עניגמאטישע פערזענליכקייטן דא אין קאווע שטיבל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

קאווע שטיבל איז אלל אבאוט ברעיקינג באונדעריס - צו פארשטיין אן אנדערע צד, משיג זיין א צווייטנס פערספעקטיוו, קבל את האמת ממי שאמרו, אוועקקוקן פון נגיעות און בייעסעס, געוואויר ווערן פון נאך א דעה, א פרישע געדאנק וכו'. נאך א געוואלדיגע בענעפיט וואס מיר האבן דא איז זיך באקענען מיט גאר אינטערעסאנטע פערזענליכקייטן וועמענס רייכקייט און אינטערעסאנטקייט מיט קענען קיינמאל נישט ריכטיג משיג זיין אין ריעל לייף.
מיר האבן דא חברים וואס שטעלן פאר אן עניגמא - א מיסטעריע וואס שטימט נישט לויט וואס מיר האבן געוואוסט. זיי פארמאגן סתירות'דיגע פערזענליכקייטן וואס אין ריעל לייף זעען מיר נישט אזא זאך. אונזער וויילן דא אין שטיבל ברענגט אונז אז מיר זאלן טיפער קענען נאך סארטן פערזענליכקייטן. דא, ווי מ'קען אסאך ברייטער און פרייער רעדן ווי אין ריעל לייף, קענען מיר קענען מענטשן מיט א פיל טיפערן בליק, און דאס ברענגט אפרישיעישען צו דעם מענטשליכן כאראקטער זעענדיג וואספארא סארט מענטשן עס זענען דא, און ווי זיי שלאגן אוועק צענדליגער מיסקאנסעפשענס וואס מיר האבן אייביג געהאט וועגן מענטשן.
עס איז אן אנגענומענע טעמע דא אז נישט אלע מענטשן זענען די זעלבע, און נישט אלעס ארבייט פאר יעדעם. נישט נאר וואס מ'שרייבט עס אזוי שיין, און מ'ברענגט עס ארויס מיט גוטע משלים, נאר די חברים דא דעמאנעסטרירן עס פילפארביג! קוק וואספארא רייכע פערזענליכקייטן מיר האבן דא, מענטשן וואס קענען לכאורה נישט עקזיסטירן לויט דעם מהלך פון "וואן סייז פיט'ס אלל"...
[tag]ברסלבער[/tag]
איינע פון די מערסט באליבטע חברים דא אין שטיבל איז אן קיין צווייפל ברסלבער. ער שרייבט הערליכע רייכע ארטיקלען מיט אן אומגלויבליכע שכל הישר, מיט חכמת החיים אויפן העכסטען שטאפל. ער שרייבט תורה'דיג, מענטשליך, ווארעמהארציג, פראקטיש, שכל'דיג וכו'. פילצאליגע חברים ווערן געהאלפן דורך זיינע ארטיקלען, ער האט אריינגעשיינט אור פון נארמאלקייט אין פארצווייגטע נושאים, זיין תורה'דיגע בליק האט בארייכערט אומצאליגע לעבנס און געגעבן א טעם אין אידישקייט. און דא שטעקט די עניגמא: ברסלבער איז א מעריץ פון א מענטש וואס מיר האבן אייביג געמיינט אז נאר משוגעים האלטן פון אים. מיר האבן אייביג געמיינט אז מ'דארף זיין א טיפש צו שעצן מוהרא"ש מברסלב, און נאר האלב צודרייטע משוגעים וואס מטורף'דיגע דעות קענען זיין ברסלבע.
[tag]נולד מאוחר[/tag]
נולד פארוואונדערט אונז שוין לאנג, און מיר האבן שוין זוכה געווען צו א לענגערע פראפייל אויף אט דעם עניגמאטישע פערזענליכקייט. פון איין זייט איז ער שטעכעדיג, שרייבט פול מיט גרייזן, אבער פון די אנדערע זייט ווארפט ער אריין דברים מחכימים, פרעגט האלב סארקאסטיש-האלב ערנסט טיפע שאלות, און צומאל ווארפט ער ארויף אן ערנסטע שלייער און ער האלט מיט כאחד מן החבורה.
[tag]שמעקעדיג[/tag]
אויב ברסלבער איז דער ווי דער געטרייער טאטע פון די חברי השטיבל, איז שמעקעדיג ווי די מאמע. זיינע מידות טובות זענען לאין שיעור, און זיין איבערגעגעבנקייט פאר יעדן איז ווינדערליך. ווען מען רעדט א שידוך און מ'זאגט אז דער בחור האט מידות טובות צינדט דאס געווענליך אן א רויט לעמפל אז דאס איז די גאנצע וואס ער פארמאגט, דארף מען קלאר ארויסזאגן אז שמעקעדיג'ס ידיעות זענען פון די שטערקסטע דא אין שטיבל – אין טעכנאלאגיע, חכמת החיים, פראקטישע עצות, וכו' וכו'. פאר מיר איז אזא פערזענליכקייט אן עניגמא. איך קען נישט אין ריעל לייף א מענטש וואס איז גרייט אייביג צו העלפן מענטשן אזוי פיל, מיט אזוי פיל ידיעות און גוטסקייט. שמעקעדיג'ס פרומקייט איז אויך אן עניגמא. פון איין זייט איז ער בכלל נישט קיין אויבער-חכם און אויפגעקלערטער, ענדזשויט אפילו צו וויילן אין אייוועלט, אבער ער האט דאך הנאה פון א גוט שטיקל קופערניקוס, אדער אפילו א יידל אדער יאנקל.
[tag]ידען[/tag]
ידען איז איין שטיק עניגמא. ער רופט זיך "ידען" אבער שטעלט זיך פאר ווי ער ווייסט גארנישט. ער פרעגט תמימות'דיגע קושיות, אבער מתוך דבריו קען מען דערקענען אז ער כאפט גאנץ פיין וואס די תירוצים גייען זיין. ער שרייבט שעמעוודיג און איידל, אבער האט הנאה פון א גוט שטיקל מחאה אויף די עסקנים וכדו'. איז ער א ידען אדער נישט? איז ער א תמים אדער א פיפיגער??
[tag]זר זהב[/tag]
די גרעסטע עניגמא פון אלעם איז דער גאלדענער קרוין פון אונזער שטיבל. ער האט צייט ווי די גלות, שרייבט און שרייבט, איז בייסיג, טשעפעדיג, אבער גלייכצייטיג פארשטענדליך און אינטעליגענט. ער פארלאזט שטיבל, קומט צוריק, גייט אוועק נאכאמאל, אבער זיינע פינגער אפדריקן באווייזן זיך נאך אלץ.... ער איז א זאלי, אבער איז נישט קיין חסיד. ער האט אייביג וואס צו ענטפערן, און בלייבט נישט שולדיג. גיי פארשטיי.
[tag]שיטה מקובצת[/tag]
איך האב שוין געשריבן אז זר זהב איז די גרעסטע עניגמא, אבער איך וויל עס נאכאמאל זאגן אויף דעם בעל "יושבי חושך". אזא אויסגעשפראכענער מענטש האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן. אבער די מורא'דיגע ווייטע צדדים וואס ער נעמט אן זענען ממש אומגלויבליך. איין מינוט שימפט ער אש להבה קעגן מציצה בפה, פליקט, רייסט אונטער, שרייבט ארטיקלען איינס נאך די אנדערע, און די אנדערע מינוט איז ער פייער פאר אמונה, הכרת הטוב, ער איז פייער קעגן אפיקורסים אדער האלבע אפיקורסים. ער איז א סאטמארער און א חסיד פון רבי'ן אבער פארשטייט נישט ווי אזוי מ'קען שעלטן הר' קוק, און ער שרייבט אפילו "הרב קוק זצ"ל."
[tag]לעיקוואד[/tag]
לעיקוואד איז א גאון בתורה, כל רז לא אניס ליה, אבער פון די אנדערע זייט איז ער בקיא בשבילי גורן האט"ד. אמת איז נר לרגליו און וועט ווייטער פארטיידיגן וואס ער האלט איז אמת עד הסוף און וועט זיך נישט דערשרעקן פאר קיינעם. איז דא אזעלכע מענטשן אין ריעל לייף? זענען דא אפאר מענטשן וואס ניצן די ניק לעיקוואד?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טאמבל סאס האט געשריבן:וויליאמסבורגער האט געשריבן:ער איז א זאלי, אבער איז נישט קיין חסיד
מיט אט דעם סארט ענטפער ווייזט דער מחבר פון מאמר (וויליאמסבורגער) ארויס די שטארק עניגמאטישע פערזענליכקייט וואס ער פארמאגט. נאכמער. זיינע ענטפערס בכלל, און דער'. ענטפער בפרט איז א פאראדאקס (פאראד-אקס) און אן אקסימאראן (אקסי-מאראן). א דבר והיפכו'דיגער און תרתי-דסתרי'דיגער ענטפער. ר'איז זיך סותר מני' ובי'.'
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
וויליאמסבורגער, האסט פארגעסן איינעם-
[tag]אפטעמיסט[/tag], א נעגעטיווע קריטיקעל פעסימיסט וואס ווארפט זיך אונטערן שלייער פון א פרידליכע פאזעטיווע אפטעמיסט. האט ליב צו שרייבן שיינע ארטיקלען, אבער פון צו מאל, ווען דעספעריט פאר אפאר לייקס, וועט ער שרייבן בייסיגע און ראסיסטישע הודעות און אפילו סטראשענען מיט זעלבסטמארד. איז געווענטליך גערעכט, אבער אפילו ווען נישט, געווינט ער מיטן כלל פון "דער וואס האט די מאה האט די דעה".

- פיש כאפער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 95
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
- האט שוין געלייקט: 219 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:ווען דעספעריט פאר אפאר לייקס, וועט ער שרייבן בייסיגע און ראסיסטישע הודעות און אפילו סטראשענען מיט זעלבסטמארד.
דו מיינסט ס׳איז א וויץ?? ווי נאר כ׳האב געזען דיין סטראשונקעס בין איך געלאפן אנרופן אפאר חברים מיינע און זיי געבעטן צו לייקן דיין תגובה!!
Never mind, כ׳ווייס נישט צו עס טוען טאקע שווימען ביי דיר אין קאפ זעלבסטמארד געדאנקען, אבער כ׳האב אזאנס געלאכט ווען כ׳האב געליינט דיין דעספעראציע.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 833
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
- האט שוין געלייקט: 2105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
[tag]נאר,,פרייליך[/tag], איז א אמת'ע ערליכע איד. א פארצייטישע עובד השם. אינדערהיים וואלט ער געווען די שוסטער /ל'ו צדיק.
ער האט ליב א איד פונקט ווי ער האט ליב א גוי. אבער דאס איז בלויז ווען זיי זענען שוין טויט, און מען וויל זיי אויסגראבן.
ער איז א זאלי וואס האלט אז עס א בושה, און ממילא פרובירט ער איינצורעדן אז ער איז אן ארוני.

.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
I'm back האט געשריבן:[tag]נאר,,פרייליך[/tag], איז א אמת'ע ערליכע איד. א פארצייטישע עובד השם. אינדערהיים וואלט ער געווען די שוסטער /ל'ו צדיק.

דו זאגסט אז אינדערהיים וואלט ער געוועין א שוסטער.... און דא (אין קאווע שטיבל) איז ער סתם אן איפכא-מסתברא'ניק (דאס איז שוין א קאמפלימענט לגבי דעים וואס כ'האב געוואלןט שרייבן.) מיט פארקרומטע, טוויסטעד דיעות, וועלכער האט אינסטינקטיוו ליעב גויים און פיינט אידן. דו זאגסט גוט. ר'האט ליעב אידן. טויטע אידן. אויכעט נישט אלע. די ציונים (און וועלכער נארמאלער מענטש איז דען נישט קייון ציוני?) וועלכע זענען אומגעקומען אין אוישוויץ עקד"ה האט ער נאך אלס פיינט און ער האלט אז ס'איז זיי געקומען.
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
[tag]מנשה לוסטיג[/tag]
א ביג טיים עניגמא איז מנשה לוסטיג. פון איין זייט איז ער אן אמת'ער משמח אלוקים ואנשים. מענטשן האבן הנאה פון זיינע קליפס, ער האט ארויס מענטשליכע מענטאליטי, און קען גוט מאכן שפאס פון נארישקייטן וואס מענטשן טוען. ער איז אויך א בעל חסד, העלפט מענטשן, ברענגט שמחה פאר אידן - און אויך האט ער נישט געהאט קיין גרינג לעבן, סיי אין זיין יוגענט, און סיי נאך זיין חתונה ווען ער איז פארבליבן אן אלמן. ביז אהער באקומט מען א פיקטשער פון א ווארימער, הארציגער, אינטערעסאנטער, קלוגער מענטש. אבער פון די אנדערע זייט ווען עס קומט צו די שיטות וואס ער האט אנגענומען איז ער נהפך לאיש אחר אזש ער איז ממש נישט צו דערקענען. נישט איינס און נישט צוויי מענטשן האבן געהאלטן אז דער וואס שימפט דא אויף קאווע שטיבל קעגן סאטמאר און זוכט ווי ער קען נאר צו טשעפענען סאטמאר איז זיכער נישט דער 'עכטער' מנשה לוסטיג, נאר איינער וואס האט גע'גנב'עט זיין נאמען. אבער דער פאקט בלייבט פאקט, אז דער זעלבער שמייכעל'דיגער, ווארימער, חסד'דיגער מענטש, ווערט אן אנדערע מענטש ווען עס קומט צו וואס ער גלייבט. און דאס איז שוין איינמאל אן עניגמא.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וויליאמסבורגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
וויליאמסבורגער האט געשריבן:[tag]מנשה לוסטיג[/tag]
א ביג טיים עניגמא איז מנשה לוסטיג. פון איין זייט איז ער אן אמת'ער משמח אלוקים ואנשים. מענטשן האבן הנאה פון זיינע קליפס, ער האט ארויס מענטשליכע מענטאליטי, און קען גוט מאכן שפאס פון נארישקייטן וואס מענטשן טוען. ער איז אויך א בעל חסד, העלפט מענטשן, ברענגט שמחה פאר אידן - און אויך האט ער נישט געהאט קיין גרינג לעבן, סיי אין זיין יוגענט, און סיי נאך זיין חתונה ווען ער איז פארבליבן אן אלמן. ביז אהער באקומט מען א פיקטשער פון א ווארימער, הארציגער, אינטערעסאנטער, קלוגער מענטש. אבער פון די אנדערע זייט ווען עס קומט צו די שיטות וואס ער האט אנגענומען איז ער נהפך לאיש אחר אזש ער איז ממש נישט צו דערקענען. נישט איינס און נישט צוויי מענטשן האבן געהאלטן אז דער וואס שימפט דא אויף קאווע שטיבל קעגן סאטמאר און זוכט ווי ער קען נאר צו טשעפענען סאטמאר איז זיכער נישט דער 'עכטער' מנשה לוסטיג, נאר איינער וואס האט גע'גנב'עט זיין נאמען. אבער דער פאקט בלייבט פאקט, אז דער זעלבער שמייכעל'דיגער, ווארימער, חסד'דיגער מענטש, ווערט אן אנדערע מענטש ווען עס קומט צו וואס ער גלייבט. און דאס איז שוין איינמאל אן עניגמא.
יעך בין נישט קיין שונא צו סאטמאר, איך בין פשוט א 'ראסיסט'! און מיין חבר'ס חבר איז מיין חבר.. און פארקערט פארקערט, והבן
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
I'm back האט געשריבן:[tag]נאר,,פרייליך[/tag], איז א אמת'ע ערליכע איד. א פארצייטישע עובד השם. אינדערהיים וואלט ער געווען די שוסטער /ל'ו צדיק.
ער האט ליב א איד פונקט ווי ער האט ליב א גוי. אבער דאס איז בלויז ווען זיי זענען שוין טויט, און מען וויל זיי אויסגראבן.
ער איז א זאלי וואס האלט אז עס א בושה, און ממילא פרובירט ער איינצורעדן אז ער איז אן ארוני.
איך האב ווינציג מיט סאטמאר בכלל
מייסטענס שיק איך מיינע ב''ב צום עלטערער יורש
סתם אזוי צוגעלייגט נאך א חסיד ל'בית ראדני-סאטמאר
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
דאכט זיך אז ווען איינער העט איין טאג זיין א חבד'ניק דערנאך א ברסלב'ניק ווידעראום און א גרינעם דינסטיג טרעפט מען אים ביי די מתנחלישע ישובים
און דערנאך ביין די נשות הכותל צו קעמפן בעד די רעפארם רעכטן, העסטו אויך קענען ניצען דיינע למודי זכות אויף אים, אז דא רעדט ער בלויז די ''זכות הנשים'' און דא רעדט ער בלויז אין די סוגית ''התנחליות'' און אין סעווען סעווענטי איז ער בלויז בעד דעם רויטען קארפעט בעפאר מנחה און אין ברסלב איז ער בלויז בעד דער ענין פון 'אומאן', ועוד ועוד. הזמן יוכל והשגעונות יתרבו
אבער ברויכסט פארשטיין אז מענטשען זענען בארעכטיגט אים אנצוקוקען אלס א ''יושב חושך''
און דערנאך ביין די נשות הכותל צו קעמפן בעד די רעפארם רעכטן, העסטו אויך קענען ניצען דיינע למודי זכות אויף אים, אז דא רעדט ער בלויז די ''זכות הנשים'' און דא רעדט ער בלויז אין די סוגית ''התנחליות'' און אין סעווען סעווענטי איז ער בלויז בעד דעם רויטען קארפעט בעפאר מנחה און אין ברסלב איז ער בלויז בעד דער ענין פון 'אומאן', ועוד ועוד. הזמן יוכל והשגעונות יתרבו
אבער ברויכסט פארשטיין אז מענטשען זענען בארעכטיגט אים אנצוקוקען אלס א ''יושב חושך''
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
כ'דיסאגרי, ער פארלירט נישט זיין טאלעראנץ, ער קען אפשר זיין אומרעאליסטיש אבער ער פארלירט זיך בכלל נישט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves