מאלעסטעישאן - מיר קענען און מיר מוזן עפעס טון
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

[justify]איך וויל מיר קודם אנטשולדיגן היות איך וועל מיך נישט קענען געהעריג באטייליגן ביים שמועס מיט תגובות ואתכם - ידידיי היקרים - הסליחה.
מיר זענען נישט קיין מאטאמאטישע ראבאטן וואס נומערן דיקטיטירן אונז אויב אלעס איז אקעי אדער נישט. איין מאלעסטעשאן איז שוין ווייט צופיל און מיר טארן עס נישט פארשווייגן. אבער ווען מען רעדט פון א פראבלעם אין אזעלכע פרעפארציאנען איז די מעשה גאר אנדערש. עס איז בעצם נישט נוגע אויב דער פראבלעם מאכט זיך ווייניגער ביי די גוים אדער ביי די מאדערנע קאמיוניטיס צו נישט, דער פראבלעם מוז אנערקענט ווערן און עפעס מוז געטון ווערן עס אפצושטעלן.
אבער למען השלמת הענין איז וויכטיג צו וויסן אז די שטודיעס און די לאגיק זאגט אז אזעלכע פראבלעמען געפונט זיך מער אין אזעלכע ענוויראמענטן ווי אונזערס. ערשטענס האט איר דא אן ארטיקל אין די האפינגטאן פאוסט איבער דער נושא. די סיבות פארוואס א רעליגיעזע ענוויראמענט טוט foster׳ן אזעלכע מעשים איז עטליכע. 1) מצד די וויקטים ווייל זיי האבן מורא צו קומען פארציילן וואס איז געשעהן אויס מורא פאר בושות, שידוכים, מוסדות פאר די קינדער וכדומה. 2) מצד די רודפים ווייל זיי ווייסן פון דער מורא, און זיי ווייסן אז די קאמיוניטי וויל בשום אופן נישט אז די מעשיות זאלן ארויסגיין צו די דערויסנדע אטאריטעטן. 3) מצד די געמיינדע ווייל די פירער האבן אזא געוואלדיגע power אז די וויקטימ׳ס פארלירן זייער אייגענע זעלבסט-זיכערקייט.
א שטיק צייט צוריק האב איך געליינט עטליכע שטודיעס (אינם תח"י כעת) וואס צייגן אז אין שטארק סעגריגעיטעד קאמיוניטיס וואו די אינדיווידואלע sexuality איז שטארק suppressed איז דא א העכערע ציפער פון זעלבע-מין געשליכטונגען. די סיבה איז ווייל עס איז אומנאטירליך צו סופרעסען דאס וואס די גוף פארלאנגט נאטירליך. דאס וועט אטאמאטיש העכערן כאטש אביסל א יעדע אנדערע סארט אומנאטירליכע באציאונג צו דער נושא, אריינגערעכנט פעדאפיליע. איך זאג נישט אז צוליב דעם דארף מען אויפהערן אפצוטיילן די מינים, אדער אז מען דארף ערלויבן דאס וואס די תורה אסר׳ט. מען דארף אבער יא וויסן אז דאס איז די פועל יוצא און ממילא מוז מען מטכס עצה זיין אקעגן די ייצר הרע. מען דארף אויפקומען מיט עצות ע״פ תורה צו באפרידיגן דאס מענטשהייט און אודאי נישט סופרעסן מער ווי עס פעלט אויס. דאס וועט זיין א הצלה פורתא, אבער פארט א הצלה.
עס הערשט א געוואלדיגע היפאקרעסי אין דער נושא און די היפאקרעסי איז נאך מעגליך ערגער ווי די מעשה נבלה אליינס. פון איין זייט פרעדיגט מען ווי קדושה איז אונזער ציל, מען זארגט זיך צו מאכן כל מיני הגבלות כדי צו האלטן די קומץ יודעלעך ווי הייליג עס איז נאר מעגליך. פון די אנדערע זייט שטייט פאר אונזער אויגן די גרעסטע breach אין קדושה (וואס איז בעצם כולל אין זיך אויך שפיכת דמים, כידוע) און קיינער מאכט זיך נישט צוטון דערפון, עכ״פ אויף אן ערענסטע אופן. ווי אזוי קען זיין אז די זעלבע מנהל וואס האלט פאר וויכטיג אנצורופן א טאטע מיט טענות אויף די סארט גלעזער וואס זיין זון טראגט, אדער די סכום סלייסעס וואס זיין זונ׳ס קאפל פארמאגט, טרעפט נישט די צייט אפירצוהאלטן טאטעס פארוואס זיי נעמען זייער יונגלעך אין מקוה? ווי אזוי קען א משגיח אדער ראש ישיבה געבן א שמועס פאר בחורים איבער די וויכטיגקייט פון גיין אין מקוה יעדע טאג זיך מטהר זיין, ווען ער ווייסט אז מען האט נאך נישט געהעריג מסדר געווען די פראבלעם פון לאקערערס אין די מקוואות? אויף וועמענ׳ס אחריות שוקט איר דעם בחור׳ל אין מקוה?
מיר האלטן שוין העכער פופצן יאר זייט עס האט זיך אנגעהויבן די אויפוואכונג בנוגע וואס קומט פאר אין די מקוואות, ועדיין השטן מרקד בינינו! יא, דא און דארט האט מען געשטעלט משגיחים אין די גרויסע מקוואות וכדומה, אבער וואס טוט זיך מיט די שטילע קלענערע מקוואות וואס געפונען אויף א יעדע גאס אין די היימישע געגנטער? ווי אזוי קענען די א.ג. פארזארגער פון אונזער קדושה זיין אזוי רואיג? ווי אזוי נעמט מען די אחריות פון שוקן א יונג בחור׳ל אין מקוה איידער מען איז מתקן די פראבלעם? עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז ווען מען זעצט היינט א בית דין הגדול פון עזרא הסופר, די אר״י הקדוש און די בעש״ט, און מן פארציילט זיי וואס עס קומט פאר, וואלטן זיי זיכער מבטל געווען די גאנצע מקוה געגייעכץ. די סיבה פארוואס איך האלט אזוי איז ווייל איך האלט אז זיי האבן געהאט שכל אנושי, און די שכל אנושי זאגט אז מען לאזט נישט אפן א בור ברשות הרבים. מען פרעדיגט נישט קדושה ווען עס איז גורם טומאה.
אסאך otd׳ס טענה׳ן אז די סיבה פארוואס זיי זענען אפגעפארן איז ווייל זיי זענען מאלעסטעד געווארן. לבי אומר לי אז נישט די מאלעסטעישאן האט זיי אוועק געשטופט פון דרך אבותיהם ורבותיהם, נאר די שרעקליכע היפאקרעסי פון זייערע רביס און עלטערן האבן זיי אוועק געשטופט. די זעלבע מענטשן וואס האבן געזאלט באשוצן זייער קדושה וטהרה, די וואס האבן געזאלט פרעזערוון זייער innocence, האבן זיך נישט געקימערט בכלל ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט די אלף בית. אדרבא, מען האט פארמאסקירט די שרעקליכע breaches אין קדושה מיט נארישקייטן ווי לבוש, דיבור ראיה וכדומה. און אין די ערגסטע פעלער האט מען זיך מער געזארגט צו באשוצן די מטמאי טהורים ווי דאס טהרה אליינס.
ומדאתינא להכי. עס איז נאך עד היום הזה נישט איינגעשטעלט געווארן קיין שום סיסטעם אדער ערענסטע פלאן ווי אזוי צו בעקעמפען דער מחלה ממארת. דא און דארט זענען איינגעשטעלט געווארן patches צו פארשטאפן די קליינע לעכער, אבער די דרך המלך איז נאך ברייט אפן פאר די קראנקע. עס איז נישט דא די נויטיגע security פאר א וויקטים צו קענען פארציילן און טייטלן אויף זייער לאקערער אן דארפן מורא האבן פאר אומגעוואונטשענע קאנציקווענצען. עס איז נישט דא א געהעריגע פראגראם אדער body מטעם הקהלות וואו מען קען גיין פארציילן די אומרעכטן און באקומען די נויטיגע הילף. אך און וויי פאר דער וואס גייט זוכן הילף אויסער די קאמיוניטי. די איינציגסטע עצה וואס איז געבליבן איז פאר די וויקטים צו שווייגן און שלונגען זייער פיין טאג און נאכט בשעת מען זעהט ווי די רודף דרייט זיך ארום פראנק און פריי, און אין מערערע פעלער ווערן זיי נאך ארויף געקוקט און זיי בלייבן אין זייער פאזיציע ווייטער צו קענען נעמען אדוואנטידזש פון די וואלנירעבל.
דער היפאקרעסי איז מפיל מער חללים ווי די אקט אליינס. די קשיות ותמיהות וואס דאס ברענגט אויף, איז מער ציפעדיג און ברענעדיג ווי סיי וועלכע קשיא וואס עס איז נאר ערפינדן געווארן מימי היווסד העולם ביז היינט. וואו איז יושר? וואו איז justice? הזאת אידישקייט מיט די קדושה וטהרה? זענען די דאזיגע פירער וואס לאזן דאס צו, טאקע די געשטעלטע שומרי כרם השם? וועלכע גאט טוען זיי רעפרעזענטירן? דעם קל רחום וחנון? דעם שומר גוי ״קדוש״? אויב פארשטייט איר נישט וואס איך רעד דא דאן מוזט איר ליינען דעם אויג-עפנדע בוך HUSH. דער בוך האט געעפנט מיינע אויגן, און לדעתי איז א יעדע טאטע פון קינדער און א יעדע מנהיג ומחנך מחויב צו ליינען דער בוך.
דער אמת איז אבער אז אפילו נאך דעם וואס מען וועט נעמען אלע נויטיגע שריט צו אפשטעלן דער מגיפה מלחוץ, אפילו נאך דעם וואס מען וועט אויספיגערן א וועג אויסצורייניגען די מקוואות, שטעלן א וועד וועם מען קען גיין פארציילן אלעס - אן מורא פון backlash, איינשטעלן א פינגער-פרינטינג סיסטעם פאר מענטשן אין די חינוך ליין וכו׳, איז נאך אבער דא איין עיקר שריט וואס איז מער אפעקטיוו ווי אלע אנדערע, און דאס איז educating און געבן awareness פאר די קינדער זעלבסט.
מען דארף כסדר רעדן מיט די קינדער אז עס זענען דא משוגעים וואס דרייען זיך ארום איבעראל וואס ווילן פוגע זיין אין קינדער. די משוגעים זעהן אסאך מאל אויס אינגאנצן נארמאל, און אמאל קען עס זיין א נאנטע קרוב ווי א פעטער אדער מומע, א רבי, א זיידע אדער א נאנטע משפחה באקאנטע. זיי קענען זיין אין שול, אויפן גאס, אויפן באס, אדער ביי א חבר אין דערהיים וכדומה. זיי האבן א קרענק צו טשעפענען און צורירן אויף פריוואטע ערטער (אויב ס׳פעלט אויס הסברה זאל מען זאגן וואס מיינט ״פריוואט״).
דאס קינד דארף וויסן דערפון just in case עס וועט זיך אמאל מאכן אזא מעשה. דאס קינד דארף וויסן אז די פאקט אז זיי ווייסן דערפון שטעלט זיי שוין אין א בעסערע פאזיציע, ווייל די משוגעים וועלן געווענטליך נאר אויסקלויבן unsuspecting אינדיווידואלן. דאס קינד דארף וויסן אז אין פאל אז זיי געפונען זיך אין אן unfortunate מצב איז עס ״נישט״ זייער שולד און זיי האבן גאר נישט שלעכט געטון.
זיי דארפן וויסן אז זיי האבן דריי מיני וואפן אין די הענט. די ערשטע איז זיך נעמען שרייען קולות וברקים אויף יענעם אז ער איז א מנוול א חזיר וכו׳. די צווייטע איז צו שטויסן יענעם, און מען דארף לערנען דעם קינד פונקטליך וואו איז די בעסטע פלאץ צו שטויסן אזא קראנקע מענטש אז ער זאל פארלירן זיין באלאנס כדי די קינד זאל קענען אנטלויפן. די דריטע איז צו פארציילן פאר די עלטערן, די דאקטאר אדער אן אנדערע טראסטבארע ערוואקסענע. יענער וועט שוין גוט קעיר נעמען דערפון. מען דארף קלאר זאגן אז אפילו אין א פאל וואס יענער סטראשעט מיט די ערגסטע סטראשונגען אויב וועט דאס קינד פארציילן, זאל ער נישט מורא האבן צו פארציילן. מען דארף זיי פארזוכערן אז דאס קינד וועט גענצליך באשוצט ווערן פון א יעדע סארט שלעכטס.
ספעציאליסטן זאגן אז מער ווי דאס עצם פגיעה האט א שלעכטע ווירקונג, איז די פאקט אז מען דרייט זיך ארום מיט אזא סוד וואס גראבט א לאך אינעם הארץ, גורם די ערגסטע עמאציאנאלע עפעקטן. די שרעקליכע גילט געפילן עסט אויף פון אינעווייניג. די פאקט אז דאס קינד (אדער אפילו ערוואקסענע) פילט אז זיי קענען עס נישט מיטטיילן מיט קיינעם משום איזה סיבה שיהיה, איז גורם אז זיי זאלן זיך אליינס באשולדיגן פאר דער heinous crime. ממילא דארפן עלטערן און מחנכים זיין שטארק געווארנט קיינמאל נישט אוועק מאכן סיי וואס פאר א קאמפלעינט וואס די קינד קומט מיט און זאגן אז ס׳גארנישט, מאך נישט אן עסק וכדומה.
פארשטייט זיך אז דאס איז גאר בקיצור אראפגעלייגט, און מען דארף זיין אליינס קלאר און דורך געקאכט דערין איידער מען רעדט צו די קינדער. מען דארף האבן א נאנטע באציאונג מיט די קינדער כדי זיי זאלן דאס אננעמען פאזיטיוולי. אבער פארוואס דארפן מיר צוקומען צו רבי יענקל האראוויץ דאס צו וויסן? פארוואס באקומען מיר די נויטיגע tools פון אזעלכע מאדערנע ארגעניזאציעס ווי Ohel? פארוואס הערן מיר דאס נישט ביי חינוך דרשות פון רבי שלמה רובין אדער אין חינוך ארטיקלן אין די מעלות? פארוואס האבן די מנהלים ומחנכים פון אונזערע קינדער נישט אזעלכע קאנווערסעישאנס מיט די תלמידים? איז דען די שרעקליכע השפעה פון די טעיפס פון ליפא אדער מיכאל וויכטיגער ווי דער נושא? וואס האבן מיר פון דעם אז מען היט אפ די קאמיוניטי פון קאלירטע קליידער אדער אפילו פון טעקסט מעסעדזשעס אויב לאזט מען דער פירצה ברייט אפן? איך זאג נישט אז די אנדערע זאכן זענען נישט וויכטיג. אבער די פאקט אז דער שרעקליכע פירצה באקומט zero air time, צייגט אויף א היפאקרעסי שאין כדוגמתו.
דער היפאקרעסי שרייט ארויס פון אונזערע הערצער און עס איז צייט צו טון עפעס דערוועגן!
וואס קענען מיר טון? ערשטענס מוז מען וויסן מיט וואס מען האנדלט דא. צוליב דעם האבן מיר געמאכט דער סורוועי. ולהוי ידוע אז דער סורוועי איז טאקע נישט בשלימות אבער עס גיבט אונז גאנץ אן אקוראטער בילד וואס די פראבלעם דא איז. צווייטענס, מוזן מיר איינזעהן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אז די פירער אדער מחנכים וועלן עפעס טון דערוועגן. מיר מוזן אליין זיך זארגן פאר זיך, פאר אונזערע קינדער און פאר די עתיד פון אונזער געמיינדע. א יעדע איינער זאל זיך נעמען אין די האנט אריין און זיך פארהאלטן צו ער טוט אלעס וואס ער קען טון צו באשוצן זיינע קינדער. אויב חלילה עס וועט געשעהן א מעשה וועט ער קענען זאגן "איך האב געטון כל מה שבידי" אדער נישט? דריטענס, מען דארף אויפשאקלן די געמיינדע, סיי דורך רעדן דערפון, סיי דורך פארלאנגן תיקונים און סיי דורך אקטיוויזם. איר קענט אפילו ארויסדרוקן דער ארטיקל און עס שוקן פאר אייער רב/דיין/רבי/מנהל/ת.
אויב האלט די פירער פון דיין קהלה אדער דיין קינד׳ס מוסד נישט ביים טון עפעס דערוועגן, זאלן זיי וויסן אז דו ביזט נישט צופרידן. אויב וועלן זיי וויסן אז גענוג מענטשן זענען נישט צופרידן וועלן זיי שוין איינמאל טון דערוועגן. מיר מוזן געדענקן אז די אב הנביאים, אונזער ערשטע רבי, משה רבינו האט געוואוסט אז רבנות איז עבדות און נישט שררה. מיר מוזן געדענקן אז מיר האבן די power איבער זיי, און אלטעמיטלי מוזן זיי טון וואס מיר ערווארטן פון זיי און כש"כ וואס די באשעפער ערווארט פון זיי. זיי מוזן וויסן אז אויב וועלן זיי נישט קעיר נעמען פון די בעיסיקס וועלן זיי מוזן אפגעבן א דין וחשבון דערויף. מיר פארלאנגען נישט קיין שינויים אין די תורה. מיר פארלאנגן די בעיסיקס, קדושה וטהרה, שוץ פאר די קינדער, און פאראכטונג פאר די פוגעים. קיין ערקלערונג איז דערווייל נאך נישט ערשינען פאר די אי-פעולה אין דער נושא. ווילאנג עס איז נישט דא קיין פארשטענדליכע ערקלערונג וועלן מיר נישט אקצעפטירן דאס שרעקליכע שטיל שווייגעניש.
נ. ב. מיר האבן אויבן געשריבן אסאך בלשון זכר, די פראבלעמען מאכט זיך ליידער אסאך ביי מיידלעך אויך.[/justify]
.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
צו שפילן דעווילס אדוואקאט לאמיר זעהן ווי ערענסט די מיינסט די זאך. וואלסטו היינט געשטיצט צו רופן די פאליציי אויב די ווערסט געוואר אז סאיז דא ערענסטע אלעגעישאנס אויף דיין ברודער, נישט דיין משוגענער ברודער, נאר דיין געשמאקער קלוגער ברידער, דער מיט וועמן די טוסט נאך ביזנעס אויך, אבער סזענען יעצט אפירגעקומען דריי חברה וואס זאגן אז פאר צוואנציג יאר צוריק ווען דיין ברודער איז געווען א כולל יונגערמאן און אויך א ענגלישע טיטשער אין די זייט, האט ער זיי געטשעפעט.
אויב איז דער ענטפער ברודער שאני, האסטו שוין אליינס פארענטפערט די גאנצע נושא ארום מאלעסטעישאן פראטעקשאן וואס סטוט זיך אפ אין אונזער קאמיוניטי.
באמת איז די נושא גאר אסאך בעסער געווארן אין די לעצטערע יארן סיי צוליב די פארמערטע אויגעלעך און סיי טאקע צוליב די אווערנעס.
ואני מאמין באמונה שלימה אז סקען נישט זיין אז ווייל אונז האמער א תורה און מיר זענען מיט פופציג פראצענט מער אפגעהיטן אין אלע עניני נאוף און זנות אז טאקע דאס זאל אויף אונז אזוי מאוס בעקפייערען. ווייל מיר האבן א פופציג פראצענט העכערע רעיט צו ווערן אנגערופן מאלעסטערס ווי דער אלגעמיינער גוי, בלויז ווייל ביי אים איז עס מותר און ביי אונז אסור. אזא זאך קען נישט זיין. דער רבש"ע וואלט אזא עונש אויף שומרי תורה ומצות קיינמאל נישט געשיקט. סמאכט פלעין נישט קיין סענס
טייערע יודן דאס איז א חלק פונעם נסיון הדור. לאמיר זיך נישט פארלירען מיר זענען די שענסטע און דאס בעסטע אויפן כדור העולם. במה דברים אמורים. קוקט אן ווער האט זיך געגלייבט פאר פופציג יאר צוריק אז די וועלט גייט אזוי מעכטיג אקצעפטירן די מנוולישע געי און לעסביענס און מען רעדט נאך פון זיי ווי גלייך זיי טוען א נארמאלע זאך. זיי האבן רעכטן. פארשטייט זיך אבער אז ביי אונז יודעלעך זענען זיי געבליבן ווילד פרעמד ווייל השי"ת זאגט ניין איז ניין. יעצט גיט א קוק סאיז דא היינט צוטאגס מיליאנען גוים איבער די וועלט וואס טענהן. דערווייל איז עס א שטילער מאוומענט אבער גוגעל עס וועסטו זעהן אז סאיז היבש פארשפרייט. אז אויב א קינד איז מסכים זאל נישט זיין קיין שום פראבלעם. חברה, סגייט נישט נעמען לאנג און איר וועט זיך איין טאג דערזעהן מיט פולע רעכטן פאר די פיגיס וואס טוען עס מיט קינדער און טין עידשערס. פארשטייט זיך אליינס אז מען רעדט נישט פון קיין וויילענט רעיפ. דעמאלטס וועלן זיך די גוים מער נישט שעמען און וועלן ארויסקומען מיט זייערע אמתדיגע פרצופים הטמאים און אלע וועלן עס בעקן. די איינציגסטע וואס וועלן בלייבן פעלזן פעסט וועט זיין דער עם הנבחר וואס האט שוין אזויפיל געליטן צוליב שמירת המצוות און מיר וועלן עס פארשטייט זיך קיינמאל נישט נאכלאזן.
איר זאלט אייך אבער נישט זארגן צופיל. די רשעים וועלן שוין ביז דעמאלטס טרעפן אויף אונז פרישע הארבע עבירות כי כן גזרה חכמתו יתברך בגזירות הגלות.
אוי הקב"ה מיר האבן דיך זייער ליב

למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
שכח הוגה! הערליך שיין צונומען די זאך מיט אפאר אויגן-עפענדע סטעיטמענטס. די אמת טוט וויי און דער אמת איז אז ריגארדלעס וויפיל האבן געוואוט אין די קאווע שטיבל סערוועי און וואס די רעזולטאטן זענען איז אפילו איין קעיס פון מאלעסטעישען אסאך אסאך צו סאך. און די היפאקרעסי און די שלום עלי נפשי עטיטאט וועלכע ווערט געפרעדיגט במחנינו איז נישט נאר א עוולה שאין כמוהו נאר איז א דיירעקטע מניעה צו טון עניטינג למעשה צו אפשטעלן די שרעקליכע מגיפה.
מ'האט זיך שוין גענוג געפאטשט אין בויך אז מיר זענען די שענסטע אין די בעסטע ס'שוין העכסט צייט צו טון עפעס אז מיר זאלן טאקע זיין אזוי.
נ.ב. מיך וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסען אויב ביי מיידלעך איז עס טאקע אזוי שרעקליך פארשפרייט וויי ביי יונגלעך...

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
קודם כל ביסטו נישט קיין דעווילס אדוואקאט, נאר דעם דעוויל אליינס...
A devil's advocate is someone who, given a certain argument, takes a position he or she does not necessarily agree with
צו שפילן דעווילס אדוואקאט לאמיר זעהן ווי ערענסט די מיינסט די זאך. וואלסטו היינט געשטיצט צו רופן די פאליציי אויב די ווערסט געוואר אז סאיז דא ערענסטע אלעגעישאנס אויף דיין ברודער, נישט דיין משוגענער ברודער, נאר דיין געשמאקער קלוגער ברידער, דער מיט וועמן די טוסט נאך ביזנעס אויך, אבער סזענען יעצט אפירגעקומען דריי חברה וואס זאגן אז פאר צוואנציג יאר צוריק ווען דיין ברודער איז געווען א כולל יונגערמאן און אויך א ענגלישע טיטשער אין די זייט, האט ער באגנבע'ט\געהארגעט איינעם.
אויב איז דער ענטפער ברודער שאני, האסטו שוין אליינס פארענטפערט די גאנצע נושא ארום גניבה\רציחה וואס סטוט זיך אפ אין אונזער קאמיוניטי.
באמת איז די נושא גאר אסאך בעסער געווארן אין די לעצטערע יארן סיי צוליב די פארמערטע אויגעלעך און סיי טאקע צוליב די אווערנעס.
ואני מאמין באמונה שלימה אז סקען נישט זיין אז ווייל אונז האמער א תורה און מיר זענען מיט פופציג פראצענט מער אפגעהיטן אין אלע עניני גניבהאון גזילה אז טאקע דאס זאל אויף אונז אזוי מאוס בעקפייערען. ווייל מיר האבן א פופציג פראצענט העכערע רעיט צו ווערן אנגערופן גנבים ווי דער אלגעמיינער גוי, בלויז ווייל ביי אים איז עס מותר און ביי אונז איז הונאה אסור. אזא זאך קען נישט זיין. דער רבש"ע וואלט אזא עונש אויף שומרי תורה ומצות קיינמאל נישט געשיקט. סמאכט פלעין נישט קיין סענס
יעצט קומט א שורה פון פאקטן.
פאקט נומער 1) טייערע יודן דאס איז א חלק פונעם נסיון הדור.
פאקט נומער 2) מיר זענען די שענסטע און דאס בעסטע אויפן כדור העולם.
פאקט נומער 3) ביי אונז יודעלעך זענען זיי געבליבן ווילד פרעמד ווייל השי"ת זאגט ניין איז ניין.
חחחחח....
פאקט נומער 4) סאיז דא היינט צוטאגס מיליאנען גוים איבער די וועלט וואס טענהן. דערווייל איז עס א שטילער מאוומענט אבער גוגעל עס וועסטו זעהן אז סאיז היבש פארשפרייט. אז אויב א קינד איז מסכים זאל נישט זיין קיין שום פראבלעם.
פאקט נומער 5) סגייט נישט נעמען לאנג און איר וועט זיך איין טאג דערזעהן מיט פולע רעכטן פאר די פיגיס וואס טוען עס מיט קינדער און טין עידשערס.
פאקט נומער 6) די איינציגסטע וואס וועלן בלייבן פעלזן פעסט וועט זיין דער עם הנבחר וואס האט שוין אזויפיל געליטן צוליב שמירת המצוות און מיר וועלן עס פארשטייט זיך קיינמאל נישט נאכלאזן.
יא יא, היינט ווען ס'איז אומלעגאל איז עס אזוי פארשפרייט ביי אונז, און מ'פראטעקט די עושי מעשה נבלה, אבער ווען ס'וועט (אין דיינע חלומות) ווערן לעגאל, דעמאלטס וועט מען פלוצלינג פארדרייען דעם דאשיק, און אנהויבן זיין אקעגן דעם. אזוי ווי די פלעסטיק גלעזער, ווילאנג ס'נישט געווען אין סטייל איז די סלתה ושמנה פונעם עם הנבחר געגאנגען מיט דעם, אבער ווען ס'איז אריינגעקומען אין סטייל האט מען אויפגעהערט.
חחחחחחחחחח...

shem-tov האט געשריבן:צו שפילן דעווילס אדוואקאט לאמיר זעהן ווי ערענסט די מיינסט די זאך. וואלסטו היינט געשטיצט צו רופן די פאליציי אויב די ווערסט געוואר אז סאיז דא ערענסטע אלעגעישאנס אויף דיין ברודער, נישט דיין משוגענער ברודער, נאר דיין געשמאקער קלוגער ברידער, דער מיט וועמן די טוסט נאך ביזנעס אויך, אבער סזענען יעצט אפירגעקומען דריי חברה וואס זאגן אז פאר צוואנציג יאר צוריק ווען דיין ברודער איז געווען א כולל יונגערמאן און אויך א ענגלישע טיטשער אין די זייט, האט ער זיי געטשעפעט.
צו שפילן דעווילס אדוואקאט לאמיר זעהן ווי ערענסט די מיינסט די זאך. וואלסטו היינט געשטיצט צו רופן די פאליציי אויב די ווערסט געוואר אז סאיז דא ערענסטע אלעגעישאנס אויף דיין ברודער, נישט דיין משוגענער ברודער, נאר דיין געשמאקער קלוגער ברידער, דער מיט וועמן די טוסט נאך ביזנעס אויך, אבער סזענען יעצט אפירגעקומען דריי חברה וואס זאגן אז פאר צוואנציג יאר צוריק ווען דיין ברודער איז געווען א כולל יונגערמאן און אויך א ענגלישע טיטשער אין די זייט, האט ער באגנבע'ט\געהארגעט איינעם.
אויב איז דער ענטפער ברודער שאני, האסטו שוין אליינס פארענטפערט די גאנצע נושא ארום גניבה\רציחה וואס סטוט זיך אפ אין אונזער קאמיוניטי.
באמת איז די נושא גאר אסאך בעסער געווארן אין די לעצטערע יארן סיי צוליב די פארמערטע אויגעלעך און סיי טאקע צוליב די אווערנעס.
ואני מאמין באמונה שלימה אז סקען נישט זיין אז ווייל אונז האמער א תורה און מיר זענען מיט פופציג פראצענט מער אפגעהיטן אין אלע עניני גניבהאון גזילה אז טאקע דאס זאל אויף אונז אזוי מאוס בעקפייערען. ווייל מיר האבן א פופציג פראצענט העכערע רעיט צו ווערן אנגערופן גנבים ווי דער אלגעמיינער גוי, בלויז ווייל ביי אים איז עס מותר און ביי אונז איז הונאה אסור. אזא זאך קען נישט זיין. דער רבש"ע וואלט אזא עונש אויף שומרי תורה ומצות קיינמאל נישט געשיקט. סמאכט פלעין נישט קיין סענס
יעצט קומט א שורה פון פאקטן.
פאקט נומער 1) טייערע יודן דאס איז א חלק פונעם נסיון הדור.
פאקט נומער 2) מיר זענען די שענסטע און דאס בעסטע אויפן כדור העולם.
פאקט נומער 3) ביי אונז יודעלעך זענען זיי געבליבן ווילד פרעמד ווייל השי"ת זאגט ניין איז ניין.
חחחחח....
פאקט נומער 4) סאיז דא היינט צוטאגס מיליאנען גוים איבער די וועלט וואס טענהן. דערווייל איז עס א שטילער מאוומענט אבער גוגעל עס וועסטו זעהן אז סאיז היבש פארשפרייט. אז אויב א קינד איז מסכים זאל נישט זיין קיין שום פראבלעם.
פאקט נומער 5) סגייט נישט נעמען לאנג און איר וועט זיך איין טאג דערזעהן מיט פולע רעכטן פאר די פיגיס וואס טוען עס מיט קינדער און טין עידשערס.
פאקט נומער 6) די איינציגסטע וואס וועלן בלייבן פעלזן פעסט וועט זיין דער עם הנבחר וואס האט שוין אזויפיל געליטן צוליב שמירת המצוות און מיר וועלן עס פארשטייט זיך קיינמאל נישט נאכלאזן.
יא יא, היינט ווען ס'איז אומלעגאל איז עס אזוי פארשפרייט ביי אונז, און מ'פראטעקט די עושי מעשה נבלה, אבער ווען ס'וועט (אין דיינע חלומות) ווערן לעגאל, דעמאלטס וועט מען פלוצלינג פארדרייען דעם דאשיק, און אנהויבן זיין אקעגן דעם. אזוי ווי די פלעסטיק גלעזער, ווילאנג ס'נישט געווען אין סטייל איז די סלתה ושמנה פונעם עם הנבחר געגאנגען מיט דעם, אבער ווען ס'איז אריינגעקומען אין סטייל האט מען אויפגעהערט.
חחחחחחחחחח...
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
געפילטער. הער מיך אויף צו באפאלן ווי א ווילדער צאפ. די ארגיומענט איז געווען אז מען טוט נישט גענוג אויף דעם ארויף האב איך געזאגט אז ס'איז דא א סיבה ליידער פארוואס אונזערע הענט זענען געבינדן איבערצוגעבן אונזערס א ברידער וואס האט געזינדיגט. איך ווייס נישט פארוואס ביסט אזוי אויפגערעגט. איך זאג דאך די זעלבע ווי דיר. כהאב אפשר נישט אזוי פיינט יעדען חרד'ישער יוד ווי דו האסט. סארי קענט העלפ יו אבאוט דעט. און איך האלט באמת אז מיר זענען פארט די בעסטע און די שענסטע מכל העמים. איך האלט עס באמת . אלע אנדערע זאכן זענען בלויז פאקטן און כהאב דיר געזאגט אז די קענסט עס גוגלן סאיז דא הודערטער טויזענטער ארטיקלעך אויף גוגעל איבער די זאך אז די לעפט פרובירט מדמה צו זיין פעדאס צו געיס.
מיט דיין וויסטע שנאה צו יודן וואס דראפענען זיך אויף די גראדע ווענט האסטו מיר געמאכט וועלן צוקייען די געפילטע פיש שבת ביי די סעודה אביסל שטערקער. א בחינה ווי מיט עסען טשולענט לייגט מען אוועק א ציוני. איבערהויפט היינט נאכט ווען מען פאסט אויף דיר אויס.. וואס ווארשיינדלעך ווייסטו ניטאמאל דערפון .ס.
מיט דיין וויסטע שנאה צו יודן וואס דראפענען זיך אויף די גראדע ווענט האסטו מיר געמאכט וועלן צוקייען די געפילטע פיש שבת ביי די סעודה אביסל שטערקער. א בחינה ווי מיט עסען טשולענט לייגט מען אוועק א ציוני. איבערהויפט היינט נאכט ווען מען פאסט אויף דיר אויס.. וואס ווארשיינדלעך ווייסטו ניטאמאל דערפון .ס.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איך בין קיינעם נישט באפאלן, אפשר האב איך זיך אויסגערדוקט אביסל שארף, ארויסצוברענגען די פוינט אז א דעווילס אדוואקאט מיינט איינער וואס זאגט עפעס וואס ער האלט נישט, for arguments sake, נישט איינער וואס זאגט וואס ער האלט. דעטס איט. לגמרי נישט געמיינט דיין אידענטעט, גילוי, אדער אויפצוברויזן געמיטער, אפשר ביסטו גאר דעם בעל שם טוב'ס רעביצין. (ער הייסט דאך "בעל" שם טוב פאר א סיבה).
וואס איך האב געזאגט, פאר די וואס האבן נישט פארשטאנען ס'ערשטע מאל, איז אז מיט דיין לאגיק, קען מען זאגן די זעלבע זאך לגבי אנדערע פארברעכענס. איך וואלט שטארק געקווענקעלט בעפאר איך גיי מסר'ן מיין ברודער, אפילו פאר הארבע עבירות ווי גניבה, רציחה, וכדו'. ס'איז מעשים בכל יום אז משפחה פארשווייגט עבירות פון נאנטע, אפילו זיי האלטן נישט פון די מעשים זעלבסט.
אבער מיט דאס וואס איך האב פיינט יעדע חרדישע איד, מיט דעם ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט. זאג מיר נאר וויאזוי דו ביסט דאס געוואר געווארן, פון וואו ווייסטו אז איך טרעף מיך מיט די ווייס סופרעמיסיסט גרופעס און מוסלים ברודערשאפט במחתרת אין מיין בעיסמענט? וויאזוי ביסטו דאס דערגאנגן. איך בעט דיר פליז לאז עס נישט גיין ווייטער, דאס איז א סוד צווישן מיט און דיר. אקעי?
לגבי דיינע "פאקטן", איך ווייס פונקטליך וואס דו מיינסט, אבער איך האב פשוט נאכגעזאגט דיינע פאקטן, ס'זאל זיין מסודר און יעדער זאל פארשטיין דיינע הנחות קדומות, מ'זאל וויסן פון וואו דיינע מסקנות קומען. און לגבי דיין צוגלייכן געי'ס צו פעדאפיליע, אויב איז דיין נאטורליכע אינטואציע און געפילן דיר נישט גענוג צו זאגן אז מ'גלייכט נישט צו צוויי consenting adults צו איבעררעדן א קינד "מרצון", און דו מוזט האבן א אידישע מקור, לערן דורך די סוגיא פון פיתוי קטנה אונס הוא, אנגעהויבן מיט די גמרא אין כתובות, ראשונים, פוסקים וכו'.
געבליבען איז נאר דיר צו וואונטשען א הארציגע אפעטיט היינט נאכט, כ'וואלט דיר גע'עצה'ט אויסצופאסן אויף עפעס לייכטער, ווי חלה, בעפאר דו גראבסט אריין אינעם געפילטע, וועסט מיר דאנקן שפעטער פאר די עצה. כ'ווייס באמת נישט פארוואס מ'פאסט אויס היינט, איז יעצט בה"ב? איינער ווייסט?

- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
ביים באקעמפן א מגיפה, איז וויכטיג צו וויסן ווי מער אינפארמאציע איבער די מחלה. מען זאגט אז א דיאגנאז איז שוין אליין די האלבע ישועה. אז א דאקטאר נעמט זיך סתם שרייען און ווילדעווען מיט יללות ווען ער זעט עס גיסט בלוט, וועט ער קיין סאך נישט אויפטון. ער דארף זיך נעמען שנעל קוקן פון וואו קומט דאס בלוט, פארוואס קומט בלוט, און וואס איז די בעסטע זאך צו טון דאס אפצושטעלן. כ'האב אמאל געהאט געזען חומר איבער דעם ענין, איז לטובת הענין לאמיך עס דא איבערגעבן.
לאמיר פרובירן פארשטיין, פארוואס טוען מענטשן אזא געפערליכע זאך ווי מאלעסטן קינדער?
פארשטייט זיך אז צו וועלן "פארשטיין" פארוואס איינער זאל דאס טון, איז הימל און ערד פון "פארענטפערן" יענעמ'ס מעשים, אדער קלענער מאכן דעם שרעקליכן עולה. די פראגע איז למעשה עפעס וואס די געטשעפעטע קענען זיך פרעגן, ווייל טייל האבן מורא אז זיי אליין זענען שולדיג דערין, אבער אויב זיי פארשטייען דעם אנדערן מענטש וועט דאס זיי איבערצייגן אז ס'נישט זיין שולד. ווי אויך אויב איינער האט א שייכות מיט דעם מאלעסטער, צי עס איז פאמיליע אדער קרובים, וויל ער דאס פארשטיין. אבער בעיקר, דורכ'ן פרובירן פארשטיין פארוואס אנדערע טוען דאס קען אפשר העלפן צו פארמיידן בעתיד אז עס זאל געשען צו די קינדער.
אפילו עס איז נישטא קיין קלארע ענטפער דערויף, און אויך נישט קיין אומקלארע, דאך דארף מען פרובירן זען וואס מען ווייסט יא דערוועגן און די אינפארמאציע קען אמאל העלפן.
אפילו עס איז נישטא קיין קלארע סיבה פארוואס איינער זאל אויסניצן זיין פאזיציע אדער איינפלוס צו מאלעסטן א קינד, זענען דא עטליכע קאמען שטריכן ביי כמעט אלע סיטואציע וואו דאס געשעט:
- א מענטש וואס האט פאוער אדער איינפלוס אויף א קינד אנטוויקלט א תאוה'דיגע אינטערעס אין דעם קינד.
- דער מענטש קומט איבער סיי וועלכע אינערליכע אדער אויסערליכע מניעות וואס וואלטן אים סתם אזוי אפגעהאלטן פון ברעכן זיין טראסט און טשעפען דעם קינד.
- דער מענטש טוט אויף למעשה וואס זיינע תאוה'דיגע פאנטאזיעס און אימפולסן שטופן אים צו טון. (אפילו מענטשן וואס האבן די קרענק פון ליב האבן קינדער, וועלן סתם אזוי נישט טשעפען א צווייטן קינד, ווייל זיי ווייסן עס איז זייער א ראנג זאך צו טון. פונקט ווי איינער ציט זייער שטארק צו נשים, אבער ווייסט זיך איינצוהאלטן זיין תאוה. די אפעקטירטע דארפן דאס וויסן: דאס עצם ליבן קינדער, אפי' ער דארף עס פרובירן אויסרייסן, איז נישט קיין חטא; נאר אויב ער טוט עפעס דערצו, דעמאלט איז דער חטא און דאס איז געפערליך.)
פון די אנדערע זייט מעג אויך אנגעוויזן ווערן אז דורכ'ן פרובירן פארשטיין פארוואס יענער קען טון אזוינס, איז בעסער ווי סתם צו באצייכענען יענע מענטשן אלס פשוט'ע "מאנסטערס" וואס האבן א הארץ פון שטיין און טוען גארנישט אויסער לאקערן נאך קינדער. דער פאקט איז אז די וואס מאלעסטן קינדער זענען, אזוי ווי רוב מענטשן, קאמפליצירטע באשעפענישן. זיי האבן א גוטע זייט, אבער אויך א שלעכטע זייט, זייער זייער א שלעכטע זייט.
מענטשן וואס מאלעסטן קינדער זענען אויך טיף צומישט איבער ואוס זיי ווילן באמת, ווייניגסטנס אין דעם פעלד פון תאוות, ווי אויך זענען זיי גאר שעדליך אין זייער פארזוך צו באקומען זייערע געגארטע "געברויכן". אין פאל פון קינדער וואס מאלעסטן אנדערע קינדער, זענען זיי געווענליך צומישט פון דעם וואס זיי זענען אליין מאלעסטעד געווארן, ווי אויך די געווענליכע צעמישונג און אומפארשטענדליכקייטן וואס קינדער קענען האבן וועגן דעם גאנצן ענין.
טייל ערוואקסענע וואס מאלעסטן קינדער טראכטן און ניצן זייער גאנצע כוח התאוה נאר אויף קינדער.
אנדערע וואס מאלעסטן קינדער האבן ווייטער אויך באציאונגען מיט זייערע פרויען, אריינגערעכנט אין די זעלבע צייט וואס זיי מאלעסטן קינדער.
רוב ערוואקסענע וואס מאלעסטן קינדער זענען אליין מאלעסטעד געווארן, פיזיש און/אדער גייסטיש, און זענען אויך געווען נעגלעקטעד פיזיש און/אדער גייסטיש. אין רעאקציע צו די עקספיריענס פון אביוז, נעגלעקט און מאכטלאזיגקייט, קענען זיי מעגליך פרובירן צו טרעפן געפילן פון מאכט און קאנטראל אויף אנדערע, אריינגערעכנט א תאוה'דיגע מאכט איבער קינדער.
טייל מענטשן ואוס מאלעסטן קינדער זענען אנגעזעענע מענטשן אין א גרופע, ווי א סעלעבריטי, א מוזיקאנט, א באלעבאס אדער מענעדזשער, אן איש מכובד אין זיין קאמוניטי, און אפילו א שטארק פאפולערער מענטש, וואס זיי געואורן אזוי צעמישט דורך די נאכאנאנדע שעצונג און לויב אז זיי הייבן אן צו טראכטן אז זיי האבן אנדערע געזעצן און קענען טון וואס זיי ווילן. (דער געפיל פון מאכט אדער כבוד קען בכלל העכערן די תאוות, ווי מען ווייסט ביי סעלעברעטיס, סענאטארן וכדומה...)
פאר טייל מענטשן וואס מאלעסטן קינדער איז עס אן איינמאליגע זאך וואס געשעט אין אן אנגעצויגענע צייט, ווי למשל נאך א גט, פארלוירן א דזשאב, אדער נאכ'ן טויט פון א באליבטן מענטש. אנדערע קעמפן מיט די צייט צו איינהאלטן זייערע תאוות נאך קינדער און זענען אפי' סוקסעספול רוב צייט, אבער דאן מאכט זיך א דורכפאל, (אלקאהאל אדער דראגס קען פארשוואכערן די מעגליכקייט צו קאנטראלירן אזעלכע תאוות).
טייל מאל מאכט זיך פונקט אן אומגערישטע געלעגנהייט ווען דער מצב ערלויבט אים צו קענען טשעפען א קינד און א מענטש וואס האט די פאטענציעל צו טון אזעלכע זאכן קען זיך נישט איינהאלטן, לב חומד און כלי מעשיו גומרים (א גוטער ביישפיל איז א מקוה, איבערהויפט אין קליינע בתי מדרשים, און יעצט ווייסט איר די סיבה פארוואס מען וואלט נישט געטארט לאזן קיין קינד אריינקומען דארט, זיכער נישט אן נאכאנאנדע שמירה). דאס איז דער פאל ביי טייל פעלער ווען מענטשן וואס ספראווען זיך כסדר מיט זייער שטארקע כח התאוה ואוס איז נישט אויף קינדער, אבער פלוצלינג הערט מען אז ער האט מאלעסטעד א קינד.
נאכאמאל, דאס אלעס איז זערא תירוץ אדער אויסרייד, נאר סתם צו פארשטיין דעם געווענליכן אופן.
בשעת דער מאלעסטירטער האט דורך דעם עפיזאד געקענט האבן די ערגסטע מאמענטן אין זיין גאנץ לעבן, דארף מען וויסן אז ביי דעם מאלעסטער איז עס בכלל נישט אזוי. ביי אים קען עס סתם זיין עפעס א קליינער קאפיטל ווי ער האט באפרידיגט זיין תאוה פאר עטליכע מינוט. ער האט אפילו מעגליך בכלל דערשטיקט זיין מחשבה פון טראכטן אז ער האט דיך דערביי געשעדיגט און וויי געטון.
עס איז זייער פארשטענדליך צו שפירן און האלטן אז אזא איינער איז א פשוט'ער טייוול און מאנסטער, אבער למעשה האבן זיי אויך פארשידענע זייטן וואס קומען ארויס אין פארשידענע מצבים, און טייל פון זייערע נאטורן קענען טון געפערליכע זאכן. נישט צו פארגלייכן, אבער יעדער פון אונז קען אמאל זאגן "איך קען נישט גלייבן אז איך האב דאס געטון", אדער "איך האב מיך פיינט ווען איך יענס, אבער אסאך מאל קען איך מיך נישט העלפן". עס איז נישט צו אנדערש ביי די מאלעסטער, כאטש ווי פארשטענדליך איז עס זיכער פיל ערגער און שעדליך. זיי קענען אפי' ווייטער זיין פארנומען איבער'ן טאג צו ארבעטן געטריי און אפי' טון חסד מיט אנדערע מענטשן.
די מאלעסטערס, פונקט ווי רוצחים און אנדערע, ווילן זיך אויך באטראכטן אלס גוט, אדער ווייניגסטנס "בארעכטיגט" אין טון וואס זיי טוען. אין אסאך פעלער קוקן זיי זיך אן אלס ווייטער פיינע מענטשן, אויסער די "שלעכטע" חלק אין זיי וואס שטופט זיי צו טשעפען אנדערע.
צו איבערקומען די געווענליכע מאראלן וואס האלטן אפ א מענטש פון טשעפען קינדער, וועלן די מאלעסטער געווענליך ראציאנאליזירן זייערע מעשים. זיי קענען שארף לייקענען אדער זיך בלינד מאכן צו די קלארע נעגאטיווע עפעקטן פון זייערע אקטן. זיי קענען אפילו באמת איינרעדן זיך אליין אז זייערע שריט זענען "ליבליכע" און די קינדער האבן הנאה דערפון. ממילא זענען זיי דאך ווייטער צדיקים.
אין טייל פעלער שפירן מאלעסטערס אמת'דיגע פאזיטיווע געפילן צום קינד, אריינגערעכנט דאס קעירן פאר'ן קינד. אבער די תאוה'דיגע פאנטאזיעס, אימפולסן און מיאסוע אקטן קומען פון אן אנדערע חלק פון זיי, וואס יענער חלק האט וויינג צו טון מיט'ן קינד אדער דעם קינד'ס מצב, און האט נאר מיט זיין אייגענע אינערליכע געברויך וואס שטופט אים דאס צו טון און ערפילן זיינע אייגענע תאוות.
אין טייל פעלער איז דער מענטש זייער נישט מעטשור, ער ציטערט פון עמאציאנאלע אדער תאוה'דיגע חברותא'שאפט מיט ערוואקסענע און האט נישט קיין אנונג וויאזוי זיי צו דערגרייכן. זיי קענען האלטן אז קינדער זענען נישט בלויז מער סעיף, נאר אויך מער "לויטער" אין זייערע געפילן און תאוות.
דאס אלעס מיינט לגמרי נישט אז אזעלכע מענטשן ווייסן נישט צווישן גוט און שלעכט. לאחר המעשה, אויב זיי קענען איבערלאזן די אלע געמאכטע תירוצים, קענען זיי שפירן א שטארקע חרטה אויף זייערע מעשים. אבער עס זענען אויך דא וואס זייער זעלבסט-פארטיידיגונג ווערט אזוי באפעסטיגט און גע'חזר'ט אז זיי קענען מער קיינמאל נישט אנערקענען דעם שרעקליכן אמת.
למעשה, פארשטייט זיך אז יעדער מענטש וואס מאלעסטעד א צווייטן איז אינגאנצן פאראנטווארטליך אויף די שרעקליכע שאדן וואס ער טוט. און נישט נאר אלס שטראף, נאר אויך צו באשיצן אנדערע קינדער ואוס ער קען שעדיגן בעתיד. און ווי שווער א מאלעסטער קען אויפהערן מיט זיינע מעשים, דארף מען אויך קלאר מאכן, נאר א קומענדיגן מאל.

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
נאך א שטיקל אינפארמאציע וואס איז וויכטיג צו דערמאנען.
צוויי זאכן: איינס, רוב מענטשן וואס מאלעסטן אנדערע, זענען אליין געווארן מאלעסטעד אלס קינד. לויט די בעסטע פארשונגען אויף דעם ענין זענען 75 פראצענט אדער מער פון מאלעסטערס (אדער סתם פיזישע אביוז) זענען אליין געווארן אביוזד אלס קינד. (ווידער איז דאס ווייט פון א תירוץ, נאר א פאקט וואס איז גוט צו וויסן.)
אבער מען דארף וויסן אז דאס פארקערטע איז אויסדרוקליך נישט אמת: די זעלבע פארשונגען ווייזן אז דער גרעסטער רוב פון מענטשן וואס זענען מאלעסטעד געווארן אלס קינד, וועלן "נישט" ווייטער מאלעסטן אנדערע.
דער איינרעדעניש אז אלע מאלעסטירטע ווערן מאלעסטערס איז זייער א פארשפרייטע און איז א גרויס געפאר ווייל נישט גענוג די ליידן פון די אומשולדיגע געטשעפעטע נשמה'לעך ברענגט דער איינרעדעניש א שרעקליכע פחד אין זיי אלס קינד און אויך שפעטער אז זיי קענען אליין ווערן מאלעסטער. און צו דעם אלעם האבן זיי נאך אויך דעם פחד אז די אנדערע מענטשן וואס וועלן אויסגעפינען איבער זייער מאלעסטעישען וועלן האלטן אז זיי זענען יעצט אויך אליין א סכנה און וועלן נאך אפשר פרובירן זיי אוועקהאלטן פון זייערע קינדער. נישט גענוג זייערע אייגענע קאשמארישע איבערלעבונג דארפן זיי נאך האבן דעם שאנד-פלעק אלס פאטענציעלער מאלעסטער! דעריבער זאל מען געדענקען אז אפילו רוב פון די מאלעסטערס זענען אליין מאלעסטעד געווארן, אבער רוב קינדער וואס ווערן מאלעסטעד ווערן "נישט" שפעטער קיין מאלעסטערס.
און אפילו אויב איינער האט שוין יא מאלעסטעד אלס טינעידזשער, אויב זיי נעמען הילף וועלן זיי געווענליך נישט ווייטער מאלעסטן אנדערע ווען זיי וואקסן אונטער. (אבער אגב, מעג דאס אליין דינען אלס נאך א שטארקע סיבה נישט נישט צו שטופן אונטער'ן קארפעט ווען איינער האט א מעשה מיט זיין קינד. געדענק אז עס קען האבן קאנסעקווענצן אויף לאנגע יארן שפעטער. בעסער נעם יעצט קעיר דערפון.)

- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify][tag]שרגא[/tag], הערליך און געוואלדיג כדרכך בקודש. האסט זייער שיין צינומען די נפש און די הונטערגרונד פונעם מאלעסטער. דאס העלפט אוודאי פארשטיין און וויסן ווי אזוי מען קען זיך העלפן און אפילו באשוצן אויף א געוויסע פארנעם. די עיקר אבער וואס איך נעם ארויס פון דיינע ווערטער איז אז די פעדאפיל האט א נטיעה וואס שטופט אים דערצו און ווי נאר עס מאכט זיך א פתח פתוח איז אים גאר שווער זיך איינצוהאלטן. דא קומט מען צוריק צו די צוויי פיינפולע קשיות: 1) פארוואס טוט מען (כמעט) גארנישט צו פארמאכן די אפענע פתחים, און צו געבן די נויטיגע געווער אין די הענט פון די קינדער? 2) פארוואס אנערקענט מען (כמעט) נישט די לעגיטימאציע פון די וויקטימ'ס פיין און די נויטיגע הילף וואס זיי דארפן און זייער פולקאמער פראטעקשאן? די צווי קשיות פראסקענען אין פנים טאג איין און טאג אויס און פארלאנגען א תירוץ. די צוויי קשיות זענען אזוי שטארק אז זיי האבן די כוחות איינצואווארפן אלע געבויטע בנינים, ספעציעל די וואס זענען מלכתחלה געבויט אויף גאר שוואכע יסודות. די צוויי קושיות זענען אזוי שווער אז זיי זענען כמעט מער א תירוץ ווי א קושיא.
איך וויל דא ציטירן וואס א געוועזענע קאונסלער אין די חרדישע געמיינדע אין ארץ ישראל האט לעצטענס געשריבן דרך אגב'דיג אין אן ארטיקל.
.[/justify]

למשל, פגיעות מיניות בילדים קטנים נפוצות הרבה יותר ממה שנדמה. גברים חרדים הרבה פעמים נמצאים בתסכול מיני חמור בגלל שהיחסים בתוך המשפחה הרבה פעמים לא בריאים. היה ילד אחד שהכרתי שנפגע מינית מהמלמד בתלמוד תורה. דיברתי עם ההורים, משפחה חשובה ומיוחסת של בני תורה, הם לא נרעשו מאוד מזה, הכי חשוב היה להסתיר, שלא ייצא קול על המשפחה ויפגע בשמה הטוב ומעמדה. הילד ישכח, מה כבר קרה לו. זה לא נראה להם נזק גדול. פניתי לגדולי תורה מפורסמים, הם גם לא ראו בזה סוף העולם. עדיף ככה מאשר שהמלמד ייכשל באשת איש ואז יהיה דין של אסורה לבעלה ובועלה וכו' ותהרס משפחה. הם לא חשבו שהילד נהרס. הוא יגדל וישכח. זו רק עבירה של זרע לבטלה וממילא מן הסתם הוא יעבור על זה בדרכים כשלהן. הם לא ראו הכרח להעביר את המלמד מתפקידו לגמרי, ולכל היותר שקלו להזהיר אותו. כיצד ייתכן עיוורון כזה למה שקורה לנפשו של הילד? מהיכן זה מגיע? הרי מדובר באנשים עדינים וחכמים ומתכוונים לטובה בכנות ולב שלם בלי ספק.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
הוגה האט געשריבן:דא קומט מען צוריק צו די צוויי פיינפולע קשיות:
1) פארוואס טוט מען (כמעט) גארנישט צו פארמאכן די אפענע פתחים, און צו געבן די נויטיגע געווער אין די הענט פון די קינדער?
2) פארוואס אנערקענט מען (כמעט) נישט די לעגיטימאציע פון די וויקטימ'ס פיין און די נויטיגע הילף וואס זיי דארפן און זייער פולקאמער פראטעקשאן?
די צוויי קשיות פראסקענען אין פנים טאג איין און טאג אויס און פארלאנגען א תירוץ.
עס איז פשוט.
1. עס איז כמעט נישט שייך. וויפיל אווער-פראטעקשאן קען מען געבן? די וואס זוכן צו מאלעסטן וועלן שטענדיג טרעפן הינטער-טירלעך, מקוואות איז טאקע די נומ #1 פלאץ, ופירצה קוראה לגנב, אבער עס איז אויך דא נומ #2 און 3, און אז מען וועט נישט גיין אין מקוה וועט מען זיך טרעפן אנדערע מקומות. מען קען נישט האלטן א אויג אויפן קינד מנעוריו עד נישואיו.
2. האט מען שוין אויסגעשמועסט אין מאחורי, אז רוב עולם איז נישט באהאווענט אין די דעמעזש וואס א קינד ווערט געשעדיגט ווען ער/זי גייט אדורך אזא טראומא. און דער אמת איז אז נישט אלע ווערן אזוי שטארק געדעמעשד, עס ווענדט זיך באשר הוא אדם, וועלכער סארט מענטש טוט דאס מיט אים, אויף וועלכע אופן, זיין חשיבות, זיין עלטער, און נאך אנדערע פרטים. אבער עס איז קלאר אז אויב זאל זיין א אויפוואכונג ביים היימישן ציבור צו מסביר זיין די יסורי הנפש פון א געליטענעם, וועט זיכער זיין א ישועה גדולה, אויף אזויפיל לכה"פ אז מען זאל אנערקענען די לעגימיטאציע פון דעם קרבנ'ס ווייטאג.
וירח ה' את ריח הניחוח
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
[tag]שמעקעדיג[/tag], ביזט גערעכט אז עס איז נישטא קיין וועג 100% צו פארזיכערן אז עס זאל מער נישט געשעהן, און עס איז נישט מעגליך צו האלטן א אויג אויף קינדער 24/7.
אבער ווי הוגה האט שוין געשריבן אינעם פתיחת האשכול איז די מערסטע אפעקטיווע וועג צו עדזשוקעיטן די קינדער, זיי אויפקלערן אז עס איז דא אזא מציאות און זיי אויסלערנען וואס זיי האבן צו טוהן אין אזא פאל, זיי זאלן נישט ווערן פארלוירן ווען זיי ווערן געכאפט אין סורפרייז.
דאס איז זיכער אמת און 100% ריכטיג. עס איז נישט געשמאק צו רעדן צו קינדער וועגן דעם, אבער עס איז אסאך מער אומגעשמאק ווען עס זאל ח"ו פאסירן און דאס קינד זאל נישט וויסן ווי אזוי צו רעאגירן אין אזא פאל ה"י.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

הוגה האט געשריבן:[justify]פארוואס הערן מיר דאס נישט ביי חינוך דרשות פון רבי שלמה רובין אדער אין חינוך ארטיקלן אין די מעלות? פארוואס האבן די מנהלים ומחנכים פון אונזערע קינדער נישט אזעלכע קאנווערסעישאנס מיט די תלמידים? איז דען די שרעקליכע השפעה פון די טעיפס פון ליפא אדער מיכאל וויכטיגער ווי דער נושא? וואס האבן מיר פון דעם אז מען היט אפ די קאמיוניטי פון קאלירטע קליידער אדער אפילו פון טעקסט מעסעדזשעס אויב לאזט מען דער פירצה ברייט אפן? איך זאג נישט אז די אנדערע זאכן זענען נישט וויכטיג. אבער די פאקט אז דער שרעקליכע פירצה באקומט zero air time, צייגט אויף א היפאקרעסי שאין כדוגמתו[/justify]
דא האסטו פאר'הרגעט דיין מייסטער ווערק די רעדסט אזוי שיין ארום דעם געשעפט צו וואס ברויך מען אטאקירען די ערליכע מחנכים וואס זענען ניש משיג דאס וואס עטליכע ק''ש שרייבער האבען לאחר רוב יגיעתם וכתיבתם בכותלי ה'קאווע משיג געווען אדרבה הייב דיר אויף און גיי אריבער צו זיי און הער וואס זיי זאגען דאן זיי מוציא חרב מתערה (שטייצעך נאר בגדרי התורה)
.
[center]כ'על דיר פארשטיין געבן על מה חרה אפי מיט דיינע רייד איבער די ערליכע מחנכים[/center]
איך פארשטיי דיין טעמע און סורוועי א הינדערט פראצענט ויישר כוח אויף דיין עבודת הפרך צו זויבער'ן דעם ציבור פון שמוץ
אבער מיט דעי אויווענדערמאנטער שורה האסטו ווידער אריינגעשפילט אין נארישע נעגאטיווע אט''ד אינטערעסען,
דהיינו דער איסור ותאוה של 'מאלעסטעישען' איז נישט ערפינדען געווארען אין די ק''ש יארען נאר זינט די וועלט איז געווארען וועלט איז פאראן ליידער דער נסיון ותאוה ווי מענטשען טוען נעבעך די גרעסטע סארט רציחה פארברעכן בשביל תאותם השפילה והנלוזה
איז אדרבה הייב אהן נישטערן אין די היסטאריע פון די מחברי ספרים ווי בעלי מוסר וכדומה
און ברענג ערגעץ ווי מ'האט געניצט די הגיון פון הוגה'לע צו באקעמפן דעם פראבלעים איך בין בכלל נישט מחולק מיט דיין עדווייז אז מ'זאל טון כל טצדקאות צו ראטעווען בנינו ודורותינו
אבער דאס גיין באשולדיגען און באשמיצען ערליכע מחנכים און מחברי ספרי מוסר וכו' איז אויך עביוז''ד דאס מענטשהייט ווואס ליידט נעבעך געניג פינעם עצם מאלעסטעישען און ברויך ניש פארדעם מאלעסטעד ווערן
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:דא קומט מען צוריק צו די צוויי פיינפולע קשיות:
1) פארוואס טוט מען (כמעט) גארנישט צו פארמאכן די אפענע פתחים, און צו געבן די נויטיגע געווער אין די הענט פון די קינדער?
2) פארוואס אנערקענט מען (כמעט) נישט די לעגיטימאציע פון די וויקטימ'ס פיין און די נויטיגע הילף וואס זיי דארפן און זייער פולקאמער פראטעקשאן?
די צוויי קשיות פראסקענען אין פנים טאג איין און טאג אויס און פארלאנגען א תירוץ.
עס איז פשוט.
1. עס איז כמעט נישט שייך. וויפיל אווער-פראטעקשאן קען מען געבן? די וואס זוכן צו מאלעסטן וועלן שטענדיג טרעפן הינטער-טירלעך, מקוואות איז טאקע די נומ #1 פלאץ, ופירצה קוראה לגנב, אבער עס איז אויך דא נומ #2 און 3, און אז מען וועט נישט גיין אין מקוה וועט מען זיך טרעפן אנדערע מקומות. מען קען נישט האלטן א אויג אויפן קינד מנעוריו עד נישואיו.
.
[tag]שמעקעדיג[/tag] האט אן ערנסטער טענה ווי כ'הער לעצטענס האבען די רוצחי נפשות שוין ערפינדען מהלכים וויאזוי לעגאלערהייט זיך ארויסצודרייען פון דזשאסטיש דורך ארויפצווינגען חתימות און נאך אופנים ר''ל
סאו עס איז זייער שווער מיר זאלען מאכען אן שלאס אויף א זאך וואס איז ליידער א חלק פון די בריאה פונקט ווי מיר קענען נישט סטאפען די ראיות וואס יעדער אינדיווידועל מענטש שטויסט זיך אהן בשווקים וברחובות
מיר ברויכען ווי מער און שטערקער אויפבויען די הערצער און אויגען פון די קינדער צו שטיין פעסט נגד הני מחטיאי הרבים
און אפשטעלן די שדכנים הידועים עינא וליבא תרי סרסורי דעבירא, זאלען נישט דעליווערן אזויפיל אומגעווינטשענע סחורה
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:[tag]שמעקעדיג[/tag] האט אן ערנסטער טענה ווי כ'הער לעצטענס האבען די רוצחי נפשות שוין ערפינדען מהלכים וויאזוי לעגאלערהייט זיך ארויסצודרייען פון דזשאסטיש דורך ארויפצווינגען חתימות און נאך אופנים ר''ל
קענסט ביטע מער מסביר זיין און מאריך זיין?
א דאנק פון פאראויס.
You must be the change you want to see in the world
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:איך בין בכלל נישט מחולק מיט דיין עדווייז אז מ'זאל טון כל טצדקאות צו ראטעווען בנינו ודורותינו
נאר,,פרייליך האט געשריבן:מיר ברויכען ווי מער און שטערקער אויפבויען די הערצער און אויגען פון די קינדער צו שטיין פעסט נגד הני מחטיאי הרבים
און אפשטעלן די שדכנים הידועים עינא וליבא תרי סרסורי דעבירא, זאלען נישט דעליווערן אזויפיל אומגעווינטשענע סחורה
פון וואו נעמסט אזוינע נייע דרכים? האסט געזעהן ערגעץ אין די ספרי מוסר אזעלכע זאכן? האסט געהערט איינער פון די גדולי מורי ומאורי הדור זאלן אמאל רעדן פון דעם? פארוואס זאל מען בכלל דארפן עפעס טוהן וועגן דעם, מיר זענען עפעס קלוגער פון אלע צדיקים ואדמורי"ם?