אנטוורפן קאכט: איז די היימישע קהילה טאקע מיט די רעפארם רח"ל?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 84
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

אנטווערפען קאכט זיך זייער, נאך דעים וואס לויט שמועות זענען די קהילות, און בעיקר קהילת מחזיקי הדת וואו די היימישע קהילות זענען פארטרעטען, זיצ'ן צוזאמען מיט די רעפארם רח"ל אין בריסעל.
ממש די זעלבע וואו עס איז געווען אין דערהיים מיט די נעאלאגען און רעפארם, וואס איז באקאנט וואס די גדולי ישראל האבען פון דעים געהאלטען און בראשם דער רשכבה"ג דער חתם סופר זצוללה"ה.
מען דארף אויפפאסען קיינעם ח"ו צו באליידיגען און מען דארף עס איבערלאזען פאר די רבנים וואס וועלען זיך זיכער מטפל זיין אין דעים, אבער ווי ס'זעהט אויס פון מקורות אויף אינטערנעט און אנדערע, זעהט דער מצב נישט גוט אויס אין די עניין.
וואס האט יעצט זייער אנגעצויגען די געמיטער איז דאס וואס רב פנחס קארנפעלד פון קהילת מחזיקי הדת, האט געגעב'ן א שיינעם הספד אויפ'ן מייסד און נשיא פון אללע רעפארם קהילות אין בעלגיע וואס איז לעצטנ'ס געשטארבען און ער האט אויך ערקלערט אז אלס פרעזידענט פון די אורטודוקסיע פון אנטוורפן איז דאס אויך דער שטאנדפונקט פון די גאנצע חרדישען יודענטום פון בעלגיע.
איך בין מקצר, ווייל עס איז ליידער דא זאכען אינעם הספד וואס מען טאר נישט איבערזאגען.
דא האט איר די הספד וואס איז ליידער מפורסם געווארען אין די גאנצע וועלט:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-XP-f51pTa4[/youtube]
ממש די זעלבע וואו עס איז געווען אין דערהיים מיט די נעאלאגען און רעפארם, וואס איז באקאנט וואס די גדולי ישראל האבען פון דעים געהאלטען און בראשם דער רשכבה"ג דער חתם סופר זצוללה"ה.
מען דארף אויפפאסען קיינעם ח"ו צו באליידיגען און מען דארף עס איבערלאזען פאר די רבנים וואס וועלען זיך זיכער מטפל זיין אין דעים, אבער ווי ס'זעהט אויס פון מקורות אויף אינטערנעט און אנדערע, זעהט דער מצב נישט גוט אויס אין די עניין.
וואס האט יעצט זייער אנגעצויגען די געמיטער איז דאס וואס רב פנחס קארנפעלד פון קהילת מחזיקי הדת, האט געגעב'ן א שיינעם הספד אויפ'ן מייסד און נשיא פון אללע רעפארם קהילות אין בעלגיע וואס איז לעצטנ'ס געשטארבען און ער האט אויך ערקלערט אז אלס פרעזידענט פון די אורטודוקסיע פון אנטוורפן איז דאס אויך דער שטאנדפונקט פון די גאנצע חרדישען יודענטום פון בעלגיע.
איך בין מקצר, ווייל עס איז ליידער דא זאכען אינעם הספד וואס מען טאר נישט איבערזאגען.
דא האט איר די הספד וואס איז ליידער מפורסם געווארען אין די גאנצע וועלט:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-XP-f51pTa4[/youtube]
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 84
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
ווען דער יוטיוב ווידיאו איז ערשינען און צו דער עולם רעדט יא פראנצעזיש צו נישט איז נישט משנה כי הוא זה אויפ׳ן עצם העניין. וואס ס׳איז קלאר ווי דער טאג אז דער מצב האט זיך יעצט צופלאקערט און די שטאט קאכט.
לדוגמא ברענג איך אייך דא א קאפיע פון די וועכענטליכע אויסגאבע ׳למען תדע׳ פון א וואך צוריק, וואו מען קען אויך זעהן די צביעות אז ער אטאקירט אנדערע בו בעת וואס ער אליין זיצט צוזאמען מיט די רעפארם אין בריסעל, און בו בעת וואס ער גיבט שיינע הספדים פאר׳ן נשיא הרעפארמים אליין.....
דא האט איר די למען תדע פון פר׳ מקץ תשע״ד:

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
על המחיה האט געשריבן:וואס האקסטו און קאפ?
דעם ווידעאו איז שוין פובליצירט געווארען מעהר ווי 8 חדשים צוריק
די ווייסט אז די עולם דא קען נישט קיין פראנצויזיש, ממילא פארקויפסטו וואס די ווילסט
שאולזוהן וועט עס גערן קויפען..
ס'איז דא ווער ס'פארשטייט יא (א ביסל) פראנצויזיש. וגם אני הקטן בתוכם. ער דער רב קארנפעלד שליט"א האט גארנישט אזוי שלעכט געזאגט. ר'האט איבערגעזאגט דעם תמצית דברי ההספד וואס די שוועסטער פון בני ברק האט געזאגט אז כאטש ער, דויד זיסקינד האט נישט איינגעהאלטן אלעס וואס די מאמע האט איהם באפוילן אינ'ם פאסט קארטל (לדוגמא, צו בלייבן אן ערליכער איד) אבער ער האט זיך אייביג משתדל געווען צו העלפן זיינע אידישע ברידער. און דעיס אז דער רב האט איהם געזאגט אויף א היימישן אידיש "דויד, גיי דו ערשט" איז אויכעט עפעס. ווייל ר'איז געוועין א באבוב'ער תלמיד און א גערער חסיד.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 84
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
צו א שווייצער
מען קען בכלל נישט מדמה זיין מילתא למילתא, ס׳איז טענו בחיטין והודה לו בשעורים, מען רעדט פון זיצען צוזאמען מיט זיי אין איין קהילה צענדליגער יארען, וואו זיי זענען ממש געווארען עצם מעצמם ובשר מבשרם.
ווי ס׳זעהט אויס איז עס דער ערשטע פריצת גדר זייט די נעאלאגען, און ס׳איז דא אגאנצע צייט מיטינגס איבער די עניין, און מען דארף צוווארטען אויף די אפיציעללע שטעלונג פון די קהילה אין אנטווערפען.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
מיילעך'ל די לעבסט און דמיונות
דע קאנסטוטאר ווי די קהלה מחזיקי הדת איז א חלק דערפין האט מיט קיין רעפארמ'ער ניקס קיין שייכות
אדרבה זיי פירען שוין א יאהרען לאנגע מערכה מיט די רעפארמ'ער און ליבעראלען, און שטייען פעסט זיי נישט צי אנערקענען אלץ חלק פון די בעלגישע יודנטום
אין הכי נמי עס זענען דא דארט פרייע יודען אויך, און רוב פון די אנפירער זענען נישט קיין שותו"מ, ובתוכם דער פארשטארבענער מר. דוד זוסקינד
אבער זיי זענען ווייט פון רעפארמ'ער און אנערקענען בפירוש די ארטאדאקסישע יודנטום אלץ די אמת'ע
וכאמור דער פריצת גדר מיט נעאלאגען און די אנדער דמיונות איז פונקט גוט פאר שאולזוהן

שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
דא האט איר א געשמאקע אינטערוויאו אויף אידיש מיט דוד זיסקינד וואס מיילעך'ל ברוב חכמתו באטיטעלט אים מייסד און נשיא פון אללע רעפארם קהילות אין בעלגיע
הערט און האט הנאה
הערט און האט הנאה
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 84
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
דוד זיסקינד איז נישט געווען דער פארטרעטער פון די פרייע קהילה, ער איז געווען דער מייסד פון די רעפארם קהילות אין בעלגיע, און נאכדעים דער נשיא פון אללע רעפארם קהילות צוזאמען.
קיינער איז נישט חולק אויף דעים אז די רעפארם קהילות זענען יא צוזאמען מיט מחזיקי הדת פון אנטווערפען אין די קהילה אין בריסעל. ס׳איז ליידער צו א שטארקע פאקט וואס מען קען זיך נישט מיט דעים ארום שפילען.
קיינער איז נישט חולק אויף דעים אז די רעפארם קהילות זענען יא צוזאמען מיט מחזיקי הדת פון אנטווערפען אין די קהילה אין בריסעל. ס׳איז ליידער צו א שטארקע פאקט וואס מען קען זיך נישט מיט דעים ארום שפילען.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
זאג, דער אינטערוויאו האסטו אויסגעהערט?
דוד זיסקינד איז געווען די מייסד און הויפט פון די קאנסטוטאור, וואס האט מיט רעפארמער קיין שום שייכות
זעה דא זייער וועבסייט
דוד זיסקינד איז געווען די מייסד און הויפט פון די קאנסטוטאור, וואס האט מיט רעפארמער קיין שום שייכות
זעה דא זייער וועבסייט
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 84
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
זאב נישט אז דו קענסט פראנצויזיש ווען דו קענסט נישט קיין אות אחת. דארט שטייט בפירוש אז דוד זיסקינד איז טאקע געווען דער מייסד און פרעזידענט פון די רעפארם קהילות אין בעלגיע (CCLJ). די וועבסייט וואס דו ברענגסט איז פון די רעפארם קהילות און איר זענט מכחיש שמש בצהריים.
דער הויפט פון די קאנסיסטואר איז די לעצטע 14 יאר איינער יוליען קלענער, און פאר אים איז געווען איינער שנעק פאר צענדליגע יארען.
דער הויפט פון די קאנסיסטואר איז די לעצטע 14 יאר איינער יוליען קלענער, און פאר אים איז געווען איינער שנעק פאר צענדליגע יארען.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
גראדע געב איך מיך פיין א עיצה מיט ליינען אין פארשטיין פראנצויזיש
בנוגע CCLJ זיי זענען טאקע נישט קיין שותו"מ אבער מיט רעפארמער האבען זיי גארנישט, אדרבה ברענג מיר איין צוטאט פון זייער וועבסייט וואס ווייזט אז זיי זענען רעפארמער
איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז די ביסט מודה אז די קאנסטוטאר האט נישט קיין שייכות מיט די רעפארמ'ער
אז וואס פארקויפסטו דא דיינע דמיונות אז קהילת מחזיקי הדת, זיצ'ן צוזאמען מיט די רעפארם רח"ל אין בריסעל??
בנוגע CCLJ זיי זענען טאקע נישט קיין שותו"מ אבער מיט רעפארמער האבען זיי גארנישט, אדרבה ברענג מיר איין צוטאט פון זייער וועבסייט וואס ווייזט אז זיי זענען רעפארמער
איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז די ביסט מודה אז די קאנסטוטאר האט נישט קיין שייכות מיט די רעפארמ'ער
אז וואס פארקויפסטו דא דיינע דמיונות אז קהילת מחזיקי הדת, זיצ'ן צוזאמען מיט די רעפארם רח"ל אין בריסעל??
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 84
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
איך זאג אייך שוין כסדר קלאר און דייטליך אז די רעפארם קהילות זענען אין די קאנסיסטואר. און אזוי ווי פנחס קארנפעלד זיצט אין די קאנסיסטואר אלס ראה״ק פון מחזיקי הדת, איז אבער נישט פרעזידענט פון קאנסיסטואר, אזוי אויך איז דוד זיסקינד אויך געזיצען אין קאנסיסטואר אלס ראה״ק און פרעזידענט פון די רעפארם קהילות, און איז נישט דער פרעזידענט פון די קאנסיסטואר...
די פרעזידענט פון קאנסיסטואר איז טאקע דער פרעזידענט יוליען קלענער און גורג שנעק שוין פאר צענדליגע יארען.
אזוי ווי איך האב אייך שוין געזאגט, איז די רעפארם קהילות פון דוד זיסקינד נישט א פרייע קהילה, נאר כל כולו נאר רעפארם.
די פרעזידענט פון קאנסיסטואר איז טאקע דער פרעזידענט יוליען קלענער און גורג שנעק שוין פאר צענדליגע יארען.
אזוי ווי איך האב אייך שוין געזאגט, איז די רעפארם קהילות פון דוד זיסקינד נישט א פרייע קהילה, נאר כל כולו נאר רעפארם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
על המחיה האט געשריבן:דא האט איר א געשמאקע אינטערוויאו אויף אידיש מיט דוד זיסקינד וואס מיילעך'ל ברוב חכמתו באטיטעלט אים מייסד און נשיא פון אללע רעפארם קהילות אין בעלגיע
הערט און האט הנאה
ייש"כ: דער אינטערוויאו איז מתוק מדבש. ס'איז געשמאק צו הערן אן אלטן איד רעדן אזא זאפטיגן היימישן אידיש. נאך די אלע יארן און אלע מ"ב מסעות וואס ער (דויד זיסקינד) האט אדורכגעמאכט, און זיין איינגעטונקען אין גוי'איש'קייט, איז דאך געבליבן דער אידישער טעם ביי איהם.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 84
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך וועט איר שוין זעהן אז אללע רעפארמער און נעאלאגען אינדערהיים האבען געקענט סאך א בעסער׳ן היימישער׳ן זאפטיגער׳ן יידיש, ווי דוד זיסקינד פון בריסעל.
און ס׳פעלט ליידער נישט פון זייערע משומדים-רעפארם וואס קענען נאך היינט א בעסער׳ן היימישער׳ן יידיש ווי זיסקינד.
און אז איר ווערט פון דעים נתפעל איז עס אייער פראבלעים.

- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
אינעם אינטערוויו זאגט ער קלאר אז דאס איז א "וועלטליכע" אידישע קולטור אינסטוטיציע, דערמאנט נישט רעפארם אדער קהילה בכלל. קוקט נישט אויס ווי עס שטעלט בכלל צו רעליגעזע סערוויסעס. סתם אין קעיס איינער איז אינטערעסירט (איך בין נישט).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דעת תורה האט געשריבן:אינעם אינטערוויו זאגט ער קלאר אז דאס איז א "וועלטליכע" אידישע קולטור אינסטוטיציע, דערמאנט נישט רעפארם אדער קהילה בכלל. קוקט נישט אויס ווי עס שטעלט בכלל צו רעליגעזע סערוויסעס. סתם אין קעיס איינער איז אינטערעסירט (איך בין נישט).
דעת תורה: נו, דאס איז דאך א מעלה. ס'איז בעסער גארנישט קיין רעליגיעזע סערוויסעס ווי איידער רעפארם. כנלענ"ד.