רבותי: נעמטס א טייל אין אויסראטן מיטער טיקעטס ביי כלל ישראל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

רבותי: נעמטס א טייל אין אויסראטן מיטער טיקעטס ביי כלל ישראל

שליחה דורך אליצפן »

איך האב מיך לעצטנס פארגענומען צו טון א זאך, וואס אויב וועט דאס יעדער אנהייבן טון, וועט מען פארשפארן מיליאנען דאלארן מיט פיל עגמ''נ פאר אחינו בנ''י.
ווען איך זעה א פאליציי געט א טיקעט פאר א קאר וואס האט נישט קיין מיטער צעטל, קויף איך גלייך אזא צעטל אינעם נענסטן מאשין וואס איך זעה, און איך שטעל עס אוועק צוזאמען מיטן טיקעט אויפן ווינדשילד. כידוע אויב האט מען א צעטל וואס איז געקויפט געווארן אין דער פינף מינוט פון די צייט אויפן טיקעט, ווערט דער טיקעט אוטאמאטיש דיסמיסט.

עס קאסט סך הכל א קוואדער, און עס איז דער גרעסטע מדריגה אין חסד, א ריכטיגער חסד של אמת, ווייל רוב מאל וועט דער געהאלפענע קיינמאל נישט זען אדער וויסן ווער ס'האט אים געהאלפן. און אין איינוועגס פיל איך אז דאס איז מיין פערזענליכע נקמה אין די רשעות'דיגע סיטי וואס האט שוין פארשאפט אזויפיל צער, עגמת נפש און הפסד ממונות פאר מענטשן, וגם אני בתוכם.

אלזא טייערע ידידים, נעמטס א טייל אינעם גרויסן מצוה, און האפענטליך וועלן מיטער טיקעטס בקרוב זיין א זאך פונעם פארגאנגענהייט.
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

... און קוואדערס נעמסטו פון דער פושקע? :lol:
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אליצפון, די פירסט אן אויטא? ווי פלאנסטו צי פארקן ווען די גייסט שאפינג אויף דרייצענטי עוו?
קיינער וועט נישט ריקען די קארס ווייל מווייסט אליצפוןס וועט שוין אריינווארפן א קוואדער.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

נולד מאוחר האט געשריבן:אליצפון, די פירסט אן אויטא? ווי פלאנסטו צי פארקן ווען די גייסט שאפינג אויף דרייצענטי עוו?
קיינער וועט נישט ריקען די קארס ווייל מווייסט אליצפוןס וועט שוין אריינווארפן א קוואדער.

דער גאנצער מעשה איז נאר גוט אויף בדיעבד אויב מ'פארגעסט צו קויפן אדער ס'לויפט אויס וכדו', לכתחילה קען מען זיך דאך נישט פארלאזן אז פונקט וועט א בעל חסד אדער א ק''ש ליינער באמערקן די טיקעט תוך די פינף מינוט.

און בכלל ר' נולד, זענט איר לעצטנס געווען אויף דרייצן שאפינג? מיר זעט נישט אויס אז מיטערס טוט צופיל אויף פאר פארקינג. איך לאז ענדערש מיין קאר אינדערהיים, און כ'רוף א קאר סערוויס, אדער גייט מען צופיס.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

שפתים ישק האט געשריבן:שפתים קישאקTM! :lol:

ס'טיז א טו וועי סטריט, כ'דארף נישט מער ווי איין מאל זאל מיך איינער ראטעווען פון א טיקעט דורך דעם, און כ'וועל האבן גענוג קוואדערס צו לייגן פאר זעקס חדשים.
און בכלל קומט מיר נישט אויס אסאך עס צו טון. נישט מער ווי עטליכער מאל א וואך.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איינער האט שוין געמאכט די גמ''ח www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=5083
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

מיין עצה איז פיל פשוט'ער. זעהסט א טיקעט? לויף קויף א צעטל לייג עס אויפן ווינדשילד, און געגאנגען ווייטער.
נישט קיין קיין גמח'ים, קיין געשעפטן, ווי אויך איז נישטא קיין באשמוצענדע ניו יארק פאסט ארטיקל דערוועגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אליצפן האט געשריבן:
שפתים ישק האט געשריבן:שפתים קישאקTM! :lol:

ס'טיז א טו וועי סטריט, כ'דארף נישט מער ווי איין מאל זאל מיך איינער ראטעווען פון א טיקעט דורך דעם, און כ'וועל האבן גענוג קוואדערס צו לייגן פאר זעקס חדשים.
און בכלל קומט מיר נישט אויס אסאך עס צו טון. נישט מער ווי עטליכער מאל א וואך.

ייש"כ. אליצפן: איז ווען איך זעה א איד מיט א הדרת פנים און א טורבאן (א קלייד אויכעט?) וועל איך וויסן אז ס'איז אדער הרב אמנון יצחק. אדער הרב אליצפן פון קאווע שטיבל. :lol: :o
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

יא יא, קענסט מיך טרעפן יעדן טאג אויף דרייצן, אריינלייגן קוואדערס, און צעטלעך אויף קארס.. :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אליצפן האט געשריבן:יא יא, קענסט מיך טרעפן יעדן טאג אויף דרייצן, אריינלייגן קוואדערס, און צעטלעך אויף קארס.. :lol:

גוט, א ייש"כ. ערנסט גערעדט. תזכה למצוות. ווייל איך ווייס דעם פילינג ווען מ' באקומט א טיקעט פון די ציגיינערס.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

כידוע אויב האט מען א צעטל וואס איז געקויפט געווארן אין דער פינף מינוט פון די צייט אויפן טיקעט, ווערט דער טיקעט אוטאמאטיש דיסמיסט.


עס געשעהט נישט אוטימאטיש, מען דארף נאך אלץ אריין שיקען וכו'.

און פארגעס נישט, טוה עס נאר צו דער אדעסי, ווייל אויב נישט איז א חשש פין מהנה זיין א גוי.......
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך מיין ס'נישט לעגאל צו פיטערן די מיטער פון א צווייטנס קאר,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

געטראפן, ס'אויסדריקלעך אומלעגאלן צו פיטערן א צווייטענס קאר'ס מיטער, פארוואס? ליינט:

1. the meter is intended to provide a limit to how long you can park there; feeding someone else's meter defeats the purpose of letting the meter run out to indicate overtime parking;
2. expired meters result in fines that are much higher than the ordinary parking fees; preventing the meter from expiring is an attempt to thwart law (code) enforcement's "official business";
3. the meter with money in it is an indication of a contract with the driver who parked there; a third party feeding the meter is interfering with the contract, creating third-party liability.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

זייער שיין אליצפן, אזוי ווי דו זאגסט ריכטיגע חסד של אמת, אונז אלץ קינדער פלעגען אריינשטיפען צעטלעך כדי צוצוברעכן דעם מיטער.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

איחוד פעלד האט געשריבן:
כידוע אויב האט מען א צעטל וואס איז געקויפט געווארן אין דער פינף מינוט פון די צייט אויפן טיקעט, ווערט דער טיקעט אוטאמאטיש דיסמיסט.


עס געשעהט נישט אוטימאטיש, מען דארף נאך אלץ אריין שיקען וכו'.

און פארגעס נישט, טוה עס נאר צו דער אדעסי, ווייל אויב נישט איז א חשש פין מהנה זיין א גוי.......

מ'נעמט דער טיקעט צוזאמען מיטן צעטל, און אויפן פלאץ ווארפט מען עס אריין אינעם נענסטן פאסט קעסטל וזהו.
איך האב נישט אזוי מורא צו מהנה זיין א גוי..
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

גאלד האט געשריבן:איך מיין ס'נישט לעגאל צו פיטערן די מיטער פון א צווייטנס קאר,

אזוי ס'נישט לעגאל? יעצט וועל איך עס הערשט אנהייבן צו טון ביתר שאת וביתר עוז! איך האב עפעס א אוסטערלישער געשמאק צו טון זאכן וואס זענען אומלעגאל..
ולגוף הענין דארף מען נישט מורא האבן, מ'קען אייביג טענה'ן אז דער דרייווער האט מיך געשיקט אריינלייגן דער קוואדער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד: איך וויל : פארשטיין פשט אין די לעצטע שורה פון דיין תגובה."און טוה עס נאר צו די אדיסי, ווייל אז נישט איז א חשש פון מהנה זיין א גוי". מסתמא מיינסטו צו זאגן אז מ'זאל נאר ארויפלייגן דעם פארקינג רעסיט אויף א אדיססי, ווייל ס'איז מוחזק צו זיין א אידישע קאר. דאס איז נישט קיין כלל. איך זעה פלענטי גוים דרייוון אדיסי'ס. דאס איז אויכעט נאר אויב איינער איז זייער שטארק מחמיר אין "לא תחנם", אז ס'גייט אן נישט אין ארץ ישראל און בזמן הזה. :roll: :o
פארשפארט