רבותי: נעמטס א טייל אין אויסראטן מיטער טיקעטס ביי כלל ישראל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 435 מאל

רבותי: נעמטס א טייל אין אויסראטן מיטער טיקעטס ביי כלל ישראל

שליחה דורך אליצפן »

איך האב מיך לעצטנס פארגענומען צו טון א זאך, וואס אויב וועט דאס יעדער אנהייבן טון, וועט מען פארשפארן מיליאנען דאלארן מיט פיל עגמ''נ פאר אחינו בנ''י.
ווען איך זעה א פאליציי געט א טיקעט פאר א קאר וואס האט נישט קיין מיטער צעטל, קויף איך גלייך אזא צעטל אינעם נענסטן מאשין וואס איך זעה, און איך שטעל עס אוועק צוזאמען מיטן טיקעט אויפן ווינדשילד. כידוע אויב האט מען א צעטל וואס איז געקויפט געווארן אין דער פינף מינוט פון די צייט אויפן טיקעט, ווערט דער טיקעט אוטאמאטיש דיסמיסט.

עס קאסט סך הכל א קוואדער, און עס איז דער גרעסטע מדריגה אין חסד, א ריכטיגער חסד של אמת, ווייל רוב מאל וועט דער געהאלפענע קיינמאל נישט זען אדער וויסן ווער ס'האט אים געהאלפן. און אין איינוועגס פיל איך אז דאס איז מיין פערזענליכע נקמה אין די רשעות'דיגע סיטי וואס האט שוין פארשאפט אזויפיל צער, עגמת נפש און הפסד ממונות פאר מענטשן, וגם אני בתוכם.

אלזא טייערע ידידים, נעמטס א טייל אינעם גרויסן מצוה, און האפענטליך וועלן מיטער טיקעטס בקרוב זיין א זאך פונעם פארגאנגענהייט.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר