געזונטהייט אינפארמאציע און נייעס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
בונם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:15 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

געזונטהייט אינפארמאציע און נייעס

שליחה דורך בונם »

דער אשכול וועל איך ווידמען פאר פארשידענע געזונטהייט אינפארמאציע צו בארייכערן די ידיעות און אויך צוצוהעלפן פירן א געזונטן לעבנסשטייגער, און אויך פון צייט צו צייט אריינווארפן געזונהייט נייעסלעך וואס וועלן זיין געשמאק פאר ליינער.

ווי שטארק די אינטערעסע וועט זיין, אזוי וועלן מיר עס אפדעיטן.

מיר הייבן אן.

די נושא וואס מיר וועלן יעצט רעדן איז די בענעפיטן פונעם שאלעכטץ וואס נעמט ארום דעם פרי.

קארטאפל פאר זיך, איז א געזונטער מאכל, אפגעזען וואס מען האט אויף איר לעצטנס ארויפגעשמירט א שלעכטער נאמען, און ביי אונזער היימישער עולם האט הערשל מייזליש פון ריעים מתוקים אסאך ארומגערעדט אקעגן דעם גוטן מאכל אויף זיין פלאטפארמע אויף קול מבשר, אבער דאס וועלן מיר לאזן אויף א צווייטע געלעגנהייט. יעצט רעדט מען פון שאלעכטץ.

די שאלעכטץ פונעם קארטאפל האט פילע נוטריענטס, און אסאך פייבער, וואס איז וויכטיג פאר א געזונטע דיעטע. נאך א בענעפיט איז דאס לאזן דעם שאלעכטץ אויפן קארטאפל איז אז עס היט אפ די נוטריענטס וואס ליגן אינעם פאטעטע פון פארלוירן ווערן בעתן קאכן, אדער באקן. א געבאקענע קארטאפל וואס האט נאך די שאלעכטץ אויף זיך, האט כמעט אלע אירע אריגינעלע וויטאמין סי אין זיך, אויב איז עס אבער אפגעשיילט און געבאקן וועט זי פארבלייבן מיט בלויז 50 ביז 70 פראצענט פון דעם וויטאמין.
“Strong minds discuss ideas, average minds discuss events, weak minds discuss people”
Socrates ―
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך וויל נישט פארקריכן, אבער איז עס אקעי צו עסן מיט די אלע שמוץ אויפן שאלאכץ און די אלע ברוינע פלעקן אינדערצווישן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שלום עליכם הרב בונם און יישר כוחכם פארן עפענען אזא וויכטיגן און וואס פארשפרעכט צו זיין א העכסט אינפארמאטיוון אשכול. אזוי ווי איך זע אז דו ביסט אביסל באהאווענט אין די עינינים וואלט איך דייקא יא געקענט באשטיין זאלסט אביסל מאריך זיין אויפן קארטאפל גופא.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
בונם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:15 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך בונם »

עליכם השלום.

ווי איך פארשטיי ווילט איר וויסן די געזונטהייט בענעפיט פונעם קארטאפל און נישט דווקא די היסטאריע דערפון. ריכטיג?

לאמיר נאר דערמאנען אז דער זיסער קארטאפל איז אנגענומען צו זיין געזונטער ווי זיין ווייסער ברודער.
“Strong minds discuss ideas, average minds discuss events, weak minds discuss people”
Socrates ―
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ווייסע קארטאפל איז נישט גוט צו עסן אויב וויל מען פארלירן וואג, אזוי אויך מיט באנאנעס.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

ס'האט כמעט די גאנצע ווייטעמין סי???

און פון וויפיל ווייטעמין סי רעדט מען שוין? פון גאנצע זיבן און דרייסיג מיליגראם, א זשאוק, און דאס איז חוץ די 57 גראם קארבס וואס א דורכשניטליכע קארטאפל אנהאלט.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
באניצער אוואטאר
בונם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:15 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך בונם »

פארשטאנד האט געשריבן:ס'האט כמעט די גאנצע ווייטעמין סי???

און פון וויפיל ווייטעמין סי רעדט מען שוין? פון גאנצע זיבן און דרייסיג מיליגראם, א זשאוק, און דאס איז חוץ די 57 גראם קארבס וואס א דורכשניטליכע קארטאפל אנהאלט.

איך האב ארויסגעברענגט אז דער קארטאפל ווען עס בלייבט מיטן שאלעכטץ וועט עס פארבלייבן מיט דעם וויטאמין פון וויפיל "דער" קארטאפל האט געהאט.

און 37 מג איז נישט אזא זשאוק ווען די רעקאמענדירטע מאס פונעם וויטאמין איז צווישן 75 און 90 מיליגראם א טאג.
“Strong minds discuss ideas, average minds discuss events, weak minds discuss people”
Socrates ―
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

נו נו, הוא הדבר אשר דיברתי, די 'רעקאמענדירטער דעילי דייעט' בכל פרטיה איז א געלעכטער, אנגעהויבן מיט סתם דייעט און געענדיגט ביי וויטאמינען, מינעראלן, און עמינאו עסידס, אויב פאלגסטו נאך די 'רעקאמענדירטע' דייעט ביסטו ווארשיינליך ערנסט נישט געזונט.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
באניצער אוואטאר
בונם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:15 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך בונם »

די בעסטע שלאפערס, די וואס זענען די מערסטע אויסגערוט, זענען געווען די וואס שלאפן זיבן שעות ביינאכט, לויט א באריכט.

בלויז איין שעה מער ווי די וואס שפורן זיך אויסגעמוטשעט ווייל זיי באקומען נאר זעקס שטונדען.
“Strong minds discuss ideas, average minds discuss events, weak minds discuss people”
Socrates ―
באניצער אוואטאר
בונם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:15 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך בונם »

אפגעשיילטע עפל רעדוצירט 25 פראצענט פון אירע אנטיאקסידענטס ווי גאנצע עפל, ליין איך יעצט אין קאנסומער רעפארטס.
“Strong minds discuss ideas, average minds discuss events, weak minds discuss people”
Socrates ―
באניצער אוואטאר
בונם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:15 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך בונם »

“Strong minds discuss ideas, average minds discuss events, weak minds discuss people”
Socrates ―
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

אינטערעסאנט. פאפקארן איז געזונטער ווי פרוכט

http://www.yourjewishnews.com/Pages/17712.aspx
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

בונם קוים ביסט אנגעקומען און שוין מער נישטא?

איך וויל יא הערן געזונטההייט נייעס.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שלעכטע אטעם: אורזאך אין הייל מיטלן

שליחה דורך יידל »

וואס איז דאס שלעכטע אטעם? שלעכטע אטעם איז ווען אן אומאנגענעמע גערוך קומט ארויס פונעם מאל. דער אפיציעלער מעדעצינישער נאמען דערפאר איז האליטאסיס. א רייע געזונט פראבלעמען קענען זיין די אורזאך פונעם שלעכטן אטעם, אבער על פי רוב קומט דאס פראסט און פשוט פון האבן צופיל באקטיריע אינעם מויל. אט איז א קורצע איבער בליק אויף די אורזאכן, סימפטאמען און הייל מיטלן.

די גרעסטע אורזאך פון שלעכטע אטעם איז א שלעכטע היגיענע אין מויל. ווען מ'פוצט נישט די ציין אדער מ'האלט נישט ריין די מויל בלייבן איבער צופיל באקטיריע דארטן. באקטיריע אינעם מויל לאזן ארויס א כעמישע שוועבל פארבינדונג (דאס הייסט, אטאמען וועלכע קומען אין גרופעס פון צוויי אדער מער, צוזאם געשטעלט פונעם כעמיקאלע עלעמענט שוועבל - סאלפער). די שוועבל פארבינדונגען לאזן ארויס א שלעכטע גערוך. נאך אורזאכן קענן זיין אינפעקציעס אין די גומען, ציינער, האלז אדער סיינוסען. עס קען זיך מאכן פעלער - עס זאל זיך נישט מאכן - וואס די שלעכטע אטעם איז א סימפטאם פון ערנסטע קרענק. דייעביטיק קעטאסידאסיס קען אפט פארוארזאכן אז די אטעם זאל האבן א זיסע, פרוכטליכע שמעק. כראנישע נירן פארלוסט קען רעזולטאטירן אין אן אטעם מיט א טריקענע, פישיגע שמעק אדער א עמאניע שמעק.

אסאך מויל קען מען די אנגעזאמעלטע באקטיריע אוועקוואשן מיט א גלאז וואסער, און פוצן די ציין יעדן טאג העלפט אומגעהויער ארויס אז די באקטיריע זאלן זיך נישט אנזאמלן. קורץ טערמיניגע עצות אויף א שלעכטן אטעם זענען: מינט אדער מינט צוקערלעך, גאם, און פעטרישקע.

אבער אז איר האט שוין לאנג נישט געפיצט די ציין, און איר שווענקט נישט אויס אייער מאל נאכן עסן, קען זיך נאך א שטיק צייט אנלייגן אין אייער מויל א גרויסע שיכט באקטיריע, און דעמאלטס איז שוין גארנישט אזוי גרינג פטור צו ווערן פונעם גערוך. דאס איז די שטאפל ווען עס באקומט דעם נאמען "האליטאסיס".

די גוטע נייעס איז אז האליטאסיס איז עס נישט "קעטשי". (דאס הייסט, עס קען זיך נישט אריבערכאפן צו א צווייטן). די שלעכטע נייעס איז אז רוב מענטשן קענען נישט שמעקן זייער אייגענע אטעם און דעריבער דארפט איר א נאענטער חבר וואס זאל אייך אויפמערקן דערויף. (ליינט איבער דעם, אינעם גאר אינטערעסאנטן אשכול "מאראלישער דילעמא" פון חבר שטיבלינו הרב שרגא). א סימן פון האליטאסיס איז א גאר טריקענע מויל. אז איר שפירט אז איר האט אפט א גאר טריקענע מויל, בעט הילף פון א חבר כדי איר זאל וויסן צו איר האט האליטאסיס אדער נישט.

וויאזוי היילט מען האליטאסיס? די בעסטע מהלך איז זיך צו נעמען אין די הענט אריין. פוצט די ציין ערליך יעדן טאג. פלאסט צווישן אייער ציינער. און רייבטס אייער צינג (געווענדליך איז דא א צינג-רייבער אויף די פארקערטע זייט פונעם ציין בערשטעל). א באזוך ביים ציין דאקטער איז רעקאמאנדירט ווען איר דארפט א גרונטליכן פוץ. אויב איז די שלעכטע אטעם פון אן אינטערליגענדן מחלה, מאכט זיכער קעיר צו נעמען פון יענע מחלה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

ס׳איז נישט נאר פון באקטעריע. איך קען א חבר וואס ווייסט פון דעם פראבלעם וואס ער האט און פוצט ערליך די ציין איעדן טאג, יעצט איז ער חושד אז עס קען קומען פון דיהיידרעישאן, ער טרונקט נישט צופיל און זיין מויל איז היבש אויסגעטרוקענט
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך משה רוקח »

Smoking dries up the mouth as well.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
באניצער אוואטאר
בונם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:15 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך בונם »

אינטערעסאנטע צו וויסן בנוגע קאווע און קאפין.
“Strong minds discuss ideas, average minds discuss events, weak minds discuss people”
Socrates ―
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך בין אקארשט געוואויר געווארן אז איינס אין יעדע פינף אמעריקאנער ליידן אויף א גייסטיגע קראנקהייט, און 350 מיליאן מענטשן איבער די וועלט ליידן פון דעפרעסיע. צו האט נאך די מענטשהייט א האפענונג?
האדם לא נברא אלא להתענג
מהנשתנה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך מהנשתנה »

איך זיך שוין לאנג איינער וואס זאל מסביר זיין פארוואס רייכערן איז נישט שעדליך, אפשר גאר געזינט. רייכערס, עס איז ענקער טשענס דא
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

מהנשתנה האט געשריבן:איך זיך שוין לאנג איינער וואס זאל מסביר זיין פארוואס רייכערן איז נישט שעדליך, אפשר גאר געזינט. רייכערס, עס איז ענקער טשענס דא

ווער זאגט אז סע געזונט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
מהנשתנה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך מהנשתנה »

ס׳מיז דאך זיין איינער וואס האלט אזוי
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

ונבנתה העיר האט געשריבן:http://www.livescience.com/15115-5-health-benefits-smoking-disease.html

מהנשתנה ווייסט יא וואס ער רעט.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
פארשפארט