אידישקייט הפך לחושך והסיסטעם לדם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

אידישקייט הפך לחושך והסיסטעם לדם

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך ווייס שוין אליינס נישט. אשכולות מער ווי די כינים אין מצרים, דעות כחול הים, איינער שעלט דעם סיסטעם, א צווייטער שרייט פארקערט, זה בכה זה בכה און איך שטיי א פארלוינער. סאיז עפעס אזוי פארפלאנטערט, אזוי צומישט אז מקען אראפ גיין פון קלארען זינען. איך זיץ דא ביי מיר אינדערהיים און איך קלאג. איך קלאג, סרייסט. אין די בעקגראונד שפילט לייכטע מוזיק און געבט נאר צו מער צו די מרא שחורה און ווייטאג. ווי מער איך טראכט אריין אין מיין מצב, בלוטיגט מיין הארץ מער. מעי חמרמרו נהפך לבי בקרבי. וואו מגייט און וואו משטייט הערט מען יעדעם שרייען די זעלבע. אין בית אשר אין שם מת, שטיקער כלל ישראל פאלן אוועק, משפחות זענען צושאסען, אוי לנו כי פנה היום.

אויבן אויף זעהט אלס אויס א מחיה. בחורים גייען אין ישיבה, אינגעלייט אין כולל, מענער גייען אין ארבעט און די פרויען האדעווען די קינדער. א דרויסענדיגער זעהט נאר די זין און שיין, אבער טיף טיף איז נאכט און פארנעפלט. די הארץ יאמערט און טריפט בלוט. מען שטופט נאך א וואך, נאך א חודש, נאך א יאר און נאך א יאר, אבער שטופן האט אויך א גבול. מקוקט זיך אן איינער דעם אנדערן און ספרעגט זיך פון זיך אליין: איז דאס די תורה אשר קבלנו במדבר סיני? אויף דעם זענען מער געוועהן אזוי פריילעך און מקדים געוועהן נעשה לנשמע? עולם הפוך ראיתי. פון אהבת ישראל געווארן שנאת ישראל. פון יראת השם געווארן יראת השכן. אוי אוי לך, נאום ה' אלקים.

כ'ווייס כוועל גארנישט אויפטוען. גארנישט מיט א גרויסע גימל. אבער טאקע דערפאר שרייב איך. ווען כהאב ווען א צל של ספק אז מיטן ארויסגיין אויפן גאס און זיך רייסן די הויט וועל איך עפעס אויפטוען, וואלט איך עס שוין לאנג געטאן. ווען איך טראכט ווען אולי אולי וועל איך קענען עפעס טוישן, וואלט איך געלאפן ווי א פאר'סמ'טער אין די גאסן און געמאכט א בהלה. אבער איך ווייס דאך יא אז סוועט גארנישט אויפטוען. סך הכל וועט מען מיך פארשטיינערן און שטיל מאכן מיט שלעק און סטראשונקעס. סאיז נישט דא צו וועם צו רעדן, כפאקיסטאן ואפגאניסטאן היינו. מלעכצט אויף אביסעל יושר און אמת, העניים מבקשים לחם ואין. פון דעם ישראל אשר בך יתפאר איז געווארן וימאס ה' בכל זרע ישראל. על זה דוה לבי ועל אלה חשכו עיני. איך וויין אויף מיין גורל, אויף די גורל פון מיין זיסע קינדערלעך. אוי יתומים היינו ואין אב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

ק"ש ווערט'ך אזוי איין טרעק מיינדעד. קען מען אפשר רעדן פון עפעס אנדערש אויך ?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס מיינסטו, טרעק מיינדעד מיט לייקס?

אפטעמיסט, איך פיל דיין ווייטאג. עס איז א צרת רבים.

זעה דא דעם בריוו וועלכע איך האב מעתיק געווען פון די מעלות
viewtopic.php?p=166948#p166948
וירח ה' את ריח הניחוח
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

הכי לזה קראו 'אפטעמיסט' בלשונינו שמך היאות לך 'פעסימיסט'

די וועלט איז נישט אזוי ביטער און זויער ווי עטליכע ק''ש באזיכער פרובירען דיר אנצוציען
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

מיט רעדן פון איין נושא. און ווען מ'עפענט עס באוויינט מען נאך אז ס'דא אזויפיל אשכולים אויף דע נושא... גיי פיגער
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אוי, דערמאנסט מיר פון מאטי'ס107 חתימה
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער פראבלעם איז אז מיר זיצן אלע באהאלטן אין די מויזן לעכער און רעדן זיך אויס דאס הארץ.
ווי אזוי פרעגט לעיקוואד? צי האבן מיר שוין געמאכט איין מלוה מלכה, ווי עס זאל זיין איש את רעהו יעזורו, און אנהויבן א פרילינג רעוואלוציע? מיט פאסיגע עצות?
איך קען זיך נישט פארשטעלן עפעס בעסערס ווי א מלוה מלכה פאר אונזערע חברים אינאיינעם (אן גילוי, א שטייגער ווי די אייוועלט קומזיצן), און געשמאק פארברענגען אויף א "גלעזל קאווע", און הערן ריכטיגע "חמין במוצאי שבת" וואס וועט זיין א מחבש לעצבותם וואס איז נאך נישט געהערט געווארן.
וירח ה' את ריח הניחוח
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

קריינא דאיגרתא ליהוי פרוונקא
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

דאס טויג נישט, וועסט אנקומען צו מלוה מלכה און וועסט זיך אנטרעפן מיט צענדליגער שוויצעדיגע אידן מיט מצה שטריימלך און ווייסע זאקן און וועסט חושד זיין אז נאר פרייליך האט אהינגעשיקט זיינע אגענטן. סוועט'ר נישט בייפאלן אז דו זיצט דארט מיט דענקער קרעקער יאיר און נולד מאחור. שוויצער וועט ניטאמאל דארט זיין. פון גרויס אנטוישונג וועסטע אויפהערן דא שרייבן
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ק"ש ווערט'ך אזוי איין טרעק מיינדעד. קען מען אפשר רעדן פון עפעס אנדערש אויך ?

פאר דעם prefer איך א שבת תשובה דרשה אדער שבת הגדול דרשה אפי א חנוכה פארטי איבער קאווע שטיבעל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דו (פינטל) פערד. די גאנצע אפעטיט פארנעמסטו מיר :קייןמושג: :בארד:
וירח ה' את ריח הניחוח
בויטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:55 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך בויטשיק »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך קען זיך נישט פארשטעלן עפעס בעסערס ווי א מלוה מלכה פאר אונזערע חברים אינאיינעם

אקעי, לאמיר זיך איינטיילן, יעדער מוז עפעס ברענגען צו די מלוה מלכה.
איך ברענג קאפלעך..
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

קיין לייק'ס וועט מען נישט טיילען טא!
העט יעדער זיין בארעכטיגט צו זאגען מה שבלבו אהנע גימיק'ס

:!: :!: :!: :!:

......

רבותי א יוד האט זיך דא געפלאגט אויף אן אשכול לאזט אים שעפן חיונה
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

איך שרייב איבער וואס איך האב געשריבען אינעם אנדערעם אשכול.

גילוי דעת:
פאר אלע וואס בלעימען דעם סיסטעם אויף זייער אומצופרידענע לעבנסשטייגער.
אני הצעיר בין געבוירען און שמאלץ טאפ פונעם סיסטעם מיין משפחה געהער צו איינע פון די עקסטרעם חסידישע פראקציעס,זיי לעבן און קאכען זיך און הבלים זייער שיינע לעבנס יארען.
אני הצעיר כשבאתי לכלל דעת,האב איך מיר אויסגעשטעלט אזוי ווי איך האב ליב און אזוי ווי איך פארשטיי.ניין איך בין נישט און פאדסטעפס איך בין א חרדישע יוד איך אינזשוי מיין ווייב און קינדער, איך אינזשוי מיין ביזנעס, איך אינזשוי מיין גאט מיין דאווענען און לערנען, איך דאווען אויף דאס פלאץ ווי סשמעקט מיר,די סיסטעם שטייט נישט און מיין וועג, איך גיי אנגעטוהן וויאזוי סשמעקט מיר,איך טוה אלעס לויט ווי סשמעקט מיר.

לא אכחש סהאט גענומען א געוואלד מיט קאראזש, אסאך מענטשען האבען נישט approved מיין רעכט צוטוהון וואס איך וויל, שלוחים זענען געשיקט געווארען,בריווען זענען געשריבען געווארען,מענטשען און די קאממיונוטי האבען מיר דן געווען אלץ א משוגענער, אדער אלץ מאדנע מענטש,איך האב אבער מיט א רואיגקייט זיך נישט אוועקגערירט פון וואס איך וויל.
און איך האב ב״ה זוכה געווען אז איך בין כהיום זייער פרייליך און גליקליך מיט מין לעבן און מיט מיין יודישע רעליגיע.
מיין הארץ גייט אויס פאר אלע פאטסטפערס ודומיהן, וואס אנשטוטס נעמען זייער לעבן און די האנט און לעבן ״באמת״ אזוי ווי זייער רצון,פארשווענדען זיי זייער לעבן מיט אנטלויפען פון זייער אייגענע שאטען,און פארנומען צו רעבעלעין און טענטרומען קעגן חרדים, וואס דאס האלט זיי צוגעבינדען צו זייער אביוז און לאזט זיי נישט אנפאנגען לעבן.
איך רוף אויס פאר יעדעם איינעם דא ובחרת בחיים, " מקען לעבן" קיינער קען נישט אוועק נעמען אונזער לעבן.
קצרתי מאד מאפס הפנאי.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ווען מען מעג ווען פרעגן
טראכטן און קלערן
אנשטאט אונז שטערן
אונז געטוען אויסהערן

ווען קינדער מיט שאלות
וואלטן געקריגן תשובות
אנשטאט בילקעס און חלות
און תורות ביי שאלעשידעס

וויפיל צער מוואלט געשפארט
וויפיל טונט פון אונז ניקס
נישט גערעד פון דעם בארד
ווי א בייזן געוויקס

די עולם צופרידען
געדינט דעם בורא
אלע געבליבן אידן
און געהיטען די תורה
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

איינגעמיירעט האט געשריבן:איך שרייב איבער וואס איך האב געשריבען אינעם אנדערעם אשכול.

גילוי דעת:
פאר אלע וואס בלעימען דעם סיסטעם אויף זייער אומצופרידענע לעבנסשטייגער.
אני הצעיר בין געבוירען און שמאלץ טאפ פונעם סיסטעם מיין משפחה געהער צו איינע פון די עקסטרעם חסידישע פראקציעס,זיי לעבן און קאכען זיך און הבלים זייער שיינע לעבנס יארען.
אני הצעיר כשבאתי לכלל דעת,האב איך מיר אויסגעשטעלט אזוי ווי איך האב ליב און אזוי ווי איך פארשטיי.ניין איך בין נישט און פאדסטעפס איך בין א חרדישע יוד איך אינזשוי מיין ווייב און קינדער, איך אינזשוי מיין ביזנעס, איך אינזשוי מיין גאט מיין דאווענען און לערנען, איך דאווען אויף דאס פלאץ ווי סשמעקט מיר,די סיסטעם שטייט נישט און מיין וועג, איך גיי אנגעטוהן וויאזוי סשמעקט מיר,איך טוה אלעס לויט ווי סשמעקט מיר.

לא אכחש סהאט גענומען א געוואלד מיט קאראזש, אסאך מענטשען האבען נישט approved מיין רעכט צוטוהון וואס איך וויל, שלוחים זענען געשיקט געווארען,בריווען זענען געשריבען געווארען,מענטשען און די קאממיונוטי האבען מיר דן געווען אלץ א משוגענער, אדער אלץ מאדנע מענטש,איך האב אבער מיט א רואיגקייט זיך נישט אוועקגערירט פון וואס איך וויל.
און איך האב ב״ה זוכה געווען אז איך בין כהיום זייער פרייליך און גליקליך מיט מין לעבן און מיט מיין יודישע רעליגיע.
מיין הארץ גייט אויס פאר אלע פאטסטפערס ודומיהן, וואס אנשטוטס נעמען זייער לעבן און די האנט און לעבן ״באמת״ אזוי ווי זייער רצון,פארשווענדען זיי זייער לעבן מיט אנטלויפען פון זייער אייגענע שאטען,און פארנומען צו רעבעלעין און טענטרומען קעגן חרדים, וואס דאס האלט זיי צוגעבינדען צו זייער אביוז און לאזט זיי נישט אנפאנגען לעבן.
איך רוף אויס פאר יעדעם איינעם דא ובחרת בחיים, " מקען לעבן" קיינער קען נישט אוועק נעמען אונזער לעבן.
קצרתי מאד מאפס הפנאי.


איך שרייב איבער וואס נולד האט געפרעגט אין אן אנדערע אשכול:
נולד מאוחר האט געשריבן:לאמיך הערן וואס קען דען א יחיד טאן למעשה פאר זיך?
[tag]ברסלבער[/tag] [tag]איינגעמיירעט[/tag]'ס גילי דעת שמעקדיג
ווי אזוי גייט צי ענקער קונדער שדוכים האט דער בחור/מיידל א מעגליכקייט ציטרעפן אליינס?
ווי וואוינט איר און איירער קונדער און א בעסמענט מיט וויפיל קונדער ?
וואספארא עדיאקעשען האבן איירע זין, און וויאזוי האט איר דאס באוויזען צי לערענען מיט זיי?
ווי לאנג ציריק האט זי זיך מגלח געווען אויף 000?
וויאזוי טעקעלט איר די משלים פון חז''ל וואס דאס קונדז שאלות צעטעל פאשטייט דאס אלץ א פשטות?
ווי טמא איז א גוי ביי אייך און משפחה?
וואס טוט איר ווען דיינס א קונד ווערט מאלעסטעד ?
ווי אזוי לערנט איר אמתע צניעות פארן טאכטער אן דעם סזאל בעקפייערן?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט: זעהט אויס אז מ'האט דיך פארטוישט ביים ברית אדער אין האספיטאל מיט א צווייטע בעיבי. דו וואלסט געדארפט הייסן פעסימיסט. דו זעהסט אלעס מיט שווארצע גלעיזער. לא אלמן ישראל. ס'איז דא ב"ה טויזנטער אידישע משפחות וועלכע פיהרן זיך בדרך התורה און זייער לעיבן גייט על מי מנוחות. הונדערטער בחורים און יונגעלייט וועלכע פארהערן זיך אויף אלע פינעף חלקים אין שולחן ערוך און ס'קומען ב"ה ארויס הונדערטער יונגעלייט וועלכע וועלןן זיין מגידי שיעור און מרביצי תורה. די בעל'בתישע אידן געבן גרויסע סכומים געלט פאר צדקה און ס'גרינדן זיך טעיגליך נייע ארגאניזאציעס פאר ביקור חולים, הכנסת כלה און הכנסת אורחים. גיי ארויס פאר א שפאציר אין א שבת'דיגן טאג סיי אין ווילי, בארא פארק, מאנסי אדער לעיקוואוד וועסטו זעהן די רבבות אידישע קינדער בליע"ה אריבערגיין אויף די גאסן. אויך אין פלעטבוש, פאר ראקאוועי, בעיסוואטער און לאנג איילענד. כ'בין זיכער אז אין אנדערע גרויסע שטעיט איבער אמעריקע און קאנאדא זעיט מען אויכעט די שיינע מחזה. ס'ווענדט זיך וויאזוי איינער קוקט אויפ'ן מצב. נאכאמאל. איך וואלט דיר גע'עצה'ט זאלסט זיך נאכפרעיגן ביי דיין מוהל אדער אין האספיטאל וואו דו ביסט געבוירן צו ס'האט זיך אין יענע צייט נישט געטראפן א פאל וואו מ'האט פארטוישט צוויי בעיביס. :lol: :roll: :o
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

יתרו ונולד
איך האב נישט די צייט מאריך צוזיין אויף דיע אלע פארצווייגטע נושאים וואס נולד און יתרו שמועסן.
א חלק ניכר פון דיע issues וואס די רירסט אהן, איז basicley וויאזוי וואטש מען אז די קינדער זאלען נישט צאמקויפען אלע שטותים וואס מפארקויפט זיי און די חדרים.
מיין מהלך און דעם איז צוויי נקודות,
א) מיר האט מען אוכט אויסגעלערענט שטותים און ווען איך בין עלטער געווארען האב איך עס אוועקגעווארפען, איעדע עדיזשוקעישין וואס קינדער גייען אריבער פארמאגט קיצוניות און שטותים, ווילאנג איך געב מיין קינד די פרייהייט צו טראכטען אליינס וועט ער שוין אוועקווארפען די נאן סענס.
ב)איך לערען אסאך מיט מיינע קינדער סיי לימודי קודש, און אוכט לימודי חול, און איך טריי שטארק צוצוהערען און צו disscusion זייער opinions אזוי לערנען זיי זיך אויס צו מחשיב זיין זייער אייגענע מחשבות ונטיות, און אזוי וועלען זיי קענען לעבן א פרייליך און גליקליך לעבן.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איינגעמיירעט: דו און אפטימיסט האבן דעם נישט ריכטיגן נאמען. "מיסנאומער",בלע"ז. ער רופט זיך אפטימיסט און דערווייל איז ער א פעסימיסט. דו רופסט דיך "איינגעמיירעט" און דערווייל ביסטו באפרייט (לדבריך). איך וואלט דיר אויכעט מייעץ געוועין נאכצוטשעקן אין האספיטאל און ביים מוהל אויב ס'איז נישט פארגעקומען א פאל פון פארטוישונג פון בעיביס אין יענע צייט. אפשר איז יענעם טאג געוועין צוויי ברית'ן אין ביהמ"ד און דער מוהל האט געברענגט די ראנג בעיבי צו די מאמע. :lol: :roll: :o
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

איך האמיר גראדע שוין געוואלט טוישען מיין נאמען צו אויסגעמיירעט, איך ווייס אבער נישט וויאזוי ממאכט א name change און קאווע ש.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איינגעמיירעט האט געשריבן:יתרו ונולד
איך האב נישט די צייט מאריך צוזיין אויף דיע אלע פארצווייגטע נושאים וואס נולד און יתרו שמועסן.
א חלק ניכר פון דיע issues וואס די רירסט אהן, איז basicley וויאזוי וואטש מען אז די קינדער זאלען נישט צאמקויפען אלע שטותים וואס מפארקויפט זיי און די חדרים.
מיין מהלך און דעם איז צוויי נקודות,
א) מיר האט מען אוכט אויסגעלערענט שטותים און ווען איך בין עלטער געווארען האב איך עס אוועקגעווארפען, איעדע עדיזשוקעישין וואס קינדער גייען אריבער פארמאגט קיצוניות און שטותים, ווילאנג איך געב מיין קינד די פרייהייט צו טראכטען אליינס וועט ער שוין אוועקווארפען די נאן סענס.

סוא דאס הייסט ביי דיר אקעי? שיקען א אינג קינד וואס זיין מוח איז ווי א ספאנדזש, פון די דריי ביז די 18 לערנען זאכן וואס די האפסט אז ער וועט עלטער ווערן וועט ער אוועק ווארפן א גרויס חלק דערפון. ביי מיר איז דאס חרבן א דיזעסטער.
איינגעמיירעט האט געשריבן:ב)איך לערען אסאך מיט מיינע קינדער סיי לימודי קודש, און אוכט לימודי חול, און איך טריי שטארק צוצוהערען און צו disscusion זייער opinions אזוי לערנען זיי זיך אויס צו מחשיב זיין זייער אייגענע מחשבות ונטיות, און אזוי וועלען זיי קענען לעבן א פרייליך און גליקליך לעבן.

הרבה עשה כן ולא עלתה בידם. ווארט נאר צי ווען זיי עלטער ווערן און דיר איינטיילען וואס מ'מעג און וואס נישט. כ'זאג נישט, סאיז די בעסטע וואס סשייך אבער קומען טראמעטירן אז די האסט געמאכט סדר מיט דיין לעבן, ביז דערווייל קוק מיר נישט אויס אזוי.
סאיז דא א קליינע פראצענט וואס העלפט די מהלך.
די רעדטסט פון פרייליכקייט, עגרי איך צי דיר פרייכקייט איז דא ביי אלע מיני לייף סטיילס, ביי העלבראנס יתכן אויך.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

איך ערווארט נישט אז ער זאל אוועקווארפען א גרויס חלק דערפון, רוב פון וואס מלערנט איז דיך גפ״ת דאס איז נישט דא וואס אוועקצוווארפען, ס״ה די נערישע שמועסן פון די משגיחים ומשפיעים ווען זיי רעדן זייער קינדישע פאנטאזיעס, ב״ה אז מיינע קינדער האבען א באפעסטיגטע שטוב און נעמען זייער לעבנסקוק און זייער שאיפות פון זייער שטוב, און נישט פון די אינסטוטאשינס.
א קינד וואס באקומט זיין אופן ושאיפות החיים פון א אינסטעטאשין, אפי דאס בעסטו אינסטעטושין וואס איז שייך,קען נישט צו קומען צו קיין נארמאלע לעבן ויש אריכות גדול על זה.
אבער הכלל איז, אז קינדער איז תלוי און אונז עלטערען דארפען זיין אלל די וועי אינטא דע קינדער און ארדער זיי צו אויפהאדעווען,אז נישט העט נישט קיין איין אינסטוטושין זיי קענען העלפען.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

און נולד איך זאג דיר אויב ווילסטו לעבן נעם דיין לעבן און היינו אריין און טוה צודערזאך פון זיצען דא און שימפען וועסטו גארנישט האבען,
לבר מן דין אויף וועם שימפסטו.
דערמאנט מיר ווי איך בין געזעצען און געווארט איינער זאל צוגיין צו מעריב, אזוי ווארטענדיג האטסוך איינער צוווילדעט און געשימפט פארוואס קיינער גייט נישט צו, שטיי איך מיט וואונדער און טראכט אויף וועם רעגט ער זיך
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
פארשפארט