי חייהם. איינצלנע צווישן זיי זענען יא מצליח זיך ארויסצורייסן און טרעפן עפעס גליק אין די דרויסנדיגע וועלט, אבער דאס איז נאר אן אינדיווידועלע זאך. נישטא קיין נארמאלע, פאזיטיווע באוועגונג, וואס האט אן אייגענע מעסעדזש, אפגעזען פון חרדיזם. אויב איר גלייבט מיר נישט, ליינט וואס אן אינסיידער האט צו דערציילן. והדבר אומר דרשוני.
איך קלער אז דער ענטפער ליגט טאקע אין חרדיזם. חרדיזם בעצם איז נישט געבויט אויף עפעס א מעסעדזש, (אפילו א שלעכטע). עס איז געבויט אויף 'נישט'. עס קען רואיג ווערן באקרוינט אלס די religion of ignorance. מען פרעדיגט א גאנצן טאג וואס מען טאר נישט וויסן און מיט וועמען מען מעג נישט האבן קיין שייכות און פון וואספארא השפעות מיר דארפן זיך אפהיטן, אבער קיינמאל נישט וואס מיר דארפן יא טון, פון וואו מיר דארפן יא שעפן חיות. ממילא בלייבט דאס אין די ביינער, לאנג נאכדעם וואס מען געזעגנט זיך פון די גרופע, פיזיש אדער גייסטיג. אמאל האט אידישקייט געשטופט א פאזיטיווע מעסעדזש, ס'האט אריינגעגעבן אין אירע מיטגלידער א חיות צו אויפטון, ממילא אפילו אויב געוויסע זענען נישט געווען צופרידן מיט די געוויסע דרך החיים, האבן זיי זיך געטראפן א נייע וועג ווי אזוי צו אויפטון פאר די מענטשהייט. אבער היינט שטופט חרדיזם בלויז נעגאטיוויטעט, 'נישט' אויפטון, 'נישט' טוישן, 'נישט' טראכטן. ממילא אפילו אויב לאגיש זעט מען איין אז חרדיזם איז נישט גערעכט, בלייבט מען נאכאלס מיט די פסיכאלאגישע דיפעקטן וואס דאס האט אריינגעגעבן. און געדענקט, לאגישע טעותים קען מען זייער גרינג טוישן, אבער פסיכאלאגישע טעותים איז ביטער שווער, און רוב מענטשן בלייבן אזוי ווי זיי האבן זיך אויסגעפארעמט יונגערהייט.
לויט דעם חשבון קלער איך אז די פוטסטעפס מעמבערס זענען פון די געטרייסטע חרדים פון ניו יארק.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ארפכשד האט געשריבן:
דריי, פוטסטעפס לא יושיענו, און יששכר כ"ץ לא יושיענו. אויב ווילן מיר זיך טוישן קען דאס נאר קומען פון אונזערע אייגענע פירער. ווארטן פאר א משיח וואס זאל אראפקומען מן השמים רייטענדיק אויף אן אייזל טוט נאר איין זאך, ס'האלט אפ פון אדרעסירן די פראבלעמען וואס דו רעכענסט אויס אזוי עלאקוואנט אויף אן ערענסטן פארנעם.

ווארטן אז די אייגענע פירער זאלן באהאנדלען אונזערע פראבלעמען איז בערך אזוי ווי ווארטן אז א משיח מן השמים זאל עס באהאנדלען.
האדם לא נברא אלא להתענג
ארפכשד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך ארפכשד »

יאיר האט געשריבן:
ארפכשד האט געשריבן:
דריי, פוטסטעפס לא יושיענו, און יששכר כ"ץ לא יושיענו. אויב ווילן מיר זיך טוישן קען דאס נאר קומען פון אונזערע אייגענע פירער. ווארטן פאר א משיח וואס זאל אראפקומען מן השמים רייטענדיק אויף אן אייזל טוט נאר איין זאך, ס'האלט אפ פון אדרעסירן די פראבלעמען וואס דו רעכענסט אויס אזוי עלאקוואנט אויף אן ערענסטן פארנעם.

ווארטן אז די אייגענע פירער זאלן באהאנדלען אונזערע פראבלעמען איז בערך אזוי ווי ווארטן אז א משיח מן השמים זאל עס באהאנדלען.


די נקודה איז אז מיר דארפן נייע פירער וואס האבן א בעסערע בליק. און טאקע דערויף נאמיניר איך קופי!!!
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ארפכשד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
ארפכשד האט געשריבן:
דריי, פוטסטעפס לא יושיענו, און יששכר כ"ץ לא יושיענו. אויב ווילן מיר זיך טוישן קען דאס נאר קומען פון אונזערע אייגענע פירער. ווארטן פאר א משיח וואס זאל אראפקומען מן השמים רייטענדיק אויף אן אייזל טוט נאר איין זאך, ס'האלט אפ פון אדרעסירן די פראבלעמען וואס דו רעכענסט אויס אזוי עלאקוואנט אויף אן ערענסטן פארנעם.

ווארטן אז די אייגענע פירער זאלן באהאנדלען אונזערע פראבלעמען איז בערך אזוי ווי ווארטן אז א משיח מן השמים זאל עס באהאנדלען.


די נקודה איז אז מיר דארפן נייע פירער וואס האבן א בעסערע בליק. און טאקע דערויף נאמיניר איך קופי!!!

אז דיין זיבעטער ניק נאמינירט א ניק אויף קאווע שטיבל אלס פירער האבן מיר גארנישט דערפון. שלומי אמוני ישראל (וואטעווער איט מיענס) דארפן אים נאמינירן. און אויף דעם קען מען ווארטן ווי אויף משיח'ן.
האדם לא נברא אלא להתענג
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ווי איך פארשטיי טענהט ארפכשד אז אונזער פראבלעם איז בלויז א געזעלשאפטליכער און
נישט אין גלויבונג.
די אמעריקאנער קאנסטיטוציע גיט פאר יעדן רעכט צו גלויבן אין וואס ער וויל, אבער נאר גלויבן ווייל דאס שטערט נישט קיינעם, אבער נישט קיין פראקטיצירונגען.
אונזער פראבלעם איז נישט אז מגלויבט אז ווען רבי אלימלך האט געטרינקען מוצאי שבת א טיי אן צוקער איז דוד המלך געקומען אן א קרוין, אדער אז רבי איציקל האט צוגעשטעלט זמירותלעך אנשטאט פאספארטן. דאס קוועטשט נישט פאר קיינעם. אונזערע פראבלעמען זענען אז מיר ליידן פון א געזעלשאפטליכער דאמינאנץ צו וואס אלע מוזן זיך צושטעלן און א חרדישער איד קען מען נאר זיין ווען אלעס ווערט גערעדט און געטראכט ווי ביים שכן.
ובכן ווען פוטסטעפס און הרב כ"ץ שטעלן צו אן אלטורנאטיווע וואס בארירט אונזערע גלויבונגען וועט דאס קען הילף נישט ברענגען, ווייל לא די וואס עס איז אומנויטיג, ברענגט דאס אן אויטאמאטישע ריקצוג ביי א גרויסער מערהייט פון אונז און די אויערן ווערן נאך מער פארשטאפט.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

קופערניקוס, עי 1!

נאר איין נקודה. די ישועה גייט נישט קומען פון אינדערויסן און נישט פון פירער, נאר יעדער וועט זיך מוזן אליין מאכן א גאולה פרטי און אנהייבן לעבן פאר זיך, כצאן בלי סטאדע. עס פעלט נאר אויס אביסל קוראש צו באשליסן אז חיי קודמין און מיט אביסל שכל און צייט וועט מקוים ווערן דעם לראות את עצמו בצאתו ממצרים. טוה צו דערזאך, סאפלומענט אליין דיינע קינדער׳ס דעפיציטן אין חינוך וואס די מוסדות גזל׳ן אונז, ווייז זיי אהן ראול מאדעלס וואס דו האלסט זענען פאסיג, און נעם זיך צאם מיט אנדערע וואס זענען ענדעלמעסיג און טוה צו דערזאך. למשל, עפן א כיתה פאר דיין זון מיט נאך אנדערע, קאך טוה און מאך... נאר אזוי ע׳מער עפעס אויפטוהן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

מיר געפעלט ווי אפאר אויפגעקלערטע אידן האבן ניטאמאל די גאטס נישט צו נעמען ערב פסח מצה, לעט אלאן צי שניידן די בארד אז ס'זאל זיך דערקענען, ווייל טאטע/שווער/שוואגער וועט טראכטן. זיצן און פארלאנגען פון די וואס האבן יא געטאן וואס זיי האבן געגלייבט אין, דורך געגאנגען שבעה מדורי גיהנם, און איבערגעלאזט אלעס, וואס זיי האבן צוטאן.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

חיי שעה איז אויך געלעבט. לאמיר זיך פאטשען אין בייכל מיט קופרניקוס ארטיקל ווילאנג לעיקוואד כאפט קנאבל ביי רבי אלימלך בידערמאנס מלוה מלכה. ווען ער ענדיגט זינגען די שערי'ס בין איך צוריק אין מיין מויזן לאך.
זאל זיך קיינער נישט איינרעדן ער וועט פאר איינעם דא שולדיג בלייבן, בן זומא זיי רואיג, שפייעכטץ וועט רינען פון דיין בארד.
או טי די סומאטוכע בתפארתה, און איך כאפ מיין טארבע און איך געב מיר נאכאמאל א חזר מיין חתימה.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

קופערניקעס במלא הדרו. ברוך שחלק מחכמתו ליראיו.

ווער איז מיט מיר צו ארגענאזירן א קאמאנדא אקציע אפירזוכן דעם קופערניקעס און ארויפצווינגען דאס נשיאות אויף זיינע פלייצעס?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

I'm in
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איך געב דא פארמאל אויף מיין אויפגאבע פון סערווירן חמין במוצאי שבת אין איך טרענספער דאס אריבער -מיט אלע רעכטען, אויפגאבעס, און נאכפאלגען- צו ידיד נפשי וידיד כל בית ישראל: קופרעניקוס!
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

מ'קען גרובן און גרובן אין דעם קאפערניקוס' פאסט און טרעפן ד' חלקי שו"ע. ס'שווער צו נאמאנירן דאס בעסטע ליין, אי אפשר לפורטם. כ'וועל פארצייכענען איינס וואס איז א געוואלדיגע אויפפאסונג איבער די דואלעטי וואס מיר פארנעמען, און דאס פאסירט אין כמעט יעדן תחום.

די חילוק אין שפראך צווישן די אויסגעפאלישטע שפראך וואס מען נוצט אין שבע ברכות שמח תשמח דרשות , אפיציעלע בלעטלעך און אומאפהענגיקע ארגאנען, אקעגן די אמתע שפראך אין די מקוואות און ווהאטס אפ גרופעס זענען כרחוק ר' אהרעלע ראטה מפארנא זייטלעך


לולא דמסתפינא וואלט איך עס פאראייביגט אין מיין חתימה.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך געב דא פארמאל אויף מיין אויפגאבע פון סערווירן חמין במוצאי שבת אין איך טרענספער דאס אריבער -מיט אלע רעכטען, אויפגאבעס, און נאכפאלגען- צו ידיד נפשי וידיד כל בית ישראל: קופרעניקוס!

דאס איז בכלל נישט א קונקורענט פון כשזה קם זה נופל, דאס איז בכלל נישט קיין פארמעסט. ביינונז האט מען געוויסט אז מען פרעסט א סעודה'ניו ווי ס'ברויך צו ביי מלוה מלכה, אנשטאט געפרוירענע לאגער זעמלעך די פרוי ביים חרבן וואלט צוריק געשיקט איר קנעכט, מיינט נאך נישט אז מ'איגנארירט לכבוד דעם סיפורי צדיקים. דער עולם קען ווייטער ווערן קופערניקסייזט, זיך באלעקן די פינגער ווי חסידים איבער א טעלער שירייעם, און ווייטער הערן סודות נשגבות פון ערעב פרענקלינ'ען.

און צו דיר קופערניקוס, ווי בוימל אויף א שיבערס קאפ, ווי באלזאם אויף א קינדפעטארנ'ס בויך, און ווי א פענע אין דיין האנט. סארא קנאק פון אן ארטיקל. פארוואס אבער ברויך מען זען ביי דיין פראפייל מערסט אקטיוו ביים פארשווינדענע ניקס אשכול, כאדם התולה באבע תירוצים שלו על אחרים. חברה, לאכטס נאך נישט. פרענקלין טיילט דעם זעלבן גורל. אויך "מערסט אקטיוו" ביים פארשווינדענע ניקס אשכול. ב"ה ס'איז אבער דא ווער ס'זאל לאכן.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

זרעינו וכספינו האבן פארמישט די יוצרות, מיר האבן טויזנטער קינדער און עטליכע סינגלס


איך הער נישט אויף לאכן.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

[justify]שמעו נא רבותי דיינים מומחים, רבנים גאונים, הוגים מעמיקים, שותי קאווע ויושבי חדריה.

לא לדרשה קאתינא, ולא ללייק אני מצפה, אלא שרבו עלי כאן חוברי חב"ר, און דער ניק לעיקוואד שיצרתי כאן בתוך שאר ניקי ישראל, ווערט עפעס דא פארגעשטעלט אלץ (אדער אלטס, אדער אלטץ, איך געדענק שוין נישט וואס מ'האט דורכגערעדט אין אויסלייג אשכול) אזא ניק וואס דארף דא צו פארטיידיגען א געוויסער צד, און עס ווער ערווארטעט עפעס א תגובה וואס זאל שאקלען די אמות הסיפים, און פארסאמאטוכען די לופט דא. שוין, אז דער ציבור בעהט, ווער בין איך מסרב צו זיין, שארף איך מיך אן מיין פעדער און שלייף זיך אויס מיין צונג און גרייט זיך זאל גיין פייער פון די באלאטעס.

אביסעל אנדערש פון דער ניק לעיקוואד אויף וועם מ'רעדט דא, איז דער רוח ונשמה גיד ועצם וקרמה וואס שטייט פון אונטער די קויליסען און פירט דער ניק ווי א פאפעט אויף א שטריק, האלט זיך נישט סתם א נציג פון א געוויסער צד, נאר האלט, און רעדט זיך איין, ווי יאיר וועט שוין באלט מרחיב זיין, אזויווי רוב בני תמותה, אז ער איז פשוט אבייעקטיוו און זיכט בכל מקום צו דערגיין דער אמת פון יעדער זאך, און צו שטיין פאר דער גערעכטיגקייט און דער גערעכט צד אין יעדער וויכוח. על כל פנים איז אויך אין דער ניק דארף איך מאכען דער אנשטעל אז איך בין אבייעקטיוו, און נישט סתם אזוי פרעדיקטיבעל אז יעדער ווייסט שוין וואס לעיקוואד וועט זאגען נאך פאר ער זאגט עס, וואס דאס מאכט מיר דאך אינגאנצען פאר איבעריג. אז דאס איז דער פאל קען איך דאך איבערגעבן די שליסלעך פון דער ניק פאר מאראנצן מיט מאטי און זאלען זיי שרייבען יעדעס מאל בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א די דעת תורה פון לעיקוואד.

האב איך מחליט געווען דאס מאל נישט אוטומאטיש שרייבען דאס וואס ליגט מיר אויפ'ן צונג צו שרייבען, נאר טאקע אריבערגיין די טענות ומענות של שני הצדדים און פראבירען מוציא זיין דין האמת והצדק. גיי איך אריבער די העכער צוויי טויזנט ווערטער וואס הגאון בעל סיבוב כדור הארץ האט אונז דא פארשריבען, און ווייטער גיי איך צוריק צו די אלע בלעטער פון דער מיני וויכוח/סאמאטוכע/זאראוואכע וואס האט זיך דא געטוהן איבער אלעס פון פודסטעמפס ביז פוטסטעפס, און פון בערד אן אידען ביז אפגע'מצווה'טער אידען, פון אברהם אבינו ביז מייק טרעס, און איך פראביר זיך מאכען סדר אין מיין קאפ איבער וואס האנדעלט מען דא, וואס איז די וויכוח, וואס זענען די עיקר שרשי הנושאים, און וואס זענען די ענפים המסתעפים מהם. זאל איך זיך קענען פארמירען עפעס אן אומפארטיישע אומאפהענגיקער אביעקטיווישער דעה.

לרוב השתוממותי, בין איך ארויס נאר מער צומישט ווי פריער, און אחרי העיון הדק היטב היטב הדק האב איך נישט געקענט אנווייזען נאך די אלע בלעטער אהין און צוריק גופו של וויכוח זה מהו. איבער וואס פונקטליך שלאגט מען זיך דא, און אין וואס פונקטליך איז דאס תלוי. ואחר העיון וההעמקה וההתייעצות עם חברי הבד"צ בין איך ארויס מיט אזא פשט, ממש א גאונישע בית יוסף קשיא תירוץ, א פלפול פשוט על דרך הפשט החריפות והמתיקות, וואס פארענפערט אלע קשיות, הערטס אייך גוט איין:

דא זענען פארהאן צוויי טיעמס, לשם הקיצור לאמיר זיי אנרופען איינער בשם לאקשען קוגל און דער צווייטער בשם צוויבעל קוגל. די טיעמס האבען נאכנישט מחליט געווען פונקטליך וועלכער געים זיי גיין שפילען, און עס איז נישט קיין נפקא מינא בכלל, די צווי טיעמס האבען יעדער איינער באשווארענער פענס, און עס זענען כמעט נישטא קיין ישמח משה שעפעלעך וואס זענען פוסחים על שני הסעיפים. די איינציגסטע ראלס וואס עס איז דא אין דער געים איז אז ווען איינער פון טיעם לאקשען קוגל שרייבט עפעס וואס קומט ארויס בסך הכל בעד לאקשען קוגל, שרייען אלע לאקשען קוגל פענס בראווא, ברענגען אפיר זייערע פארשטויבטע ניקים צו לייקען, און פרייען זיך ביז'ן זיבעטע הימל. די זעלבע איז פארקערט ווען איינער פון טיעם צוויבעל קוגל שרייבט עפעס וואס פון דעם איז משתמע אז צוויבעל קוגל איז די בעסט, קומען אלע זיינע חברים לייקען און שרייען און קלאפען די הענט און די פוס. עס איז נישט קיין חילוק אז ווען עס קומט דער תלמיד חכם און איז מעיין אין גוף הטענות קומט עם גאר אויס דער חשבון אז דער טענה וואס אלע צוויבעל פענס האבען געקלאפט די הענט צו איז גאר מצדיק לאקשען, אדער אז א מינוט צוריק האט ער געזאגט פונקט א פארקערטע טענה, וואס איז נוגע לעניינינו איז נאר די פיינעל סקאר, אויב איז דאס בעד לאקשען, זענען לאקשען פענס פריילעך, וכן לאידך גיסא.

אצינד רבותי, קען מען צוריקגיין צו די אלע קשיות וואס מיר האבען אויסגעלייגט אנהייב תורה, און זעהן ווי זיי ווערן פארענטפערט איינס ביי איינס. (הערת המעתיק: רשימת הקושיות שבתחילת הדרוש נשמט מפאת האריכות נגד רצון רבינו). יעצט איז פשוט פארוואס אויב הוגה זאגט א ווארט פארשטינקענע בארד, קומען אלע לאקשען קוגל ניקס צו שרייען וואסאאר עוכר ישראל ער איז, ווייל למעשה האט ער אין יענער תגובה מצדיק געווען די צוויבל קוגל טיעם, ווידער ווען קופערניקוס שרייבט על ה' ועל משיחו ועל ננתקה, על התאחדות ועל אגודה ועל יששכר כץ, לייקען עם אלע לאקשן קוגל ניקס, ווייל למעשה שרייבט ער פאר יענער טיעם. די זעלבע אז בן תמליון וועט שרייבען אז דער חומש האט געשריבען עזרא הסופר, און ממילא קומט אויס אז שלום דין איז א טיפש אז ער ווייסט דאס נישט, וועלען עם אלע לאקשענער חסידים עם לייקען, ווידער אז לעיקוואד וועט שרייבען אז דער בעל שם טוב האט געלערנט מיט אחיה השילוני, און ממילא קומט אויס אז ליפא שמעלצער דארף זיין מנהיג הדור, וועלן נאר די צוויבעל חברה עם לייקען.

עד כאן יסוד הענין, פאר מיינע מיינונגען איבער עטליכע נושאים וואס במקרה האט מען זיי דורכגעשמועסט אין דער לעצטע רונדע פון דער געים, קוקט ארויס פאר די קומענדיגע תגובות.[/justify]
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

[justify]יעצט איז אזוי, פראביר איך מסדר זיין עטליכע פון די נושאים וואס מען האט דא ארומגערעדט, בשמם המפורש.

1. דער ארגינאזאציע המכונה פאטסטעפס.
1.2 די מענטשען וואס פירען עס, און דרייען זיך דארט.
1.3.די אסיפה/ פארטי/ בעש / גאלא, וואס די ארגינאזאציע האט געמאכט לכבוד זייער צענטער יארצייט.

2. חרדיזם/חסידיזם
2.1. די פילע פראבלעמען אירע אליבא דהרב קופערניקוס ושאר שותי קאפע, המתפרטים למילוני סעיפים.
2.2 וואס פאטסטעפס דארף אדער קען אדער טוהט אדער טוהט נישט דערוועגן.
2.3. וואס קאווע שטיבל דארף אדער קען אדער טוהט דערוועגן.
2.4. וואס יששכר כץ טוהט/וועט טוהן/ דארף טוהן דערוועגן.

3. דער שם בן ד' אותיות.
איך מיין אז דער נושא וועט מען לאזען אויף אן אנדערע מאל. צוזאמען מיט'ן בית יוסף'ס קשיא.

איז אזוי, לעולם יעדער איינער פון די נושאים בכלל ובפרט האט מען שוין דורכגעשמועסט דא אין שטיבל מערערע מאל, און איך וואלט נישט געדארפט מער ווי צולינקען די שמועסן זאלן מיר נישט זיין ככלב שב על קיאו יעדער מאל איבערקייען די זעלבע אלטע טענות מיט נייע קללות. דאך להבהרת הענין וועל איך קלאר מאכען בקיצור נמרץ די נקודות החשובות הנוגעות לעניינו, והכל לפי הנראה לענ"ד הפעוטה והקלושה.

די ערשטע נושא דא איז פוטסטעפס. דארף מען קלאר מחלק זיין די אלע ענינים, ווייל אויב נישט קוקט אלעס ווייטער אויס ווי דער צוויבעל לאקשן פארמעסט שתיארתי אין דער פריערדיגע תגובה. דער ארגינאזאציע פוטסטעפס כמות שהיא, האט נישט קיין שום שייכות מיט פאררעכטען אונזער שידוך קריזיס, אדער בכלל פון זיין אין עפעס א וועג מקושר מיט דער חרדישער געזעעלשאפט און די שאלה אויב איז עס גוט אדער נישט. דאכציך אז דאס איז די ערשטע טעות וואס מאנכע מאכען דא און דאס הייבט ביי זיי די בלוט יעדעס מאל וואס מען דערמאנט דער נאמען פוטסטעפס. אז כאילו זיי זענען דער נעמעסיס פון אידישקייט. קען זיין א חלק חברה וואס דרייען זיך דארט מאכן אזא רושם מאיזה סיבה, אבער בכלל נישט דאס איז די נקודה אדער תפקיד פון דער ארגינאזאציע, און נישט אויף דעם דארף מען איר דן זיין בכלל, אויב וויל מען אפנים מאכען א פנים אז מען טראכט ראציאנאל.

אלזא, וואס איז פוטסטעפס? איך בין נישט קיין ספאוקסמען פאר זיי און האב נאך קיינמאל נישט באזוכט ביי זיי אין אפיס, קען איך נישט רעדן פאר זיי, איך וועל נאר פראבירען קלאר מאכן וואס איך ווייס פון פריינט און פון פרסומים דא און דארט. דער ארגינאזאציע פוטסטעפס איז געבויט אויף א מציאות. דער מציאות איז אז עס זענען דא יונגלעך און מיידלעך, יונגעלייט און פרויען, וואס מאיזה סיבה שיהיה זענען מחליט אפצולאזען דער חרדישער קהילה. דער מציאות קען נישט לייקענען אפילו דער גרעסטער קנאי. יעצט, די קינדער האבען צרכים, סיי אלגעמיינע צרכים וואס יעדער איינער אין דער וועלט האט, ווי חברים, פרנסה, וכו', און סיי מיוחד'דיגע צרכים וואס קומט פון זייער מצב. פוטסטעפס האט זיך אהערגעשטעלט אלץ אן ארגינאזאציע וואס שטעלט צו וויפיל זיי קענען די צרכים פון די אידען. סי אין זיי העלפן באקומען אן עדוקעישין און ממילא פרנסה וכו', און סיי בכלל צושטעלן חברים און א קהילה פאר אזעלכע וואס זענען אן דעם ממש פארלוירן נאכ'ן מקיים זיין דער לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך.

אין דער זין איז פוטסטעפס א ריין הומאנאטירישע ארגינאזאציע. וואס שטעלן פשוט צו הומאנאטירישע הילף פאר אזעלכע וואס געפינען זיך אין א מצב וואס קיין צווייטער העלפט זיי נישט. איך זעה נישט וואס איז די צד אז זיי טוהן עפעס שלעכט מיט דעם. האלט איינער אז בעסער איינער וואס פארט אפ זאל זיין האומלעס און אינגאנצן פארלוירן? אפשר קען עפעס א קנאי מטורף שרייען הלעיטהו לרשע וימות און זיי זענען דאך בעצם מחוייב מיתה וכו', אבער איך דענק נישט אז א נארמאלער מענטש מיט שכל הישר און א אידיש הארץ קען אזוי האלטן.

די איינציגסטע טענה וואס א פרומער איד קען האבען אויף זיי איז אז זיי העלפן צו פאר די יעניגע אפפארען. איז אפיציעל טענה'ן זיי אז דאס איז בכלל נישט זייער תפקיד, זיי העלפן נאר דער וואס האט מחליט געווען ארויסצוגיין. נישט זיי האבען אן אגענדע מחזיר צו זיין אידן בשאלה. נאר למעשה קען מען נישט מכחיש זיין אז איינער האט חברים און א פלאץ וואס איז עם מקבל און אלע זענען דארט אזוי איז עס גורם עם העלפן אזוי ווערן. והרבה חברים עושים וכו'. נו, איז די שאלה אבער וואס איז די אנדערע ברירה. זיי קענען מאכן פאר יעדן וואס קומט דארט א פארהער ווי מען מאכט פאר א גר און נאכאלץ וועט די הילף וואס זיי שטעלן צו זיין א סיוע לעוברי עבירה. דאס איז א חלק בלתי נפרד פון דער פשוט'ע הומאנאטירישע הילף. און כך קיבלתי מרבותי אז אין אזא פאל איז א מצווה צו העלפן פשוט מענטשליכע הילף און רוחניות זאל זיך דער אייבישטער זארגן. עד כאן בענין זה.[/justify]
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

[justify]ולענין חרדיזם, האט מען שוין אזויפיל מאל איבערגעקייט און דורכגעשמועסט די זעלבע ענינים, אז עס מאכט מיר פשוט מיד איבערצוטראכטען די זעלבע זאכען צו'ם צוועלעף טויזנטסער מאל. און יעדער ווייסט שוין די אלע זאכען כולנו חכמים כולנו נבונים כולנו יודעים את התורה וכולנו יושבים ודוממים ואינם עושים כלום לזה.

איז נאר איין זאך, איך בין כופר אין די אתה בחרתנו'דיגע הנחה אז כאילו חרדים זענען עפעס מיוחד אז זיי האבען פראבלעמען וואס קיין צווייטער האט נישט. די הנחה קאלירט די אלע שמועסען וועגן די פראבלעמען פון חרדיזם מיט עפעס אזא הנחה אז אונזערע פראבלעמען זענען ספעציעל, ריזיג, און כדי זיי צו לייזען דארף מען עפעס א משיח אלוקי יעקב זאל בכלל אנהייבען עפעס טוהן. רבותי, אין יעדער סאסייעטי זענען דא פראבלעמען, עוולות, און איבערקערענישען, זה בכה וזה בכה, חרדים זענען גארנישט ספעציעל. און ווער עס שטערט די פראבלעמען זאל זיך נעמען אין די הענט אריין און טוהן עפעס. מען דארף נישט עפעס א גראנדיעזער פלאן וויאזוי איבערצוקערן די גאנצער וועלט. מען דארף פשוט יעדער איינער זאל טוהן ביי זיך אין די ד' אמות וואס ער קען מאכען בעסער.

איך שעם מיך ממש, קאווע שטיבל שטייט שוין באלד צוויי יאר, און במשך די צוויי יאר, וואס האבען מיר געטוהן, חוץ פון איבער'חזר'ן מאה ואחד פעמים די צרות הדור, און זיך לייקען איינער דער צווייטער. אין דער צייט האט ליפא געבויט א שוהל, פוטסטעפס א פארטי, קאדאפי האט מען גע'הרג'ט, מצרים האט עספיעט דורכצוגיין א מהפכה און נאך חוזר זיין אויך, און מיר זענען צוריק ביי דער זעלבער נארישער טענה'ריי. איך מיין אז א חלק פון דעם איז ווייל מיר האלטן זיך גאר ספעציעל, נעה, די אראבער אין מצרים זיי איז גענוג ארויסגיין אין מארק און שרייען אראפ מיט'ן דיקטאטאר צו טוישען זאכען. אונז, אונז קומט זיך א משיח אויף א גאלדענע אייזל אונז צושטעלען אלעס אויף א זילבערנע טאץ מיט א מייסטער פלאן. האבען מיר שוין געמאכט איין מלווה מלכה במשך די יארן צו רעדן עפעס? האבען מיר ארויסגעגעבן איין פאשקעוויל? ארויסגעהאלפען איין איד וואס ליידט פון עפעס א פראבלעם?

פוטסטעפס איז נישט דא אויף זיך שלאגען מיט מילקשעיקער חסידות, און יששכר כץ ווייסט בערך ווי אונז וואס צו טוהן. און וועט גארנישט ערנסט טוהן אהן אונז. לאמיר זעהן מיר זאלן האבען די מוט זיך ארויסצושטעלן און טוהן איין קליינע זאך.[/justify]
I have a dream
Martin Luther King ~
קאוועניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:47 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך קאוועניק »

לעקוואד שעם דיך נישט אזוי, די ארבעט דא איז דוקא יא עושה פירות, איך פערזענלעך טו לטובה/פערדאקטיוו עפעס פאר אונזער קאמינעטי און מיין חיות קומט דוקא פון דא ! די ווייסט נישט אלעס, ביזט נאך נישט גאט
פארשפארט