ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
אלע שרייבערס זאלען גוט מאכען א חשבון הנפש פארוואסמען האט אזוי פיינד העלבראנס.
יאך זאג, גאר פשוט. אונז זענען אלע העלבראנסעס. וואטש אייט.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
יאך זאג, גאר פשוט. אונז זענען אלע העלבראנסעס. וואטש אייט.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
ווען איינער פין אונז ווערט מאדערען, נישט פריי חלילה, וואלט מען נישט געווען פארנומען ראטעווען די ווייב און קינדער מידיו?
און מיט אלע ערליי שקרים נוסח העלבראנס?
סא, טוט מיך א טובה לייגסט און זאק אריין און שאט אפ.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
און מיט אלע ערליי שקרים נוסח העלבראנס?
סא, טוט מיך א טובה לייגסט און זאק אריין און שאט אפ.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איחוד איך פארשטייט נישט קיין ווארט, ביסט בעד העלבראנס אדער נגד?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
איך פארשטיי יא איחוד. זיכער זענען מיר קעגן העלבראנץ, וויאזוי קען מען זיין פאר אים. די מענטשליכע געפיל טיט אידענטיפיצירן זיינען מעשים אלס רשעות. די שאלה איז אבער פארוואס ווען העלבראנץ' זוהן וואלט באשלאסן צו ווערן מאדערן אדער פריי, וואלטן אונזער מענטשליכע געפילן אפגעשטארבן און יעדער וואלט געשריגן אז מ'ברויך די קינדער פארכאפן און אפראטעווען, א ריזן טיי אווענט וואלט פארגעקומען אין די עיר ואם וויליאמסבורג מיט ריזיגע ליילעכער וואס שרייען אין די גאסן: מסיבת הצלה! זענען אונזערע געפילן קאנדישענעל? איז נאר א פרומע טאטע א טאטע?
קוקטס אין די די וואכעדיגע "דער איד" וויאזוי זיי באריכטן די פסק פונעם איזרעילי געריכט אז א פרומע מאמע קען נישט האלטן די פרייע פאטער האסטידזש דורך נוצן די קידנער'ס רעליגע. דער איד באריכט עס איינזייטיג און נאקעט פון סיי וועלכע געפיל פארן טאטע'ס געפילן צו האבן שייכות מיט "זיינע" קינדער.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- משכיל
- היימישער באניצער
- הודעות: 422
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
ווען נאר אפאר מענטשען וואלטען זיך געפירט ווי אונזער לעבענס שטייגער וואלטען זיי געהייסען משוגעים, אבער היות עס זיינען דא צענדליגע טויזענטער קע"ה הייסט עס נארמאל, ווייל יעדע שגעון ווענט זיך וויפיל מענטשען גלייבען אין דעם
יעדער מענטש פיעלט אויך, אז ווער עס איז פרומער פון איהם איז אן עקסטרעמער, ווער עס איז ווייניגער פרום פון איהם איז א מאדערנער, זיין וועג איז דער נארמאלער מעסיגער וועג

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 01, 2012 2:08 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
באותו לשון ממש:
הקדמה:
לכבוד הצאנזור היושב באקדעמיא דווילנא, תחת ממשלת אדונינו החסיד האדיר המיוחס וכו' וכו',
טאמער איז די בריוו נישט לעגאל דא אין קאווע שטיבל, און ס'איז נגזר למחיקה, מעק אויך אוס די בריוו פונעם פראפעסאר שפירא,וואס איז אויך יושב באקדעמיא דווילנא, וואס איך האב מעתיק געווען אות באות זיין בריוו, והיה אז דו גייסט אויסמעקן דעיס און נישט יענצט, וועל איך דיך תובע זיין בערכאות אויף דיסקרימינעישן!
============
הי שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך,
הננו מוכן ומזומן לקיים מצות עקירת עבודה זרה, לשם יחוד קדשא בריך הוא ושכינתיה, לעשות נחת רוח לבורא יתברך שמו,
הערענדיג די לעצטע קליפ פין יוסל וואלדמאן מיט דעם נחמן העלבראנץ, זעה איך אז דער מסית וואלדמאן פרובירט צי אויסניצען דעם שטענדער וואס נחמן שטעלט עים אהער אין פרובירען אזוי צי פארקויפען וואלדמאניזעם פאר די וועלט,
ער מאכט זיך אזוי תמימות'דיג אז זיי זענען גאר די נרדפים,(דאס איז איינע פין די וועגען פין חאפען יענעם'ס הארץ ווייל א מענטש האט רחמנות אויף א נרדף, די וואלדמאנס וחבריו ניצט עס אסאך) אין אז ווייל זיי ווילען פשוט נישט דינען דעם באשעפער, אין נישט צוריקגיין צי די "אלטע וועג" (די וועג פין מתן תורה), אין מענטשען האבען זיי פשוט גערודפט אין זיי האבען זיך נאר פראטעקטעד, דאס איז דאך אזא גראבע ליגענד, זיי זענען די רודפים זי האבען געטרינקען יענעם'ס בלוט אין שרייען נאכדעם ווי א קאזאק הנגזל....
אבער ער שטעלט זיך אהער אזוי תמימות'דיג, אז ס'קען זיך איינעם דאכטען אז וואס וויל מען טאקע פין זיי,זיי טשעפענען דאך נישט קיין פליג...., אין אפילו ווען יא איז עס נאר לשם שמים, אין ס'דאך שייך אזא זאך אז מען זאל דארפען טוהן נעגאטיווע זאכען לשם שמים....... ,
איז קודם דארף מען פארשטיין ווער דער יאסל וואלדמאן איז, ער איז א מענטש מיט א דשיניעס מוח אין א ביטער שלעכטע הארץ, ווען ער זעהט ווי ס'גיסט זיך בלוט פין א צווייטען'ס הארץ וואלט עס עים ניטאמאל קיין ריר געגעבען דאס הארץ, ער איז פיהל מיט א שווארצע חושך פין אויבען ביז אראפ,
ער האט ליב צי געוועלטיגען אויף אנדערע אין זיך שפייזען אויף זייער ענערגיע, זיין וועג וויזוי ער טוט דאס איז צי איבערנעמען יענעם'ס הארץ ער האט זיך גוט אויסגעלערענט די חכמה פין ברעינוואשען, ער רעדט צי זיין קרבן אזוי ליבליך אין מיט א שמייכעל אין קינצליך ווארפט ער אריין ווערטער דא אין ווערטער דארט וואס איז געצילט צי פאנגען יענעם באהאלטערנעהייט,
אין פלוצלינג הייבט יענער אן צי האבען געפילען אז ער האט ליב דעם וואלדמאן וחביריו אין אז דאס איז די ריכטיגע וועג אין אזוי ווייטער, אין ער מיינט אז ער האט פשוט אזוי איינגעזעהן, ער חאפט נישט אז דאס איז א ברעינוואשונג אפעראציע, אין ס'איז אזוי שטארק אז דער קרבן איז גרייט אלעס צי איבער לאזען, זיין טאטע מאמע, אין אפילו זיין ווייב אין קינדער אין ער הייבט אן בלינדערהייט נאכגיין נאך דעם מסית ומדיח יאסל וואלדמאן, אין נאכדעם קומט יאסל וואלדמאן אין זאגט ברבים אז דאס איז א קהילה פין מענטשען וואס ווילען נישט דינען דעם אייבערשטען אין נאר פארדעם ווילען זיי זיין אין דעי קהילה,
די שייגעץ יאסל!
די ווייסט אז קיינער ביי ענק האט נישט קיין בחירה חפשית !
די ווייסט אז די וואס קומען צי ענקער אזוי געריפענע קהילה קולט קומען נישט פין אייגענע איבערצייגונג נאר קומען ווייל מען האט זיי איבערצייגט מיט ספעציעלע טאקטיקען,
דו יאסל האסט דיר גוט אויסגעלערענט וויזוי מען זאגט ליגענט בשעת מען שפילט תמימות'דיגע שעפעלע, זעהט זיך אויס ער האט זיך געלערענט ביי דעם נאצי פראפעגאנדע מיניסטאר געבעלס ימ"ש
ס'איז א ליגענט, ענק דינען נישט דעם באשעפער, ענק דינען יאסל וואלדמאן, אין פארדעם האט ער געמאכט זיין גאנצע מסירה קאמיטע ווייל ער האט ליב אז מענטשען זאלען אים דינען, אפילו ווען ער רעדט זיך ווען איין אז ער מיינט דעם באשעפער, אבער זיינע מדות משחתות אין דעות נפסדות פיהרען עים אין שאול תחתית אריין אין ער וויל נישט גיין אליין שלעפט ער מיט אומשולדיגע תמימות'דיגע אידישע קינדערלאך,
יעצט וועגען חתונה מאכען יונג, ניין נישט דאס איז נישט קיין עוולה, כ'ווייס נישט פארוואס יוסל פארלייגט זיך דווקא אויף דעם, אין די צייט ווען כל כולו איז נאר עוולות אין דברים שאינן רק בלב אזוי ווי מסירה וכו', די וועג וויזוי ענק פארחאפען מענטשען אין נעמען אוועק זייער פרייהייט, זעהט זיך אויס א יוסל פארשטייט נאכנישט מיט וועם ער האט ציטוהן מיט ערליכע יידן וואס וועלן אים אין שאול תחתית לייגן.
ס'ביי מיר קלאר אז דער יאסל וואלדמאן איז א מרכבה פאר'ן ס"ם אליינס, דער ס"ם קען באשטיין ער זאל דאווענען אפילו 5 מינוט א שחרית ווייל ער ווייסט אז אלעס גייט צי עים,
ס'איז ביי מיר קלאר אז דאס איז נאך א ווערסיע פין הירץ הומבערג און יוסף פערל, אויבען אויף פרובירט מען מאכען א בילד ווי מען דינט נישט דער באשעפער מיט מער קלות אין פריקת עול פין די גאנצע וועלט אין אינווייניג איז פארפוילט ביסען שורש, פארדעם טוט יאסל וואלדמאן באשווערען די מענטשען דארט ביי די מאמע פון אותו האיש אז זיי טארען גארנישט אויסזאגען וואס זיי טוען דארט, ווייל ער ווייסט אז טאמער ס'גייט ארויס קומען אין די גאס זיינע מעשים מגונים וועט עס אויפשוידערען יעדען רעכט דענקענדען מענטש,
ער טענה'ט אז פונקט ער ווייסט די ריכטיגע דרך עקירת התורה, אונדזערע עלטערען וואס האבען זיך דורי דורות מוסר נפש געוועזען על קידוש שמו יתברך,
אונדזערע עלטערען וואס האבען דורי דורות געפירט הייליגע אפגעהיטענע משפחות, אין זיך געפירט מיט א הייליגע מסורה אונז ווייס מיר נישט די דרך התורה און ווי אזוי באקעמפן דעם לבן שבא לעקור את הכל,
נאר קומט ציגיין עפעס א בן הנדה אנגעשטאפט מיט נבילות וטרפות, יאסל וואלדמאן שמו, שטאמט גראדע פין עלטערען נישט מינים ואפיקורסים, ממש יודע רבונו ומתכוון למרוד בו, אין ער ווייסט וואס די ריכטיגע וועג איז אין ער קומט אין גנב'עט צי קינדער פין כשערע עלטערען מיט טאקטיקען וואס ער האט זיך געלערענט אין ספרים חצונים,
שומו שמים מען דארף אויפשאקלען הימל אין ערד, ווער מיינט ער ער איז דער פארשטינקענע בעל גאה, ער זאל זיך אנטהון א זאק מיט אש אויפען קאפ אין זיך ווייקען בעפר רגליהם פין ריכטיגע תלמידי חכמים, אבער לויט זיין התנהגות יעצט וועט ער נאך טויזנט יאר אויך נישט ציקומען צי א שטיקעל ידיעה וואס א דרך אמת מיינט אין זיך אויסלייטערען פין זיין עבר,
דערווייל קומט ער אן מיט טריפה'נע דרכים פיהל מיט ע"ז ג"ע אין שפיכות דמים, אין ער שעמט זיך נישט צי רעדן ברבים אויף יוטיוב צי זאגען פאר די וועלט אז דאס איז די תורה'דיגע וועג, ס'איז תורה תורה חגרו שק, אזוי צי פארשעמען די תורה הקדושה,
די אמת איז אז די תורה גייט עים גאר ווייניג אן, ער דרייט מיט די תורה ווויזוי עס קומט עים אויס גוט, דאס הייסט די תורה קידנעפען קינדער, דא הייסט די תורה ברעינוואשען מענטשען, דא הייסט די תורה אז מ'דארף מסרן יעדע אידישע קהילה און געבן לאזונגען פאר אנטיסעמיטן, אין דא הייסט די תורה אז מען דארף אריין ברענגען די ערשטע ווידאו און קרית יואל, זיך ארום דרייען מיט א ביקס, אלעס הייסט די תורה,
די אומפארשעמטע מטורף, אפשער לאזטו זיך שוין אפ פין אונדזער תורה, אפשער פארריפסטו זיך אויף א צווייטע רעליגיע, ס'וואלט אסאך מער געשטימט אויף א נאצישע רעליגיע, הירץ הומבערג איז אויך צי סוף געווארען א פראטעסטאנט איז געזאגט "היה אדם בצאתך ויהודי בביתך" ער האט אויך געטוהן אלעס וואס די ס"מ וויל.....,
דאס שנאה פאר באדעקען האר פין מיידלעך מיט טיכאלאך איז אויך מער ענדליך צי די פרייע ציונים, איז קריכטס אראפ פין כלל ישראל אין גייט אייך פין דאנעט, קומט זיך אן א שד יאסל וואלדמאן פין עזאזאל בהרי חושך, פלוצלונג טוט ער זיך אן אונגערישע בעל בתי'ישע מלבושים, אין דערקלערט זיך א מסו"ר, ס'האט זיך עים פארגליסט צי זיין א מסור די כבוד איז עים געפעלען, איי ווי האט מען חסידים, מען לערענט זיך צי ברעיוואשען אין מען באנפלוסט זייער הארץ אן זייער וויסען ביז מען נעמט אוועק זייער בחירה,
ווען דער בית המקדש וואלט געשטאנען וואלט ער באקומען מיתה פונקט ווי יאשקע, ס'איז אלץ די זעלבע טאקטיקען פין יאשקע, דתן ואבירם אין אנדערע, כ'וויל נאר זאגען דא פאר אלע וואס הערען דעם קליפ ווערט נישט אפילו אביסל באאנפלוסט פין די תמימות מיט וואס דער בן סורר גלית הפלשתי וויל זיך אהערשטעלען ביי עים איז נישט קיין שום פראבלעם צי זאגען א ליגענט, דאס איז אלץ איין גרויסע טמענעם קולט וואס מען דארף אויסרייסען מיטען שורש אזוי ווי עס שטייט אז ע"ז צריך לשרש אחריה,
זאל דער באשעפער זיך שוין מרחם זיין ס'זאל זיין להעביר גילולים מן הארץ והאלילים כרות יכריתון, לתקן עולם במלכות ש-ד-י
=====
עד כאן העתקה אות באות מדברי הפראפסאר שפירא עם שינויים קלים מאוד.
אדוני הצאנזור, תתבונן בדרכי אדונינו המלך החסיד המיוחס האדיר הצאר דרוסלאנד, ותתן חופש לכתוב לב' הצדדים או תאסור על ב' הצדדים, אבל אל תעשה דיסקרימינעישן.

- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
יהודי שפוי, מיינע ארטיקלעך זענען קאפירייט,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פראפעסאר שפירא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
משכיל,
אויב כמות איז די מכריע, פארוואס האט מען צאם געבראכען מענדעל וועכטער?
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
אויב כמות איז די מכריע, פארוואס האט מען צאם געבראכען מענדעל וועכטער?
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
און ייש"כ יואליש
און האלטען אז העלבראנס איז גערעכט איז נישט עולה על הדעת. אבער אזוי ווי ביי דער מעשה פין ראטענבערג, אוודאי איז אינטער צינדען א הויז אן עוולה, אבער למעשה דארף יעדער מאכען א חשבון הנפש, ווען ער האלט עס איז גערעכט אינטער צינדען א הויז, און ווען ער ווערט סקווירא רבי.
וכן הכא,
אונז טוהען מיר דער זעלבע זאך וען עס איז אונז נוגע. די חילוק וואס די קענסט טענה'ן, אז די ביסט נארמאל און יענער נישט, איז סך הכל א שאלה וועמען די פרעגסט.
די עיקר שרלה איז אויף די טאקטיק פין העלבראנס איז עס גירעכט אדער נישט. און אויף דעם ןועלען רוב מוזען זאגען אז די טאקטיק איז דומה צו זייערע.

- הודעות: 83
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:44 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
איבער יהודי שפוי'ס תגובות און די מיינונגען אויף זיי פון געוויסע חברים דא. איך נעם נישט קיין שום שטעלונג אין דעם ענין, אבער דער פאקט אז מען קען נעמען א לאנגע תגובה און עס איבערלייגן מיט קליינע שינוים אויפ'ן צווייטן צד, טוט סך הכל קלארשטעלן אז די תגובה באשטייט פון פאקטלאזע מיינונגען וואס מען קען גרינג צוריקווארפן.
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
פינטאו האט געשריבן:איבער יהודי שפוי'ס תגובות און די מיינונגען אויף זיי פון געוויסע חברים דא. איך נעם נישט קיין שום שטעלונג אין דעם ענין, אבער דער פאקט אז מען קען נעמען א לאנגע תגובה און עס איבערלייגן מיט קליינע שינוים אויפ'ן צווייטן צד, טוט סך הכל קלארשטעלן אז די תגובה באשטייט פון פאקטלאזע מיינונגען וואס מען קען גרינג צוריקווארפן.
חוץ אז יעדער מיט אביסעל קאמאן סענס זעהט אז די ווערטער קלעבען נישט נאך די שינוים, ס'מאכט אינגאנצען נישט קיין סענס עס צי שרייבען אויף יוסל וואלדמאן, סאו פליז.......
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:פינטאו האט געשריבן:איבער יהודי שפוי'ס תגובות און די מיינונגען אויף זיי פון געוויסע חברים דא. איך נעם נישט קיין שום שטעלונג אין דעם ענין, אבער דער פאקט אז מען קען נעמען א לאנגע תגובה און עס איבערלייגן מיט קליינע שינוים אויפ'ן צווייטן צד, טוט סך הכל קלארשטעלן אז די תגובה באשטייט פון פאקטלאזע מיינונגען וואס מען קען גרינג צוריקווארפן.
חוץ אז יעדער מיט אביסעל קאמאן סענס זעהט אז די ווערטער קלעבען נישט נאך די שינוים, ס'מאכט אינגאנצען נישט קיין סענס עס צי שרייבען אויף יוסל וואלדמאן, סאו פליז.......
מסכים מיט שפירא, עס קלעבט פשוט נישט א ווארט צו א ווארט, סתם געהאקט אין קאפ אריין.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
יהודי שפוי איז מן הסתם נישט פין העלבראנס, ער איז איינער פין אונז וואס וויל אביסעל פאן......
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
נאך איבערליינען נאכאמאהל זעהט מיר יא אויס ווי הודי שפוי איז טאמער נישט נחמן אליין, איינער וואס איז גאר נאנט און קען אלע טעיפס. אפשר גאר שלמה אליין.
עס איז מיר גאר א שטארקע חידוש אז דארט אין די וויטע רימונוב זיצט איינער און ליינט קאווע שטיבעל לא פחות ולא יותר.
דאס איז מיר זיכער אז דער וואס שטייט אונטער יהודי שפוי ווייסט דער אמת. נאר למען אהבת ה'זאך' וועט ער שרייבען וואס ער קען עס צו פארטיידעקען.
לכאורה געניסט ער פין די 'זאך' אפשר האט ער אפאר פלגשים מי יודע. עס מאכט נישט אויס. טאמער זיצט איינער אין רימינוב און ליינט קאווע שטיבעל, דאכט זיך אז העלבראנס שטייט גאר שוואך.
לעיקר הענין
מען האט שוין גערעדט אז די מעשים און אופנים וואס העלבראנס טוט איז נישט אנדרעש ווי יעדער רבי.
נעמען בחורים פין טאטעס איז געווען און באבוב לרחצה, און צנעמען ווייבער פין מענער איז געווען און תולדות אהרן גענוג. שלאגען איינער וואס וויל שמדן חסידים צו חבד איז געווען אין סאטמאר, און חתונה האבען מיט א יונג מיידיל האט רמ"א און קאליווער רבי און טאשער רבי און ר' מעכעל פין נתניה.
וואס איז שלמה העלבראנס?
א בעל תאוה מיט א געשליפען פיסקעל וואס ענדזויט משוגעים זאלען שרייען קדוש קדוש.
יהי לו אשר לו. זאל ער זיך ווייקען און זיין צואה.
בנוגע זיין זוהן נתן וואס יעדער פילט מיט, דארף מען נאר מברר זיין, האט ער נישט גערודפט קיינעם? איז ער אייביג געווען קעגען דעם פאטער? ער האט נישט געהאלפען ברעין וואשען קיינעם?
לויט ווי ער לייגט אראפ די אהבה בינו לבין אשתו זעהט אויס אז סוף כל סוף האט מען זיך.יא ליב דארט אין רימונב.

- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
אגב, אז מ'רעדט פון אים. איך האב געהערט פון מאנטריאלע אידן וואס זענען אריין צו אים פאר נייגעריגקייט. זיי זאגן אז ער איז דשזיניעס. ער האט ארויס א זאך מיט א קלארקייט, ער ווייסט גוט אידישע היסטאריע, ער לערנט עס גוט אפ, און איז עס מסדר אין קאפ, זיי זאגן אז כל רז לא אנוס ליה (זיי זענען מגזם אבער איז ווארשיינליך טיילווייז ריכטיג).
ער קען היסטאריע פון די מיטל אלטער, פון פילאזאפיע, ער איז באקאנט מיט פילאלאגיע פיזיקס און גראמאטיק. ער האט ארויס קולטור, די אראבישע, דייטשע, אונגארישע, פראנצויזישע און נאך, ער קען און עקט גיט נאך די אמעריקאנער קולטור, דער מידיא און אנדערע פראפעגאנדע מאשינען. ער קען עטליכע שפראכן. ער קען גוט די שבלי עולם הזה מיט אלע אירע תאוות. הכלל ער איז נישט אוועק צו מאכן. איי זיינע חסרונות, ער איז א ראדיקאל? יא! אבער קיין פאנאטיקער איז ער נישט. זיי זאגן אז ס'איז אינטרעסאנט צו כאפן מיט אים א שמועס
ער קען היסטאריע פון די מיטל אלטער, פון פילאזאפיע, ער איז באקאנט מיט פילאלאגיע פיזיקס און גראמאטיק. ער האט ארויס קולטור, די אראבישע, דייטשע, אונגארישע, פראנצויזישע און נאך, ער קען און עקט גיט נאך די אמעריקאנער קולטור, דער מידיא און אנדערע פראפעגאנדע מאשינען. ער קען עטליכע שפראכן. ער קען גוט די שבלי עולם הזה מיט אלע אירע תאוות. הכלל ער איז נישט אוועק צו מאכן. איי זיינע חסרונות, ער איז א ראדיקאל? יא! אבער קיין פאנאטיקער איז ער נישט. זיי זאגן אז ס'איז אינטרעסאנט צו כאפן מיט אים א שמועס
- משכיל
- היימישער באניצער
- הודעות: 422
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
דאס איז זיכער אז איין מענטש זאל אזוי איבערנעמען און קאנטראלירען א עדה אידן איז נישט נארמאל און נישט תורה'דיג און דאס וועט ברענגען אסאך פראבלעמען אינעם עתיד.י
וואס וועט זיין נאך זיינע מאה ועשרים, וואס וועט זיין מיטן צווייטען דור,י
די סיבה פארוואס סקווירא האט א פראבלעם איז ווייל מען איז סטאק מען קען שווער אוועק גיין, אנדערע חסידות'ען ווען איינער ווערט קאלט הערט ער אויף צו קומען צים רבי'ן ,י
ביי די אמיש האט יעדער איינער א טשענס אין די בחור'ישע יאהרן ארויס צו גיין און האבען א גוט טיים און נאכדעם מחליט זיין אויב זיי ווילען צוריק קומען, אבער ביי העלבראנס פארגעט אבאוט איט איך קען איהם ,

- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
אויס מענטש האט געשריבן:יהודי שפוי איך מיין דיין גוטע ניק זאל זיין "כרמי" ודו"ק
memberlist.php?mode=viewprofile&u=626