א שבע ברכות ביי מומע יענטל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

א שבע ברכות ביי מומע יענטל

שליחה דורך יואב »

שוין, זעמיר געלאדנט צום שבע ברכות, וואס מומע יענטל מאכט פאר מיין נייעם שוואגער. אנבאדינגט אנגעזאגט אז די קינדער זאלן נישט קומען, און שוין געקאלט משוגע מאכן אכט און א דריי א פערטל מאל. נישט אז ס'האט זיך עכט אויסגעפעלט אז פון די שבעה ימי ברכתא זאל מען ברויכן אריינקוועטשן איין נאכט ביי איר. די משפחה איז היבש גרויס, און מ'וואלט זיך פיל בעסער אן עצה געגעבן אן אירע טובות. נאר וואזשע דען? אז זי דרייט איבער תבל ומלואה אז "זי מוז" מאכן איין שבע ברכות כמנהגה מאז ומקדם, ווער זאל איינגיין אויף זיך צערייבן מיט איר יעצט, און אריינגעקעריצט ווערן צווישן אירע ציין און שפייאכץ לנצח נצחים.

שיין פון איר זייט, אז דאסמאל האט זי באשלאסן דאס נישט צו מאכן אין איר ענגן הויז. א שמחה ביי איר אין שטוב באדייט אז אנצוקומען צום אויבן אן דארף מען אונטערהייבן יעדעס בענקל (לכתחילה מיט א שטויס), און צו שלעפן א ציין-שטעכער דערונטער א כזית קענטעלאופ ברויך א פארשוויצטען ארעם דיכענען העכער די קעפ, און אין מערערע פעלער צו קומען צום "אוי אנטשולדיגט!" (און איך זאל דארפן ווישן מיין רעקל יעצט, אבער חלילה זיך רעגן.)

דאסמאל האט זי ארויסגעדינגן אן אלטן אולם הסרחי; דים-לייטינג פשוט צוליב א מאנגל אין ווירקזאמע באלבס, נישט מחמת סיבות כגון חדש אסור מן התורה, חוקת הגוי, וכדו'. אבער די גאר פרייעדיגע נייעס אז זי "קאכט אליינס" האט ב"ה נישט געשפעטיגט צו קומען.

דער עולם קומט צו גיין עדרים עדרים; טייל אויסגעהונגערט, אנדערע אין דער גוסטע פון שמחות. איך בין דא ווי מ'זאגט ריין א טובה צו טון, ווארים דאס דארפן אויסהערן דעם איגנאראנטן פעטער דרש'נען אויפן דאפעלטן לשון פון "שמח תשמח" מיט (פיש) זאפט כאילו ער זאגט דאס צום ערשטן מאל, גייט מיר אויף די נערווען פונקט ווי די ווינטשערייען פונעם שוויגער מיט איר טישו, וועלכער ליגט כמעט פערמאנענט אריינגעקלעבט צווישן אירע פינגער.

בין איך אבער דא; פעמעלי איז פארט פעמעלי. מ'האט דאך נישט 26 קינדער. פאר פערצן פון דער זייט, און צוועלעף פון דער אנדערער זייט וועל איך נאך דורכשוויצן.

הייבן הייבט זיך דאס אן שארף טראדיציאנאל. א בילקעלע וועלכע זיצט און קלאצט ביי יעדענס פלאץ, מיט זויער איגערקע און קאלסלאו אין אזוינע פלאסטישע שיף טעלערלעך וועלכע קומען שוין ווי א פעקעדזש-דיל. די טישטוכער זענען אויך פון דעם באוואוסטן סארט, וואס לאזן די ברעקלעך משום איזה סיבה נישט פריי, און מעסערס זענען דא די טיפישע וועגעדיגע שטאנגען וועלעכע קענען אין בעסטן פאל שניידן וואסער.

פון דא און ווייטער קען מען זיך לייגן שלאפן פאר אומגעפער א שעה. אויב האסטו א סעלפאון מיט צוטריט צום געוועב, איז דאס א חצי נחמה. און אויב זכה לו, דאן קומען בלויז געציילטע קריכערס משוגע מאכן מיט קשיות און פראוווען צו ציען א שמועס. נאך אלעם, טרעפט מען דא אלע וואס אלמלא מיר טיילן גענעס וואלטן מיר זיך געקענט ווי דעם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף -- לויט ביידע פשטים.

די מחותנים, פעטערס און אנדערע מיט א לייסענס פון ארבעים לבינה ולמעלה הערן נישט אויף מיט די קראכעדיגע וויצן. א באזונדערע קונץ צו קענען אנגיין מיט גרעניצלאז-קאמישע ווערק, און פארט אויסמיידן פון אריינוואנדערן אין דער הוללות זאנע. "גערופן האט מען אויף זייגער זיבן, אזוי אז דער עולם וועט כאטש זיין אויף אכט," האט מען שוין אויך אנאנסירט מער ווי 5 מאל, טו בי עקזעקט.

פונעם שעשני כרצונו ווינקל הערט מען בלויז גריטשקערייען און קוויטשערייען. נישט קיין חילוק וואו, ווען און וויאזוי א שמחה גייט צו, די קלאנגן אריבערן מחיצה וועלן אייביג זיין שארף אידענטיש. מער ווי איינמאל האב איך שוין געפרואווט צוצולייגן אן אויער וואס די חברה שמועסן; חכמה אבער וועט מען נישט קונה זיין דארט אין קיין שום פאל. פארט קען אמאל זיין אינטערעסאנט צו הערן די לשון הרע'לעך און מוציא שם רע'ס אויף א האלבער שטאט; פארשלאגן איבער פראקטישע טאקטיקן, און עצות איבער וויאזוי צו "מענעדזשען" א שטוב. מ'שטיינס געזאגט: וויאזוי מרת שווארץ קאכט וועטשטעבל זופ קען אמאל זיין די בעסערע אפציע ווי צו הערן דעם יעניגען וועלכער האט זיך לגמרי נישט אנגעגרייט, און רעדט בכפיה ממש. יעדע צווייטע פרוי האלט זיך פאר א גאנצע מחנכת, שטעלט פאר מיט שטאלץ אירע השערות והשגות, און וויל בשום אופן איינגיין אויף קאמפראמיסן פון ארומיגע וועלעכע טיילן מיט דער זעלבער אראגאנטער איגנאראנץ איבער אלעמען און אלצדינג. למעשה, אז ס'וועט מיך שוין געלונגען צו סקאורען א גוטן לשון הרע, וועט נישט נעמען לאנג ביז דאס "מאאאאאזזזזזעעעעל טאאאב" פיזמון געמישט מיט "אווווווי מייייי גאאאאאש", צו "אאאנננבעעעעליוועבל" וועט איבערהאקן די טיפזיניגע געשפרעכן וועלכע שפריצן חכמה, און באלד אנהייבן א פרישן שמועס, ווי כאילו דעם פאריגן זאל ווען בכלל נישט זיין וויכטיג איבערצוקייען. מיין אויסגעשפיצטער אויער אבער, וועלכער האט געמיינט דאס גליק וועט אים באטרעפן אז ער וועט אנטלויפן פון די דרשות, לאזן זיי הענגן אין דער לופטן מיט אן אומגעצייטיגטן לשון הרע כשוטה המרחפת על הגעהירן. אבער שוין, כאילו אויב זאל מען רעדן איבער איין ענין קען מיין שוואכער אויער איבערקומען די קולות ס'גייט דארט ווי פון גיהנם ארויס.

באלד וועט מען הערן די יענטע איבערמועסן פונקטליך "פארוואס" זי האט געוועלט פונקט דעם דאזיגן מעניו. פילייכט קומט דאס אויך מיט א מגילה פון סיבות געמישט מיט לאגיק און ערפארונג וועלעכע זענען אומשטרייטבאר, און בכלל נישט אפן פאר קיין דעבאטע. יעצט אבער איז נאכנישט דא קיין זכר פון קיין מעניו. דאס קליינע סדום בילקעלע האב איך שוין -- שיין גערעדט -- אראפגעווישט כאשר יבער הגלל עד תומו. און אויב ציפן שוין די לעפצן פון א זינלאזער סאוער פיקל פארציקונג, דאן קען איך טרינקען ווארימען דזשינדשערעיל. און אז ס'איבלט שוין דער דשינזשערעיל, בלייבט איבער צו פארלענדן נאך א סאוער פיקל, און נאכאמאל דזשינדשערעיל, און נאכאמאל א סאוער פיקל. נאר ווען א גלעזל פאלט אראפ בטעות, זיי נישט קיין פורש מן הציבור, און שריי אויך "מזל טוב" מיט אויבער חכמה.

ענדליך באווייזט זיך שוין דער וועיטאר מיט א טאץ. וועיטער זאג איך? געדינגען האט מען עפעס א שיכור פון גאס און אים צוגעווארפן א ווייס העמדל -- קענטיג נישט זיין סייז -- ויקרא שמו "וועיטער". אבער וואס גייט מיך אן: מאכט דאס דען א חילוק? יא, מ'קען טאקע זען פון די עגמת נפש'דיגע טעותים פון אנגיסן און איבערגיסן אז קיין געלערנטער סארווער איז ער נישט. אבער אלץ בעסער ווי דעם באבערדלטן כריין-זיסן שוואגער. ווען ער טיילט שפירט מען זיינע היימישע פינגער דערין, אויך נאר נאכן הערן זיינע אומגעלונגענע קארני ווערטלעך. כאטש דעם ערל קען איך נישט זיין שפראך, און פטור אן עסק.

פיש גיט זי נישט ווייל זי איז דער שטאט'ס קמצן, און קען זיך מיט זרש'ן פארמעסטן עני טיים. אבער מאחורי הפרגוד הער איך איר שוין פלאפלען מיט אירע אנגעבליכע אויסריידן:
"פיפל דאונט לייק פיש עני מאר". "נאובאדי איטס פיש". "איטס ע וועיסט". שוין, אז זי ווייסט, ווער בין איך אריינצורעדן. זאל איך זאגן אז איך גלייך יא פיש, און הלמאי מיר האט מען אויסגעשלאסן פונעם סורוועי?

הגם זי האט באשלאסן נישט צו געבן פיש, וועט זי אבער נישט לאזן דעם סלאט ליידיג. ס'טייטש מ'וועט נישט פארן פון די סאוער פיקלס גלייך אריין צו דעם זופ מיט ברעכעדיגן קניידל. אין ערזאץ צום פיש, טיילט מען אומאפעטיטליכע קנישעס, באשפריצט דערויף עפעס א נזיד פון שוועמעליך ווי אויף יוצא צו זיין. אבער אויך דאס קומט אין באגלייטונג פון א דעקלאראציע:
"איי דאונט ביי קינשעס עני מאר". "כ'האב זיך אויסגעלערנט: מ'מאכט דאס אליינס".

זאגסט מיר? דאס שפיר איך דאך באלד. א טייגל באשאפן מבחינת ראם-באללס; די פריזער הפנים האט זיך מער ווייניגער אויסגעליידיגט פון אלע אירע פרי-פסח פראדוקטן אויף וואס ס'וואקסן שוין ווייסע האר מיט גרינעם שימעל. אינעווייניג האט זי אריינגעשטויסן שאר ירקות וועלכע זענען איבערגעבליבן פונעם לעטשוי וואס שפרינצע חוה האט געמאכט, און צוגעשטעלט אויפן פלאם א קליין טעפל מאשרום סאס צו פאלישן דאס גאנצע חזיריי, דערביי צו פאפן דער וועלט. און אויב דארף איך אייך איבערצייגן אז דאס איז וואר, האב איך שוין אין מיין טעלער מער ווי איינעם פון אירע האר. "גוסטאש" פארפעלט זי אבער נישט דאס צו באצייכענען מיט פאטאס. יעצט הפנים קען מען זיך ארויסלאזן אויף א יאגד איבער א גאפל, אדער טאן וואס די אויבן אן אידן טוען: מ'כאפט אלע צען פינגערס און יאכלו חזירים וישבעו.

שוין, מ'איז שוין אפגעזיצן דריי שעה. יעצט קען מען בעטן די כלה זאל אריינקומען שוין צום זיבעטן מאל. טאקע עקסייטינג צו זען ווי די צוויי מחותענעסטעס זיצן און מאכן כסדר זיכער דאס קליידל זייערס איז באקוועם אונטערן קני, בעת זייערע אויגן וואנדערן ווי פרייע פויגל אינעם זאל. א געלעגנהייט צו באטראכטן דעם נחת פון דער נאנט, נישט דורך קליינע שפאלטנס פון דער מחיצה. אזוי קען מען נאכאמאל ווינטשן, וויינען פאר פרייד, און זיך רעגן פאר שמחה.

יעצט ברויך מען זיך אויפשטעלן, אפפיצן די ברעקלעך, מאכן דעם אינסטינקטיווען גענעץ וועלכעס איז משפיע א שנירל ווארימע פארע פאר אלע ארומיגע, און אראפשלעפן דעם טלית קטן ביז אונטערן הויזן זיפער. און אויב עס פעלט אויס משום סיבות שאי אפשר לפורטם, דאן שאקלען די הויזן ווי די מצוות ביי תשליך. אבי מ'גייט שוין. קודם אבער ברויך מען ארומקרייזן דעם טיש פאר דריי מינוט אויף צוויי מייל פער שטונדע, און זינגען דעם אויסגעדראשענעם שמח תשמח ניגון, ביז מ'שפירט אז מ'האלט שוין ביי דעם "וגן עדן מיייייי (פאוואליע) קעעעעעעעעעע (לאנגזאמער) דעעעעעעעעעעעע (לעש אויס דעם מאטאר) עעם! פששששיאה! פיין געוועזן, מזל טוב, אויף שמחות, ביי די קינד און ביי אלע אנדערע קינדער, מזל טוב נאכאמאל, און שכח מומע יענטע, סארא שיינע שמחה, וואז אנבעליבעל, שכח נאכאמאל.
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

יואב האט געשריבן:פיין געוועזן

אבער נאך וואו!! :lol: :lol:
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

יואב, געב איבער א גרויסן דאנק פאר די מומע אז צוליב איר שבע ברכות האבן מיר באקומען אזא שיינע באשרייבונג פון יואב'ן.
ברוך מחי' המתים. זאלסטיך נאר נישט צוריק לייגן יעצט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יוי (אב) איז דער גוט!!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ברסלבער האט געשריבן:יואב, געב איבער א גרויסן דאנק פאר די מומע אז צוליב איר שבע ברכות האבן מיר באקומען אזא שיינע באשרייבונג פון יואב'ן.
ברוך מחי' המתים. זאלסטיך נאר נישט צוריק לייגן יעצט.

העי! זינט איך האב תשובה געטאן, בין איך דא פול-טיים.
עשרת ימי תשובה האמער מתקן געוועזן אסאך פגמים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווען איר וואקט אריין צו א שמחה, און זעט א שטילע איידעלע יונגעמאן זיצן אין ווינקל, לאזט נישט ארויס קיין מוק, באאבאכט די גאנצע ארום, כל העולם כולו, די גאנצע בריאה איז זיין case study, יעדע מענטש איז זיין שרייב געצייג, און יעדע זאך וואס איינער רופט זיך אן איז סחורה פארן נעקסטע מייסטער שטיקל, זאל איר וויסן אז דאס איז די וואן אונד אנלי, יואב! קאווע שטיבל'ס צערטל קינד, קעצעלע, פייגעלע מיין.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אוי! פארגעסן פון די צען מאל איך ברויך זיין א צענטער. (אסאך מאל צען מאל פאר די זעלבע מנין וועלעכע האט זיך שוין שיעור יא/נישט/ כמעט/ אפשר/ שפעטער/ פריער זיך אויסגעארבייט). שוין, עמער ברויכן שרייבן איבער דעם אן אנדערן מאל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואב: שקויעך פאר דיין הערליכע שילדערונג פון די "שבע-ברכות" ביי די מומע יענטל. דו האסט סך הכל געהאלטן א גרויסן שפיגל און דער עוילעם האט אריינגעקוקט. גם אני בחלומי. נאר די נעמען זענען אנדערש. ווי דער אלטער שמש ביי אונז אין ביהמ"ד פלעיגט אייביג אנוואונטשן. "תזכה לשמיצוועש". דו האסט אמת'דיג מקיים געוועין דעם סאמייאך טעסאמאך. :lol: :D 8-)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואב האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:יואב, געב איבער א גרויסן דאנק פאר די מומע אז צוליב איר שבע ברכות האבן מיר באקומען אזא שיינע באשרייבונג פון יואב'ן.
ברוך מחי' המתים. זאלסטיך נאר נישט צוריק לייגן יעצט.

העי! זינט איך האב תשובה געטאן, בין איך דא פול-טיים.
עשרת ימי תשובה האמער מתקן געוועזן אסאך פגמים.

פארגעס נישט. ס'קומט יעצט שובבי"ם-ת"ת. כדי מקיים צו זיין דעם "האומר דבר בשם אומרו" וועל איך שרייבן א ראשי-תיבות פון שאולזאהן. ש-וין ו-וידער ב-יים ב-רעג י-ם אין מ-יאמי :lol: 8-) :roll:
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך פיש כאפער »

״אווווווווייייייי מייייייייי גאאאאאאשששששש״
דאס איז אזוי גוט!! מען דארף צוזאמנעמען אלע קורצע (גוטע) מעשה׳לעך פון דא אין ק״ש, מאכן דערפון א pdf, און עס פארטיילן אין חדר פאר די קינדער צו האבן כשר׳ע ליין מאטעריאל…
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

סדנא דארעא חד היא.

אוי האב איך געלאכט, יואב, און איך לאך נישט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

 ... וואס אלמלא מיר טיילן גענעס וואלט.....


ברוך מחדש חידושים.

הערליך יואב, און אגב, א הארציגע מזל טוב לכבוד די שמחה אין דיין משפחה.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יואב, די ברענגסט אונטער די גאנצע מעשה, די וויקלסט עס אזוי שיין אויס, אוי וויי, די מומע זאל עס נאר נישט זעהן אויב יא איז געענדיגט מיט די שבע ברכות ביזנעס
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

berlbalaguleh האט געשריבן:יואב: שקויעך פאר דיין הערליכע שילדערונג פון די "שבע-ברכות" ביי די מומע יענטל. דו האסט סך הכל געהאלטן א גרויסן שפיגל און דער עוילעם האט אריינגעקוקט. גם אני בחלומי. נאר די נעמען זענען אנדערש. ווי דער אלטער שמש ביי אונז אין ביהמ"ד פלעיגט אייביג אנוואונטשן. "תזכה לשמיצוועש". דו האסט אמת'דיג מקיים געוועין דעם סאמייאך טעסאמאך. :lol: :D 8-)

רעדנדיג פונעם שפיגל. אוי! דער אומאנגענעמער מינוט, ווען דו שטייסט אזוי ראשו ורובו ביי די פרויען זייט, (ראשו ורובו דווקא, שלחנו--די קעיק-לאזע איז נאך יא ביי די מענער. וועט מען ברויכן הייסן א קליין אינגל -- וואס גייט פאמעליך מיט לאנגזאמע טריט כדי זיין נייע שיך זאל נישט אריינהייבן א קנייטש -- ארויסצו'גנב'נען קרעמיש קעיק, דשעלי רינגס, "און האלא"! ברענג אויך "וועניסקראנטש", אבער שנעל, לאמיר זען ווי שנעל דו קענסט לויפן. "ביזט נאך נישט צוריק"?) און ביזט פארקלאצט אינעם שפיגל. מ'וועט מוזן זאגן אז דו קרייזלסט די פיאות בלויז פאר לאנגווייליגקייט, און נישט פאר שיינקייט, וכל יומא יוכיח. א פרוי מיט א האלבן קינד, באוואפענט מיט איר פאקעטבוק וויל אריינגיין, אבער דו פארשטעלסט בטעות דעם דורכגאנג, ווייל פונקט האסטו יעצט באמערקט א קליינע פימפל אונטער דעם לינקן אויער לעפל. ווילאנג דער נקיבה וועט נישט זאגן "אנטשולדיגט", וועסטו נישט אויפטאנצן ווי א פראש!
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יואב, פרעג נישט וואס דו האסט היינט אנגעדרייט. כבין געווען אין כולל אין די גרויסע הענדיקעפט סקיס וואו ס'כאפט ווייפיי, און ס'איז געגאנגען אן אשפ"ג, אז מ'האט געמיינט כ'האב מיך צוקוצלט די נערווען. מ'האט שוין כמעט אריבערגערופן מיין ווייב מיך אויפצופיקן.
יו גאטטע בי קעירפול.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

הערליך רירענד און לאכעדיג גאוד זשאב יואב!
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך בין נייגעריג אויב [tag]יואב[/tag] האט טאקע מיטגעהאלטן אזא שבע ברכות.

איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן עפעס ענליך. יעצט גיי זיי אים מסביר אז איך לאך פשוט ווייל איך האב זיך דערמאנט פון יואב ביי מומע יענטל, און איך מיין בכלל נישט אים.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ברסלבער האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב [tag]יואב[/tag] האט טאקע מיטגעהאלטן אזא שבע ברכות.

איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן עפעס ענליך. יעצט גיי זיי אים מסביר אז איך לאך פשוט ווייל איך האב זיך דערמאנט פון יואב ביי מומע יענטל, און איך מיין בכלל נישט אים.

גראדע האב איך נישט געשריבן דעם ארטיקל בשעת נאגן דעם סאוער פיקעל, אונטער א שליקעץ דזשינדשערעיל. דעמאלט בין איך דאך פארנומען מצרף צו זיין מנינים, ענטפערן טיפישע שאלות אדרעסירט דורך לאנגווייליגע פעטערס, און זיין פארנומען טרעפן אויסריידן פאר מיין נעפיו, פארוואס איך קען אים אויפן מינוט נישט פארבארגן מיין צעל.

אזא שבע ברכות גלייב איך האט שוין יעדער בייגעוואוינט אויף די אייגענע הויט, לפחות אזויפיל מאל וויפיל געשוויסטער ער האט.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

פונקט באגעגנט די אשכול, האב איך באשלאסן דאס ארויפצוברענגן פאר די נייע ניקס וועלכע קענען נאכנישט אונזער יואב‎
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

יואב, כ'האב מורא ביסט מיין שוואגער.....איך בין אויכט דארט געווען ביי דע קארני שבע ברכות. איךבין אהיימגעגאנגען א צוקלאפטער וואסערע אומגעשמאקע יונגערמאן איך בין..איך האב נישט קיין סחורה פאר קאנווערסעישן,מיינונגען וכו'....
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:פונקט באגעגנט די אשכול, האב איך באשלאסן דאס ארויפצוברענגן פאר די נייע ניקס וועלכע קענען נאכנישט אונזער יואב‎

און א שווערע מינוט כאפט מען א אלטער אשכול פון יואב און מ'פארגעסט פון אלעם. דאס האב איך יעצט ערפינדען נאכן זיין אגאנצען טאג כלוא בבית מיט די קינדער אויפן קאפ צוליב די וועטער.
פארשפארט