וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון יאכנע-טאון

הילף, עצות און טיפס
gami
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון יאכנע-טאון

שליחה דורך gami »

כבוד החברים פה, תשועה ברוב יועץ.

אינז זעמיר א גרופע פון 40-60 א"ג היימישע יונגעלייט אין די עלטער 27-35, וואס זיכען א שטיקעל אנדערע לייף סטייל פון די וואס אונז זענען אויפגעוואקסן, אונז זיכען זיך מסדר צו זיין אין א שטילע רואיגע געגענט אוועק פון די גערידער און פרעשור'ס פון די שטאט און אירע יאכנעס, א פלאץ וואו מוועט זיך קענען אפגעבן מיט די  קינדער און די שטיב מיט אן הרחבה,

אונזער Vision איז א Vibrant community   פון 2-300 משפחות פון מענשן וואס זענען נהנה מיגיע כפיהם און דארפן נישט צוקימען צו אנדערע,  אויב מעגליך נאנט צו אן existing אידישע community, און ס'זאל זיין  within like twenty minutes travel time צו בארא פארק און אירע institutions.

אונז זיך מיר נישט צו בויען די נעקסטע שיכון סקווער אדער אפילו בארא פארק, סאיז בכלל נישט נוגע וואו די future  חברה זענען אויפגעוואקסן און וואו זיי באלאנגען,  סאיז אונז נישט וויכטיג די מעגליכקייט צו האבן כפרות עיוכ"פ, אדער אפילו אייגענע מוסדות, די זאכן וועט מען קענען באקומען אין די שכינותדיגע געגענטער, די גאנצע וואס מיר דארפן איז, א פלאץ מיט  easy access צו ברוקלין און אירע היימישע געגענטער, וואו מען קען פאר 500,000-750,000 זיך איינהאנדלען אן הרחבותדיג'ן דירה מיט א שטיקל קרקע, א ביהמ"ד און אפשר א grocery store, א פלאץ וואו ס'וועט זיין פראקטיש פאר איינעם וואס זיין גאנץ לעבן איז יעצט אין ב"פ אדער וומ"ס אן צו דארפן מאכן גרויסע  שינויים (מוסדות, business).

אונז וועלן appreciate'n any suggestions,  idea's, critic וואס איינער פון די חבירים דא טראכט קען אונז העלפן, אדער ס'איז כדאי אונז זאלן וויסן, ביטע פאוסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום gami, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

סדא א גרייטע פלאץ פאר ענק, ויקרא שמו בישראל, סי-געיט
gami
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך gami »

סיגעיט איז היינט א retirement community, נישט אזוי?
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

קומטס מיט יונגע חברה וועט מען אויפלעבן די פלאץ
You must be the change you want to see in the world
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

ווי איז עס מרומז און ויעש להם בתים

עס זענען דא פילע געיגענטער ווי עס איז ביליג און נאנט, מען קען זיך שיין איינגלידערן, אויף אלע זייטן ארים ניו יארק.

לדוגמה ארויף לאנג איילאנד איז דא זייער שיינע געיענטער פאר ארויף דעים על איי אי וועסטע זעין ווי שיינע נייע געיגענטער קימען ארויף ווי שווארמען נאך א מבול, אויך און די נאנטע נו דזערזי איז דא שטחים וויפיל די ווילסט, ווי פעסעיק, און ארויף, אדער אפילו נוארק איז אפילו שוין דא בתי מדרשים, הייזלעך זענען דארט כמעט בחינם, מחמת שחורים שבהם, אבער אז מען גייט דארט מיט א גרופע רייניגט זיך עס אויס און נול טיים, וואס איז און סטעטן איילאנד הערליכע אידישע געיגנט וואס גוסס'ט,
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

גוטע פלאן,
וואס וועט זיין מיט גילוי?
Under influence
gami
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך gami »

ווער גוסס'ט? מ'הייבט הערשט אן, אויב גוסס'ן האף'ן מיר בקרוב צו גוסס'ן פון ב"פ.

די מערסטע פראקטיש דערווייל זעהט אויס סטעטען איילענד צוליב די נאנטקייט, איז דא עפעס אין יענע דירעקציע חוץ פון דעם?
gami
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך gami »

eloberate on גילוי פליס
gami
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך gami »

לענינינו א quote פןן חבירינו גנדי איו א שכינות'דיגן פארום

מען דארף וואוינען אזוי ווי אינדערהיים פארשפרייט אין אלע שטעט.

היינט צוטאגס איז טויזענט מאל גרינגער!

ס'איז דא טעלעפונס - צו רופן יעדן טאג די מאמע פרעגן וואס צו מאכן פאר נאכטמאל
ס'איז דא UPS - אויב מען ווילן שיקן פרישע חלות וואס מען האט געמאכט
ס'איז דא טעקסט מעסעדזש - צו שיקן לשון הרע'ס
ס'איז דא פיקטשער מעיל - צו שיקן א בילד פון די נייע סטרעדשי פרעגן אויב עס איז CUTE
ס'איז דא עמעזאן פולפילמענט - מען קען האבן פרנסה ווי אימער
ס'איז דא אינטערנעט - צו קענען מיטהאלטן מיט אלע צימעס וואס מען קייעט איבער אין מקוה - אדער מיהאלטן די RCCS AUCTION
ס'איז דא קארס - צו קענען קויפן און צוריק טראגן די עיר קאנדישאנס צו וואל מארט
ס'איז דא עירפלעינס און מיילס - צו קומען צו פליען צו יעדע אפפשעררן THEME ברעיקפעסט
ס'איז דא SKYPE - צו קענען ווייזן די אריגענעלע משלוח מנות וואס מעטשט צו די קאסטיומס
ס'איז דא פעקס מאשינען - אויב מען ברויך צו חתמ'נען די תקנות פון די צענטראלע קהלה
ס'איז דא קול מבשר - צו וויסען אז א פארשוין האט געקוקט בייזוויליג אויף א איד מערטיל קארנער דיווישאן
ס'איז דא YOUTUBE - צו קענען מיטהאלטן די גהויבענע מצוה טאנצען
gami
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך gami »

ווייסט עמיציר עפעס וועגן מארין פארק?
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

פינקט יעצט דעס געשריבען אין א אנדערע אשכול

סאיז דא וואס האבען ליב די סיטי לייף און ווילען נישט פארען וואוינען אין א דארף
זיי קענען אבער נישט עפארדען צו וואוינען אין די היימישע וויליפעסט און ב"פ וואס איז טייערער די ריל עסטעיט פין מענהעטען
אבער אפילו אין די סיטי קען מען טרעפען גענוג און נאך ביליגערער געגענטער
מדארף זיך אנהייבען אהין צי ארויס מופען נישט בלייבען סטאק אין די היימישע געגענט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אין קווינס זענען דא שיינע און רואיגע געגנטער. ס'איז אבער מסתם טייער.
כטרי ועוד, אין ניו דזשערזי איז דא הערליכע סובאבארבס. מיין חלום.
וואס איז די פלאן וועגן מוסדות? שיקן יעדן טאג קיין בארא פארק?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

יאיר האט געשריבן:סובאבארבס.

מיינסט זיכער ''סובארבס''
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

ברור כשמש אז די גרויס שטעטישע מוסדות וועלן נישט אננעמען די קינדער פון די "פליטים".
(- - -)
days
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך days »

איך וואלט מציע געווען פאר א יושוב יאנקערס... נאנט צו מאנהעטען, נישט ווייט פון ווילי בפ, א שיינע רואיגע געגענט, בתי מדרשים מקואות, און ועל כולם ריעל עסטעיט דארט איז אפסטעיט פרייזן, מקען דארט קויפן ריזיגע שיינע הייזער פאר 180 דאלער א סקפ...
gami
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך gami »

אויב רעט מען פון א פלאץ ווי סטעטן איילענד, דאנסמאל איז די פלאן עט ליעסט פון אנפאנג צו שיקן די קינדער וויטער קיין ב"פ
gami
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך gami »

פאר אינז יונגעלייט מסודר אין ב"פ זעהט אויס סטעטען איילענד אביסעל לייכטער ווי יאנקערס, און ס'איז דאכט זיך א ביסל שענער און סעיפער אין ס"א הגם טאקע טייערער
gami
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך gami »

יאיר וואס סטאפט דיר פון pursue'n דעם חלום, אפשר טשעינז מיר דיירעקשאן אויב מקען מיר דיר האבן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מוסדות. מוסדות. אויב נאר מוסדות איז מסודר איז דאס איבריגע בלויז א פראגע פון צייט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
חביבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:46 am
געפינט זיך: אין קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך חביבי »

איך שעם זיך צי רעדן פין דע נושא איך פול מיך ווי א אויסגעבלאזענע טישא מען האט שוין טויזענט מאל גערעדט פון דעם אין בית מדרש. אין מקוה. ביי חתונות. תנאים. בר מצוה. שבע ברכות וואכנאכט אא׳׳וו עס איז א אויסגעקראכענע נושא ווי מען קומט אין ערגעצט נישט אן
אויב איך בין איך, ווייל די ביסט די, אין די ביסט די, ווייל איך בין איך , דעמאלטס בין איך נישט איך, אין די ביסט נישט די, אבער אויב איך בין איך, ווייל איך בין איך, אין די ביסט די, ווייל די ביסט די, דעמאלטס בין איך איך, אין די ביסט די, (בשם קאצקע רבי זיעוכי׳׳א)
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

שליחה דורך לבי במזרח »

חביבי האט געשריבן:איך שעם זיך צי רעדן פין דע נושא איך פול מיך ווי א אויסגעבלאזענע טישא מען האט שוין טויזענט מאל גערעדט פון דעם אין בית מדרש. אין מקוה. ביי חתונות. תנאים. בר מצוה. שבע ברכות וואכנאכט אא׳׳וו עס איז א אויסגעקראכענע נושא ווי מען קומט אין ערגעצט נישט אן

אבער פארוואס טאקע? אויב די מוסדות אישו איז רעזאלווט, פארוואס טאקע זאל אס נישט גיין? אפשר ווייל אזוי ווי gami זוכט יעדער 2-300 משפחות וואס מן הסתם ביי דעם שטעלצעכעס אפ.
פארשפארט