מנשה לוסטיג האט געשריבן:יעצט געהערט פון א בעלזער פונדערהיים, אז אלע בעלזע רעבעצינס פלעגן געבן אין האנט אריין פאר מענער און דאס גלייכן
ניין, דאס איז איבערגעטריבענע ליגיונות
דאס יא, די רעבישע הויפען, פילען זיך די רעבעצינס אביסל מער "מעורב" בין הגבאים און שטיב מענטשען ווייל זיי דרייען זיך אינטער די פיס אסאך,
און מען זעט עס נאך ביז היינט אז אסאך רעבישע שטיבער זענען די נשים זייער מעורב, א בחינה פון ליבם גס,
א חלק פון די נשים זענען צדקנית, זיי מיינען ניט קיין שלעכטס, ווייל זיי מיינען אז פינקט ווי זיי ברענט עס נישט ברענט עס נישט פאר קיינעם
ווייטער א חלק זענען ליידער פארקערט, און ניצען דאס אויס פאר נישט גיטע ענינים
ווי מען זעט וואס איז פארגעגאנגען אין די בעלזע היים מיט די שניר און טאכטער, ואידך פירושא זיל גמור, סיי די שניר און סיי די טאכטער האבען למעשה אויך פרימע אייניקלעך מילא לאמיר נשיט שרייבען קיין פרטים, אבער קלאר אז דאס איז געוען די גרום
ועל כגון דא זאגט מען "זייט נישט קליגער פון חז"ל" אז חז"ל האבען געזאגט אז כל כבודה בת מלך פנימה, ווייסען זיי וואס זיי רעדען, עס קען זיין א 90 יעריגער פרוי מיט א 90 יעריגער מאן אבער יחוד און צניעות בלייבט אין קראפט ביז די לעצטע רגע
איך גיי נישט זאגען קיין דיעות פאר הרבנית תליט"א מבעלז, אבער עס איז נישט קיין זאך וואס איז אזוי גלאטיג, קלאר אז נישט
זי מיינט אוואדי נישט קיין שלעכטץ אבער גיט איז דאס נישט