סוירוועי בנוגע מאלעסטעישאן אין די היימישע געמיינדע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

דער אמת איבער מאלעסטעישאן

שליחה דורך shem-tov »

נאכן זיך מתבונן זיין פאר א לענגערע צייט איבער די שרעקליכע עפידעמיק פון מאלעסטעישאן קעיסעס, האב איך אנגעהויבן צו מאכן מיין אייגענער אינטענסיוו אינוועסטיגעישאן מיט די הילף פון גוגעל און פארשידענע נייעס קוועלער בין איך געקומען צו א שאקינג דיסקאווערי. איך בעט קיינער זאל זיך זיך מיט מיר נישט טענהן דעריבער, אדרבה איר קענט דאס אליינס טרעפן דארטן ווי איך האב עס געטראפן. איך לייג נישט קיין לינקס ווייל סאיז טו מאטש.

די קשיא האב איך שוין געהאט א לענגערע צייט אין מיין קאפ. וואס איז טאקע דער אורזאך פארוואס און וויאזוי איז עס מעגליך אז דווקא ביי אונז יודן שומרי תורה ומצוות, מדקדקים על קלה כבחמורה, אזעלעכע וואס טראגן זיך ארום מיט ערליכע מחשבות א גאנצן טאג און פרובירן באמת צו זיין אפגעהיטן און גוט, זאלן נכשל ווערן אין אזא גראבע עבירה פון גיין און מכשיל זיין א צווייטע יוד און נאך א קטן. סלייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל. אבער פאקט איז פאקט מיר הערן די געשיכטעס פון צייט צו צייט און מיר ווייסן אליינס פון געשיכטעלעך דא און דארטן.

און נאך שטערקער פלעגט זיין מיין וואונדער אז מיר ערליכע און פרומע דארפן גאר באקומען מוסר רייד פון רשעים גמורים, פושעי ישראל, אוכלים נבלות וטרפות און מיר זאלן מיזן צושאקלען מיטן קאפ אבל אשמים אנחנו אז סאיז אמת איז עס אמת. יא דער רשע אונזער מוסר זאגער מעג עובר זיין אויף כל התורה כולה בפומבי ובריש גלי אבער אויב טוסטו די מיני פארברעכען אקעגן יונגע קינדער און אקעגן סאסייעטי וועט יעדער נידעריגער פארשוין און אפי' רשע ווערן דיין רבי און מוסר זאגער. יא אבל אשמים אנחנו. איז וואס גייט דא פאר. זיי טען עס נישט און מיר יא.

וועט איר יעצט הערן איבער צוויי שאקינג דיסקאוועריס וואס איך בין געוואר געווארן. אמת, די צוויי דיסקאוועריס זענען ווי קראכעדיגע סתירה'ס איינס מיט די אנדערע אבער פאקט איז פאקט. די ערשטע דיסקאווערי איז אז ניינציג פראצענט אמעריקאנער זענען שרעקליך אקעגן מאלעסטעישאן. און די צווייטע דיסקאווערי איז אז ניינציג פראצענט מענער זענען מאלעסטערס, באאם קראך. באאם קרעש. באאם קראך. און רובו דרובו טוען מאלעסטען זייערע אייגענע קינדער. באאם קראך. באאם קרעש. באאם קראך. געווענליך ביי וויזיטינג טיימס וואס ווי באקאנט זענען דאך רוב אמעריקאנע פעמיליס צוטיילט און בשעת מען האט דעם קינד איז מען זייער קאזי און פרענדלי און מען שלאפט אין איין בעט. באאם קראך. באאם קרעש. באאם קראך. און צוגאב צו די געווענליכע מאלעסטיג וואס קומט פאר אין סקולס און אויפן באס און ביי סטרעינדשערס. באאם קראך. באאם קרעש. באאם קראך.

דאס זענען די פאקטן אז רובו דרובו קינדער ווען זיי ווערן אכצען יאר אלט זענען זיי שוין אריבער עפעס א שרעקליכער פארם פון אביוז. באאם קראך. באאם קרעש. באאם קראך.

למעשה שפירט זיך דער גוי זייער נידעריג ווייל ער ווייסט פארט ביי זיך אז וואס ער האט געטאן איז ראנג. און הי גאט אוועי מיט מארדער. גייט ער און ער מאכט זיך ווי גלייך ער איז דער צדיק הדור און נאר אנדערע טוען עס אזעלעכע וואס זענען נישט אזוי קלעווער ווי אים.

יעצט שטעלט זיך די שטארקע שאלה. פארוואס גייען נישט די גוים דערציילן יעדען מאנטאג און דענארשטאג אז זיי זענען מאלעסטעד געווארן און אפי' לו יהא אז דאס קינד כאפט נישט אויף די מינוט וואס מען האט געוואלט פון אים איז פארוואס גייט ער נישט שפעטער דערציילן. און פארוואס ווערן מיר אזוי אראפגעריסן ווען סגעשעהט א סטארי ביי אונז.

דער ענטפער צו דעם גייט אייך אפשר צושרויפן אבער הערט גיט אויס. דאס האט פשוט צו טאן מיט די וועג וויאזוי מיר זענען אויפגעוואקסן.
כוועל אייך געבן עטליכע ביישפילן און דער ערשטע איז די שטארקע נפק"מ צווישן א חרדישער יוד און א גוי בנוגע הלכות מאלעסעישאן. די קומענדיגע פאר געמיינע זאכן וואס אויב דער גוי טוט דאס צו זיין קינד איז עס מותר לכתחלה, אבער ווען דער יוד טוט גענוי די זעלבע זאך איז עס אסור און מען וועט אים שוין פארעכענען ווי א פארטיגער מאלעסטער.

- ארומנעמן האגען און קישען א זעכצען יעריגעס. דער יוד אסור. דער גוי מותר
- שלאפן אין איין בעט ביז די אכצען (און בטעות אריינבאמפען). דער יוד אסור. דער גוי מותר
- טאטשען די קניען פון א טיעןעידשער (פארשטייט זיך נאר צו בארואיגן). דער יוד אסור. דער גוי מותר
- מעסאדשען איינער דעם צווייטען. דער יוד אסור. דער גוי מותר
- זיצן אויף די שויס. דער יוד אסור. דער גוי מותר
- אריינעמען צווישן די צוויי פיס ( אינאיינוועגס זיך ווארעמען). דער יוד אסור. דער גוי מותר
- זיצן און פארברענגען אין א האט טאב. דער יוד אסור. דער גוי מותר


יעצט נאך פאקטן. דער יוד ווען ער גייט טאן אזא פארברעך טוט ער עס בשברון לב ער ווייסט ביי זיך טויזענט מאל אז ער איז גילטי און ער ווייסט אז דאס קינד ווייסט אז ער איז גילטי ואחר המעשה וועט ער איבערבעטן דאס קינד הונדרעט מאל און זיכער מאכן אז ער דערציילט נישט פאר קיינעם. דאס אליינס צורודערט דעם קינד אויף טויזענט משא"כ דער גוי ווען ער האט געענדיגט טאן זיינס וועט זיך ווייטער מאכן און זיך שפירן כאלו לא היה און די באן פארט ווייטער.

דער יוד ווען ער הייבט אן צו גליטשן און האט געמאכט דעם ערשטן שלעכטן טורן. וואס ביים גוי איז נאך מותר לכתחלה פילט זיך שוין אזוי דערנידערט און דעמאלטס קען שוין דער יצה"ר אים זאגן ס'גוט גיי שוין אל די וועי. אויב מען כאפט דיך ביסטו שוין סייווי א פארטיגער. משא"כ דער גוי האט גענוג און נאך שטאף אויף וואס זיך אויסצוגעבן אן דעם וואס ער זאל דארפן גיין עד הסוף. קומט אויס אז דער גוי קען טאן גאר אסאך מאלעסטינג און קייינער כאפט עס אפילו נישט אויף און ביי אונז איז ער שוין א פארטיגער.

(כוויל נישט דא יעצט אריינמישן פרשת וועבערמאן. אבער לאמיר זאגן אז ער איז יא שולדיג און לאמיר זאגן אז ביידע וואלטן געווען גוים וואלט ער זיך דען נישט בארואיגט מיט בלויז האגן און קישען און אביסל קירוב בשר וואס ביים גוי איז מותר אן אריינגיין אין טיפערס)

מורי ורבותי איך מיז אייך זאגן די סארט מאלעסטעישאן פון עלטערן צו קינדער איז ביי אונז נישט דא בכלל וכלל. דאס ביסל וואס איז יא דא מיז אויסגעראטן ווערן מיט דעם וואס מיר וועלן אריינשטעלן מער ווידיאו קעמערעס איבעראל און מער עדיוקעישאן. טוישן די גדרי הצניעות איז דאך נישט קיין אפשען.

אבער צום שלוס פון מיין שטודיע קען איך אויפהייבן מיינע הענט צו טאטן אין הימל און זאגן:
מי כעמך ישראל. מיר זענען נאך אלס דער בעסטער און שענסטער פאלק פון די וועלט. מיר זענען מודה אז אפי' איין קעיס איז אפי' צו פיל, אבער אז מיר זאלן אזוי ברוטאל פארשמירט ווערן אלץ דער פאלק פון מאלעסטערס בשעת מיר האבן די נידעריגסטע ראטע אויף די וועלט - נאר ביי אונז איז עס מער בולט - איז א שקר און א עון פלילי וואס איז ערפינדן געווארן ביי אפאר משומדים אוכלי נבילות וטרפות, מחללי שבתים בפרהסיא וואס זיי האבן זיך געטראפן א וועג אונז צו באשמירן. ימ"ש וזכרם.

אויב האסטו נאך געהאט א ספק צו די אקטיוויסטן מיינען אונזער טובה צו נישט האסטו זיך גאר גיט געקענט איבערצייגען פאריגע וואך ווען די אלע פרעכע משומדים פון די ראזענבערג קאפעל ביז די אנדערע בלאגס וואס זארגען זיך אזוי שטארק פאר די קינדער זענען געגאנגען און ארויפגעלייגט א שרעקליכע קליפ ווי א קינד ווערט ל"ע מאלעסטעד אין א קעמפ ווייזענדיג דעם פולן פרצוף פונעם קינד. וואס אויב וואלטן זיי פאר איין מינוט געמיינט די טובה פון וויקטיס אדער די וואס גייען אדורך פעין צוליב זייער אביוז וואלטן זיי קיינמאל אזאנס נישט ארויפגעלייגט, איך האף צום בורא אז דער קינד וועט זיי אלע נעמן אין געריכט פאר די פעין און זיי סוען אויף מיליאנס וואס אוודאי האבן זיי עס נישט.

ברוך אתה... אשר בחר בנו מכל עם
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

באאם קראך... באאם קרעש... באאם קראך....
וועפערייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך וועפערייזער »

א גאסט אויף א ווייל האט געשריבן: it's a new "dor", over. Boom krach. Boom krach.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אוי לדור שלזה יקראו שטודיע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אזויפיל פאקטען אויף איינמאל, איך באקום באלט א בויך ווייטאג.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יאיר האט געשריבן:די רעזולטאטן מאכן נישט קיין איין טראפ סענס. לויט דעם קומט אויס אז דריי פון פיר חסידישע קינדער ווערן מאלעסטעט. אינטערעסאנט נאר אז פונקט איך, מיינע קינדער, מיינע געשוויסטער און נאנטע חברים זענען פון די גליקליכע פערטל וואס זענען נישט געווארן מאלעסטירט.

פארוואס זאגסטו אזוי? זיכער איז דא אסך וואס ווייסען פין די זעלבע וויקטעם.
אויב האסטו מיטגעהאלטען מיט די וועבערמאן סמאט-עכע האסטו שוין געהערעט איינס פין כלי ראשון
אויב דיין ישיבה איז געווען ענדלעך צי מיינער זענען דארט געווען 2 אלטע חזרים וואס האבען געלאקערט אויף יעדעם איינעם, רוב מאל אום-סוקסעפאל.


דו שאלה "אויב ווייסטו מער ווי 10" מיין איך איז דארט צי סקרינען פאר פעקס

וואס די סוירוועי זאגט יא קלאר איז אז ס'דא ב"ה אווערנעס ביים ציבור, וואס פעלט אויס איז צי טון למעשה.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מיין פארשלאג איז אז מען זאל מאכן א נייע סורוועי און פרעגן א פשוט'ע שאלה: זענט איר געווארן מאלעסטירט - דהיינו, האט אן ערוואקסענער מענטש געטון מיט אייך סעקסועלע אקטן וואס א נארמאלער מענטש טוט בלויז מיט זיין ווייב - דורכאויס אייערע יוגנט יארן?
האדם לא נברא אלא להתענג
שטאנג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 09, 2012 1:26 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך שטאנג »

ווי מ'האט שוין דא געשריבן קען מען פון די צווייטע סורוועי קיין סאך לערנען היות די 75 שטימער קענען רעדן פון די זעלבע אינצידענטן. איבער די ערשטע סורוועי האט מען שוין אויך אויפגעברענגט אז אין לאקערן קען אריינגערעכנט ווערן אלעס, אויך שטייט נישט קלאר ארויסגעשריבן אז די רעדע איז פון איינעם העכער 18 קעגן אן אומערוואקסן, וואס קען שטארק ווירקן אויף די רעזולטאטן היות מיר זענען ליידער אויך געשלאגן מיט בחורישע מאלעסטערס (אויף וואס שם טובס ערקעלערונג קען אפשר אויך גענוצט ווערן),
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

בקיצור לויט אלע טענות וואס מ'האט אויפן סערוועי וואלט על פי חשבון געדארפט אויסקומען א נעגעטיוו נומבער פון מאלעסטעישאנס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יעדער נארמאלר מענטש ווייסט א חיליק פון יענער קוק ביזט יענער לאקערט פאר דיין זיפער.
אפשר איז דא איין צוויי פאנטעזירער.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נולד מאוחר האט געשריבן:יעדער נארמאלר מענטש ווייסט א חיליק פון יענער קוק ביזט יענער לאקערט פאר דיין זיפער.
אפשר איז דא איין צוויי פאנטעזירער.

עס איז נישט קיין נפקא מינא. לעגאל איז נישטא אזא זאך ווי 'לאקערן'. מאלעסטעישאן איז א קריים, לאקערן איז אן עטישע עולה.
האדם לא נברא אלא להתענג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ליגעלטי איז אונזער פראבלעם?
מיר ווילען וויסען וואס סגייט פאר ביי אונזער קאמיניטי.
אינגעלע דארפסט א קענדי צי אראפ דיין הויזען, ניין שכח כדארף נישט. איז פאר מיר א גרויסע פראבלעם און אויב 75 % קונדער גייען דאס דורך. איז דאס קריטישע אינפארמאציע. פאר דעם אליין האט זיך געלוינט קאווע שטיבעל זאל אראפ קומען אויף די וועלט און אפ לעבן זיבציג יאר.

דרך אגב איז עס טאקע ליגאל צי לאקרערן א מיינער, הייסט דאס נישט עטעמפט?
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

יאיר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:יעדער נארמאלר מענטש ווייסט א חיליק פון יענער קוק ביזט יענער לאקערט פאר דיין זיפער.
אפשר איז דא איין צוויי פאנטעזירער.

עס איז נישט קיין נפקא מינא. לעגאל איז נישטא אזא זאך ווי 'לאקערן'. מאלעסטעישאן איז א קריים, לאקערן איז אן עטישע עולה.

איז דאס נישט stalking ? דאס איז דאך שוין איין מאל א קריים!?!
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[tag]הוגה[/tag], איך ווארט אויף דיין אפהאנדלונג אין ליכט פון די סורוועי. לאמיר האפן אז עס וועט זיך האבן געלוינט צו ווארטן, עס זאל קומען עפעס א גוטס.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

הא לן והא להו, אבער א 16 יעריגער האכהייזער האט זיך גענומען דאס לעבען, נאך דעם וואס מ'האט איהם גע'סטראשעט אז מ'וועט איהם ארויס ווארפען פון בעלזא ישיבה אויב רעדט ער נאך איין ווארט דער וועגן, ווען אין פאקט האט ער נאר גערעדט צו די הנהלה און צו זיין טאטע, דער פראבלעם וואס יענע מנהל האט געהאט איז 'היתכן דו האסט דו האסט דאס דערציילט פאר דיין טאטע? דיין טאטע לערנט דא אין די ישיבה?"...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

סוירוועי בנוגע מאלעסטעישאן אין די היימישע געמיינדע

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

דו בוזט אפשר נחום ראזענבערג ? זאגסט דאך עם זוי שיין נאך.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

חאצקעל שניידער האט געשריבן:דו בוזט אפשר נחום ראזענבערג ? זאגסט דאך עם זוי שיין נאך.


ניין נישט נחום ראזענבערג, איך זאג נאך פון א אנדערע צורעדערטער פערשוין מיטן נאמען חיים שאולזאן
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
פארשפארט