א טראגעדיע האט פאסירט אין שיקאגא.
א נארוואס חתונה געהאטע פארפאלק, די שמחה שטייצעך גרויס, זענען עטליכע שעה נאך די חתונה אהיימגעפארן צו א האטעל וואו זיי האבן געפלאנט צו שלאפן יענע נאכט.
אויפן וועג -- דאס האט פאסירט ווייניגער ווי 7 שעה פון די חתונה -- האבן זיי געטראפן אנדערע מענטשן געשטראנדעט אויפן שאסיי ווארטנדיג פאר הילף.
"מיר מוזן זיי העלפן" האט דער חתן זיך אנגערופן, "זיי זענען סטאק און ווארטן אויף אונזער הילף".
ער איז ארויס פון זיין קאר זיי העלפן, בעת דאס יונג ווייבעלע קוקט זיך צו די געטרייע ארבעט פון איר פרישן מאן. אבער צו איר אומגלויבליכער שאק האט א קאר אריינגעיאגט מיט א אימפעט אין איר מאן, און דאן א צווייטע און דערנאך א דריטע קאר, און אים אומגעברענגט אויפן פלאץ מיט א מיתה משונה רח"ל.
"פון אפאר שעה אויפן צווייטן בין איך געווארן פון א גליקליכע כלה צו א צובראכענע אלמנה", האט געקלאגט דאס ווייבל, וואס עולם חשך בעדה.
נישט-אידישע כלה ווערט אן אלמנה נאך די חתונה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
- געוואלד געשריגן
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איז דא ערגעץ ווי מקען ליינען מער איבער דער טראגעדיע? קענט איר אראף ברענגען א לינק פליז?
ען בי סי שיקאגא
עי בי סי שיקאגא
שיקאגא טריביון
די טראגעדיע האט פאסירט אין אינדיאנא
- איש אשכולות
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך טראכט אז עס פאסט זיך עפעס נישט צו שרייבן די ווערטער חתן, כלה, אלמנה, אויף נישט-אידן. איז פאראן עפעס בעסערע אויסדרוקן?
א גויאישער אלטער יונגעל מיט א גויאישער מיידל האבן געפלאנט זיך צוזאם צו פארן, האבן זיי געמאכט א צערמאניע, און נאך איידער זיי האבן עספיעט אהיים צו קומען, איז דער גויאישער יונגעל וואס האט נארוואס זיך צערמאניזירט מיט די מיידל איז געהארגעט געווארן, און אזוי ארום איז די מיידל געווארן א סינגעל. - איך האב פראבירט דאס בעסטע.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
א שרעקליכע פאסירונג. עס ציטערט מיר דאס הארץ בלויז צו געבן א טראכט ווי אזוי די ארימע אלמנה שפירט זיך. נישט צום גלויבן וויפיל צרות פאסירן לעצטנס, קודם די שטארק טראגעידיע, דערנאך די טראגישע אומקום פון די פאר'סמ'טע משפחה אין ארץ ישראל, און יעצט אזא ביטערע פאסירונג. עפעס וויל מען ווייזן פון הימל.
האדם לא נברא אלא להתענג