הלכות והליכות הנוגעים ל'פאפולערע ניקים ובו ד' סעיפים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

הלכות והליכות הנוגעים ל'פאפולערע ניקים ובו ד' סעיפים

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

דאס איז זייער וויכטיג פאר ניקים וואס זענען שוין פאפולער. און פאר ניקים וואס האבן אין פלאן צו ווערן פאפולער. און אפילו אפשר אויך פאר ניקים וואס ווילן זייער שטארק ווערן פאפולער קענען די הלכות און הליכות עטוואס צוהעלפן.

קודם ערשט. ווען א ניק הייבט אן דערשפירן אז ער ווערט גרויס מוז ער אנבאדינגט (דער כף השמעון זאגט גאר אז אן דאס איז מען בכלל נישט פאפולער , אפילו יעדער שרייט חיי וקים אז ער איז יא) באהאלטן ווען ער איז לעצט דא געווען! אויף דעם איז כמעט נישט ווער ס'זאל חולק זיין. דאס קען געטון ווערן ביי דע סיסטעם פרעפערענצן. און ווען מ'טוט עס זאל מען פארשטייט זיך אינזין האבן אז מ'טוט דאס להגדיל ה'קאווע שטיבל, חלילה נישט זיך.

ווען דו הייבסט אן זען לייקס פון גרויסע ניקים (צו זיי זענען שוין דא פון אנהייב אדער זיי שרייבן אייביג פעפערדיגע תגובות וואס האט א מיליאן לייקס) ווער נישט פרייליך פריצייטיג ! עקספערטן זאגן אז צומאל וועט א גרויסע ניק פרובירן דע וואסערן צו דו וועסט פאלן פאר א לייק דא און דארט און אזוי וועלן זיי דיר צוריקהאבן אין זייער טאש אז דו זאלסט זיי באווארפן מיט לייקס שטענדיג. אין אנדערע ווערטער דאס זאגט גארנישט אז דו ביזט אפיציעל גרויס געווארן אפילו דו שרייבסט אסאך מאל גאר צום זאך. אבער ווארט אויס געב חלילה נישט אויף האפענונג שרייבן זיי. איין פראפעסאר זאגט אז געווענליך ווען די גרויסע ניקים וועלן זען אז דו פאלסט נישט פאר זיי וועלן זיי אנהייבן רעדן פון דיר אין אשכולים און צולייגן א @ און דאן ביזטע אויפן וועג פון גרויס ווערן. (וואס דעמאלטס קען מען זיך גרייטן צו באהאלטן ווען מ'איז לעצט דא געווען כמבאור בסעיף אלף)

ווען אלע סימנים הייבן אן ווייזן אז אנדערע גלייכן דיר און א ווארט דיינער ווערט גערעכענט ווי צוויי אשכולים פון פינטעלע איד , און אנדערע קוקן וועם דו האסט געלייקט ווי אויך זוכט יעדער דיין לייק ווייל אויב איז דא א לייק פון דיר קומט אויטאמאטיש נאך לייקס פון ראבאטס. דאן זאגן די מבינים איז צייט אויפצוזיכן א גאר פעפערדיגן חתימה. בעסער איז אויב דער חתימה איז עפעס א סטעיטמענט וואס איינער זאל האבן געזאגט יארן צוריק און קיינער חוץ דו אוון וויקיפידיע האבן פון יענע גוטזאגער נישט געהערט, און רוב ניקים וועלן דארפן איבערפרעגן אין דע חתימות אשכול פונקטליך וואס יענע סטעיטמענט מיינט. אויך קענסטע נוצן א חתימה וואס חנפ'ט אן אנדערע גרויסע ניק וואס דע תוצאות שפעטיגן אויך געווענליך נישט צוקומען.

מיט דעם סעיף וועל איך ענדיגן הגם ס'דא נאך אסאך הנהגות מנהגים חומרות וגו' וואס איך וועל איבערלאזן פאר דע גרויסע ניקים זיי זאלן דא שערן מיט'ן עולם ווייל מי לנו גדול?

סעיף ד'. נאכדעם וואס מ'טוט דע אלע זאכן... מוז מען נעמען א וואקאציע! און איך וועל עס איבערזאגן נאכאמאל! מ'קען נישט זיין א גרויסע פאפולערער ניק אויב האט מען נישט גענומען אוירלויב לכל הפחות איין גאנצע וואך אין א צייט אפשניט פון 5 וואכן. מ'קען האבן מיליאן לייקס , מיליאן טעגס , אויב ווערט מען נישט פארשווינדען יעדע שטיק צייט פאר 10 טאג פעלט פונעם מכה בפטיש און דו קענסט נישט גערופן ווערן א ''גרויסע ניק''. און ווען מ'קומט צוריק מאכט מען זיכער זיך נישט אפצוגעבן מיט דע נארישע אשכולים וואס דע ניי אנגעקומענע האבן געעפענט דא אין דע צייט וואס מ'האט "געפעלט"... מ'געט זיך נאר אפ מיט דע וויכטיגע נושאים אויף וואס מ'האט עמערדזשענסי געמוזט איבערהאקן דעם "וואקאציע"... און אלע קליינע ניקים קוקן פון פרענטשעס צו זען וואס דער גרויסער ניק זאגט דא. אה וד"ל.

ווי געזאגט איז דא נאך סך מער צו זאגן. איין ספר וואס רעדט אסאך ארום פון די הלכות איז "לקיים חכמי" וואס איז דא צו באקומען אין ביגעלברעט ספרים סטאר.

[tag]משה געציל[/tag] ווערט געבעטן צו איבערטייטשן אויף לשו"ק
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מראי מקומות פליז.
Under influence
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

הגה, זאגט די רמ''א, דאס איז אלעס געזאגט געווארן אויב מ'וויל זיין א ''גרויסע ניק''. אויב האט מען הנאה צו זיצן אין א פלאטץ 24-7, און יעדעם משוגע מאכן מיט נעגעטיוויטי און האקן אויף די פלאץ טוט מען עס אזוי: מ'ווערט פארשווינדען פון איין טאג צום צווייטן מיט די געהעריגע ניק, און מ'קומט צוריק מיט 4-5 ניקס מיט א ציל יעדעם משוגע צו מאכן. און יעדעס מאל וואס איינער שרייבט עפעס נעגעטיוו אויף די פלאץ (ווי מ'זיצט אליין טאג און נאכט) לייקט מען עס מיט אלע ניקס.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

דאס איז עפעס א פאלשע צעזוריטע דרוק.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אין איין ווארט, אויב ווילסטו ווערן א פאפולערע ניק, פרוביר צו שרייבן ווי מער פאזעטיוו, מענטשן האבן בעסער ליב א שמייכל מיט א קלאפ אין רוקן, ווי א שטעך, אפילו נאר א איידעלע.
"נעגאטיוו", איז דא צו באקומען בשפע ווי אימער, אינדערהיים, אין דזשאב, אין שוהל, אין גאס, און וואו נישט. אויב זוכט מען א רואיג ווינקעל צו שמועסן און פארברענגן, קומט מען דא אין שטיבל, און ווער עס שרייבט פאזעטיוו, פרובירט צו מאכן א צווייטן פיהלן גוט און שמייכלען, ווערט ארויפגעקוקט.
בדוק ומנוסה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

אמת טייערע ברסלבר אבער דא איז שמייכל אפטיילונג. און איך האב זיך באצויגן בעיקר צו ניקים וואס האבן שוין געפאלגט וואס דו הייסט און זיי זענען שוין פאפולער... מיינע הלכות זענען זייער וויכטיג צו קונפורמען דעם סטאטוס.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

נקוט האי כללא בידך: BE YOUR SELF
אנדערע ניקים כאפן זייער שנעל ווען איינער איז פאלש, שפילט פאליטיק מיט יענעם, אדער מיט לייקס וכדומה. פעיקען טוט מען גענוג אין אונזערע קרייזן, ק"ש איז א פלאץ צו זיין אפן, אמת'דיג, און פריי פון judgin א צווייטן.

איך געב קרעדיט פאר פינטעלע פארן שרייבן טיילמאל זאכן "אין יור פעיס" וואס קיינער וואלט נישט געשריבן, אבער מען קען עס אויך טוען בניחותא.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
בערל_פרוכטבייסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:37 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בערל_פרוכטבייסער »

הג"ה זאגט רמ"א
ואם ילייקקו אותך המלקקים הגדולים, דהיינו שכבר ליקקו מאות או אלפי פעמים בתוך חדר הקפה (קאוו"ע), י"א שח"ו לא ליפול בפניהם, כי אח"כ נפול תיפול פחד המלייקקים הגדולים עליך ויוציא ממך כל פרטיו ודקדוקיו של ניקך, לכןיש להיזהר במשנה זהירות (המשך יבוא)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נו, האביך דען א ברירה רב פינטל? איר קוקט אויס דעספערעט פאר א לייק.
אבער יעצט אין א האלב ערנסטן טאן: היות איך גיי געווענליך נישט אריין אין די סארט אשכולות, איז מיר די אלע חשבונות טאקע ניי. שוין לאנג וואס איך וואונדער מיך וויאזוי מ'ווערט א פאפולערע ניק.
אינטערעסאנט נאר וואס דו האסט פארזען די אבוויעס. איין וויכטיגע קליינע טיפ "מ'דארף אויך שרייבן אסאך" אסאך מיינט בכמות ובאיכות כמובן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

אדווערטייזמענט

שליחה דורך petergrifin »

סאיז דא גאר א גוטע זשאב אפערטאניטי דא אין קאווע שטיבל נאר פאר ערנסט אינטערסיטע
מען דארף אן נעמען ארדערס פאר לייקס קויפן און פארקויפן ווי אויך זיין גענוג טיכטיג עס
צוצישטעלן בו בזמן.
פרייזן זענען געוואנדן ווי פאפולער די ניק וואס לייקט איז
נב: מען קען באצאלן מיט ביט קיונ'ס אויך.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

ווען דער פינטל'ס תגובה וואלט געשריבן געווארן דורך א פאפולערע ניק וואלט עס געהאט שוין עטליכע צוואנציג לייקס.

נאר אזוי ווי מען לייקט נישט אויף די עצם התגובה, נאר די ניק דארונטער, אדער זיין מעגליכע חשבונות און פאליטיק דערביי, קוקט עס אויס ווי עס קוקט אויס.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

יש"כ ממרום פאר דיינע אמת'ע ווערטער און פארן שרייבן דאס וואס איך האב געטראכט נאר מורא געהאט צו שרייבן ווייל איך וועל פארשריגן ווערן פאר א לייק הונגעריגער ניק.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רויטע וואנצעס: איך 'עלל דיר זאגן "מקצת שבחו בפניו". דו שרייבסט אייביג פאזיטיוו. אפילו ווען דו פליקסט איינעם אריין אין באב'ן אריין. (פארשטייצעך, לעת הצורך.( :lol: :roll: :oops:
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

ממרום שלח אש האט געשריבן:ווען דער פינטל'ס תגובה וואלט געשריבן געווארן דורך א פאפולערע ניק וואלט עס געהאט שוין עטליכע צוואנציג לייקס.

נאר אזוי ווי מען לייקט נישט אויף די עצם התגובה, נאר די ניק דארונטער, אדער זיין מעגליכע חשבונות און פאליטיק דערביי, קוקט עס אויס ווי עס קוקט אויס.

זייער פשוט פארוואס, ווייל אזוי ווי פינטל האט ארויסגברענגט,אז די סיבה פארוואס א תגובה האט אסאך לייקס איז ווייל די "גרויסע" שרייבער האט זיך גענימען די מי צו לייקן איז 'מי ראה אלו יוצאין ולא יצאו' ממילה קימען נאכדעים די אלע קלענערע ניקלעך אין זיי לייקן אויך, ייעצט! אזוי ווי פינטעלס אמת'ע תגובה שטעכט אביסל פאר די עליטע דא, מען זאגט זיי סטרעיט אין פנים אריין די פאקטן זאלן זיי נאך לייקן אויך?? ממילה אז זיי לייקן נישט, פאסט נישט פאר די קלענערע ניקלעך צו זיין לוזערס אין לייקן אזא "נארישע" ארטיקל


ממילה קיקט עס אויס וויזוי ס'קיקט אויס!!


;) :lol:
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'זאגט נישט קיין נעמען פון די אלע "שלעכטע גרויסע ניקים" איך וויל וויסן וועם צו שעלטן ביי ולמלשינים, איז שייך דערביי לה"ר ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

בין איך slow אויב איך זעה בכלל נישט דער גאנצער איבעקערעניש דא? איך זעה נישט קיין עליטע, און נישט קיין גרויסע/קליינע ניקס.

איך זעה סך הכל מענטשן וואס שרייבן וואס זיי האבן צו זאגן. איינער שרייבט מער, איינער ווייניגער; איינער בעסער, איינער שוואכער; איינער שרייבט פאני, און איינער ערנסט. וכפי איכות התגובה באקומט מען לייקס.
ווער ס'שרייבט גאר אסאך, אדער גאר גוט באקומט ווי פארשטענדליך גאר אסאך לייקס.
פאפולערע ניקס? עליטע? מאן דכר שמי'.
אין מיינע אויגן איז נאר דא גוטע, פאני, קלוגע, וכדו' שרייבער. זה הכל.
פארשפארט