בית יוסף'ס קשיא, חרדיזם פראבלעם אדער די שם של ארבע אותיות
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:איז עס גורם עם העלפען אזוי ווערען. והרבה חברים עושים וכו'.
....והרבה ילדות עושה.., ווען עשו האט געוואלט יעקב זאל קומען צו זיינע פוטסטעפס, און יעקב האט צוריקגעוויזן: כמו שאמר יעקב לעשיו אחיו (בראשית לג. יג) "אדוני יודע כי הילדים רכים.... ודפקום יום אחד"
שוין דאן האט דער פרגוד תיבה אנגעמאכט פראבלעמען.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:06 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
I'm sorry for writing in English. I was also depressed not so long ago thinking that klal yisroel is bankrupt. I was reading what the OTD's write and what Nuchem has to say, and they all brainwashed me that klal yisroel is kaput, it's a new "dor", over. Boom krach. Boom krach. However, I started looking around in my neighborhood, looked around in shul, and see that B"H the "eibishter" still has his army. It's easier these days to make a boom krach article plaster it all over the world, and make you think the end of the world is here.
I just want to tell everybody, don't be depressed, butei midrushim are still full. There are Ehrlich yingeleit that know only about hashem, and we pray for moshiach to come.
Yes, there are issues, but don't blow it out of proportion, there are a couple of otd's that make noises like hundreds, BH they are bankrupt. Why do you think footsteps didn't show any video of the people in thier audience at the BIG 10th anniversary celebration, because they have nothing to show off with.
Satmar and the agudah and other Ehrlich people have no problem showing how many popeople are there.
I will finish meien hapsicha. We are in a dor shufal, but BH we are still strong, there are thousands upon thousands of yidden that come to shul daily and say shma yisroel and daven with kavune, and wnat to do what hashem wants.
Sorry for the typos, right to left english on a mobile is a nightmare.
Hatzluche rabba.
Yoiser mimah shekurisi lifneichem kusiv kan.
N.b. I jsut want to tell you that thethat under som nicks, are hidden people that you wouldn't exchange words with them in shul, upgeflikte people that are here with one siba to show that the eibishter is bankrupt. Techzeknu yedeichem.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
גילוי דעת:
פאר אלע וואס בלעימען דעם סיסטעם אויף זייער אומצופרידענע לעבנסשטייגער.
אני הצעיר בין געבוירען און שמאלץ טאפ פונעם סיסטעם מיין משפחה געהער צו איינע פון די עקסטרעם חסידישע פראקציעס,זיי לעבן און קאכען זיך און הבלים זייער שיינע לעבנס יארען.
אני הצעיר כשבאתי לכלל דעת,האב איך מיר אויסגעשטעלט אזוי ווי איך האב ליב און אזוי ווי איך פארשטיי.ניין איך בין נישט און פאדסטעפס איך בין א חרדישע יוד איך אינזשוי מיין ווייב און קינדער, איך אינזשוי מיין ביזנעס, איך אינזשוי מיין גאט מיין דאווענען און לערנען, איך דאווען אויף דאס פלאץ ווי סשמעקט מיר,די סיסטעם שטייט נישט און מיין וועג, איך גיי אנגעטוהן וויאזוי סשמעקט מיר,איך טוה אלעס לויט ווי סשמעקט מיר.
לא אכחש סהאט גענומען א געוואלד מיט קאראזש, אסאך מענטשען האבען נישט approved מיין רעכט צוטוהון וואס איך וויל, שלוחים זענען געשיקט געווארען,בריווען זענען געשריבען געווארען,מענטשען און די קאממיונוטי האבען מיר דן געווען אלץ א משוגענער, אדער אלץ מאדנע מענטש,איך האב אבער מיט א רואיגקייט זיך נישט אוועקגערירט פון וואס איך וויל.
און איך האב ב״ה זוכה געווען אז איך בין כהיום זייער פרייליך און גליקליך מיט מין לעבן און מיט מיין יודישע רעליגיע.
מיין הארץ גייט אויס פאר אלע פאטסטפערס ודומיהן, וואס אנשטוטס נעמען זייער לעבן און די האנט און לעבן ״באמת״ אזוי ווי זייער רצון,פארשווענדען זיי זייער לעבן מיט אנטלויפען פון זייער אייגענע שאטען,און פארנומען צו רעבעלעין און טענטרומען קעגן חרדים, וואס דאס האלט זיי צוגעבינדען צו זייער אביוז און לאזט זיי נישט אנפאנגען לעבן.
איך רוף אויס פאר יעדעם איינעם דא ובחרת בחיים, " מקען לעבן" קיינער קען נישט אוועק נעמען אונזער לעבן.
קצרתי מאד מאפס הפנאי.

יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
[justify]איך בין אנגעקומען אביסל שפעט, עס איז שוין זונטאג נאכמיטאג, אבער די געשמאקע חמין במוצ"ש פון [tag]קופערניקוס[/tag] איז נאך אלץ ווארים, און איך האב זיך גוט מחי' געווען דערמיט. ווער רעדט נאך וועט מען בייסט צו דערצו אביסל לאקשען און צוויבל קוגל פון [tag]לעיקוואד[/tag], דאן האט דאס אלע טעמים. אבער איך וואלט נאך אלץ באפארצוגט די פשוטע שאלעשידעס בילקעלע מיט חריף פון [tag]יאיר[/tag].
ואפרש שיחתי. קופערניקוס ברענגט ארויס זייער גוט די פראבלעמען פון אונזער סיסטעם, און אז די לעצטע ביסל האפענונג וואס ער האט געלייגט אויף פ.ס. איז שוין אויך צובלאזן געווארן. לעקוואד לעומתו זאגט אז מיר וועלן נישט געהאלפן ווערן פון שרייבן אין קאווע שטיבל נאר מען דארף טוהן עפעס למעשה. אבער פון ביידע בין איך נאכאלץ נישט קיין געהאלפענער, קיינער שטעלט נישט צו קיין סעלושאן אויף למעשה, איך האב נישט דערווייל קיין שום וועג אויף פאקטיש צו טוישן דעם סיסטעם.
ווידער אבער אין די פשוטע געטינקענע בילקע פון יאיר טרעף איך יא עפעס א שיין פון האפענונג. ער זאגט אז די פראבלעם איז אז מיר זענען געבויעט אויף 'נישט', וואס 'נישט' צו טוהן, און מען לייגט נישט קיין דגוש אויף וואס 'יא', אריינצוברענגען עפעס א געשמאק אין די פאזעטיווע חלק, אז עס זאל זיין ארויפגעקוקט איינער וואס טוט יא עפעס פאזעטיוו.
לדעתי ליגט אין דעם א שטארקע אמת. יעדער מענטש האט אין זיך געוואלדיגע כוחות וואס ער קען אויסנוצן צום גוטן און איבערמאכן זיך און די גאנצע וועלט צום גוטן, יעדער האט זיך אן אנדערע נקודה וואס ער קען אויף זיין אופן ארויס ברענגן זיינע באהאלטענע כוחות, אבער ווען מען הערט איינמאל און נאכאמאל "דו ביזט גארנישט ווערט", "עס איז גארנישט דא היינט", "עס איז א פינסטערע וועלט" וכדומה די אלע סארט לשונות וואס ברענגן ארויס אז דאס איז עס, עס איז א פינסטערע דור און היינט קען מען שוין גארנישט טוהן, דאן גייט דאס אריין אין בעק פונעם קאפ, און מען איז שוין אפילו נישט אינטערעסירט צו זוכן און צו פרובירן צו אויפטוהן עפעס גוטס, סיי פאר אידישקייט און סיי פאר מענטשליכקייט.
און די סעלושאן צו דעם פראבלעם ליגט דייקא יא אין די הענט פונעם המון עם, יעדע פָּאר עלטערן האבן די כוחות אויפצוהייבן זייערע קינדער און זיי שטארקן מיט זייערע פאזעטיווע חלקים אז דער קינד זאל קודם פילן אז ער איז אויך א מענטש צום טיש, אז ער איז אויך א גבר בגוברין, אז ווען ער טראכט עפעס א רעיון איז עס נישט אוטאמאטיש אפגעפרעגט און ער דארף זיך נישט שעמען עס צו זאגן הויך, און דאן ווען דאס קינד וועט אויפוואקסן וועט ער שוין קענען מיט זיין אייגן שכל דעסיידן וואס ער קען עפעס טוהן פאר אידישקייט און פאר די סאסייעטי, און ער וועט האבן די שטארקייט צו זאגן זיינע מיינונגען הויך, און פון דעם קען ארויס קומען א ישועה לדורות.
***
אונזער אנגענומענע סיסטעם איז דערווייל אראפצוקלאפן יעדן וואס וויל נאר אויפהייבן די קאפ, יעדעס קינד וואס וויל נאר ארויסווייזן זיינע טאלאנטען אויף סיי וועלכע וועג ווערט ער גלייך אראפגעקלאפט, און ממילא ווי אזוי קען מען ערווארטן אז איינער זאל וועלן אפילו טוהן עפעס צו העלפן דעם מצב?
ווען א עלעקטערישאן וויל אויסלערנען זיין קינד דעם פאך, און פארשטייט זיך אז דאס קינד וועט פון אנפאנג כאפן עטליכע געזונטע שאקס, אויב האט דער טאטע שכל וועט ער שטארקן דאס קינד און אים זאגן אז עס איז גארנישט, יעדער מענטש מאכט קודם טעותים און אזוי לערנט מען זיך אויס, און אזוי וועט זיך דער קינד טאקע אויסלערנען. און פארקערט א נארישער טאטע וועט אראפקלאפן דאס קינד אז ער טויג צו גארנישט, ער האט צוויי לינקע הענט, און דאן וועט דאס קינד טאקע בלייבן מיט געלינקטע הענט.
דאס איז די נקודה. די קליינקעפיגקייט וואס הערשט ביינונז אז יעדער מוז זיין א חלק פון די סטאדע, און גיין ווייטער מיט אלע פראבלעמען מיט די קאפ אין וואנט אריין, און נישט קענען טראכטן אפילו אן עצה אויף ארויס, קומט פון דעם חינוך וואס מען האט באקומען אז "ניין" און "נישט" און "גארנישט" דאס זענען די יסודות הדת, ממילא פארוואס זאל מען אפילו פרובירן צו טוהן עפעס "יא", עפעס פאזעטיוו.
און דערפאר איז די סעלושען אז מיר זאלן אריינברענגן א געשמאק אין אידישקייט אין די קינדער, און געשמאק אין מענטשליכקייט אין די קינדער, אז זיי זאלן וויסן אז ווען זיי טוען א גוטער טאט ווערן זיי ארויפגעקוקט דערפאר, ווען זיי האבן א געוויסע טאלאנט וועט מען עס נישט באהאלטן אונטער די קארפעט נאר רעדן דערפון און פרובירן עס ארויס צו ברענגן, און אזוי וועלן זיי אויפוואקסן פשוטע נארמאלע געזונטע מענטשן, וואס קענען טראכטן גלייך, און דאן וועלן זיי שוין וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן, און וועלן נישט דארפן אזוי שטארק לעבן פארן שכן.
***
(און מיט דעם ווערט זייער גוט פארענטפערט די בית יוספ'ס קשיא. ווייל לכאורה איז דאך זייער שווער, וואס איז געווען די גרויסע שמחה אז מען האט געטראפן א קליין קריגל אויל? פון איין זייט איז די גאנצע בית המקדש צובראכן, חרוב, טמא, און אויסגעפלינדערט. אלע אידן זענען בשפל המצב, א גרויס חלק כלל ישראל זענען געגאנגען אט"ד מיט די מתיוונים, בלויז א קליינע צאל זענען געבליבן ערליך. און פון די אנדערע זייט האט מען געטראפן א קליין קריגל אויל און עס האט געברענט פאר אכט טעג. נו, וואס וועגט איבער? זייער גוט אז מען האט געטראפן אויל, אבער דאס איז נאכנישט קיין סעלושען צו די גרויסע פראבלעם אז גאנץ כלל ישראל איז מערסטנס חרוב ונחרב?
נאר וואס דען, די עיקר שמחה איז געווען אויף די מעסידזש וואס איז געליגן באהאלטן אונטערן קריגל. טאקע דאס האט דער איבערשטער געוואלט ווייזן, אין די גאנצע באלאנגן פון חרבנות, טרעפ ארויס דאס קליין ביסל כשר'ע אויל, פון דעם זאלסטו מאכן דעם מצב, און דאן וועסטו זעהן אז עס וועט זיך צוברענען און צופייערן פאר א לענגערע צייט. זוך אויף די גוטע חלקים, בוי זיי אויף, און דאן וועסטו זעהן ווי כלל ישראל וועט צוריק אויפבליען און שיינען מיט די שענעסטע פארבן.
און דערפאר האט מען געמאכט א באזונדערע טאג יום טוב, טאקע פאר נס אז מען האט געכאפט דעם מעסידזש וואס איז געווען דא באהאלטן אז מען דארף זיך אנהויבן צו קאנצעטרירן אויף די גוטע זאכן, און דאס אויפבלאזן, און דערפאר זאגט די גמרא אז "לשנה אחרת קבעום" הערשט צום אנדערע יאר האט מען מתקן געווען דעם יום טוב פון אכט טאג, נאכדעם וואס מען האט געזעהן במשך די יאר אז מען האט טאקע געכאפט דעם מעסידזש, מען האט טאקע אנגעהויבן לייגן דגוש צו אויפבויען דעם עולם און נישט זיך צו קאנצעטרירן אויף די שלעכטס, און דערפאר הייסט די לעצטע טאג "זאת חנוכה" ווייל דאס איז דער עיקר חנוכה, נישט נאר צו פייערן די אכט טאג, נאר מיטצונעמען דעם סוף פון חנוכה אויף ווייטער אויך, אז מען זאל א גאנץ יאר אויפבויען דאס גוטס, און דאן וועט די שלעכטס ממילא אוועק פאלן, זאת - "דאס איז" די עיקר פון חנוכה. מען דארף פאקוסן נאר אויף די שיינע רויזעלע און נישט אויף די פילע דערנער וואס נעמען איר ארום. דאס זאגט מען, ומנותר קנקנים – טאקע פון דעם קליינעם אפגעריסן קריגל, נעשה נס לשושנים – האט מען זיך אויסגעלערנט זיך צו קאנצעטרירן נאר אויף די שיינע רויזן אינדערמיט, און דערפאר, בני בינה – די קלוגע מענטשן, די מבינים דבר מתוך דבר וואס האבן געכאפט די באהאלטענע מעסידזש, ימי שמונה קבעו – האבן טאקע געמאכט אכט טעג, ווייל איין טאג דארף מען פייערן אויפן נס צו כאפן די גאנצע געדאנק פונעם מעסידזש.)
***
לסיכום. ס'איז צייט אויפצוהערן קלאגן אויפן חורבן, ענדערש זיך קאנצעטרירן ווי אזוי זיך אויפצובויען, ווי אזוי אויפצובויען און אויפציען געזונטע נארמאלע קינדער אויף א פאזעטיווע וועג, ויחיד ששב מוחלין לו ולכל העולם כולו, אז איינער נעמט זיך אין די הענט אריין קען ער איבערדרייען די גאנצע וועלט צום גוטן.[/justify]

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אזא שיינע צוטרעף צום בית יוסף'ס קשיא!
למעשה קומט יעדער צוריק וואס איך (דער א.ג. חכם עדיף מנביא, און איך זאג עס מיט א שפלות רוח, גלייבט מיר) האב שוין געפרעגט דורות צוריק: "ווי אזוי מאכט מען א זיסע אידישקייט"? וואס טוט מען למעשה פאזיטיוו, אויסער זיך באקלאגן אויף די נישט גוטע חלקים?

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
לאמיך הערן וואס קען דען א יחיד טאן למעשה פאר זיך?
[tag]ברסלבער[/tag] [tag]איינגעמיירעט[/tag]'ס גילי דעת שמעקדיג
ווי אזוי גייט צי ענקער קונדער שדוכים האט דער בחור/מיידל א מעגליכקייט ציטרעפן אליינס?
ווי וואוינט איר און איירער קונדער און א בעסמענט מיט וויפיל קונדער ?
וואספארא עדיאקעשען האבן איירע זין, און וויאזוי האט איר דאס באוויזען צי לערענען מיט זיי?
ווי לאנג ציריק האט זי זיך מגלח געווען אויף 000?
וויאזוי טעקעלט איר די משלים פון חז''ל וואס דאס קונדז שאלות צעטעל פאשטייט דאס אלץ א פשטות?
ווי טמא איז א גוי ביי אייך און משפחה?
וואס טוט איר ווען דיינס א קונד ווערט מאלעסטעד ?
ווי אזוי לערנט איר אמתע צניעות פארן טאכטער אן דעם סזאל בעקפייערן?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
ארפכשד האט געשריבן:דעריבער טו איך ארפכשד נאמינירן הרב הגאון הגדול המפורסם קופי דקהל בית קאווע אלץ נשיא המרומם פון כל בית ישראל לשם ולתפארת והוא יוליכנו קוממיות לארצנו!!!
בן תמליון האט געשריבן:קופערניקעס במלא הדרו. ברוך שחלק מחכמתו ליראיו.
ווער איז מיט מיר צו ארגענאזירן א קאמאנדא אקציע אפירזוכן דעם קופערניקעס און ארויפצווינגען דאס נשיאות אויף זיינע פלייצעס?
בארוהיגט אייך רבותי, כל זמן וואס מיין שיבער לעבט און שוויצט מוז איך שטיין גרייט על כל טראפ שלא תבוא, און חלומ'ט נישט פון קיין אונטרשיבער כי ימלוך..
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך געב דא פארמאל אויף מיין אויפגאבע פון סערווירן חמין במוצאי שבת אין איך טרענספער דאס אריבער -מיט אלע רעכטען, אויפגאבעס, און נאכפאלגען- צו ידיד נפשי וידיד כל בית ישראל: קופרעניקוס!
בענדזשאמין חלום אפילו נישט דערפון.... דיין חמין קעגן מיינס איז די חילוק פון די הייסע מקוה אין א חסידישע שטיבל צו א קאווע אין סטארבאקס, ווארעם לויט גויאישע השגות. בענדזשאמין, מיר דארפן דיר צוריק.....
און ווי פיין זאגט דער שר צבא:
יואב האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך געב דא פארמאל אויף מיין אויפגאבע פון סערווירן חמין במוצאי שבת אין איך טרענספער דאס אריבער -מיט אלע רעכטען, אויפגאבעס, און נאכפאלגען- צו ידיד נפשי וידיד כל בית ישראל: קופרעניקוס!
דאס איז בכלל נישט א קונקורענט פון כשזה קם זה נופל, דאס איז בכלל נישט קיין פארמעסט. ביינונז האט מען געוויסט אז מען פרעסט א סעודה'ניו ווי ס'ברויך צו ביי מלוה מלכה, אנשטאט געפרוירענע לאגער זעמלעך די פרוי ביים חרבן וואלט צוריק געשיקט איר קנעכט, מיינט נאך נישט אז מ'איגנארירט לכבוד דעם סיפורי צדיקים. דער עולם קען ווייטער ווערן קופערניקסייזט, זיך באלעקן די פינגער ווי חסידים איבער א טעלער שירייעם, און ווייטער הערן סודות נשגבות פון ערעב פרענקלינ'ען.
און צו דיר קופערניקוס, ווי בוימל אויף א שיבערס קאפ, ווי באלזאם אויף א קינדפעטארנ'ס בויך, און ווי א פענע אין דיין האנט. סארא קנאק פון אן ארטיקל. פארוואס אבער ברויך מען זען ביי דיין פראפייל מערסט אקטיוו ביים פארשווינדענע ניקס אשכול, כאדם התולה באבע תירוצים שלו על אחרים. חברה, לאכטס נאך נישט. פרענקלין טיילט דעם זעלבן גורל. אויך "מערסט אקטיוו" ביים פארשווינדענע ניקס אשכול. ב"ה ס'איז אבער דא ווער ס'זאל לאכן.
יואב, זעה ווער עס רעדט.... ביסט ווייט נישט גענוג משביע נפש כל חי מיט דיינע ריזיגע טאלאנטן.
קרעקער האט געשריבן:בעסטע ארטיקעל וואס כהאב נאר אמאהל געליינט
סתם פאר אינטערעסאנטקייט
וויפעל שעה ליגט אין שרייבען אזא ארטיקעל?
סהאט זיך ארויסגעשאקעלט פון ערמעל? אדער האסט געשירבען און געמעקט 100 מאהל?
קרעקער, ליין אביסל מער, עס זענען דא פיינע שרייבער, אז א שיבער נעמט דיר ארויס אזוי פון די כלים איז א סימן אז די ליינסט נישט גענוג....
ולשאלתך, עס האט געדויערט א גוטע צוויי-דריי שעה. אבער נישט געמעקט און געשריבן 100 מאל. יישר כח פארן זיך אינטערסירן.
משה געציל האט געשריבן:געוואלדיג קופערניקוס!
איך רייס מיך פאר געלעכטער און וויש די טרערפאלע אויגן בהעלם אחת!
משה געציל, מיר, תלמידי בעל נטעי געציל, קויפן נישט דיין געלעכטער, מיר דארפן דיינע עכטע סחורה, דיינע הערליכע מאמרים, חזור בך!
און צולעצט צוויי הערליכע שטיקלעך, מעודדי ומשמחי נפש כל חי. צוויי ידידים וואס זענען מעיד אז זיי טוען צו די זאך, אנשטאט קלאגן, טוען זיי גדולות ונצורות אויף זייער אייגענארטיגע גאנג.
קאוועניק האט געשריבן:לעקוואד שעם דיך נישט אזוי, די ארבעט דא איז דוקא יא עושה פירות, איך פערזענלעך טו לטובה/פערדאקטיוו עפעס פאר אונזער קאמינעטי און מיין חיות קומט דוקא פון דא ! די ווייסט נישט אלעס, ביזט נאך נישט גאט
און נאך גאר קלאר פאר איינגעמיירעט וואס האט געזאגט "אין הדבר תלוי אלא בי" און זיך געמאכט זיין אייגענע שטוב פאר א בית נאמן בישראל, אן די סיסטעם פראבלעמען...
איינגעמיירעט האט געשריבן:גילוי דעת:
פאר אלע וואס בלעימען דעם סיסטעם אויף זייער אומצופרידענע לעבנסשטייגער.
אני הצעיר בין געבוירען און שמאלץ טאפ פונעם סיסטעם מיין משפחה געהער צו איינע פון די עקסטרעם חסידישע פראקציעס,זיי לעבן און קאכען זיך און הבלים זייער שיינע לעבנס יארען.
אני הצעיר כשבאתי לכלל דעת,האב איך מיר אויסגעשטעלט אזוי ווי איך האב ליב און אזוי ווי איך פארשטיי.ניין איך בין נישט און פאדסטעפס איך בין א חרדישע יוד איך אינזשוי מיין ווייב און קינדער, איך אינזשוי מיין ביזנעס, איך אינזשוי מיין גאט מיין דאווענען און לערנען, איך דאווען אויף דאס פלאץ ווי סשמעקט מיר,די סיסטעם שטייט נישט און מיין וועג, איך גיי אנגעטוהן וויאזוי סשמעקט מיר,איך טוה אלעס לויט ווי סשמעקט מיר.
לא אכחש סהאט גענומען א געוואלד מיט קאראזש, אסאך מענטשען האבען נישט approved מיין רעכט צוטוהון וואס איך וויל, שלוחים זענען געשיקט געווארען,בריווען זענען געשריבען געווארען,מענטשען און די קאממיונוטי האבען מיר דן געווען אלץ א משוגענער, אדער אלץ מאדנע מענטש,איך האב אבער מיט א רואיגקייט זיך נישט אוועקגערירט פון וואס איך וויל.
און איך האב ב״ה זוכה געווען אז איך בין כהיום זייער פרייליך און גליקליך מיט מין לעבן און מיט מיין יודישע רעליגיע.
מיין הארץ גייט אויס פאר אלע פאטסטפערס ודומיהן, וואס אנשטוטס נעמען זייער לעבן און די האנט און לעבן ״באמת״ אזוי ווי זייער רצון,פארשווענדען זיי זייער לעבן מיט אנטלויפען פון זייער אייגענע שאטען,און פארנומען צו רעבעלעין און טענטרומען קעגן חרדים, וואס דאס האלט זיי צוגעבינדען צו זייער אביוז און לאזט זיי נישט אנפאנגען לעבן.
איך רוף אויס פאר יעדעם איינעם דא ובחרת בחיים, " מקען לעבן" קיינער קען נישט אוועק נעמען אונזער לעבן.
קצרתי מאד מאפס הפנאי.
פאר הגאון לעיקוואד און החסיד ברסלעבערס הערליכע פאסוטס, קומט זיך א לענגערע אנאליז, האפנטליך בקרוב..
אקעי, כ'מוז גיין דער שיבער קוועטשט..
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
סארי, ערשט יעצט גענדיגט פארטיילן די קונטריסים פון מהר"ש, נאך א לאנגען טאג שטיין ביים רעדזשיסטער. היינט האט דער עולם זיך גראדע ווארעם אנגערופן, באקומען א שיינע פאר דאללערס אבער די קונטריסים האט מען מיר צוריקגעווארפן אין פנים, די בזיונות זענען געווען גרויס.
#ראה עניי ועמלי
#ראה עניי ועמלי
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- zurich
- ידיד ותיק
- הודעות: 813
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
- האט שוין געלייקט: 532 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:לאמיך הערן וואס קען דען א יחיד טאן למעשה פאר זיך?
[tag]ברסלבער[/tag] [tag]איינגעמיירעט[/tag]'ס גילי דעת שמעקדיג
ווי אזוי גייט צי ענקער קונדער שדוכים האט דער בחור/מיידל א מעגליכקייט ציטרעפן אליינס?
ווי וואוינט איר און איירער קונדער און א בעסמענט מיט וויפיל קונדער ?
וואספארא עדיאקעשען האבן איירע זין, און וויאזוי האט איר דאס באוויזען צי לערענען מיט זיי?
ווי לאנג ציריק האט זי זיך מגלח געווען אויף 000?
וויאזוי טעקעלט איר די משלים פון חז''ל וואס דאס קונדז שאלות צעטעל פאשטייט דאס אלץ א פשטות?
ווי טמא איז א גוי ביי אייך און משפחה?
וואס טוט איר ווען דיינס א קונד ווערט מאלעסטעד ?
ווי אזוי לערנט איר אמתע צניעות פארן טאכטער אן דעם סזאל בעקפייערן?
שאלה גדולה שאלת בני,איינער האט אפשר א תירוץ?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' גאסט אויף א ווייל: דיין בריעף איז זייער א שיינער שמועס פון מוסר און חיזוק (נישט חוזק). מ'וועט עס נאך אמאל פארלערנען ברבים, אין פארשידענע שטעט איבער דער וועלט. אזוי ווי די אגרות פון חסידים אין די צייטן פון די ערשטע תלמידי הבעש"ט זי"ע.און שפעיטער די חסידי חב"ד, אין די שווערע תקופות אין רוסלאנד אין די תר"פ יארן, ביים אנהויב פון דעם קאמוניסטישן/יעווסעקישן רעזשים. חזק ואמץ. (ס'איז דא א גראם אויף דעים. וואס דער צווייטער חלק איז אויף ענגליש(
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:58 am
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
zurich האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:לאמיך הערן וואס קען דען א יחיד טאן למעשה פאר זיך?
[tag]ברסלבער[/tag] [tag]איינגעמיירעט[/tag]'ס גילי דעת שמעקדיג
ווי אזוי גייט צי ענקער קונדער שדוכים האט דער בחור/מיידל א מעגליכקייט ציטרעפן אליינס?
ווי וואוינט איר און איירער קונדער און א בעסמענט מיט וויפיל קונדער ?
וואספארא עדיאקעשען האבן איירע זין, און וויאזוי האט איר דאס באוויזען צי לערענען מיט זיי?
ווי לאנג ציריק האט זי זיך מגלח געווען אויף 000?
וויאזוי טעקעלט איר די משלים פון חז''ל וואס דאס קונדז שאלות צעטעל פאשטייט דאס אלץ א פשטות?
ווי טמא איז א גוי ביי אייך און משפחה?
וואס טוט איר ווען דיינס א קונד ווערט מאלעסטעד ?
ווי אזוי לערנט איר אמתע צניעות פארן טאכטער אן דעם סזאל בעקפייערן?
שאלה גדולה שאלת בני,איינער האט אפשר א תירוץ?
ווי אזוי גייט צי ענקער קונדער שדוכים האט דער בחור/מיידל א מעגליכקייט ציטרעפן אליינס?
-ווער דען??
ביי אינז איז נישט דא קיין שידוכים קריזיס, דו בחור/מיידל דארפן טרעפען זייער באשערטע on there own
They get do decide what where and when.
ווי וואוינט איר און איירער קונדער און א בעסמענט מיט וויפיל קונדער ?
- birth control
אז מען מיז נישט וואינען אינטערן מאעמס שירצל דארף מען נישט וואוינען אין א בעסמענט.
וואספארא עדיאקעשען האבן איירע זין, און וויאזוי האט איר דאס באוויזען צי לערענען מיט זיי?
-עס זענען נאך דא חרידשע מוסדות אין ניו יארק וואס זענען גרייט צי געבען א education
פאר אינזער קינדער אין זיי טרייען נישט צי מחנך זיין דו עלטערן. דו שכר לימוד איז טאקע אסאך מער ווי אין סאטמער
But at lest they get a proper secular education .
ווי לאנג ציריק האט זי זיך מגלח געווען אויף 000?
10 יאר צירוק
And I don't miss it
וויאזוי טעקעלט איר די משלים פון חז''ל וואס דאס קונדז שאלות צעטעל פאשטייט דאס אלץ א פשטות?
אזוי ווי דו גוי טעקעל tooth fairy, and Santa clues
מען גיט א שמייכעל and you move on
ווי טמא איז א גוי ביי אייך און משפחה?
בכלל נישט!
מען מעג אפילו האבען א כלב אינדערהיים
וואס טוט איר ווען דיינס א קונד ווערט מאלעסטעד ?
אל תפתח פה לשטן!
Seriously ? You call 911
ווי אזוי לערנט איר אמתע צניעות פארן טאכטער אן דעם סזאל בעקפייערן?
You build your childs self esteem By showing love and affection to your child and you compliment and keep on telling your kids that you will love them unconditionall