א פערד'ישע גאונות!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

א פערד'ישע גאונות!

שליחה דורך משה געציל »

"ואני און איך יעקב" זאגטס שיין נאך אלע קינדער... ואני און איך יעעעעעקב....
"כאטש און בין דיך מטריח מיט מיין קבורה"... משה'לע, פארוואס שלאפסטו? עעעםםםם ווייטער...
"אבער צו דיין מאמע רחל".... חיימ'ל, הער אויף שמועסן!
"האב איך נישט אזוי געטוהן"... יצחק, זעץ דיך אראפ אויפן פלאץ!

עטס ווייסט וואס קינדער? אזויווי עטס זענטס נישט און די כלים היינט, וועל איך פארציילן א מעשה, אבער עס מוז זיין אינגאנצען שטיל!

אין שטעטל ג. טוט זיך אויף טיש און אויף בענק! א קלייניקייט?! ביי זרח דער בעל העגלה אין שטאל איז געבוירן געווארן א פריש פערדל! און אז ביי ר' זרח איז דא א שמחה האלט דאך די גאנצע שטאט מיט, ר' זרח איז דאך באליבט ביי אלע איינוואוינערס, מיט זיין ערליכקייט און גוט הארץ.

ב"ה דער פריש געבוירענער האט זיך ארויסגעשטעלט נישט צו זיין קיין פוילער, ער האט אריינגעארבעט יום וליל, שלעפענדיג פאסאנדזשירן פון איין שטעטל צום צווייטן בנאמנות.
ויהי היום, גראדע איז עס געווען א אנגענעמער טאג, חתן דינן לאזט זיך ארויס אויף א נסיעה כדרכו, ווען אינטמיטן וועג האט אנגעפאנגען בוזשעווען שרעקליכע ווינטן און א גאס האט זיך אראפגעלאזט מיטן גאנצן שטארקייט. אזויווי די געסער זענען נישט געווען אויסגעפלאסטערט ווי היינט האט דאס צוגעברענגט אז די וועגן זאלן ווערן בלאטעדיג, און נישט מער און נישט ווייניגער, אונזער באליבט פערדל האט אנגעפאנגען זינקן אין די בלאטע.
ר' זרח אינגאנצען א פארצווייפלטער, לויפט אראפ פונעם וואגן און מיט אלע כוחות פראבירט ער ארויסצושלעפן דעם פערד, אבער ליידער אן ערפאלג, ווי מער ער שלעפט אלטס טיפער זינקט דאס פערדל.

מה עשה הקב"ה, פונקט איז אדורך א קאלעגע בעל עגלה וואס האט געקענט דעם פאך. ער האט א כאפ געטאן די לייצעס אין די האנט, און נאך א לאנגע שעה ארבייטענדיג איבערמידלך מיט זרח'ן איז אים געלונגען ארויסצושלעפן דעם געזינקענעם פערד.
זרח איז פארשטייט זיך געווען אינם זיבעטן הימל, אבער קיין צייט צו פראווענען די שמחה האט ער נישט געהאט ווייל ער האט זיך געוואלט ארויסדערזען פונעם פלאנטער האט ער א כאפ געטאן דאס פערדל און מיטן נשמה אינעם האנט זיך אהיים געיאגט.

אנקומענדיג אהיים האט ער צו זיין שאק באמערקט אז דאס פערדל אוז טאקע ארויס פונעם סאמעטאכע א לעבעדיגער, אבער ער איז אינגאנצען צו מזיק'ט. די ריקן פארקרומט, די פיס צובראכן, די נאז צוביילט... א קיצור ער לעבט טאקע אבער יענץ מין געלעבעריי...
א אשת חיל מיט די קאפ אויפן פלייצע (נא, אוודאי! וואו דען אויב נישט אויפן פלייצע...) האט ער יא געהאט. זעענדיג די בראך וואס האט דא פאסירט איז זי אויפגעקומען מיט א מורא'דיגע המצאה. הערט און שטוינט; מען זאל איינהאנדלן א צווייטע פערד א געזונטע און שטארקע, און די צוויי איינשפאנען אינאיינעם זיי זאלן צוזאמען שלעפן, ארבעטן, עסן און שלאפן. אזוי ארום וועט דער פערד דנן נישט האבן קיין ניינצן ברירות פאר זיך און וועט מיזן ארבעטן מיט אלע כוחות כמאז ומקדם און אטאמאטיש וועלן אלע וואונדען זיך פארהיילן.

אומר ושותה, ר' זרח לאזט זיך גלייך ארויס צום דערנעבענדיגן שטאט, ער נעמט מיט זיך דאס ביסל אפגעשפארטע געלט, און ווי משה'לע גלביר פאנגט ער אן האנדלן מיט די סוחרים. צו מאכן א קורצע מעשה נאך קערצער, זרח האט נאך אפאר שעה האנדלן איינגעהאנדלט א פערד אזאנס און אזעלעכעס! א פערד פון וועם פראנץ יאזעפ'ס פערד וואלטן זיך געקענט פארשטעקן!
די וועג צוריק איז שוין געפארן ווי געשמירט פארשטייט זיך. אנקומענדיג אהיים האט ער גלייך געטוהן צום זאך א כאפ געטאן די צוויי פערד, צוזאמגעבינדן, אריינגעלייגט אין איין שטאל, און יאלא! א מחיה! תהלים כולל פעלט אפילו נישט אויס פאר קיין בעקאפ!

אנפאנג האט טאקע די עצה אויסגעזען צו זיין א געלונגענער דער צומזיק'טר פערד האט קיין סאך ברירות מיט זיין נייע קאלעגע נישט געהאט, און מיטגעארבייט טראץ זיין שוואכן געזונט צושטאנד. די טאקטיק האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן בעסער ווי אלע ערווארטונגן ווען נאך א בלויז א קורצע צייט אפשניט פון צען חדשים האבן זיי פראדאצירט א פריש פערדל, זעט אויס אז דער בונד זייערער איז געווען א אמת'דיגער און טיפער.

אזוי איז אדורך געלאפן א גאנץ קיילעכדיגן יאר, ווען אזוי איין טאג ארויס פון דער בלוי האט דער האלב צו'מזיק'טער פערדל פון איין טאג אויפן צווייטן מחליט געווען אז דאס איז! גענוג מיט די אלע בלאפעריין! פון היינט און ווייטער זאל דער געזונטער פערד זיך צושטעלן צו איר! ער ארבעט שוין מער נישט!

זרח האט געהאפט אז דער דערוכגאנג איז נאר א צייטווייליגער, אבער ווי א טאג איז פאראיבער אלטס ערגער איז די מצב געווארן, עס האט אנגעהויבן גיין קלעפ אויף א טעגליכן פארנעם פירענדיג דערצו אז דער געזונט פערדל זאל אויך אויסקוקען ווי א ריכטיגע פאר מיטן צו'מזיק'טן... אויב עס איז נישט גענוג געווען, האט דער קינד זייערס אויך אנגעפאנגען כאפן מכות פון די אנגעצויגענע עלטערן, אזוי ווייט אז דאס פערדל איז אינגאנצען ארויס פון קאנטראל און אנגעפאנגען שטויסן ווער עס איז נאר געקומען אין זיין קעגנווארט. והעיר ג. צהלה ושמחה מיטן ניגון פון איכה....




[center]******************************************************************[/center]




און שטעטל ד. וואוינט דער אלעמען באקאנטן אין באליבטן משפחת זעגלאוויטש, משפחת זעגלאוויטש ציט שוין מיט שטאלץ די יחוס למעלה בקודש ביזן ערשטן זעגלאוויטשער רבי (באקאנט אלטס דער שרף פון זעגלאוויטש -דרך אגב, די יארצייט געפאלט קומענדיגן פרייטאג.)

משפחת זעגלאוויטש איז א קינדער געבענטשטע פארמיליע מיטן בנים ובנות הולכין בדרכי האבות ואמהות, אויף אלע דערקענט זיך דאס אויסערארדענליכקייט און מען זעט אויף זיי אז זיי ציען די יחוס פון גרויסע שטיינער. שידוכים גייט אויך ווי געשמירט, מען צוכאפט די קינדער ביי די אכצן מיט צוויי חדשים, ממש ווי פארגעשריבן!

אבער ווי דער כלל לויטעט; "אלעס אינאיינעם איז נישט דא ביי קיינעם", משפחת זעגלאוויטש איז זעט אויס אויך נישט געווען עקזעמפט פון די אויבנדערמאנטע כלל (הגם דער טאטע האט אפאר קאנגעריגעישענס אין באזיס). און ליידער האט דער עלעפטער באליבטער בן זכר'ל יצחק אנגעפנגען לויז צו ווערן פון די אפגעהיטענע דרכים וואס די משפחה איז אזוי מדקדק. אנגעפאנגען האט זיך עס מיט א פשוטע קעמל אין טאש, און עס איז ליידער געגאנגען אזוי ווייט אז ער האט אנגעפאנעגן מאכן די לאקן מיט דיפערי דאו ר"ל.

דערזענדיג זיך אין א דילעמע האט ר' פייוול, יצחק'נס טאטע, זיך איין נאכט אויסגעשמוסט מיטן רעביצין און אויסגעוויינט זיין ביטער הארץ, וואס טוט מען דא? דער יצחק פארשעמט דאך אונזער גאנצער יחוס, ווער ווייסט צו די עלטערן אין קבר קענען שלאפן פון גרויס צער?
פרוי זעלגאוויטש, א געלונגענע אשת חיל איז אויפגעקומען מיט א גאונ'ישן איינפאל. נעמליך, וואס דארף מען ווארטן ביז עס שטינקט שוין אין די גאנצע גאס. מען קען דאך אים יעצט נאך נעמען באשר הוא שם, טרעפן א זיוג אזאנס און אזאלעכס און חתונה מאכן איינס צוויי דריי. איי, ער איז נישט גרייט פאר דעם, ער וועט חתונה האבן מיט א מיידל וואס ציט אינגאנצען פארקערט וועט זי אים אויסגראדן און צוריקשטעלן אויף די רעלסן. און אז דער באשעפער וועט העלפן ער וועט האבו א קינד נאך ניין חדשים אין דריי שעה וועט דאך אוודאי אלע פראבלעמן פארשוואונדען ווערן כהרף עין!

ר' פייוול הערענדיג די קלוגע דיבורים פון די אשת חיל זיינע זוימט זיך נישט און תומ"י רופט ער אן די שדכן ר' זעליג און ער איז אים מודיע אז ער זוכט שוין א שידוך פאר זיין יצחק. דער שדכן פאנגט אן שטאמלן... ממממ... ממממ... זאגט מיר ר' פייוול; איך האף איר פארשטייט אז אייער יצחק דארף נישט דער זעלבער שניט שידוך ווי אייער אנדערע קינדער... נא, אוודאי נישט! ער דארף נאך אסאך מער! ער דארף אזאנס וואס ווייסט דאס חשיבות פון א אינגערמאן א זעלגאוויטשער אייניקל! אזאנס וואס וועט וויסן צו שעצן די משפחה ווירדן און פארלאנגן פון איר מאן אז ער זאל זיך האלטן צו זיינע סטאנדארטן! זארגט אייך נישט ר' זעליג, דער אנדערע צד באקומט א אויסגעצאלטע חתונה פון א' ביז ת'! (מי שענה בטיי הראשונים הוא יענה בטיי האחרונים).

שוין, ר' זעליג פוילט זיך נישט, ביז אפאר טאג קומט ער צוריק מיט א שידוך איינס און דער וועלט. יחוס ציען זיי טאקע נישט ביז למעלה בקודש, אבער דאס מדברת... ממש איינס אין דער וועלט... ווען זי גייט דורך צווישן צוויי מענער כאפט זי זיך אן די צעפ און זאגט בשכמל"ו!
ארויף אראפ, דריי טעג שפעטער דערזעט מען זיך טרינקן לחיים מען זינגט שוין סימן טוב ומזל טוב אויף א גלעזעלע שליבעוויץ, מען באשטומט א זמן אויף פיר חדשים, און ב"ה דער פראבלעם איז געסאלווד. 'עזר לבחורים' קען אריבערפירן זייער באזע צו א צווייטער געגענט, דא אין שטאט איז שוין דא א פיל בעסערע און אפעקטירבארע לעעזונג.

ב"ה, יצחק האט חתונה געהאט. די קלוגע מרת זעלגאוויטש וואס שעמט מיט איר חכמת נשים בנתה בית, האט צוגעטראפן פיל בעסער ווי מען האט געמיינט דער יצחק שטעלט זיך צו אזוי כמו שכתוב, דער הייליגער זעלגאוויטשער שעפט אוודאי פיל נחת! דער שפיץ פונעם שמחה איז געווען ווען יצחק איז נפקד געווארן מיט א בן זכר! יעצט איז אוודאי נישט דא קיין וועג ארויס.

אוי אוי אוי... א יאר איז פארביי, יצחק איז שוין מיד פון שפילן אזא פאלשן לעבן, איין שיינעם טאג באשלוסט ער, דעטס איט! יהיה מה שיהיה! ביז יעצט האט ער זיך צוגעשטעלט, פון יעצט און ווייטער זאל זי זיך צושטעלן. אנגעפאנגען האט זיך עס מיט פאר הויכע ווערטער, גענדיגט האט זיך עס מיט א דאזן צובראכענע כלים. זי איז צובראכן, ער איז צובראכן, דאס קליין קינד לעבט ווי אין לאגער אן קיינע עלטערן וואס זאלן זיך ריכטיג אפגעבן מיט אים.
א גט איז אויך נישט קיין אפציע, ראשית כל דער זיידע וועט קיין מנוחה נישט האבן אויב די גאס וועט שמועסן אז איין רינגעלע פונעם קייט האט זיך צושפאלטן. והשנית, פארן וואוילזיין פונעם קינד ווילן זיי זיך נישט צוטיילן. מה חטא הבן? אזוי לעבן זיי אויס אזוי צוזאמען ווי צוויי שכינים. מען שאקלט גוט מארגן און א גוטע נאכט, וזה הא. אלעס צו ראטעווען דעם יצחק'ן נישט פארפאלן צו גיין פונעם זעלגאוויטשן דעסטאנאציע.

אוי, ווען איך וואוין ווען אין שטעטל ג. און שטעטל ד. איז ערגעץ צווישען קארדשיסטאן און אוזפעקוסטאן וואלט איך אויך געלאכט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

משה געציל: ווען מ'קען וועין געיבן א דאזן לייקס פאר די זיסע מעשה'לע וואלט איך געגעיבן. נאכ'ן ליינען די מעשה האב איך געפילט אז איך קען שוין ליינען ק"ש (ניין, נישט קאווע שטיבל. נאר קריאת שמע.( און גיין שלאפן. :like 8-) :lol: :lol:
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

Wow
ווען מ'זאל פארציילן אזוינע מעשיות אין חדר וואלט שוין די מצב בעסער געווארן...

הערליך - און שטעכעדיג אמת - משה געציל!
Under influence
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

מ'דארף נעמען די מעשה און פארשפרייטן איבעראל ווי עס איז נישט ג. אדער ד. מצוה לפרסם!
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

משה געציל, זייער שיין און צום פוינט!

גראדע אין שטעטל ו' איז געווען אן ענליכע מעשה מיט א בעסערן סוף. דער נייער פערדל וואס איז געבוירן געווארן אין שטאל פון ברוך בעל עגלה, האט מען שוין גלייך דערקענט אז ער וועט זיין א טיכטיגער פערד, ער איז אבער געווען אווער-אקטיוו, ער האט אריינגעארבעט מעשים, און אונטערגעשטעלט פיסלעך וואו אימער ער האט געקענט, ער האט דוקא געוואלט טאנצן אין די בלאטעס און אנזייען חורבנות.
ברוך, וואס האט שוין געהאט יארן ערפארונג מיט פערד, האט זיך נישט דערשראקן, גלייך ווען דער פערדל איז אביסל אונטער געוואקסן האט ער אים אריינגעשטעלט אינעם פערד-מיל, וואו ער האט געדארפט ארבעטן ביטער שווער ניין-טו-פייוו, און זייענדיג א טיכטיגער פערד האט ער געמאכט אן אויסגעצייכנטן דזשאב, און דאס האט אים געגעבן גענוג סיפוק אז ער האט ער נישט געדארפט אנמאכן קיין פראבלעמען פאר קיינעם, און ער האט אפילו נישט געהאט קיין צייט פאר פראוואקאציעס.
זעהט אויס אז הכל לפי מה שהוא אדם/פערד.
בייגעלייגטע פיילס
mezcal-grinding-agave-3-b.jpg
mezcal-grinding-agave-3-b.jpg (75.34 KiB) געזען געווארן 1722 מאל
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

berlbalaguleh האט געשריבן:משה געציל: ווען מ'קען וועין געיבן א דאזן לייקס פאר די זיסע מעשה'לע וואלט איך געגעיבן. :lol: :lol:

מ'דארף אים געבן א לייק פאר יעדן שורה עקסטער
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

ווען איך וואלט נישט געווען דער פערד וועמען מ'פראקט דא אויס וואלט איך אויך געלאכט.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

פֶערְד אֵיינֶער, לָמָה תִּהְיֶה כְּסוּס?
גֵיי מַאך אַ לֶעבן פוּל מִיט bliss.

אַזוֹי ווֵייטֶער אָנְגֵיין ווֶעט פַאר קֵיינֶעם נִישְׁט טוֹיגֶן,
עַשֵׂה כְּחֵפֶץ לִבְּךָ - אִיך פַארְמַאך מִיך דִי אוֹיגֶן.

דֶער עִיקָר קוּם אַהֵיים מִיט אַ פְרֵיילִיכֶן גֶעמוּט,
ווֵייל ווֶען דִיר גֵייט גוּט אִיז מִיך אַוַדְאַי גוּט!
(- - -)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

מעלה גרה #100000 ווייטער מיט די סיסטעם

וואס איז די משוגעת פון איבער זאגן די זעלבע זאך צוואנציג מאל אונז ווייס מיר אז די סיסטעם טויג נישט 100 תגובות אויף די זעלבע נושא איינע אויף אזא וועג און איינע אויף אנאנדערע אי בעית אימא ואיבעית אימא איינער הומאראסטיש און איינער מיט א געוויין א דריטער מיט אויפרעגעניש איינער שטעלט זיך אויף דעם פוינט און איינער אויף א צווייטע נקודה

די פראבלעמען ווייסט מען ברענגטס א פערמענאנטע עצה און יעדער זאל זיך צושטעלן איש בל יעדר קיינער זאל זיך נישט ארויסדרייען נישט פארפאסן נישט פארפעלן נישט שוואך מאכן ידי עסקנים און שוין אויפהערן איבערדרעשן די זעלבע נושא צוואנציג מאל יישר כח
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

גאנצל האט געשריבן:מעלה גרה #100000 ווייטער מיט די סיסטעם


ווען [tag]משה געציל[/tag] זאגט עס האט אס גאר אן אנדערע טעם. לא ראי טויזענט מאהל על ידי אחרים ווי איין מאהל על ידי משה געציל.
(- - -)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גאנצל,
נתון תתן מאה פעמים, ולא תשא עליו חטא....
דאגה בלב איש ישיחנה, אפילו מאה ואלף פעמים.

אז עס טוט וויי שרייעט מען.
האסטו שוין אמאל חוזק געמאכט פון א א קראנקן "וויי געשריי # 1000000"?
וירח ה' את ריח הניחוח
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

דו דערמאנסט מיך די מעשה פון יארמע רב פון דעם משוגענעם וואס האט געשריגן רחל

א קראנקע מענטש געט מען א רפואה זאת אשר דברתי די געשרייען איז גענוג געווען ס'איז שוין צייט פאר א רפואה

נישט אז משה געציל האט נישט הערליך און זיס געשריבן ס'איז מייסטערהאפטיג אראפ געשריבן און מ'דארף אים באדאנקן פאר די צייט וואס ער האט אוועק געגעבן דערפאר אבער ווי פריער געזאגט די מחלה איז שוין באקאנט בכל פרטי' וסניפי' יעצט ווארט מען אז משה געציל זאל זיך נעמען די מי און אפשרייבן א תרופה למחלתינו און לאמיר עס פארשפרייטן און עפענען דעם עולם דעם של ראש

מיין אייגענע מיינונג יעדע טאטע מעג פראבירן אויפצוציען זיין קינד ווי אזוי ער וויל און אז ער זעהט זיין קינד לאזט זיך נישט איז ער א גרויסע רחמנות און איך האב מיטגעפיל מיט אזא טאטן און חוזק מאכן פון אזא טאטע מאמע וואס פראבירן צו האלטן דאס קינד אויף די ריכטיגע רעלסן איז -נישט קיין נפקא מינא ווי שיין און גוט ס'איז געשריבען- מערסטנס נישט שיין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאנצל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

גאנצל האט געשריבן:מעלה גרה #100000 ווייטער מיט די סיסטעם

וואס איז די משוגעת פון איבער זאגן די זעלבע זאך צוואנציג מאל אונז ווייס מיר אז די סיסטעם טויג נישט 100 תגובות אויף די זעלבע נושא איינע אויף אזא וועג און איינע אויף אנאנדערע אי בעית אימא ואיבעית אימא איינער הומאראסטיש און איינער מיט א געוויין א דריטער מיט אויפרעגעניש איינער שטעלט זיך אויף דעם פוינט און איינער אויף א צווייטע נקודה

די פראבלעמען ווייסט מען ברענגטס א פערמענאנטע עצה און יעדער זאל זיך צושטעלן איש בל יעדר קיינער זאל זיך נישט ארויסדרייען נישט פארפאסן נישט פארפעלן נישט שוואך מאכן ידי עסקנים און שוין אויפהערן איבערדרעשן די זעלבע נושא צוואנציג מאל יישר כח


האמנתי כי אדבר.

מען דארף אזוי פיל רעדן ביז די עסקנים און רבנים וועלן אויך אנהייבן צו גלייבען אז די סיסטעם דארף תיקונים.

ושמתם את דברי אלה על לבבכם.
You must be the change you want to see in the world
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

דו געסט נאך האפענונג?

מ'וועט מוזן איינזעצן בדוחק אז דער עולם איז צופרידן מיט'ן סיסטעם

(שוין ווידער א ראדיקאלער אין אונזער שטיבל נא ווען ווער מיר שוין פטור פון די משוגעים דא פאר א גוט יאר )
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

גאנצל דאס אז דו זאגסט שוין צום 100סטן מאהל אויפן זעלבן אומבאטעמ'ן נוסח דאס אויסגעדראשנקייט צו רעדן פונעם סיסטעם מאכט אויך יעדן נערוועז דא. נעקסט טייים דו קריטיקירסט איינעם פארן רעדן אויפן סיסטעם מאך דאס מיט א שיינער משל, אזויווי משה געציל האט געטון.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

משה געציל רעדט נישט פונעם סיסטעם.
ער בארירט א זייטיגע נקודה, אז עלטערן מיינע אמאל אז חתונה האבן מיט א פרומער פרוי וועט אויסמענטשלען.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

from rabbi Abraham J. Twersky

marriage is not a hospital or a mental institution
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

חחונה איז נישט קיין האספיטאל.
קינדער זענען נישט קיין דאקטוירים.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

ב"ה ס'לעבט זיך, איי לאוו איט!
גאנצל, שרייט אז איך האק אויפן סיסטעם, מאראנצן ווידער טענהט אז איך האק קלאר נישט.
למען הקרעפל והטשאלענט, ביי מיר עקזעסטירט נישט די ווארט סיסטעם. סיסטעמס מאכט סאנדעל סאונדס. איך האב ס"ה ארויסגעברענגט א פראבלעם וואס איך גלייב אסאך פון דא קענען באקאנטע וואס ליידן דערפון. קען זיין אויף דיין זייט צימעס איז טאקע נישט דא די פראבלעם, אויף מיין זייט איז ליידער יא דא.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

גאנצל האט געשריבן:מעלה גרה #100000 ווייטער מיט די סיסטעם

וואס איז די משוגעת פון איבער זאגן די זעלבע זאך צוואנציג מאל אונז ווייס מיר אז די סיסטעם טויג נישט 100 תגובות אויף די זעלבע נושא איינע אויף אזא וועג און איינע אויף אנאנדערע אי בעית אימא ואיבעית אימא איינער הומאראסטיש און איינער מיט א געוויין א דריטער מיט אויפרעגעניש איינער שטעלט זיך אויף דעם פוינט און איינער אויף א צווייטע נקודה

די פראבלעמען ווייסט מען ברענגטס א פערמענאנטע עצה און יעדער זאל זיך צושטעלן איש בל יעדר קיינער זאל זיך נישט ארויסדרייען נישט פארפאסן נישט פארפעלן נישט שוואך מאכן ידי עסקנים און שוין אויפהערן איבערדרעשן די זעלבע נושא צוואנציג מאל יישר כח

צדיקים האבן געטון דאס זעלבע שובבים, גחזרט און גוויינט איבער און איבער, אן קיין עצה אדער סעלאשענס.
ווען זיי סאלווען ווען די פראבלעם האבן מיר נישט יעדע יאר נאכאמאל דאס זעלבע געוויין.
פארשפארט