ס'איז לוסטיג און לעבעדיג אין שטעטל. די געפילן זענען גאר דערהויבן. די הערצער פול מיט פרייד. אויף יעדנ'ס געזיכט איז א שמייכל אויסגעשפרייט. דער טאג איז ב"ה אנגעקומען.
פון די קלענערע נורסערי קינדער ביז די עלטערע בעלי בתים איז דאס געווען דאס געשפרעך פון טאג אין די לעצטערע מאנאטן. איצט האט מען עס דערלעבט. "דעם רבי'נס שמחה איז אונזער שמחה", דריקן זיך די חסידים אויס.
לאו בכל יום מתרחיש. אזא דערהויבנקייט אין א גרינעם דינסטאג. די הייליגקייט שפירט זיך אין די לופטן. א הושענה רבה שטימונג הערשט.
קלאנגען האבן קורסירט א צייט צוריק אין שטעטל אז דער רבי וועט למעשה נישט ליעסן די נייע קעדי, אנווייזענדיג אויפ'ן פאקט אז דעם מאדעל דעוויל מאכט מען שוין נישט, און די נייע מאדעלן זענען היבש קליינטשיג און ספארטי, אבער די עלטערע חסידים וואס ווייקן זיך בצילו פונעם רבי'ן האבן דאס צונישט געמאכט, זאגענדיג אז עס איז א קפידה פונעם צדיק, און מען וועט נישט פארקריכן פון די אור אלטע מסורה. דער הייליגער טשערנאבלער וואלט זיכער אזוי מציע געווען אין אזא שווערע סיטואציע. ווען די קליינטשיגע 'בשורה טובה תדשן עצם' צעטיל איבער די ידיעה פונעם רבי'נס נייעם אוטא איז ארויסגעשטעלט געווארן אויפ'ן וואנט פונעם ביהמ"ד האט עס ארויסגערופן גרויס אינטערעסע ביים ציבור צו הערן די פרטים וואס האט זיך אפגעשפילט הונטער די קוליסן איידער די ערנסטע באשלוס איז געפאסט געווארן. איבער'ן קאווע גלעזל האט מען עס געטון באהאנדלען.
געוויסע האבן אנגעמערקט דער פאקט אז בלויז אין סקווירא רירט מען זיך נישט פון די מסורה, אנדערש וואס מען זעט ליידער ביי אנדערע קרייזן. "למשל אין סאטמאר איז מען גאר ווייט פארקראכן'', האבן מאנכע אנגעוויזן. פון א קאר ביז אן עסקעלעיד איז א שטארקע ירידה. ומה יעשה הבן שלא יחטא. אז דער רבי פאלט פאלן אלע חסידים... אבער ביי אונז אין סקווירא האלט מען זיך פעלזן פעסט. און דאס איז אן קיין צווייפל אן אומגעהויערע קידוש השם וואס עס קלינגט אפ בכל קצוי תבל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הדד בן בדד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די געפילן זענען געווען עמאציענאל ווען מען האט דעם רבי'נס שטענדער אריבערגעפירט פונעם דעוויל צום נייעם אוטא. קשה עלי פרידתכם, האבן זיך די ווענט צעקרעכצט. עכבו עלי יום אחד, האט דער קאר געוויינט בתחנונים. די געבעטן זענען אבער געפאלן אויף טויבע אויערן. דער משמש דרייט שוין אראפ די שרויפן פון די אפישעל פלעיטס, און פון איצט און ווייטער איז דער קעדי דעוויל א פארגאנגענהייט.
די גבאים שטייען ארום אלע זייטן פונעם קאר און פארזיכערן אז מען קוקט בלויז דערויף, און מען רירט עס ח"ו נישט צו. קופקעס פון סקוויראער איינוואוינער פארמירן זיך. חסידים קומען צו פארן פון איבער גרעיטער ניו יארק מיטצולעבן דעם היסטארישן מעמד. ס'ווערט א געדרענג. מען ווארט און מען ווארט אז דער רבי זאל שוין ארויסקומען.
דער גלוקליכער מינוט איז ברוך השם אנגעקומען. דעם רבי'נס צורה לייכט און שיינט ווי א מלאך ה' צבאות, ווי כל נדרי ביינאכט. א געטליכע געשטאלט. גאר פאמעלעך ריכט דער צדיק זיינע פיסטריט צום שפאגל נייעם אוטא. ער זעצט זיך אריין, דעם גרויסן גמרא אויפ'ן האלצענעם שטענדער ער עפנט, און צעזינגט זיך דעם אור אלטן גמרא ניגון ווי גארנישט וואלט פאסירט.
חברה ס'בכלל נישט קיין דזאויק די חברה זענען מעסיוו ברעין וואשט אין דער צייט וואס די גאנצע יודישע וועלט ווערן מער אויפגעקלערט בלייבן די סקווערע חסידים ביים אלטן! לעצטענס האב איך געכאפט א שמיעס מיט א סקווערל זאגט ער מיר: דו האסט נישט קיין אהנונג וואס דאס מיינט ביי סקוועארער רביס טיש מען שעפט יראת שמים פון א צדיק אמת יעדע ריר בלא בלא בלא בלא ממש אויסטערליש ס'האט מיר געדאכט ווי ער רעדט פון בעל שם אדער מאור ענים איך האב געמיינט אז ס'נאר מנשה וואס איז אזוי דערווייל ווער ןאיך געוואר אז ניין די גאנצע עולם איז דארט קוקו!
נאך די הינדערט אין צוואנציג פון די העיליגין צאדיק וועט גיין אזאלכע בכיות אזוי ווי דארטן אין צפון קאריע!
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אחד היה אברהם, אקעגן א גאנצע דור הפלגה אנוש ומבול. עבד אברהם אנוכי האבן זיינע חסידים געזאגט אן קיין בושה
מנשה דו זאגסט אז אחד היה אברהם און מיט דעים מאכסטו זיך גערעכט אבער די פאקט איז אז די אחד היה האט באוויזן איבערצודרייען די וועלט א יא? ער האט געהאט מאסן "פרעמדע "חסידים" וואס זענען געלאפן צו עים.
לעינינינו אדרבא טרעף מיר 10 מענטשן פון דא אין שטיבל וואס האלטן אז דיין רבי איז העיליג!!!
ברענגען סקווערע חסידים איז ניט קיין קונץ זיי זענען אלע ברעין דעמעדזד נעבעך זיי מיינען נעבעך אז האקען מיט די הייליגע הענט אויפן טיש ביי כל מקדש ווייזט אויף צדקות!