ליפא אן בראדוועי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

ליפא אן בראדוועי

שליחה דורך שושן פורים »

עס הערשט אן איבערקערעניש אין די חסידישע וועלט, ובפרט ביי די גאר פרומע, דער עולם דרייט זיך ארום כעס'יג, אויפגערעגט, מען שעלט אויף תולה ארץ, הלמאי עס קומט זיך א מאדערנער זינגער מיט גוי'שע איידיעס , און גרייט זיך צומאכן א קאנצערט אויפן גוי'שן שטייגער, און מענטשן וועלן רח"ל האבן א גוד טיים, ווי איז אזאנץ געהערט געווארן ?!!! מימות העולם ועד הנה איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא זאך!!! וכו' וכו'.

אזוי אויסהערנדיג זייערע אלע טענות האב איך באטראכט זייער לעבנסשטייגער און געזעהן אפאר אינטערעסאנטע זאכן, איינע פון זיי איז דאס אז הונדערטע אדער אפשר גאר טויזנטע אידן שטייען אויף אזעלכע סטעפס און שטופן זיך צו זעהן ווי א יליד אשה פאטשקעט מיט די הענט אין א טאץ געפילטע פיש, און דערנאך ווען ער כאפט א נערוון בראך און נעמט זיך האקן אויפן טיש צו אויפן האנטוך אדער גאר נעמט זיך וויינען בדמעות שליש, ווערט דער עולם עקסטאזיש און נארמאלע מענטשן נעמען זיך וויינען לאכן און טאנצן אויפאמאל, און דאס זענען שוין די נארמאלע מענטשן וואס ווייסן יא וואס איז יא נארמאל אדער נישט.

איך רעד נישט דא פון די משוגעים וואס האלטן אז וויבאלד די פריערדיגע רבי האט געטון א געוויסע מעשה און אלס סייד עפעקט פון דעם איז פונקט ניין חדשים שפעטער אראפגעקומען אויף דעם עולם א געשטאלט געמאכט פון פלייש בלוט און ביינער, באקומט דער בשר ודם הימלישע כוחות, אזש ביז אזוי ווייט אז ווען ער קלאפט מיטן רעכטע פינגער פון די לינקע האנט אויף א האנטוך מיט וויין פלעקן ווערט א רעש אין די פמליא של מעלה און אלע מלאכים לויפן צום רבוש"ע אז זיי ציען צוריק פונעם סטעיטמענט אז טוב לו שלא נברא, פון די חברה רעדט מען אפילו נישט, אויף זיי האבן שוין די אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען א ספעציעלע ברכה פון רפאינו מיט א יהי רצון אין די זייט ווי מ'קען זאגן א נאמען.

פרעג איך אמאל א קלוגן חסיד'ישע יוד, זאג נאר, ביסטאך יא א נארמאלע מענטש, מה לך ולשטות הזה?? און ביסט נאך מקריב דיינע קינדער און אייניקלעך אויף אט דעם במה??!! ווי איז אייער שכל??!!

זאגט ער מיר, דארפסט פארשטיין, מיר לעבן היינט אין א קאלירפולע וועלט, די גוי'שע גאס שמייכלט און ציהט, מען דארף האבן אן אלטערנאטיוו צו דעם, פארדעם האבן מיר רבי'ס, מיט טישן, אייגענע פאליטיק, אלעס צו האבן כשר'ע ענטערטעינמענט, אז מ'זאל נישט פאשען אין פרעמדע פעלדער.

אויבנאויף הונדערט פראצענט גערעכט. אבער פונקט די וואך הער איך ווי ער איז גאר דער ראש המדברים, שרייט און שימפט קעגן ליפא ותולדותיו ותולדות תולדותיו מיט אלע מיני קללות האמורות ושאינם אמורות בתורה, וויל איך איהם פרעגן, יונגערמאנטשיק טייערע, דאס ביזטו מודה אז קיין שום מענטש ווערט נישט געבוירן מיט א תאווה צו זעהן א מענטש עסן און זיך משוגע מאכן, דאך ביסטו מסכים צו ברעין דעמעדזשען דיינע קינדער און אייניקלעך און אריינפראגראמירן נייע תאוות, אבי זיי זאלן נישט זוכן נייע גליקן, ביזט גערעכט! אבער וואס איז מיט די הונדערטער אדער טויזענטער אידן וואס האלטן נישט ביים מקריב זיין זייער לעבן פאר נאנסענס, זיי זאלן יא גיין צו די גוים פאר אביסל נארמאלע אונטערהאלטונג? דאס איז זיכער אז רוב מענטשן ווערן געבוירן מיט א געפיל פאר א שיינע ניגון, א הנאה פון א געלונגענע מיוזיקל פערפארמענס, און אז ליפא שטעלט עס צו צווישן אידן פאר די וואס דארפן עס, קומט זיך איהם שוין כף הקלע און שאול תחתית צוזאמען??!!

והקושיא במקומה עומדת ותלויה ועומד כבינוני בין ר"ה ליו"כ ........ תיקו!!!!!
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
אויפגעקלערטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך אויפגעקלערטער »

וואס איז די פארגלייך. רב'יס פירן נישט טיש "אן בראדוועי". דער גוי'שער נאכמאכעריי איז וואס באדערט
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אפשר זיי מיר מסביר די חילוק פון ראדני צו בראדוועי?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
אויפגעקלערטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך אויפגעקלערטער »

מיין קאמענט איז נישט געווען פאר דיר, נאר פאר נישט פורים'דיגע ליינערס וואס פארשטייען יא דעם חילוק אן א איבעריגער הסבר.

איך הער אז שירה האט ארויסגעבעקט דערפון. ב"ה.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

אויפגעקלערטער האט געשריבן:וואס איז די פארגלייך. רב'יס פירן נישט טיש "אן בראדוועי". דער גוי'שער נאכמאכעריי איז וואס באדערט


אמת! און דערפאר האט מען טאקע געשטיפט אז יעדער זאל גיין צו אלע זיינע קאנצערטס ביז ער האט עס געמאכט אין בראדוועי.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אפשר זאגסטו מיר פונקטליך ווער ס'האט געשטיצט זיינע פריעדיגע קאנסערטס?? די פאשקעווילן און קול קורא'ס איז אנגעגאנגען ביז זיי האבן געזען אז דער עולם לאכט זיך אויס און ס'איז א שאד די געלט פארן פרינטער, נאר יעצט אז ער מאכט עס אן בראדוועי פרובירט מען פריש די טעראר, עס פאר עס איי נאו געפינט זיך די סאטמאר מצה בעקעריי אויך אויף בראדוועי
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

וואס הייסט ווען מ'האט אים געשטיצט? ביי די ביג איווענט ווען מ'האט אים ביג-טיים געשטיצט. און ביי זיין יוסף שפיל ווען מ'האט געהייסן אז אלע קינדער מוזן גיין צו זיין פלעי און אזוי ווייטער...

נ.ב. אויב דו האסט נאך אלץ נישט געכאפט, איך בין געווען סארקאסטיק...
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

צוליב אומפאראויסגעזעענע סיבות האב איך נישט געכאפט אז סאיז סארקאסטיש וטעות לעולם חוזר.
נ.ב. אלס פיוס האב איך דיר געלייקט
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זעהט אויס אז טראץ שושן פורים האלסטו נאך אלץ ביי עד דלא ידע...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

שמעקט פון א זידיטשובער שושן פורים דא.
אזא כאפ פון א פשעטל האב איך שוין לאנג נישט געהערט, און מיט קען מען אפשר אויך פארענטפערן דעם ברייתא דר' ישמעאל אז מה דאך אידן גייען פרייטאג צונאכטס צו א טיש איז דאך זיכער אז דער ים האט זיך געדארפט שפאלטן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:שמעקט פון א זידיטשובער שושן פורים דא.
אזא כאפ פון א פשעטל האב איך שוין לאנג נישט געהערט, און מיט קען מען אפשר אויך פארענטפערן דעם ברייתא דר' ישמעאל אז מה דאך אידן גייען פרייטאג צונאכטס צו א טיש איז דאך זיכער אז דער ים האט זיך געדארפט שפאלטן.

דערנאך פירט דער רבי אויס מיט פאטאס: איאיאיז לויט דעם קומט אויס אז המן האט געהאלטן אאאאאזוי ווי די בית שמאי אואאון אחשורוש האט געהאלטן ווי די בית הלל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מ גפני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ייש"כ שושן: דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה. אזוי ווי הרב ישראל מ. סופר שליט"ן איז רגיל צו זאגן. איך האמיך דערקוויקט מיט דיינע ווערטער. איך מיין אז דעם מאמר קענמען "קאפי-פעיסטן" און אריינלייגן אין אשכול פון "פערדישע גאונות". ס'ליינט זיך דארט פונקט אזוי גוט אלס נמשל. :roll: :lol: :x 8-) :twisted:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויפגעקלערטער האט געשריבן:וואס איז די פארגלייך. רב'יס פירן נישט טיש "אן בראדוועי". דער גוי'שער נאכמאכעריי איז וואס באדערט

לאוו-דוקא. איך בין זיכער ווען ליפא זאל מאכן דעם קאנצערט אין קאנטינענטל אדער אין בעיסמענט פונ'ם הוידו-נאנאשער ביהמ"ד וואלט אויכעט געוועין אן התנגדות. ס'איז נישט די חפצא. ס'איז דער גברא. 8-) :roll: :lol: :evil:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ודי למבין האט געשריבן:וואס הייסט ווען מ'האט אים געשטיצט? ביי די ביג איווענט ווען מ'האט אים ביג-טיים געשטיצט. און ביי זיין יוסף שפיל ווען מ'האט געהייסן אז אלע קינדער מוזן גיין צו זיין פלעי און אזוי ווייטער...

נ.ב. אויב דו האסט נאך אלץ נישט געכאפט, איך בין געווען סארקאסטיק...

זיי נישט חושד שושן פורים אז ר'איז ח"ו ריטארדעד. ער איז אויכעט סארקאסטיש. אזוי ווי דו. :lol:
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך האב בכלל נישט געהאט א תאווה צו גיין הערן ליפא אויף בראדוועי.

זייט מען האט אנגעהויבען מאכען א סאמאטוכע. האב איך באקומען א שטארקע דרונג צו גיין אהין.

איך קען נישט אויספיגורען אויב מיין שטופ קומט מצד הקדושה אדער מצד הסטרא אחרא.

איז דאס מכח הדבק במדותיו. אלקים יבקש את הנרדף.

אדער חלילה די יצר הרע שטופט צו גיין אויף בראדוועי. היום אומר לו ליפא. ומחר אומר לו פידלער אן די ראוף. עד שאומר לך ועבוד די בוק אוף מורמאן.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראובן: א ייש"כ פאר ארויסברענגען די נקודה מיט אזא קלארקייט. דו האסט געלייגט דעם פינגער אויפ'ן דופק. אויפ'ן פולס פון אידישן לעיבן. אבער דאס מיינט נישט אז שושן פורימ'ס אופן פון דראמאטיזירן דעם מצב איז איבעריג. שני גדולי הדור לדבר אחד נתכוונו. אלו ואלו דברי אלוקים חיים. הצד השוה שבהן. די אונטערשטע שורה אין דעפיינען דעם מצב הדור, און דעם חילוק פון די אמאליגע מנהיגים ביז זייערע יורשים איז ווי טיף דער אוקיינוס איז. נאר א מנהיג וואס לעבט לויט'ן פרינציפ פון "די לו בקב חרובין" האט א רעכט צו פאדערן פון די מענטשן צמצום אין גשמיות. אזוי ווי ר'מאיר שפירא זצ"ל האט אמאל געענטפערט פאר א קארגן אמעריקאנער עושר וועלכער --נישט וועלנדיג ביישטייערן צו די ישיבה-- האט איהם פארגעווארפן די משנה אין מס' אבות, "פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה...". האט איהם ר' מאיר שפירא געענטפערט, דעם אויספיהר פון די משנה. "ואם אתה עושה כן" אויב דו טוסט אויך אזוי, דאן האסטו א רעכט צו פארלאנגען אז א צווייטער זאל אויך אזוי טוען. דעם נמשל פארשטייען מיר אלע. ווען די היינטיגע מנהיגים וואלטן געווען אביסל מער באשיידן אין זייער פירסום און כבוד, וואלטן זייערע ווערטער געהאט א שטערקערן אפקלאנג. :oops: :oops: :oops: (אוי לאותה בושה).
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

וויפיל איך לייען זיך צוזאם די 'ביכלעך' פון די אמאליגע מתחדשים, זע איך עפעס א מורא'דיגע אייניגקייט אין שפראך, ווי א שטייגער שושן פורים'ס סטיל און תוכן.
אויב האט איר נישט געליינט אמאל פון יענע ווארע, קענט איר נאך היינט עס לייענען, אבער זייערע אייניקלעך אינעם יודישער אפשטאם וועט איר נישט געפונען, ס'ביטער!
מה שאין כן..
אויף וועמען מ'האט אמאל גערעדט, און פונקט אזוי האט מען גערעדט, האבן איבערגעלאזט דורות נאך זיך, כאטש ווי דו זאגסט זיי זענען צבועים, אבער יענע שרייבערלעך האבן דאס אויך נישט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מנשה לוסטיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

די שרייבערלעך וואס פלעגן זאגן און שרייבען 'ניט' האבן [נישט] (ניט) איבערגעלאזט קיין עהרליכע אידישע אייניקלעך.

נאר די וואס שרייבען 'נישט' און נישט 'ניט' - די האבן איבערגעלאזט אידישע דורות נאך זיך.

{אויך נאר די וואס שרייבן יידיש מיט אן אל"ף, די האבן איבערגעלאזט אייניקלעך אינעם (יידישער) [אידישער] אפשטאם}
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

וואס איז די נמשל?
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
בן-זומא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן-זומא »

סאיז א פאקט אז ליפאס ניגונם פירן אוועק עהרליכע אידישע קינדערלעך פונעם ריכטיגען אויסגעהאלטענעם וועג הסלילה לנו מדורות הקודמים נאך פון די צייטען פון די נביאים, מענטשען מיינען אז די איינציגע וועג אפציפארן פון אידישקייט איז אויב מען מאכט זיך פיצי פאות און מען טוט אינגאנצען אויס די קאפל (אדער אויב מען טוט אן א מיני כזית קאפעל), סאיז שקר!!!!! סאיז דא מענטשען וואס לערנען אסך ווייניגער וועגען ליפאס טעיפ און אויכעט אפילו ער לערענט נישט ווייניגער איז ער אויך פארקראכען דורך דעם וואס ער הערט אנדערע מיני ניגונים וואס מען האט אייביג געזינגען ביי חסידישע אידען נאך פון די צייטן פון בבל און מדי.
סהאט נישט קיין שום פשט צו לייקענען אפענע פאקטען!!!!!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

להד''ם
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
בן-זומא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן-זומא »

די מיינסט אז אויב די וועסט שרייבן פאני ראשי תיבות וואס קיינער ווייסט במילא נישט וואס סמיינט גייסטי ווערן גערעכט??? ווארט נאר ביז מארגען וועסטי זעהן לויט וויפל לייקס איך באקום אז רוב נארמאלע מענטשען האלטען אויך אזוי!!!!
פארשפארט