( ) [ ] { }

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
חנניה זרח שטיגליץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 5:12 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

( ) [ ] { }

שליחה דורך חנניה זרח שטיגליץ »

(דער ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך א קאמפיוטער וואס איז נישט ארויסגעשיקט געווארן פון עמעזאן אום שבת קודש)

טעכנאלאגיע האט געטוישט אלעס ארום די וועלט (יא ליידער מיר אידן {און מיט אידן מיין איך היימשע ערליכע} זענען אויך נישט ווי בעפאר).

כ'וויל רעדן אביסעל ערנסט אויך דא. ווען ס'זענען זיך צוזאמגעקומען (למשל) אידן 15 יאר צוריק [מ'דארף נישט גיין אזוי ווייט אפילו, 10 יאר צוריק אויך, עניוועי] צו א משפחה שמחה האט זיך יעדער באגריסט מיט א אמת'ע ליבשאפט, דאס געזיכט האט געשיינט זיך צו טרעפן מיט א משפחה קרוב דאס שמועסן אוון שמייכלן איז נישט געווען אחד בפה'דיג. היינט (נישט ממש היינט, שוין אפאר יאר) שפיל אראפ דאס זעלבע סצענע יעדער מיט זיינע כלי אין טאש קוקן איינער אויפן צווייטן פארדעכטיגט ווייל יעדער איז פארטון אין זיין וואטסעפפ גרופ {אדער טעקסט, [צו אימעיל] יו געט די פוינט} און דיין פעטער וואס פאר 8 יאר צוריק איז ער געווען "דיינער" איז היינט ווילד פרעמד פאר דיר, וואס פארשטייט ער צו די אלע לעצטערע וויצן וואס דו האסט מיטגעהאלטן? ער איז בכלל נישט אין דיין לעבן. (יא, אויך מיר א לעבן [ניטאמאל א חיי שעה וואלט איך דאס גערופן])

זאלן מיר עס אלע מודה זיין (און יעדער קען עס מודה זיין אז נישט אפען כאטש אין הארצן) די אלע סאשעל טעכנאלאגיע האט אונז גוט [ מיט גוט מיין איך דא שלעכט {וד"ל}] געדעמעדזשט! מיר זענען געווארן קאלטע שטיינער, אנשטאט "סאשעל" זענען מיר געווארן "פרייוועט" "באהאלטן" "אפגעהאקט" יא דו לאכסט 5 מאל א טאג א גוטס פון א קליפ (קליפה!) אבער סוף טאג? איין שטיק דעפרעסיע איזולוציע איינזאמקייט. אותי עזבו, האסט איבערגעלאזט די לעבעדיגע מדברים און פארדיקטעט געווארן צום דומם (אייפון {אדער טאבלעט וכדומה})

וויפיל נאך זאכן האבן זיך געטוישט זינט מיר זענען געווארן אזוי סאפיסטיקירט? ווייל פארשטיין דארף מען (און יעדער ק"ש ליינער פארשטייט [אחוץ אויב פונקט דא {וואו ער האט א נגיעה} וויל ער זיך דאוקה נארן] פיין) אז ווען דאס לעבן פון א מענטש ווערט גרינגער ער הייבט אן שפירן ווי ער קאנטראלירט זאכן און מיט זיין פינגערטיפ קויפט ער און קענסעלט ער, דעליווערט ער, שרייט ער, סטראשעט ער, מאכט ער לאכן א האלבע וועלט {און לייג צו וואס נאך אלס מ'טוט מיט איין דרוק אויפן סקרין} פארלירט דער מענטש דאס לעצט ביסל האמבעלנס (ענוה). ער קען מער נישט טון זאכן וואס ער האט געטון אפאר יאר צוריק, ספאסט מער נישט.

מיר איז עס אזוי בייגעפאלן [און ס'קען זיי איך בין אינגאנצן ראנג (דאס איז אויך פון די מעלות וואס איך האב נאך נישט אנגעוואוירן אז איך קען זאגן אפען אולי טעיתי) און יעדער קען עס טשאלענדזשען] בלויז פאר א משל איינס מיני אלף זיכער. ארויסקומענדיג ער"ש פון סאטמאר קליימער שול מקוה אין וומ"ס (וואו איך בין געווען צו גאסט צוליב א משפחה שמחה {און איינגעשטאנען נישט ווייט פון יענע ביהמ"ד} און ארויפגעברענגט אלטע זכרונות פון אלץ קינד וואוינענדיג נישט ווייט) איז מיר דורכגעפלויגן דאס בילד פון לאנגע שטריק צוגעטשעפעט צו האר קעמלעך (ניין נישט א קעמעל והנה גמלים באים, כ'מיין דאס מיט וואס מ'מאכט די פיאות [בעפאר מ'ווערט אויפגעקלערט און מ'לייגט עס ארויף אויף די אויער] ס'זאל זיך האלטן שיין) דאס פלעגט אזוי הענגן פון א האלצערנע שאפקע וואס האט זיך געפינען נעבן דעם סינק. און אידן פון אלע שיכטן (נישט קרייזן, ווייל רוב דארט זענען סאטמארע אידן {כ'מיין נישט ממש סאטמאר, נאר לאפוקי א מתמידים [ קהל עדת ירושלים?] חסיד, למשל}) און שאטירונגען זענען געשטאנען דארט ביים האלץ מיט די פובליק קעמלעך אין די האנט און זיך געמאכט די נאסע פיאות. אזוי האט געקענט צומאל זיין א ליין פון מענטשן און ווארטן אז דער באנוצער זאל ענדיגן אז ער זאל אויך קענען זיך מאכן דאס פיאות.

אויב איז איינער געווען מער פענצי (היינט האט יענער זיכער די נייעסטע סארט גאלעקסי) האט ער ארויסגענומען די האר (און אפשר אפגעווישט די שניי) וואס דער פאריגער באנוצער האט איבערגעלאזט אינעם קעמעל. אויב איז יענער געווען אזוי ווי יעדער פשוט'ער מענטש (היינט קען ער אנפירן א וואטסעפפ גרופ אויף א ביליגן ענדרויד, [דרייווט אן עקארד] און מאכט זיך ווי ער זעט נישט זיין פעטער ווען ער שפאצירט אים דורך אויפ'ן גאס) האט ער ניטאמאל געקוקט, נאר מיט א תמימות (און מיט א אהבת ישראל וואס היינט איז עס נישט בנמצא!! וד"ל) א וועלגער געטון דאס פיאות מיט'ן קעמעל און אהיים געלאפן {און אויפן וועג אהיים איז נישט געווען אויפן וועג ארויס אזא קעסטעלע מיט פאפירן וואו מ'קען יעדע וואך ליינען ווער ס'האט געטון א מצוה 9 חדשים צוריק ודו"ק (אוי פון וואו נעמט מען יענע רואיגע צייטן)} צו ענדיגן מיט די שבת הכנות.

מיר זאגט עס אזוי. ווען נישט סמארט פאונ'ס ווען נישט מיי ספעיס (איינער געדענקט דאס נאך? ניין און דאס ווייזט אויף אז גשמיות חושך טונקעלקייט איז נאט העיר טו סטעי!) פייסבוק, טוויטער (מלא וא"ו! "טויטער" קרי!) טעקסטן, סעל פאונס, אינטערנעט, האט ליינס, וכולהי וואלט נאך יענע קעמלעך דארט אין קליימער מקוה אראפגעהאנגען און אידן וואלטן זיך ליב געהאט דארט כמימי קדם! דאס איז עס ביי מיר קלאר, און קיינער קען עס נישט אויפווייזן אנדערש. שוין.

איי דייגרעס. דער ציל פון מיין שרייבן דא איז בעיקר געווען ארונטערצוהאקן יענע אלע שרייבערס וואס מיינען אז מ'קען אן ארטיקל מאכן מער פראפעשאנעל אויס זעהן ווען מ'רינגעלט (כזה () ) אריין יעדע צווייטע זאץ, וד"ל. אז מ'שרייבט גוט פעלט דאס נישט אויס. און ווער ס'מיינט אז איך עס יעצט לאקשן קוגל איז כמעט גערעכט. און דערפאר האב איך לכתחלה געשריבן אין 'שמייכל' אבער זענדיג אז מיין פלאו אוו קאנטשסנעס האט מיר געפירט צו מער ערנסטע דיבורים האב איך עס אריינגעלייט אין געזעלשאפט.

איין זאך וויל איך בעטן (ניין, ניין. כ'בעט אייך. נישט דאס גיי איך בעטן {איך געב נישט קיין --- פאר ל---} הער צו) איך האב באמערקט אז שוואכע שרייבערס (און מיט "שוואך" מיין איך נישט אין תוכן, נאר אין וויפיל מ'שרייבט דא בכלל) ווערן מער איגנארט. מיר קומט עס נישט, איך האב נישט צופיל צייט. בעט איך אייך ביטע קאמענטירן. ישר כחכם.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אפשר ביסטו מיין (באורד) פעטער וואס כ'פלעג {בלית ברירה} אויסהערן זיין בויך וויי ביי יעדע [שמחה] שבע ברכות? דעמאלסט האב איך נישט געהאט קיין אנדערע באשעפטעגונג, און קיין תירוץ דיר שטיל צו מאכן, (אזויווי פאר א סטרעיט בחור אין ישיבה, אז ס'נישט דא עפעס אנדערש איז א בחור אויך גוט) היינט אבער האט דער אויבישטער ברוב רחמיו וחסדיו אראפגעשיקט דעם אינטערנעט, וואצעפ, וכל עוף למיניהו, אז כ'דארף שוין נישט אויסהערן דיינע אויסגעדראשענע וויצן. היינט קען איך רעדן אויף וואטסעפ מיט חבירים וואס ס'אינטערעסירט מיר באמת וואס זיי זאגן, און רעדן ענינים וואס איך וויל רעדן. איים סארי אז דו ביסט געבליבן אויסגעשפילט, קענסט אפלאזן דיינע איינגעגעסענע פריקאנסעפציעס צו יעדע נייע זאך, און זיך אויך קויפן א סמארט פאון [כ'ווייס ס'פאסט דיר נישט, אבער איי קענט העלפ יו]. כ'בין נישט אינטערעסירט צו הערן פארוואס דו האסט באקומען נאך א סעלפאון טיקעט פאריגע וואך, און וואסארא אנטיסעמיט די פאליסמאן איז געוועזן, אויך נישט אינטערעסירט אויב דו האסט געהאט טרעפיק אויפן וועג ווייל די ברידזש איז אפגעשפארט, און האסט געדארפט גיין דורך דזשערזי. וועסט נישט גלייבן, אבער ס'אינטערעסירט מיר גאנץ קנאפ אז ברוכי'ס יוסעלע גייט שוין באקומען פיאות, (צייט פליעט, הע?) אדער אז יעדע יאר אזא צייט איז שוין סאך קעלטער, ווייל דריי יאר ארום גייט זיין א איבער יאר.

ברוך השם היינט איז שוין אהבה, אחוה, שלום, ריעות, שוין נישט געוואנדען אין געאגראפיצע לאקאציע, נאר מ'קען תמיד זיין באהאפטן מיט די נאנטע בכל קצוות תבל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך בין געווארן עפעס שרעקליך דיפרעסט בשעת'ן ליינען זרח'ס מאמר, איך ווייס נישט פארוואס. אה יא יא, איך האב עס געליינט אויף א טעכנעלאגישע כלי, נעקסט טיים זאג מיר עס פנים אל פנים. :)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

חנניא דערשרעק דיך נישט פון די לצים דא דו זאגסט זייער פיין! און יא מיר האבן זיך געדזענזט די קאפ ליגט שוין אין אנדערע זאכן אמאל האט מען נישט געמאכט אזא דין חשבון ווען א חבר האט חתונה געמאכט צו זאל איך יא גיין צו נישט צו איז ער געקימען צו מיינס אדער ווייל ער איז נישט געקימען צו מיינס גיי איך נישט צו זיינס! ס'געוועין וואן ביג העפי פעמעלי!!
און דאס וואס דו זאגסט וועיגן די פעטערס בוסטו אויך זייער גערעכט אונז קיק מיר זיי אן מיט אזא ביטול,וואס פארשטייען זיי צו די היינטיגע דור,זיי זענען סתם אונגארישע יודן,זאג נאר דו ווייסט בכלל וויזוי מ'ריקט א מויז?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

zurich האט געשריבן:אמאל האט מען נישט געמאכט אזא דין חשבון ווען א חבר האט חתונה געמאכט צו זאל איך יא גיין צו נישט צו איז ער געקימען צו מיינס אדער ווייל ער איז נישט געקימען צו מיינס גיי איך נישט צו זיינס! ס'געוועין וואן ביג העפי פעמעלי!!

איך מיין פארקערט, אמאליגע שיינע אידן האבן מער געמאכט די סארט חשבונות פון שמור לי ואשמור לך; היינטיגע צייטן האו קעירס, מען האט נישט קיין קאפ צו האלטן די חשבונות, און איך וועל טאקע זיך משתתף זיין ביי א גוטן חבר'ס שמחה, אבער א פעטער צו וועמען איך האב קיין שייכות נישט ווי גרויס די יאר איז, אויב איז עס לאקאל וועל איך אפשר סך הכל אריינסטאפן זאגן מזל טוב, לאנג דיסטענס אודאי נישט, אבער מיט א אמת'ן ידיד וועל איך מיטטאנצן און זיך מיטפרייען און אפילו רופן א בעבי סיטער פאר די קינדער אויב פעלט זיך אויס. בקיצור, די שמחה איז מער אמת'דיג.
וירח ה' את ריח הניחוח
חנניה זרח שטיגליץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 5:12 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך חנניה זרח שטיגליץ »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך בין געווארן עפעס שרעקליך דיפרעסט בשעת'ן ליינען זרח'ס מאמר, איך ווייס נישט פארוואס. אה יא יא, איך האב עס געליינט אויף א טעכנעלאגישע כלי, נעקסט טיים זאג מיר עס פנים אל פנים. :)

נו האלוואי. אבער זאג נאר, איינע פון די זאכן וואס איז מיטגעקומען מיט די טעכנאלאגיע איז עפעס וואס הייסט "גילו". נו צולייגער לאמיר זיך טרעפן און כ'וועל דיר עס זאגן פנים אל פנים...

און צו געפילטע פיש. העי איך בין נישט דער פעטער (דא אין דעם געשיכטע), איך בין דער נעפיו! און איך באוויין מיין אייגענעם מצב.

און צו ראובן. :like :lol:
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

חנניה זרח שטיגליץ האט געשריבן:און צו געפילטע פיש. העי איך בין נישט דער פעטער (דא אין דעם געשיכטע), איך בין דער נעפיו! און איך באוויין מיין אייגענעם מצב.

מיין תגובה איז טאקע געווען געוואנדן צום פעטער, נישט צו דיר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראובן: דו ביסט אפשר א קרוב מיט אליצפן? או. קעי. ער האט א לענגערע בארד. אבער די אוואטאר'ס זעען אויס ווי זיי האבן געהאט איין בשותפות'דיגן זיידע! 8-) :? :roll:
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

שטיגליץ האט דא אהערגעשטעלט א גאונישע ארבעט און געפילטע און דער גראדער מעכל ראובן כאפן נישט דעם וויץ.
פאר ווער סוויל אריינגיין טיפער וואס דא גייט פאר קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

חנינא (או: חנינה) זרח ש"ץ (=שטיגליץ) (קליימער תשמ"ט - לאנדאן עמו"ש {עד מאה וחמש (או: ועשרים) שנה})).
ייש"כ.
Under influence
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

געזענט היינט א גוט ווארט:
It was naive of the 19th century optimists to expect paradise from technology—and it is equally naive of the 20th century pessimists to make technology the scapegoat for such old shortcomings as man’s blindness, cruelty, immaturity, greed and sinful pride. —Peter F. Drucker
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יאיר, אדער טוסטו אויס דעם פענציל פון דיין אויער און דו הייבסט אן קראכן וויצן, אדער באלאנגסטו נישט דא.
([{דא רעדט מען שטיגלידיש}]).
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

ענקער איינרינגלען מאכט מיר דרייען די קאפ ווי א לאנגע נעסטעט עקסעל פארמולע

Shtiglitz = Right(A1,IIF(B6=[8,9,5],"True",3*C8-Sin(6.{10>0}),pi(5) 6) MOD 98)) & "DND
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

חנניה. זאג. הענגעדיגע נעגל שניידערס איז אויך דא?
You must be the change you want to see in the world
חנניה זרח שטיגליץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 5:12 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך חנניה זרח שטיגליץ »

גנדי האט געשריבן:חנניה. זאג. הענגעדיגע נעגל שניידערס איז אויך דא?

יא האסט זיכער געוויסט? מיינסט צו פרעגן צו ס'איז אמאל געווען, יא? יא ס'איז געווען! (איך האב עס בטעות פארגעסן אויסצורעכענען, ס'איז געליגן דארט נעבן די קעמלעך [אויך מיט לאנגע שטריק] {ס'געווען עטליכע סייזעס...}) זיי וואלט אבער סערווייווט די ערשטע ווערסיע פליפ פאונס און אפשר אויך איין האט ליין. היינט זענען זיי שוין אויך נישט דא. :cry:
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

חנניה זרח שטיגליץ האט געשריבן:יא ס'איז געווען! (איך האב עס בטעות פארגעסן אויסצורעכענען, ס'איז געליגן דארט נעבן די קעמלעך [אויך מיט לאנגע שטריק] {ס'געווען עטליכע סייזעס...})

די גרויסע איז געווען פאר די פוס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טוה א טובה און סטאפ דא. באלד וועט נאך קומען איינער און ר'וועט אויסרעכענען וואספארא מיני קראצערס ס'איז אלץ געוועין אנגעהאנגען אויף שטריקן. :lol: :roll: :o
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פארשפארט