דירות קריזיס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

דירות קריזיס

שליחה דורך פרישער »

מיר קינדער וויי איז אינז

מיין הארץ ווערט ציריסן ווען איך קלער אריין וואס מיין שטיב מיט קינדער ווארט אפ ווען זיי וועלן גיין פאר זיך תיקף נאך די חתונה אי"ה, מיר זענען שטארקע סאסייעטי מענטשען מיר זענען געהעריג וויליאמסבורגער איינוואוינער, מיר פרעיגן נישט קיין שאלות חלילה, מיר צאלן ערליך צי זיין אינעם שטאט, מיר שרייבן אלעס אינטער פארן מוסד, מיר וועלן גיין און אלע דרכים וואס מען האט אינז געלערנט, מיר שטעלן צי פארן סאסייעטי אלעס דינג, מיר זאגן נישט אפ קיין שום צוועק וואס קימט אינזער וועיג, מיר נויטן נישט אפ און צניעות, אינזערע קניען און שעסל איז אויס געהאלטן ככל החומרות, מיר שמירן נישט די אויגן חלילה, מיר גייען נישט קיין ווייסע היטן, מיר טראגען נישט מיט קיין עירוב, אינזערע קינדער דרייון נישט קיין שייגץ בייקס, מיר שפילן נישט קיין באל ככל הגוים, מיר גיבן אפ אינזרע שטימעס גענוי ווי אזוי אינזערע עסקנים וואס בליטיגן אוועק הייסן אינז, אלעס אינעם נאמען פון סאסייעטי, כדי די עסקנים זאלן האבן א גרינגע פעלד ווען עס קימט צי באקימען אויף ציריק פין די באערדע, די אלע גיטע זאכן וואס זיי זאגן צי.

מיר לאזען נישט אינזערע ווייבער דרייוון, מיר עסען נאר זאכן אינטער די שטרעינגע השגחה פון התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדא, מיר גאלן זיך מענער און פרויען, מיר טויבלן זיך נאר און היימישע מקוואת, מיר הערן נישט קיין ראדיא אדער חלילה קיקן טעלעוויזן, אדער ווידיא, מיר האלטן זיך איין פון גיין צו קאנצערטן, מיר ליינען ערליך אלע מופסים די כוללים תהילים וחצות, מיר שיקן חי רוטל ערליך, מיר נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה, מיר האלטן אויס אלע רבישע קינדער און אייניקלעך עד כי יבוא שילו, כאטש זיי טיען ליידיג גיין, מיר מישען זיך נישט פסח אפילו מיט גיטע השגחות, נאר מיט התאחדות, פרנסה שאני, און אזוי ווייטער.

אזוי זענען די יארן דורך געלאפן, און אים באמערקטערהייט, האט זיך מיר אינטער געריקט א דור וואס הייבט אן חתונה האבן, און איך האב זיך אויף געכאפט ווי פון א טיפער שלאף וואס האלט שוין אן באלד צוואנציג יאר, איך אליין האב געהאט א דירה ב"ה, על כן האב איך גיפא נישט געליטן פינעם מאנגל און דירות, אבער מיינע קינדער זענען אלע אויף צרות רח"ל, איך קען זיי נישט העלפען, יעדע איבריגע פעני ווערט דאך אפגענימען ביי אזויפיל נויטבאדערפיגטע, ווי אזוי קען איך אנהאלטן מיין געלט ווען דער עולם און א"י האט נישט פארן מינימאל צרכים, אפילו נישט אויף ברויט און וואסער, קען איך אויסגעיבן אויף דירה געלט פאר די קינדער בשעת עס זענען דא אזויפיל וואס ווארטן פאר קינדער בכלל און בוני עולם, אדער ארסי סיעס, ווי קען איך זיין א חי-ה און אפזאגען איינעם וואס שטרעקט א האנט ווען מיין קינד איז נאך נישט קיין חתן כלה, דער באשעפער וועט דאך העלפן, מען ברויך גלויבן, והא ראיה ונתנו גייט דאך הין און ציריק, איז עס דאך סך הכל א גיטע אינוועסטמענט, סתם א נערישקייט אוועקצילייגן געלט און א באנק, ווען אזויפיל קענען עס ניצן יעצט, אריין כאפן מצות און מעשים טובים איז מען דאך אראפ אויף די וועלט, נישט צי זאמלען געלט ווי א נער, איין דאקטאר ביל נעמט דאך אלעס צי, וויפיל מענטשען האבן נעבעך אלעס פארלוירן, נאר די נערנים לייגן אוועק, ווייסן מיר דען נישט אז מען לעיבט נאר איין מאל, שיינע קלידער, קאנטרי'ס, און אנדערע שווענדעראציא'ס איז זייער וויכטיג פאר שלום בית, און ווי עס שטייט דאך ימחה שמי על קידוש שמו, די אלע רעטאריק טיט דאס זייעריגע, און איז מוצא אלעס פאר אלע צוועקן און נערישקייטן, אבער ווען עס קימט די זמן החתונה און קיין דירה איז נישט דא, וואכט מען זיך אויף, יעדער באשילדיגט זיך אליינס, ווי איז געוועין מיין שכל, עס איז נאר דא אוועילעבל מיט גרויס פראטעקציט א סעלער, ווי דער סעליאלאר און די זין שטראלן כאפן זיך שוין נישט דארט אריין, אבער סיז א מציאה, אקעי די פאמפ פינעם בנין האלט און איין מאכן נויז, אבער דער עולם געוויינט זיך שנעל צי דערצי, ווען מען שלאפ שוין הערט מען עס דאך שוין נישט, און ווען מען איז אויף ברויך מען דאך לערנען אין שיל, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, והגיתם בו יומם ולילה, און סמוך לזה שטייט דאך והם לא ידעו דרכי, מיז מען דאך גיין און שיל, על כן פאר צוויי אלפים א חודש איז די דירה דיינס אויב די צאלסט פאראויס א יאר.

איך באשילדיג נישט מיט די מאמר די אלע לענדלארס מיט די דירות, ווייל מיין מיינינג איז אז ווי מער זיי בעיטן אויב צאלט מען זענען זיי בארעכטיגט צי בעיטן וויפיל זיי ווילן, אזוי ארבייט די וועלט, דושינסקי וויל וועין און אמת'ן בעין טויעזנט דאלר איין סקווערער פיס, נאר וואס דען דער עולם וויל נאר צאלן פיר הינדערט פינף און צוואנציג, על כן בעיט ער נישט מער, אבער לי יצייר דער עולם וויל יא צאלן טויעזנט וואלט ער זיכער געבעיטן טויעזנט.

אלזא וועימען איך קלער צי באשילדיגן איז אינזערע עסקנים וואס האבן קאנטראל אויפן געיגנט אויף יעדע זאך וואס איז זיי נוגע, אבער אז א חתן כלה ברויך נידערען א דירה טיף אינדער ערד די נאכט פון זייער חתונה, זיי מיזן האבן א נעוועגעישן סיסטעים צי געפינען זייער דירה און עס גייט ארויס פון רעינדש, ווייל עס איז אויפ א פארבארגען ארט וואס אלע סעטעלייטס כאפן עס נישט אויף.

ווי זענען די עסקנים וואס זענען מיט אלע אינזערע באדערפענישן פארנימען, ווען זיי ווילן עפעס נעמען זיי איין אלע זייטן פון א צייטינג, זיי קענען האבן גאנץ קרוינהייץ אויסטיילן פאפירן פאר אחים לדעה, זיי קענען ארים ריפן פערזעינליך יעדען טויעזנט מאל א טאג, אבער אויף למעשה איז קיינע האפענינג נישט דא פאר קיין דירות, פאר קיין נארמאלע פרייזן, און פאר דעים איז דא איין תירוץ, ווייל עס איז נישט דא קיין דירות, האט איינעם געשטערט אז די וואך איז געוועין 21 זכרים און וויליאמסבורג אויפן דבר יום'עלע אליינס, ווייסט איינער וואס דעיס מיינט און דירות, רבותי דעיס גייט פאר יעדע איינציגע וואך, א גאנצע קלאס א וואך, עטליכע פיפציג מאל א יאר, זענען מיר דען אזוי בלינד, אז מיר נעמען זיך נישט ערענסט מיטן דירות קריזיס, נאך אמאל מיינע חבירים, יעדער שטייט גלייך גילטיג צים פראבלעים, בשעת עס איז דא היינט ציטאג און וויליאמסבורג קע"ה דרייסיג כיתה אלף'ס און חדר בלי גוזמא, צווישן אלע תלמיד תורות, פארוואס שטערט אינדז מער די בייק לעין ווי דעיס אז מיר וואוינען ווי קעץ און ראטן, פארוואס שפיר איך אז מיר ברויך אנגיין אז מען גרובט און בית שמש, מער ווי אז מיר באגראבן זיך אליינס דא לעיבעדיגערהייט, מיר ברויכן מאכן אסיפות יעדען טאג אויף דעים, פליקאטן מיט די ריזיגע רעטאריק ברויך אויסשרייען אז אינזערע ביינער ליגן כדומן על פני השדה לעיבעדיגערהייט קום קרא אל אלקיך, מען מאכט פון אינז שפאס ווען מען גייט נאך געלט פאר כולל בוקר און אלט שטאט, אדער אנדערע מוסדות און רוסלאנד, אדער בויען א נייע מקוה טהרה און ראהד איילאנד, בשעת אינז זענען און א מלחמה צישטאנד.

אויב איינער מיינט אז איך טרייב איבער זאל ער מוחל זיין און ציגיין צי די לעצטע צוואנציג חתנים וואס האבן חתינה געהאט מיט זייער באשערטע למזל טוב, און פרעיגן ווי זיי וואוינען, און וויפיל זיי צאלען רענט, און אויב איז שייך אז זיי זאלן אזוי אנגיין פאר אייביג, וועט איר זיכער הערן דעים קרעכץ, אז עס איז עק וועלט, קימען דערנאך די וואס האבען געקויפט דירות פאר צוואנציג יאר ציריק, און פארדרייען מיר דעים קאפ אז מיר זאלן ארויסהעלפען א חשובה איד און ארץ הקדושה וואס איז געבענטשט מיט א גרויסע שטיב מיט קינדער, זענען זיי נארמאל, מען ברויך זיך נישט לאזן.

רבותי איך זעי נאך א ווייטיגליכע זאך, די עשירים וואס פארשטייען נישט דעים פראבלעים מיט דירות, ווייל זיי האבן שוין א דירה און זענען מער ווייניגער באקוועימט, גייען דערנאך און בויען גרויסע שילן פאר מיליאנען דאלארן, קטונ'ען אוועק געלט ווי עס וואלט געוועין מיסט, אבער די זעלבע חברה וואס טיילן צדקה, וועלן נישט פארשטיין אז זייער מצוה איז נישט וויכטיג, מיז דען דער יאוואשנער האבן א שיל און א ווערט פון זיבן מיליאן, און מיר אלע מיזן פאטשען מיט די הענט פאר די אלע נדבנים וואס לאזן זיך אויסריפן פאר די אלע צוועקן, בשעת מיר קליינע ווערן ציטרעיטן אויף שטיקער.

ווען קרית יואל האט זיך געבויעט האט דער רבי ז"ל ציזאמען גענימען מיליאנען דאלארן, און געבויט א קרי-ה מיט בליט און שווייץ, יעדער וואס האט געוואלט א ברכת קדשו פינעם רבי'ן האט געברויכט געיבן פארן קרי-ה געלט, היינט נעמט מען ציזאמען די מיליאנען און מען בויעט בנינים און וויליאמסבורג, נייע סקולס, און חדרים, אלעס אז דער צד שכנגד זאל פלאצען מער, אבער מיר קליינע נערנים ציטרעיט מען אויף שטיקלעך, מיר אינגעלייט האבן נעבעך נישט קיין האפענינג, וויי איז יעדעס קינד וואס ווערט דא געבוירן.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

:like
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
נאה דורש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 02, 2013 10:54 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך נאה דורש »

זיך איינגעשריבן דיר צו לייקן. זייער גוט ארויסגעברענגט. איך טראכט נאר אז ווער איז שולדיג? יעדער ווארפט ארויף די שולד אויפן אנדערען.

1) די ווייבער ווייל זיי ווילן נישט איבערלאזן וויליאמסבורג
2) די עלטערען וואס פארטרייבן נישט די קינדער צו גיין וואוינען און ביליגערע פלעצער
3) די מענער וואס מופן נישט
4) די בילדערס
5) די אכטער חלק וד״ל
6) די עסקנים און די רבנים וואס מאכן נישט קיין תקנות (כעין שליסל געלט)

און אזוי ווי יעדער ווארפט אוועק די שולד פון זיך קוקט מען אזוי אויס.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

מען דארף מאכן אן "אתרא קדישא" ארגענעזאציע וואס זאל יעדן טאג פאמפן וועגן די דירות קריזיס. שטופן די אינגעלייט צו זוכן א נייע אתרא צו מאכן הייליג. מען דארף וואוינען אזוי ווי אינדערהיים פארשפרייט אין אלע שטעט.

היינט צוטאגס איז טויזענט מאל גרינגער!

ס'איז דא טעלעפונס - צו רופן יעדן טאג די מאמע פרעגן וואס צו מאכן פאר נאכטמאל
ס'איז דא UPS - אויב מען ווילן שיקן פרישע חלות וואס מען האט געמאכט
ס'איז דא טעקסט מעסעדזש - צו שיקן לשון הרע'ס
ס'איז דא פיקטשער מעיל - צו שיקן א בילד פון די נייע סטרעדשי פרעגן אויב עס איז CUTE
ס'איז דא עמעזאן פולפילמענט - מען קען האבן פרנסה ווי אימער
ס'איז דא אינטערנעט - צו קענען מיטהאלטן מיט אלע צימעס וואס מען קייעט איבער אין מקוה - אדער מיהאלטן די RCCS AUCTION
ס'איז דא קארס - צו קענען קויפן און צוריק טראגן די עיר קאנדישאנס צו וואל מארט
ס'איז דא עירפלעינס און מיילס - צו קומען צו פליען צו יעדע אפפשעררן THEME ברעיקפעסט
ס'איז דא SKYPE - צו קענען ווייזן די אריגענעלע משלוח מנות וואס מעטשט צו די קאסטיומס
ס'איז דא פעקס מאשינען - אויב מען ברויך צו חתמ'נען די תקנות פון די צענטראלע קהלה
ס'איז דא קול מבשר - צו וויסען אז א פארשוין האט געקוקט בייזוויליג אויף א איד מערטיל קארנער דיווישאן
ס'איז דא YOUTUBE - צו קענען מיטהאלטן די גהויבענע מצוה טאנצען
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

האט איינער באמערקט אז פון א שטילן דארער גנדי איז געווארן א ראש המדברים בכל מקום לעצטנס.
דער גנדי האט זיך זיכער איינגעשריבן אין להשיג אדער פראדאקטיוו קורסעס.
ס'רינט פון אים די זעלבסטזיכערקייט.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

נאה דורש האט געשריבן:זיך איינגעשריבן דיר צו לייקן. זייער גוט ארויסגעברענגט. איך טראכט נאר אז ווער איז שולדיג? יעדער ווארפט ארויף די שולד אויפן אנדערען.

1) די ווייבער ווייל זיי ווילן נישט איבערלאזן וויליאמסבורג
2) די עלטערען וואס פארטרייבן נישט די קינדער צו גיין וואוינען און ביליגערע פלעצער
3) די מענער וואס מופן נישט
4) די בילדערס
5) די אכטער חלק וד״ל
6) די עסקנים און די רבנים וואס מאכן נישט קיין תקנות (כעין שליסל געלט)

און אזוי ווי יעדער ווארפט אוועק די שולד פון זיך קוקט מען אזוי אויס.

די דאזיגע תגובה איז געווידמעט נאר כלפי די אינגע לייט, און אינגע ווייבלעך, וואס זיי זענען זיכער נישט שילדיג, זיי האבן נישט קיין אכטער, עס איז נישט נארמאל אז א אינגע קאפל זאל אוועק פארן ווייט פון די עלטערן תיקף נאך די חתונה, גערעכט אז עטליכע יאר נאך די חתונה זענען זיי שוין אליין שילדיג אויב זיי באשליסן אז זייער געביין זאל בלייבן דא און וויליאמסבורג, אבער יעדער ברויך פארשטיין אז גלייך נאך די חתונה ברויך נאך דאס פארל ווערן געפלעיגט, אפגעווארט, אויסגעגראדט, ביז זיי קענען זיך שטעלן אויף די פיס, און ערשט דאן איז ערווארטעט אז זיי זאלן אפטראגן, אבער לדאבוננו פאסירט דאס נישט, ווייל זיי האבן געפינען א לעכל וואס גייט אריין ראשם ורובם ממילא טיען זיי א געפעליגקייט פאר קידשה בריך הוא ושכינתי, און זיי בלייבן שטיצן די הייליגע מוסדות ביז מסירות נפש, א בראך אויף קאלאמבאס.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

שוין צייט צו נעמען די זאך אינדערהענטאריין. אינגעלייט נעמט אייך צוזאם צען משפחות באזעצט אייך ווי די אויגן טראגן אייך. אמעריקע איז גענוג גרויס. זאלן אויסשפראצן הינדרעטער ישובים יעדער זאל זיך אריינפאסן ווי ער פילט איז זיין שורש נשמה. עס דארף זיך ענדיגן דאס פאניגן אידישע קינדער ווי קוראפטירטע פירער/פארפירער באדן זיך אין אידיש בלוט. רעוואלוציע!
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

סאיז דא וואס האבען ליב די סיטי לייף און ווילען נישט פארען וואוינען אין א דארף
זיי קענען אבער נישט עפארדען צו וואוינען אין די היימישע וויליפעסט און ב"פ וואס איז טייערער די ריל עסטעיט פין מענהעטען
אבער אפילו אין די סיטי קען מען טרעפען גענוג און נאך ביליגערער געגענטער
מדארף זיך אנהייבען אהין צי ארויס מופען נישט בלייבען סטאק אין די היימישע געגענט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
galitzyana
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:22 am
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך galitzyana »

?How about marine park? How about old mill Basin
?How about Canarsi
שמו יגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך שמו יגער »

קרעקער האט געשריבן:סאיז דא וואס האבען ליב די סיטי לייף און ווילען נישט פארען וואוינען אין א דארף
זיי קענען אבער נישט עפארדען צו וואוינען אין די היימישע וויליפעסט און ב"פ וואס איז טייערער די ריל עסטעיט פין מענהעטען
אבער אפילו אין די סיטי קען מען טרעפען גענוג און נאך ביליגערער געגענטער
מדארף זיך אנהייבען אהין צי ארויס מופען נישט בלייבען סטאק אין די היימישע געגענט

דאס וואס די זאגסט אז זיי האבן ליב סיטי לייף מיינט נישט באמת די סיטי אזוי ווי מענהעטען אין דאס גלייכן
די וואס שרייען איך קען נישט ארויס פון די סיטי זאגט ער (אין אסאך האבן מיר מודה געווען אז דאס איז זייער געפיל....)

אז איך בין צוגעוואוינט צו די פאפערייען פון די היימישע האנדא אדעסיס
אז איך בין צוגעוואוינט צו די טרעפיק פון לי עוועניו אין דרייצענטע אווענוי
אז איך בין צוגעוואוינט צו די פילע בתי מדרשים אין כאפן א מנין שחרית מנחה מעריב 24\7
אז איך בין צוגעוואוינט צו זען נאר יודישע צורות אויף די גאס (על פי רוב...)
אז איך בין צוגעוואוינט צו א פורים מיט מוזיק אין די גאס,סוכות מיט 20 אתרוג סוחרים, שבועות מיט 15 בלומען סטענדס וכו'

אוודאי ווען איך וועל מופן קען איך אלעמאל צוריקומען פאר די מאמענטן אין תענוגים וואס פעלט מיר אבער עס איז א שלעפ אין עס איז נישט די זעלבע
ממילא פירט ער אויס וועל איך "דא" וואיונען אין באצאלן ווי א טאטע!
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

נאה דורש האט געשריבן:זיך איינגעשריבן דיר צו לייקן. זייער גוט ארויסגעברענגט. איך טראכט נאר אז ווער איז שולדיג? יעדער ווארפט ארויף די שולד אויפן אנדערען.

1) די ווייבער ווייל זיי ווילן נישט איבערלאזן וויליאמסבורג
מערסטענס אידאס זייער שולד

2) די עלטערען וואס פארטרייבן נישט די קינדער צו גיין וואוינען און ביליגערע פלעצער

אויך א סברא, ס'נאר שווער דן צו זיין אז עלטערן זאלען ממש פארטרייבען
3) די מענער וואס מופן נישט
4) די בילדערס
5) די אכטער חלק וד״ל
6) די עסקנים און די רבנים וואס מאכן נישט קיין תקנות (כעין שליסל געלט)
אויכעט עתידין ליתן דין וחשבון פאר'ן נישט צולייגען א שטערקערע פלייצע גראדע לעצטענס האבען יא פארשידענע רבנים צוגעלייגט א פינגער

און אזוי ווי יעדער ווארפט אוועק די שולד פון זיך קוקט מען אזוי אויס

ב''ה לעצטענס איז דא וואס נעמען אויף זיך די שולד און צוביסלעך ווערט עפעס
זייט מתפלל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרישער: קודם א שהחיינו און מחי' המתים...אמן. נקדישך....: דו האסט מיך ממש אויפגעפרישט מיט דיינע ווערטוער. ס'איז כמים קרים על נפש עייפה, ווי הרב ישראל מ. סופר, שליטע איז זיך נויהעג צו זאגן. דער דירות קריזיס איז לפענ"ד דער קריזיס נומער איינס. ס'וועט מוזן קומען צו עפעס א דורכברוך אין דעים עניין. אדער מ'וועט זיך אויסשפרייטן אין אנדערע אידישע און נישט אידישע געיגנטער אדער גאר אין אנדערע שטעיט איבער אמעריקע. אבער כל זמן א יעידער וויל בלייבן אין זיינע ד' אמות וואו ער און זיין זיידע זענען געבוירן און צאלן יעידן פרייז וואס די גאזלאנים, די שיינע אידן פארלאנגען וועלן זיי האבן א געלעיגנהייט צו צאפן דאס בלוט ביים עוילעם און נאך באקומען שיינע עליות שבת אין ביהמ"ד. נאר ווען דער עולם וועט ברעכן די געוואוינהייט אז מ'מוז וואוינען דארט וואו די באבע וואוינט און מ'טאר ח"ו נישט אוועקמופן צו א צווייטע געיגנט וועט זיך טוישן דער מצב. :x :roll: :shock:
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

פרישער,
א שאד מען קען נישט לייקן 100 מאל אין איין שאט איך זעי דאס איז געשריבן געווארן בנשימה אחת עס דערקענט זיך דיין שטארקע ווייטאג פין צווישן די שירות אין די זעלבע הער איך פין מיינע באקאנטע אין וויליאמסבורג, אבער מיר קוקט אויס אז עס שטינקט שטינקט פין קאפ,
קען איינער מסביר זיין וואס אין די גיהינם א נארמאלע מענטש האט צי זיכן אין ווילימסבורג אלעס איז א חשבון פין power, control די רבנים וילן האלטן יעדען אינטער זייער נעגל מניצט די קינדער פאר סטראזשינקעס אלס מיט ליגענטס אין ווער סטראכט זיך נאר א קעיגן שטעלין גייט אריין אטאמאטיק אין השכלה ריכטיג העלבראנץ קולט סטייל אפילו מען זאל ציצאלן דארף מען נישט וואוינען אין אזא פלאץ
!!I might be a psychic, But I am not a profit
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

טייערע חברים ישבי בית קאווע, קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע לייקס איש בשמו יבורך, איך ווייס אז דער ענין איז נישט מוגבל אויף וויליאמסבורג, עס איז נישט דא קיין איין שיינע איד וואס זאל זיך אימקיקן אויף אינזערע פראבלעימען, אלע האבן אינז געלאזט פאלען, יעדער קויפט אינטער גאט דער מיט א דרשה דא דער מיט א פראטעסט, דער מיט זאמלען געלט פאר מוסדות און ארץ ישראל, אויב ער האט בכלל דארט מוסדות, יעדער איז ביזי פארוואס עס איז דא מגיפות מיט יענע מעשות, יעדער איז ביזי ווי נאנט מיר ברויכען זיין צים אויבישטען, יעדער איז פארנימען מיט שמעלצערס בארד, אלעס איז פיין ווי לאנג כלל ישראל איז על הגובה, יד ישראל איז שולט בעליונה, אבער ווען מיר זענען געוועין און געטא און די לאגערען, און אלע מיני באראקען און געטיען צוואנגס ארבייט פאר די דייטשען האט קיינעם נישט געשטערט די קלייניקייטן וויפיל אירע מלען זיך און סיביר, מיר האבן אלעמען געזאגט אנטשולדיגט איצט איז א שעת חירם, ווען מיר וועלן איבער לעיבן די גאז קאמערען וועלן מיר זיך קימערן מיט די אלע וויכטיגע ענינים, פארוואס זענען אינז אנדערש, פארוואס שטערט נישט קיינעם אז א אינגע פאר פאלק ברויך איינצאלן פאראויס רענט א יאר פארשטייט זיך א חתיכה הראייה להתפגל, ואין פוצע פה, מיר באגעניגן זיך מיט הערן א האק אפ פון די שובבים תורה און די פילע וואך וועט זיכער מיט ברעינגען כל טוב סלה.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פרישער איך מיין גארנישט, אבער מאכסטעך בכלל נישט וויסענדיג פונעם נייעם צוקונפטיגן שטעטל קרית ייטב לב בלומינגבורג ניו יארק? קוקט אויס אז איימיצער האט זיך יא געקימערט. אודאי איז עס נישט לשמה, אבער צדקה על מנת שיחיה בני (ועל מנת שימות אחי...) איז פארט צדקה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

שמעקעדיג,
אר יו נאטס? פאר דעים געלט קען מען שוין גיין וואוינען צו העלבראנץ שטעטל
!!I might be a psychic, But I am not a profit
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

לכבוד [tag]שמעקעדיג[/tag]

אוודאי קיק איך שטארק ארויס אויף נייע שטעיטלעך, איך האף אז אלע נייע שטעיטלעך וועלן זיך אויסארבייטן, איך האף בלומענבערג, לעיקוואד, און טשעסטער, און נאך, אלעס וועט לינדערען דעים מצב, איך לויב אלע וואס שטיין דערינטער, איך וואונטש זיי סיעתא דשמיא,

אבער מיך שטערט זייער שטארק ווען דער קריזיס איז נאר א קליינע זייטיגער פראבלעים, מיר אינגע לייט, דער המון עם, דער עוורעדש איינוואוינער, די מיטעלער ביז ארעמער קלאס וואס ברעכען אינטער, די שפירן נישט אז עס זאל וויי טיען פאר די רייכערע און עסקנישער קלאס, מיר שפירן אז ביי זיי איז הויפט פראבלעים אז מען גראבט און ארץ ישראל, אז מען האט אינטערנעץ, אז מען טראגט מיטן עירוב, שמאל און געפאסט, די אויסערליכע צירה פינעם שטאט, מען נעמט געלט פון די מדינה, אז ר' אברהם סלאנעם אטעמט, אז מען האט געכאפט איינעם זאגען דוד שמידל אן קיין ר', אז עס איז דא צומות בגידין, די אלע זאכען מיז מען קער נעמען, און ווען דער אייבישטער וועט בעשערן אז אלעס וועט זיך מסדר זיין, וועט מען זעין וואס מען קען טיען וועיגן די דירות פראבלעים, מיר שפירן אז ווען עס עפענטס זיך משה'ס פלעיס צי א גל-פז, דאן איז עס די רעידע פון שטאט, אלעס פארט אויף רעידער, די גאסן פיל מיט פאפיר, די האטעלן יעדער דעבאטירט, יעדער איז ביזי, אבער ווען א חתן כלה גייט און קעילער איז נישט קיין שום נייעס, אזוי קימט עס, ווען א אינגער מאן באצאלט צוויי טויעזנט טאלער א חודש פאר א דירה וואס איז פטור פון מזוזה, ווייל עס איז און כלל פון דירה מסריחה, שטערט קיינעם נישט, עס איז נישט קיין נייעס, קיינער קיקט זיי נישט נאך, קיינער מירמלט נישט אינטער זייער ריקען, קיק נעבעך א פאר פאלק וואוינט און א סעלער, אה אבער אויב גייט ער מיט א בעג איז יעדער הויפט מחותן עימען צי דערגיין די יארן, אפגעזעין וועלכע חסיד ער איז.

איך גיי נישט דא אריין און וועלכע עוולה איז יא אדער נישט וויכטיג, איך זאג נאר אז מען ברויך נישט זיין איינשטיין אויפציכאפן אז קיינעם גייט נישט באמת אן, אז א חתן כלה א וואך פאר די חתונה האט נאך נישט קיין החלטה אויף קיין דירה.

אבער ווען דער רבי ר' זלמן לייב האלט א רעידע, אדער ווען ר' אהרן עפענט זיין פה קדשו, וואס שטערט זיי, וואס ווילן זיי אז עס זאל ווערן געטוישט ביי אינז, אויף א ליסטע פון איינס ביז צעין, וועט יעדער פארשטיין, אז אלס נומער איינס וועט נישט זיין אידישע קינדער דארפן דירות, אפילו מהרז"ל וואס לייגט יא א געוויכט אויף א קרי-ה לשמו ולזכרו פינעם הייליגען ייטב לב, איז עס אויך נישט זיין נומער איינס פראבלעים, ווען צוויי וויליאמסבורגער רבנים טרעפן זיך צינויף, למשל ווען מהרז"ל צי מהר"א טרעפט פאפא רב שליט"א, אדער ווען התאחדות מאכט א רבנים מיטינג, וואס קען מען טיען אין שטאט וואס רעדן זיי, צי וועט מיר איינער זאגן אז די ערשטע אדער צווייטע זאך איז דירות, אדער א שיינע תורה אויף די סדרה, און צי די וואסער איז געפילטערט, אדער ווען וועט מען שוין קענען עסען טרויבן אויף מיטאג, איך גלייב שווער אז זיי דיסקאסירן וואס קען מען טיען וועיגן די פראבלעים פון דירות.

ווען דער רבי ז"ל האט געבליטיגט וועיגן די ציונים האט קיינער נישט געהאט קיין ספק וואס עס ליגט אים אויפן מוח, עס איז געוועין הימל ערד מיט די ציונים, אין יעדע פסוק איז געוועין מרומז די ציונים, יעדע דרשה, יעדע רב וואס איז געקימען באזיכן, אלעס איז געוועין ציונים פארוואס ווייל ער איז געוועין פאָקעסט, ער האט געדרייווט א מערכה, ער האט גערייצט זיין עולם, ער האט געוואלט אז ווען צוויי סאטמערע אינגעלייט טרעפן זיך זאלען זיי רעדן נאר אויף די ציונים, ווען ער האט געבויט דאס שטעיטל זאגן אלע אז יעדער וואס איז געקימען נאך א ברכה האט ער געפרעיגט פארוואס ער מאפט נישט צי ק"י, ער האט געריסן געלט ביים עולם פארן קרי-ה, ווען איינער האט אים געוואלט מהנה זיין האט אריין געברעינגט געלט פארן קרי-ה, ער האט געמאכט זיכער אז יעדער זאל וויסן וואס ער גלייכט יא אדער נישט, ער אליין דער רבי האט ארויסגעריקט קיין מאנרא, דארט געוועין ימים טובים, ביז עס האט זיך איינגעגעיבן, עס איז נישט געוועין א דרשה דא דארט און אריין געטייטשט און א פסוק, אויף יוצא זיין.

על אלה אני בוכיה, עלי אינגעלייט וואס האבן נישט קיין פעני צי זייער נאמען, גלייך נאך די חתונה, עלי אינגע ווייבלעך וואס מיזען זיין טיטשערס פאר הינדער פינף און צוואנציג דאלער א וואך, עלי קאפלעך וואס קענען געניג שווער ארבייטן צי באצאלן זייער רענט, עלי מיטל עידש טאטעס וואס לייגען זייערע באליבטע קאפלעך נאך אויסגעיבן כל אשר להם וגם לרבות חובות, און זיי דערלעיבן צי זעין זייערע קינדער באגראבן לעיבעדיגערהייט, עלי אינגע עשירים וואס ווערן אריין געזייגט דורך די געשליפענע צי געיבן זייער געלט אויף אימנויטיגע צוועקן, און באקימען כבוד המדומה מיט שיינע ליילעכער און גאנצע פעידש און זייער צייטונג ווען זיי מאכן חתונה, פון די א"ג מוסדות און א"י, זיי שפירן זיך נעבעך גיט ווען זיי ערפינדען אינטערנעט פילטערס אדער האבן פערזעינליכע גבאי צדקה וואס פארטיילן זייער געלט פאר עניי א"י, און א צייט וואס דער עניית דאהו איז אין לשער, וועין נישט וואס דער פעטער סעם ווארפט אריין די פיי סמך וואלט מען געשטארבן פאר הינגער און די גאסן פון וויליאמסבורג, וועין נישט מעדיקעיד וואלט קיינער נישט געקענט גיין צים דאקטאר ר"ל זיך היילן ווען מען איז חלילה נישט געזינט, קיין איבריגע פריטה און קעשענע איז נישט דא, אבער צדקה פאר ר' מאיר בל הנס, דאס איז דער שליסל, יעדע שמוגרישער צוועק, דאס איז דער סיבה פארוואס מיר ליידן, ווייל מיר לאזן זיך נישט אריין נערן, וועיגען דעים זענען מיר שילדיג אליין, מיר האלטן אפ די צינורות אראפ צישפריצן די אלע ישועות, מיר האבן נישט קיין שכל, על אלה אני בוכי-ה.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חוץ דיינע אמת'ע נקודות, וואלט איך געוואלט נאך 10 מאל לייקן פאר דיינע צחוק-מכאיב'דיגע אויסדרוקן, עפעס נישט נארמאל, איך לאך מיט טרערן און די אויגן......
וירח ה' את ריח הניחוח
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

פרישער, ווי ביסטו איך מיז דיך געבן א קיש
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

כ'האב היינט געהערט פון א MORTGAGE BROKER וואס טוט די עיקר פאר מידל קלאס גוים (אסאך זענען יניאון ארבייטער) זאגט ער, אז % 70 פון זיינע קליענטען בעטן 30% -50% ווייניגער ווי די מארקעט רענט, וואס מאכט זיי שווערער צו באקומען א מארדגעטש, אויף די פראגע פארוואס מ'בעט אזוי ווייניג? זענען די געווענדליכע תירוצים. זי איז עלענד און באקומט ווייניג סאשעל סעקויריטי, זיי האבן 3 קינדער און זיי מוטשען זיך, זי איז א סינגעל מאם מיט א קינד, ער איז מיין צווייטע קאזען, זי גייט שוין 20 יאר מיט מיר יעדע זונטאג אין ק. און נאך. סך הכל א טענענט אינם אייגן הויז איז נישט קיין מאני גרעבינג מאשין, ס'איז א שכן, א סעקוריטי און א פריינד.

איז דאס יושר אז ווייל בי אונז קען מען האבן 12 איידעלע משפחות אין א דאזען קען מען רייסען רענט נאר ווייל דאס איז די מארקעט רענט???
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

באלד א מציאות נעבעך
ל.רוזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: דירות קריזיס

שליחה דורך ל.רוזן »

ווילט איר באמת וויסען ווי טיף אונזער דירות פראבלעם איז ? רופט 9785719768. הערט שטוינט אין האט הנאה


Sent from my SGH-T599N Using ForumTouch for Android
איך הער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 06, 2014 9:17 pm

שליחה דורך איך הער »

ווער דארף צו מופן !!

ווי מען גייט ווי משטייט הערט מען ״וואס גייט זיין דא און וויליאמסבורג,״ סאיז דא אידן זיי מאכן חתונה אבער א דירה איז נישט דא פאר די נייע פאר פאלק.
די רייכע וועלעכע קענען אויסלייגן א געוואלד מיט געלט אין זיי קויפן א דירה און פין די אנדערע זייט די ( average ) אידן וואס סאיז רוב אידן דאהי, זיי העלפן באצאלן די הימעל שרייעדיגע רענט פאר זייערע קינדער. וואס זיי האלטן נאכן זיך ציזאמבארגן חתונה מאכן דארפן זיי באצאלן זייער רענט. (געוואלד געשריגן)
פארגאגענע וואך קומט צי מיר א איד ער זאגט מיר ער האלט ביים חתונה מאכן אבער א דירה איז נאך נישט דא ער ווייסט נישט וואס צי טוען. זאג איך אים שיק זיי קיין מאנסי אדער קרית יואל ער קוקט מיך אן פון די לבנה אראפגעפאלן. איך זאל פארשיקן מיין קינד נאוועי. פרעגט איך אפשר זאלסטי קודם גיין נאכדעם דארפט מער נישט פארשיקן דיינע קינדער.
פרעגט איך ? ווען מען זאגט מען דארפט גיין פין דא ווער זענען די חברה וואס דארפן קודם גיין דער אינגערמאן וואס ער האט א קינד צויי אדער דריי אדער דער וואס שוין שיינע שטוב און האלט ביים חתונה מאכן. ערשטנעס זיינע קינדער וועלן האבן דירות נעבן אים אויך וועלן זיי נישט דארפן באצאלן די הויעכע רענט!!!!!
פארשפארט