פאעזיע פון קטלא קניא

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

שליחה דורך ידען »

Ok
געטראפן

דאס שרייבט ער


גם אני הק' מצטרף לקריאת יודע מחשבות הנ"ל כי כביר ונאור הם החבורה של יריאים הלזו ולמצוה גדולה תחשב להיות נמנה לדבר מצוה וכמו שאמר נעים זמירות ישראל חבר אני לכל אשר יראוך ועליהם אמר הכתוב ויקשב ה' וישמע ויכתב בספר זכררון ומחמת ענותנותם קראו עצמם קאוו"ע שטיב"ל כדי לערבב השטן והמקטריגים והמשטינים למיניהם בכדי שיעברו על כפות המנעול ויסתובבו בשווקים וישוטטו בחדרי חדרים אבל אל המקדש לא יבואו לחלל השיחת חולין של ת"ח בשיחת ילדים ובתי כנסיות של עמי הארצות וכל מי שאין תוכו כברו אל יכנס.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

שליחה דורך בן תמליון »

בלויז צוצולייגן מיינע צוויי פרוטות, ג"א מצטרף צו משבח זיין הגדול קטלא קניא פאר זיינע געוואלדיקע ווערק במשך די אלע יארן. אילו זכינו וואלטן מיר איהם געזעצט אויפן פעדאסטאל געוויזן מיטן פינגער דין הוא שברנא ליה בשביין.
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

איך זיץ מיר דאָ ביים שרייב מאַשינדל, אין הויז איז שטיל, דער עולם האָט זיך שוין געלייגט, אין נאָז גייט מיר אויף דער געשמאַקער ריח פון די שבתדיקע מאכלים וואָס מען האָט מיר געבעטן נישט פאַרגעסן אַראָפּדרייען/פאַרלעשן/צודעקן/אַריינלייגן אין פריזידער. אינדערויסן איז אַ קעלט, מאָרגן איז דער אתחלתא דפרענותא פון עשרה בטבת און איך זיץ מיר דאָ ביים שרייב מאַשינדל און פאַרזיך אויסקלאַפּן ווערטער זאָלן רעדן צו מיר אַליין.
דער עולם פרעגט זה קטלא האיש לא ידענו מה היה לו, ער האָט אַמאָל געשריבן אָבער עס האָט אים אָנגעכאַפּט אַ שטומעניש. נאָך אַ קורבן פון אַ געזעלשאַפט וווּ אַז מען קומט שוין יאָ אַרויס לאוויר העולם, וויינט מען זיך אויס די לונגען, אַ בדוחקדיקן קייכל מיט אַ בדיעבדיקן שמייכל און מען פגרט אָפּ. אַ נפל וואָס, ווי קהלת זאָגט, קומט אין נאַרישקייט, גייט אין פינצטער, האָט קיין זון נישט געזען און פון קיין נחת נישט געוווּסט.
זייט וויסן אַז קטלא לעבט, קטלא ברענט און קטלא פלאַקערט. נאָר וואָס דען, קטלא איז אויך פויל, קטלא דאַרף ציען חיונה, דאַרף צאָלן שכר למדות, דאַרף זיין אַ מאַן און אַ פאָטער, פון מאָל צו מאָל ווערט ער פאַרפּלאָנטערט, און דערווייל געדאַנקן און מחשבות פליען ביי, פון טעג ווערן חודשים און יאָרן און קיין וואָרט ווערט נישט געשאַפן. פון צייט צו צייט כאַפּט זיך אָבער דער קאָטער אַריין, דער מאָס פליסט איבער ביז עס ווערן דברים שאין להם שיעור און אין אַזאַ פאַל האָט אַ בר־נש נישט קיין ברירה נאָר אָפּצוזאָגן זיינס. וואָס איז דען דער סך הכּל פון אַ לעבן אויסער דאָס וואָס איז אָפּגעשריבן, און וואָס טויג זיך דאָ צו דרייען אויפן עולם התוהו אַז ניטאַמאָל קען מען זאָגן וואָס שווימט זיך אין מוח?
מיר ענדיקן אַצינד די סדרות פון יוסף הצדיק, אַ יונג וואָס האָט זיך געלאָזט חלומען, דער נער האָט דערציילט זיינע חלומות פאַר זיינע ברידער און האָט ביטער באַצאָלט. גלייבט נישט די אַלע מעשות פון ווערן אַ מלך אין מצרים, דאָס זענען די דברים בטלים פונעם חלום. דער איינציקסטער אמת איז אַז דער וואָס וואַגט זיך צו חלומען וועט מען פאַרקויפן, פאַרציקן, באַשולדיקן, איינשפּאַרן און פון אַלעס וועט בלייבן אַ וינס ויצא החוצה. גאָרנישט מער.
און אַז פאַר יוספן איז יאָ געלונגן איז דערפאַר ווייל ער האָט געהאַט דער שכל צו חלומען ווען בן שבע עשרה שנה והוא נער. אַז איר זענט עטוואָס עלטער איז לייגט אייך בעסער נישט שלאָפן ווייל עס קען זיך אייך חלילה חלומען. פון זונען און לבנות און שטערן, אפשר. פון אַ שוואַרצער, קאַלטער, פאַרנעפּלטער נאַכט זיכער. און אַז איר וועט דערציילן פאַר איירע ברודער און פריינד וועט פון אייך בלייבן אַ חיה רעה אכלתהו. קויפט אייך נישט אַ כּתונת פּסים ווייל עס וועט אייך אַריינפירן אין גריב. איר מעגט שפּעטן המה וחמוריהם אָבער פון אייך וועט בלייבן טרוף טורף יוסף.
און אָט דאָ זיץ איך מיר. די קינדער וואַקסן אונטער, די חבירים טון שידוכים, זייערע קינדער גיין אין ישיבות און סעמינאַרן און מיך אינטערסירט עס אַלץ אין דער לינקע פאה. איך קען אויסוואַרטן זיך צוקושן מיט מחותנים, איך בין מוותר אויף דער נחת פון שלום זכרס און קידושים יעדער פינפטער וואָך און פאַר מיר איז דאָ נאָך אַ תכלית צום לעבן אויסער פירן די קינדער אונטער דער חופה. איך שפּיר אַן אחריות צו מיינע קינדער נישט ווייניקער ווי אַ צווייטער און טאַקע פאַרדעם מעג איך און עס ליגט אויף מיר אַ פליכט פאַר זיי אויפצומאַכן אַ פענצטער צו דער וועלט. אַז אַנדערע האָבן אַ רעכט אַרויפצולייגן זייערע קינדער אויפן ים פון לעבן נישט נאָר אָן זיי אויסצולערנען צו שווימען נאָר אויך אָנגעלאָדנט מיט שטיינער מעג איך צום מינדערסטן אָנזאָגן מיינע קינדער, געט אובאַכט איר זאָלט אייך נישט דערטרענקן. און אַז דאָס וועט זיי געבן אַ פּחד און זיי חס וחלילה קאָנפיוזן זאָג איך יוסיף דעת יוסיף מכאוב.
קיין מענטש איז אַן אינזעל, האָט געזאָגט דער משורר, און דער עבד עברי זאָגט אהבתי את אדוני את אשתי ואת בני לא אצא חפשי. מיינע קינדער זענען יונג און זיי וועלן זיך מוזן אַן עצה געבן. דער וועלט איז גרויס, דער וועלט איז ברייט און עס איז דאָ פּלאַץ פאַר יעדן. וואָס טוט מען אָבער מיט דער אשת נעורים, אהבת כלולותי? מיט איר האָב איך חתונה געהאַט מיט קוים אַ האָר צום גאָמבע, זיך ענטוויקלט אונטער איר פליגל, זיך אויסגעבילדערט ווען זי האָט געאַרבעט, געשלאָפן ווען זי איז אויפגעשטאַנען צו די קינדער, געשריבן ווען זי האָט געקאָכט. זי האָט מיך געפיטערט, געשטיצט, געוואַרעמט דער בעט, אויפגעלאָכטן דער שטוב, ערצויגן אונזערע קינדער און שווער אינוועסטירט אין אונזער געביידע. טאָ, פאַרוואָס מוז זי צאָלן דער פּרייז ווייל איך גלייך נישט וואָס געפונט זיך אויפן מעניו? ווי קען איך חרוב מאַכן אַ בנין אַז דער דאַך זאָל איינפאַלן אויף איר קאָפּ?
איך בין דאָך אָבער אויך אַ מענטש און קיינעמס אַ קנעכט. עס גלוסטן זיך מיר נישט פון דאָ צו אַנטלויפן טאַקע ווייל אַ דאַנק מיין אשת חיל קען איך גיין און קומען ווי עס וווּנטשט זיך מיר. איך קען באַשטיין צו בלייבן דאָ ווי און וווּ איך געפון מיך, איך בעט נאָר צו מעגן זאָגן און שרייבן לויט מיין באַגער. במסתרים תבכה נפשי אָבער אין דער אָפן לאָמיך דונערן און בליצן. מיינער ווערטער האָבן מיט קיינעם נישט חתונה געהאַט און זענען פריי און מותרים לכל אדם איז סאַראַ רעכט איז דאָ מיר צו זאָגן דאָס טויג נישט, דאָס פּאַסט נישט, דאָס קען מען נישט און דאָס טאָר מען נישט?
מורי ורבותי, מען קען און טאָר אַלעס. איך בין פאַרפליכטעט אָבער מיין זעל קען מען נישט איינקייטלן. קיין איינער נישט און קיין מאָל נישט. און דאָך זאָגן זיך די ווערטער מיט אַ ווידערקול פון דער קלאַנג פון מעטאַל. מען שיקט די קינדער אין שולעס און דערנאָך ווילן זיי אַהין און פאַרלאַנגן אַהער. מיר לעבן אין אַ געמיינדע צאַמגעהאַלטן דורך פּחד און בושה, בושה וואָס וועט מען זאָגן און פּחד וווּ אַהין וועט מען אָנקומען. איך בין מוחל די בושות אָבער דער פּחד ברענט. וווּ אַהין פיר איך מיר אַליין און מיינע אַרומיקע? וואָס וועט פּאַסירן מיט אַנדערע? טאָר מען מאבד זיין בידים וואָס אַ צווייטער האָט געבויט מיט שווייס און בלוט?
איך האָב נישט קיין ענטפער און איך ערוואַרט נישט קיין עצות. גלייבט מיר נאָר אַז איך בין דאָ, אַז איך אָטעם און אַז איך לעב. און וווּ עס איז דאָ לעבן איז דאָ פּיין, איז דאָ צער, איז דאָ ספיקות און איז דאָ סכנות. מיינע קינדער וועלן מוזן ירשנען מיינע ספיקות און איך האָף זיי וועלן מיר מוחל זיין אַז מער האָב איך זיי נישט געקענט געבן. עס פאָרכט מיר צו טראַכטן וואָס נאָך מען וועט מיר מוזן, אָדער נישט קענען, מוחל זיין.
אויף דערווייל לאָמיך גיין מסדר זיין די מאכלים. מאָרגן וועט מען פאַסטן אָבער דערנאָך וועט מען עסן. וואָס וועט זיין שפּעטער ווייס איך נישט.
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

קטלא קניא אין טוויטטער

אזא שטיקל מצוה עלינו לקרות עד שיבואו התלמידים ויאמרו: רבותינו הגיע זמן אייך פטור צו ווערן ויתגלה דעם גאלדענעם שרייבער viewtopic.php?f=24&t=5376
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

[tag]a1b2[/tag] פון ווי קומט די מייסטער ווערק וואס די האסט ארויף געלייגט?

האט איינער באמערקט אז קטלא'ניו האט געטוישט די קעפל פון זיין בלאג?

איך האב מורא ער זיכט א בעקבי (הצאן) [הסוס] ארגענעזאציע, אדער אפשר "פרום און איינגעמיירעט" וועט זיין גוט פאר אים.

איך וואונטש נישט קיינער זאל ח"ו ווערן אט"ד, אבער איין גוטע זאך האף איך וועט ארויס קומען, איך וועל קענען גיין צו זיין בוק-סיינינג און באקומען חתימת יד קדשו, און געבן שלום פאר די האנט, וואס ברענגט מיר אזוי פיל גאונישע ווערק וואס איך באלעק זיך די פינגער פאר די לעצטע דעיקעד.

ר' קטלא איז א גאון אין תורה, ליטעראטור און פאפ-קולטור! אזא נשמה קומט נישט אראפ נאר איינמאל אין א מיליאן יאר.
You must be the change you want to see in the world
פארשפארט