פעטיציע קעגען די סדר פון שבת'דיגע מאכלים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

רחמנות? ווער האט צוגעכאפט אלע קעיק ביי קידוש צופרי? שעמען זאלן זיי זיך!!!

viewtopic.php?p=62149#p62149
וירח ה' את ריח הניחוח
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

דעס האב איך באקומען עשרה בטבת פאריגע וואך פרייטאג פין א הונגעריגן יוד

די צוויי שיינע גרויסע בארכעס גייען אי"ה אריינגיין אין אויוון אויף 350 דעגרי פופצן מינוט בעפארן זמן הדלקת הנירות אין דער אויוון גייט פארלאשן ווערן פופצן מינוט נאכן זמן, קיין סעקונדע נישט פריער,

די חלות בלייבן אין אויוון ביז קידוש,

עס קומט א קנאקעדיגע שלום עליכם נאכגעפאלגט מיט א הילכיגן שמעק בשמים וואס אלע מלאכי חבלה וועלן זיך דערפון דערשרעקן.

אוי גייט מען נאכדעם מקדש זיין על היין מיט א גרויסן בעכער האלב פול מיט קאנקארד גרעיפ אין האלב פול מיט פריזינג גרעיפ דזשוס וואס איז שוין אביסל סלאש,

די חלות די וואך גייט מען אויפשניידן אין די לענג אנשטאט אין די ברייט אלץ א זכר צו הילל הזקן וואסיז געליגן אויפן בוידעם פון שמאיע ואבטליון,

דערנאך קומט אריין די פיש, א גרויס וויידל סעלמאן פיש מיט צוויי גאנץ דיקע רביש'ע סלייסעס געפילטע, באצוקערט מיט פיינע געגליווערטע קאטשעניו אין וואס די קריספי ווארימע חלה גייט בקרוב אריינשטעקן אירע נעגל,
צו די פיש קומט צו א טוץ מיט דיפס,
אכטונג: מ'דארף אבאכט געבן וועלכע דיפס מ'נעמט כדי דאס מאגן זאל נישט ווערן איבערגעפולט פאר די צייט,
די דיפס גייען זיין ווי פאלגענד,
טאמעיטא דיפ
גריללד באבאגאנוש
חרייאנעיז
אליוו דיפ
אראבישע תחינה
דזשעלאפינאו
טאמער איינער גייט מיך דא נאכמאכן וויל איך בעטן צו ניצן דעם קאפ אין נישט די פיס, מ'דארף קענען בוחן זיין וועלכע דיפ מ'נוצט צו די פיש אין וועלכע מ'טינקט עקסטער, ווי אויך פאר וועלכן דיפ עס איז כדי אוועקצולייגן דעם חלק הראפאגאש שבחלה,



נאך די פיש: קומט א פולער ברוינפן גלעזל פון וואדפארד רעזערוו (רום טעמפעטשער!) ווי מ'וועט אי"ה וואונטשן לחיים לכל הנאספים,

דער זופ גייט מיר די וואך מוחל זיין אז כ'גיי נישט עסן מער ווי צוויי לעפל טאפס,

ספעיר ריבס פאר די פלייש מיט א פעין שטיקל פאטעיטא קוגל וואס וועט אי"ה געגעסן ווערן מיט גרויס התלהבות,

דערנאך וועט אריינקומען די דעזערט מיט א פריזינג פלעשל קאראונע ביר,

נאכ בענטשן וועט אי"ה זיין וויעניז קראנטש, פאפ קארן, פיסטוקעס, קעשוס, מארשמעלאוס מיט אודך פריזינג ביר,

פיפל, פליז טריי דיס,
נישט פארגעסן אזויווי כ'האב שוין אמאל דערמאנט,
פאר די סעודה עפנט מען דעם קנעפל ביים האלז, די קנעפלעך פון די ערמל אין מ'עפנט דעם פאסיק, בדוק ומנוסה!!
מאצעשאבעס עמער הערן ווער ס'האט מיר געקאפיעט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך קען נישט גלייבן אז ער האט עס למעשה באוויזן...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

sefish האט געשריבן:The real culprit is the Challeh! Not any other food! Fulg meer this week do not eat more than one thin slice better yet wholewheat ul see all angels disappear!! Fact!


מבשרי אחזה.
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

ברסלבער האט געשריבן:איך קען נישט גלייבן אז ער האט עס למעשה באוויזן...



שאץ נישט אונטער א הונגעריגע יוד'שע קישקע
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

יא, איך גלייב באמונה שלימה אויב א איד האט זיך אזוי ערנסט געגרייט צו אזא סעודה, אויסגעארבעט א פונקלישער פלאן, און נאכדעם ארים געשיקט צו אלע וואטצעפס, און עס געפאוסט דא מיט קידוש לבנה אותיות, בטוח אני באותו זקן, אז ער האט עס מקיים געווען
אבער איך וויל נאר וויסען צו די מלאכים במצאי מנוחה זענען אויך געווען אזוי מורא'דיג :P
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' זלמן: נאכ'ן ליינען די פיינע סעודה וואס דו האסט אריינגעהאקט לכבוד שבת קודש, בין איך סתם נייגעריג צו די שלאפסט מיט אן אפענעם פענצטער. אה, יעצט דערמאנט. די שכנים וועקן זיך נישט אויף מיט שרעק?! מיינענדיג אז ס'איז אן ערדציטערניש... :lol: :roll: :) :o
atmybest
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 166
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך atmybest »

ס'דא א ניק דא וואס איך גלייב אז ער עסט דאס אלעס יעדער סעודה.
איך וויל נישט פורט בשמו זיין, אבער ער איז ביזי גראבן אין בית שמש.
מראשי הגבאים, וחבר לידיד בית ה' ה'ה מורינו הרב נאר,,פרייליך
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

איך האב ביי מיר אראפגעשריבן אנהייב אשכול עטליכע נקודות. שפעטער האב איך געזעהן אז אנדערע אידן האבן מיר שוין אויסגעכאפט. ס'זאל זיין. דערפאר דארף איך עס איינהאלטן ביי מיר און חלילה באקומען בויך ווייטאג? חס וחלילה! נאט אייך ליבע אידן און האט הנאה!

עטליכע נקודות:
1. מאנכע האבן דא אנגעמערקט אז אמאליגע צייטן האט מען נישט געגעסן אזא געמיש פון מאכלים. דאס איז וואר. די היינטיגע מעניו איז א רעזולטאט פון אונזער קיבוץ גליות. אבער מ'האט פארט געגעסן א גרויסע סעודה, אלעמאל און איבעראל ביי אידן, בכל מקומות מושבותיהם, פילפאכיג מער ווי אינמיטן וואך.
דערפאר זאגט מען בשעת'ן טרינקען ומחבש לעצבותם חמין במוצאי שבת מלוגמא, אז דאס טרינקען זאל זיין לרפואה. וואו קומט דא אריין א רפואה? נאר נאכ'ן עסן אזויפיל, דארף מען טאקע א רפואה.
חז"ל זאגן דאך שוין (סנהדרין קא.): ואמר ר' יהושע בן לוי: כל ימי עני רעים והאיכא שבתות וימים טובים?! - כדשמואל, דאמר שמואל: שינוי וסת תחלת חולי מעיים."
ד.ה. אז מ'עסט אנדערש ווי די געוואוינהייט, הייבט זיך אן די מאגן קרענק!

2. מר. טיטאניק, ווער הייסט דען עסן טשיז-קעיק פאר פרישטאג? קענסט עסן א יוגורט מיט חלה וכדו'. דער פוסק הדור הרב וואזנער פירט זיך אויך אזוי. (געהערט פון זיינע נאענטע)

3. די גאנצע פראבלעם שטאמט פון עסן צו פיל, פון זיך אנעסן ביז ס'שוין נישטא קיין פלאץ אפילו אריינצושטעקן א פינגער אין גארגל. וואו שטייט געשריבן אז די סלייס סעלמאן\ווייספיש\געפילטע, מוז זיין א גאנצע סלייס, רבי'שע סייז? אדער גאר אז מען מוז עסן פון אלע דריי סארט און אז נישט איז מען נישט יוצא? שטייט דען ערגעץ אז די טעלער טשאלנט ברויך זיין איבערגעפולט על גדותיו? טופח ע"מ להטפיח?
אז מען עסט מיט א מאס, מיט א סדר, און לאנגזאם נישט כאפ-לאפ, האט מען נישט קיין פראבלעמען. אזוי שרייבט דאך שוין דער הייליגער רמב"ם (מדע, דעות פרק ד') אז רוב חלאים קומען פון איבערעסן זיך (אכילה גסה) און זיך איינהאלטן פון ארויסגיין.

4. און אוודאי, אזוי ווי עטליכע אידן האבן דא דערמאנט, ברויך מען עסן ווייניגער חלה. האול-ווהיט איז גאר געראטן.

5. טרינק נישט אינמיטן סעודה. אזוי זאגט דער רמב"ם, ומי יבא אחרי המלך? ס'וואר, שווער זיך צוגעוואוינען דערצו, אבער אז מען געוואוינט זיך שוין צו, איז עס לייכט. איבריגס קענסטו אלעמאל אראפשווענקען די פיש מיט אביסל טרוקענע ווייסע וויין, די טשאלענט מיט אביסל טרוקענע רויטע וויין, און גלייב מיר, ס'עט זיך אויך שלאפן בעסער שבת נאכמיטאג. בדוק ומנוסה.
עטליכע אידן האבן דא דערמאנט א שטיקל מחלוקת הפוסקים, אויב טרינקען וויין הייסט יא געטרינקען אדער נישט. איך האב נישט דא ביי מיר יעצט די מקורות, אבער לויט ווי איך געדענק שטייט גאר אז מ'זאל נישט טרינקען קיין וואסער, און אויב מ'טרינקט יא, זאל עס זיין מזוג ביין - צוזאמגיסן מיט וויין. טרינקען וואסער\ביר קען מען אביסל שפעטער "עד שיתחיל להתעכל מזון שבמעיו" דאכט זיך איז דער לשון הרמב"ם.

5. מ'גייט נישט שלאפן באלד נאך די עסן. פארהער די קינדער אדער קוק אריין אין א ספר. (אדער קוק אריין אין א ספר בשעת'ן פארהערן די קינדער...) גיי נישט שלאפן לכל הפחות א האלבע שעה נאכ'ן עסן. גיין שפאצירן נאכ'ן עסן איז אויך נישט אויסגעהאלטן לויט'ן רמב"ם. היינטיגע דאקטורים ערקלערן עס מיט דעם וואס דער מאגן דארף די גאנצע כח וואס ער קען נאר האבן צו פארדייען די עסן, און פיזישע איבונגען נעמען פון אים אוועק די קראפט.

זייט מיר אלע געזונט און שטארק. אבער געדענקט, חלילה נישט מזלזל זיין אין מאכלי שבת קודש!

נ.ב. איך זעה קיינער האט נישט דערמאנט די 'שלום בית קוגל'. אתמהה...
גראמען_סענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:24 pm
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך גראמען_סענטער »

אֱכוֹל מַשְׁמַנִּים שְׁתֵה מַמְתַּקִּים,
כִּי אֵל יִתֵּן לְכָל בּוֹ דְּבֵקִים,
בֶּגֶד לִלְבֹּשׁ לֶחֶם חֻקִּים,
בָּשָׂר וְדָגִים וְכָל מַטְעַמִּים.
יוֹם זֶה מְכֻבַּד מִכָּל יָמִים, כִּי בוֹ שָׁבַת צוּר עוֹלָמִים:

שבת צו זיין בשמחה וצהלה
א סגלה פאר פרנסה וכלכלה

צום געשעפט לויפן
פון אלעם גוטן קויפן

מאכן קידוש אויף א גוטען וויין
עס קען דאך פון דעם נישט בעסער זיין

זיך וואשען אויף חלות א גרויסער
עס קען דאך פון דעם נישט זיין בעסער

עס זאל זיין גרייט ביים טיש
אלע סארט מינע פיש

סעלמאן הערינג און ווייט
אלעס וואס האט און זיך א באליבקייט

נישט פארגעסן דיפס צוגרייטען
טאמעטא חריף און איילבירטן

א גלעזל וואדקע טרינקען
די פיש און פלייש זאלן דיר נישט דערשטיקן

זיך ווינטשען לחיים
דאס זאל אוודאי ווערן מקיים

און אויך אנגיסען
א גלעזל סאדע די זיסען

אלע מינע געטראנקן
וואס עס קומט אויף די געדאנקן

א טעלער זופ און מייערן
און אלעס איך דארך דאס נישט עקלערן

באנדלעך, מאנדלן און טשיף פיס
אונעם זיפ גיב אלעס א גיס

א ווארימען טשולענט
עס שמעקט שוין אלע ווענט

נישט פארגעסן אלע
פונעם פעטען גאלע

קוגל קארטאפעל לאקשען און מעהל
וואס עס קען נאר אריין גיין און זעהל

פלייש פון אלים און פרים
ווי עס פאסט פאר גרויס שרים

לעבער גוט געבראטען
למגדול ועד קטן

קאמפאט פון אלע סארט מינים
ווי עס פארשטייען די גרויסע מבינים

אלעס וואס עס טוט דיר געפעלן
זאל מען ביים טיש שטעלן

עסן וואס דיר געפעלט
א סגולה אויף אסאך געלט

גארנישט זאל מען פארשוינען
די באשעפער וועט דיר באלוינען

טאנצען מיט אלע קינדער
שיינע געזאנגען און לידער

זינגען שיין זמירות
נישט טראכטן פון קיין צרות

זאגן ביים טיש א שיין תורה
ווי עס פאסט פאר קינד פונעם בורא

-----------------------------------------------
געשריבען דורך גראמען סענטער
845 537 1487
גראמען_סענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:24 pm
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך גראמען_סענטער »

געשריבען דורך גראמען סענטער
1487 537 845
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

שלום עליכם גראמעם סענטער, גראם דיך אויס ווי ס'דארף צו זיין, בדרך אגב מ'קען שרייבען נארמאל אויך אהן גראמען. ;)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

.
(- - -)
גראמען_סענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:24 pm
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

אביסעל געטוישט

שליחה דורך גראמען_סענטער »

אביסעל געטוישט
גראמען_סענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:24 pm
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך גראמען_סענטער »

אֱכוֹל מַשְׁמַנִּים שְׁתֵה מַמְתַּקִּים,
כִּי אֵל יִתֵּן לְכָל בּוֹ דְּבֵקִים,
בֶּגֶד לִלְבֹּשׁ לֶחֶם חֻקִּים,
בָּשָׂר וְדָגִים וְכָל מַטְעַמִּים.
יוֹם זֶה מְכֻבַּד מִכָּל יָמִים, כִּי בוֹ שָׁבַת צוּר עוֹלָמִים:

שבת צו זיין בשמחה וצהלה
א סגלה פאר פרנסה וכלכלה

צום געשעפט לויפן
פון אלעם גוטן קויפן

מאכן קידוש אויף א גוטען וויין
עס קען דאך פון דעם נישט בעסער זיין

זיך וואשען אויף חלות די גרעסטער
עס זאל זיין קריספי און פון די בעסטער

עס זאל זיין גרייט ביים טיש
אלע סארט מינע פיש

סעלמאן הערינג און ווייט
אלעס וואס האט און זיך א באליבקייט

נישט פארגעסן דיפס צוגרייטען
איינטונקען פון איינס צום צווייטען

טאמעטא, איילבירטן און דזעלעפינא
ענד וואט עבער יו נאו
(And what ever u know)

די חלה אין קאטשעניא איינטינקען
א גלעזל וואדקע טרינקען

זיך ווינטשען לחיים
דאס זאל אוודאי ווערן מקיים

און אויך אנגיסען
א גלעזל סאדע די זיסען

אלע מינע געטראנקן
וואס עס קומט אויף די געדאנקן

א טעלער זופ און מייערן
און אלעס איך דארך דאס נישט עקלערן

באנדלעך, מאנדלן און טשיף פיס
אונעם זיפ גיב אלעס א גיס

א ווארימען טשולענט
עס שמעקט שוין אלע ווענט

נישט פארגעסן אלע
פונעם פעטען גאלע

קוגל קארטאפעל לאקשען און מעהל
וואס עס קען נאר אריין גיין און זעהל

פלייש פון אלים און פרים
ווי עס פאסט פאר גרויס שרים

לעבער גוט געבראטען
למגדול ועד קטן

קאמפאט פון אלע סארט מינים
ווי עס פארשטייען די גרויסע מבינים

אלעס וואס עס טוט דיר געפעלן
זאל מען ביים טיש שטעלן

עסן וואס דיר געפעלט
א סגולה אויף אסאך געלט

גארנישט זאל מען פארשוינען
די באשעפער וועט דיר באלוינען

טאנצען מיט אלע קינדער
שיינע געזאנגען און לידער

זינגען שיין זמירות
נישט טראכטן פון קיין צרות

זאגן ביים טיש א שיין תורה
ווי עס פאסט פאר קינד פונעם בורא

עס וועט קומען די מלאך די גוטן
דיר וואנטשען אויף אלע מינוטען

די שלעכטע מלאך וועט קומען צו גיין
און בעל כרחך ענטפערן אמן
-----------------------------------------------
געשריבען דורך גראמען סענטער
1487 537 845
845 537 1487
גראמען_סענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:24 pm
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך גראמען_סענטער »

אֱכוֹל מַשְׁמַנִּים שְׁתֵה מַמְתַּקִּים,
כִּי אֵל יִתֵּן לְכָל בּוֹ דְּבֵקִים,
בֶּגֶד לִלְבֹּשׁ לֶחֶם חֻקִּים,
בָּשָׂר וְדָגִים וְכָל מַטְעַמִּים.
יוֹם זֶה מְכֻבַּד מִכָּל יָמִים, כִּי בוֹ שָׁבַת צוּר עוֹלָמִים:
שבת אויסגעבן א שיינע פאר טאלער
א סגלה פאר פרנסה וכלכלה
צום געשעפט לויפן
פון אלעם גוטן קויפן
מאכן קידוש אויף א גוטען וויין
עס קען דאך פון דעם נישט בעסער זיין
זיך וואשען אויף חלות די גרעסטער
עס זאל זיין קריספי און פון די בעסטער
עס זאל זיין גרייט ביים טיש
אלע סארט מינע פיש
סעלמאן פיש הערינג און ווייט
זיסע מייערן צו די זייט
נישט פארגעסן דיפס צוגרייטען
איינטונקען פון איינס צום צווייטען
טאמעטא, איילבירטן און דילל
כרצון איש ואיש וויפיהל מען וויל
די חלה אין קאטשעניא איינטינקען
א גלעזל וואדקע נאכ-טרינקען
זיך ווינטשען לחיים
דער באשעפער זאל נאר זיין מקיים
און אויך אנגיסען
א גלעזל סאדע די זיסען
אלע מינע געטראנקן
וואס עס קומט אויף די געדאנקן
א טעלער זופ און מייערן
צו די זייט פון א פלייש א טייערן
באנדלעך, מאנדלן און טשיק פיס
אונעם זיפ גיב אלעס א גיס
א גוטע טעלער חמין
ספייסי מיט אלע טעמ'ען
נישט פארגעסן אלע
פונעם פעטען גאלע
קוגל קארטאפעל לאקשען און מעהל
וואס עס קען נאר אריין גיין און זעהל
פלייש פון אלים און פרים
ווי עס פאסט פאר גרויס שרים
לעבער גוט געבראטען
למגדול ועד קטן
קאמפאט פון אלע סארט מינים
ווי עס פארשטייען די גרויסע מבינים
אלעס וואס עס טוט דיר געפעלן
זאל מען ביים טיש שטעלן
עסן וואס דיר געפעלט
א סגולה אויף אסאך געלט
גארנישט זאל מען פארשוינען
די באשעפער וועט דיר באלוינען
טאנצען מיט אלע קינדער
לויבן אויף השם'ס וואונדער
זינגען שיין זמירות
ווייל שבת קומט אראפ א בהירות
זאגן ביים טיש א שיין תורה
ווי עס פאסט פאר קינד פונעם בורא
עס וועט קומען די מלאך די גוטן
דיר וואנטשען אויף אלע מינוטען
די שלעכטע מלאך וועט קומען צו גיין
און בעל כרחך ענטפערן אמן
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

בקוצר איין זאך דארפסטו וויסן איידער דו זעצסטיך רוקן

אויב שבת אסאך עסטו
מוצאי"ש יושב'ן דערפאר וועסטו......
גראמען_סענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:24 pm
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך גראמען_סענטער »

א גרויסע שכח פאר אלע הערה'ס
יעדע גוטע זאך איז מען נישט צופרידען די ערשטע מינוט
פרעגט אייער ווייב ווען זי קויפט א חתונה קלייד וויפיל מאל זי איז צוריק געגאנגען צום שניידער אדער ווען איר האט געקויפט אייער חתן שטריימעל

פאר ביליגע גראמען רופט
גראמען סענטער
845 537 1487
גראמען_סענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:24 pm
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך גראמען_סענטער »

גראמען סענטער
1487 537 845
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

כוויל פארשלאגען מזאהל אנהייבען ארויפלייגען פיקטשערס פין יעדע שבת'דיגע מאכל
סזאל זיין תאוה לעינים
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

מען האלט נאך "פאר" שבת און איך בין שוין נאוישעס

שליחה דורך טיטאניק »

די אלע גראמען, טאקע זייער שיין, אבער די קיגעל זעט אויך אויס שיין, אבער ס'איז שווער צי פארדייען, היני הך מיט די גראמען
שרייבען איז שרייבען און ווער עס וויל קאמפיטען מיט גראמען זאל מוחל זיין און עפענען א גראמען אשכול, און איך וועל וויסן דאס צו סקיפען כדי נישטט צי ווערען נאוישעס
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שבת איז שוין ביים שווועל!!!!!

שליחה דורך טיטאניק »

איך ווילזען דעם עוילעם דא מוצאי שבת, און איך וויל הערען וועמענס סדר האט מען נאכגעפאלגט, און וואס די תוצאות זענען געווען
וועטץ עטץ פרעגען וועמענס סדר נעם איך? כ'האב נאך נישט מחליט געווען
מ'מער רעדען נאך שבת

אבער איך וויל זען דא יעדעם איינעם (אבער ביטע, אן קיין גראמען, איך הבא זייער ליב גראמען אבער נישט אין די אשכול)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שבת קודש איז פארריבער מיטען רעבען מיטען ציבער ממש יום שאבסוי

שליחה דורך טיטאניק »

ווי זינגט ר' מיאכאלען?
חברה שרייבט דא וויאזוי איז אריבער שבת?
בעיקר דעם מוצאי שבת?
איך? איך האב אויסגעפאלגט די נייע תקנות, אשר תקנונ חכמי הקאווע שטיבעל, און פלאי פלאים, די מלאכים זענען ארויס אויף א סטרייק מוצאי שבת, נישט אויסגעפעלט קיין קאווע, נישט גארנישט, עס איז געווען שטיל אויפען וועלט!
פארשפארט