נעמען די משפחה אין מקוה ער"ש

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

נעמען די משפחה אין מקוה ער"ש

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

ווייסט איינער פשט אין נעמען פיצלעך אין מקוה ערב שבת?
איך מאך נישטקיין גוזמה, דער וואך א שעה פארן זמן רוקט זיך אריין א יונגערמאן אין מקוה, מיט פינף חברה, די יונגסטע האט געהאט א טזומי אין מאל, (ווען כהאב נישט קיין מורא אז מוועט מיך חושד זיין אויפן ערגסטען כאפ איך א בילד) די מקוה איז געווען געפאקט אזוי ווי שבועות פארטאגס פארן נץ, פארשטייט זיך ער האט נישט געטראפן פינף פארקינג ספאטס צוזאמען, האט ער באפוילן זיינע גרעסערע קונדער (גיל 7-8) זיך אליין צו טרעפן א פלאץ, ער מיט די קלענערע געבן א בליק אויף מיר, סאיז מיר קאלט געווארן אין די ביינער, איך מאך זיך תמוואטע אבער סהאט מיר גאנץ וויניג געהאלפן, זיי האבן זיך אריין געקוועטשט אויף א האלבע פלאץ לעבן מיר,
די קליינע הייבט זיך אן אויסטוען אזוי ווי ספאסט פאר א קליין קינד, איין שיך אויפן באנק אויף מיין פרישע וועש, די צווייטע שיך אין מיטן דורכגאנג, פארשטייט זיך א רגע שפעטער איז די שיך נישט געווען בנמצא,
גייט נישט אדורך קיין רגע אין די עלטערע קונדער קומען צי גיין, "טאטי כקען נישט טרעפען קיין פלאץ", אין די אנדערע אז ער האט פארגעסען זיין העמד אין די היים, זאגט די טאטע כרחם אב על בנים, נאו פראבלעם קום דא אויפן שטילע אינגעררמען'ס קאפ, ער טאנצט ארויף אויפן באנק לייגט זיין שמוציגן העמד אויף מיין רעקל, א כלל דער קינד טוט זיך אויס ווי ביים טאטע אין וויינגארטען, די גאטשע אויפ איין הענגער איין זאק אויף צוויטען הענגער די אנדערע זאק אויפן דריטען אין אזוי ווייטער, מיין פלאץ איז געגאנגבט געוווארן ווי א אויגן בליץ אבער פארפאלען, איך ווארט ביז זיי גיין אינער בור אין אדערוויל נעם איך האלב וועג צירוק מיין פלאץ,
שוין איך פיהל מיר א גביר נאך אריבער ריקן זיין ברוינע גאטשע פון מיין געביגלטע פריש העמד, אקיצור איך וויל מיך גיין טובלן קום אן צום בור שטיין 5 קינדער אויסגעשירעט אוין טרעף אראף צו גיין און בור אין פלאטשקענען מיטן וואסער מיט די פיס, פרייען זיך כאילו זיי האבן געווינען די נעכדיגע מעגא מילין לאטרי, אקיצור די אראנגאנג צום מקוה איז פארשטאפט, וואס קען מען טוען? עפעס א מאמע דארפן האבן אפאר מינוט מנוחה אין געשיקט די משפחה אין מקוה
בלית ברירה שלעף איך זיך צום קאלטן בור מיט אפאר זקנים, נאכן ארויס קומען פון דארטן ווי די יודען אין אוישוויץ איך ווארף מיך פאר קעלט איך לויף צום שאוער'ס, האפנדיג די קינדער האבן נאכנישט געהיי-ז'עקט די שאור'ס אבער האהאה, זיי זענען דא בעה''ב, די פאן הייבט זיך אן, קינד א' טאטי איך דארף שעמפו. קינד ב' טאטי די וואסער איז צו קאלט. קונד ג' טאטי די וואסער שטעכט מיך, קונד ד' האט נאך נישט גענדיגט די שי' טבילות, אין קונד ה' קוטנט נאך אין בור,
דער אינגורמאן הייבט אן מאכן סדר, ''נעם שטילע יונגערמאן'ס שמפו פון דארט, ריק די הענטעל לינקס וועט עס ווערן ווארמע, קום אהער איך וועל דיך אפזייפן''
שוין איך טראכט צו מיך א כפרה מיין שאוער כוועל נעמען אין די היים לאמיך כאפן מיין פלאץ פאר די חברה רוקן זיך אן,
איך טוע מיך שנעל אן, איין קינד רוקט זיך אן מיין האנטוך איז געווארן זיינס
ער טוט אן זיין ברודער'ס אלטע קאטשע ביידע פוס אין איין לאך, די אוטערהעמד אויסגעדרייט די העמד יעדער קנעפל פארמאכט פאלטש, זאקן האט ער גענומען איינס מיינע אין די צווייטע זוכט ער נאך יעצט,
די טאטע רוקט זיך אן אין זעהט וואס איך מאך מוט זאגט ער ''סארי, מיין ווייב דארף אפאר מינוט פאר זיך!''
איך פארשטיי נישט וועגען דעים דארף יעדער ליידן? אפשר איין מאל א חודש ווען זי גייט זאל זי אויך נעמען אלע קינדער? זי צאלט אריינגאנג די האסט דיך אריין געכאפט מיט מיר?
איך בין ארויס געלאפן פון מקוה האלב אנגעטוען אין גענומען א שאוער אין די היים, מער גיי איך נישט אין מקוה ערב שבת
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

גיין אין פארק?..
(- - -)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אן עולה שאין כמוהו.
נישטא קיין לימוד זכות.

אני כשלעצמי פלעג אויך מורא'דיג נערוועיז ווערן פון אנגעשטאפטע מקוואות ערב שבת. מה עשה הקב"ה? דער חונן דעה האט מיר גע'עצה'ט צו גיין אין מקוה צוויי שעה פארן זמן, ווען נאר די נארמאלע מענטשן געפינען זיך דעמאלט אין מקוה.
Under influence
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

א פאריקטער משגועת צי נעמען קינדער אין מקוה טאטעל נאו סענץ

שליחה דורך טיטאניק »

איך האב געפרעגט גדולי תורה זאלען מיר געבען עפעס א שטיקעלע מקור אויף די "דאורייתא ממש" פון דאס אז קינדער אינטער די בר מצוה זאלען אפי' ע"פי חסידות ברויכען צי ניצען א מקוה אבער קיינער האט נישט געהאט דערויף קיין שים מקור, א משוגעת וואס האט ניט קיין הענט אין קיין פיס, טאטאל פארריקט
ווען נישט איך האב מורא צו באקימען די סטיגמא פין "נחום" וואלט איך שוין לאנג איינגעזעצט אפאר טאטעס וואס טיען דאס, דאס איז אזא גרויליגע זאך עס עקלעט מיר פשוט

טאטע וואס ברענגט זיינע קינדער, לאמיר דיר פרעגען:
-וואספארא עבירה אין קדושה האבען דיינע קינדער געטין אז זיי זאלען דארפען ניצען א מקווה?
-וואס גייט די מקוה אויפטיען פאר זייערע "ז"ל" אויב זיי טובלען זיך נישט בכלל, זיי פלאטשקענען דאך נאר
-זייט ווען קען א קינד עובר זיין אויף "זל" בכלל,
-וואספארא חינוך איז דאס למען ה' אז דיינע קליינע זאלען ווערען געוואוינט אז מען מעג זיין א "חזיר" אין זיך אויסטין פארענט פון פרעמעדע מענטשען? מה יעשה הבן ולא יחטא, אויב זעט ער אז מען מעג דאס טיען אין מקוה, פארוואס אין אנדערע פלעצער מעג מען דאס נישט? מה ההבדל?
-וואספארא טענות האט מען אויף די חולאים די מאסלעסטערס, אז זיי זעען אז די טיסט מפקיר זיין דיין קינד, די גייסט דאך עם שיקען אויך אין מקווה אליין (ווען ער וועט ווערען "גרויס" ד"מ 11 12 יאר)
-וואסאפארא עבירה האב איך געטין אז איך מיז זיך טוב'לען אין דיין יונגעלע'ס מי רגליים, און ערגרעס פון דעם?
-די ווייסט אז לויט דעם געזעץ קען מען דיר אוועק נעמען די קינדער אויב די טיסט די מעשיגענע זאך פון ברענגען א קינד אין מקוה!?

איך האלט אז די צייט איז שוין ענדליך געקימען אז יעדער מענטש מיט אביסעלע פארשטאנד אין קאפ זאל לוחם זיין קעגען דאס חולאת וואס אינזערע זיידעס האבען אינפאטירט פון אוישוויץ, א זאך וואס איז חולה משוגע און וואס נישט, מען זאל אנהייבען סטראשען טאטעס אז מען גייט אנהייבען אראפ ברענגען די מידיע צו די מקוואות, די חורבנות וואס די מחלה ברענגט איז לא יואמן כי יסופר,
ובכלל, דאס גאנצע משוגעת אז יעדער גייט ציזאמען אין מקוה, איך רעד פון די עדאלדטס, פארוואס ביי די פרויען (וואס ביי זיי איז נישט שייך כמעט די עבירה פון מ"ז און ז"ל) איז נישטא קיין מקוה ווי אלע גייען ציזאמען, יעדער פארשטייט אליינס אז זיי ברויכען גיין עקסטער אבער ביי מענער וואס איז יא דא די הארבער ענינים פון "מ"ז" "ז"ל" "קושי השעיבוד" (ד"ל) דארט ברויכען זיי יא גיין צוזאמען ווי די אידען אין די גאז קאמער? ווען על פי הלכה איז די מקוה ביי פרויען אסאך הארבער, א דאורייתא ממש, און ביי אינז איז דאס חצי מנהג חצי חסידות!?
זאל מען אויפהערען די חאזעריי, און מתקן זיין מקוואות פינקט ווי ביי די פרויען, אביסל מענערס איז קיינמאל נישט קיין חיסרון, איך גלייב אז 80% פון מאלעסטערייען און מ"ז וואס געפינט זיך ביי אינזערע קאמיאנעטי שטאמט פון די חולאת פון מקוואות
אבער אין פוצה פה ומצפצף, די אינטערנעט איז אלעס שילדיג! ווי כאילו די אלע קינדער וואס זענען געשעשדיגט געווארען זענען דאס געקימען ציליב "טעקס מעסיטשעס"
סקולענער רבי , און אלע צדיקים כבודם במקומו מונח, פיסטעווען מיליאנען פאר א כינוס כלל ישראל, רעדען פון דברים שאין להם לא טעם ולא ריח, אבער די עיקר חרבנות ביי כלל ישראל, אבער דאס שורש פורה ראש ולענה פון נעמען קינדער אין מקוה, פון שיקען קינדער אין מקוה, פון גיין אין מקוה צושטיפיט אין ציקוועטשט, דאס חולאת וועט מען לאזען?
מיין שיטה הקדושה איז אז עס איז נאך נישט געווען א דור וואס מען קען אזוי גוט זאגען דערויף "דור עיקש ופתלתול"
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

איך מיין די בארא פארקע מקוואות איז נישט אזוי געפערליך.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

zurich האט געשריבן:איך מיין די בארא פארקע מקוואות איז נישט אזוי געפערליך.

פשוט, ווייל אין בארא פארק געפינען זיך נישט אזויפיל "פרימע" עפ"ל
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

איך האב געהאט פאר צוויי וואכן צוריק זינטאג אקוראט די זעלבע מעשה נאר מיט א 32 year old שטילע יונגערמאן. איך האב אים פארגעהאלטן היתכן? קוק ער מיך אן ווי א קלאטץ מיט אויגן וי איינער זאגט אז סקומט אזוי.
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
סלינקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 219
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:09 pm
האט שוין געלייקט: 912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך סלינקי »

טיטאניק האט געשריבן:-די ווייסט אז לויט דעם געזעץ קען מען דיר אוועק נעמען די קינדער אויב די טיסט די מעשיגענע זאך פון ברענגען א קינד אין מקוה!?

האסט א מקור דערויף? אויב איז עס אמת וויאזוי קען זיין עס האט נאך נישט פאסירט אזאנס?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

פיטומי מילי האט געשריבן:איך האב געהאט פאר צוויי וואכן צוריק זינטאג אקוראט די זעלבע מעשה נאר מיט א 32 year old שטילע יונגערמאן. איך האב אים פארגעהאלטן היתכן? קוק ער מיך אן ווי א קלאטץ מיט אויגן וי איינער זאגט אז סקומט אזוי.

דאס ביזטו? די קומעדיגע מאל כ'וועל זעהן די לייגסט די הענט ביי א צוויטע וווי מטאר נישט וועל איך מאכן קולות, איך זעה האסט נישט געכאפט ווען כהאב דיר געגעבן שארפע בליקען
גראדע ביסט שוואך אין אפמעסטען איינער ביי די גיל
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

סדא א סברה אז אויב מהייבט אן קליינערהייט, דעמאלס ביי די צייט וואס עס איז שוין עכט נוגע איז עס שוין דדמין עלן כקאקי חיוורא.
אבער אויב די ערשטע מאל איז ווען מען איז שוין א "טין" ווען די הארמאנען זענען אויף אווערדרייוו...

היות סדא סברות לכאן ולכאן איז יעדער בארעכטיגט צו טון מיט "זיינע" קינדער ווי "ער" פארשטייט.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
פיטומי מילי האט געשריבן:איך האב געהאט פאר צוויי וואכן צוריק זינטאג אקוראט די זעלבע מעשה נאר מיט א 32 year old שטילע יונגערמאן. איך האב אים פארגעהאלטן היתכן? קוק ער מיך אן ווי א קלאטץ מיט אויגן וי איינער זאגט אז סקומט אזוי.

דאס ביזטו? די קומעדיגע מאל כ'וועל זעהן די לייגסט די הענט ביי א צוויטע וווי מטאר נישט וועל איך מאכן קולות, איך זעה האסט נישט געכאפט ווען כהאב דיר געגעבן שארפע בליקען
גראדע ביסט שוואך אין אפמעסטען איינער ביי די גיל

די נער זאל ארויסגיין פין מקוה. אין איינוועגס זעיט מען פינקטליך ווי דיין קאפ גייט. נאך א מזל די קומסט מער נישט אין מקוה
!!I might be a psychic, But I am not a profit
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

סאיז א שאלה פין צייט ביז סגייט זיך אויפהערען
מיט גיטען און בייזען
נחום נעמט עס צי די מידיע און איינמאל די נעשאנעל מידיע כאפט עס אויף וועלען זיי מאכען מטעמים דערפין
א נארמאלע גוי וועט עס קיינמאל נישט פאשטיין ווען מוועט עם פארציילען אז 1000 טאטעס קינדער און בחורים וואקען ארים אין א געשטיפטע BATH צוזמאען אינגאנטצען נאקעטדיג

נחוןם פראקט עס אויס אויף גויאישע ראדיא אזוי גרעפיק אז סרינט שמאלץ אז מקען ברעכען
http://nochemrosenberg.blogspot.com/201 ... t_703.html

viewtopic.php?f=4&t=5195
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שטילע אינגערמאן: ייש"כ פאר אראפלייגן דעם בילד אזוי הערליך (און פרייליך). דו דארפסט טאקע טוישן דיין נאמען צו "פרייליכע יונגערמאן". ס'איז אבער א מציאות'דיגע פיקטשער וואס דו לייגסט אראפ. אין די מקוה וואו איך גיי איז דא אן ענליכע פיקטשער. נאר די מנין פון קליינע קינדער איז נישט משלים איין משפחה נאר עטליכע. די חילוק איז אז ביי אונז אין מקוה, בשעת די קליינע בארדען ארום שטייען די טאטעס געמיטליך אין בור שמועסן, איבער אלץ אין די וועלט, ווי סטאק מארקעט, ספארטס און היימישע פאליטיק, כאילו ס'איז יעצט :l נישט ערב שב"ק א שעה פאר'ן זמן. איין יונגל שרייט. "טאטי, כ'האב נישט קיין האנטוך.: טאטי זאגט. "נישט קיין פראבלעים", און געט איהם מיינס. פאר מיר בלייבט איבער א ברירה. אדער נעמן א גענוצטע אדער גארנישט. איך נעם די צווייטע ברירה. כ'לויף ארויס ווען די ערשטע פייפער פייפט שוין. :lol: :x :P :roll: :D
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טיטאניק: אין דיין אפענע בריוו צום אינגערמאן וועלכער ברענגט זיינע קליינע קינדער אין מקוה געסטו איהם אין באב'ן אריין. בתוך הדברים סטראשעסטו אז דו וועסט אראפברענגען די מידיא און די אינספעקטארס צו זעהן אז ער ברענגט די קינדער אין מקוה. נאך א מזל אז די רעגירונגס אינספעקטארס און מידיא רעפארטערס זענען זיך נישט נוהג צו גיין אין מקוה ער"ש. :lol: :roll: :o
באניצער אוואטאר
חביבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:46 am
געפינט זיך: אין קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך חביבי »

גוט מארגן אמעריקע ב׳׳ה די עולם וועקט זיך אויף.. עטס כאפטס אבער נישט אז די פראבלעם איז נישט נאר קינדער עס הייבט זיך שוין אן ביידי עלטערע.. ב׳׳ה אז אין וויליאמסבורג וווינען היינט צוטאגס בערך פיפצען טויזענט משפחת האסטו שוין פיפצען טויזענט אינגעלייט איו כמעט א יעדע שטוב איז דא צוויי בחורים אין פאר די אינגעלייט וואס האבען נישט קיין בחור אין שטוב האסטו אנשטאטס דעם אידען וואס האבען פיר בחורים אין שטוב קומט אויס אז עס זענען דא 45,000 מענער אויב נישט מער אין דע אלע 45,000 מענטשען שטופען זיך ארייןאין די בערך 40 מקואות וואס איז דא אין וויליאמסבורג קומט אויס אז אין יעדע מקוה מיז גיין מער ווי טויזענט מענטשען אין אלעס ווערט אריינגעשטופט יעצט אין די ווינטער אין צוויי שעה פון צווייע ביז פירע און דע מקוה קען קוים פארנעמן הונדרעט מענטשען א שעה וואס געשענט איז אז די מקואות ווערן א חזיר שטאל במלאו מובן המילה מען שטופט זיך אין בור אין מען ווארט אין א צען מינטגע שורה צוצוקומען צום שויער עס איז ממש א דיזעסטער איך האלט אז א איד א ירא שמים גייט אדער נאר אין מקוה אין נעמט א שויער אינדערהיים אדער גייט ער אין מקוה אויך נישט אבער ברענגען קינדער איז ממש א הפקרות
אויב איך בין איך, ווייל די ביסט די, אין די ביסט די, ווייל איך בין איך , דעמאלטס בין איך נישט איך, אין די ביסט נישט די, אבער אויב איך בין איך, ווייל איך בין איך, אין די ביסט די, ווייל די ביסט די, דעמאלטס בין איך איך, אין די ביסט די, (בשם קאצקע רבי זיעוכי׳׳א)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סלינקי האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:-די ווייסט אז לויט דעם געזעץ קען מען דיר אוועק נעמען די קינדער אויב די טיסט די מעשיגענע זאך פון ברענגען א קינד אין מקוה!?

האסט א מקור דערויף? אויב איז עס אמת וויאזוי קען זיין עס האט נאך נישט פאסירט אזאנס?

עיין בתשובת בערל בעל עגלה. מפני שהמפקחים מטעם הממשלה וכתבי התקשורת אין נוהגים לטבול במקוה בערבי שבתות ויו"ט. :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:טיטאניק: אין דיין אפענע בריוו צום אינגערמאן וועלכער ברענגט זיינע קליינע קינדער אין מקוה געסטו איהם אין באב'ן אריין. בתוך הדברים סטראשעסטו אז דו וועסט אראפברענגען די מידיא און די אינספעקטארס צו זעהן אז ער ברענגט די קינדער אין מקוה. נאך א מזל אז די רעגירונגס אינספעקטארס און מידיא רעפארטערס זענען זיך נישט נוהג צו גיין אין מקוה ער"ש. :lol: :roll: :o

ר' בערל. די רעגירונגס אינספעקטארן וועלן נישט קענען אריינקומען, ווייל זיי האבן דאך נישט קיין מקוה קארטל :lol: :x :P :|
און אויב וועסטו פרעגן, זיי קענען זיך מיטכאפן מיט א צווייטן איד, אבער עס איז דאך גניבה, און זיי האבן דאך מעענארס, נישט ווי די חסיד'ישע :idea: :shock: ;)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א יאר צוריק האב איך דאס געשריבן בדרך הלצה, ניבא ולא ידע מה ניבא.....
viewtopic.php?p=71622#p71622
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

פארוואס דארף מען גיין ערב שבת פארן זמן? גייט אינדערפרי, אדער אפילו דאנערשטאג אויב איר פלאנט צו בלייבן בטהרה ביז שבת.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס פארשטייט א ליטוואק? :P
ער"ש נאך חצות קומען ערשט אראפ די אורות, עס איז אינו דומה בעפאר חצות צו נאך חצות, ודו"ק כי עמוק הוא.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

ווי עמוק איז עס? עמקן הנפלא
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פינטעל, נאדיר
.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

כאפיך נישט
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
פארשפארט