פעטיציע קעגען די סדר פון שבת'דיגע מאכלים
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:טיטאניק, עס איז שוין דא א אשכול פאר ר' הערשל,
אבער מיט פאקטן קען מען זיך נישט שלאגן, איך קען אזא גוטע דאזען מענטשן וואס זענען אפגעפאלן וואג און לעבן געזונט און שטארק, א דאנק פאלאוען ר' הערשל'ס איינגערעדטע זייפן בלאז וואס ער נעמט פון אפאר קליניק מאגאזינען.
דו האסט אפילו געליינט וואס טיטאניק שרייבט? ס'קוקט נישט אויס , פון ליינען אן ארטיקל אין א צייטונג צ עסן דאס און יענץ קען מען פארלירן וואג נו ? איך בין א דאקטאר יעצט?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' טיטאניק:דו קענסט מיך רופן היימיש, חסידיש,שמאלקעפיג אדער אלע דריי שבחין אסדר. אבער דער מציאות איז אז דער הרב מייזלס איז א נוטרישאניסט וועלכער האט גוטע רעזאלטס פון זיינע עצות. איך ווייס נישט פון וועלכן אוניווערסיטי ער האט א דיפלאם. אבער דער איינגעפרעימטער סערטיפיקעיט אויפ'ן וואנט מיינט גארנישט. איך קען מענטשן וועלכע האבן א פולן וואנט מיט דיפלאמא'ס און פארשטייען צו דאקטעריי פונקט וויפיל מיין באבע. אן דהע אדהער הענד. איז דא דאקטוירים וועלכע האבן נישט אפילו איינס און זענען גרויסע מומחים. אין בארא פארק איז געוועין מיט יארן צוריק א מענטש וועלכער האט זיך גערופן "דר." ראם. ער איז געווען זיייער א גוטער דאקטער. דער מענטש איז קיינמאל אין מעדיקל סקול נישט געגאנגען. ער האט געהאט אן איינציגן סערטיפיקעיט וואס איז געהאנגען אין זיין פרייוועט אפיס. פון די יו. עס. ארמי,ביי די צווייטע וועלט מלחמה.ר'איז געווען א "מעדיק." אבער ער האט איינגעפאקט א סאך דאקטוירים מיט זייערע דיפלאמאס. .
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער מיר איז מער ניחא צו פארנעמען די מלאכים טאנץ מוצאי און נישט מוותר זיין אויף די פיינע קריספי ווייסע חלה, ווער דארף האלוויט און ספעלט..........
שוין לאנג געהאלטען אז ווען מען זאל ווען געבען די אפשען פון אדער פאסטען תשעה באב אדער עסען נאר ספעלט און האלוויט גאנץ תשעה באב, וואלט איך געבליבען ביים אפשען פון פאסטען
בנוגע הגה"צ מגיד מישירים ר' הערשל מייזעלס, די טיטלען פארדינט ער ריכטיג! א געוואלדיגער רעדנער און א תלמיד חכם, א שיינער מחדש,
איך האב עם שוין שיינע פאר מאל געהערט רעדען, און דער איז מעכטיג
איך האב געהערט אמאל פון א בעל דרשן, אז א רב האט אמאל גערעדט ביי א דינער נאכדעם וואס זיין זיידע דער וויצענער רב האט גערעדט, און ווי באקאנט זענען די גאנצע מייזעלס פאמיליע ריזיגע רעדנערס, האט ער געזאגט "חטה אחת פוטרת את הכרי" קען זיין א כרי פון רעדנערס, אבער ווען עס קומעט איין "ווייצ'ענער רב" מאכט ער אוועק יעדעם מיט זיין כח הדרוש
זיינע אייניקלעך רובם ככולם האבען דאס געיארשענט, לדעתי ווען ר' הערשל בלייבט ווען אין די פעלד פון דרוש וואלט ער געווען אסאך גערסער און די דור וואלט סאך מער געהאט פון וואס צו הנאה האבען
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
סתם איך גלייך סינערדזשי
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
נמנו וגמרו די ריכטיגע סדר פון סעודות שבת
אין אישי האבען מיר געהאט די זכי' צו דארעך שמיסען מיט גאר קליגע אידעלעך וועגען א ריכטיגע סדר פון שבת מאכלים
1) נישט זיין "צי" הונגעריג פאר די סעודה פרייטיג צונאכטס
2) נישט זיין "צי" זאט,
3) עסען מיט א חשבון, אז יעדע שטיקעל עסען וואס גייט אריין, גייט אויך דארפען.... און אז עס איז שווער "אריין" איז עס כפל שווער ביי די וועג .... אין דעם גייט אריין די כלל אז שארפע זאכען גייען זיין א שווערע סוגיא
4) עסען שטאאט! נישט יאגען די סעודה (אויב שלאפט מען ערב שבת אפילו 10 מיניט איז עס א גוטע זאך, און אויב ביסטי צו מיעד און די האסט נישט קיין צייט צו שלאפען ערש"ק, איז א גיטע עצה צו גיין שלאפען פאר 20 מינוט בערך נאכען אהיים קומען פון קבלת שבת, און פירען די סעודה מיט א רוהיגקייט און אויסגערוטקייט, סתם א גוטע עצה פאר שלום בית און חינוך הילדים) אויב איז מען אויסגערוהט דעמאלס עסט מען רוהיגער, געדענק "כבולעו כך פלטו", רוהיג אריין איז רוהיג....
5) ווערסט שנעל זאט? נישט קיין שום מצוה זיך צי "אנעסען" ווי א פרעסער, ווייסטי אז אויב קימסטי צו די פלייש קענסטי נישט עסען מער, עס ווייניגער פלייש, אפילו א הארעלע פלייש, אדער שפאר די עסען ביים אנהייב סעודה
6) שבת צופרי, עס פארען דאווענען א לעבען אדער א טשיז קעיק, אבער נישט קיין סאך!
7) זעה צו דאווענען אביסל פרי... און נישט ענדיגען צו שפעט
8) נישט עסען קיין "קידוש" כש"כ די ווינטער שבתים, די קידישים זענען קיללערס" און אויב האט מען טועם געווען פארען דאווענען איז מען בדר"כ אין א מצב פון קענען ביישטיין די נסיון פון קידוש
9) נישט עסען אסאך דיפס מיט קנאבל
10) נישט עסען מער ווי איין לעפל אייער מיט צוויבל, צוויבל מיט שמן איז עסיד פעמיים באהבה, וועלכע מאכט אלעס איין שטיק כאאס
11) נישט גיין חלילה שלאפען נאך די סעודה, דאס איז א קיללער! גיי שפאצירען פאר עטליסט 20 מינוט און נאכדעם אויב איז נאך דא צייט קענסטי כאפען א דרים-קודש
12) נישט קיין מצוה צו עסען אסאך ביי שאשלעשידעס
13) עס דיר נישט אן מיט פיצא אין פרענדש רייס אויף א שבת'דיגע קישקע, אויב עסטי מלוהמאלכע עס רוהיגע עסען, מעש-פעטעטא איז זייער ראטזאם
14) טרינקען קאווע, אבער נישט קיין שטארקע קאווע
15) א קאפיטל תהילים
נרצה אויב וועסטו טוען אלעס וואס דא שטייט, וועטסי זיין באוויליגט מיט א רוהיגע קישקע און רוהיגע מלאכים, זיי וועלען מער נישט זיין הייפערעקטיוו!

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
עס איז דא נאך איין וויכטיגע פונקט וואס שטייט שוין פון פריערדיגע און עד היום הזה ווערט עס איבערגע'חזר'ט ביי די יודעי דבר, און דאס קען פארמינערן בויך ווייטאג און גאז און העלפן בעסער פארדייען: טרינקט נישט אינמיטן עסן!! בפרט נישט קיין וואסער אדער סעלצער!
קענסט טרינקען א טראפעלע בראנפן פאר לחיים נאך די פיש; אויב ממש דו שטיקסט זיך טרינק נאר כדי טעימה בעלמא אראפצושטיקן דעם עקשן; ערשט א 10-15 מינוט נאכן ענדיגן עסן קען מען טרינקען. עס מאכט א ריזיגע חילוק! באדעק אימניאוסע.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:ביי אונז האט מען זיך נישט אזוי נוהג געווען צו עסן טשיז קעיק פארן דאווענען. אבער אז דו זאגסט נרצה עמער בעהטן די שטוב זז"ג זאל גיין באקן איינס לכבוד שבת. וועלכע טשיז איז רעקאמענדירט? פארמער אדער קריעם?
וואס ווייעכער, וואס ווייניגער געפאטקשעט, גרינג צו פארדייען איז דאך די מטרה דא,
אך שמעקעדיג, איך וויל שטיין נעבן דיר ביי נשמת, אוי גייט דאס זיין עפעס שלא מעלמא הדין, דיינע פיסלעך וועלן שטיין אין פאדעל פון טרערען, און אלעס בזכות דעם טשיז קעיק פארען דאווענען
גראדע קומט מיר אין זכרון ווען איך האב געגעסען ביי הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער אין ירושלים עיה"ק האט ער מיר געזאגט אז אין בעלז האט מען געגעסן שבת צופרי פארען דאווענען, מילא א מקור איז אויך דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז דא נאך איין וויכטיגע פונקט וואס שטייט שוין פון פריערדיגע און עד היום הזה ווערט עס איבערגע'חזר'ט ביי די יודעי דבר, און דאס קען פארמינערן בויך ווייטאג און גאז און העלפן בעסער פארדייען: טרינקט נישט אינמיטן עסן!! בפרט נישט קיין וואסער אדער סעלצער!
קענסט טרינקען א טראפעלע בראנפן פאר לחיים נאך די פיש; אויב ממש דו שטיקסט זיך טרינק נאר כדי טעימה בעלמא אראפצושטיקן דעם עקשן; ערשט א 10-15 מינוט נאכן ענדיגן עסן קען מען טרינקען. עס מאכט א ריזיגע חילוק! באדעק אימניאוסע.
קיינמאל נישט געהערט דערפון, חידוש עצום
האסט א מקור?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טיטאניק האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז דא נאך איין וויכטיגע פונקט וואס שטייט שוין פון פריערדיגע און עד היום הזה ווערט עס איבערגע'חזר'ט ביי די יודעי דבר, און דאס קען פארמינערן בויך ווייטאג און גאז און העלפן בעסער פארדייען: טרינקט נישט אינמיטן עסן!! בפרט נישט קיין וואסער אדער סעלצער!
קענסט טרינקען א טראפעלע בראנפן פאר לחיים נאך די פיש; אויב ממש דו שטיקסט זיך טרינק נאר כדי טעימה בעלמא אראפצושטיקן דעם עקשן; ערשט א 10-15 מינוט נאכן ענדיגן עסן קען מען טרינקען. עס מאכט א ריזיגע חילוק! באדעק אימניאוסע.
קיינמאל נישט געהערט דערפון, חידוש עצום
האסט א מקור?
איך ווייס פארקערט. די גמרא זאגט "מאן דאכל ולא שתי, זו תחילת חולי מעיים".
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך האב עס שוין געהערט אפאר מאל. אבער לעצטע יאר איז ערשינען א געזונטהייט בוכל מיט אלע געזונטהייט כללים פארן היינטיגן דור ע"פ חז"ל און רמב"ם און היינטיגע דאקטוירים און נוטרישוניסטס, און דארט האט ער געווידמעט איינס צי מערערע בלעטער אויף די נקודה.
איך האב עס אליינס פרובירט ונושעתי.
בערל. שתה מוז נישט זיין אינמיטן עסן. און עס מוז נישט זיין וואסער.
איך האב עס אליינס פרובירט ונושעתי.
בערל. שתה מוז נישט זיין אינמיטן עסן. און עס מוז נישט זיין וואסער.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
אודאי אזוי, אכל ולא שתה האט דאך שער גוף נישט די נויטיגע פליסיגקייטן צו העלפן פארדייען די עסן. אבער אודאי איז שמעקעדיג גערעכט אז דאס מוז נישט זיין דוקא אינמיטן עסן, פארקערט, דער רמב"ם ובעקבותיו דער קיצור שו"ע שרייבן דוקא מען זאל נישט טרינקען (קיין וויין - לויט איין גירסא, אדער אפשר איז דאס די הוספה פונעם קוצושו"ע, איז ה"ה אנדערע משקאות) אינמיטן עסן. איך קען זיך נישט דערמאנען, אפשר גאר שטייט שוין דאס אין די גמרא (הגם דאס איז קלאר מבואר אין די גמרא ברכות אז במציאות פלעגן מענטשן טון פארקערט - יא טרינקען וויין אינמיטן די סעודה).
דאקטוירים ראטן באמת צו ווארטן צוויי שעה נאך א מאלצייט צו טרינקען. ווער עס קען זיי פאלגן, כל הכבוד. אבער פארגעסט פון שפירן דעם טעם אינעם גלעזל ביר צוויי שעה נאכן טשאלענט
דאקטוירים ראטן באמת צו ווארטן צוויי שעה נאך א מאלצייט צו טרינקען. ווער עס קען זיי פאלגן, כל הכבוד. אבער פארגעסט פון שפירן דעם טעם אינעם גלעזל ביר צוויי שעה נאכן טשאלענט
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
רחמנות? ווער האט צוגעכאפט אלע קעיק ביי קידוש צופרי? שעמען זאלן זיי זיך!!!
viewtopic.php?p=62149#p62149
viewtopic.php?p=62149#p62149
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 817
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
דעס האב איך באקומען עשרה בטבת פאריגע וואך פרייטאג פין א הונגעריגן יוד
די צוויי שיינע גרויסע בארכעס גייען אי"ה אריינגיין אין אויוון אויף 350 דעגרי פופצן מינוט בעפארן זמן הדלקת הנירות אין דער אויוון גייט פארלאשן ווערן פופצן מינוט נאכן זמן, קיין סעקונדע נישט פריער,
די חלות בלייבן אין אויוון ביז קידוש,
עס קומט א קנאקעדיגע שלום עליכם נאכגעפאלגט מיט א הילכיגן שמעק בשמים וואס אלע מלאכי חבלה וועלן זיך דערפון דערשרעקן.
אוי גייט מען נאכדעם מקדש זיין על היין מיט א גרויסן בעכער האלב פול מיט קאנקארד גרעיפ אין האלב פול מיט פריזינג גרעיפ דזשוס וואס איז שוין אביסל סלאש,
די חלות די וואך גייט מען אויפשניידן אין די לענג אנשטאט אין די ברייט אלץ א זכר צו הילל הזקן וואסיז געליגן אויפן בוידעם פון שמאיע ואבטליון,
דערנאך קומט אריין די פיש, א גרויס וויידל סעלמאן פיש מיט צוויי גאנץ דיקע רביש'ע סלייסעס געפילטע, באצוקערט מיט פיינע געגליווערטע קאטשעניו אין וואס די קריספי ווארימע חלה גייט בקרוב אריינשטעקן אירע נעגל,
צו די פיש קומט צו א טוץ מיט דיפס,
אכטונג: מ'דארף אבאכט געבן וועלכע דיפס מ'נעמט כדי דאס מאגן זאל נישט ווערן איבערגעפולט פאר די צייט,
די דיפס גייען זיין ווי פאלגענד,
טאמעיטא דיפ
גריללד באבאגאנוש
חרייאנעיז
אליוו דיפ
אראבישע תחינה
דזשעלאפינאו
טאמער איינער גייט מיך דא נאכמאכן וויל איך בעטן צו ניצן דעם קאפ אין נישט די פיס, מ'דארף קענען בוחן זיין וועלכע דיפ מ'נוצט צו די פיש אין וועלכע מ'טינקט עקסטער, ווי אויך פאר וועלכן דיפ עס איז כדי אוועקצולייגן דעם חלק הראפאגאש שבחלה,
נאך די פיש: קומט א פולער ברוינפן גלעזל פון וואדפארד רעזערוו (רום טעמפעטשער!) ווי מ'וועט אי"ה וואונטשן לחיים לכל הנאספים,
דער זופ גייט מיר די וואך מוחל זיין אז כ'גיי נישט עסן מער ווי צוויי לעפל טאפס,
ספעיר ריבס פאר די פלייש מיט א פעין שטיקל פאטעיטא קוגל וואס וועט אי"ה געגעסן ווערן מיט גרויס התלהבות,
דערנאך וועט אריינקומען די דעזערט מיט א פריזינג פלעשל קאראונע ביר,
נאכ בענטשן וועט אי"ה זיין וויעניז קראנטש, פאפ קארן, פיסטוקעס, קעשוס, מארשמעלאוס מיט אודך פריזינג ביר,
פיפל, פליז טריי דיס,
נישט פארגעסן אזויווי כ'האב שוין אמאל דערמאנט,
פאר די סעודה עפנט מען דעם קנעפל ביים האלז, די קנעפלעך פון די ערמל אין מ'עפנט דעם פאסיק, בדוק ומנוסה!!
מאצעשאבעס עמער הערן ווער ס'האט מיר געקאפיעט