פאעזיע - באזירט אויף א מעשה שהיה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

פאעזיע - באזירט אויף א מעשה שהיה

שליחה דורך איחוד פעלד »

כ'שטיי אויף שבת אינדערפריה
געב זיך אהן דער מיה
תקנת עזרא איז דאך גובל
גיין אין מקוה כאפען א טובל

כ'גיי אראפ די שטיגען ווי א מלך
איך באמערק עפעס שווימט פאמעלעך
אוי וויי איז גאר מיר
עס איז דאך א שטיקעל אשר יצר פאפיר

צו טראכטען ווי א חסיד בין איך דאך געווייערט
אלעס מעלה זיין זענען אונז דאך געהייערט
פראביר איך נאכגיין פין דעם פאפיר דער שורש
איך וויל דאך נישט מיין בארד זאל זיין איר יורש

א בוים איז געוואקסען גאר גלאסען
אז ירננו געזאגט מיט דער כוונה אז ער זאל געראטען
איז אדורך א איד פין די בעלי מעשין
און זיך אנגערוהט אין זיין שאטען

די אמת המים געפלאסען וואסער פריש
האט ער געטרינקען א שיעור חזון איש
פין די בלעטלעך אריין געאטעמט א רוח החיים
און נאכען שלאף האט ער דארט מטיל געוועהן מים

געזאגט אשר יצר מיט אלע הכנות
אינעווייניג מיט פילע כוונות
ווי עס ווערט געברענגט בשם צדיקים
גערעטעט ווערען פין אלע מחלות און מזיקים

דערנאך זאגט דער איד צום בוים דיירעקט
אילן אילן ביסט דאך פערפעקט
במה במה קאן איך דיר בענטשען
פארמאגסט אלע מעלות פאר אונז מענטשען

וועל איך דיר צולייגען איין ווינטש
אז מען זאל דיר מאכען א לינטש
און שאפען פין די האלץ א פאפיר
און אידען וועלען זאגען אשר יצר נאך דיר

קען שוין אין שכל ווערן אנגענומען
פארוואס אין מקוה וואסער טוט ער שווימען
דער פאפיר איז א מיוחס א גרויסע
אפאר אשר יצר'ס האט ער געטוהן זוכה
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט