די אָנהייב פון מיין לעבן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

פאר איך זעץ פאר, און כ'וויל שילדערן פונעם פריערדיגן חתונה בבית סקווירא, אינעם יאר תשמ''ז, דערמאנט עס מיר א שטארקע קאנטראסט וואס מ'זעט צווישן יארן, סיי פון דעמאלט ביז היינט, און בכלל פון אמאל פאר מיינע יארן, ביז אונזערע תקופות.
אמאל אינעם אלטן היים איז געווען דאס פארגעניגן פון געזאנג – חזנות! די געשמאק פון א געטראנק – א גוטע וויין! די אינטערעסאנטקייט פון א שפיל – טאלאנטירטע קונץ, און שעצונג פון א פראדוקט – האנט ארבייט צו נאטור.
היינט איז געווארן א פאקט, אז שיינע געזאנג איז - ווי מער מאדנע קולות און קרייען אין די וועלט אריין, איז א סטייל.. און חזנות איז א טפל. א געשמאקע טרונק - קען זיין גאזיגע סאדע, צו יעדע זאך וואס ציפט אדער זיס.. ווען ס'קומט צו קונץ מיינט עס ווי מער מ'שטעלט זיך איין די לעבן צו די כבוד, און א פראדוקט שעצט זיך ווי ביליג ס'איז, און ווי פאלטש גלאנציג ס'איז, און ווי סאך כ'וועל זיך נישט דארפן אנשטרענגן א דאנק דעם.
פארוואס שרייב איך עס יעצט?
ווייל כ'האב מיך דערמאנט וויאזוי די חתונה האט דעמאלט אויסגעקוקט, אום יאר תשמ''ז, ווען א חתונה בתפארתה האט געטייטשט א גרופע קלעזמער, וואס בלאזן און האקן אריין דאס גאנצע ענערגיע אינעם שיינקייט פון א מעלאדיע.
מיר קינדער פלעגן נאכשפעטן דעם פייפער פון יענע חתונה, ווי ער איז רויט געווארן פון אנשטרענגונג, אבער די לעבעדיגקייט פונעם ארקעסטרע איז געווען דווקא נישט פון א בום באקס, צו פון פארטויבענדע ספיקערס, [דאס אויך.. אבער נישט דאס די עיקר,] נאר נאטורליכע קראפט און טאלאנט וואס די 'מענטשליכע בענד' האט אריינגעארבעט אינעם פייערליכען שמחה.
א פיאנא און א גיטאר און א פויקער איז געווען לעבעדיג פשוט פשט! ווי עס לעבט זיך האט עס נאך מער לעבעדיג געמאכט, וואס די היינטיגע מאשינען קענען באמת לאמיתו נישט ערפילן.
דאס איז נאר אגב, וואס כ'האב געשפירט אויפצומערקן ווי זאכן טוישן זיך מיט די דורות, ממש אזא קאנטראסט.
אין זיכרון ליגט מיר עפעס פון יענע שמחה, אז ס'עפעס געווען צוויי פארשטעלטע קונצן מאכער, וואס האבן באוויזן אחיזת עינים, מיטן שפאצירן אין די לופט אדער עפעס ענליכס, און מ'האט זיי פארשיקט. כ'ווייס נישט גענוי וואס האט געשטערט פארן אויבנאן, אבער פון דארט איז געקומען די הוראה זיי צו פארשיקן, און כ'מיין אז דער וויזשניצער רבי האט זיי געהייסן פארשיקן.
די חתונה דעמאלטס איז געווען אין מאנסי געגענד, און אינמיטן חתונה איז א וויזשניצער חסיד – אלטמאן אוועקגעפאלן טויט! מ'האט געזאגט אז איינער האט עהם פאר'סמ'ט, און די סדרנים האבן פראבירט מיט שטריימלען באלד עהם צו ברענגען לופט, אבער ס'געווען ערגער פון היץ, און מ'האט געזען אויף זיין פנים סימנים וואס קומט ווען מ'ווערט פאר'סמ'ט.
ס'האט מיך דעמאלטס זייענדיג א קינד פון ניין יאר, געמאכט אומעטיג אינמיטן די שמחה, און נאכמער ווען קיינער האט נישט געוואוסט קלאר וואס ס'האט באמת פאסירט.
יענער איז געווען איינער פון די שוויצערס, פון די סדרנים, און כ'געדענק טאקע, אז די סדרנים אין סקווירא זענען ביי די שמחות געגאנגען מיט א סאמעטענעם ארעם באנד, 'סדרן' אין א בלויע ווארע, און איינער האט געהאט אזא באנד אויפן האנט ארעם – 'סדרן ראשי' מיט א רוטליכע קאליר, און ר' ברוך בוקסבום איז געווען דער טשערמאן און אויסרופער ביי יעדע מודעה צו באפעל.
די חתונה האט זיך נאטורליך פארצויגן ביזן נץ החמה, אזוי זענען געווען די רעבישע שמחות בימים ההם, און אין מיינע געהירן הערן זיך נאך די פרימארגן געזאנג פון די פייגלעך, ווי א שטייגער מ'הערט יעדע יאר מוצאי פסח נאכן בעל שם טיש, אדער שבועות פארטאגס..

און רעדנדיג פון תשמ''ז, זאלט איר נישט בייז זיין, אז כ'האב מיך ווידער דערמאנט א אומפארגעסליכע עפיזאד.
יענע יאר האט מען געפייערט דעם חנוכת הבית פונעם נייעם בנין 'בית רוזמאן', וואס איז צוגעבויעט געווארן מיט פראכט און שיינקייט, צום אלטן בנין הישיבה – בית גרוס, אקעגן דעם שול.
כ'מיין ס'געווען א הכנסת ספר תורה אויך, און צום רייכן סעודה אינעם היכל הישיבה אויבן, זענען בחורים און קינדער נישט ערלויבט געווארן צו זיין אנוועזענד, און אין יענעם געלעגנהייט איז ערשינען דאס ערשטע מאל אין היסטאריע א סקווירא ספר, ס'איז געווען די ערשטע סקווירא זמירות לשבת, אין א קליינעם פארמאט.
געדענק איך, אז די עלטערע בחורים האבן געלאקערט אויף א קאר, וואס איז געווען פארקירט נעבן דעם טיר פונעם בנין, און האבן געזאגט אז דארט ליגן די באקסעס נייע זמירות'ן, און מ'דארף ארויס'לקח'נען פון דארט פאר יעדע פרייז אפאר שטיק, נאך פאר מ'טיילט עס אויס אויבן.
איך, זייענדיג א קינד, האב געהאט א שטעקעלע פונעם הכנסת ס''ת פאן, און א בחור האט א כאפ געטון פון מיין האנט דעם שטעקן, און דערמיט אויפגעפיקעוועט דעם טיר פונעם קאר טראנק, א מציאות וואס כ'ווייס נישט צו היינט וואלט מען עס געקענט טון צו עפענען א קאר, און מ'האט געכאפט..
אלע בחורים האבן גע'כאפט זמירות'ן און אנטלאפן, אויך איך האב געכאפט א זמירות'ל און אהיימגעלאפן און אין מיין קינדישע הערצל געבעטן גאט זאל מיר מוחל זיין פאר די גניבה.. כ'געדענק די שולד געפיל ביז היינט..

כ'האב דערמאנט 'בית גרוס', דאס איז געווען די אלטע בנין הישיבה וואס איז מנודב געווארן דורכן אלטער גרוס – א עושר א יוד נעבעך נישט קיין שומר תורה ומצוות, אבער מ'האט געטראפן היתרים צו נעמען פון עהם שטיצע אין גרויסן.
ס'געווען מנודב לעילו נשמות וואס זענען יא געווען ערליכע, און צו יעדע צייט פלעגט מען אויף דעם חשבון ציען נדבות פון דעם פילאנטראפ – מיסטער גרוס, ביז איין טאג האט דער אלטער גרוס זיך באקלערט צו קומען באזוכן זיין בנין..
א פחד איז באפאלן די עסקנים, ווייל דעמאלטס איז שוין געווען נאכן חנוכת הבית פונעם נייעם בנין בית רוזמאן, און זיין אלטע בנין בית גרוס האט אויסגעקוקט ווי א אלטער שטיבל אינעם יודישער קווארטל אין מאה שערים..
כ'געדענק נאך גוט די אלטע ישיבה אויסזען, נאך פאר מ'האט עס פריש רענערווירט אין מיינע יארן אין ישיבה קטנה, מיט א אנדערע אויסשטעל פון די צימערן פון דעמאלטס, און ווען מ'האט עס איבערגעמאכט האט מען ביים דור עלטער פון אונז, פארווישט די אלטע זכרונות וואס יענע ווענט זענען געווען עדות.
הכלל, מיסטער גרוס קומט צו פארן.. און מ'האט עהם אנגעגרייט דעם גאנצן פמליא פון די חדר קינדער און ישיבה בחורים וואס האבן עהם עמפאנגען אינעם הערליכע לאבי פונעם בנין בית רוזמאן, און כ'געדענק די פארצווייפלונג, ווען ער האט ביים אנקומען אין לאבי, באמערקט א צווייטנס נאמען שטיין אלץ נדבן.. מ'האט עהם פארפירט מיט קונציגע וועגן, און פארווישט דעם דורכפאל..

צוריק צום ערשטן כיתה אין ישיבה קטנה.
זעמער געווען פלאצירט אינעם גרויסן שטוב וואס האט געהייסן די בית מדרש קטן פונעם ישיבה קטנה, און איז פאקטיש געווען די דאווענען שטוב פאר די ערשטע כיתה.
ס'נאך געווען אפען צום לאבי, און כאטש ווען פלעגט דער משגיח נאכמיטאג נאכלויפן און אריינטרייבן די בחורים אין קלאס, ממש ווי א קינדערגארטן מלמד פראבירט צוזאם האלטן די שעפעלעך זאלן זיך נישט צעלויפן..
נעבן די כיתות, איז געווען די אפציעלע גרויסע קאווע צימער פונעם ישיבה, ווי אויך די ישיבה גדולה פלעגט קומען דארט זיפן א גלעזל ווארעמס.
ויהי בימים ההם, האבן די ערב רב פונעם ישיבה, די נושרים פון ישיבה, א סעקטע נידריגע בחורים אין עלטער פון אכטצן ניינצן יאר אלט, וואס האבן אראפגעווארפן פון זיך ממש אלעס, און עטליכע פון זיין אויך תפילין.
זיי האבן מיט כח איבערגענומען דעם שטוב, און דארט געמאכט זייער נעסט, און ווער ס'האט געוואלט נעמען קאווע, האט פאר זיי געמוזט באצאלן קאווע מעמבערשיפ.
א פאקט וואס איז היינט אומפארשטענדליך, אבער דאן אויך געווען זייער ווייטאגליך.
מ'האט זיי נישט געקענט פארשיקן פון דארט, ביז א לאנגע צייט, און זיי האבן שוין פארנומען מיט געוואלד, עטליכע שטובער אין ישיבה ואין מידם מציל.
אונז בחורימ'לעך וואס האבן געוואלט כאפן צוקער פון דארט, און ווען די יעניגע האבן אונז געכאפט, האבן מיר געכאפט מכות רצח ממש! און ס'געווען געפערליך און שרעקעדיג, אבער ס'איז ב''ה בטל געווארן פון זיך אליינס נאך א שטיק צייט, ווען די יעניגע האבן אפגעטרויטן פון דארט און זיך געטראפן זייער פלאץ ערגעץ אויסערן שטעטל ב''ה.
אזויווי זיי, ובדומה להם קומען אויף ליידער אין יעדע דור אזעלכע משחיתים און מאכן אן א שם רע פארן גוטן כלל, אבער ב''ה ס'בלייבט נישט איבער פון זייער עבר קיין זכר און נאר די ערליכע האבן א קיום און תכלית ביום אחרון.

יענעם יאר תשנ''ב, איז פארגעקומען נאך עטליכע היסטארישע זאכן, און איינס פון דעם איז געווען די אנהייב פונעם בויען דעם נייעם שול, וואס איז באמת געווען אז מ'האט צוגעבויעט צו די אלטע, וואס איז שוין געווען זייער קליין, און מ'האט געהאט אסאך פלענער וואס צוטון, מקודם האט מען געהאט א ערנסטע פלאן צו בויען אויף 'פראנקס בארג' א נייע שול פאר שבת קודש, אבער ס'געבליבן ביים פלאן.
און אביגדור אסטרייכער האט זיך אריינגעווארפן אינעם פלאן פון צובויען און איבערמאכן דעם שול אויף א ריזן פארנעם, האט דאס אנגעהויבן באקומען הויט און ביינער.
אנגעהויבן האט זיך דאס, ממש א וואך נאכן מסיים זיין דעם שמחת החתונה אין הויף, ווען מ'האט מיטן נדבה פון ר' שמחה לעפלער ע''ה אנגעהויבן דאס ערשטע שלב פון גרובען פרישע פודאמענטן, און ממש בהשגחה פרטית, אז יענע פרייטיג וואס מ'האט מיטן טרעקטער אנגעהויבן דעם ערשטן גרוב, יענע ערב שבת קודש איז ער ר' שמחה נפטר געווארן נאך א לענגערע שווערע מחלה, און ס'זיכער געווען בזכותו דאס נייע בוי פראיעקט.
דאס בוי ארבעט האט זיך פלייסיג געריקט פאראויס, און ס'געקומען א שטאק נאך א שטאק, און מ'האט לויטן פלאן פון צוזאמהאלטן ביידע טיילן פונעם נייעם שול – אינדזשענירט, אז מ'דארף לייגן צוויי מעכטיגע ריזן שטאלענע זוילען, אין די לענג פונעם היכל העתיד להיבנות.
און דאס איז געווען א היסטארישע סצענע פאר זיך.
אויך א פרייטיג איז עס געווען, ווען די ספעציעלע קרעינס זענען אנגעקומען, און אנשים נשים וטף זענען געשטאנען אין די גרופעס, אויף גאניקעס אויף די דעכער און ווי נאר מ'קען מיטהאלטן, ווי די צוויי מעכטיגע זוילן ווערן אויפגעהויבן און מחובר לטהור..
ר' משה האלצלער ע''ה, וואס ער איז דער וואס האט אלץ געהאט דאס קאפ אויפן פלאץ, און פארשריבן און פאטאגראפירט אלעס אין שטעטל צו יעדע צייט, אויך די אויספירליכע באריכט ביים בויען דעם שטעטל איז רוב בלויז פון עהם אליינס.
ער האט זיך יענע פרייטיג ארויפגעשטעלט אויפן דאך פונעם ישיבה, און נישט סתם אויפן דאך נאר אויפן העכערן דאך וואס איז איבערן היכל הישיבה אין צענטער, און נישט סתם נאר אויף א הויעכע לייטער, און מיט זיין קאמערע אפגעכאפט אסאך בילדער, און זיך צעשמייכעלט און זיך אנגערופן, אוי וועלן ענק מיך נאך דאנקן פאר די בילדער..
כ'געדענק אז נאך אנדערע וואס האבן געהאט קאמערעס [וואס איז נישט געווען אזוי מצוי ביי יעדן אין טאש ווי היינט..] זיי האבן עהם אליין – ר' משה האלצלער אפגעכאפט ווי ער שטייט מיט זיינע עלטערע כוחות אויפן לייטער און פאראייביגט זכרונות..
איך וועל נישט אריינגיין בפרטות וויאזוי מ'האט געלייגט די זוילן, ווייל ס'געווען א לענגערע ארבעט, שוין פון וואכן פארדעם מיט אינזשענערן וואס האבן געברויכט טעסטן די זוילן צו זיי זענען גרייט צו ווערן אויפגעהויבן, נאכדעם וואס מ'האט עס געליפערט אין שטיקלעך און עס דארט אויפן ערד באהאפטן, צו הונדערט פוס לאנג!
אין שול האט מען זיך נישט געקענט געפונען יענע פרייטיג, צוליב די סכנה ביים בויען, האט דער רבי זז''ג געדאווענט אין ישיבה, און טאקע פונעם דאך ווי מ'האט געקענט אריינקוקן דורך די היכל דאך פענסטערס, האבן מיר געזען ווי דער רבי איז זיך מתעטף בטלית און לייגט תפילין און דאווענט, וואס מ'קען זעלטן מיטהאלטן, ווייל דער רבי דאווענט דאך פארמאכט אין זיין שטוב.

נאך א גאר היסטארישע מעמד וואס איז פארגעקומען יענע יאר ב' ניסן צונאכטס, איז געווען די הנחת 'אבני הקודש', לכבוד די צובויען פונעם שול, האט מען מיט חשובע שטיינער פונעם גאנץ ערשטן שול פונעם שטוב פונעם רבין זצוק''ל און פונעם אלטן הויף אין אוקריינא, פריש געלייגט כעין א הנחת אבן הפינה, און דער רבי האט דערביי אויך געזאגט ספעציעלע פסוקי תהילים.
דאס התרגשות האט גאר געשטיגן, ווען הרב ר' אברהם חיים שפיטצער שליט''א האט געהאלטן א היסטארישער דרשה, וואס האט גאר אנגעווארעמט די הערצער.
און זיינע ווערטער ליגן נאך אין זיכרון ביי אלע וואס האבן עס בייגעוואוינט דאן, ווי ער האט געשילדערט ווי ער אליין האט געהאט די זכיה אנצוהאלטן דעם קאפ פונעם רבי'ן זכרונו לברכה אינעם טאג פונעם הסתלקות צו ביים לויה צו ביים טהרה צו ביים באהאלטן.
'דער קאפ' האט ער געזאגט 'האב איך געקלערט'.. האט בלויז געטראכט גוטס פאר יודען, האט בלויז געטראכט הייליגע זאכן..' דער עולם האט געלאזט טרערן ווי א טייך ביי זיין דרשה, און ס'געווען ווי מ'זאגט ממש אין פלאץ.
די אבני קודש האט מען געלייגט אויפן ארט ווי מ'האט ארויסגעבויעט דעם רבינס דאווענען שטוב, און עס שפעטער פארדעקט מיט גוטע שמירה אויף די הייליגע מטבעות וואס דער רבי האט דארט אריינגעטון ביים לייגן די שטיינער אלץ יסוד.
דער ציבור ביים סעודת הילולא יענע יאר, איז געווען אן קיין מספר.. ס'געווען אזא אנלויף און שטופעניש צום געדענקן..

לאמיר זיך צוריקקערן צו מיין אייגענע לעבן יענע יאר.
כאטש כ'בין געווארן באזארגט מיט גוטע חברותות אין ישיבה, האב איך דאך אבער נישט באלאנגט אינדערהיים.. פשוט דער כלל פון 'הוי גולה למקום תורה' האט געמיינט מיר אויך, פשוט צווישן די געשוויסטער בין איך געווען א איבריגע ווארצל.. און כ'האב פארפירט צו סאך.
כ'געדענק אז מ'האט איבערגעפארבט דעם קאפ אונזערע לכבוד פסח, און כ'האב געוואלט צייגן וואספארא שמאטע ווענט מ'בויעט היינט, האב איך אנע טראכטן א שטויס געגעבן אין וואנט,און כ'האב געטראפן מיין פוס אין א טיפע לאך אין וואנט..
אזאנס! איך האב געמאכט א גרויסע לאך אין די קאך וואנט.. איך בין געווען זיכער כ'וועל פארדעם כאפן.. אבער ס'אדורך בשלום, כ'ווייס נישט פארוואס, אבער שטיל בייסנדיג די ליפן האבן מיינע עלטערן אויך שוין געקלערט ערענסט, אז איך באלאנג אין א דארמעטארי, נישט אינדערהיים.
אבער קיינער האט מיך נישט געוואלט אננעמען אין ישיבה אין די פרעמד, נישט ווייל כ'האב געהייסן א פראבלעם, נאר ווייל מ'האט געזוכט דווקא מתמידים און גוטע קעפ, קיינער האט נישט געוואלט נעמען יענעמס שוואכע סחורה.. און נאכמער פון אלעס, אז מיין טאטע האט נישט געהאט די פראטעקציע וואס פעלט אויס, אריינצוריקן זייען זון אין א פאסיגע ישיבה, בין איך געבליבן אפזיצן נאך א יאר אינדערהיים פונקט ווי אין ישיבה, קלאצענדיג אין די ליידיגע פוסטע טעג און חדשים.
למען השם חול המועד, איז מער נישט געווען קיין רעדע צו פארן ערגעץ זיך לופטערן, ווייל חול המועד דארף א בחור לערנען.. נישט עפעס אנדערש.
האב איך פארביסן ציין און נעגל, און געשטופט די טעג, נישט געלעבט ווי א נארמאלער און נישט געלערנט קיין ווארט.
איין גוטע זאך וואס כ'האב יא געהאט יענע יאר, ווען כ'בין די ערשטע מאל אוועקגעפארן 'אליין' אויף א ווינטערדיגע שבת, קיין קרית יואל – צו מיין זיידע און באבע גאלדשטיין.
ס'געווען פאר מיר א מחי'ה'דיגע דערפרישקייט.
מיין זיידע האט געוואוינט דארט אין די שווימערס הייזער, און ס'נאך געווען א שניי יענע שבת, און כ'האב געשפירט א געפיל פון אייגענקייט אין א רואיגע שטילע אטמאספער.
מיין זיידע האט מיך אפילו פארגעהאלטן נאך שבת, היתכן ביים אויסרופן מיר צום תורה, אינעם ישמח משה שול דערנעבן, האב איך צו שטיל געזאגט די ברכות, ס'וואלט עהם געווען א כבוד ווען זיין אייניקל פון סקווער זאגט הויעך די ברכות..
אבער איך האב דאך מיך געשעמט מיט מיינע סקווערע מעשים, סקווערע פיאות און הברה און נוסח..
אבער ס'געווען א שבת צום געדענקן!
המשך בא יבוא בעזרת ה' הטוב
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

דעם יאר תשנ''ב ווען כ'בין געווארן פערצן יאר אלט מיט געזונט, איז געבוירן געווארן אין סקווערן שטעטל, דער צווייטער קינד אינעם זעלבן געבורטסטאג ווי איך.
דאס טייטש, די צווייטע ברית אום פורים – אינעם היסטאריע פונעם סקווערן שטעטל.
א חסידישער יונגערמאן איז צוגעקומען צו מיר דאן, און פארציילט, אז נאר וואס היינט האט דער רבי שליט''א עפעס דערמאנט דערוועגן, אז איך בין געווען דער ערשטער ברית פורים אין שטעטל, מיט פערצן יאר צוריק, אבער נאר וואס א יאר דערויף, האט דער רבי זז''ג אליין געפראוועט א ברית פאר א אייניקל אום פורים.
דאס ברי''מ פון הרב מרדכי בן ר' יושעלע טווערסקי חדב''ן, איז געווען בעצם יום הפורים, און כ'געדענק טאקע אז ס'געווען א שמחה כפולה ביום ובזמן ששון ושמחה.
אגב, אין מיין זיכרון ליגט מיר עפעס איינע פון יענע יארן, צוויי יאר איינס נאכן אנדערן, וואס ס'איז פארגעקומען דאס ערשטע נאכט פורים, א שפיל אין היכל פונעם שול, לטובת חסד דשיכון סקווירא ווי יונגעלייט האבן פיין אויסגעשפילט די צוויי שפילן, 'די צוויי בוטשערס אין קראקא' און 'וולאדאמיר-וועלוול ווערט א בעל תשובה'.
ס'נישט געווען יענע יאר ווען מאטל טווערסקי איז געבוירן, ווייל דאן איז געווען א גרויסארטיגע וואכנאכט סעודה באישון ליל, אבער איינע פון די ערשטע 'נ' יארן.

דאס יאר איז געקומען צו א ענדע, און ביים זאגן תחל שנה וברכותיה, האט מען באנייעט שוין דעם נייעם היכל, נאך פראוואזאריש.. אבער א דאנק דעם וואס מ'האט געגאסן די פאדלאגע פון צעמענט, האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א שפאציר איבערן נייעם חלק, און ס'נאך געווען אפגעטיילט מיט ווענט, די אלטע היכל און די חדר שני – די כולל, און דאס נייע גיגאנטישע היכל החדש.
כ'וויל שילדערן ווי שטארק ס'געווען א נחיצות צו פארברייטערן דעם שול לטובת די ריבוי המתפללים, אז די אלטע היכל איז געווען אזא געדרענג, יעדע איינציגע שבת, שוין אפגערעדט א שיינעם שבת צו יו''ט, אז יעדע טיש האט מען ברבות הימים אפגעהאקט די זייטן פון אלע זייטן.. אבי ס'זאל ווערן אביסל מער הרחבה, און דאך האט עס נישט צוגעגעבן אסאך פלאץ.
און ווי כ'געדענק, אז מ'פלעגט דאך זיצן מער ווייניגער משפחות ווייז אויף א טיש, און יעדע משפחה צו טיש האט זיך געהאט זיינע געציילטע טיילס.. ווי מ'איז געצוואונגען געווען זיך צו האלטן די אטעם אריין, ווייל א אינטש ארויס איז שוין געווען א צווייטנס זיץ פלאץ, צו שטיי פלאץ..
ס'ליגט מיר אין זיכרון, אז ס'האט פאסירט אמאל עפעס, וואס מ'איז פרייטיג צונאכטס צוריקגעגאנגען צום אלטן היכל אויף איין תפילה, אפשר וועגן א בלעק-אויט צו וואס.
אבער ס'האט אויסגעקוקט אזויווי יענער וואס האט פראבירט נאכן אריינשטופן א קוה אין זיין שטוב, נאך אריינפאסן זיין פאמיליע אויך אינעווייניג.. דער עולם קיין עין הרע, האט זיך שוין אויסגעשפרייט און געווען איינגעוואוינט צו מער רחבות אינעם נייעם היכל, און דא איינמאל פלוצלינג גייט מען צוריק צום ד' על ד'.. ס'געווען א לעקציע וואס מ'האט פארדינט מיטן נייעם היכל, כאטש ס'נאך דאן נאכאלץ נישט געווען אויפגעמאכט די ווענט אינצווישן, דאך איז די נייע היכל געווען פול גרעסער.
עטליכע פונקן אין זיכרון געדענק איך פונעם שווערן געדראנג, אז דאס עצם דאווענען ר''ה יו''כ מיט די יוצרות האבן מיך ממש נערווירט, דארפנדיג שטיין צוקוועטשט מיטן מחזור אין האנט, ווייל זייענדיג א קינד האב איך נישט געהאט די פרעוועליגע צו האבן א זיץ פלאץ פאר מיר אליין, איז צווישן צוויי טישן האב איך קונה שביתה געווען, און ממש נישט פארליטן ווי די שלוחי ציבור ציען אויס מיטן נוסח די לקל עורך דין..
מער ארויפצו, ביים מזרח, איז דאך געווען נאכמער צושטופט, מיין טאטע פלעגט מיר אלץ ארויפשיקן ווען דער רבי האט געדאווענט צו ווען מ'האט ר''ח געבענטשט, צו כ'האב געוואלט צו נישט, אבער דאס איז איינמאל קלאר ביי מיר, אז ס'נישט געווען אזויפיל ארויפגייערס דעמאלט, אסאך ווייניגער יונגע חסידים האבן זיך דעמאלט געשטופט ארום דעם רבין, ביים פארדאווענען.
און וואס כ'געדענק גוט, איז געווען דארט א לאנגע גראבע דיקע אויסנארדענטליכע טיש, ביים מזרח פארנט פונעם ארון הקודש, וואס כ'בין שוין געוואויר געווארן אז אויף דעם טיש האט דער רבי געפירט טיש בימים ההם, אבער ס'האט געהאט א גראבע לאך ביי איין זייט, און קוקט אויס ס'געווען צו א גוטע טיש עס אויפצוטוישן מיט א צווייטע, און ר' יושע גבאי איז דארט געשטאנען ביים דאווענען אויך, ביי דעם טיש.
און ווער נאך? בעיקר ר' יוסל ביסטאן ובניו, און דניאל גאלדשטיין, און ארום און ביי די זייטן ר' איצי באטשי – ר' יצחק ברוין ע''ה און ר' מאיר ברוין ע'ה און זייערע משפחות.
איז דניאל פלעגט אלץ זיך פארענען מיט בעלי תשובות און געסט, און איינמאל האט איינער פון די געסט אויך געהאט מיט מיין טאטן שייכות, און אינמיטן די שבת'דיגע סעודה האט ער געפרעגט מיין טאטן א שווערע פראגע..
פארוואס דער מיסטער ביסטאן דאווענט אזוי כאפעדיג.. טשיפ טשיפ טשיפ... זים זים זים..
ר' יוסל ביסטאן פלעגט דאווענען שנעל און ס'האט זיך געהערט ווי ער טשיפטשעט ווי א פייגל און זשומעט ווי א פליג..
אויך מיר איז שווער געווען דעם פראגע, אבער כ'האב עס קיינמאל נישט אזוי פארגעפרעגט ווי יענער בעל תשובה..
ס'נישט געווען וואס צו ענטפערן.. אבער ס'געווען פאני..
יעדע זיידע מיט זיינע אייגענע מנהגים און אייגנשאפטן, האט צומאל געהאט חן, צומאל נערוועז געמאכט, און צומאל געווארן אליינס נערוועז..
כ'געדענק אז משה ברוין דער פלאמבער האט געלאקערט אויף איין יונגעל א ווילדער, וואס פלעגט אריבערגיין די רייהען, און ציפן אלע טאטעס.. ר' משה האט עהם איינמאל געכאפט! און גוט מסדר געווען..
נישט אז יענער האט זיך געמענטש'לט.. יענער איז נאך דער זעלבער ווילדער בריאה היינט, מיט א ווייב און קינדער, אבער דעמאלס איז ער געווען נאך א קינד..

די נייע יאר תשנ''ג, איז מיר נאך שווערער געווארן דאס לעבן אין ישיבה און צווישן חברים.
נישט גענוג אז כ'האב נישט געהאט ווער ס'זאל מיר צושטעלן חברותות מיט הבטחות פאר זיי.. האב איך בכלל פארלוירן חשק צום גאנצן שפיל.. מ'לערנט מ'חזר'ט, מ'מאכט בחינות, יא געקענט נישט געקענט..
איך האב געזוכט א וועג צו אנטלויפן פון דעם יאך! איך וויל לערנען וויפיל איך וויל, און וויאזוי איך וויל און וואס איך וויל, און נישט דארפן זיך פארהערן און אפגעבן א דין וחשבון!
און היינט וויפיל איך קוק צוריק, בין איך געווען כשר גערעכט לחלוטין.
אפילו היינט איז מיר שווער צו לערנען די מהלך וואס אסאך נוצן, איך קען קוים לערנען מיט א צווייטן, און בכלל די סדר ומסגרת פון א ישיבה איז פאר מיר נישט געאייגענט, פשוט אלץ מיין מהלך המחשבה והמוח.
און דעם כלל פון חנוך לנער על פי דרכו, איז נישט געווען צוגעשטעל ווי עס געהער, און ווי היינט צוטאגס איז עס ממש א מהפיכה צום גוטן, אין די ישיבה ווי יעדע בחור ווערט באהאלפן לויט זיין מהלך און שטייגער, לויט זיין מהות און דרך.
האב איך דען נישט געוואלט לערנען? איך פלעג אזוי מיטלעבן ביי די שיעורים, כ'געדענק גוט, די שיעורים זענען געווען א מחי', מ'האט אויסגערעדט א טוץ מיט מפרשים אויפן בלאט גמרא, אבער יעדע איינציגע טאג, ס'געקומען צום חזר'ן און כ'האב מיך ארומגעזען מיטן שטרענגן מציאות, אז קיין חברותא האב איך נישט, און באמת דארף איך נישט.. ווייל מ'לערנט אפילו נישט מיין מהלך, און קיינעם קימערט עס נישט מיין אראפגעשלאגנקייט, און אויך א נארמאלע מארק אויפן בחינה האב איך לעולם ועד נישט באקומען.. פארוואס יא?..
כ'האב געשפירט ווי איך בטל אפ וואכן און חדשים – א גאנצע יאר אויב נישט אפאר יאר.. פאר גארנישט און פאר נישט, בלויז מיטטאנצן מיטן סדר הישיבה און שפילן דעם געים פון א חזרה א בחינה, א בחינה גדולה און א פראסק אין פנים מענטאליש, אז איך האב נישט געקענט, אוודאי אזוי.. נאטורליך האב איך נישט געקענט.. כ'האב נישט געלערנט דאס וואס איז געשטאנען אין די בחינה, אוודאי האב איך נישט געקענט..
למעשה האט זיך אנגעהויבן אביסל עפענען א שפאלט אינעם זאק פון ייאוש, און מ'האט מיר מסדר געווען א פרייוועט חברותא, הרב ר' שמואל דוד גליק שליט''א, א ריכטיגע חסידישער יונגערמאן מיט געפיל און מסירות, וואס יעדע פעני וואס מיין טאטע האט עהם באצאלט האט זיך אויסגעצאלט.
וואס איז געווען?
ער האט אנגעהויבן מיט מיר א פרישע מסכתא, מסכת סוכה, און מיר האבן צוזאמען געהארעוועט דערין פון דעקל ביז דעקל, און חול המועד סוכות תשנ''ד האב איך געמאכט א סיום מיט הארץ פרייד אין אונזער סוכה און שמואל דוד האט באקומען פון מיר די טיטול 'מיין רבי' מיין מסכת סוכה..
מסכת סוכה האט באקומען ביי מיר אין זיכרון קעמערל א אפגעהיטענע ארט, און כ'האב קיינמאל נישט פארגעסן וואס כ'האב געלערנט פון יענע בלעטער.
מ'האט אינמיטן יענעם יאר פון תשנ''ג נאך פראבירט צו נעמען פאר מיר נאך א יונגערמאן פאר א חברותא צו ערפילן די ארט פון נאך א חברותא, אבער יענער איז נישט געווען געטריי, און ס'געווען א שאד די געלט א שאד די צייט און א שאד מיין וויילען מיט יענעם שעות אויף שעות, ער האט נישט געהאלטן דערביי..
איך האב ווידער אנגעהויבן וויינען טאג און נאכט, איך וויל זיך ארויסזען פון דעם מסגרת, כ'ווייס אליינס נישט וואס איך וויל יא.. אבער אזוי איז נישט קיין תכלית אין לעבן, כ'וועל ענדערש האקן האלץ און שעפן מים שלנו ווי איידער זיצן און קלאצן בעל כרחי, שעות אויף שעות פון מיינע 'טייערע.. בחורישע.. יארן.. א געלעכטער אויפן העכסטן אקטאווע..
א ביטערע געלעכטער!
דאן האב איך דערלעבט א פאקט, וואס כ'האב ממש זעלטן אין מיין לעבן דערלעבט, סיי פארדעם און סיי נאכדעם.
מיין טאטע האט זיך גענומען אמאל די קוראזש און גערעדט צו מיר אפענהארציג ווי צו א חבר..
איינמאל שבת ביים אהיימגיין געמיטלעך פון שול, און מיך אויספרעגנדיג פונקטליך די צענדליגע כשלונות וואס איך האב אינעם מסגרת הישיבה, האט ער פלוצלינג אנגעהויבן לאזן טרערן און מיר פאציילן אזוי.
אויך איך בין געווען אין אזא מצב אין מיינע יונגע בחורישע יארן, און מ'האט מיך גע'רודפ'ט און געשפעט, גיי מאך קאפלעך פאר דיין טאטע אין פעקטארי..
אויך איך האב נישט געזען קיין הצלחה אין לערנען יענע יארן, און ברוך השם כ'האב עס אדורכגעלעבט.. אויך דו וועסט עס איבערצייגן אז ס'וועט נאך זיין גוט..
עד כאן האט ער זיך געעפענט צו מיר, אבער פאר מיר איז עס געווען גענוג און נאך.. איך האב גע'חליש'ט צו הערן אז ער איז אויף מיין זייט, און ער פארשטייט אז כ'בין נישט סתם פויל און פלאך א עם הארץ וואס וויל נישט לערנען.
ניין, כ'וויל מיין איך יא.. כ'מיין כ'וויל.. אבער דעם מהלך איז עפעס נישט.. נישט פאר מיר.

כ'האב שוין אריינגעטרעטן אינעם נייעם יאר, תשנ''ד, און דערווייל איז געבליבן אז כ'בין געבליבן.. אינעם זעלבן ישיבה זיצן און קלאצן..
איך האב מיך שוין געשפירט ווי א שטיק האלץ, א חלק פונעם באנק און טיש אין ישיבה, וואס פארט מיט מיטן סיסטעם.. און כ'האב נישט געגלייבט אז דווקא אט אט קומט א לעכטיגע שטראל, א שטראל אין לעבן..
צוויי וואכן אריין אינעם ווינטער זמן, בין איך נאך געזעצן אין דריטע כיתה ישיבה קטנה, און געשפירט פארפרוירן און פאר'חלומ'ט אין גלות..
נאך צוויי וואכן, האט עס פאסירט, כ'ווייס נישט וויאזוי, ווער ס'האט געבראכן די אייז, אבער מ'האט מיר פלוצלינג מודיע געווען, אז ווייטער קען איך נישט זיין אין דעם ישיבה, ווייל זיי האבן שוין איינגעזען ס'נישט קיין תכלית אפילו איין טאג מער.
ווער איז דער וואס האט יעצט איינגעזען? ווי איז ער געווען ביז יעצט שוין צוויי יאר און א שמיץ אריבער, וואס מ'האט עס נישט איינגעזען?..
איך בין געשטעלט געווארן פאר א שווערע פראגע.
וואלסט געוואלט גיין לערנען אין ישיבת תולדות יעקב יוסף אין שטאט?
יא! זיכער..
אפשר וואלסטו געוואלט פאר דיין טובה וועגן, בלייבן איין קלאס אראפ.. און איבערגיין די צווייטע כיתה אין ישיבה קטנה?
עממ... יא! יא!
מיט מיין יעצטיגע כיתה האב איך קיין סאך ניצן נישט געשפירט אז איך האב.. און ס'האט מיר נישט געשטערט צו נעמען דעם שריט, צו בלייבן א כיתה און פארזעצן מיט א פרישקייט אין א נייע מקום.
ס'האט קיין בעסערע זאך נישט געקענט זיין ווי דעם.. און כ'האב געפאקט פעק און זעק, און געפארן לערנען אין שטאט!
פון דא און ווייטער איז פארצייכענט געווארן די סאמע ערשטע צוויי לעכטיגע יארן אין 'די אנהייב פון מיין לעבן'.. ביז יעצט האב איך נישט געלעבט.. יעצט האב איך אנגעהויבן 'לעבן'..
המשך הטוב בא יבוא ברינה..
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

[קודם סליחה אז כ'האב נישט געשריבן אפאר טאג, וועגן מיין פלוצלינגע נישט גוטע מיחושים, אבער דאנקן גאט ס'ווערט בעסער.]
היות ס'חנוכה אויפן וועלט אצינד, וועל איך נאך צולייגן עטליכע ברעקלעך וועגן חנוכה אין מיינע זכרונות.

מקודם, יענע יאר תשנ''א ווען מיין זיידע איז נפטר געווארן, א וואך נאך חנוכה, איז אבער יענע חנוכה טעג פארגעקומען א מאדנע ערשיינונג.
די צווייטע טאג חנוכה איז די אלטע רעבעצין אוועק, און די נייע האלצערנע פארענטשעס, וואס מ'האט ארויפגעבויעט צום ערשטע מאל זיבעצן שטאק הויעך, איז געבליבן אומניצבאר פאר די רעשט פון די חנוכה טעג, וויבאלד דער רבי האט געצינדן אינדערהיים.
מיין זיידע ע''ה האט זיך דאן געשפירט זייער נישט בסדר, ער האט שטארק געבראכן און געפיבערט, פלוצלינג יענעם שבת חנוכה האט ער זיך דערמאנט, אז דאס זעלבע האט ער אזוי געליטן און געשפירט מיט יארן צוריק אין די צייט פונעם אלטן רבין ז''ל, און דאן האט עהם דער אלטער רבי אנגעזאגט אז ער זאל זיך אנטאן ווארימע אונטערהויזן, און די פיבערן וועט אוועקגיין.
ער האט מיט שמחה עס פארציילט, און אזוי באלד געטון, און יעצט שבת חנוכה איז אויך וואונדערליך דאס פיבער פארשוואונדן, און ער האט געזונט און שטארק ממשיך געווען בחיים ביז א וואך נאכער ווען ער איז פלוצלינג אוועקגעפאלן אין א הארץ אטאקע אן קיין שום מיחושים בעפאר.
א וואך פאר חנוכה איז געווען די חתונה פון מיין ברודער יעקב יוסף, און דעמאלס איז געווען די אפציעלע בעסטע לעצטע בילדער פונעם זיידן ע''ה, און ווי ער האט אלעס נאך מיטגעהאלטן ווי א מיטליעריגער געזונט און פרישער מאן.
יענעם חנוכה האט א אייניקל געברענגט זיינע קינדער צום זיידנס צינדן חנוכה לעכט, און כ'געדענק ווי היינט, זיי האבן פארמאגט א ווידיאו מאשין, און האבן אפגעכאפט דאס צינדן, און ביז צוואנציג יאר שפעטער האב איך נישט געזען און געהערט דערפון, לעצטענס האב איך עס באקומען, און ס'מיר אויפגעשוואומען יענע צייט, און ס'איז פאר מיר זייער חשוב און זעלטענע זכיה, צו האבן א לענגערע ווידאו פונעם זיידן ע''ה בעבודתו התמימה וכשרה.

איך האב א געוואלד צו דערציילן פונעם זיידן מיינע, מיין ליבע לערער אויף מיין לעבן, אבער מיין ציל איז דא צו שרייבן פון מיינע יארן, וועל איך מוזן שווייגן פון פארציילן זיינע איבערלעבונגען, אבער דאך איין עפיזאד מוז איך פארציילן פאר די אינטערעסאנטקייט פון דעם.
געווען איז דאס ווען מיין זיידע ע''ה איז געווען א פרישער יונגערמאן, דאס הייסט, פון היינט צוטאגס איז עס געווען לכאורה ניינציג יאר צוריק.
ער איז אויסגעשלאגן געווארן מיט א ווילדע אויסשלאג אויפן גאנצן קערפער, און די רפואה דערצו – בימים ההם, איז געווען פשוט און פראסט, אפצושיילן פונעם חולה די אויבערשטע הויט, און דערמיט אפטון פון עהם די שלעכטע אויסשלאג וואס איז געווען היבש אנשטעקיג.
נו, וויאזוי שיילט מען הויט?
אזויווי איר הערט און וועט נישט גלייבן..
אזוי האט דער זיידע פארציילט, מ'האט עהם אנגעכאפט ביי די האנט און אריבערגעלייגט אויף א טיש און צוגעבינדן די הענט און פוס, אז ער זאל נישט שטערן די הויט שינדן..
יא יא.. מ'האט עהם ביים פולער באוואוסטזיין, געשינדן דאס ערשטע הויט פון רוב קערפער, זיין ערשטע שווער איז געשטאנען דערביי און עס אבזערווירט אז ער זאל ארויסקומען ריין פונעם נגע, און זיך ערהוילן נאכדעם.
אבער וואס עס צייגט, איז די קאנטראסט פונעם אמאליגער לעבן און לייזונג אויף אפילו אזעלכע קליינליכע איבערלעבונגען, און ווער רעדט נאך פונעם רעשט לעבן ווי אסאך זיי זענען אריבער, און ווי קענען מיר זיך נאך באקלאגן היינט, נאר אז אונזערע געהירן זענען שוואכער און פארנעמען שוין נישט די לחץ און וואג פון פראבלעמען און ווייטאגן, אוי באשעפער העלף!

וועל איך ממשיך זיין מיט מיין שילדערונג, אין די יארן פון ישיבה קטנה, ווען כ'האב געלערנט אין מיין געבורט שטעטל שיכון סקווירא.
אין מיינע יארן דעמאלטס, איז נאכנישט געווען קיין אפציעלע הילף פאר די וואס האבן נישט מיטגעהאלטן די נארמאלע סדרים אין ישיבה, ווי להכעיס, א יאר אונטער מיר, האט זיך עס אנגעהויבן.. דאס הייסט, אז ווען כ'בין שוין אריין אין דריטע כיתה ישיבה קטנה, און נאך צוויי וואכן אינעם זמן בין איך פלוצלינג אויפגעראכטן געווארן מיטן אריבער גיין לערנען אין 'תולדות' אין וויליאמסבורג, פונקט דאן האט מען געעפענט א נייע מסגרת, פאר שוואכערע בחורים.
אינטערעסאנט אז אין תולדות בין איך גארנישט געווען קיין שוואכערע.. פשוט מ'האט דארט געהאט בעסערע באציאונגען, און אפשר בעסערע מחנכים, כאטש אלע זענען זיי געווען פון סקווירא, אבער דאס איז געווען די פאקט.
און ס'איז עד היום א פאקט, אז פון די בעסטע תלמידים וואס א סקווירא ישיבה האט פראדוצירט פון איינפאכע בחורים, סיי אזעלכע וואס האבן געהייסן שוואך ערגעץ אנדערש און סיי אזעלכע וואס וואלטן געווען מהיכי תיתי בינונים, האט תולדות באוויזן צו מאכן פון זיי לייטן, און זענען געווארן פיינע פירות, און כ'וועל נישט אויסרעכענען און מזכיר נשמות זיין..
אבער איינער פון זיי בין איך!
פון תולדות האט זיך אנגעהויבן א תקופה יפה אין מיין לעבן, כ'מיין דאס ערשטע גוטע תקופה אין דאס אפטייטש פון 'לעבן'.. אין אפטייטש פון גאלדענע יונגע יארן, און הצלחה'דיגע רעזולטאטן.

פאר איך שילדער ווייטער דאס לעבן אין תולדות, האב איך נאך אפאר שורות איבערגעבליבן פון א יאר פארדעם.
יענע ישיבה וואס האט זיך געגרינדעט אין שטעטל, פאר שוואכערע, האט געהייסן 'בית פנחס' ווייל עס איז געווען פאלאצירט אינעם הויז פונעם אלטן רעבעצין, וואס אנשטאט ווי מ'האט עס געוואלט רופן 'בית טראנא' איז ליבערשט געגעבן געווארן די נאמען נאך איר הייליגער פאטערס אנדענק.
הרה''ק ר' פיניעלע אויסטילער הי''ד וואס מ'האט גלייכצייטיג ארויסגעגעבן דעם ספר שארית לפנחס, און דער רבי האט יענע יאר געקאכט און געלעבט ביי די חנוכה תורות מיט עטליכע לאנגע שמועסן פונעם נייעם ספר, האט מען דעם נייעם קליינעם ישיבה א פאסיג א נאמען געגעבן אויך – בית פנחס.

איך וויל פארציילן א מעשה שהיה, וואס האט פאסירט אין ישיבה קטנה.
איינמאל ביי הפסקה פאר מנחה, האט א בחור פון אונזער כיתה זיך א לאז געטון צום ריכטונג פונעם קאווע שטוב, און דארט האט א ישיבה גדולה בחור – א אויסווארף, עהם געשאנקן א ציגארעטל במתנה.. און דער בחור האט נישט לאנגע געקלערט און עס אנגעצינדן דורך די פייער פון אונטערן הייסן קעסל וואסער.
דער בחור איז דוקא געווען פון די גאר שטארקע מתמידים, ער האט געהייסן פון די בעסטע חברותות און האט געהאלטן ביים העכסטן שטאפל פון הצלחה אין די בחינות.
אבער צו זיין מזל האט דער מנהל אונזערע באמערקט זיין שפיל.. און האט געפלאקערט פון אויפברויז.
מ'הייבט אן מנחה, און פלוצלינג הערט זיך א קלונגעדיגע פראסק אין חלל! יענע בחור האט געכאפט אזא פראסק אין פנים, אז זיין גלעזער קאפל און הוט זענען געפלויגן.. און אויך זיין ארויפגעדרייעטע פיאות אויפן אויערן האבן זיך אראפגעקייקלט און ער האט אויסגעקוקט צעפראסקעט! ווי מ'זאגט.
ווען מ'הערט ווי דער מנהל שרייעט: ביי מיר אין ישיבה וועסטו נישט רייכערן קיין ציגארעטן און מאכן הפקר וועלט..
אלע האבן געוואוסט אז דער מנהל איז גערעכט, ווייל דעמאלטס א בחור מיט א ציגארעטל, איז געווען ווי היינט א בחור מיט שמוציגע קליפס.
אבער די פראסק איז געפלויגן אויף אזא בחור וואס כאטש ער איז געווען א מתמיד עצום, האט ער נישט פארשוויגן זיין כבוד, און פון יענעם טאג האט ער פארמאכט די גמרא, און עס מער קיינמאל נישט געעפענט מער!
יענע בחור איז געווארן פון די נושרים און האט נאך געהאט א לאנגע רייהע מיטמאכענישן אין לעבן, פון יענעם החלטה צו טוישן זיין לעבן סטיל, פון מתמיד צו נקמה אינעם מנהל.. אבער וואס נקמה אויף וועמען.. א רחמנות פון א מעשה.
יענע יאר איז געשען נאך עטליכע שרעקעדיגע זאכן, און איינע פון זיי איז געווען די באקאנטע 1993 אטענטאט אויפן ווארלד טרעיט סענטער, ווען א מיני ווען האט עקספלאדירט און טיילווייז געשעדיגט די אונטערשטע שטאקן, און עס האט אנגעמאכט א כאאס פון טרעפיק, אין די פרייטיג ערב שבת שטונדן אויף די הייוועיס און טונעלן.
יענע יאר אין די ווינטער, איז נעבעך ר' מעכיל דירנפעלד אומגעקומען פון א עקסידענט, וואס איז געווען צוליב א צוזאמשטויס מיט א ווילדער דרייווער פון 'ספרינג וועלי קאוטש ליין' באסעס, א קאנקורענט פון מאנסי טרעילס בימים ההם, וואס האט נקמה גענומען נאך וואס די קאר האט עהם געוואלט אפ'סלאויען פון זיין ווילדע פליען.
די לויה איז געווען הארצרייסענד, און מ'האט נישט געקענט גלייבן ווי פלוצלינג איז ר' מעכיל – וואס איז נאכנישט געווען קיין זיבעציגער, שוין אפגעטון געווארן פון אונז אזוי טראגיש.

אבער נישט אלעס איז געווען אזוי שווארץ יענע יארן.. ס'געווען עטליכע גוטע זאכן אויך..
קודם האב איך געהאט א ברודערס חתונה יענע יאר, וואס האט שוין פארזיסט דעם לאנגווייליגער יאר אין ישיבה..
און בכלל, מוז איך דערמאנען לטובה, די עסן און קעכערס אין ישיבה, פון אייביג ביזן היינטיגן טאג.
ר' טובי' צימענט איז נאך דעמאלס געווען קעכער במלוא חפניו.. און ר' טובי'ס טשולענט, זופ, פערפל, צו וועלכע נאר מאכל ער האט צוגעלייגט זיינע עשר אצבעות, האט מען זיך אפגעלעקט די פינגער מיט נארהאפטיגע געשמאק.
און אז מ'פלעגט פרעגן ר' טובי' וואס ער לייגט אלץ אריין אז זיינע עסן זענען עפעס אזוי אויסטערליש, האט ער געענטפערט איינפאך: גארנישט באזונדער.. אביסל פעפער זאלץ און שוין.. און ס'האט זיך געהערט פון זיינע ווערטער צוויי פשטים, אדער מאכט ער זיך בתמימות ווייל ער געבט נישט ארויס די סודות פון זיין קאך, אדער האט ער פשוט הצלחה אין די האנט און ס'איז זיין גוטע מזל..
ווידער מרדכי מאשעל לאורך ימים ושנים ביזן היינטיגן טאג, וואס ער איז אלץ געווען דער באהעלפער און היינט איז ער ואין בלתו.. 'דער לאנטשרום אויפזעער'.. און אז איך געב ארויס געשיכטעס קען מרדכי ארויסגעבן גאנצע שענק מיט ספרי מלחמות און פרידן צייטן, וואס ער האט אלץ נאר נישט מיטגעלעבט מיט דורי דורות בחורים מיט זייערע שטיקעס..
כ'געדענק ווי היינט, ווי אנדערש ס'איז אמאל געווען די אויפפירונג צווישן בחורים און מרדכי.
ווען מרדכי האט ארויסגעטראגן די גארביטש, האבן עטליכע ישיבה גדולה בחורים געקענט פלינק אריינשפרינגען אין קאך, אפשיילן אין רגעים עטליכע קארטאפל און עס שטעלן פרעגלען אויפן פייער.. און ווען מרדכי איז אביסל צו פרי צוריקגעקומען, און האט געזען בחורים אנטלויפן און אויפן געזרענטש איז נאכנישט פארטיג די גניבה.. האט ער מיט קולות נאכגעשריגן די יונגע גנבים, וואס איך האב זיי קיינמאל נישט פארשטאנען, אז געבראטענע פאטעטעס דארפן זיי..
מ'האט בימים ההם צוגעשטעלט עסן און געקעכטצן און אלע צוגעהערן, אסאך מער ווי היינט, און היינט איז עס צוגעשטעלט ווי אין א רעסטוראנט מכל טיב וטוב, דעמאלטס איז געווען אסאך מער..
וואס האט נאך אויסגעפעלט געבראטענע קארטאפל צו אלע טעמים?
ס'פלעגט זיין צוגעשטעלט אייזערנע מעסערס און צענדליגע שיילערס, מיט שאכטלעך ירקות פון אלע סארטן, און אין דעם קליינעם אלטן לאנטשרום, וואס האט זיך געפונען דארט ווי היינט איז פארבויעט מיט די פליישיגע און מילכיע פריזערס, דארט פאר די קומץ בחורים בימים ההם, סיי ישיבה גדולה און ישיבה קטנה האט מען צוגעשטעלט, מער ווי פאר א מחנה סאלדאטן אויפן קריגס פראנט..
אמת טאקע ווען ר' טובי' האט פארקלאפט דעם טיר פון קאך, האט מען געוואוסט אז ס'קומט גאר א ספעציעלע גוטע לאנטש.. און דעמאלס פלעגן זיך די ווילדע ליידיגייער פון ישיבה גדולה, זיך רייצן מיט אונז יונגע בחורים פון ישיבה קטנה, און הייסן ברענגן דאס און יענס..
אנשטאט גיין לערנען אויבן האבן זיי געקולעצט און זיך אונטערגעהאלטן אויף יענעמס חשבון, און כ'געדענק ווי איינער האט געהאט א קינדערישע וואסער גאן, און האט אריינגעלייגט הייסע גריס און עס געשפריצט אויף ווער ס'איז געגאנגען נאנט צו זייער פויער טיש..
ווען אונז האבן זיך שוין איינגעגלידערט דארט, האבן מיר אליין שוין געמאכט פאן מיט די דעמאלטסדיגע גוי – דער קלינער, און מ'פלעגט נאכטון די ליידיגייערס און אפרייסן די טישטעך אינמיטן.. און ווען דער נערוועזער גוי האט געוואלט שנעל אראפשלעפן די טישטעך ווען מ'איז נאך דארט געזעצן, האט ער זיך געטראפן מיט א פערטל טישטעך אין האנט..
איך האב אמאל געזען ווי ער געבט אכטונג פון דערווייטענס ווער ס'צערייסט עס, האב איך זיך אנגערופן הויעך, דער משגיח קוקט שוין..
זייט דעמאלטס האט מען עהם גערופן דער גוי דער משגיח.. און ער האט עס אויסגעטייטשט, אז די ווארט משגיח איז א קללה, [אפשר טאקע..] און האט געטיפעט מיטן בעזעם און געפאכעט מיטן האנט, ווען ער האט געהערט א בחור שרייען משגיח..
דאנט סעי מאשגיא.. האט ער געשאלטן!
עפעס א קורצע צייט דערויף, האט ער זיך אפגעזאגט פון אמט.. איך האב געהערט פון מרדכי, אז ער איז צוריקגעפארן קיין העיטי אלץ עושר.. און ביים אנקומען אהיים, האט עהם א גנב דערשאסן און בא'גנב'ט זיין פארמעגן.

אין צווייטע כיתה ישיבה קטנה, האט אויסגעבראכן א מחלוקה צווישן אונז און די דריטע כיתה, און עפעס אלץ האט זיך די עלצטע כיתה געשפירט מלך אויפן יונגערן, און זיי האבן עפעס געבויעט א נייע בימה, און אונז האבן עס נישט געמעגט אנרירן..
פארשטייט זיך אז אז מ'טארנישט וויל איך יא.. און ס'געגאנגען פעטש.
עד היום האב איך נאך אין מיינע אוצרות דאקומענטן, א צעטעלע וואס אונז האבן ארומגעווארפן מיט שאנדע אויף זייער גאווה, און מזכרת נצח ווי מיר האבן זיי באזיגט..
שוין דאס איז געווען די יונגע נארישע געשיכטעס וואס האט מיר גארנישט צוגעגעבן קיין חכמה, בלויז דאן ווען כ'פלעג מיך צו שארן צו אפאר קלוגע עלטערע בחורים, און קונה זיין פון זיי אמת'ע אינטערעסאנטע עפיזאדן פון היסטאריע און טאלאנט, וביניהם ר' מאטל פריד פון בעלגיע, וואס האט אין מיר אריינגעלייגט די רייץ אויפן טאלאנט פון שרייבן, קוקט אויס כ'האב עס געהאט אין די כח און נאכנישט דאן בפועל.
גראדע דערמאן איך זיך א גוטע לעקציע וואס כ'האב מיך געלערנט פון א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה דארט, ר' ישעי' ברים א זון פון הגאון ר' חיים ברים זצ''ל, ער האט פארציילט אז אמאל גייענדיג אויפן גאס אין ירושלים, האט עהם געזען א ירושלימער יוד מיטן הוט אין האנט, און ער פרעגט עהם וואס איז דאס?
זאג ער, ס'רעגענט, און כ'וויל נישט די הוט זאל קליא גיין..
זאגט יענער, בעסער זאל די קאפ נאס ווערן?.. די הוט איז חשובער??
זייט דעמאלטס וואס כ'האב געהערט די מעשה, האב איך אלץ דאס שגור בפי, אז ס'רעגנט א טראפ, לוינט זיך נישט נאס ווערן די קאפ איידער די הוט..
און אז מ'רעדט פון ר' חיים ברים זצ''ל, האב איך אמאל געכאפט פון עהם א פסק!
אמאל שבת אין מקוה האב איך פראבירט צו עפענען מיין פארקניפטע פיאות, און אזוי שלעפענדיג, הער איך איינער שרייעט.. ר' חיים ברים איז עס געווען, ער שרייעט מיר.. ניין ניין שבת מ'טארנישט..

כ'האב מיך דערמאנט א עפיזאד פון עטליכע יאר פארדעם, און כ'וויל עס נישט פארגעסן וועל איך עס דא פארציילן ואתכם הסליחה.
ווען מיר זענען נאך געווען אין די עלטערע קינדער קלאסן, און מ'האט משכים געווען יעדן אינדערפרי און געקומען דאווענען אין חדר, צוזאמען מיט א גרויסע מנין, פלעגן די בחורים און אזוי אונז אין כיתה ט' ארויפ'פארן מיט ר' דניאל גאלדשטיין'ס קאר, פון ביהמ''ד ווי מ'איז געווען אין מקוה, צום חדר.
ר' דניאל פלעגט דאווענען מיט אונז יעדן טאג, ער איז געווען דער קדיש זאגער און מוסר זאגער ווען ס'האט אויסגעפעלט.. און אויפן וועג ארויף, די קורצע וועג מיט א קאר פון שול ביזן חדר, האט ער אונז געלאזט הערן עפעס א תורה טעיפ און דערביי נאך איינגע'חזר'ט זיינע שטענדיגע הוראות אויף דרך ארץ און מידות טובות.
אין זיין קאר האבן מיר זיך אריינגעקוועטשט, און מיר האבן שוין געוואוסט אלע פונקטליכע הדרכות וואס ער האט ערווארטעט פון אונז אויסצופאלגן.
קודם א גוט... און מיר האבן געדארפט ענטפערן – מארגן..!
אנטון א מאנטל ווייל ס'קאלט! אויפהעיבן די שמוץ פון די.. ערד!
איינער האט אנגעהאלטן זיין טלית בייטל, און ער האט זיך אנגעטון די שאל און הענטשיך – כאטש די קורצע רייזע און כאטש בלויז אין א קאר.. און ביים איבערנעמען זיין טלית בייטל ביים אנקומען אין חדר, האט ער אלץ געהאט זיינע ברכות צו וואונטשן אלץ דאנק.
זאל זוכה זיין צו ברענגען ביכורים אין ביהמ''ק..
ר' דניאל מיטן שחרית דאווענען איז געווען איינס, ער האט געהאט זיין אפיס נעבן די לאנטשרום, און וועמען ער האט געכאפט ביים האנט, האט געדארפט אויפהייבן אלע טישוס פון די גאנצע שטאק..
אויב כ'האב עס נאכנישט דערמאנט, אז ווען ער פלעגט מאכן די ליארעם ערב שבת ביין זמן, איז ער געקומען פון טראגן דעם רבין זז''ג צום קוואל מקוה לכבוד שבת, ווי ער פלעגט שוין טראגן דעם אלטן רבי'ן און זיינע סיפורים דערביי.
ר' דניאל פלעגט געבן א בר מצוה מתנה 'די תורה קוואל' אז מ'זאל זאגן א תורה פארן טאטן ביים סעודה.. און ס'מיר און מיינע ברודער היבש צוניץ געקומען, כאטש איך האב עס נישט באקומען אבער די געדאנק פון ניצן מיין ברודערס האט מיך אויסגעלייזט פון דארפן יעדע וואך זוכן א תורה צו באפרידיגן מיין טאטן..
איך רעכן נישט יעצט אויס אלע זיינע גוטע ווערטער און תורות משלו, אבער ווער ס'געדענק עהם האט גענוג תורות פון דניאל אויפן צונג..
פארזעצונג איז אין פראצעס..
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אינעם דריטן וואך פונעם ווינטער זמן, שנת תשנ''ד, בין איך ענדליך זוכה אנגענומען צו ווערן צו מיין גוטע מזל, אינעם ישיבה קטנה תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא וויליאמסבורג.
אט דער ישיבה, וואס איז געווארן מיין אכסניא פאר די קומענדיגע צוויי יאר, איינס בעסער פון צווייטן.
דער עיקר פאר וועמען עס איז זיך געקומען דער גרויסן דאנק, פאר מיין אנגענומען ווערן אין תולדות, כאטש שוין אינמיטן אנהויב זמן, איז ר' יצחק שטיינער זאל געזונט זיין, וואס וואוינט היינט אין ארץ ישראל און ווארט אויף א גאנצע רפואה ברמ''ח ושס''ה.
דעמאלס איז ער געווען 'דער מחנך' און ווארט זאגער בנוגע אזעלכע פעלער ודומיהן, און אויך דער אפציעלע פארהערער יעדע סוף וואך אין ישיבה.
כ'געדענק אפאר מאל ווי מיין טאטע פלעגט פרעגן פונעם רבי'ן זז''ג וועגן א געוויסע חינוך שאלה, די ענטפער איז געווען 'פרעגט יצחק אליעזר'.. ער איז געווען דעמאלטס דער אפציעלער לעצטע מסקנה ביי יעדע שאלה אין חינוך.
שוין אנקומענדיג אין שטאט אריין אין ישיבה, איז ער אליין געקומען צו מיר און מיך ארויסגערופן אויף א שפאציר, [און כ'דארף צולייגן אז ער איז אלץ געווען א פארנומענער מענטש, און זיינע שפאצירן און שמועסן האט גענומען מינוטן! און כ'האב געשפירט אז ער רופט מיך איז עס עפעס א זעלטענע זאך וואס ער וויל פון מיר אדער צו מיר]
ער האט מיר געפרעגט וואס מיין מיינונג איז אויפן טויש פון ישיבה, און כ'האב געזאגט, אז כ'האף כ'זאל שוין אנהייבן שפירן א טעם אין לעבן.
און ער האט מיר איבערגעהאקט, און פשוט און גראד געזאגט, 'דו וועסט מצליח זיין, דו וועסט בלי ספק דא ווערן מסודר, נישטא וואס מאריך צוזיין, עלה והצלח!
די קורצע ווערטער זענען געווען די התחלה, און די גוטע איינשפריץ פארן גוטע עתיד.
די קומענדיגע פיר און צוואנציג חדשים, וואס כ'האב געלערנט אין ישיבת תולדות, איז געווען איין קייט פון הנאה גשמית ורוחנית, פשוט איך געדענק ווי אנצוהייבן און ווי צו ענדיגן די מחיה'דיגע לעבן וואס כ'האב געהאט דארט, ווי סיי מ'האט מצליח געווען מיט חברים, מיט חברותות, מיט די לערנען, מיט יעדע זאך וואס ס'פעלט אויס פאר הצלחה אין יעדע הינזיכט.
ביים אנקומען דארט, האט זיך פאר מיר געעפענט א נייע שטייגער פון לימודים און פון התנהגות.
כ'האב באקומען מיין אייגענעם ווינקל, פאסיגע חברותות אן קיין שוועריגקייטן, און א באקוועמע בעט אין דארמעטרי, ווי איך האב מיך שנעל איינגעגלידערט צווישן די נייע חברים, און זאכן האבן אנגעהויבן פארן מיטן קאפ ארויף..
א שלעפער בין איך נאכאלץ געבליבן.. און מ'פלעגט מיך מזמן לזמן קנס'ן פאר קומען שפעט צום שיעור, פארן קומען שפעט אין דארמעטרי שלאפן, און כאטש ס'דאך געווען איין שטאק ווייט.. האב איך דאך מצליח געווען צו קומען שפעט..
היינט ב''ה האב איך שוין א שיינעם טייל פון דעם פוילער געוואוינהייט אפגעוואוינט, אבער דעמאלס פלעגט עס זיין א רוטינע זאך, און איין מאל האט דער מגיד שיעור שוין געפלאצט פון מיין שטענדיגע שפעט קומען, און האט מיר געזאגט גאנץ ערנסט, דארפסט ברענגען א קוואדער פאר קנס, און קומענדיגע מאל וועסטו ברענגען פופציג צענט, און דעמאלטס וועסטו עס 'נישט' צוריקבאקומען סוף זמן, און אויך פאר דיין טאטע גיי איך עס נישט געבן..
איך האב געוואלט לאכן.. אבער כ'האב געזען אז דאס איז עס.. אזוי גייט עס דא, און דאס זענען די קנסים.. גאנץ אנדערש ווי כ'בין געווען צוגעוואוינט, אז מ'צאלט די הויזן פאר יעדע קאפריז וואס א מחנך גייט ווילד..
כ'מיין צו שילדערן, אז די גאנצע באנעמונג דארט איז צוגעגאנגען מיט רחמנות און מיט צוגעלאזנקייט, אז א קנס איז געווען פופציג צענט, און א פסק איז געווען מיט פאטערליכע ליבע, און די חינוך איז געווען מיט זיידענע הענטשיך און פארשטענדליכקייט צו יעדן לויט זיין מצב.
לא בחינם האבן רובם ככולם אלע גאר קאמפליצירטע תלמידים דארט מצליח געווען און זיך אוועקגעשטעלט אויף א נארמאלע לעבנסשטייגער.
איך געדענק אז מתחילה האב איך געוואלט רופן דעם מגיד שיעור, האב איך געשריגן.. משגיח!!
אין סקווערע ישיבה אין שטעטל, רופט מען דעם וואס ענטפערט די פראגעס ביי חזרה נאכן שיעור – משגיח, אבער דא אין תולדות הייסט דער שלאפן אויפזעער – משגיח.. און כ'האב דאס נישט באלד געוואוסט, און ס'האט געהייסן א זילותא פון מיר צום מגיד שיעור, און ער האט מיך אנגעקוקט שטרענג, און געזאגט שטיל.
'רעד מיט דרך ארץ, וועל איך קומען דיר ענטפערן..'
און מיין חברותא האט מיר אויפגעמערקט, אז מ'טארנישט רופן משגיח, מ'רופט מגיד שיעור..

אין מיין כיתה האט געלערנט מיט מיר דער היינט באקאנטער זינגער – שלומי דאסקאל הי''ו, איינער פון די פולע וויזשניץ בני ברק'ע בחורים וואס האבן געלערנט אין תולדות בימים ההם, ווייל זיי האבן נאך דעמאלטס נישט געהאט א אייגענע ישיבה דארט.
אויך איז געווען משה בנציון שטיין, און לייבי פאללאק, און שרולי מערינג, וואס פלעגן ביים דאווענען זינגען זייער וויזשניצע נוסח און אונז צייגן מיטן האנט ווי שיין עס איז..
שלומי דאסקאל איז נישט געזעצן שטיל.. ער האט געבינדן ספרים, געמאכט שענק און לאקערס.. און א גאנצע שורה מיט נייע ארטסקרול סידורים האט ער מנדב געווען לעילו נשמת זיין טאטע ע''ה, און ער האט געפירט א רעדל אין ישיבה.
כ'געדענק ווי ער פלעגט מיר מסביר זיין מיט גאנצע דרשות וויאזוי מונה ראזנבלום פירט זיין ארקעסטער, און ווי זיין ברודער לערנט זיך אויף זיין שטימע און איז פון זיין קאפעליע, און גאנצע דרשות פלעגט ער האלטן וועגן קונץ און ידיעות אין מוזיק, און כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז ער שלומי וועט אליינס דארט אנקומען אויפן סאמע הויעכן שפיץ לייטער.
צווישן די פולע שענקלעך אין די בית מדרש פונעם ישיבה, ווי די בחורים פלעגן האלטן פריוואטע ספרים און קאווע און צוקער, און ווער ווייסט וואס נאך.. איז דארט געווען איין שענקל ביים ווינקל, מיטן אויפשריפט – גמ''ח פעדערס לחידושי תורה, נעשה ע''י אלעזר ליפא שמעלצער..
ליפא האט שוין דעמאלטס מער נישט געלערנט דארט, אבער ס'נאך געבליבן זיין נאמען למזכרת דארט אויפן שאנק, ער האט דעמאלטס געלערנט אין ישיבת מאקאווע אין קרית אתא אין ארץ הקודש, ווי ער האט לויט זיינע ווערטער, אנגעהויבן זיין ריכטיגע קאריערע, מיטן גראמען און מלחינות.
איך געדענק אז יענע יאר חול המועד פסח, האב איך עהם באגעגענט אין א שטילע מינוט, אין ליידיגע כיתה אין סקווערע ישיבה קטנה אין שטעטל, און ממש ווי היינט געדענק איך זיינע ווייטאגליכע ווערטער וואס ער האט זיך פשוט אויסגערעדט דאס הארץ צו מיר.
אונז ביידע האבן געהאט אין האנט פרישע גראז, אפגעריסן פון הויף, און מ'איז געווען פארטיפט אין א ערנסטע 'מיטינג'.. ווי איך האב עהם געזאגט, געב א קוק איך בין אנגעקומען קיין תולדות און אלעס איז מיר היינט ב''ה מיט הצלחה, און אויך דו ביסט געווען דארט, און האסט פיין מצליח געווען.
ער האט מיר מסביר געווען אז ער האט געוואלט גיין לערנען אין ארץ ישראל, און יעצט שפירט ער ממש ווי פארגעסן פון יעדן, ער איז אפגעהאקט פון סקווירא, פון חברים, און נאך פסח פארט ער צוריק און ער שפירט זייער פארלוירן, וואס זיין תכלית וועט זיין..
כ'האב עהם דערמאנט, קוק ליפא וויאזוי מ'האט אונז באהאנדעלט אין חדר, אקעגן דעמאלטס איז היינט גאלד!
אבער ניין, זאגט מיר ליפא, איך האב א חוש פאר גראמען פאר מאכן ניגונים, איך האב שוין געמאכט א נייע ניגון אליין, אין מאקעווע ישיבה, און כ'וויל מ'זאל עס זינגען דא ביים קומענדיגע רעבישע תפילין לייגן אין הויף.
ער פארציילט מיר, דער רבי זז''ג האט מיר קלאר געזאגט, ליפא יעצט פארסטו באלד צוריק, וועסטו איינמאל פארפעלן א שמחה, אבער וועסט נאך אסאך יא מיטהאלטן שמחות, און וועסט נאך גוט מצליח זיין..
דאך – זאגט מיר ליפא - כ'פיל אז אזויפיל כאטשיג וויל איך אז מיין ניגון זאל מען זינגען, ס'איז מיין ערשטע ניגון.
כ'קען נישט פארגעסן פון יענע זיצונג מיט ליפא, ווייל וואס א יאר מער קוק איך צוריק , ווי דער אייבירשטער דער מקימי מעפר דל, האט אויפגעהויבן ליפא איבער אלע, און עהם געמאכט קעניגן אלץ זעלטענער שטערן בעולם הנגינה והבידור אינעם היינטיגער היסטאריע פון כלל ישראל אין גלות..

אז איך האב דערמאנט די שמחה אין הויף בימים ההם, יענע יאר תשנ''ד איז געווען די גרויסע שמחת הנחת תפילין פונעם רבינס בן זקונים – הרב חיים מאיר שליט''א, און דער ניגון וואס ליפא האט מיר פארציילט אז מ'זאל עס זינגען, דאס איז געווען ביים תפילין לייגן א יאר שפעטער, פונעם רבינס עלטסטע אייניקל – הרב יעקב יוסף ר''ר אהרן מענדל'ס, און די ניגון איז 'ברוך הוא אלוקינו' וואס ליפא האט שפעטער אריינגעלייגט אין זיינע ערשטע קאסעטעס.
טאקע די שמחת הנחת תפילין פונעם רבינס יונגסטע קינד – ר' חיים מאיר זאל לעבן, האט געהאט אלע טעמים אין פריידן, ווען שוין א לענגערע צייט איז נישט געווען קיין בר מצוה אין הויף, ווייל זיין עלטערע ברודער ר' יעקב יוסף דעם רבינס, איז גאנצע אכט יאר עלטער פון עהם, און יעצט ביים שמחה איז עס געווען א התחדשות פון פרישע כוואליעס פו שמחה בבית צדיקים.
כ'וויל דא פארציילן א אינטעראנטע עפיזאד, וואס כ'האב בייגעוואוינט דעמאלטס.
יענע ערב שבת קודש, ווען ר' חיים מאיר דעם רבינס האט צום ערשטן מאל אנגעטון דאס קאלפיק אויפן קאפ, ווערנדיג א בחור'ל מיט זעלטענע חן, האב איך זיך געדרייעט אין הויף און מיטגעהאלטן די געסט וואס זענען געקומען אפגעבן שוין יעצט בר מצוה מתנות פארן פרישן בחור'ל, נאך פארן תפילין לייגן.
און איך פלוצלינג איינער מיט לאנגע פיאות, א טשופ א ווייסע.. מיט 'חסידישע העמד' מיט די גרויסע רינדעכיגע פאלעס.. און א שווארצע וועסטל, קומט ארויס פון דעם רבינס הויז אויבן, און שמייכעלט און עטליכע יודען שמייכעלען צו עהם און רופן אויס מיט עקסטאז
אה שלומעלע.. ר' שלמה.. וואס זוכט איר דא יעצט?
איך הער פון א חבר מיינע, אז ער הייסט שלמה קארליבאך, ער איז א מאדנע מענטש, מ'זינגט זיינע ניגונים אבער מ'האלט נישט פון עהם ביי חסידים.
איך זע ער גייט אין שול, גיי איך עהם נאך..
ער גייט אין מקוה..
און דא הער איך ווי ר' משה האלצלער ע''ה צולאכט זיך מיט עהם אין א שמועס, און ווערטעלט זיך מיט עהם.
שלמה'לע.. ביסט גרייט צו קומען זינגען דא א לכה דודי ביי אונז? אדער ביזט דיך דא נאר געקומען מטהר זיין אין אונזער מקוה.. חחח און ביידע לאכן..
און שלמה פארציילט עהם, אז ער שפירט זיך נאנט צום רבין זז''ג, און ער האט געברענגט א פרעזענט פאר די בר מצוה בחור, ווייל ער האט באקומען א הזמנה צום תפילין לייגן אבער ער קען נישט קומען נישט אפילו אויף שבת.
דעמאלטס האב איך אנגעהויבן נאכשפירן ווער דאס איז דער שלמה קארליבאך, און כ'מוז אייך זאגן טייערע לייענער, אז כ'שפיר א זכיה אז כ'האב עהם געזען, אט דער וואס האט גורם געווען מיט זיין נגינה אסאך טרערן זאל איך פארגיסן מיט תענוג עליון פון מיין טיפע נשמה, אין אסאך צייטן אין מיין לעבן זינט דאן.
ספעציעל איין ניגון, וואס ווען כ'האב עס געהערט די ערשטע מאל, האב איך נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטון פאר התרגשות.
די ניגון 'מי כמוך בעל גבורות ומי דומה לך, מלך ממית ומחיה ומצמיח ישועה'.. געוואלדיג!
און איך שפיר מיך גוט אז כ'האב עהם כאטש איינמאל געזען, און געזען פאר זיך א איש תמים א וואוילער מענטש וואס איז ווייט פון כבוד און פוץ, אבער אויך היבש מאדנע.. מיט לאנגע פיאות און א 'פאוני טעיל'.. חסידישע העמד און א קליינע קאפעלע מיט בארבי פינס..
א יאר דערויף, אום תשנ''ה האב איך געהערט מיט צער, ר' שלמה'לע איז פלוצלינג נפטר געווארן, זייענדיג אינגאנצן נישט אלט, און עפעס זייט דעמאלטס איז זיין נאמען הערשט געווארן באוואוסט און געווארן א סארט סטייל אינעם יידישער נגינה, וואס כ'מיין אז ער האט עס נישט דערלעבט צו זען בחיים חיותו.
[המשך פון תולדות יבואו בעזרת השם הטוב]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מנשה לוסטיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

מנשה, ס'איז מורא'דיג! עס געפעלט מיר זייער די איידיע. שטיקער היסטאריע, און סתם גאסיפ, וואס וואלט ווען קיינמאל נישט באוואוסט געווארן איז איצט פארנאטירט. עס וואלט געווען א גוטע זאך ווען אנדערע מאכן דיר ווען נאך.

אפשר איז שייך צו מאכן דערפון א פי די עף, מיט ענטערס צווישן די פאראגראפן, און איינגעטיילט אין קאפיטלען / קעפלעך?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

איז ווי האב איך געהאלטן פאר א גוט יאר, אין די גאלדענע תולדות יארן..
דעמאלטס ווען מיין טאטע האט מיר באגלייט צום ווען, וואס האט מיך פון דעמאלטס אן יעדע זונטאג געטראגן אין ישיבה אויף א גאנצע וואך, און פרייטיג אהיימגעברענגט, יענע ערשטע מאל האט מיין טאטע זיך אנגערופן צו א צווייטע טאטע פון א בחור, וואס איז אויך געפארן מיט אונז.
'יא אביסל טרעוול פיבער, אבער ב''ה זיי פארן אויף א גוטע פלאץ..'
און ס'אמת געווען, אז כאטש לערנען קען מען איבעראל, אבער די ענין פון 'הוי גולה למקום תורה' איז אלץ געווען א גוטע מיטל וויאזוי מצליח צוזיין אין לערנען, אין די יונגע בחורישע יארן.
אין די גאר פריערדיגע יארן, אפילו פארן קריג, איז דער בחור'ל אוועקגעפארן לערנען אין א ישיבה, און אזוי מצליח געווען, און קען זיין אז אויך די וואס קומען פון ערגעץ אנדערש אהער אין שטעטל, וועלן אויך מצליח זיין, אבער איך האב געהאט דעם גורל פון פארן אהין..
דאס גאנצע דילעמא פון מיין טאטן איז געווען, אז מיין זיידע ע''ה זיין טאטע, האט זייער נישט געוואלט אז מ'זאל אוועקפארן לערנען, און לעת עתה איז עס געווען ביי עהם א שווערע זאך מיך אוועקצולאזן אויף א פלאץ וואס וואלט מיין זיידן נישט געשמעקט לכתחילה, אבער פארפאלן, ההכרח לא יגונה, אז דאס איז די אפציע איז דאס די בעסטע
בכלל מיין אוועקפארן פונדערהיים, ווי זייענדיג א בחור צווישן מיידלעך, האב איך צוויי מאל נישט געהאט וואס צו זוכן אינדערהיים, און אין ישיבה דא האב איך מיך נישט געפונען דאס פלאץ, איז אין שטאט – אין וויליאמסבורג געווען ווי איבערצייגט מיין בעסטע ארט, און הצלחה'דיגע עתיד.
איז לאמיר פארציילן דאס פארן און קומען מיטן ווען, יעדע וואך, מיט א שיירה'לע א באשיידענע, וואס דאס אליינס איז מיר געבליבן ווי א זיסע מזכרת.
דער דרייווער איז געווען ר' מעכיל ברייער הי''ו, וואס האט זיין ווען שיין אויסגערייניגט אלץ, און ס'געווען פריש און געשמאק יעדע וואך, צו כאפן סיי ווען א דרימל אויף די ווייכע בענק אינעם פופצן פאסאנדשירן צוג..
אינעם ווען פלעגן זיין סטעדי קאסטומערס – טעגליך! ר' מעכיל אליין איז געווען א מלמד אין די קליינע קלאסן אין תולדות, און מיט עהם פלעגן טעגליך פארן נאך עטליכע מלמדים, ווי ר' פנחס בערגער הי''ו, ר' חיים שלמה ברוין הי''ו, דער מנהל ר' מרדכי נתן פריעזעל הי''ו, און פארשטייט זיך אז די פארענט זיצן האבן זיי געהאט, און די אונטערשטע בענק, זענען געווען פאר אונז, די יונגע בחורים די וועכענטליכע פאסאנדשירן, און נאך געסט מזמן לזמן.
יעדע זונטאג פארטאגס, האט מען געדארפט זיין גרייט, ווען די זון האט נאכנישט אויפגעשיינט, האבן מיר שוין געהאלטן א הייסע שאל קאווע אין האנט, און מיטן אנדערן האנט די האנד באגאזש מיט די פריוואטע צוגעהערן פאר די וואך.
די נויטיגע וועש און צרכים, פיינע מאכלים וואס מיין מאמע תחי' האט אריינגעלייגט פאר מיר מיט ליבשאפט, און מיין טאטע שליט''א האט צומאל צוגעווארפן נאך צוויי דריי זאכן, ווי 'בראוני בארס' און קענדיס און טשיפס, אמאל עפעס צו לייענען און עפעס צו הערן, אז די באגאזש איז געווען אנגעפולט מער פון זייער ליבשאפט ווי כאטש וואס אנדערש..
איך האב געשפירט די געשמאק פונעם נעמען דעם קליינעם באגאזש יעדע זונטאג, וואס האט מיך באגלייט אויפן וואך, ווי א שליח פונדערהיים, ווי א גוטע גערוך וואס באגלייט אין וועג אריין, און פרייטיג אהיימקומען מיט א ליידיגע זאק, ווי געזאגט.. פיל עס אן!
אונז פלעגן שטילערהייט מיטהאלטן די געשפרעך פון די פארענט זיצענדע מלמדים וועגן אלץ און אלעמען, און אויך זייער שיעור קבוע צוזאמען, ווי חיים שלמה מיט פנחס האבן ווי א חברותא געדינט ווי די אויפזעער פונעם מצב אין ווען.
חיים שלמה פלעגט טוישן די באלב אין ווען, אז זיי זאלן קענען לערנען אין די לעכטיגקייט, פלעגט ער לייגן די קליינע שרויפלעך אויף פנחס'ס ברייטע הוט ברים, אז ס'זאל נישט פארלוירן גיין, ווען פנחס דרימעלט איין האלב וועגס, און וועקט זיך אויף ביי יעדע באמבס אויפן וועג..
מעכיל ברייער איז געווען זייער א גוטע דרייווער, סמוט און שנעל, פונקטליך און געטריי, און מיר האבן געקענט אויסרעכענען אויף די מינוטן ווען מ'וועט זיין פונקטליך וואו.
פון שול צום פאלאסיידס, ביזן וואשינגטאן בריטש און ביזן טאנעל, ביז די צווייטע בריק און מ'איז געווען אין וויליאמסבורג, ווען די זון שיינט שוין.
אזוי אהיים פרייטיג, אויפן מינוט איז ער ארויסגעפארן, ווען די מלמדים וואס האבן געכאפט דיי רגעים און שנעל אריינגעלייגט אביסל שאפינג וואס זיי האבן געקויפט אין שטאט, און מעכל פארט שוין.. און איז אויפן בריטש, אויפן הייוועי.. אויפן פאלאסיידס און ביז א שעה גענוי אין שטעטל צוריק.
איך דערמאן זיך א מעשה וואס האט איינמאל פאסירט, צווישן אסאך מעשיות אויפן וועג..
איין זונטאג האט א בחור צווישן אונז, געשיקט א בקשה צום דרייווער, מיט איינגעהאלטענע בושה, אז ער דארף ארויסגיין וויכטיג און דרינגענד, און קען נישט ווארטן ביז מ'קומט אן.
די מלמדים האבן זיך איבערגעבליקט און געפרעגט דעם דרייווער צו ער קען ערגעץ זיך שטעלן אין א זייט, אבער ס'געווען שווער, ווייל די פארקער איז געווען שוין זייער געדעכט.
אבער אז דער בחור האט געזאגט אז ער שפירט אז ער קען נישט ווארטן, האט דער דרייווער זיך צוגעריקט מיטן ווען צו א געיט, און יענער איז ארויס, און נאכדעם זיך באדאנק און אנטשולדיגט.
און אונז האבן געשמועסט אז ס'איז באמת א שיינע זאך פונעם דרייווער וואס פארט אויף די מינוטן, זיך אפצושטעלן פאר יענעם, און א דאנק דעם זאל אונז די וועג אלץ זיין טאקע הצלחה'דיג אן פראבלעמען.
דאס איז געווען פארן אנקומען צום וויליאמסבורג בריק, ווי די פארקער איז זייער געשפאנט, און מיר האבן מצליח געועון זיך צוריק אריינריקן אינעם ליין, וואס שטופט זיך ארויף אויפן בריק, און נישט פארפאסן קיין צייט.
און ס'איז געלונגען מ'איז אויפן בריק און מ'פארט שוין אראפ, און מ'שטייט ביים קארנער פון 'ראבלינג' און קארן פייפן צוו אונז און ווייזן אז די ווען געבט ארויס א געדעכטע רויעך..
אין ווייניגער ווי עטליכע סעקונדעס האבן זיך אלע ארויסגעקאולערט פונעם ווען.. כ'זאג נישט ארויסגעשפרונגען, ווייל פון שרעק האבן מיר ממש זיך פארלוירן די גלעזער און הוט, און זיך געטראפן אין א אויגנבליק אויפן ערד אינדרויסן..
מענטשן דארט האבן אונז געהאלפן זיך אויפשטעלן און זוכן די גלעזער.. און די ווען רייכערט אוועק..
כ'געדענק נישט וואס ס'איז געווארן מיטן ווען, כ'מיין אז מ'האט עס פאר'ראכטן גרינג, אבער אונז האבן אראפגעוואקט די גאס ביזן ישיבה, און געווען מער אריינגעטון אינעם פאקט, אז נאך איין מזל ס'נישט געשען אינמיטן וועג.. ווייל קען זיין אז ס'וואלט געשען אינמיטן וועג און ס'געווען באשערט אז ווייל דער דרייווער האט א טובה געטון אונזער חבר, האט ער נישט איבערגעלאזט געשטראנדעט א פולע ווען עלי דרך.

אויף חנוכה, פלעגן מיר אהיימקומען יעדע לעכטל באזונדער, און צוריקפארן צומארגנס מיט א פרישקייט.
ס'גארנישט געווען א לייכטע רייזע, אין די ווינטער טעג, ווייל יעדע אווענט זיך ארויסלאזן מיט א פולע ווען, אין די הויעכע שנייען, וואס האט באטראפן די וועטער יענע יארן, און מ'האט דאך געוואלט אנקומען צום רבינס צינדן, יעדן טאג!..
די שניי, און די ענגע צייט, און די טעגליכע רייזע א גאנצע וואך, האט געהאט א באזונדערע איבערלעבעניש ביי אונז.
כ'געדענק אז יענע יאר שבת שקלים, איז געווען א הויעכע שניי, און מ'האט געשמועסט אז די פריערדיגע הויעכע שנייען פון יארן צוריק איז נישט צוגעקומען צו יעצט.
אגב, נישט אלע בחורים זענען געפארן מיט אונז אין ווען, ס'געווען נאך וועגן, און אונזער ווען איז געווען די הצלחה'דיגסטע וועג, אלץ די פונקטליכקייט און גוטע מאשין, דאגעגן אנדערע האבן זיך אלץ געמוטשעט מיט די סטעישען וואגן מיט וואס זיי זענען געפארן, און אין שניי איז עס געווען יענס היסטאריע..
למעשה איין עפיזאד געדענק איך גוט, פון איינע פון די אווענטן אויפן וועג צו א לעכטל ביים רבי'ן אין שטעטל.
דער דרייווער האט געזען אז ס'ווערט שוין שפעט, און ס'האט זיך געמאכט א טרעפיק ממש פארן וואשינגטאן בריק, און ער האט זיך געטראפן צווישן עטליכע לאנגע טרעילערס, וואס האבן עהם דווקא נישט געלאזט זיך רירן, און ס'האט זיך אנגעהויבן א שטימע געפעכט!
זיך אנצוהייבן מיט טרעילער דרייווערס איז נישט קיין געוואונטשענע זאך! אבער מעכי ברייער אונזער דרייווער, האט גענומען דרייסט, און געזאגט, אז די צייט טרייבט עהם, און ער האט נישט קיין כח צו זייערע שפילערייען.. און ער האט קונצליך אויסגעקרויזט איין טרעילער און באלד נאך צוויי.. און ער פליעט א באזיגטער..
די טרעילערס האבן זיך אויפגעוועקט מיט צארן, און גענומען אונז נאכרייטן מיט משונה'דיגע שנעלקייט.. כ'געדענק עס ממש ווי יעצט.. אונזער נשמה האט אנגעהויבן פלאטערן.. און מעכי האט ארויפגעצויגן די ספיט נאך העכער.. און אט אט האט ער זיך געוואלט אריינשלייכן אינעם געדראנג צום וואשינגטאן בריק, און ס'געלונגען..
אבער, זיי פליען שנעלער און שנעלער נאך אונז, און ממש אונז זענען געפלויגן גאר שנעל און פראבירט צו זיין ווי ווייטער פון זיי, און כ'זע פאר די אויגן די העד לייטס וואס שפיזן צו אונז, זעקס טרעילערס פראבירן אונז צו כאפן!
מעכי האט עס געמאכט, מיט נשמה אין האנט! ווען איין טרעילער איז שוין געווען נאנט און מעכי האט דעמאלטס זיך בליץ שנעל אריינגעדרייעט אין די פאלעסיידס עקסיט.. והיתה לנו הרווחה!
יענע חנוכה לעכטל האבן אונז געלויבט גאט נאך די פחד און איבערלעבעניש, ווען מ'כאפט א האנטוכל און מ'כאפט א טבילה צום הדלקת נר חנוכה.
[המשך...]
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

און וואס נאך זאל איך נאר פארציילן פון יענע גליקליכע צוויי יאר מיינע אין תולדות, ווי ס'האבן מיר געלעבט מיט תורה ונחת בשלחן אחד.
דאס עסן איז אויך נישט געווען שלעכט, כאטש ס'געווען טעג וואס מ'האט פארביסן נאכטמאל מיט תירוצים, אבער נאר יענע תירוצים איידער גארנישט.
דער אפציעלע קעכער איז געווען ר' אברהם שלום וועבער מחסידי פאפא, און ווען ער האט געוואלט, האט ער אונז געגעבן אין מויל גוטע שפייזן, אבער ווען דער מענעדשער ר' ישראל מילער האט געפאנפערט מיטן צושטעלן די ריכטיגע פראדוקטן צום קאכן, האט שוין אברהם שלום דער קעכער אויסגענוצט די געלעגנהייט און צומאל אונז גוט אויסגעשפילט פאר נאכטמאל.
אמאל איז די געז געגאנגען און די פלאם האט נישט געארבעט אונטער די פלייש וואס האט געזאלט זיין פאר אונז בחורים, נאך א לאנגע נאכמיטאג פון יגיעת התורה מיטן פולן קראפט, און צומאל האט עס געהאט נאך א רויע טעם און די תירוצים האבן נישט געשפעטיגט צו קומען.. אבער אזוי אין אלגעמיין האבן מיר זיך באמת נישט געהאט וואס צו באקלאגן.
מיר זענען באמת נישט געבליבן הונגעריג, נאכדערצו ווען אין קאך האבן געוויסע בחורים געהאט די שליסלען, און ארויסגעגעבן וואס אונז בחורים האבן געדארפט.. און בתוכם בין איך אליין אויך געווען א לאנגע צייט דער מחלק, און פון איין זייט אויסגענוצט די פירערשאפט כרצוני, און פון די אנדערע הענט געכאפט ווילדע פסקים פון די אויסגעהונגערטע חברים, וואס האבן נישט געקענט אויסווארטן מיינע סבלנות אויף זייער ליידיגע מאגען.
אינדערפרי איז געווען אויך פיינע פרישטיגס, מ'פלעגט כסדר מאכן א ריזן פלאכע טאפ מיט פרישע אייערשפייז, און דאס האט מען אזוי געמישט און געפרעגעלט, ביז ממש ווען די צייט איז געקומען און מ'האט געעפענט דעם קליינעם טירל, ווי צענדליגע בחורים זענען געשטאנען אויסגעשטרעקט טעלערלעך און געוואלט באקומען פולע הויפענס פון די גוטע שפייז.
און יעדן טאג האט דער קעכער אויפגעקאכט א גרויסן טאפ מיט הייסע קאווע און קאוקאו מילעך, וואס האט שוין אפילו געהאט א הייטל דערויף.. און מ'האט זיך דערקוויקט און געשלונגען גאנצע כזיתים פון די נארהאפטיגע המוציא לחם.. פון בייגעלס, וואס האט באמת נישט געדארפט קיין פוטער דערויף, ווייל ס'האט אליינס געהאט די ברכה בעיסה.
ביי לאנטש וועל איך נישט לייקענען וואס מיר פלעגן טון, ווען דער קעכער האט זיך דערוואגט ארויסצולייגן תירוצים.. אז ס'געווען א פאנפערדיגע לאנטש, פלעגן מאנכע אנכאפן דעם גרויסן שיסל און עס געשיקט צו די ווילדע 'סיגעל'ס וואס האבן גענעסטעט אויף די דעכער..
לאמיר זיך א רגע אפשטעלן דא, און פארציילן וועגן א שווארצער פיגור בתוכינו.
כ'מיין אז ער ארבעט נאך אלץ דארט, און ער הייסט 'באסטער', א שחור א געזונטער גוי, וואס האט באמת געווארפן א פחד מיט רעכט, ער איז געווען א שטארקער און א שרעקעדיגער, און וואס ער האט געוואלט האט ער אויסגעפירט און קיינער האט זיך מיט עהם נישט דערוואגט אנצוהייבן.
ער איז געווען פון די געציילטע וואס מ'האט נישט געקענט באזיגן, און ער פלעגט מזמן לזמן אונז שטיין אין וועג, אבער אונז האבן נישט געהאט קיין ברירה מיט עהם.
למשל, די מלמדים און מגידי שיעורים, פלעגן באקומען יעדן טאג געבראטענע צוויבל אויך, צו זייער טישל.
דער באסטער פלעגט מיט גרויזאמקייט, נעמען דעם טעפל אין קאך, ווי ס'נאך געווען די אויל פון די געשמאקע צוויבל גערוך, און אריינגיסן זייף און עס שטעלן אין סינק אריין.. ממש יעדן טאג האט ער עס געטון, אז אפילו אונז בחורים מחלקים, וואס האבן געהאט די שליסל אריין, האבן אבער נישט געקענט לייגן א האנט אויף דעם.
און עהם האבן מיר געמוזט פאלגן מיט א וואונק! און דאס גרעסטע געלעכטער מיינע פון עהם, איז געווען די פאקט, אז ער האט זיך געהאלטן אזוי גרויס מיט זיין דזשאב, ווי ער קערט שוין אויס די פלאר יעדן טאג, אינעם 'גאנצן' חדר, פאר די לעצטע פאר צענדליגע יארן..
אזא גיבור אזא טשעמפיאן, אזא אנגעשטאפטער רוח, און האלט זיך אזוי גרויס מיטן בעזים אין האנט!..
און כ'האב דערמאנט די פייגלעך אויף די דעכער..
ווי קען איך פארגעסן פונעם 'דאך'.. די גרויסע דאך פלאך, וואס האט זיך געגרעניצט מיט די פענסטערס פון די דארמעטארי פון איין זייט, און מיט די בילדינג פונעם סאטמארן בית רחל דאך די אנדערע עק, ווי ס'געווען פארשטעלט מיט א דיקן ריזן קוימען [נאך פון די צייטן ווען ס'געווען א ריזן בעקעריי אין דעם קאמפלעקס אונטן], און איין זייט דאך איז געווען די 'העיווארד' גאס, ווי די קארן זענען געווען אויסגעשורה'ט און געווארן טעגליך פארפלעקט פון די שיריים פון די ווילדע ים פייגלען.
און די אנדערע זייט דאך, איז געווען טיף אראפ די יארד, ווי מ'פלעגט ווי א מנהג ארויסגיין דארט טאנצן טובים מאורות נאכן קידוש לבנה.
די דאך איז באמת געווען אסור צו באטרעטן, אבער ס'נישט געווען ממש אזוי שטרענג ווי שטרענג! מ'האט גענוג אויסגענוצט דעם דאך, ווי די משגיחים און הנהלה האט אומאפציעל פארקוקט דערפון..
און אקעגן איבער אונזער דאך פלאך, איז געווען איבערן יארד א בנין שיעף אקעגן, די ישיבה קטנה פון סאטמאר אויף ראדליטש, און ביי א שניי פלעגן פליען סנאו באלס מיט לאזונגען.. מער פון אונז צו זיי..
אוי האבן זיי אריינגעכאפט ברכות און מתנות, פון די עלטערע כיתות אין ישיבה, און צומאל פלעגט אונזערס א גוטע חבר אין די גרופע, סרולי גרובער, באהאלטן אפאר רויע אייער אין די סנאו באלס.. און ווען דאס האט דערגרייכט איר ציל אין די פענסטערס פון די סאטמארע יונגען, האט דאס אפגעקלונגען מיט אפדאסלימענטן פון אונז אלע.. און קללות פון די צד שכנגד..
סרולי איז געווען א גבר! ער האט געוואוסט וואס צו שרייען און וואס גענוי אפצוצאלן די יונגע עזי פנים וואס האבן 'עהם' אויפגערעגט.. אקיצור ס'געווען ווינטער אויפן דאך! און זומער האט א היץ פארקאכט די דאך אז מ'האט זיך געקענט אויסגליטשן פון די הייסע טאר, און מיר פלעגן ווייניגער ארויסגיין, נאר פון די פענסטערס ארויסווארפן מתנות פאר די 'עראפלאן פייגלעך'..
די סיגעלס זענען ווי עראפלאנען מיט זייער פליען און מאנעוורירן, און מיר פלעגן זיך גענוג רייצן מיט זיי, מיטן ווארפן א טישו, און זיי האבן ארויסגעשיקט א שפיאן באטראכטן וואס דאס איז יעצט.. אפשר דאך עפעס עסן.. און כ'ווייס נישט ווי אזוי דעי פייגלעך האבן געקענט אזויפיל עסן..
האלב איז טאקע געגאנגען אויף די קארן און באסעס אונטן.. אבער נאך א גרעסערע חידוש האב איך געזען, אז מיר פלעגן אריינלייגן דיקע אייזערנע נעגל אין א שטיק פוטער, און עס ווארפן אין די לופט צו זיי, און זיי האבן עס געקענט כאפן פון די לופט, און עס אזוי אראפשלונגען, און לכאורה עס איבערלעבן..
זעלטן האבן מיר געזען א טויטע פייגל, זיי פלעגן קומען פון די האדסאן טייך, און נעסטן אויף די בית רחל דאך, און ווארטן אז אונזער קעכער זאל געבן תירוצים, האבן זיי דאן אפגעלעקט א פעטן ביינדל.

און איינמאל איז געשען אזא מעשה.
בחורים פלעגן מאכן 'רעיסעס', און לויפן פון איין עק דאך צום צווייטן, מיט געוואקטע ריזיקאלישע געלויפן, און ס'פלעגט מיר אליין כאפן א פחד עס צוצוקוקען.. אבער אז יענער איז משוגע ווילד, וואס גייט מיר עס אן, ספעציעל אז איך האב הנאה עס צו שפעקעלירן פון די זייט.
איינמאל האט אברומי ברוין – וואס איז געווען א שטארק ביינערדיגער און אויך א גוטע לויפער, געמאכט א פארמעסט מיט אברהם ברוך סעקולע – מיין רום מעיד אין דארמעטארי, און זיי זענען געלאפן פון די בית רחל דאך, לענגאויס ביז די גלאזערנע פענסטערס פון די דארמעטארי שטיבער, און אברהם ברוך האט עס געמאכט! אבער שוין צו גוט..
ער איז אריינגעלאפן מיט כח אין די פענסטערס, און זיי צעשאסן! און זיין האנט איז צעפליקט געווארן מיט א טיפער לאנגער שניט!
אוי איז געווארן א יללה..
ער האט באלד צוגעזאגט פאר ר' מאיר בעל הנס א ריזן סכום.. און די הצלה האט קוים געשטעלט די בלוט, ביז זיי האבן עהם אפגעפירט אין שפיטאל אריין, און מ'האט בחסדי שמים מצליח געווען אויסצורייניגן זיין האנט פון די פיצלעך גלאז.
ער איז ארומגעגאנגען א צע'מזיק'טער פאר די נעקסטע תקופה, מיטן באנדאזשירטן האנט אויף די זייט, און נישט דערוואגט איבערצושפילן דעם ריזיקע, אבער ער איז נאכאלץ געבליבן דער אלטער שפרונגער.. און זייענדיג מיט עהם אין איין שלאף צימער, האבן מיר אסאך פארברענגט אן קיין שום קריגערייען, און זיך אפילו געטיילט מיטן ביסן און באמת געלעבט ווי איין משפחה צוזאמען.
די חידוש איז געווען, אז ער איז געווען א פארקאכטער פוילישער אפשטאמיגער, און איך בימים ההם פלעג זיך אסאך אויסטוישען מיט עהם אין שפעט ווערטער, ווען איך קום פון דעם אונגארישער אפשטאם, און ער פלעגט נישט זאט ווערן פון אויפווייזן אז זיין בלוט איז רויטער..
איך געדענק גוט, ווען אונז פלעגן גיין שלאפן און צומאל פלעגט ער זוכן זיינע נאכט קאלאטשן.. און דאן פלעגט מיר פעלן די סליפערס.. און אמאל האט ער אפילו מיינע פידזשאמעס געבארגט אנע פרעגן.. אבער כ'האב נישט געהאט קיין קלער מקפיד צוזיין, ווייל כ'האב מיך געשפירט ווי איך פארמאגט חברים פונקט מיט מיינע משוגעת'ן און השקפות, מיט וועמען זיך אויסרעדן דאס הארץ, וואס אינדערהיים האב איך עס ווייט נישט געהאט.
ביינאכט ווען דער משגיח – ר' יעקב יצחק טויבענפעלד פלעגט לייגן שלאפן דעם עולם, און פארלעשן די לעקטער, פלעג איך קלאצן אויף די פינקעלדיגע שטאטישער הימל, וואס איז ווייט נישט געווען דאס זעלבע קאליר ווי דאס הימל אין די אפסטייט שטאטן.
ווען ס'האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן אין די נאכט, פלעג איך זען קלארע בליצן ממש נאנט צום פענסטער, און דאס גאנצע פארקער פון שטאט האט געגרידזשעט אין די אויערן א גאנצע נאכט, און זיך אפגעשפיגעלט אינעם הימל ווי איך האב זיך שוין צוגעוואוינט און אזוי איינגעדרימעלט בעל כרחי.

אוי וואס דארט האט זיך אפגעטון אין דארמעטארי, ווען דער משגיח האט געשפעטיגט צו קומען לייגן שלאפן דעם עולם.. אדער איז צו פרי אהיימגעגאנגען, און אונז אונטערגעשאצט.. אז מיר שלאפן שוין זיכער! אבער ווי א אנאנימער סיגנאל, האבן אלע שטיבער און בחורים באלד דערשמעקט אז דער משגיח איז מער נישט אונטערן דלת, און ס'געווארן טאג אין רגעים..
אמאל פלעגט אונז באנעמען א שאק, ווען פלוצלינג איז ר' מאיר דוב טערקלטויב – דער נאכט שומר אין דארמעטרי, פלוצלינג ארויסגעקומען פון זיין שטוב, ווען אונז האבן קיינמאל נישט געוואוסט ווען ער איז יא אין שטאט און ווען נישט.
ער פלעגט נישט לייגן שלאפן, נאר זיין דער שומר! און פלעגט אנקומען אינמיטן נאכט, און אויך אוועקגיין פאר שעות און קענען צוריקקומען אין א רגע..
ווען אונז האבן דערשמעקט אז קיינער איז נישט אויפן וואך, פלעגן מיר עטליכע מאל אפילו פארשטעלן דעם וועג ביים איינגאנג, אז אפילו טאמער דער משגיח קומט יא פלוצלינג אן, זאל עהם נעמען אפאר מינוט, ביז ער וועט אוועקריקן די בענק און טישן וואס מיר האבן פלינק אויפגעבויעט אין אזעלכע פלוצלינגע יום טוב'דיגע מאמענטן..
איך אליין האב בייגעשטייערט מיט גאנץ קלוגע איידיעס, וואס איז צוניץ געקומען אין די חודש פון אדר.. וואס איז אלץ געווען מיין אושפיזין..
איך האב אריינגעלייגט אין די גרויסע פייפ פון די סענטרעל עירקאנדישאן א גרויסע טעיפריקארדער, און ווען מ'האט באקומען די סיגנאל אז די לופט איז פריי, האט מען אנגעצונדען דעם בום באקס.. און ליהודים היתה אורה ס'געווארן לעכטיג אין אלע שטיבער מ'האט זיך גענומען טאנצן אויף די מאטראצן.. און צו די שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ.. דער משגיח איז נישטא יעצט..
יענע געציילטע בחורים וואס האבן געשריגן גזל שינה, אדער זענען געווען עלול אונז אויסצו'מסור'ן, האבן געהייסן די נייאיווע שוטים, וואס האבן די געלעגנהייט פאר פאן און פארשלאפן עס..
אבער ווען ס'געקומען צו א דין וחשבון, אז דער מנהל אדער מגיד שיעור האט אפיר גענומען די פארפירערס, האט אונז באנומען א קעלט! כ'קען זאגן קלאר, אז מיר האבן זיי גענוג און נאך איבערגעקלוגט, אבער דאך זענען די משגיחים און הנהלה נישט געווען נייע אויפן חינוך פעלד, זיי האבן געוואוסט די בחורישע טאקטיקן.
אבער אז מיר באהאלטן טעיפריקארדערס און נאך זאכן.. אין די טיפע ווענט שפאלטן!.. דאס איז זיי לכאורה נישט איינגעפאלן. אין א צעבראכענע טייל אויפן דאך, אין א צעשפאלטענע שיטראק אין די וואנט, זענען געליגן בחורישע אוצרות, וואס זענען באמת געווען אסור בתכלית.
אנגעהויבן פון 'ווילדע מוזיק טעיפס', ביז ציגארעטן.. יא ציגארעטן! און ביכער און כ'וויל נישט זאגן הויעך וואס נאך.. ס'געווען א נעץ פון אויבער-חכמה.. מיר האבן געפירט א קאלטע קריג.. כ'מיין אז ניינציג פראצענט זוך אקציעס פון די משגיח און הנהלה איז אדורכגעפאלן..
איך געדענק אפילו, אז כ'האב איין זונטאג צוריקגעברענגט פון סקווער, א בעג מיט אויסגעברענטע בעטעריס, און א בעג מיט בעטעריס איז געווען אסור צו האלטן, ווייל.. וואס דארפסטו אזויפיל בעטעריס און יעדע איבריגע זאך איז אטאטמאטיש קאנפיסקירט געווארן.
און איך לאך נאך ביזן היינטיגן טאג, ווען דער משגיח האט קונצליך אן מיין זען, עס אוועגעכאפט.. און מסתמא ליגן נאך די זאק אויסגעברענטע בעטעריס ביי עהם אין לעדל..
איך וואלט נאך געקענט שרייבן א היבש לאנגע פרק מיט סיפורים וואס אנדערע בחורים האבן געהאט מיטן משגיח, אבער איך פראביר צו שרייבן פון מיינע געשיכטעס, איידער אנדערענס.
און מיט דעם וועל איך נאר פארציילן איין געשיכטע וואס איז געווען צום געדענקן.
אבער דאס וועט שוין מוזן זיין א אנדערס מאל..
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

כ'וויל איך פארציילן כאטש צוויי עפיזאדן, און דערמיט יוצא זיין מיטן אפגעבן א בליק אויפן לעבן אין דארמעטארי.
ס'איז ביי אונז געווען גלוי וידוע, אז דער נאכט משגיח – הרב טערקלטויב, וואכט אויף אונז גוט! און יעדע שארך וואס ווערט געהערט אינמיטן נאכט, איז ער באלד דא..
און גענוג מאל האבן מיר עהם געטראפן ווען אונז האבן נישט געוואלט.. און מ'האט איידער פארפירן – געוואוסט אז די בעסטע הנאה וועט זיין זיך לייגן פיין שלאפן, וועט מען מער הנאה האבן און מצליח זיין, איידער וועלן איבערדרייען די נאכט צו טאג.
איינמאל האט מיר אליין פארשמעקט עהם אנצורייצן.. און איך בין געווען איינס פון פיר חברים וואס זענען געשלאפן אין א שטוב, פון וואו ס'האט זיך געהערט הויעכע שנארכעצען.. ווי פון לאסט וועגענער קוימענס..
איך פלעג פארברענגן אסאך נעכט, מיטן לייענען און לייענען, גאנצע ביכער און ספרים, הערן קאסעטעס און גאנצע סעריעס, און אין יענע יארן האב איך נאך דאס מערסטע צוזאמגעלייענט אין מיין לעבן, פון כאטשיג ווען אמאל.
מיר האט געשטערט די קוויטשען פון די פיס טריט פונעם משגיח, וואס האט זיך ארומגעדרייעט אין די האל, אהין און צוריק.. איך האב אפגעמאכט אז איך דארף עהם אנשטעלן א שפיצל!
אסאך האבן עהם שוין מסדר געווען מיט יונגע שארפע מוחות.. אבער איך האב געוואלט אז ס'זאל מיר געלונגען בשלימות, אז כ'זאל אפילו נישט זיין בתורת ספק, אז איך בין עס געווען..
איך הער ווי זיינע טריט דערווייטערן זיך די אנדערע זייט האל-וועי, און כ'הייב מיך אויף פון מיין בעט, שטיל ווי א מייזל, און לעש אויס די נאכט לעמפל מיינע, אזוי אז נאר מיין שכנ'ס איז געבליבן ברענען, ווען ער פאפט אוועק א שנת ישרים.. מיט אפענע מויל לאור הנר.
- און איך גיי צו עקב צד אגודל – צום אייזערנעם טיר, און געב עס א מאך אויף, און א קלאטש צו! מיט מיין גאנצע כח.. און פיץ צוריק אין א אויגן בליק אין מיין בעט, איינגעוויקעלט אין מיין דעקע איבערן נאז.
דער משגיח קומט ספאנטאניש צו לויפן, און כ'הער ווי ער קומט נענטער.. און זעט מיך שלאפן רואיג.. און מיין חבר ליגט ווי נח נאכן געטראנג אונטערן לעקטערל.. און דער משגיח געבט עהם א זעץ אין האנט!
'דו שלאפסט נאכנישט?'..
איך האב כמעט אראפגעביסן א שטיק ליפן, פאר געלעכטער.. איך האב מיך איינגעהאלטן מיט כוחות, נישט אויסצופלאצן פאר געלעכטער, כ'זאל נישט פאלן א קרבן צו מיין שפיצל.. אבער יענער כאפט זיך אויף מיט שרעק און ווייסט באמת נישט וואס וויל דער משגיח פון עהם.. ווער האט גע'חלומ'ט שלעכט? ער, צו דער משגיח..
אקיצור ס'געלונגען!
ס'איז געלונגען בעסער ווי גוט, און בעסער ווי כאטשיג ווען און וועמען.. ווייל אסאך האבן געוואלט שפילן תמ'וואטע מיטן משגיח און האבן אפילו בתורת ספק געכאפט פון עהם א מכה רבה.
און כ'דערמאן זיך נאך א גוטע אנטענטאט וואס איז מיר געלונגען..
גראדע צווישן די ווענט פונעם ישיבה, ווען מ'האט פלוצלינג אנגעהויבן חוקר ודורש זיין, ווער האט געשריבן אויף די ווענט אין טוילעט..
איך האב אויסגעמאלעוועט אויף די ווענט, א האלב שושן הבירה.. און די עשרת בני המן.. און ויקצוף ההנהלה מאוד וחמתם בערה בם.
די זעלבע געשיכטע האט מיר געשפילט מזל, ווען כ'בין געווען א יונג קינד, ביי מיין טאטן אינדערהיים, האב איך אנגעקאלערט די ווענט, און מיין יונגערע שוועסטער האט זיך מודה געווען.. אויך יעצט! איז מען ארויף אויף די שפירן פונעם שולדיגער..
ווער?
עפעס א בחור פון די יונגערע כיתה, וואס איז אייביג געווען דער שעיר לעזאזל.. האט זיך מודה געווען! חחח, ער האט זיך מודה געווען אינעם גאנצן קאטשקעריי.. און האט אריינגעהויבן אחת למעלה ושבע למטה.. מיט א פאסיק פונעם לאנגען האנט פונעם הויעכער מנהל.
איך האב יענעם בחור איבערגעבעטן אין ישיבה גדולה.. אבער דארט האב איך נישט געלאכט! איך האב עהם אזוי געשוינט.. נישט גענוג מ'לייגט אלעס אויף זיין נאמען, איז ער זיך נאך אליינס מודה?.. גיי פארשטיי א שלימזל.
אבער נאך איין עפיזאד אין דארמעטארי, וואס האט פאסירט אמאל און האט געלאזט א מאדנע רושם פון זכרונות ביי אונז אלע.
א בחור האט געכאפט א לאך אין קאפ! עפעס יעדער אין יענע משפחה האט שוין געכאפט א לאך אין קאפ, און פרעג מיך נישט פארוואס.. אדער קומט זיי די וואנט אקעגן, אדער האבן זיי איבערגליטשיגע פוס.. אבער ס'גיסט זיך בלוט פון קאפ, און מ'האט שוין גערופן הצלה.
דער משגיח האט געהערט מ'האט גערופן הצלה, האט ער זיך זייער אויפגערעגט! דאס טייטש ס'גייט זיין יום טוב אין דארמעטארי היינט נאכט? און בכלל וואס מיינט דאס מ'רופט אן זיין רשות, און ער קען עפעס נישט באהאנדלען זיינע שעפעלעך אליין?..
ער נעמט ארויס פון זיין שאנק א 'גרינע קריעם', אט די קריעם האט ער געגעבן אנצושמירן פאר יעדע מיחוש.. סיי פאר בויך וויי, פאר קאפוויי, פאר ריקן וויי, פאר פוס וויי, אונז האבן דעם קריעם גוט געקענט, און נאך בעסער דעם נאכט משגיח – דער בעל המשחה.
די הצלה לייט קלאפן אויפן טיר מ'זאל זיי עפענען, און דער משגיח שרייעט צו זיי ביים פארשלאסענעם טיר, איי דאנט קאל יו..
ס'געווארן דאפעלט חאגע אין דארמעטארי.. איינער איז געלאפן צום אנדערן טיר און בשתיקה אריינגעלאזט די חברה לייט, און דער משגיח ביים זען די חברה קומען צום סצענע, און פאטשקענען און באנדאזשירן דעם בחור'ס בלוטיגע קאפ, האט ער זיך גענומען צערענען אויף די איבריגע שעפסעלעך..
ס'געפלויגן יענע נאכט פראסקעס פאר מחוצפים און כמו מחוצפים.. און ווי ער האט בחכמתו געזען אז כי כלתה עליו הרעה.. די בחורים האבן עהם צו שפאט! האט ער פלוצלינג אויסגעדרייעט דעם דאשיק, און ארויפגעברענגט אין דארמעטארי דריי באקסעס ארענדשעס.. איבערצובעטן דעם עולם..
האט זיך געטון א געכאפעכטס.. און אודך! האט ער אנגעהויבן טיילן פראסקעס.. א טייל האבן געוויינט א טייל האבן געלאכט.. אבער יענע נאכט וועלן מיר נישט פארגעסן.
און כ'מוז זאגן, דער נאכט משגיח איז געווען באמת געטריי אויף זיין אמט, ער האט מיך אליין אלץ געמוטיגט, ווען כ'בין געווען אין שלעכטע מוהט, האט ער געווישט אונזערע טרערן, און מסדר געווען פייטס צווישן בחורים און דארמעטארי שטיבער.
איינמאל האט ער מיך אפילו געגעבן א גאנצע מוסר דרשה, אז כ'טויש נישט מיין זאקן משבת לשבת.. איך האב עהם געזאגט אז ס'נישט ריכטיג, פשוט מיין פוס שוויצט.
ער האט מיר געזאגט אין קורצן, אז דו ווילסט נישט שלאפן אן חברים אין א שטוב, מוזטו טון עפעס אז ס'זאל נישט שמעקן, אפילו טוישן יעדע שעה אין טאג.. און ער האט מיך געלערנט מענטשליכקייט און התנהגות צווישן חברים, און וויאזוי מ'קלויבט זיך צוזאם, און כ'בין געווארן מער מענטשליך פון כאטשיג ווען.
וויפיל כ'זאל שרייבן, וועט נישט זיין גענוג צו ענדיגן אלע אלע סטאריס פון דארמעטארי לייף.
אין וויליאמסבורג בכלל, איז דא א שפע פון מייז למיניהם, ממש ווי תושבים.. און אין דארמעטארי האבן זיי כאטש געליטן מיתות משונות.. דורך די בחורים למיניהם.. דאך זענען מיר נישט פטור געווארן דערפון, און איין בחור האט נאר געדארפט מאכן א סקאנדאל, און די מערכה האט זיך אנגעהויבן..
פרעג איך אייך, איז לייכט צוזיין א משגיח אין אזא דארמעטארי? ער האט געדארפט ניצן סיי חכמה סיי שטרענגקייט און סיי ליבשאפט, אז די צענדליגע יונגע דארמעטארי תושבים, זאלן זיך אריינלייגן אין בעט רואיג, און איינשלאפן..
יעדע נאכט איז געווען א פרישע מלחמה!
אסאך מאל האט די הנהלה פארשוויגן אונזערע עבירות, אבער ווען ס'קומען צו דיסציפלין האט דער הויעכער מנהל זיך אפגעגעבן דערמיט, ווי זיין דזשאב אלץ מנהל.
איך בין דווקא נישט געווען פון די מחוצפים און שווערע תלמידים, אבער דאך האט ער פון מיר פארלאנגט מזמן לזמן מער און מער.
נישט אז ער האט מיר מסדר געווען, איך קען קלאר זאגן אז די קרעדיט פון תולדות איז פאר די איבערגעגעבענע משגיחים, אבער דאך האב איך זיינע פארלאנגען געמוזט מקיים זיין, און כ'האב מיך אזוי אויך אויסגעלערנט א פרק צוויי אין התמדה.
דער מנהל פלעגט מיך אלץ פארהאלטן, אויב איך זאג תהילים שבת אינדערפרי, ס'איז מיר געגאנגען אויפן נערווען זיינע נאז שטעקעריי, און כ'געדענק ווי איינמאל האט מיר איין מגיד שיעור געזאגט, אז כ'האב געזען ווי דו טשעפעסט דיין עלטערע שוועסטער חול המועד פסח! מ'טאר נישט אנרירן א פרוי אפילו א שוועסטער.
ס'האט מיך אזוי אויפגערעגט, ווי קומט ער אריין אין מיין פריוואטע לעבן ביי אונז אינדערהיים? און ממה נפשך, האט ער אליינס געזען, איז ער סתם א.. און טאמער האט מיין טאטע עהם פארציילט, איז נישט גענוג ווי איך בין מצליח אין ישיבה, מוז איך זיין קארעקט הונדערט פראצענט, שבת און יום טוב, ביינאכט בייטאג, ווי איך גיי ווי איך שטיי? אלץ קוקט מען מיך נאך?
איינמאל האט מיר דער מנהל אריינגערופן זונטאג אין אפיס, און זאגט מיר שטרענג!
מ'האט מיר פארציילט אז די טובל'סט קינדער אין מקוה ערב שבת..
איך האב עהם געזאגט, אז איך נעם מיין קליינע ברודער אין מקוה, און גיי מיט עהם אין וואסער און העלף עהם כאפן א טבילה.. יא!
עמממ עמממ.. הייבט ער אן קעקעצן.. זיך דיר בעסערע עסקים.. ווי האלטסטו מיטן תהילים שבת אינדערפרי..
כ'ווייס נישט וואס זיין כוונה איז געווען פון לייגן לחץ, אבער איך האב מיך גוט אויסגעלאכט, און זיין לחץ האט מיך נישט פארביטערט די יארן דארט, בכלל נישט!
וואס ער האט אבער יא אויפגעטון לגריעותא, איז געווען אז כ'האב געזוכט טאקע שבת צו אנטלויפן פונעם דאווענען און לייענען, און צו די טישן פלעג איך ממש נישט קומען, און אלץ געהאט מיינע טריקס אז מיין טאטע זאל נישט געוואור ווערן וואו איך בין.
ס'מיר געווען א קלארע וועג וואס כ'האב מיך שוין אויסגעלערנט אליינס צו קאנטראלירן מיין לעבן, אז ווען מ'לייגט פרעשור בין איך נישטא!

איך האב געהאט נאך אסאך פאן דארט אין תולדות!
און ווי דערמאנט, איך בין נישט געווען דער איינציגער וואס מ'האט ארויפגעלייגט א נאסע שמאטע מזמן לזמן, ס'געווען באשטימטע מחוצפים, וואס דער מנהל האט מיט זיי געהאט היבשע הייסע באציאונגען און שווערע ארבעט.
אונז פלעגן אזוי לאכן ווען יענע מחוצפים האבן מסדר געווען דעם מנהל, אפילו נאכן כאפן פעטש.. און דער מנהל האט דאן באצאלט פאר זיינע אונטערדריקענישן, שוין פאר אונזערט וועגן אויך.
איינמאל רופט דער מנהל יענעם מחוצף אין א זייט, און פרעגט עהם, האסטו געזאגט 'פיגע' פאר דעם משגיח?
[דער בחור האט געהאט א לויזע מויל, און זאגן 'פיגי' פאר כאטשיג וועם, איז געווען פון די שיינע ווערטער..]
מער האט דעם מנהל נישט אויסגעפעלט.. דער בחור האט ארומגעפויקט יעדעס פאני ווארט וואס דער מנהל האט עהם נאר געזאגט, און ס'געווארן א געלעכטער אין ישיבה, צו דער מנהל האט געהערט צו נישט.. האסטו געזאגט פיגע..
און כ'מיין אז כ'וועל זיך אריבערקלייבן צום זומער סעזאן, ווי 'קעמפ' איז געווען א חלק פון דעם, און פארציילן אביסל פון יענע סצענעס.
אבער כ'האב נאכנישט פארציילט וועגן די ישיבה גראסערי, און וועגן די ישיבה מקוה..
נישט אז די ישיבה האט געהאט א מקוה און נישט א גראסערי.. ס'געווען א גראסערי ביים קארנער, וואס האט געהייסן שטערנס גראסערי, און בלשונינו – 'שמיקוס גראסערי'..
שמיקו איז געווען א רחמנות'דיגע עלטערע בחור, וואס זיין מאמע – ווארשיינליך א אלמנה, האט געפירט מיט עהם די געשעפט, און מיר פלעגן זיך ארויסכאפן פון ישיבה מיט רשות, צו יענע גראסערי צו קויפן אמאל נאש, צו א סענדוויטש.
אונז פלעגן מער הנאה האבן צו הערן די אלטע באבע מיט שמיקו ווי זיי רעדן, ווי די גאנצע מקח וממכר..
און אין ישיבה פלעגט מען עס נאכזינגען.. שמיקו ווי ביסטו.. בחור'ל וואס וויסטי..
דער סענטעוויש קאסט בלויז איין טאלער!
און דעיע??
דאס קאסט שוין צוויי טאלער.. בחור'ל
פארוואס קאסט דעיס צוויי? ווייל ס'האט א פעפערל..?
אזוי פלעגן מיר אלץ פיייניגן און פרעגן און זיך דינגען אויפן סענדוויטש פרייז.
און זי פלעגט זאגן:
ניין ניין! דאס קאסט א טאלער, ווייל ס'האט טונע פיש, און אויך טאמאטא, און אויך מייענעס, און אויך פיקל.. און דאס קאסט 'צוויי טאלער', ווייל ס'האט סיי טונע פיש, סיי טאמאטע, אויך מייענעס, אויך פיקל, און דערצו האט עס א פעפערל.. פארשטייסטע מיז איך בעטן צוויי טאלער!!
און אונזער מקוה איז געווענליך געווען דער 'פאפא מקוה', און ס'קומען מיט א סעט! מיטן פאפא שמש..
די גרעסטע געווינס איז געווען, ווען דער שמש האט אונז נישט געכאפט ביים האנט, ביים אריינלויפן אין מקוה אן באצאלן..
ס'נאכנישט געווען די מאשין וואס מ'לייגט אריין געלט אדער א קארטל, און יעדען טאג פלעגן מיר מיט איין שטורעם אריבערלויפן דעם שמש ביים טיר, און ארייפראלן אין מקוה..
ווען ער האט אונז געכאפט און פארגעהאלטן, היתכן מ'באצאלט נישט, פלעגן מיר האבן גרייט א זאק תירוצים.
איך האב געזאגט אז איך בין א פרעמדער.. איך קום נישט פון סקווער.. [וואס די פרעכע ליגענט האט געשיינט אויף מיינע רויטע באקן, ווי מ'האט קלאר געזען די געקניפטע סקווערע פיאות..]
א צווייטער האט געזאגט, כ'האב געלייגט אין פושקע, א דריטער כ'האב נישט.. א פערטער איז אנטלאפן, א פינפטער האט געמאכט מיט עהם א דין וחשבון, אז ער ניצט נישט קיין זייף און נישט קיין האנטוך און נישט קיין שויער, און נאר פארן זיך טובל'ן באצאלט ער נישט..
כ'מיין אז סוף כל סוף פלעגן מיר יא עפעס אריינווארפן אין פושקע דארט, אבער ס'געווען מער געווינס ווען מ'האט עהם אויסגעשפילט..
און ווען מ'איז אריין אין פאפא שול, האט מען כאטשיג ווען געקענט הערן 'קץ' און ברוך יאמרו.. ווייל אונז בחורים פלעגן דווקא פארשפעטיגן די דאווענען אין ישיבה, כדי צו קענען דאווענען פארן עמוד אין פאפא..
אין סקווער דאווענען דאך נישט קיין בחורים פארן עמוד, פלעגן אונז בחורים אפילו באצאלן קנס געלט פארן שפעטיגן, אבי צו קענען דאווענען פארן עמוד אין פאפא.
און כ'געדענק אז איינמאל ראש חודש, ס'דאך א לענגערע דאווענען, האב איך מיטגעהאלטן ווי 'אלע' מנינים זענען געווען סקווערע בחורים בעלי תפילות.. און כ'בין אריין אין גרויסן היכל, זע איך דער פאפא רבי אליינס שטייט און קוקט זיך צו, ווי נתי פריזל.. א נידריגע יונגע בחור'ל פון די ערשטע כיתה אין ישיבה קטנה, זינגט הלל!..
יא יא.. תולדות יארן..
המשך יבוא בעזרת השם ית'
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

כבוד הרב מנשה לוסטיג שיחיו
הגם לגבי אנדערע פון דיינע געשרייבעכטס דא אין קאווע שטיבל האב איך גאנץ א אנדערע מהלך המחשבה, דהיינו מער צום אמת'ע דרך התורה, אבער אז דיין מהלך ווירקט אויף דיר צו טוהן מער מצות ומעשים טובים בין אדם למקום ובין אדם לחבירו און ווייניגער לא תעשה'ס בגלוי ובסתר, הארט עס מיר בכלל נישט צו וועלעכע סעקטע די געהערסט אדער קוקס ארויף אויף.

עכ"פ דיינע מאמרים וואס רופט זיך "די אנהייב פון מיין לעבן", האט מיר שטארק איבערגענומען, איך טרעף דארט זייער אסאך מיטמאכענישן מיט וואס איך קען זיך קאנעקטן צו זיי, ווייל אויך איך בין דאס אדורכגעגאנגען פחות או יותר, דיין ווערק איז א גרויסער און דיין ארבעט זייער א ברייטער, ס'האט מיר אזוי געצויגען צום ליינען, אז כ'האב געמאכט קאפי פעיסט צו א ביכל וואס האלט היינט צו טאגס איבער 180 עמודים, געמאכט דא אין דארט קעפליך וכו', איך האב עס דוקא נישט געשטעלט דבר דבר על מקומו הנכון, צוליב ביים ליינען טרעפט דער ליינער נאך און נאך סופרייזעס, איך וויל פרעגן רשות צו איך קען דאס מאכען צו א PDF אין שיקן ווייטער, ארויף לייגען אויף סקריבט.

עס האט מיר אזוי געצויגען, אז איך אליינס בין נשפע געווארען אנצוהייבען אזאנס גלייכען, שרייבן מיין אייגענע לעבן, נאך אפאהר טאג האב איך געזעהן אז עס איז דוקא געזונט פטאר מיר דאס צו טוהן, היות איך קען זיך באמת ארויס געבן מיינע אינערליכע געפילן. איך פארשטיי אז וויבאלד איך בין נישט קיין שרייבער וועל איך זיך נישט קענען צו-גוט ארויס ברענגן, אבער אי אפשר בלא כלום, איך ווארף אוועק דעם כלל וואס מיין רבי האט אונז געזאגט אין חדר "אז עס פעהלט אין הסברה פעהלט אין הבנה" דאס איז א שקר לחלוטין מעיקרא ומיוסודו.

איך וויל נאר אנפרעגן ביי כבוד הדרתו, ווי אזוי געדענקסטו אזוי סאך? דהיינו די מאכסט ריסערטש אויף צו פרישן דיין זכרון? קוקסט נאך בילדער? פאפירען און אקטן? פרעגסט אויך מענטשן צו חברים? האסטו א געוויסע מהלך?

ביטע לאמיר וויסן,
צלח ורכב, מיר קענען קוים ווארטן צו ליינען די המשכים.

ממני הק' דולה ומשקה
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

דולה ומשקה האט געשריבן:כבוד הרב מנשה לוסטיג שיחיו
הגם לגבי אנדערע פון דיינע געשרייבעכטס דא אין קאווע שטיבל האב איך גאנץ א אנדערע מהלך המחשבה, דהיינו מער צום אמת'ע דרך התורה, אבער אז דיין מהלך ווירקט אויף דיר צו טוהן מער מצות ומעשים טובים בין אדם למקום ובין אדם לחבירו און ווייניגער לא תעשה'ס בגלוי ובסתר, הארט עס מיר בכלל נישט צו וועלעכע סעקטע די געהערסט אדער קוקס ארויף אויף.

עכ"פ דיינע מאמרים וואס רופט זיך "די אנהייב פון מיין לעבן", האט מיר שטארק איבערגענומען, איך טרעף דארט זייער אסאך מיטמאכענישן מיט וואס איך קען זיך קאנעקטן צו זיי, ווייל אויך איך בין דאס אדורכגעגאנגען פחות או יותר, דיין ווערק איז א גרויסער און דיין ארבעט זייער א ברייטער, ס'האט מיר אזוי געצויגען צום ליינען, אז כ'האב געמאכט קאפי פעיסט צו א ביכל וואס האלט היינט צו טאגס איבער 180 עמודים, געמאכט דא אין דארט קעפליך וכו', איך האב עס דוקא נישט געשטעלט דבר דבר על מקומו הנכון, צוליב ביים ליינען טרעפט דער ליינער נאך און נאך סופרייזעס, איך וויל פרעגן רשות צו איך קען דאס מאכען צו א PDF אין שיקן ווייטער, ארויף לייגען אויף סקריבט.

עס האט מיר אזוי געצויגען, אז איך אליינס בין נשפע געווארען אנצוהייבען אזאנס גלייכען, שרייבן מיין אייגענע לעבן, נאך אפאהר טאג האב איך געזעהן אז עס איז דוקא געזונט פטאר מיר דאס צו טוהן, היות איך קען זיך באמת ארויס געבן מיינע אינערליכע געפילן. איך פארשטיי אז וויבאלד איך בין נישט קיין שרייבער וועל איך זיך נישט קענען צו-גוט ארויס ברענגן, אבער אי אפשר בלא כלום, איך ווארף אוועק דעם כלל וואס מיין רבי האט אונז געזאגט אין חדר "אז עס פעהלט אין הסברה פעהלט אין הבנה" דאס איז א שקר לחלוטין מעיקרא ומיוסודו.

איך וויל נאר אנפרעגן ביי כבוד הדרתו, ווי אזוי געדענקסטו אזוי סאך? דהיינו די מאכסט ריסערטש אויף צו פרישן דיין זכרון? קוקסט נאך בילדער? פאפירען און אקטן? פרעגסט אויך מענטשן צו חברים? האסטו א געוויסע מהלך?

ביטע לאמיר וויסן,
צלח ורכב, מיר קענען קוים ווארטן צו ליינען די המשכים.

ממני הק' דולה ומשקה

קודם כל! איך בין נישט קיין 'הרב'.. איך האב נישט קיין הוראה און כ'בין נישט קיינעמס אופציעלע רבי.. און אפילו א פורים רב איז פאר מיר א פרעמדע טיטול, פורים יא, פאני יא, נאר נישט רבי צו רב.. איך בין א אייגנארטיגער שרייבער און אקטיאר מיט א דיפלאמע פון היבשע עקספירינס אין לעבן, און זהו.
לאמיר פראבירן ענפערן על ראשון ועל אחרון.
לגבי מיין מהלך, אויב דו מיינסט מיין האקן אויף סאטמאר וכדומה, דאס איז בלויז צו געבן די בילד וויאזוי עני סקווערע צו פאפענע צו בעלזע שפירט זיך ווען מ'שמירט זיי אויס מיט קאלט בלוט, און נאך מיט אמונה אז מ'טוט די ריכטיגע זאך. איך לעולם האב נישט קיין האס צו סאטמאר און כ'קום פון דארט האלב וועגס.
יעדע מקום האט מעלות וחסרונות, און ווילאנג ס'גייט מיט א וויכוח און מ'בלייבט יידישע חברים בסדר בסדר.. אבער ס'גייט מיט די ערגסטע לשונות, און ווען מנשה לוסטיג זעט דאס און פראבירט וויאזוי הערט זיך עס ווען מ'רעדט אויפן רבינו יואל ענליך אזא שפראך. דאמאלטס ווערט א וואלקן ווי דאס ערגסטע האט פאסירט. וקצרתי כבר.

וועגן מאכן א פידי עף, כ'קען נישט זאגן ניין, אזוי אויך אז דו זאלסט שרייבן פון דיין לעבן, וואלט איך אויך געזאגט אז יא~! די עיקר איז די פאקטן, וואס ווערן פאקטיש פארגעסן און ס'איז די בעסטע מתנה פאר די דורות הבאים, פאקטן פון אמאל.
איך פלאן אליינס צו מאכן א אפציעלע ביכל דערפון, נישט יעצט נאר עטליכע יאר ארום, און דאס איז לכתחילה געווען מיין פלאן, און כ'האב נישט געהאט קיין ברירה, ווייל אויב נישט כ'זאל דא שרייבן און בעקומען פידבעק וואלט איך מער געפוילעצט מיטן שרייבן וויפיל איך פוילעץ אזוי אויך גענוג..
ארגינעל איז די געשמאקסטע זאך, אז מ'קען שרייבן איז נאך בעסער, אבער פאקטן און נאטיצן איז די פירות וואס מ'קען ארויס נעמען פון יעדע מצב טוב או ההיפוך.
איך האב זייער געוואלט שרייבן אפציעלע זאכן, און כ'האב איינגעזען אז כ'קום נישט אן דערצו, נישט מ'לאזט מיך צו, און נישט איך זע אז כ'זאל אנקומען דערצו, ממילא וואס כ'טו אליינס און פאר מיר איז געטון..
ספעציעל, די זאכן קען פארטויטש ווערן מיט חרטה געפילן אויפן צוואה בעטל, אויב זיי בלייבן אונטערן צונג און ווערן נישט פאראייביגט כאטש אויף א דבר קימא.

פרעגסט ווידער 'כבוד הדרתו'.. איך בין נישט גאט! און כבוד הדרתו וואלט איך גערופן א כלי קודש..
בנוגע דיין שאלה פון מיין זיכרון און שטייגער פון שרייבן.
איך האב נישט קיין שלעכטע זיכרון גראדע, אבער די שווערע צייטן געדענקט מען אלץ בעסער.. און כ'האב דערפון געהאט הויפענעס, נישט געפערליך.. אבער גוטע צייטן האב איך געהאט ווינציגער אמאל, און ס'לוינט זיך צו שרייבן טויזענט בלעטער און קומען צום אויספיר ווי ס'געווארן לעכטיג אויפן לאנגע וועג ווי מ'איז שוין געווען אויפן סף הייאוש פון אנקומען צו עפעס דערקוויקענד אין לעבן. דאס גאנצע לעבן איז אפס און דאוינס, און ס'איז אזא שפראך אויסדרוק, מיין לייוו סטארי.. די לעבנס ביכל, און כ'האב אפילו א אויסדרוק דערויף, ווען כ'האב נישט וואס צו לייענען, לייען איך מיין אייגענע לעבנס ביכל.. דהיינו כ'בין מפשפש בהעבר והעתיד אויף זיך איבערצומאכן למוטב.
ס'נישטא קיין סאך זאכן וואס כ'האב געדארפט הילף זיך צו דערמאנען, אבער די טאלאנט פון שרייבן, עקטן וכדומה, וואס די שורש דערפון איז מכח 'פאנטאזיע' גולמ'ן בלע''ז.. קומט צוזאמען א פעקעדזש מיטן אנקוקן זאכן בהווה אנדערש ווי סתם איינער, און ממילא געדענקן עס אנדערש. און פאר א דוגמה וועל איך דיר זאגן א פאקט, אז איך בין בכח צו צומאכן מיין אויגן און זיין סיי וואו אויפן וועלט און כאטש ווען, איך קען יעצט דמיונ'ן בפאנטאזיע מלא, ווי איך שטיי ביי נעילה יום כיפור, און א מינוט שפעטער ווי איך זיץ ביים סדר פסח, און כ'קען זיך ארויסטון פונעם מציאות. ס'איז א כח פון א טאלאנט וואס אין חדר האב איך געכאפט פעטש פארן גולמ'ן.. און היינט פארדין איך הנאה דערפון..
אז ענק האבן הנאה איז עס מיין הנאה. א דאנק פאר די חיזוק רייד ס'טוט נאר אויף צום גוטן.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

כ'וואלט זיך געוואלט אוועקלאזן און באשרייבן מיינע 'קעמפ' יארן, אין יענע צוויי יאר וואס כ'האב געלערנט אין תולדות, תשנ''ד און תשנ''ה, און נאכער פארזעצן ווייטער, מיט די געשיכטע אין די צייט וואס כ'האב געלערנט אין וויליאמסבורג, אין תולדות, ביזן ענדע פונעם יאר תשנ''ה צום גוטן.
בעפאר איך זעץ פאר ווייטער, וויל איך אויפמערקן א זאך וואס כ'האב מיך נארוואס דערמאנט.
כ'האב געשריבן די געשיכטע וועגן מיין חבר אברהם ברוך סעקולע וואס האט זיך צעריסן די האנט אין די גלאזערנע פענסטער.
פשוט וואלט מען פארשטאנען, אז ס'האט פאסירט וועגן די אומפארזיכטיגקייט פון לויפן ווילד און ספעציעל אויפן דאך, און אין אזעלכע אומשטענדן.
אבער יעצט געדענק איך גוט, אז מיר האבן עס אנדערש אויסגעטייטש דעמאלטס.
ער איז דאך געשלאפן אין מיין שטוב, און כ'געדענק אז יעדע אינדערפרי, נאכן אפגיסן נעגל וואסער, פלעגט ער אויפעפענען די פענסטער צום דאך, און ארויסגיסן געיאגטערהייט, די נעגל וואסער.. און מ'האט זיך פארלאזט, אז די זינען שטראלן וועלן עס אויסטרוקענען, און ס'גארנישט אז מ'טרעט אויף דעם ארט שפעטער.
למעשה ווען דאס האט פאסירט, האבן מיר זיך איבערגעבליקט, און פה אחד צוגעשאקעלט, אז יא, דארט ווי ער האט אויסגעגאסן די נעגל וואסער איז א מקום סכנה, און דאס איז ווארשיינליך געשען, און מ'האט געדארפט זיין פארזיכטיג דערמיט.
מענין לענין שלא באותו ענין.. דערמאן איך זיך א מעשה וואס כ'וויל עס פאר אינטערעסאנטקייט פארצייכענען להנות בהם הקוראים, און דאס גייט צוריק מיט כאטש צען יאר בעפאר.
איך האב מיך ארויפגעשלעפט אין חדר אלץ קינד, די לאנגע וועג האט מיך געמאכט אינגאנצן אויפגעברויזט, אויף יעדע קאר וואס פארט אריבער און שטעלט זיך נישט אפ מיך ארויפנעמען דעם לאנגען בארג ארויף צום חדר.
פלוצלינג שטעלט זיך אפ א קאר, און כ'זע ווי דער דרייווער איז א טאטע פון איינער פון מיין קלאס, ער זאגט צו מיר כ'זאל אריינקומען אין קאר, און ער גייט מיך אויך מיטנעמען ווי ער נעמט יעצט זיין זון יענעם וועג – צום חדר.
ברוך השם.. טראכט איך פרייליך, און כ'האלט נאך אינמיטן טראכטן, ווען דער דרייווער רופט זיך אן צו מיר:
'באמת בין איך מיט דיין טאטן אויף מעסער שטעך, מיר זענען פארביסענע שונאים.. אבער דאך האב איך געטראכט, וואס ביסטו שולדיג דערין, און פארוואס זאל איך דיר נישט א טובה טון און ארויפנעמען אין חדר..'
ס'האט מיר גענומען א האלבע מינוט צו כאפן, אז ער האט געמאכט א דראמאטישער אנשטעל בתורת ווערטל, אבער ס'מיר געווען א גוטע דערפרעשמענד.. און כ'לאך נאך היינט ווען כ'זע יענעם אין שול.. יענער איז שוין א עלטער זיידע היינט..

צוריק צו די 'נ' יארן, מיר פארן אין קעמפ!
איי ווי לאנגע יארן אין חדר פלעג איך אלץ חלומ'ן זוכה צוזיין צו פארברענגען אמאל אין די 'סקווערע קעמפ', דארט ווי ספעציעלע מיוחסים קינדער פון שטעטל פלעגן צומאל גיין אהין, אמאל אויף א וואך צוויי, און איך וואס כ'האב נישט געהאט א טאטע א עסקן, האב געמוזט אויסגיין פאר קנאה..
היינט און יעצט איז עס א ווירקליכקייט, מיין חלום אוועקצופארן לערנען ערגעץ, צו גיין אין קעמפ.. א נייע וועלט, מ'גייט שווימען.. מ'גייט האקן א לעבן.. אט אט ס'איז דא פאר מיר, ס'איז א פאקט.
צו מיין שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ, און כ'האב מיך געציפט אליינס, צו ס'אמת אז כ'גיי טאקע שוין אין קעמפ, און כ'האב שוין ארויפגעלייגט מיינע אלע חפצים און פעקלעך, וואס כ'האב געוואלט אפשיקן קיין קעמפ, אויפן גרויסן לאסט וואגן טרעילער וואס פארט ארום אין שטעטל, און לאזט יעדן ארויפלייגן זיינע פעקלעך, און טראגט זיי אפ באצייטנס נאר פאר מיר גרייכן אהין אין קעמפ.
בעיקר איז די אינדזשוימענט אין קעמפ געאייגענט פאר די חדר קינדער, די חדרים פון ווילימסבורג און בארא פארק פארברענגען דארט אלע יארן, מיט אקטיוועטיס און קאלערווארס, און קעמפ פייערס און פארשטעלונגען, און אלע קינדערישע שוואוילונגען.
אבער מיר תלמידים פון די וויליאמסבורגע און אויעך בארא פארקע סקווערע ישיבות, טוהען אין איינוועגס אויך אמאל מיטהאלטן די צומאל אינטערעסאנטע שפילערייען און געלעכטערס, זומערדיגע פארברענגענס און זיך אויסלופטערן אויף די בערגיגע נאטור.
יעצט ווען כ'קוק צוריק, זע איך דעם בילד קלאר פאר די אויגן, אז די בלעטער גמרא און שלחן ערוך, וואס מיר האבן דארט געלערנט, האבן מיר נאך די בעסטע קולט געווען און פארשטאנען און קונה געווען אויף אייביג, צוליב די ריינע לופט, און פרייע צייט אונטער שאטן פון ביימער און הימל, וואס האט אסאך צוגעגעבן צום השלמה אין קניני רוחניות.
ס'געווען תורה שיש עמה מלאכה, מ'האט זיך אסאך מער מסדר געווען פאר זיך, ווי כאטש ווען א גאנצע יאר.
מיר האבן זיך אליינס געוואשן די וועש, אויפגערייניגט און מסדר געווען די בעטן און שטוב, אויפגעוואשן און אויפגעטרוקענט א פלאר, צו א טוילעט וואס איז איבערגעלאפן צו צעבראכן געווארן, מיר זענען געווארן טיילווייזע עלעקטערישנס און פלאמבערס און בוי מייסטערס, אמאל האלץ האקערס און וואסער שעפער, און וועלכע נאר מלאכה ס'האט אויסגעפעלט, וואס 'אם אין אני לי מי לי'..

יא, די קעמפ מענידשער האט אסאך ארבעט געהאט אין די 'בחורים באנגעלוי'.. נישט געזארגט! אבער דאך ווען מ'פארלאזט זיך אלץ אויף יענעם, קען מען צו א באקוועמע לעבן נישט מאכן.
מיר האבן געהאט די נויטיגע געצייג, און מיר האבן עס גענוצט, לאו דווקא פאר א צורך.. מ'האט געהאקט ביימער און צווייגן, און געגראבן לעכער און געבויערט ווענט, נישט פאר א ספעציעלע געברויך, נאר פשוט אויסצוגעבן די היציגע און ווילדע געמיט..
יא, דארט אין קעמפ האסטו געקענט זיך אויסגעבן אויף א בוים, און אויספלאטשקענען א וואסער מיטן גאנצן געשמאק, אן איינעם זאל עס בכלל קימערן.. מ'האט געלעבט מיטן כאלאט'ל און באלי הוטל, ווי א דארפסמאן אויפן פעלד.. און ס'האט געהאט אלע טעמים..

לאמיר אביסל שילדערן א סדר היום.
מיר בחורים זענען אויפגעשטאנען היבש פרי, און זיך אוועקגעלאזט אין מקוה, וואס איז געווען מחוץ המחנה, מיטן האנטוך הגדול.. אויפן פלייצע, און יעדער מיט זיין קאלירטן האנטוך וואס ער נישט קיין צווייטער האט אויסגעוואשן און אכטונג געגעבן אויף איר עקזיסטענץ, האט זיך דערמיט מיט כבוד באנוצט..
קען זיין אז א צווייטער האט בגניבה עס אויך גענוצט אמאל, אבער אויסגעוואשן יענעמס זאכן האט קיינער נישט.. און אזוי אויך, געקויפט מאכלים און איבערבייס האסטו אליינס געדארפט, און העכסטענס געגעסן האט עס געקענט א צווייטער אויך..
אין מקוה איז געווען א היבשע געדראנג, מיר זענען נישט געווען דארט א קהילה פון איין צענדליג בחורים, און א גרויסע עולם מקוה טינקערס, מאכן אן א היץ, אויסער וואס די מקוה אליין איז געווען ניינציג פראצענט כלאר, און עפעס איין פראצענט מים חיים..
די פענסטערס זענען נישט געווען פארהאנען אין מקוה, און אזוי האט די היץ זיך ארויסגעלאזט פריי, און די פיינע גערוך פון די פרימארגן טוי, האט אריינגעדרינגען אין די אויסגעוואשענע נשמות, וואס האבן זיך פלינק גע'טובל'ט און געכאפט די ארבע בגדים, און טרעטנדיג אין די שטויביגע בלאטיגע זאמד'פולע פאדלאגע, האט מען זיך שנעל געזען אינדדרויסן פונעם שוויץ קאמער.
ביים ארויסגאנג איז געווען א קראן, ווי ס'איז געשטאנען די שעות ווען מ'שליסט יעדן טאג די מקוה, 'מטעם הכמוס'.. און איך האב זיך געמאטערט צו פארשטיין דעם גרויסן טעם הכמוס פאר לאנגע וואכן, ביז איינער האט מיר בשתיקה אלעס מגלה געווען.
די זינען שטראלן וואס האבן אויפגעשיינט צווישן די ביימער פון מזרח, האבן צוגעגעבן צום כמארע וואס האט זיך געשאפן פון די קלימאט אויף די בערג, און מיר האבן אריינגעאטעמט פיינע קלארע לופט, פונעם הייליגן באשעפערס נאטור, אזוי טייער און ריין.
מ'האט זיך געזעצט לערנען א שעה לפני התפילה, און געווענליך איז דאס געווארן געאייגענט פארן פארקוקן שיעור, ווי פלעגט זיך רוב מאל פארזאמלען אין איינע פון די בודקעס אין די ארומיגע שטח, און דארט פארלערנען די טעגליכע לימודים, און דורכן טאג האט מען בלויז גע'חזר'ט און צוגלייגט בחברותא, נאך לימודים אין גמרא, שו''ע און חסידות.
יענע בודקעלעך זענען באמת געווען געאייגענט פאר די חדר קינדער, אבער ווען מיר האבן עס גענוצט אין די פארטאגס שעות, זענען זיי נאך געשלאפן, און שפעטער ביינאכט, ווען מיר פלעגן צומאל זיך פארזאמלען דארט פאר א פלוצלינגע שיעור, אדער דאס גלייכן, זענען די קינדערלעך שוין לאנג געווען אין זייערע בעטן, נאך א אויסגעשעפטע נאכמיטאג, פון שפילערייען וכדומה.
נאר זיך צו דערמאנען די פארטאגס שיעורים אין די בודקעס, ברענגען מיר צוריק נאסטאלגישע געפילן.
דער מגיד שיעור האט זיך נעבעך געגארגעלט מיט זיינע מראי מקומות וואס ער האט צוזאמגעווארפן, און ארום אויף די צוגענאגעלטע בענק, זענען געווען אויסגעשטרעקט צוויי מנינים בחורים, וואס א טייל האבן געקלאצט, א טייל געשלאפן.. און א טייל אויך צוגעהערט..
ווען האבן מיר זיך פאר א אמת אויפגעוואכט.. ווען די הויכ'הילכער פונעם קעמפ, האט אנגעהויבן זינגען א לידל, אויפצואוועקן די קינדערלעך.. אודה לק-ל לבב חוקר.. ברן יחד כוכבי בוקר..
דער מגיד שיעור האט יענע הויכ'הילכער 'נישט' געקענט איבערשרייען.. און איך האב אזוי הנאה געהאט פון דעם געזאנג, ס'מיר געווען א שטיק נשמה, א שטיק גן עדן.. איי אודה לקל, לבב חוקר.. ברן יחד כוכבי בוקר..
הערשט דעמאלטס האבן מיר זיך ארומגעקראצט די זייטן, און אפגעציילט די מאסקיטאו ביסן, וואס מיר האבן באקומען, דורך די קורצע שלאף ביים פארטאגס שיעור.. אזא מאסקיטאו האט געקענט אנמאכן א געשווילעכץ פון א אינטש רינדעכיג.. זיך אנגעגעסן פרישטיג און אפגעפלויגן צו א צווייטן..

דורכן טאג האט מען אזוי פלייסיג געהארעוועט, אז ביז יעצט קען איך אינמיטן שלאפ אויסזאגן גאנצע שטיקער סוגיות, ספעציעל די סימנים אין שו''ע הלכות מוקצה שי''ח שי''ט, און הלכות בישול ש''ח ש''ט ש''י, איי איז דאס געווען א חיים של תורה.
מ'האט געקענט די בלוט צאפן און תורה איז געפלאסן.. די מאסקיטוס דארט זענען אויך געווען גאלע רוחני.. ווייל זיי זענען געווען פול מיט אונזער חיות, און די פייגלעך און שיפמאנקס, האבן געקענט אויסגיין פאר קנאה, ביים זען אז אונזער מלחמתה של תורה איז זיסער ווי זייער שפרונגעריי פון בוים צו בוים אן סיי וועלכע ציל..
יא, מיר האבן געהאט דארט צו עסן און פארגעניגן אויך, אבער ס'איז געווען זייער דערהויבן, גאנץ אנדערש ווי די שטיקעדיג לופט פונעם שטאט, און די גערודער פון די אטאמאבילן און באנען, זענען דא געווען נאטורליכע געזאנג פונעם באשאף.
און כ'האב געזאגט שווימען.. איך בין נישט געווען פון די פרומע סעקטע, וואס האט זיך מעולם געפירט זיך נישט אפצואוואשן משבת לשבת.. ניין, איך האב מיך יא געוואשן, און יא זיך געלאזט איבערן שווים באסיין.. און זיך אויסגעלערנט שווימען גאנץ כמעשה.
כאטש נישט בשלימות.. ווייל כ'קען עד היום נאכנישט די בעסטע שווימען, און אריינדייווען על אחת כמה וכמה נישט.. אבער יענע שווימעריי איז מיר נישט ווייניג צוניץ געקומען, און כ'קען נישט גענוג אפדאנקן די השגחה פאר יענע געשמאקע צייטן.
און אויך עסן האבן געהאט געשמאקע און נארהאפטיגע פרישטיג לאנטש סאפערס, נישט זיך צו באקלאגן, ווען דער הויפט קעכער איז געווען א ארץ ישראל'דיגער בעל משפחה, וואס איז אפשטאמיג פון יוצאי תימן, און זיינע עסן האבן געהאט אלע טעמים, ווי די מן..
האסטו געוואלט שארף איז געווען שארפע מאכלים, זאפטיג און נארהאפטיג איז געווען דאס אויך, ער איז ווערד געווען יעדע פרוטה.. און ער האט געשפייזט א ריזן ציבור דארט, און האט נישט באקומען קיין טענות נאר קאמפלימענטן, דאס געדענקן איך גוט.
איך געדענק אפילו, אז נאכן ענדיגן אפקאכן א טאג, פלעגט ער פארנאכטס זיך אוועקלאזן מיט א ציגארעטל צום סווימינג פול, און זיך אויסציען די ביינער, כ'האב געשפירט גוט פאר עהם.. ווייל ער איז ווערד געווען יעדע לויב.
ס'קומען דער שבת קודש, הייליג איז געווארן איבעראל, אויב ביז יעצט איז געווען א תענוג רוחני וגשמי גם יחד, זענען מיינע שבתים אין קעמפ, געווען ממש מעין עולם הבא, ימי שבתות במנוחה, און ס'האט מיר אסאך געהאלפן אויפן עתיד אויך, וויאזוי אליין צו מסדר זיין א שבת טיש און א וועלטל פון אייגנארטיגקייט, און כמעט אינגאנצן זעלבסשטענדיגקייט.
המשך יבוא בעזרת השם הטוב
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

דולה, אפשר לייגסטו ארויף דיין PDF דא, איך האב אנגעהויבן צו ליינען ווען מנשה האט אנגעהויבן שרייבן, אבער איך האב נישט געקלערט אז ס'געט זיין אזוי לאנג שלעפן דאס אנהייב פון זיין לעבן, איך בין היבש צוריקגעבליבן, ס'קוקט אבער אויס גאר אינטערעסאנט, א PDF וועט מען קענען ארויספרינטן און גוט איבערגיין
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

עס גייט נישט איך באקום דעם מודעה:

גודל הקובץ המצורף גדול מדי, הגודל המירבי להעלאה הוא 2 MB.
שים לב שהגודל נקבע בקובץ php.ini ואינו ניתן לשינוי.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אמת אז תולדות אין שטאט, און תולדות אין קעמפ, זענען געווען צוויי וועלטן, צוויי אנדערע לעבנס שטייגער, ווייל אין שטאט איז געווען מער א מסגרת און אטאמאטיש מער סדר, אבער דאך אין קעמפ, ווי ס'געווען אביסל הותרה הרצועה, דאך האט מען נאך גענוג געלערנט און גוט איינגע'חזר'ט די טיפע סימנים שו''ע הלכות בישול ומוקצה.
און מער פון דעם, אז אין קעמפ האב איך מיר טאקע אויסגעלערנט צו פירן א שבת סעודה פאר מיר.
איך בין געווען אכט וואכען אומגעפער אינעם אייגענעם רשות, ביים עסן און פארבערייטן דעם סעודות שבת געפראוועכטס, און כ'האב מיר אויסגעבילדעט מיין וואונטש און ווילן, וויאזוי איך וויל אליינס פירן א שבת סעודה, ווען ס'וועט קומען די טאג און כ'וועל פירן א שטוב.
און טאקע פונקט אזוי ווי מיין מהות, אזוי האב איך דאן געפראוועט, מיט סבלנות, און מיט א רואיגקייט אן לחץ פון רוטין צו התחייבות.
יעדער האט זיך געזינגען און געוואשן און געגעסן ווען ער האט געוואלט, און רוב ציבור איז אטאמאטיש געווען אנדערש פון מיר.. איך האב פונעם זמירות נישט געמאכט אזא עסק – ווי אלע.
צוליב מיין אייגעגעסענע פיינטשאפט פון זינגען זמירות מיט צוואנג, וואס כ'האב דערפון געליטן אינדערהיים.
און ביים עסן האב איך סתם אזוי גענומען מיין צייט פאר זיך, און ווען דער עולם האט געכאפט די צוויבל קוגל, האב איך נאך געטונקן חלה אין די פיש זאפט – א לענגערע צייט, און ווען מ'האט געכאפט מעלאנע נאכן טשולענט, האב איך קוים געזוכט לחם משנה..
כ'האב מיר אלץ גענומען א עק ווינקל, און רואיג געגעסן און אונטערגעזינגען וואס כ'האב ליב געהאט, און דער הייליגער שבת איז נישט אנטלאפן אזוי שנעל, ווי ס'האט אויסגעזען פון דעם ציבור'ס געיעג..
ווייל די פראוועריי נאכן סעודה, צו די לימודים, צו די שפאצירן, איז געווען גענוג צייט און נאך.. אז איך האב מיך טאקע אויסגעלערנט ווי כ'האב ליב געהאט, צו עסן רואיג און נישט נעמען קיין געיאגטע שריטן ביים רואיגן שבת יום מנוחה, און כ'האב מיר געטראפן מיין וועג און מיין קרעמל, מיט חברים מיינס גלייכן.

יעדע שבת נאכמיטאג, פלעגט מען שפאצירן אראפ דעם בארג, צום גרויסן 'סוואן לעיק', עטליכע מינוט שפאציר אויסערן מחנה.
איך פלעג אויך אהינשפאצירן, אן באטראכטן די שיינע וואסער פאנאראמע, וואס איך גלייך דאך זייער שטארק, און דערווייל זיך פארטיפן אין מיינע מחשבות און פאנטאזיעס, ביים זיך שפיגלען אין די אזערע וואסערן, און פון צייט צו צייט זעען א שלאנג צו א פישל, זיך אדורכשלייכן אונטערן בריקל ווי מיר זענען געשטאנען און אבאאכט דעם ווארעם לופטיגע סביבה.
אויסערן מחנה איז נישט געווען קיין עירוב, און כ'האב טאקע פארלוירן מיינע זאכן וואס כ'האב צומאל פארגעסן איבערצולאזן אין מחנה, ווייל עס אראפלייגן בצידי הדרך צום לעיק, איז געווען א קלארע מסקנה אז כ'קען זיך דערפון מייאש זיין, צו א זייגערל צו א מעסערל צו א קונטרס'ל.
און דעם שפאציר אראפ דעם בארג איז געווען א געשמאקע, כאטש מ'האט געוואוסט גוט, אז ארויף וועט זיין א שלעפ.. אבער דאס גיין צום וואסער איז געווען א עונג שבת מעין עולם הבא, די פרישע לופט און שיינע פאנאראמע, האט אויסגעלופטערט די געהירן, און צוגעגעבן דאפעלטע פרישקייט.

דארט נעבן דעם לעיק, האט עפעס א גוי געבויעט זיין הייזקע, אליינס מיט די אייגענע הענט, און מיר פלעגן אלץ ביים אנקומען, געבן א בליק אהין, ווי האלט ער דארט, דער בוימייסטער, מיט זיין הייזל, און יענער האט גראדע היבש פאכמאניש אהערגעשטעלט א געבוי, ווען די ווענט אינדערויסן האט ער נישט געוואלט פארבן, בלויז ווארנישען, צו באשיצן פון די רעגן און ווינטער קלימאט.
מיר פלעגן זיך טאקע שטעלן ביים בריקל, וואס האט געהייסן 'קעלי ברידזש', וואס האט קוים געקענט דערהאלטן א אנגעלאדענטע טרעקל זאל אריבער פארן אויף דעם, אבער נישט צופיל מער.
יעצט שבת קודש האבן מיר נישט געקענט אלץ הלכה אויס, גיין אסאך ווייטער, אבער אנדערע געלעגנהייטן זענען מיר געגאנגען נאך ווייטער, ווי כ'וועל באלד שילדערן.
יעצט וויל איך פארציילן א עפיזאד, וואס איך האב בייגעוואוינט, וואס איז פאר מיר געווען היבש היסטאריש, אט הערט.
ביים וואסער פלעגן אלץ זיך פארזאמלען 'פיש כאפער', וואס האבן מער פאר שוואויל טאג – איידער פאר נוצן, געכאפט די קאורעס פישלעך, וואס זענען דארט געשוואומען אסאך.
די חברה פיש כאפער, האבן זיך גענוג געראנגעלט מיטן ווינט, וואס האט פראבירט צו פארהאנקערן דאס פישינג גראד שנירל, אינעם ווייער וואס איז געלאפן איבערן טייכל, און ס'געווען א חלק פונעם מיטאג שפילעריי, צו שיסן דעם שנירל איבערן טייך, עס אוועקנייגן פון זיך פארקירעווען צום ווייער, און ביים כאפן א פישל עס איינפאך צוריקשליידערן אין טייכל.
פונעם צוריקווארפן אין טייך, האבן מיר קלאר געזען אז דאס איז א צייט שטופעריי שפיל..
אבער איינמאל האט פאסירט, אז איך שטיי מיט חברים ביים לעיק, נעבן א פאמיליע וואס איז געקומען כאפן פיש.. און האבן דעם זיידן אוועקגעזעצט ביים וואסער, מיט א פיש כאפער אין האנט, און זיי זענען עפעס געגאנגען ברענגען עפעס, אדער עסן אדער כלים, אבער זיי האבן עהם געלאזט דארט זיצן אליין אפאר מינוט.
דעמאלטס האט זיך דער זיידע געעפענט דער מויל, און רופט זיך אן:
טייערע יודען.. איי הייליגע ברודער! ווי שיין און לעכטיג זענט איר מיט אייערע חסידישע טראגע..
איך בין שוין דאן געווען א בר הכי מיט די סארט יודעלעך, און כ'האב מיך צוגעכאפט צו זיין דער ראש המדברים, און כ'פרעג עהם, פון ווי זענט איר ר' יוד?..
איר זעט? זאג ער.. זעי מיין עיידים און טאכטער האלטן מיר אין שטוב, ער האט מיך אהערגעברענגט צום וואסער כאפן פיש, און ער פירט זיך נישט יידיש, איך וואלט שוין היינט געוואלט זיין ערליך, אבער כ'בין ביי זיי, און כ'האב קיין ברירה נישט..
אזוי? פון ווי זענט איר פונדערהיים, פון ניו יארק? פון אייראפע?
איי איי איך קום פון קיעוו.. מיין זעידע און טאטע זענען געפארן צום רבין ר' דוד'ל..
פשיהא.. וועלכע ר' דוד'ל ר' דוד'ל סקווערער? באמת?? איר זענט אמאל אויך געווען דארט?
יע יע.. איינמאל.. נישט קיין סאך..
איר האט געזען דעם רבין ר' דוד'ל?..
יע יע איך האב געזען דעם רבין..
עטליכע חברים רופן זיך אן צו מיר שטילערהייט, גיי גלייב עהם.. ער האט געזען ר' דוד'ל סקווערער?? אונז גלייבן נישט..
האב איך עהם טאקע גענומען אויף א פארהער.
זאגט מיר ביטע, וויאזוי האט ער אויסגעזען דער רבי ר' דוד'ל, ביטע זאגט אונז פונקטליך וואס איר געדענקט, מיר ווילן זייער הערן.
'דער טאטע האט מיר גענומען אמאל אויף ראש השנה, און איך האב נישט געקענט אריינגיין אין שול, עס איז געווען זייער פול, אבער ווען דער רבי איז אהיים פון שול נאכן לאנגן דאווענען, האב איך עהם געזען..
דער רבי איז געגאנגען מיט אזא זיידענע דזשעביצע ווי איר קינדערלעך גייען.. אבער מ'האט געזען ווייסע זאקן פון אונטן..
און וואס האט ער געהאט צוקאפענס??
צוקאפענס? א געבויגענע הוט! יע א סאמעטענעם אראפגעבויגן הוטל.
וואס? ער מיינט מסתמא דער ליובאוויטשער רבי.. צעלאכן זיך חברים ארום.
אבער איך דערמאן זיי, אז אויפן בילד – דאס איינציגע בילד פון רבי ר' דוד'ל סקווערער זצוק''ל, גייט ער טאקע א סאמעטענע אראפגעבויגענע הוטל – פשוט אביסל אראפגעבויגן פון ווייעכקייט צום פארענט.
עס שטימט וואס ער זאגט – כמעט..
למעשה גייט מען דאך נישט ראש השנה מיט קיין הוט.. אבער ער זאגט קלארע דיבורים, ער האט געזען, ווען ער האט געזען, איז שוין מעגליך ס'געווען נישט אום יו''ט.
און מיר ווילן עהם ווייטער פרעגן, און ער ווייזט אונז צו זיין שטיל, זיין איידים איז צוריק געקומען.. און דא האט זיך עס געענדיגט!
דעם עפיזאד האט מיר געגעבן א לעבעדיג בילד צום אמאליגער היסטאריע אין וואס מיר האבן שוין דאן גוט געלעבט דערין, אז איך האב געזען א יודל, נעבעך א פארבליבענער פון דעם חורבן אייראפע, אבער איינער וואס האט געזען דעם הייליגן צדיק רבי ר' דוד'ל זי''ע.

יא, כ'האב געזאגט אז שבת זעמער געגאנגען נאר ביז אהין, ביזן קעלי ברידזש, אבער נאך א תענית, נאך שבעה עשר בתמוז און תשעה באב, וואס מ'פלעגט גיין ווי א מנהג אויף א הייק – א לאנגע שפאציר אין די נאכט, דעמאלס, ווען מ'איז געגאנגען די וועג, דורך די לעיק איז מען אריבער די בריקל און געגאנגען ארום און ארום דעם טייכל, ווי דאס אנדערע זייט איז געווען א האנט געמאכטע וואסער פאל.
סיי ביי יענעם וואסער פאל, און אויך ביי אנדערע שטראזן ווי מיר האבן געהייקט.. האבן זיך די הונט געלאזט הערן בשם די בעלי בתים זייערע.. און א טייל מאל האבן זיי אפילו גערופן פאליציי, אז מיר שטערן די נאכט רואיגקייט.
און ס'האט צוגעגעבן צום אינטערעסאנטקייט פונעם שפאציר, ווען מיר האבן זיך געטראפן אקעגן בליטשקענדיגע לעמפלען פון די פאליציי – נישט סתם שוואכינקע חברה לייט, זיי זענען געווען הויכ'געבויעטע ביינערדיגע סטעיט פאליציי, וואס דרייען זיך אויף די בערג..
מהיכי תיתי צוויי מאל א זומער האבן מיר זיך געשפירט פארברעכער, ווען די גאנצ'יעריגע פארביסענע בערג באזיצער – רוב פון זיי פון די ווייסע איירישע ראסע.. האבן געטראפן א ציל צו פארשיקן די יודעלעך פון זייער סביבה.
איינמאל אין א זוניגע נאכמיטאג, נאך א גרויסע פארהער, האט אונז איינע פון אונזערע מגידי שיעורים גענומען אויף א ווייטע שפאציר, און פארקירעוועט אונטער א הויז, האט ער אונז געוויזן אראפצוקריכן א שטיקל בארג, ווי ס'איז געפאלן וואסער פון א נאטורליכע בערגל אקעגן, און געפלאסן צו אונזער ריכטונג, קלאר ריינע קוואל וואסער..
ער האט אונז געזאגט קורץ און שארף.
בחורים, נאך פאר איינער מאכט א בהלה אויף אונז, לאמיר כאפן א געשיקטע טבילה אינעם קוואל..
מיר האבן זיך אויסגעטון אין רגעים, און 'כמעט' אלע האבן מצליח געווען אריינצוטאנצן אינעם קאלטע וואסער, ווי די שטיינער האבן פאר עטליכע איבערגעלאזט עטליכע שניטן אין די פוס פלאכן, אבער ס'האט געהאט אזא טבילה אלע טעמים..
אן א האנטוך אין א הייסע זומער טאג א טבילה אין א כשר'ע קוואל, און נאך בגניבה.. ווען מיר כאפן די זאכן און זעצן פאר אין וועג צוריק, אויפגעמונטערט און פריש.

און טאקע די סארט לעבן אין קעמפ, האט צוגעגעבן צום פראוועזארישער לעבנס שטייגער, אז ווען מ'איז מקיים דעם גולה למקום תורה, דארף מען נישט און מ'האט נישט אלץ, אלעס וואס מ'וויל, ווייל די קאווע יעדן צופרי האט מען ארויסגעזייעט פון צווישן בינען.. און די פרישטיג מיטאג נאכטמאל האט מען אלץ געמוזט גוט קוקן צו פליגן האבן זיך נישט באזעצט אינעם טעלער..
די געלעגערס זענען נישט געווען ווי אין א האטעל.. און די בתי כסאות און קראנען זענען געווען אזוי האנט געמאכט פאר א קורצע זמן.. און וויפיל דער געטרייע קעמפ מענידטשער – ר' נתן לויבער שליט''א, זאל נאר האבן אריינגעלייגט כוחי כוחות פון חדשים פאר קעמפ, האט מען דאך געלעבט בלויז אין א קעמפ!
אז א עירקאנדישן מיט א פען מיט א פרידשידער און א וואש מאשין, זענען געווען אריינגעשטעקט ביי איין פלאג, האט עס דאך אוודאי גורם געווען א עלעקטער קורצ'שלוס.. און נתן לויבער מוז! עס פיקסן, און שוין!..
האבן מיר זיך שוין צוגעוואוינט, אז מיר לעבן אין די ביימער.. ווייל קוים פענסטערס זענען געווען אינעם בחורים באנק, און די לעקטער ביי די בחורים האט געפלאצט יעדע ליאדע מינוט, און מאסקיטאס האבן באגלייט בחדר משכבך ובמשארותך.. און מ'האט זיך גע'טובל'ט די פוס פלאכן אין די וואסער פאדעלס וואס האט זיך געשלענגעלט פונעם סינק צום אלע שטיבער, פון אנהייב קעמפ ביז מ'האט געקושט די מזוזה אויף אהיימצוגיין, אויב ס'נאך געבליבן הענגן איין מזוזה אינעם גאנצן באנק..
מ'פארציילט אפילו, אז אונזער משגיח 'מרדכי דוב קטן' א רבי'ש קינד און שטיקל קרוב צום רבין שליט''א, האט דערוואגט, און געזאגט פארן רבין ביים באזוכן נעבן אונזער באנק יענע יאר.
דער רבי זאל וויסן אז די בחורים פאלגן נישט די משגיח.. און דער רבי במתק לשונו האט געשמייכעלט און ממליץ געווען, 'עה, יעדע בחור איז א משגיח פאר זיך, און איר זענט נאר צו דערמאנען אז זיי זאלן אכטונג געבן אויף זיך..'
אבער דער רבי זעט נישט, אז אפילו א מזוזה געפונט מען נישטא ביים טיר..
'עה, יעדע יוד איז א מזוזה פאר זיך..' אזוי האט דער רבי עהם נישט געלאזט אונז בארעדן.. און פארשטייט זיך אז דער משגיח האט באקומען זיין פארציע, נאך וואס דער רבי איז אהיימגעפארן.. ווי מ'זאגט: ס'האט עהם נישט געטויגט..

אבער עם כל זה, דאס לערנען אין קעמפ איז געווען לעכטיג און טיפזיניג, און גלייכצייטיג ריין און מיט קלארע מוחות, טאקע דערפאר, ווייל מ'האט געלעבט אנע איבריגע זארגן, און פארברענגט אינעם נאטור מיט רוחניות דורכאויס.
און טאקע דאס באזוך פונעם רבין שליט''א יעדע יאר סוף זומער, האט צוגעגעבן לעבהאפט, ווען דער רבי פלעגט געבן א צענטראלע לאנגע שמועס, אין עיקרי דרך העבודה, וואס יעדע יוד דארף וויסן, און יענע שמועסן האבן געהאט א שם דבר, אז ס'איז מיט די יארן געווארן דער שמועס פונעם יאר פארן שטעטל אויך, וואס זענען געקומען צו פארן ספעציעל צום שמועס.
און ווי דער קעמפ האט זיך דערנענטערט צום ענדע, אזוי וויל איך אויך שוין ענדיגן שרייבן וועגן קעמפ, און כ'וועל בלויז פארציילן די ענדע..
סוף קעמפ, פלעגט מען מאכן א קעמפ פייער.. און א גרויסע קעמפ פלעי.. און נאך אזעלכע קעמפ מנהגים.
ס'פלעגט געשען אז די הנהלה פלעגט ווערן פארפרומט אויף אונזער חשבון, און פארבאטן מיטצוהאלטן דאס צו יענס פון די קינדערישע אקטיוועטיס, און אזוי אויך די קעמפ פלעי..
פארוואס? ווייל בעסער קען מען לערנען אין די צייט.. און אז מ'מוז ווילן דאך די בחורים נישט..
הכלל, כ'געדענק אז מ'האט געמאכט א ספעציעלע 'מבצע' אום חמישה עשר באב ביינאכט, אז מ'גייט לערנען אין די נאכט אריין עטליכע שעה בלי הפסק, אנשטאט צו גיין זען די 'קעמפ פלעי'.. [ווי אויך די פרויען פלעגן קומען אהין אין די מאסן, און קען זיין וועגן דעם האבן זיי נישט געוואלט אונז לאזן גיין.]
איך בין דאך אלץ געווען א יוצא מן הכלל, און ספעציעל ווען מ'רעדט פון א פלעי, בין איך מחותן און הויפט צוקוקער..
אלע האבן געפלייסיגט און געהארעוועט אין שול פון די קעמפ, און איך שטיי און קוק צו די גרויסע קינדער פלעי, וואס איז אויסגעשפילט געווארן אצינד דורך די מדריכים, און אינמיטן אזוי קוקן פארגאפט, באמערק איך ווי עטליכע פון די הנהלה שטייען ביים פענסטער ביי די זייט, און.. קוקן אויך די פלעי..
איך האב פארביסן די ליפן פאר געלעכטער.. נישט נאר זיי האבן מיר נישט באמערקט, נאר זיי האבן געלאזט די בחורים תמימות'דיג הארעווען אין שול, און זיך גענומען די כבוד און עונג און אליינס געקומען 'אומאפציעל' מיטהאלטן דעם שפיל..
א געלעכטער איז ווייניג געזאגט..

נאך איין עפיזאד מיט קעמפ, וואס איך האב געהאט דארט, און דערמיט וויל איך ווייטער בלעטערן מיין לעבנס ביכל..
ס'געווען טאקע שוין די לעצטע טאג פון קעמפ, און אויך די משפחות פאקן שוין די פעק און גרייטן זיך צום וועג אהיים צומארגענס, און די בחורים קענען נישט שלאפן אזא נאכט, און מ'פראבירט נאך ארייצוכאפן סחורה וויפיל מ'קען אריינאטעמען און שלונגען..
פונקט דעמאלטס ווען איך האב איך געזוכט צו שטופן די נאכט, באמערק איך נאך מעריב, אינעם גרויסן עס-זאל פונעם קעמפ, ר' יוסל הערשקאוויטש זיצן און.. גארנישט.. זיצן!
ביז יעצט האב איך מיך אייגעהאלטן פון שרייבן פון יוסל הערשקאוויטש ע''ה.
ער איז געווען א מאדנע געשטאלט, זיין היסטאריע וואס מיר האבן געוואוסט איז געווען, אז ער איז געווען א זעלנער אינעם אמעריקאנע מיליטער, און זיין משפחה – רייכע שוועסטערס זיינע, האבן עהם פארלאזט אינגאנצן, ווייל ער האט זיך אויסגעקליבן צו זיין ערליך און היטן שבת און ערליכקייט.
ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, און איז געווען א אלטע שלעפער, מיט צעלאזטע בגדים און אפענע שיך, א גרויע הוטל און בלויע אפגעריבענע הויזן און מאנטל, און דאס מיסטריעזקייט פון עהם האט געשריגן ביז טויב צו ווערן.. דרשינו!
אבער קיינער האט עהם נישט געקענט פארטייטשן לפי המציאות, ווייל א קלוגע מענטש איז ער געווען, א טיכטיגער אויך, ווייל ווי ער האט געוואלט אנקומען איז ער אנגעקומען, מ'פארציילט אז אפילו איבערן ים האט ער געטראפן א וועג, ווען דער רבי זז''ג האט חתונה געמאכט אין הייליג לאנד, און קיינער ווייסט נישט עד היום הזה וויאזוי..
איך געדענק פון אלץ קינד, ווי כ'פלעג עהם באטראכטן, און ער פלעגט אויף ענגליש מיר פארשיקן, מיט א שטילע געשריי, 'וויי יו לוקיג עט מי'..
כ'ווייס באמת נישט וואס דער יוד ר' יוסף בן אברהם הערשקאוויטש ע''ה – ווי ס'שטייט אויף זיין מציבה אין סקווערן ביה''ח, האט געצילט און זיך אויפגעהאלטן אויף אונזער ערד קוגל, אבער אלץ האט מען עהם געזען גיין! און גיין.. און גיין.. טאג און נאכט.
ער איז געזעצן שעות אין שול, שטיל איינגעבויגן און געקוקט! קוים גערעדט צו איינעם, ביים מערב זייט געשטאנען אדער געזיצן, און ביים שמות באקס אין ספרים שטוב זיך איינגעקארזשעט און איינגעדרימעלט אסאך.
אבער דא אין קעמפ האב איך עהם געזען עטליכע מאל זיך דרייען, און אפילו איינמאל האב איך עהם געטראפן שווימען אינמיטן טאג אין די שווים באסיין..
מ'פלעגט זאגן אז ער קען גוט שווימען, אבער איך האב עס קיינמאל נישט געגלייבט, ווייל ער האט פארמאגט א הויקער אזאנס, ממש ווי א האלבע לבנה! באמת. און אט דא אין סווימינג פול, האב איך געזען אז יא! ער שווימט ווי א מומחה, מיטן הויקער טאקע.. אבער ער שווימט שטייט און רואיג און זיינע הויט און ביינער שלאגן זיך מיטן וואסער און ער שטרעקט 'אביסל' אויס זיין פארפייניגטע קערפער, נעבעך.
לאמיר קומען צום פינטל.
די לעצטע טאג פון קעמפ, און איך זע יוסל הערשקאוויטש איינזאם און שטיל, גיי איך צו צו עהם, און מיט א פעסטע אפמאך אז איך גיי עהם מאכן רעדן..
איך זאג עהם, אז כ'וויל עהם געבן עפעס עסן.. איי דאנט ניד..! אפשר ווילט איר שלאפן? איך געב אייך מיין בעט!..
אהה יעס! איי עמ טייערד..
איך האב זיך ארויפגעכאפט אויפן מצוה הבא לידי, און כ'נעם עהם ביים האנט, וואס איז געווען היבש אלט און פארלאטעט, און איך ברענג עהם אריין צו מיר אין שטוב, ווי מיינע חברים האבן שוין ארויסגעפאקט זייערע חפצים און נאר איך שלעפער האב נאך געהאט די בעט אויסגעלייגט מיט קושן און דעקע.
ער האט זיך אנידערגעלייגט אויף מיין בעט! וויפיל ער האט געקענט.. ער האט באמת נישט געקענט ליגן נארמאל, ווייל זיין הויקער האט עהם געצוואונגען, אדער אויפהייבן זיין פוס אינדערהייעך און לייגן זיין קאפ אויפן קושן, אדער זיין קאפ אין די לופטן און זיין פוס אויפן בעט..
ביי האלבע נאכט, ווי איך האב געפעניעט און געכאפט א שנעלע בליק וואס ער מאכט.. און יא, ער שלאפט פיין..
איך האב מיך אזוי געפריידט! ממש א מצוה, ספעציעל פאר אזא איינער וואס נעמט 'קיינמאל' פון 'קיינעם' נישט קיין טובות.
צומארגענס האב איך געהערט ווי מ'מאכט חוזק פון מיר, דער אלטער יוסל איז געשלאפן אין דיין בעט? האסט דיך נישט געעקלט? וואס האסטו מיט עהם??
וואס הייסט? איך האב ממילא נישט געהאלטן ביים שלאפן נעכטן, וואס האט מיך געשטערט עהם צו געבן מיין בעט?
אבער מיין ענטפער איז זיי נישט אריין אין קאפ.. [אפשר יעצט שוין יא!]
איז לאמיר זיך צוריקקלייבן אין שטאט אריין, ווען ס'קומען די הייליגע טעג מיטן חודש אלול, און ס'שוין אזוי צומאל געווארן הערבסט, און די קילע ווינטן האבן זיך באוויזן נישט נאר אויף די בערג נאר אויך אין שטאט, און געטריבן די בלעטער אן רחמנות..
[המשך יבוא בעזרת השם הטוב]
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

פאר מיר מישן דאס יאר בלעטל, איז נאך דא איבערן יאר תשנ''ד, עטליכע זאצן צו שרייבן און פאראייביגן.
פאר אלעס, האב איך דעם יאר זיך אנגענאשט פון אסאך ליטעראטור – פון אסאך פעלדער.. און כ'האב זיך אנגעלייענט און אויסגעהערט קאסעטעס, טאג און נאכט, ביז איך האב מיר אויסגעקליבן ריכטיגע צילן אין לעבן, וואס האט אויפגעפלאמט מיין נשמה אין חסידות ביז גאר.
איך האב שוין דאן געהאט עטליכע געשוויסטער חתונה'געהאט, און איינער פון מיינע שוואגערס 'דעמאלטס'.. איז געווען שלום ארי' דין, וואס האט מיר אסאך צוגעגעבן אין מיין אנטוויקלונג און בליה, שוין פון דעמאלטס, ווען ער האט מיך פארבארגט זיינע געהיימע קאסעטן פון זיין 'דעמאלטסדיגע' ראש החברה – הרב החסיד המפורסם ר' יעקב יודא אפטער שליט''א, וואס איז האט געפייערט אין זיינע דרשות אינעם פולע מיין פון עבודה בחסידות ע''פ דרך טשערנאביל און סקווירא.
איך האב יענע טעיפס אנגעהויבן הערן אין דארמעטארי, און כ'פלעג אנקומען זונטאג מיט עטליכע פרישע טעיפס, וואס כ'האב געבארגט אויפאמאל פון שלום ארי', און כ'פלעג לכתחילה עס הערן פאר א געשמאקע געלעכטער.. און אונז בחורים פלעגן זיך אונטערהאלטן דערמיט, אבער מיט די צייט האב איך איינגעזען אין זיינע טיפע דרשות, ווי גערעכט און טיף ער רעדט, און ס'האט געפאנגען מיין הארץ און מוח, און כ'האב געלעכצט אויף נאך און נאך.
איך בין געווארן שלא בפניו פון ר' יעקב יודא, זיין תלמיד מובהק, און פאר די קומענדיגע יאר צענדליג איז דאס נישט ארויס פון מיין טעיפריקארדער..

יענע יאר איז פארגעקומען עטליכע היסטארישע פאסירונגען, ווען אום חודש תמוז, איז געווען די הסתלקות פונעם ליובאוויטשער רבי זצוק''ל, און פונעם קלויזנבורגער רב זצוק''ל, און אויך ביי אונז אין שטעטל האבן מיר פארלוירן אפאר גוטע יודען.
ר' דניאל גאלדשטיין ע''ה איז נפטר געווארן אום חודש סיוון, און אויך מיין צוקונפטיגער זיידע – מיין שווערס טאטע, ר' יצחק ברוין ע''ה [איצי באטשי], וואס איך האב עהם גוט געקענט און כ'געדענק גוט זיין שטימע ביים ענטפערן הויעך אין שול, אמ...ן אמ...ן און זיין עקשנות אויף מסורה און מנהגים איז א פאקטישע ירושה ביין זיינע חשובע דורות נאך עהם, וואס איך בין דאך עדות אליינס, ביי מיין יודענע ע''ה וואס איז געווען אזוי שטארק ביי זיך אויף יעדע מנהג און מצוה ביז מסירות נפש ממש.
אז כ'האב דערמאנט ר' דניאל, האב איך זיך דערמאנט נאך א שטיקל בילד פון די שחרית אונזערע אין די חדר יארן, ווי דניאל איז געווען א חלק פון די מנין טעגליך, אבער דער משגיח ביים דאווענען איז געווען ר' אנשיל לונגער לאורך ימים ושנים טובים, וואס פלעגט טיילן 'דזשעליס' פאר ווער ס'דאווענט הויעך, און ער פלעגט אזוי לאנג שטיין און ווארטן, ביז 'יעדער' האט געדאווענט הויעך, און געמאכט זיכער אז 'יעדער' באקומט א דזשעלי..
און דאס יאר מישט שוין א בלעטל, און מ'קומט צוריק אין שטאט לערנען, אויף נאך יאר – שנת תשנ''ה, א יאר פון הצלחה גדולה אין מיין אויפשטייג פון לערנען און ידיעת התורה, א יאר פון הנאה גשמי ורוחני, וואס כ'וואלט געזאגט אז ס'איז די צווייטע גליקליכע יאר פון די יארן פון 'די אנהייב פון מיין לעבן'.. כ'האב הערשט דאן אנגעהויבן פאר א אמת לעבן.
ס'זענען געווען אלע מגידי שיעורים דארט פיינע און ערפארענע מחנכים, אבער אט דעם יאר, האב איך זוכה געווען צו זיין אונטערן השפעה פון א מגיד שיעור א יחיד במינו.
דאס איז געווען דער נאכמיטאג מגיד שיעור – הרב ר' אברהם יושע איינהארן שליט''א, וואס עד היום הזה טייטל איך אן מיטן פינגער, אלץ איינס פון די געציילטע מחנכים, וואס האבן געמאכט א מהפיכה לטובה אין מיין לעבן, א מהפיכה צו אומגלויבליכע הצלחה, אומגעראכטענע הצלחה, א איבערטויש פון מיין פריערדיגע לעבנס שטייגער צו א נייע בריה ממש.
ער אליין ר' אברהם יושע האט אונז פארציילט א ווארט, פון א תלמיד פון דער סניגורן של ישראל – ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זי''ע, אז יענער שרייבט, 'אלע קענען דעם נאמען פון אונזער רבי ר' לוי יצחק בן שרה סאשע אלץ א סגולה'דיגער סניגור אויף כלל ישראל, אבער מיר תלמידים האט ער אונז געטרייבערט די אדערן..
דאס הייסט אז זיי האט ער מחנך געווען מיט כח און נישט ווייניג שטרענגקייט, און דאס דאזיגע זאג איך כלפי מיין ליבע מגיד שיעור דעמאלטס, ר' אברהם יושע, ער האט מצליח געווען מיר מסדר צוזיין! מיך שטעלן אין פלאץ, מאכן פון מיר א מענטשעלע!
נישט ווייניג לחץ האט ער געלייגט, אבער מיט אויסגערעכענטע ציפערן, און מיט א פונקטליכע חשבון, און מיט א געוואלדיגע שטוינענדע 'ימין מקרבת' להפליא, אז יעדע שריט יענע יאר, איז געווען אויסצוקושן מיט הצלחה און דערגרייכונג.
כ'האב דערמאנט אונזער פלייס ביים לערנען אין קעמפ, אבער באמת די ריכטיגע פלייס איז געווען די המשך פונעם כח וואס ער ר' אברהם יושע האט אין אונז – ספעציעל אין מיר, און אזוי ספעציעל אין אלע תלמידים באזונדער אריינגעלייגט, אז קיינער איז נישט ארויסגעפאלן פון די לימודים אויפן העכסטן דרגה.
איך געדענק ווען מיר האבן געלערנט די סימנים אין שו''ע פון הלכות בישול און מוקצה, סיי אין שטאט סיי אין קעמפ, האסטו געקענט אויפוועקן אונז חברים און תלמידים זיינע, אינמיטן שלאף, און מיר האבן געקענט ישר והפוך יעדע קנייטש אין די סימנים, ספעציעל די סוגיא פון 'חריות של דקל' וואס גייט מיר עד היום הזה נישט ארויס פון קאפ...
אין שטאט איז געווען סוף ווינטער יענע יאר, ווען מ'האט ממש געפילעוועט אויפן גרויסן פארהער, און ער איז ארומגעגאנגען און מזרז געווען יעדן באזונדער, אז מ'וועט קענען.. און ער איז נישט מקנא ווער ס'וועט נישט קענען.. אבער ס'געווען א קנאה של אהבה, יעדער האט ביי זיך געשפירט אז מ'גייט קענען ווייל מ'קען שוין יעצט יעדע שורה און פינטל אינעם גאנצן מקצוע.
עד כדי כך איז געווען אנגעשפאנט די מצב, אז כ'געדענק אז מיין ערשטע 'ווייסע האר' אין מיין פיאות, האב איך געטראפן יענע טעג פארן פארהער.. איך האב עס אוועקגעלייגט אינעם לעצטען בלעטל פונעם שו''ע למזכרת.. אבער ס'געווען א נחת און א פרייד נאכן ענדיגן די זמן, וואס איז געווען אויסגעקאכט מיט תורה און יגיעה, מיט התמדה און דערגרייכונג אין ידיעת התורה, און אין מידות טובות להפליא.
אין קעמפ פלעגן מיר אויף די גראז, גייענדיג פון דאווענען פון נאכטמאל פון ווען אומער נאר, פשוט איבערכאפן די לימודים אויף אויסנווייניג, און ס'האט געהאט די בעסטע טעם אין מויל, אז מ'האט דערגרייכט און אראפגענומען סוף יאר גוטע פירות.
איינמאל אינמיטן יאר, האט ר' אברהם יושע גאר שטארק זיך פארלייגט אויף מיר, און זיך אפגעגעבן מיט מיר מיט גוטן און בייזן.. און ער האט פלוצלינג געשפירט אז אפשר טייטש איך עהם אויס שלעכט, האט ער מיר איין טאג גערופן אין א זייט, און געגעבן א מתנה, א ספר 'אור האמת' – תורות וואס דער הייליגער קדושת לוי האט געשריבן אין נאמען פון זיין רבי דער גרויסער מגיד פון מעזריטש נבג''מ זיעועכ''י.
די ספר איז געווען א יקר המציאות, ווייל ס'נישט געווען צום באקומען אין די געשעפטן, און פון די געציילטע וואס ס'געווען יענע יארן צום באקומען, וואס ער האט פארמאגט, האט ער מיר געשאנקן, און צוגעלייגט מיט א קלארע זאג אין מיינע אויערן.
דאס איז א צייכן אז די לחץ וואס איך לייג אויף דיר דעם יאר, איז בלויז דיר אויפצוהייבן און בויען, און זאלסט וויסן גוט אז דו שטייגסט און כ'וויל זאלסט שטייגן נאך אסאך מער..
איך געדענק נישט גענוי מיט וועלכע מעטאדן ער פלעגט אונז האבן אין די האנט, אבער מיר האבן געשפירט אז מיר גייען ריזן טרעפ! מיר האבן געקענט וואס מ'האט געלערנט, מ'האט אנגעהויבן א ערנסטערע לעבן און מער תכלית'דיגער.
כ'וועל דערמאנען צוויי פון זיינע פעולות.
ער פלעגט זאגן מזמן לזמן אין די נאכט סדר שעות, אז יעדער זאל זיך נעמען פאר זיך א לימוד 'מה שליבו חפץ', א ספר צו א מקצוע פונעם ים התלמיד, צו חסידות צו הלכה צו מוסר צו אגדה, און ער האט באשטימט מזמן לזמן ווען יענע סדר הלימוד איז אנגעגאנגען.
ער איז ארומגעגאנגען און אבזערווירט יעדן וואס ער האט אויסגעוועלט און האט אויסגעשלייפט די רצונות פון יעדן באזונדער לויט זיין נייגונג צו יענע נושא, און פלעגט קונצליך מזרז זיין אז מ'זאל עס טאקע לערנען מיט א ציל אויף ווייטער, עס ענדיגן און ארויסקומען יעדן מיט זיין לימוד אויף א דבר השלם.
כ'געדענק אז ווען ער האט באמערקט אז מ'שמועסט ביים חזר'ן, פלעגט ער אלץ ארבעטן אויף א שיטה פון בלינדקייט.. אז ער האט זיך געמאכט ווי ער רעדט אונז איין אז ער וויל אונז איינרעדן, אז ער באמערקט נישט און מ'זאל זען אז ער זאל נישט באמערקן ווען מ'וויל שמועסן.. און ער פלעגט צוקומען מיט א שמייכל, נאך א שטיק צייט שמועסן, און זאגן 'מ'האט זיך עפעס פארשמועסט די לעצטע פאר מינוט'..
ער איז געווען היבש טויגליך און כיטרע קלוג, און האט עס 'נישט' גענוצט אקעגן די תלמידים – ווי מאנכע אין די היסטאריע פון מחנכים למיניהם פלעגן טון, מיטן כאפן די קרבנות מיט שפיצלעך, ניין! ער האט גענוצט אלע כוחות און חכמות, וויאזוי ס'זאל זיין חנוך לנער על פי דרכו פונעם תלמיד.
אזא מחנך איז זעלטן באמת זעלטען צום געפונען, און איך האב ב''ה זוכה געווען יענע יאר צו א היסטארישע התעלות, און מיט די יארן נאכפאלגענדע הילף אין מיין לעבן, ווי כ'וועל בעזרת השם נאך שרייבן אויספירלעך, כל דבר בזמנו ובמקומו.
די יאר איז נישט געווען בלויז דאס! מיר האבן געהאט אסאך אסאך פאן אויך, יא אויך דעם יאר תשנ''ה.. און א שיין ביסל היסטאריע האט זיך אפגעשפילט יענע יאר, וואס איז געווען די התחלה פון א נייע עפאכע אין פארשידענע הינזיכטן.
דעם יאר איז פארגעקומען די גרויסע שמחת הנחת תפילין פונעם רבינס עלצטער אייניקל – הרב יעקב יוסף בהרה''צ ר' אהרן מענדל שליט''א, ווען אין יענע צייט איז פארגעקומען א הייסע קאך צווישן דער היינטיגער סאטמארע רבי – ר' אהרן, און דער מאנסי וויזשניצער רבי – ר' מאטעלע, און ס'האט געהאלטן אזוי הייס, אז ר' מאטעלע האט געזאגט קלאר, אז כאטש ער איז א זיידע פונעם בר מצוה בחור'ל, ווייל ר' אהרן מענדל איז דאך זיין איידים, אבער אויב ר' אהרן טייטלבוים – וואס איז א שוואגער פונעם רבין זז''ג, וועט ערשיינען ביים סעודה של שמחה, וועט ער 'נישט' קומען..
אלע וואס געדענקן יענע צייט, געדענקן אויך וויאזוי ס'האט זיך אויסגעקאכט למעשה.
אונזער רבי שליט''א דער אדון השלום, האט דווקא געוואלט אז ס'זאל ביי זיין שמחה נישט זיין קיין ברעקל מחלוקת און נאכשמעק פון אומגעוואונטשענע זכרונות, האט פארארבעט מעשים, און איז אליינס אראפגעפארן צום שוואגער אין מאנסי, און זיך געבעטן מיט 'טרערן', אז ער זאל עהם נישט צושטערן די שמחה, און פאר זיינעט וועגן פארן כבוד פונעם טאטן זצוק''ל זאל ער פארציכטן אויף זיין אפמאך, און יא ערשיינען בראש המסיבה.
מ'האט דאן געשמועסט אז דער סקווערער רבי אז ער האט באוויזען איבערצואוועגן ר' מאטעלע איבער זיינס א באשלוס, מוז זיין א געשילטער סעקייעטרעס.. ווייל ער האט עס באוויזן, און ער איז געקומען, כאטש זיי האבן זיך נישט געגעבן די האנט, ר' מאטעלע מיט ר' אהרן, אבער געזעצן זענען ביידע בראש השלחן, צו די אומגלויבליגע צוזעענדיגע אויגן פון די מאסן פארזאמעלטע, פון נאנט און ווייט.
דער רבי שליט''א, ווען ער איז אהיימגעקומען פון זיך איינבעטן און פוע'לן ביים שוואגער, האט באמערקט ביים אהיימקומען אז זיין שניר – ר' אהרן מענדלס רעבעצין שטייט אויפן גאניק און ווארט אויף א גוטע בשורה.. האט דער רבי אויפגעעפנט די טיר פונעם קאר – נאך האלב פארענדיג, און ארויסגעשריגן, יא! ער קומט ער קומט..

יענע יאר איז אויך געווען די היסטארישע מסע הקודש פונעם רבין זז''ג קיין ארץ ישראל, וואס יענע רייזע איז געווען די עפענונג פון א נייע עפאכע אינעם חסידות, וואס ביז דאן איז אלעס געווען פנימי, מ'האט נישט געלאזט ארויסגעבן גארנישט קיין תורות און קאסעטן און אנדערע אויסגאבעס – ווי אלע אנדערע הויפן האבן שוין לאנג געטון.
אבער פון דאן אן, האט זיך אנגעהויבן א ווענדונג אויף אדרבה, אז אלץ כבוד בית סקווירא געבט מען שוין יא ארויס, און ס'געקומען א צייט וואס ס'איז א צורך דווקא יא אנצוהייבן פארשפרייטן די אינעווייניגע לעכטיגקייט פונעם חסידות כלפי חוץ, און דאן האט זיך שוין אנגעהויבן אומאפציעל די קערנדלעך פון די 'שמועסן בחצר הקודש' אין א רובריק וואס איז ערשינען פונעם 'מאנטריאלע אויסגאבע' דורך ר' ברוך נתנאל האכהייזער שליט''א.
איך האב מיך צוגעכאפט צו די סחורה, און איך האב אלץ געלייגט א האנט צו באקומען די סחורה, וואס איז נאכנישט געווען פאבליצירט פארן ציבור, און ווער ס'האט געוואלט שעפן ידיעות מחצר פנימה, צו אלטע סחורה פון כתבי חסידים וואס איז קוים קוים באפריידט געווארן פון באהעלטעניש פון יארן, דער האט געקענט עס קריגן, און איך האב עס טאקע דערווישט און זיך דערקוויקט מיין יונג הערצעלע מיט דארשט פונעם ריינעם קוואל פון חסידישע סיפורים אין היסטאריע.
א דאנק דעם, האב איך מיר יענע יאר גאר שטארק משלים געווען אין זייטיגע לימודים אויך, סיי אין חומש רש''י, וואס כ'האב געענדיגט מיט א טייל מפרשים, אינעם ספעציעלן 'המאור' חומש, וואס איינע פון די מחנכים נאך אין שטעטל, האבן באוואויגן מיין טאטן שליט''א זאל עס מיר שענקן במתנה, און יעצט האב איך עס גוט גענוצט.
און אויך פלעג איך זיך צו כאפן צו די יחידים וואס זענען אויפגעשטאנען פארטאגס, און זיך גענומען א זייטיגע מסכתא פון ש''ס, און עס אויסגעהארעוועט און אדורכגעלערנט עד תומה.
ספעציעל מיין טייער ליבע לעבנס ספר, דער הייליגער ספר מאור עינים, איז געווען ביי מיין בעט ביי מיין זייט, ווי אומער איך בין געווען, און כ'האב דערין געלערנט על הסדר, אזוי אלע יארן, און ע''פ חשבון האב איך שוין געענדיגט דעם הייליגן ספר אן א שיעור מאל, און אפילו היינט ווען כ'שרייב די שורות, חצי טבת תשע''ד, האב איך יעצט געענדיגט די 'ליקוטים' אינעם ספר 'מאור עינים' און כ'האב אנגעהויבן די חלק 'ישמח לב' אויף ש''ס צום סוף פונעם ספר הקדוש.
פארוואס איך דערמאן עס יעצט, איז ווייל יענע יארן האב איך געהערט א געוואלדיגע זאך, אז חסידים אמאל אינדערהיים, וואס האבן געוואלט מזכיר זיין ביים רבין עפעס, און זענען געווען ווייט אוועק, האבן זיך געפירט אריינצולייגן א קוויטל אינעם מאור עינים ביי פרשת נשא, ווי דארט שרייבט דער מאור עינים געוואלדיגע ווערטער, אז 'ישועת השם כהרף עין' אז ער אליינס האט געהאט יסורים און איז כהרף עין געהאלפן געווארן פון הימל, און חסידים האבן עס גענוצט ווי א סגולה, וואס האט געהאלפן און עס פארציילט פאר די דורות ווייטער.
אויך איך, ביים הערן דעם הנהגה טובה ממש געציילטע חדשים פאר איך בין אנגעקומען קיין תולדות לערנען, האב איך דאן אויך געשריבן א צעטעלע, פונקטליך מיינע הארץ בקשות, און עס אריינגעלייגט אינעם באשטימטן בלאט, און ב''ה כ'קען זאגן ס'האט זיך אנגעהויבן ישועות און הצלחות להפליא.
[המשך יבוא בעזהשי''ת]
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

איז ווי האב איך געהאלטן מיט תולדות.
יא, אינדערפרי האבן מיר אויך געהאט א פיינע מגיד שיעור, ר' ראובן מרדכי גרין שליט''א, וואס איך האב גראדע ביי עהם געהאט א גוטן בלעטל.. ווען מיין חברותא פלעגט זיך באקלאגן אז איך שמועס, צו איך מאך עהם לאכן, האט מיין חברותא געכאפט דעם פסק, און מיר האט ער געדזשאלעוועט, ווייסעך נישט פארוואס.
אבער ווען ער איז געשטאנען פאר א דילעמא, איז געווען ווען מיין אנדערע חברותא – שמואל אהרן ברוין, וואס איז געווארן מיין שוואגער עטליכע יאר שפעטער, ווען כ'האב געטראפן מיין באשערטע בזיווג ראשון – זיין שוועסטער אין לאנדאן.
ער איז דאך געווען פון לאנדאן, און איז געקומען דא קיין ניו יארק לערנען, און מיטגעברענגט זיינע עקשנות'ן און סייד עפעקטס.. און אונז האבן זיך אזוי ליב געהאט אז מיר האבן זיך געריסן!.. ממש הריגות פלעגט זיין צווישן מיר און עהם, און מיט נאך אנדערע.
אבער אינטערעסאנט אז א חברותא ביים לערנען זעמער געווען פונקט פאסיג..
אבער מאכט זיך אמאל אז ער האט מיך דערצערענט, און איך האב גענומען א טעפל מיט מילעך און עהם אהינגעשאסן אין פנים אריין, ווען זיין 'נייע הוט' איז געווארן ווייס אין איין רגע, און דערויף האט ער מיר דערלאנגט א פראסק אין פנים, א פראסק פון זיינע ברייטע לאפעס וואס האט באמת געקענט מיך צוקנייטשן די פנים ווי א שטיקל פאפיר..
איך האב גע'בוכה'ט און געשליקערצט.. און ער האט געפלאקערט פאר אויפרעגעניש, און ר' ראובן מרדכי האט דא געהאט א דילעמא וויאזוי צו באהאנדלען דעם בליץ קריג..
א חברותא זעמער געווען פיינע, אבער ביי לאנטש זעמער געווען שלעגערס.. און דא גייט א הייס צושפילטע קריג, און ער וויל קיינעם נישט מחייב זיין, אבער מוז שנעל מסדר זיין אז דער חברותא שידוך זאל נישט צעפאלן, ווייל ס'געווען פונקט פאסיג..
ער האט אהערגעדרייעט און אהינ'גע'שתדל'ט.. און אונז צוזאמגעברענגט אויף א שלום אפמאך, אז ס'געווען א אויסבראך נישט קיין אמת'ע שונאים קריג, און מ'זאל זיך מוחל זיין, און זיך צוריק אריינווארפן אינעם לערנען, און דאס איז געווען פונקט א גוטע סעמפל, פון באהאנדלען א מצב אין תולדות, וואס האט גוט געפאסט פארן וואוילזיין פונעם חינוך און גוטע ערציאונג אין די ראמען פונעם גוט באקאנטן ישיבה וואס האט נושא פירות געווען לגאון ולתפארת.

איך געדענק גראדע, אז יענע יאר פורים צייט, פלעגט שמואל אהרן – מיין שטענדיגע בר פלוגתא אין די פרייע צייט, און וועמענס בר פלוגתא נישט.. זיך ראנגלען מיט אונזערע פארפירן, סיי ביים מאכן פורים אין דארמעטארי, סיי ביים מאכן קולות ווען ער האט געוואלט זיך אפרוען..
ער האט באזיצן א טעות גדול, אז מיר וועלן עהם דולדן ווי אין לאנדאן צו אינדערהיים.. מיר זעמער געווען די זעלבע בחורישע היציגע בלוט, און מ'האט קיינעם נישט געלאזט נעמען די מלוכה אין די אייגענע הענט.
אבער צוליב עהם, האבן מיר טאקע ווייניגער פארפירט, אבער ס'האט אויסגעשלאגן ביי אנדערע אומשטענדן, ווי פאלגענד.
דער משגיח פלעגט טרייבן שלאפן, אבער אונזער בר פלוגתא'ס תרעומת קעגן די שכנים און מחוצפים כלפי עהם, האט אנגעמאכט א גערודער ביים שלאפן גיין, און דער משגיח האט געהאט נאך א שווערערע אויפגאבע, פון מסדר זיין נאכט איין נאכט אויס, די שלעגערייען און אויך די היציגע יונגע בחורים, זאלן איינרוען און ענדליך איינשלאפן.
מאכט זיך איינמאל א נקמה אקציע, ווען ניישטאדט און פריזעל פון די יונגע כיתה, האבן ווי קליינע מייזעלעך אונטערגעציפט דעם חיה.. און דערצו האט נאך 'געציל אונגאר' זיין שטוב שכן, מסדר געווען זיין בעט מיט אפאר טעפלעך וואסער, ווייל ער האט אריינגעווישט זיינע פוס פלאכן אין געצילס בעט געוואנד..
געציל איז אויך נישט געווען קיין שוואכלינג, און ווען שמואל אהרן האט געוואלט אריינקומען אין זיין שטוב זיך נוקם זיין.. האט געציל געדזשוכעט דעם טיר מיט זיינע פוס, אז ווען שמואל אהרן האט זיך פראבירט אריינשלייכן אינעם אפענעם שפאלט ביים טיר, האט ער געברויכט כאפן אין פנים.
אבער למעשה, האט דער משגיח הרב טויבנפעלד באמערקט דעם געשלעג, און האט 'איבערגענומען' די זייט פון שמואל אהרן, און פראבירט אריינקומען אינעם שפאלט, ווען געציל – נישט וויסנדיג אז ס'איז דער משגיח, זעצט מיטן גאנצן קראפט, דעם טיר אין פנים אריין פונעם פיינטליכער אריינדרינגער..
און ווען דער משגיח האט באזיגט און אויפגעפראלט דעם טיר, האט זיך געציל אין א אויגנבליק ארויסגעכאפט פון דארט, און אנגעהויבן אנטלויפן..
דער משגיח האט פאר כעס אויס, געשוואוירן נקמה, און איז עהם נאכגעלאפן..
ווער ס'קען דאס אויסשטעל פונעם דארמעטארי דארט, וועט בעסער פארשטיין דעם סיטואציע, אבער לאמיר מסביר זיין די געשעעניש.
ווען מ'וויל אנטרינען פונעם דארמעטארי, קען מען דורך צוויי וועגן, אדער דורך טרעפן וואס פירן אראפ ביזן ביהמ''ד, און ווייטער אראפ צום גאס, אדער, גייט מען ארום ארום א געדרייעטע האלוועי, וואס פירט ארונטער צום לאנטשרום, און פון דארט ווייטער געדרייעט און געדרייעט ביזן ביהמ''ד און דארט קען מען ווייטער אנטלויפן צום גאס.
געציל איז געלאפן דורך די געדרייעטע וועג, וואס ביים קארנער איז דא די סוויטש באקס, און דער משגיח האט נאכלויפנדיג זיך געכאפט דעם אטעם ביים סוויטש באקס, און געספינט.. ביז ער האט געכאפט הענט און פוס און ווייטער געלאפן.. אבער געזען אז געציל איז שוין לאאאאנג אונטן.
איז ער צוריק געלאפן די אנדערע וועג, צו איבעראשן אונזער געציל, ביי זיין מעגליך ארויסלויפן פונעם ביהמ''ד טיר..
אבער געציל האט מיט אזא שטויסקראפט אויפגעשטויסן דעם ביהמ''ד טיר און אראפגעלאפן די שטיגן, אז דער משגיח האט זיך פארלוירן און געשריגן און פראבירט נאכלויפן.. אבער אן ערפאלג.
נו, ווי לויפט א בחור מיט פידזשאמעס און נאכט קאפל אינמיטן נאכט? האט דער משגיח געהאט ניצחון! און עהם אזוי אויסגעשפארט..
און וואס ס'האט זיך אויסגעקאכט נאכדעם, געדענק איך נישט, אבער די מעשה ביז אהער איז געבליבן אין מיין זיכרון מיט אומ'איינגעהאלטענע געלעכטער.

און כ'זאג אזוי אז ער איז געלאפן ווי א מייזל, אוי ווען איינער האט אויסגעשריגן אין דארמעטארי א מייז!!! איז געווארן וואכנאכט דארט.. און מייזלעך איז דארט געווען בלי מספר.
אינמיטן שיעור, ווען דער מגיד שיעור איז שטיל געווארן א וויילע, און א האלבע כיתה איז אויפגעשפרינגן, אז א מייזל האט זיך אריבערגעכאפט פון איין לעכל צום צווייטן, אריבערלויפנדיג די כיתה אינדערמיט.
אזוי פלעגט דער מגיד שיעור זאגן פאר א פארשלאפענע בחור, וואש דיר אפ די פנים, און לעב אויף, ס'איז א געשמאקע סוגיא, אבער ווען א מייזל האט איבעראשט דעם שיעור, האט מען נישט געדארפט וואשן די פנים..
כ'געדענק אז ר' יצחק שטיינער פלעגט קומען פארהערן יעדע וואך, און ער פלעגט זיך אריינזעצן אין כיתה און אנהייבן א שאלה דעם ערשטן בחור, און דעם צווייטן בחור, און א דריטע בחור, און נישט געווארט צו לאנג אויף קיינעמס ענטפער.
ווייל אויב מ'האט נישט געענטפערט גלייך וואס ער האט געפרעגט, האט ער געזאגט שארף, א האלבע כיתה קען נישט די סוגיא, נעקסטע וואך וועל איך ממשיך זיין פארהערן – ווען מ'וועט קענען!!!
אסאך מאל האט זיך אזוי געענדיגט די פארהער, און מיר פלעגן זיך ארומקוקן צווישן זיך, נישט וויסנדיג צו לאכן צו טרויערן.. ווייל ביי עהם האט געמיינט קענען, ווען מ'ענטפערט אין איין רגע, נישט קיין חילוק וועלכע שאלה פון וועלכע סוגיא אין די גמרא, און מ'האט געדארפט גרונטליך לערנען און שארף ענטפערן אז ער זאל זיין צעפרידן, אבער ס'האט אונז אזוי אויך אנגעשארפט, אז מיר האבן פראבירט כאטש.. דאס מאל יא צו קענען.
נישט יעדן האט ער אזוי שארף פארהערט, ער האט די שוואכערע קעפ געפרעגט דווקא גרינגע שאלות און זיי געלאזט טראכטן אויך, אבער טאמער יענס האבן זיי אויך נישט געענטפערט גוט, האט ער זיי אויך געזאגט דעם זעלבן פסק.
ס'געפארן א סיסטעם, און מ'האט געהאט שטארק רעספעקט פאר ר' יצחק שטיינער, ווייל זיין ווארט איז געווען דער מכה בפטיש, ווען ער האט מיט איין בליק גע'פסק'נט ווער ס'איז מצליח און ווער ס'פאנפערט.
און כ'געדענק גוט, אז איינמאל אינמיטן פארהער, האט מען געהערט קולות און געוויינען, פונעם דערנעבנדיגע סאטמארע ישיבה אויף ראטליטש, און נאכן פארהער בין איך געוואויר געווארן עפעס וואס כ'האב באמת נישט געוואוסט ביז יענעם טאג.
ה' אייר!!! דער טאג וואס סאטמאר מאכט תשעה באב אין די וואכן.. און אזעלכע קולות און געשרייען, האט מיר געמאכט טראכטן ווי ממש יעצט איז דער שונא אריין אין שטאט, און מ'רייסט הימלען אז ס'זאל כאטש בלייבן א מנין ביי כלל ישראל..
איך האב באמת נישט געהערט און געוואוסט פון די גאנצע געשיכטע פון ציונים און אלע חאזערייען און געשיכטעס פון אלע נושרים פון כלל ישראל, וואס באמת האט עס נישט אויסגעפעלט צו וויסן, ס'האט מיר נאר צוגעגעבן נאך שטותים אין קאפ, ביים הערן די אלע פלאפלערייען אין די דערנעבנדיגע סביבה, און קיין יראת שמים האט עס נישט מוסיף געווען ביי א יונג בחור'ל אין די ישיבה יארן.

און אויב כ'האב געמיינט אז דאס איז עס מיט די געשיכטעס אין תולדות, האב איך מיר פלוצלינג דערמאנט פון עטליכע געסט אין ישיבה.
מיר פלעגן האבן אין ישיבה א טעגליכער קדיש זאגער.. אויסער ר' מאיר טערקלטויב דער נאכט שומר, פלעגט ר' בנימין זאב ווינטערניץ – כ'ווייס נישט צו ער לעבט נאך.. אבער דעמאלטס איז ער שוין געווען א זקן מופלג, און פלעגט זאגן קדיש ווי מ'שפייעט פאפיטעס..
און בנשימה אחת האט ער געזאגט קדיש און אויסגערופן באלד דערנאך וואס ער דארף הילף..
עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו... ווי איז דער פושקע.. צייל מיר אפ די געלט דא..
אמאל האט ער אפילו געזאגט אין איין אטעם אויפן קול, עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן.. ווי איז דער בית הכבוד..
און נאך שענער פון דעם, פלעגט ער האבן יארצייט ווי אלע זיידעס, און איינמאל ביים ווארטן אנצוהייבן הויעך שמונה עשרה, רופט ער אויס צום מגיד שיעור.
ר' ראובן מרדכי, מ'קען שוין אנהייבן? און ער באקומט א צייכן אויף יא. הייבט ער אן.. ברוך אתה ה' מגן אברהם.. עממ עממ ניין.. אלוקי אברהם אלוקי יצחק אלוקי יעקב.. און דער עולם האט זיך געווארגן פאר געלעכטער..
נו, גייטס צו אביי ורבא.. פלעגט ער אונז אפ'פטר'ן יעדן טאג נאכן עהם באגלייטן ארויס צום גאס..
ער איז נאך געווען א תורה יוד, אבער מיר האבן געהאט א גאסט טעגליך, בעסער געזאגט, נאכט נאך נאכט.. 'יוסל ליבערמאן'.. א יוד אן א בארד, אויך נישט יונג – אין די הויעכע יארן, און פלעגט קומען אויסליידיגן די טעפ אין ישיבה, מיט די אייגענע מויל..
דער האט געקענט אויפעסן א גרוב מיט שפייז, ווי ער וואלט געפאסט משבת לשבת רצופות.
מ'האט פארציילט, אז זיין ווייב פלעגט עהם אויסהונגערן, כדי אכטונג צו געבן ער זאל נישט עסן קיין סאך, צוליב זיין געזונט.. אבער ער פלעגט זיך אריבערכאפן צום ישיבה, און נאך נאכטמאל האט ער זיך מנדב געווען אויסצואוואשן די טעפ.. ער פלעגט ממש אויסלעקן די טעפ, און אראפשלונגען אלעס וואס איז געבליבן..
איינמאל האבן ווילדע בחורים עהם גענומען רודפ'ן, און מ'האט עהם באווארפן מיט געקאכטע צוויבל פון די זופ, ער האט זיך נישט געפוילט, נאר זיך אראפגעבויגן און עס אויפגעגעסן..
ער האט זיך פארשטעקט אין א שטוב, אנגעהאלטן די טיר האלב אפען, און געווארט מ'זאל עהם ווארפן מייערן און צוויבל, און שנעל עס געכאפט און אויסגעגעסן.. נעבעך. איך האב עהם אזוי געשוינט, אבער גיי האלט אפ משוגענע בחורים וואס כאפן זיך צו צו א אומבאהאלפענע הונגעריגע זקן, וואס ווייסט נישט פון זעטע..

איך האב אין די דריטע כיתה דארט געמאכט א שטיקל פרנסה'לע פאר זיך, איך פלעג פארקויפן לעכט, צו צינדן פאר יארצייטן, און כ'פלעג ארויסלייגן טעגליך א רשימה פון אלע יארצייטן.. און א דאנק יעדע יארצייט האט מען 'יעדן טאג' פריש געקויפט לעכט פון מיר, און געצינדן.
איך האב מיט די צייט צוזאמגענומען די נישט אפגעברענטע לעכט, און עס פריש פארקויפט, די האלבע לעכט פאר האלב פרייז, מ'האט מיר פארגעהאלטן, אז ס'איז שוין פארקויפטע סחורה, אבער איך האב מיך נישט געלאזט, און געלייזט א פרוטה נאך א פרוטה, און זיך אנגעזאמעלט א סכום..
אנשטאט איך זאל שנארן עסן פון אנדערע, ווי מ'פלעגט אלץ קינד שנארן ריסעס ביי די חברים.. פלעג איך יעצט האבן אלץ קליין געלט צו שפענדן, און כ'האב מיר געמאכט א היבשע לעבן אין מיין וועלטל אין דארמעטארי, וואס כ'וועל נישט פארגעסן, די געבענטשע צוויי יאר אין תולדות.
גראדע איין מארגען פרי, בין איך אויפגעשטאנען און געשמעקט עפעס פייער.
איך פלעג לייענען אין די טיפע נאכט שעות, און רוב מאל אונטערן דעקע, אז דער משגיח זאל מיר נישט הייסן פארלעשן די לעקטער, און ס'געליגן די הייסע באלב אויף מיין קושן א גאנצע נאכט, האב איך געשמעקט אינדערפרי ווי די באלב האט שווארץ געמאכט און געלעכערט פון היץ, די קישן ציכל מיינע, און כ'האב שוין מער אכטונג געגעבן פון דאן אן.
די בעטן אין דארמעטארי איז זיכער געווען מער באקוועמער ווי די מאטראצן אין קעמפ, אבער געזונטער פארן רוקן איז געווען די קעמפ מאטראץ, צוליב די גלייכע ספאנטש, וואס האט זיך נישט געבויגן מיט ריקן, און געהאלפן אויף א פארקילטע רוקן, ווי באקאנט.
כ'געדענק נישט צו כ'האב פארציילט אין מיינע קינדער יארן, ווי כ'האב מיך אמאל אויסגעבויגן די רוקן ביים טאנצן אויפן בעט, און זייט דעמאלטס האב איך שוין ביז היינט אסאך מאל געכאפט א אטאקע פון א נערוו וואס האט זיך איבערגעצויגן ביים רוקן, איז א גוטע מאטראץ א גוטע רפואה.

יעדע זאך האט א ענדע.. די צוויי זאטע יארן אין תולדות איז געקומען צו א ענדע, ווען מ'האט זיך אנגעהויבן גרייטן אריינצוגיין אין 'ישיבה גדולה'.
דער מגיד שיעור האט געגעבן א דרשת הכנה צו ישיבה גדולה, און ווען כ'קוק היינט צוריק, זע איך אז זיינע ווערטער זענען געווען א שאד ממש, ווייל מיטן דרשה צו אנע דרשה זענען מיינע ישיבה גדולה יארן געווען די זעלבע פארלוסט אויף צייט.. ווי מ'זאגט, און ווי איר וועט לייענען.
איך בין דאך געווען באמת א יאר עלטער, און נאך אין תולדות בין איך געקומען צו פארן ביים מיין יום הולדת, קיין סקווירא צום רבין, צו הערן די 'זיבעצן שמועס' וואס איז אייגעפירט, אז דער רבי זז''ג זאגט עטליכע דיבורים פאר בחורים, ווען מ'גייט אריין אינעם יום הולדת אל הקודש פנימה, פון זיבעצן יאר און ארויף, ביז מ'האט חתונה.
געווענליך איז די שמועס ביי זיבעצן יאר, בענין טו''ב, ואין טוב אלא תורה, און אז איך ווער א יאר עלטער אינעם חודש פון אדר, דערמאנט דער רבי וועגן 'מחיית עמלק און קימו וקבלו, און פירט אויס ווי שטענדיג.
'אז מ'קוקט אינעם אור פונעם בעל שם ותלמידיו ותלמידי תלמידיו, דאס גיבט אריין א לעכטיגקייט, א חיות אין א שבת און אין א יו''ט.. וכו'..
אבער א לאטישע שידוך וואונטשט דער רבי נאכנישט אזוי שנעל נאר דעמאלטס צום ערשטן מאל.
און מיין טאטע וואס האט זיך אייביג שוין אנגעהויבן זארגן פאר שידוכים, שוין פון זעכצן און א האלב, האט ביים געבן הושענא רבה א קוויטל, געזאגט דעם רבין זאל מיר וואונטשן, א לאטישע שידוך, ווייל איך ווער שוין זיבעצן אין א האלבע יאר..
דער רבי האט זיך געמאכט ווי ער הערט נישט.. און האט בדיעבד שוין געוואונטשן דעמאלטס, עהם צוליב צוטון..

ישיבה גדולה!
המשך יבוא בעזהשי''ת
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

מ'גייט אריין אין ישיבה גדולה, די ווערטער וואס האבן זיך געהערט אזוי מאדנע, ווייל שוין אלץ קליין קינד האב איך גע'חלומ'ט פון דעם מאמענט, ווען כ'וועל זיין א גרויסע בחור, און קענען טון וואס איך וויל..
אין מיינע אויגן איז ישיבה גדולה געווען די ארט און צייט, וואו מ'קען לעבן אן קיין דאגות און לחץ פון כאטש וועם, 'אויב עס געלונגט דאס צו באווייזן'..
איך האב מיך נישט ווייט טועה געווען, ווייל מיינע ישיבה גדולה יארן זענען טאקע געווען ווי געקלערט אלץ, הפקר פעטרישקע.. און אויסער דא און דארט ווי מ'האט זיך אנגעשטויסן מיטן משגיח צו מנהל, און איינגעהערט אפאר דיבורים קשים, איז עס אין אלגעמיין געווען אויפן אייגענעם האנט, בעסער געזאגט – אויפן אייגענעם אחריות.
כ'וועל זאגן דעם אמת, נישט פאר יעדן איז עס אזוי געווען, ווייל די דארמעטארי בחורים – דהיינו די וואס האבן נישט געוואוינט אין סקווירא שטעטל, איז עס יא געווען מער אין קאנטראל, אבער אונז סקווירא תושבים, האט די הנהלה כמעט נישט געהאט די כח אונז צו קאנטראלירן.
ווען מ'איז אריינגעקומען אין ישיבה גדולה, אין די ערשטע פאר חדשים, איז אלעס אוודאי געווען אינעם מסגרת, און יעדער האט זיך ארומגעקוקט אויף די נייע חברים פון נאנט און ווייט, און מ'האט זיך נאטורליך געטראפן די פאסיגע חברותות.
דא ווידער איז די אחריות אז קיינער זאל נישט ארויספאלן פון די שיעורים און לימודים, געווען א געוויין.. איך האב ווידער מיך געזען אן חברותות און אן א תכלית.
אויף צו שמועסן איז געווען גענוג חברים, אבער אויף צו תכלית איז נישט געווען צו באקומען א חברותא ווי לאנג די יאר איז.. און אזוי לאנג איז טאקע געווען די יאר.. ווי כ'האב מיך אנגעקוקט אלץ צייט שפענדער להבל ולריק, און מיין מוח האט מיר באפוילן אליינס צו זוכן א תכלית.
כ'האב מיר אנגעהויבן לערנען אייגענע לימודים, אין די ישיבה גדולה יארן האב איך למעשה געהאט געענדיגט א שיין ביסל אייגענע לימודים, צווישן זיי חק לישראל מיט אלע פירושים, די זוהר'ס און אפילו די שווערע שטיקלעך האב איך נישט אויסגעלאזט, און כ'האב מצליח געווען איינצוקויפן ידיעות אין אסאך חלקי התורה.
אויסער מאור עינים, האב איך אויך צום ערשטן מאל אנגעהויבן לערנען אור החיים הקדוש אויפן סדר, וואס האט מיר למעשה גענומען צו ענדיגן אכט יאר שפעטער.. אבער כ'האב געלערנט א בלעטל נאך א בלעטל, און אזוי און נאר אזוי סוף כל סוף אנגעקומען צום אנדערן זייט דעקל.
מיין לערנען אוהחה''ק האט זיך אנגעהויבן אזוי, אז כ'האב אנגעהויבן א שטיקל, און געזען אז דאס איז נישט פאר מיר, און כ'האב פארמאכט דעם ספר מיט א קוש..
אבער באלד האב איך עס נאכאמאל געעפנט, און פראבירט נאכאמאל פארשטיין דעם ערשטן שטיקל אין פרשת ויקרא, וואס איז גראדע באוואוסט אלץ שווערע שטיקלעך, און אז כ'האב געזען אז ניין, ס'נישט פאר מיר, האב איך דאך מיט עקשנות אפגעמאכט, אז ס'טאקע נישט פאר מיר, אבער די ערשטע שטיקל 'מוז' איך פארשטיין.
און פונעם ערשטן שטיקל איז געגאנגען די צווייטע שטיקל – מיט היבש קאנצעטראציע, כדי צו פארשטיין און אליינס וויסן אז איך פארשטיי.. און כ'האב עס שוין נישט פארמאכט מער.. נאר געלערנט מזמן לזמן נאך א שטיקל און נאך א שטיקל, געמאכט א קנייטש, און ממשיך געווען אין די נעקסטע געלעגנהייט, ביז כ'האב עס מסיים געווען אכט יאר שפעטער בשלימות.
דעמאלטס האב איך 'נאכאמאל' אנגעהויבן דעם ספר הקדוש אור החיים, און ס'האט שוין גענומען כמעט פאר האלב צייט, פיר יאר! ווען כ'האב עס מסיים געווען צום צווייטן מאל, מיט גייסטישע פרייד.
על כל פנים, אין ישיבה גדולה האב איך קיין סאך נישט אויפגעטון אינעם מסגרת הישיבה, און נאר געמאכט זיכער אז כאטש מיינע אייגענע לימודים זאל איך דעקן טאג טעגליך, און דערמיט זיך געשפירט טיילווייז צופרידן.

ווי אלץ אין מיינע יונגע יארן, בין איך געווען זייער נישט פונקטליך מיט זמנים, און כ'פלעג טאקע אלץ קומען שפעט, און אין די שפעטערע חדשים פונעם יאר – בכלל נישט קומען צו גאנצע סדרים אין ישיבה, ואין פוצה פה ומצפצף..
נישט אלץ איז עס א גוטע זאך, צו זיין א פרייע פויגל, ווייל אן א עול איז אן א תכלית, און אזויווי מ'האט זיך נישט אומגעקוקט אויף מיר צו איך לערן צו איך קען די בחינות, צו איך בין מצליח בכלל, אזוי האט מען נישט געוואוסט ווי איך בין וועלכע צייט אין טאג.
עד כדי כך, אז אמאל ווען כ'האב געזוכט פאן, ביים נאכט סדר שיעור, און דער מגיד שיעור פונעם אנדערן כיתה האט פארגעלערנט פסקי הלכות פאר זיינע תלמידים, האב איך אריינגעשטופט א לאנגע טישו דורכן לעכעריגן פלאג לעכל, און ס'האט זיך געטון א שטילע געלעכטער דארט אינעווייניג.
נאכן שיעור, קומט צו צו מיר דער מגיד שיעור אומגעראכטן, און געבט מיר א כאפ אן ביים האנט, און טרייבט מיך ארויס פון ישיבה, שרייענדיג, זאלסט נישט מער אריינקומען אין ישיבה דא, די מחוצף! א גאנצע שיעור האסטו מבטל געווען פון לערנען..
איך האב זיך טאקע נישט באוויזן א גאנצע וואך.. און איין טאג טרעפט מיר 'מיין' מגיד שיעור, און פרעגט מיר מיט וואונדער, ווי איך בין נעלם לעצטענס, ווייל ער כאפט יעצט אז ער האט מיר נישט געזען א לאנגע צייט..
איך האב עהם פארציילט אז יענע מגיד שיעור האט מיך געווארנט כ'זאל נישט אריבערטרעטן די ישיבה טיר, ווייל כ'האב עהם געשטערט די שיעור ביי נאכט סדר.
זאגט ער מיר.
גלייב מיר, איך וואלט דיר אויך ארויסגעווארפן.. אבער אז דו קומסט נישט קען איך דיר נישט ארויסווארפן..
ס'געווען א שפיציגע ווערטל, אבער אינגאנצן אמת! אז כ'בין נישט געקומען האט מען מיך נישט געקענט ארויסשיקן – פארן נישט קומען..
וואס כ'האב געטון יענע יארן? באמת גארנישט! פארקערט, ווען כ'בין ארויס פון ישיבה גדולה נאך דריי יאר גולמ'ן דארט, האב איך הערשט אנגעהויבן אויפטון, און אויך 'הארעווען' אבער באמת הארעווען.
די יארן פון ישיבה גדולה איז געווען איין גרויסע פארלוסט פון טעג, און די יארן נאך ישיבה גדולה א אוצר פון לעכטיגע זכרונות און גוטע טעג.. אז כאטש איך בין א חתן געווארן ביי 23 יאר אלט, איז עס געווען מער אז ס'האט מיר גארנישט געפעלט און געשטופט צו וועלן חתונה האבן..
דאך האב איך עפעס זכרונות גוטע, אויך פון די ישיבה גדולה יארן, און כאטש דאס איז מיר געבליבן עפעס תכלית'דיג מיט עפעס ממשות.

ווי דערמאנט איז נאכט סדר געווען א צייט ווען מ'האט זיך געקליבן זוכן פאן.. און כ'געדענק אז איינמאל זיצנדיג אין א ליידיגע כיתה מיט נאך א חבר צו שטופן די צייט.. איז פלוצלינג ערשינען דער משגיח, און ער האט מיך געכאפט מיט א טעיפריקארדער!
אבער דאס איז נאכנישט געווען עק וועלט, איך האב געהאט דארט א טעיפ פון 'מרדכי בן דוד'.. דאס איז בימים ההם שוין געווען א עוון פלילי.. וואס? מ'הערט א טעיפ אין ישיבה? און נאך עם.בי.די.??
ער האט אוועקגעכאפט פון מיר בלויז דעם טעיפ, און עס מיר הערשט צוריקגעגעבן סוף יאר, מיט א תנאי אז כ'זאל מער קיינמאל נישט ברענגען אזא טעיפ אין פאבליק!
מ'דארף פארשטיין, אז בימים ההם, ווען 'ביפערס' איז געווען די סעלפאן פון היינט, און טשענעל ראדיא פונקט ווי אינטערנעט היינט, איז מרדכי בן דוד געווען אזוי אסור אינעם חינוך קוק, נאך ערגער ווי א קול באישה, און ס'האט געהייסן א פירצה אין יודישקייט..
כ'רעדט שוין נישט פון א קעמרע, וואס קיינער האט נישט געהאט ביי זיך, ווייל ס'געווען כאילו מ'זינגט הארא ביי כל נדרי.. אזוי מאדנע! נישט אזוי אסור ווי נישט פאסיג.
און איך האב יא פארמאגט אין די טיפענישן פון מיין טאש, א 'דיספאזעבל קעמרע' וואס כ'פלעג ניצן אין צייטן וואס כ'האב פארשטאנען, אז אם לא עכשיו – אז כ'וועל יעצט נישט שיסן א בילד, וועל איך חרטה האבן דערויף שפעטער, און כ'האב טאקע נישט חרטה געהאט פארן קלויבן סצענעס, פון יענע יארן.
אבער מאכט זיך איינמאל ויהי היום, איך האב געכאפט א בילד ווי א גראבע בחור א בעל כח גראדע, ליגט אויסגעשטרעקט אויף א באנק אין ישיבה, און כ'האב באמת קונצליך באהאלטערנערהייט עס פאראייביגט.. און נישט געגלייבט אז איינער האט באמערקט.
למעשה האט איינער יא באמערקט, אט יענע איינער, איז געווען דער זעלביגער מסור קעצל אין חדר, דער זעלבע נאז שטעקער אין ישיבה, און עד היום איז ער דער זעלבע קנאי ווען מ'דארף נישט.. יענער האט פארציילט פארן גאבן בחור, און מער האט נישט אויסגעפעלט, מ'איז מיר באפאלן און צוגענומען די קעמרע און עס גע'ממית'ט..
און כ'האב נישט געהאט קיין טענות אויף דעם גראבן בחור, ווי אויפן מסור קעצל.
און דאס איז א שטארקע כלל, אז אזויווי מ'איז אלץ קינד, איז מען אלץ בחור, און אלץ יונגערמאן, און אלץ באלעבוס, און אלץ זיידע.. אויב מ'טוישט נישט די שלעכטע זיטן מיט שכל און באצייטנס.
יא, די זעלבע חברים אין כיתה, וואס כ'בין מיט זיי אויפגעוואקסן אין חדר, און דארט געדענק איך זיי אלץ מסור קעצלעך, שלעגערס, און כל מיני שגעונות – אויף א קינדישן פארנעם, די זעלבע האב איך געטראפן דא ווידער אין ישיבה גדולה, נאך אפאר יאר אפשניט, וואס זיי האבן געלערנט ערגעץ אנדערש ווי איך, אבער דא אין ישיבה גדולה האבן זיי קלאר געוויזן, אז זיי האבן זיך גארנישט געטוישט, נאר געווארן עלטערע און פארעלטערטע שלעכטע בעלי מידות.

וועלכע גוטע זאך איך יא געטון אין יענע יארן, איז געווען דאס אנהייב פון מיין 'אפציעלע' שרייבן קאריערע.
אמת אז איך האב שוין אנגעהויבן שרייבן בזעיר אנפין עטליכע יאר בעפאר, אבער יענס איז נאר געווען 'אומאפציעל', און אומ'ערפארן אין די אויגן פון די פולע לייענער, ווי די אויסגאבעס וואס כ'האב געשריבן די לעבנס געשיכטע פון מיין זיידע ע''ה, און נאך עטליכע קורצע מאמרים.
אבער אין ישיבה גדולה האב איך אנגעהויבן שרייבן מיט זאפט! קודם סתם לאכעדיגע פאמפלעטן, וואס כ'האב גערופן 'חברה בולעטין', אוואו כ'האב באשריבן די געפעכטן צווישן חברים און חבורות אין ישיבה.
ס'געווען בלי תוכן, בלויז הומארישע פירקלערייען.
אבער נאכן שרייבן די צענטע בלעטל על הסדר, איז דאס גאנצע חבילה בלעטער פלוצלינג נעלם געווארן, און כ'האב עס עד היום הזה מער נישט געטראפן, אבער כ'בין געוואויר געווארן לאחר זמן, אז דער זעלבער קנאי וואס האט מיר גע'מסר'ט מיטן קעמערע, האט געהאט א יד אינעם פארשוואונדן ווערן פון מיינע כתבים, אלץ די פירצה פון ליצנות וואס האט געשפרידלט דערפון..
מיט די צייט האב איך אפגעלאזט די נארישקייטן, און אנגעהויבן שרייבן ערנסטע מאמרים פון מיינע איבערלעבונגען אינעם סקווערן הויף, א יום טוב, א יומא דפגרא, שמחות און שיינע היסטארישע זמנים, מימים ימימה פון יענע צייט.
יענע קונטרסים האב איך פארקויפט אין שטעטל פאר אפאר טאלער, און ס'האט געהייסן 'בצל סקווירא' אינעם חסידישן שאטן, און כ'פלעג הערן קריטיק מזמן לזמן איבער מיינע מאמרים, פשוט אז כ'האב נישט קיין רעכט ארויסצוגעבן זאכן אויף סקווער'ס נאמען, אבער לויט ווי כ'האב ממשיך געווען און זיך נישט צוטון געמאכט נאר ווייטער געשריבן, קוק איך צוריק, אז ס'גארנישט געשען..
מיין צוועק איז אלץ געווען, צו שרייבן וואס איך לעב מיט, אויב איז עס אין א הייליגע סביבה צו אין א היימישע אטמאספער, איז עס דאס. אויב איז עס אין פרעמדע טעריטאריע צו ענגע מצבים, איז עס ליידער דאס. ב''ה אז היינט מאך איך שוין א סיכום פון אסאך היסטארישע זכרונות, וואס איז גאנץ כמעשה אינטערעסאנט מיט א ניכטערן בליק אויף צוריק, ווי ביטער ס'געווען אבער זיסער צו האלטן נאכדעם..

כ'וועל דערציילן נאך א גוטע באשעפטיגונג וואס כ'פלעג דערמיט פארברענגען שעות, איז געווען מיין טאטנס 'אקארדיען', וואס מיין טאטע האט באקומען ביי זיין חתונה אלץ דרשה געשאנק, איז עד היום געבליבן א שפילצייג פאר זיינע קינדער, ואני בתוכם, צו שפילן און אויסשפרייטן די צוזאמלייג שפאלטן פונעם אקארדיען, און פראבירן שפילן דערמיט אלע סארט געזאנג, ביז מ'איז נמאס געווארן..
מיין טאטע שפילט דערמיט יעדע חול המועד סוכות אין די סוכה, אבער אונז פלעגן עס ניצן א גאנצע זומער, און פשוט שפילן דערמיט לידער, ווי שטארק מ'האט געשוויצט און ווי שווער ס'געווען עס צו האלטן מיט די סטראפן איבערן ריקן, אבער ס'געווען א טייל פון אונזערע הנאות אין די בחורישע יארן.
באמת אז כ'וויקעל אויף היסטאריע, איז 'חזנות' געווען א געבוירענע חוש ביי אונזער משפחה לבית לאפפלער, וואס דער זיידע ע''ה האט געברענגט מיט זיך אין זיינע דשינס, און עטליכע אייניקלעך האבן זיך דערמיט אויסגעצייכענט, און אויך מיין טאטע זז''ג איז אלץ קינד געווען דער איינציגער סולן אינעם סקווערן קאפעליע דורך ר' חיים פריד ע''ה ביים רבין ז''ל ביי די חנוכת הבית פונעם ישיבה און חנוכה מסיבות בימים ההם.
האב איך מיר אויך באנוצט מיט דעם חוש, און כאטש כ'קען גאנץ כמעשה דעם חוש, האב איך עס קיינמאל נישט אויסגעארבעט, און ס'געבליבן ליבערשט א אייגענע הנאה ביני לבין עצמי, און אפשר א קאמישע מעטאד פאר די וואס ליבן מיינע קאמעדיע שטיקעס..
[העמשעך Uבו..]
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

מיינע ליבע לעיזער, איר וועט מיר מוזן אנטשולדיגן, אבער איך האב מיך דערמאנט א טוץ מיט אלטע זכרונות פון די קינדער יארן, און כ'מיין כ'וועל עס יעצט אפשרייבן, פן תשכח.
ווי האב איך געקענט פארגעסן, פון יענע קינדער יארן ביים 'דענסטיס?.. מיין דענטיסט בימים ההם איז געווען א פרייע יוד – דאקטאר ברעטנער.
זיין אפיס איז געווען לכתחילה אינעם גרויסן 'יעלאו בילדינג' אויף ראוד 45 מעין סטריט, ווי חסד 7\24, איז היינט איינקווארטירט דארט, און שפעטער האט ער געהאט די ציין האקעריי.. ביי זיך אין בעיסמענד, אין פאמאנע מאנטייבי.
אונז קינדער האבן זייער נישט ליב געהאט צו גיין צום דענטיסט, סיי אלץ די אנדעקונג יעדעס מאל, ווי מ'דארף אלץ ארויסהאקן אפאר צאן.. און דרילן, און צומאל האט מען נאך געקענט כאפן אפאר פראסקעס פונעם דענטיסט, פארן וויינען, יא אזויווי איר הערט – און ווער ס'געדענקט איז עדות.
און דערפאר איז איינמאל אפילו איינער מוציא שם רע געווען אויף דעם דענטיסט ברעטנער, אז ער איז געשטארבן.. און ס'געווארן א פרייד און א יו''ט ביי די יוגענדטום.. דער פארהאסטער דענסטיסט איז געשטארבן, האט מען געמיינט וועט מען מער נישט דארפן אין די לעבן ליידן פון א דענטיסט, און אגב אויך מער נישט דארפן פיצן די ציין..
למעשה איז ער נישט געשטארבן.. און די פרייד איז שנעל נעלם געווארן, אבער מיט די יארן איז ער געווארן בעסער, און אוועקגעלייגט די חינוך פעטש אין א זייט, און געטיילט מתנות ווער ס'איז וואויל.. און נאך שפעטער האט ער בכלל איבערגעגעבן דעם ביזנעס פאר א צווייטן, און יענער – דר. סימקעס, איז געווען גאנץ א פיינער און דאכט זיך א ערליכער יוד אויך.
און אלץ קינדער דאקטאר פלעגן מיר פארן קיין 'פאדוניע' צו 'יאנג און רענסקי' און אויך א דריטער שותף דר. בערגער, וואס זענען לפי השמועה געווען נאנט צו ליובאוויטש, און פלעגן קענען א גוטע יודיש ווען מ'האט געדארפט, און אלץ פלעגן זיי פארן געבן א נידל, זינגען א מי שברך, און געזאגט 'יעמוד'..
און כ'האב שוין פארשטאנען אז אט אט גיי איך וויינען..
יענע שטעכעריי איז געווען עפעס שארפערע ווי די היינטיגע, אויב כ'האב קיין טעות, און ס'פלעגט בלייבן א צייכן פאר א לענגערע צייט, און ס'געווען פארוואס צו וויינען.. אבער מ'האט זיך אויסגעהיטן פון מחלות ה''י און פארמיטן צו קומען צום דאקטאר פאר ערנסטע סיבות ח''ו.
איך געדענק, אז איינע פון די מיחושים וואס כ'פלעג ליידן, איז געווען פונעם אריינגעוואקסענעם נאגל ביים טאטע פינגער פון די פוס.. און יעדער ווייסט דאך דעם שפיל, אז מ'באהאנדעלט עס נישט געהעריג, ווערט עס גארנישט בעסער.
און איך בין בימים ההם געגאנגען צו א פוס דאקטאר – 'בולדינגער', וואס איז געווען א ערליכער יוד גראדע, און פלעגט אפילו קומען לערנען מיט ר' יו''ט שטערן ע''ה אין שול.
אבער איך האב עהם פיינט באקומען, ווי קיינער נישט אזוי.. ווייל ווען ער האט איינמאל זיך גענומען צו מיינע ביינער, און ארויסגעשניטן איינס פון די נעגל פונעם גרויסן פינגער, האט ער לכתחילה איינגעשלעפט דעם פינגער טאקע און עס עוקר מן השורש געווען, אז ס'מער נישט געווען מעגליך – עד היום הזה, אז יענע נאגל זאל צוריק אריינוואקסן קרום צו די זייטן.
אבער ביים צווייטן באזוך ביי עהם, האט ער 'אן איינשלעפן' גענומען בארבערן אויף מיינע רויע נערווען, און געריסן שטיקער מיט א שערל, דערביי רעדנדיג אויפן טעלעפאן צו איינעם..
איך האב זיך געווארפן און געשריגן, און ער האט מיך אגעקוקט ווי מ'קוקט אן איינער וואס צעשרייעט זיך ביי שטילע שמונה עשרה.. כאילו וואס איז געשען מיט דיר? און ער האט אריינגעפלאנצן אין מיר א שנאה, אז כ'האב ממש געשוואוירן אז כ'וועל מער אין מיין לעבן נישט זען מער זיין פנים, פאר סיי וועלכע באדינגוג, וכך הווא..
שוין, דאס זענען מיינע זכרונות פון דאקטורים אין מיינע יונגע חדר יארן.
לאמיר פארצייכענען נאך אביסל זכרונות אויף מיין ליסטע.
מיין באבע האט געהאט א שוועסטער, מיטן נאמען גיטל לעווי, און אויף אונגאריש האט מען איר גערופן 'קאטאו'.
זי איז געווען פאר מלחמה זייער ערליך צוזאמען מיט איר מאן, וואס איז געווען א מתמיד אין ישיבה מיט א פלאכע ביבער הוט, אבער נאר ביזן מלחמה.. ווייל נאכן מלחמה – און וויאזוי איך געדענק איר, זענען זיי געווען אפגעפארן אינגאנצן.
איך געדענק אז זי פלעגט קומען צו מיין באבע – מיין טאטעס מאמע, אויף ווייטע באזוכן, עפעס יעדע יאר צו צוויי יאר, פון קאנאדע ווי זי האט געוואוינט, און מ'פלעגט אנגרייטן פאר זיי היימישע עסן און זיי פלעגן פארברענגן פאר זיך, ווי אונז קינדער האבן נישט געמעגט אנטייל נעמען, לכאורה אלץ די פרייע לעבן וואס זיי האבן געפירט.
זי איז געגאנגען הויזן, און ער אויך נישט בעסער, אבער זיי האבן געלאזט א שטרענגע צוואה מיט געלט, אז מ'זאל צאלן פאר א ישיבה, זאלן לערנען משניות לטובת נשמתם, דאס טייטש אז זיי האבן יא געהאט די אמונה אבער נישט די התחזקות.

וואס נאך האב איך פארגעסן צו שרייבן פון די יונגע יארן.
יא, מערמלשטיינס קעצעלעך..
נישט ווייט פון די חדר האט געוואוינט ר' שרגא פייוול מערמלשטיין ע''ה, ווי ער האט געהאט א גאנצע פעקטארי פון אייזן, און שווער געארבעט עד ערוב ימיו, און זיין יודענע פלעגט זייער רחמנות האבן אויף די גאסן קעץ, און פלעגט זיי טעגליך געבן עסן, און נאטורליך פלעגן זיי וואוינען בקביעות אונטער אירע שטיגן דארט, און מיר האבן אלץ זיך מתווכח געווען ווי קינדער, צו זי האדעוועט זיי לכתחילה אין איר הויז, אדער זי געבט זיי סתם עסן.
דאס איז זיכער, אז מיר פלעגן אלץ שיצן די קעץ דארט, און זי פלעגט אונז פארטרייבן ווי זי וואלט געווען זייער באבע..
אבער מיט די יארן האט יודל פראנק אויפגעבויעט דארט דערנעבן א שיינעם הויז פון שטיין מיט רייכע איינריכטונגען, און מיר פלעגן שמועסן, אז די קעצעלעך וועלן זיך ביי עהם אויך אריינכאפן אין הויז, און האבן א רייד מיט זיין עלעוועיטער, וואס ער האט געלאזט בויען פון איין שטאק צום צווייטן.
ווען איך טראכט צוריק מיינע פאנטאזיעס פון יענע יארן, קען איך נישט פארגעסן פון די מאדנע פייפן, וואס מ'פלעגט הערן יעדע שטיק צייט אין יעדע פלוצלינגע מינוט, עפעס א מאדנע פייפן עטליכע מאל, וואס כ'האב לאנגע יארן נישט געוואוסט די פשט דערפון.
שפעטער בין איך דערגאנגען די סוף פון די ברייט גראבע תקיעות.. דאס איז געווען פון די שיפן וואס האבן ארויסגעגעבן סיגנאלן ביים פארקירעווען אויפן האדסאן טייך, נעבן העוועסטראו, און די קולות האט זיך געהערט מיילן ווייט און פארפירט מיינע פאנטאזיעס צו ווייטע לענדער און הויעכע רוימען..
ביי אונזערע טריפס סוף יאר אין חדר, זעמער געפארן צו א יודישע פארק, מיטן נאמען 'פאן לענד' און זיי האבן פראבירט ס'זאל נישט זיין קיין סכנות'דיגע ריידס, און אפילו אזוי האט זיך געמאכט קליינליכע פאטאלן, און האט גורם געווען אפילו יענע געקליבע ריידס אפצושפארן לפי זמן.
געדענק איך, אז אונז האבן זיך נאר אריינגעזעצט אינעם גאלף קאר דארט, און מ'האט געהאנדעלט מיט יודישע גערע חסידים די בעלי בתים דארט, און ס'געווען אזא כאאס, ווען מ'האט געהייסן פארקירן די גאלף קארן, און רוב קינדער האבן אנשטאט פארקירן, גאר ארויפגעפליקט מיט פול קראפט אינעם גדר ארום..
אויך האב איך מיר דערמאנט, עטליכע עפיזאדן פון אנדערע קינדער אין חדר, וואס איך האב אין ציל זיי נישט צו באשרייבן, ווייל איך שרייב פון מיר, און זאלן זיי שרייבן אליינס פון זיך.
דאך איין אינטערעסאנטע בייוואוינונג, וואס איך קען מיך נישט איינהאלטן און כ'מוז עס פארציילן.
ס'פלעגט דאך זיין איינע פון די רשעות'דיגע קנסים אין חדר לאגער.. אז מ'האט געדארפט שרייבן הונדערטע מאל א פסוק צו א עפיזאד פון חינוך, און מ'האט זיך געבראכן די הענט און נערווען ביז עס איז פארטיג געווארן אין צייט, ווייל אז נישט איז עס געווען א שאלה פון פיקוח נפש..
געדענק איך, אז איין יונגעל פון מיין קלאס האט מען געהייסן שרייבן טויזענט מאל עפעס, האט ער זיך געבעטן אז ס'אומ'מעגליך פאר עהם.
אויב אומ'מעגעלעך איז קושקעס.. האט דער מלמד זיך גע'ווערטעלט אויף זיין חשבון, און עהם געהייסן שרייבן פינעף טויזענט מאל, און געווארנט, אז טאמער וועט ער מוטשענען אז ס'נישט מעגליך וועט ער מוזן שרייבן צען טויזענט מאל, און עס דאן צוריקברענגן מארגן צופרי, און טאמער נישט.. טאמער נישט??
די רשעות האט נישט געהאט קיין סוף.
אבער איינמאל האט א יונגעל גוט צוגעפיקסט דעם מנהל, ווען מ'האט עהם געהייסן שרייבן פינעף הונדערט מאל עפעס א פסוק, און ער האט עס 'אפגעטייפט'.. אויף א טייפרייטער – ווי בימים ההם איז געווען א האנט טייפרייטער אנע לעקטער..
דער יונגעל האט זיך אנגעשטרענגט מיט אסאך עקשנות, אבי ס'זאל געלונגען.. און ס'געלונגען.. אלע האבן געלאכט.

לאמיר זיך אריבער כאפן אין די ישיבה קטנה יארן.
דעמאלטס האט מען געבויעט די נייע שוהל, און ס'פלעגן קומען ריזן טראקס מיט שטאלענע בימס, און אן א מספר צעמענט טראקס פאר די פודאמענט שטעלן, און ס'געווען א בחור אין מיין כיתה, וואס האט אראפגעשריבן יעדע פרט ממש, יעדע טראק וואס איז געקומען און געגאנגען, און די נומער פונעם טראק, און די צייט פונעם קומען און גיין..
ער האט עס פארצייכענט לאנגע חדשים אין א צי, און עס געהאלטן פאר זיך, און איין טאג האט עהם געדוכטן אז מ'וויל עס ארויסבאקומען פון עהם, און לפי דבריו האט ער פארברענט אלע צעטלעך.. פארוואס ווייס איך נישט, און קען גאר זיין אז ער האט עס נישט פארברענט, אבער אזוי האט ער געזאגט, כדי מ'זאל מער נישט נישטערן נאך זיינע כתבים.
כ'האב פארציילט די געפעכטן אין ישיבה קטנה צווישן די כיתות, געדענק איך אז ס'געווען א אמשינובער יונגערמאן – ר' שלמה קופיץ ע''ה, ער איז נעבעך אוועק יונגערהייט, נאך א תקופה וואס זיין יודענע איז אויך אוועק, ער איז געווען א איידים ביי ר' דניאל גאלדשטיין ע''ה.
וויבאלד ער איז געווען א פוילישער חסיד, האט ער מיט זיין שארפקייט פראבירט צו מאכן סדר אין ישיבה קטנה אן די געפעכטן, כאטש קיינער האט עהם נישט געבעטן.. אבער ער האט עס געמיינט ערנסט, און האט טאקע מסדר געווען די עלטערע כיתה די בעלי גאוה, זאלן זיך האלטן אין די ראמען.
און אז מ'רעדט שוין פון טויטע.. יענע יאר איז אוועק ר' משה האלצלער, אום מוצאי חג הפסח, א טייערע יוד געווען, פון די פיאנער פונעם שטעטל און אסאך היסטאריע מיט זיך, וואס ער האט פארצייכענט אין זיין ביכל 'בודאפעסט'.
איך האב יא פארציילט ווי מ'האט מיר משוגע געמאכט וועגן מיין התנהגות אינדערהיים שבת, געדענק איך אז מיין מנהל האט געלאכט פון מיר, ווען כ'האב געזאגט אז איך האב געזאגט ביז קאפיטל מ' אין תהילים, און ס'האט מיר גענומען צוויי שעה, און יענע געלעכטער האט מיר געשטאכן ווי מיט שפיזן, און גורם געווען כ'זאל אפילו יענע קאפיטלען אויך נישט זאגן מער, ביז א לאנגע צייט.
פאר איך גיי צוריק צום רוטינער סדר פון מיין שרייבן פון די עלטערע בחורישע יארן, וויל איך נאר פארציילן איין עפיזאד, וואס האט ביי מיר געלאזט א מאדנע רושם.
ס'געווען טאקע ווען כ'בין געווארן בר מצוה, און כ'האב נאכנישט דערגרייכט די הויכע הענגערס ווי מ'פלעגט אויפהענגן די הוטן, און די מאנטלען, און כ'האב דאך געוואלט אויפהענגען מיין שיינע שווארצע לאנגע חסידישע מאנטל – וואס מ'האט מיר געקויפט ביים ווערן א 'בחור'..
ס'געווען שבת צונאכטס, אין שול, און ביים פראבירן אויפהענגן מיין מאנטל איז אראפגעפאלן א צווייטע 'וואלענע' מאנטל אויפן ערד, און געווארן ווייס שטויביג.
פלוצלינג באקום איך א שטארקע שטופ, און כ'דריי מיך אויס, שטייט א בכבוד'דיגע יוד, אין די מיטעלע יארן, און שרייעט מיר: דו שוטה! דו שוטה וואס דו ביסט..
כ'האב גלייך געכאפט אז ס'זיין מאנטל וואס איז אראפגעפאלן.. און ער איז ארויס פון גלייכגעוויכט, און אפגעקלאפט מיט כח זיין מאנטל, און שרייעט ווייטער – צום פינפטן מאל.. דו שוטה איינער! שוטה..
ווען ס'וואלט געווען איינער פון די יושבי קרנות, צו אפילו א בינוני יודל פון די ביזנעסלייט, וואלט איך עס פארשטאנען, אז מ'צעלאזט זיך אין א שווערע מינוט, און מ'שרייעט אויף א יונגע בחור'ל וואס האט לייכטיזיניג אראפגעשטופט דיין מאנטל אויפן שטויביגע פאדלאגע.
אבער א שיינע יוד? נישט דווקא א ספעציעלע תלמיד חכם, אבער ער זאגט אליינס אז ער איז א אדם חשוב מיט יחוס.. און? שוטה דו.. שעלט און כעס'ט אוועק ווי א קינד וואס זיין לאלי איז אריינגעפאלן אין א גרוב..
אט דער זעלביגער, האב איך שפעטער אמאל געזען ווי זיין קינד – א קליין קינד גראדע, שטעקט ארויס די צונג אינמיטן דאווענען צו עהם, און אויך צו נאך א עלטערע יוד דערנעבן, און ער האט ממש געקוואלן נחת און זיך געווארגן פאר געלעכטער.. אה! ער קען ארויסשטעקן די צונג.. ער איז זיס ווי צוקער..
שוין גענוג מיט יענע יארן, איך בין שוין עלטער דערפון.. איך בין שוין אכטצן יאר מיט א שמיץ אריבער..
אפילו הושענא רבא, ווען מיין טאטע טראגט אריין ווי זיין חזקה, פינעף און צוואנציג ריטלעך ערבות פארן רבין, דערמאנט ער יעצט ווידער, אז כ'בין שוין 'ממש' באלד ניינצן.. געוואלד און כ'בין נאך א בחור..
מ'קען מיינען כ'בין שוין הונדערט און אכטצן.. אבער מיין טאטע האט זיך זייער געזארגט.
דער רבי האט מיר געוויזן דעמאלטס, כ'זאל זיך צובייגן, ווייל ער וויל מיר עפעס זאגן, און ער זאגט מיר אין די אויערן.
'מיט שמחה קען מען אלעס פועל'ן..
כ'האב געזאגט אמן, און געטראכט, גוט בסדר גמור, כ'וועל ווייטער זיין בשמחה און זוכה זיין צו א שמחה..
ס'איז אריבער אפאר חדשים, און כ'גיי שוין אריין צום 'אכטצן שמועס' צום רבין זז''ג, און דער רבי הייבט אן דעם שמועס:
אכטצן איז ח''י, וחי בהם שטייט דאך.. און דער רבי זז''ג הייבט אן האקן אויפן טיש פיר מאל און חזר'ט איבער פיר מאל.. אבער מ'דארף זיין בשמחה.. מ'דארף זיין בשמחה.. מ'דארף זיין בשמחה.. מ'דארף זיין בשמחה..
איך בין דעמאלטס געווען א בחור צווישן בחורים, און בכלל נישט קיין אנגעזעצטע בריאה.. פארקערט, אלע האבן מיר געקענט אלץ א פרייליכער בחור, א דזשאויקער.. און דער רבי זאגט מיר מ'דארף זיין בשמחה..
כ'מיין אז מיט די קומענדיגע יארן, האב איך למפרע פארשטאנען וואס די ווערטער האבן געטון באדייטן.. ס'געווען א ווייט זעעדיגע בליק, אז מיט שמחה קען מען אלעס פועל'ן..
המשך יבוא בעזהשי''ת
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ווי געזאגט, אין ישיבה גדולה איז געווען איש כל הישר בעיניו יעשה, דאך האב איך אויפגעטון עטליכע גוטע זאכן אויך, אין די 'ליידיגע צייט' וואס כ'האב פארברענט אין יענע טעג, און אין צווייטע כיתה ישיבה גדולה, האב איך אנגעהויבן ארויסגעבן א חודש'ליכע בלעטל מיטן נאמען 'המאחד', וואס האט געזאלט מעלדן די הצלחה פון די חסידישע חבורות פון אונזער פארגרעסערטע כיתה, און רוב פונעם בלעטל איז געווען חסידישע ווערטער אויפן חודש, און דערצו זיסע קורצע מאמרים פונעם חסידישען היסטאריע.
גלייכצייטיג האב איך געשריבן א בלעטל מיטן נאמען 'בתוכינו', מיט די נייעס וואס האט זיך אפגעטון 'בתוכינו'.. און ווי נאר איך האב אנגעהויבן מיטן ארויסגעבן בלעטערלעך, האבן שוין אנדערע כיתות אויך נאכגעמאכט, און מיט די צייט מיר איבערגעשטיגן, און געפאנגען פון מיר די אינטערעסע.
דאס הייסט, אז פון מיין בלעטל איז געווארן א אפציעלע בלעטל וואס איז געשיקט געווארן פארן ברייטן יונגען ציבור פון נאנט און ווייט, און איז פארענדערט געווארן מיט די צייט, צום חודש'ליכע אויסגאבע 'אוצר' וואס איז שוין לאנג נישט געווען אין מיין באזיץ.
איך בין אלץ געווען אזא איינער וואס האט ליב צו ארבעטן אויף א פערהעלטמעסיגע שטייגער, און נישט אויפרייסן די וועלט פאר עס קומט די צייט פון זיך אליינס, דעריבער האב איך מיר ווייטער באשעפטיגט מיט וואס ס'מיר געווען אינטערעסאנט, אין זוכן אוצרות און גייסטיגע און היסטארישע ווארע, ווי אומער.
איך האב יענע טעג, אויך געמאכט א שטארקע און דורכדרינגליכע איבערבליק, איבער מיין זיידע לאפפלער'ס אוצרות, וואס איז געליגן אוועקגעפאקט אין בוידעם, און קיינעם נישט אינטערעסירט, אבער איך האב דערפון אויסגעזייעט גאר גוטע זאכן, וואס איז שפעטער גענוצט געווארן פארן נייעם ביכל 'שיכון סקווירא', און איז ביי מיר עד היום חשוב און טייער.
מיין זיידע ע''ה פלעגט אוועקלייגן יעדע איינציגע צעטל, און פאסט אפילו שנארער בריווען, און אפילו סתם פלייערס, און בכלל ווי ס'געשטאנען יודישע אותיות דערויף, האט ער נישט מקיל געווען עס אוועקצואווארפן אין מיסט, דעריבער איז אפגעהיטן געווארן גאנץ אינטערעסאנט דאקומענטן פון א יאר פערציג בעפאר, וואס איז היינט גאר וויכטיג אינטערעסאנט.
איך האב פון אלעמאל אן געהאט א געוואוינהייט, אויפצוהייבן יעדע צעטל פון גאס, וואס איז מיר געווען אויפ'פאלנד, און כמעט יעדע צעטל איז מיר רוב מאל רייצענד מיין נייגער, און עד היום הזה טוה איך אזוי, און כ'האב שוין געפונען אסאך וויכטיגע, און אינטערעסאנטע דאקומענטן, וואס א טייל זענען פארלוירן געווארן בטעות פונעם בעל האבידה, און א טייל זענען אוועקגעווארפן געווארן בלי דעת, און נישט טראכטנדיג אז איינער ווי איך קען עס געפונען און אוועקלייגן..
צווישן פאפירן וואס כ'האב געפונען די לעצטע צוואנציג יאר, איז געווען א קאפי וואס דערויף איז געווען אין קליין קאפירט יענעמס פאספארט און סאשל סעקיורעטי קארט, און פריוואטע נומערן פון באנק..
איך שרייב עס יעצט ביי די ישיבה גדולה יארן, ווייל כ'האב מיך יעצט דערמאנט אז כ'האב אין ישיבה גדולה געטראפן אין די שניי, א באל פון צעריסענע שטיקלעך פאפירן, און כ'האב מיט אסאך געדולדט עס צוריק צוזאמגעקלעבט, און דארט איז געווען א סודות'פולע שליחות, אין א קורצע ווערטער אויסטויש, פון גאר א וויכטיגע פערזאן אין שטעטל, וואס אין אזעלכע פעלער האב איך עס יענעם צוריקגעגעבן און געצייגט ווי אומ'אחריות'דיג ס'געליגן תחת עיני ציפור השמים, וואס איז יוליך את הקול..
אין יענעם צעטיל איז געשטאנען, 'ביטע צערייסן און פאניכטן נאכן אויספירן דעם שליחות'.. האט יענער שליח געמיינט אז אין שניי קען מען נישט טרעפן א צעריסענע דאקומענט?..
ווען כ'שרייב די שורות, האב איך ממש לעצטע וואך געפונען א קאפי פון א דאקומענט, וואס איינער האט לכאורה געלאזט פליען מיט די ווינט, און דארט שטייט דאס פונקטליכע אינפארמאציע וואס דער דאקטאר האט צו זאגן וועגן זיין זונ'ס צושטאנד אין כראנישע געזונט..
מ'דארף זיין געווארענט, נישט איינפאך לאזן אוועקפליען אזעלכע פאפירן, נאר עס גונז זיין אדער צונישט מאכן ווען ס'נישט וויכטיג יעצט אין טאש.

אין יענע בחורישע יארן, פלעג איך זיך פירן מיט אסאך חסידישע משוגעת'ן אויך, כ'זאג משוגעת'ן, ווייל ס'נישט דווקא א מנהג, און אזעלכע משוגעת'ן זענען געווען באמת ווייט פון משוגע, אבער געווענליך אלץ בחור האט מען ליב די פרומע שטיק.
איך פלעג אוועקלייגן יעדע צווייגל פון א עפל וואס כ'האב באקומען פונעם רבי'ן זז''ג, און כ'מיין כ'האב עס נאך ערגעץ.. און כ'פלעג אוועקלייגן יעדע קלייניקע זאך וואס האט מיר געדוכטן אז ס'איז א זכי' צו האלטן, און מ'קען נישט וויסן, אז אין יארן ארום וועט עס זיין א אנטיק..
היינט ווארף איך מער אוועק ווי איך האלט, אבער דעמאלס האב איך מער געקליבן.. און שלמה המלך זאגט שוין, ס'דא א צייט צו קלויבן און א צייט אוועקצואווארפן..
א טייל פון מיינע שוואנצאנעס פלעגט אונזער באקאנטע משגיח אין ישיבה – ר' אנשיל שטיינער, מאכן דערפון א טרוקענע געלעכטער, מיט זיין אייביגע אויסרוף: הבלי הבלים.. הכל הבל.. און טאקע זאכן וואס ר' אנשיל האט געהאלטן ס'יא ריכטיג, האט זיך ארויסגעשטעלט שפעטער אז ער איז 'כמעט' מיט אלעס געווען גערעכט..
און כ'וועל נישט אויסרעכענען פרטים, ווען ס'קען זיך גרענעצין מיט פריוואטקייט פון אנדערע, אבער עד היום הזה שטייט ער נאך אויפן וואך, און דינט אין זיין אמט אלץ משגיח בנאמנות, און ווייטאגט די ירידה פון א בחור און פריידט זיך מיט די הצלחה פון יעדן תלמיד מיט א אמת.

מ'זאגט אז די יארן לויפן, נאר די טעג קריכן.. ביי מיר זענען די בחורישע יארן נישט אזוי געלאפן.. און נישט נאר אז ס'האט שפאצירט גאר שטייט, נאר שפעטער איז עס נאך צוריקגעקומען..
אבער דאך האט זיך געטוישט א יאר, און אויפן קאלענדער האט זיך באוויזן שנת תשנ''ח, וואס איז געווען היבש היסטאריש אין מיין זיכרון קעמערל, אבער ביים ענדיגן דעם געוועזענעם יאר, האב איך געמאכט א סיכום, און זיך פארגענומען אז די קומענדיגע יאר מוז זיין ווייניגער געפאטשקעט.
אינעם געוועזענעם יאר בין איך געווארן ניינצן יאר, און אויך דאן ווען ס'שוין ביי מיין טאטן געווען כלו כל הקיצין, און האט געפרעגט מיט זארג דעם רבין זז''ג, וועלכע סגולה ער זאל אנווענדן פאר מיינעט וועגן, האט דער רבי עהם קלאר געזאגט.
מ'דארף נישט קיין סגולות, דער אייבירשטער וועט העלפן..
ס'באוואוסט אז דער רבי זז''ג איז נישט קיין שטיצער פון די אלע היינטיגע סגולות למיניהם, און דעמאלס איז געווען א רוח פון פארן קיין ווילעדניק צו ווערן א חתן, און אויך דאס האט דער רבי צוריקגעוויזן, און געזאגט די צייט וועט קומען אי''ה.
אגב, צום גוטן אפדענק פון א גוטע יוד וואס איז נעבעך פריצייטיג אוועק אין יענע יארן, ר' ארי' ווייס ע''ה, וואס איז געווען א לאנגיעריגע באס דרייווער און א וואוילע יוד, וואס איז געפאלן אין די גליטשיגע שניי פון א לייטער, און האט עס נישט איבערגעלעבט, זיין אנדענק איז איינגעקריצט געווארן ביי מיר אין זכרונות ביכל.

הכלל ס'קומט א יאר א פרישע, ווען איך ווער שוין צו מזל 20 יאר, וואס ביי מיין טאטן איז עס געווען אין די אויגן ווי כ'וואלט געווען א זקן מופלג..
און מיין יונגערע שוועסטער איז שוין געווארן ניינצן.. מיין טאטע האט קיינמאל נישט געהאט ביז דאן, שוין פינעף קינדער אין די רייהע, אז א קינד זאל נישט זיין חתונה געהאט ביי די אכטצן, און דא שטייען שוין צוויי אין די צוואנציגער יאר, און מ'מוטשעט פארן טאכטער מער ווי פארן זון..
און ער האט אנגעהויבן קלערן מיך צו איבערהיפערן, ווי מ'זאגט אין ענגליש, 'סקיפן', איינפאך א כלה מאכן מיין יונגערע שוועסטער פאר מיר, און אזוי ארום נאכלאזן די דרוק וואס האט געהערשט, אז חלילה וחס זי ווערט עלטער און עלטער..
כ'וועל זאגן דעם אמת, מ'האט מיר גראדע געפרעגט רשות, און כ'האב מסכים געווען, אבער די רשות פרעגן איז געווען אבי יוצא צוזיין, און מיין מסכים זיין איז געווען פשוט מ'זאל נאכלאזן די דרוק אויף מיר צייטווייליג.. אויסער דעם וואס כ'האב דעמאלס נישט משיג געווען וואס דאס מיינט סקיפן, און ווי שטארק ס'וועט מיך נאך וויי טון שפעטער.

פונקטליך וויאזוי ס'צוגעגאנגן, אז ס'געווען נאך א משפחה חתונה, ווען טאטע מאמע האבן געוואלט רעדן מיט מיר פריוואט, און מיינע געפילן האבן שוין געזאגט אז עפעס אויסטערליש ווילן זיי פון מיר, און זיי האבן מיר געפרעגט צו כ'בין מסכים צו לאזן מיין יונגערע שוועסטער א כלה ווערן – אויב מ'וועט עפעס אנטראגן..
זיי האבן מיר בכלל נישט געזאגט, אז מארגן גייט זיין א שידוך.. און איך האב מיר גענומען די דרייסט און געזאגט, אז כ'בין מסכים, אבי נישט צו זיין א אפהאלט פאר איר.
ס'געווען דעמאלטס ממש א טאג פאר מיין געבורטס טאג, און כ'האב מיך איינגעשריבן אריינצוגיין צו מיין 'צוואנציג שמועס' ביים רבין, און מיין טאטע האט געוואלט מיטקומען, און כ'האב אוודאי נישט געקענט זאגן ניין..
און ווי כ'גיי אריין צום רבין, הייבט דער רבי אן אויספרעגן מיין טאטן וועגן דעם שידוך וואס ער האט שוין געוואלט מאכן מיט מיין יונגערע שוועסטער, און מיין טאטע זאגט אז איך בין מסכים, הער איך ווי דער רבי רופט זיך אן, 'איך וויל עהם אליינס פרעגן צו ער איז מסכים'.. און הייסט מיין טאטן ארויסגיין פון שטוב.
און דער רבי האט מיר אנגעהויבן זייער פאטערליך מסביר זיין וואס מיין טאטע וויל טון, און אפילו כ'זאג מסכים, ווייסט ער אז ס'נישט קיין לייכטע געפיל, ממילא האט ער געזאגט אז אויב ס'מאכט זיך א שידוך פאר מיין שוועסטער יעצט, זאל עס כאטש זיין א סוד פאר דריי חדשים, ווייל ער האפט אז אינגיכן זאל איך ביני לביני ווערן א חתן, און אזוי ארום וועלן ביידע זיין געהאלפענע.
דער רבי איז באקאנט אלץ א שומר סוד, און א זאך וואס מ'האט עהם נישט געזאגט איבערצוזאגן, זאגט ער קיינמאל נישט, און האט מיר אויך נאר געזאגט וואס ס'איז געווען אפגעשמועסט, אז 'אויב' ס'וועט זיין א שידוך, זאל איך וויסן אז ס'איז דערווייל א סוד. טאקע, ביים שטילע שידוך צומארגענס, האט דער רבי זיך אנגערופן קלאר און שטרענג, יעצט איז אדר, ביז נאך שבועות זאל די שידוך זיין א סוד! כ'זאל נישט דארפן זאגן נאכאמאל.. ס'זאל זיין א סוד ביז נאך שבועות.
און כ'בין געווען שאקירט צו הערן מארגן, אז 'ליפא שמעלצער' ווערט א חתן מיט מיין שוועסטער.
ליפא איז געווען 'איין' טאג יונגער פון מיר, און פלוצלינג בין איך געווארן א אלטע בחור.. וואס מ'האט געסקיפט, און עפעס מוז זיין אונטער דעם וואס איך בין געווארן א בריקל פאר א צווייטן, און באמת איז גארנישט געווען ראנג, פשוט מ'האט זיך געאיילט פאר מיין שוועסטער.
און עטליכע 'גוטע' פריינד, האבן נאך געשאטן זאלץ אויף מיינע געפילן, און מיר געפרעגט און געמוטשעט אויף א ענטפער, פארוואס האט מען דיך געסקיפט? פארוואס איז ליפא בעסער ווי דיר? וואס גייט פאר?.. אן קיין שום בושה האבן זיי געצאפט שאלות פון וואנט..
זיי האבן פארגעסן א רגע שפעטער וואס זיי האבן געפרעגט, אבער איך האב גאנצע טעג און נעכט געהערט קלונגן די פראגעס, וואס איז דא פארגעגאנגן? פארוואס האסטו דיך געלאזט?
און מיין שוועסטער האט עס מרגיש געווען, און זי האט ממש געוויינט צו מיר כ'זאל איר מוחל זיין, אז מ'האט איר געצוואונגען דערצו, און איך האב איר געזאגט, חס ושלום, איך קען ליפא ער איז מיין חבר, און דיר וועט גוט זיין, און אויך מיר וועט זיין גוט ממש בקרוב.
ליפא האט אויך מיר אסאך מאל געזאגט, אז ער שפירט זיך מאדנע אין מיין געגענווארט, און ער וואלט זייער געוואלט אלעס טון וואס ער קען פאר מיינעט וועגן, און ער האט מיר צוגעזאגט, אז ער וועט מיר קיינמאל נישט פארגעסן וואס כ'האב געטון פאר זיינעט וועגן.
כ'קען זאגן קלאר, ליפא האט אין די עתיד טאקע קיינמאל נישט פארגעסן, און האט מיך אסאך מאל פארגיטיגט!
כ'געדענק, אז איינמאל פון די פולע פריוואטע פארברענגן וואס כ'האב געהאט מיט ליפא נאכן א חתן ווערן, האב איך עהם געזאגט, אז באמת נעם איך ארויס א גוטע זאך פון דעם וואס כ'בין נאכנישט א חתן, ווייל די פולע אלטע בחורים וועלן קוקן, אז איך וואס ס'הייסט אז כ'זיץ נאך אין ישיבה בין נאכנישט חתונה געהאט, וועלן זיי זיך נישט פילן 'אזוי' שלעכט..
ליפא האט מיר געזאגט מיט אייפער, אזא געדאנק?.. כ'זאג דיר צו, אז כ'וועל מיך אויפשטעלן גראמען ביי דיין מצוה טאנץ, און איבערזאגן דאס וואס דו האסט מיר יעצט געזאגט..
איך האב געדענקט זיין זאג, און האב נעבעך געווארט ביי מיין מצוה טאנץ ער זאל עס איבערזאגן.. אבער ווער קען נישט ליפא.. ער האט שוין לאאאאאנג פארגעסן..
המשך יבוא בעזהשי''ת
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

יעדעס מאל וואס איך קלער אז כ'האלט שוין פאראויס, און אז כ'האב גארנישט אויסגעלאזט, כאפ איך זיך ביים קאפ, אז דאך האב איך פארפאסט דא דארט עפעס גוטס.
אויך יעצט האב איך געכאפט, אז כ'האב אויסגעלאזט א היסטארישע קאפיטל פון די פריערדיגע 'נ' יארן אינעם שטעטל סקווירא.
דאס איז די שווערע תקופה, ווען מ'האט פון די רעגירונג אנגעהויבן אריינקוקן אין די ארכיווען פון די מוסדות פראגראמען, און מ'האט געכאפט געוויסע פעלטשונגען וואס מ'האט רעפארטעט אלץ אקטיווע פראגראמען און ס'געווען נישט מער ווי שפיל.
איך גלייך אלץ צו פארצייכענען מיינע זכרונות, לויט ווי איך האב עס מיטגעהאלטן און געוואוסט, נישט לויט אנדערע שאצונגען, און זאל קיינער מיר נישט פארהאלטן אויף קיין איין זייט, ווייל ווי געזאגט, א זאך וואס איך האב מיטגעהאלטן, שרייב איך וואס כ'האב מיטגעלעבט, וויפיל כ'האב מיטגעלעבט און וויפיל כ'האב געוואוסט, און נישט געוואוסט..
למעשה האט מען אנגעדייטעט אויף א קנאפע האלבע מנין באשולדיגטע, ווען באמת איז רוב שטעטל געווען איינגעשריבן אינעם פראגראם, און זייערע נעמען איז געווען גע'חתמ'ט אויף דאקומענטן, אבער דאס גאנצע דריידל איז טאקע געווען אנגעפירט דורך יחידים.
און די פאקט איז, אז אט די יחידים וואס זענען אנגעלייגט געווארן שולדיג דורך די רעגירונגס טריבונאל, זענען נישט געווען מיט אנגעפאקטע טאשן, און זענען ממש ארויס פונעם עסק מיט נזק שלם, ווייל דאס געלט איז געווען געצילט אלץ הכנסה פאר די בודזשעט פון די מוסדות, און מ'האט עס אינוועסטירט אין ריעל-עסטעיט וכדומה, וואס האט געשיינט בימים הראשונים ווי גאלדענע רווחים, און איז צום סוף געגאנגען קראכן..
דאס אינוועסטירטע געלט איז געווען באגראבן, און אט די עסקנים וואס האבן באקומען דעם אורטייל, זענען געווען באמת געטרייע ארבייטער וואס זענען נישט ארויסגעקומען מיט שכר אפילו כדי מלאכתם, און זענען בכלל נישט געווען קיין גרויסע פארמעגן באזיצער.
ווי דאס משל, געגעסן פארדארבענע פיש, פעטש געכאפט און פון שטאט ארויסגעווארפן..
איך פערזענליך האב דאך געקענט דעמאלטס די באשולדיגטע, און נישט הויעכ'גערעדט אויך די 'נישט באשולדיגטע'.. וואס האבן אפשר יא לויט א השערה געלייסטעט א מטבע, אבער די פאקטן האבן געפייניגט און געטריבן די געהירן, וויאזוי מ'זעט זיך ארויס פונעם פלאנטער, און ס'נישט געגאנגען קיין פשרה וואס וואלט געווען צופרידנשטעלנד.
אין לויף פון די שווערע זמנים וואס איך האב מיטגעלעבט אין פארשידענע תקופות אין סקווירא, איז אט די פרשה געווען צום באמערקן אויפן רבין זז''ג אלץ גאר ערענסטע מצב, וואס כ'האב נישט געזען אפילו נאכדעם, און פארדעם אליין האב איך רחמנות געהאט אויף די באשולדיגטע, כאטש ס'וואלט ווען געווען א טענה, אז זיי האבן צומאל געארבעט אויף די אייגענע האנט אן רשות פון די הונדערטע תושבים, וואס זענען געווען די כלומר'שטע איינגעשריבענע סטודענטן אינעם פראגראם.
אין די פריע חדשים פון יאר תשנ''ג, האט שוין געשמעקט די לופט מיט פחד פונעם יום הדין, און ס'זענען געווען מער ווי איין אנטלאפענער אויס פחד אז עהם מיינט מען.. ונסתם ואין רודף, דווקא די אנטלאפענע פון אנהייב האט מען גארנישט געזוכט..
די יארן האבן זיך געריקט מיט שטארקע לחץ, און וויפיל מ'האט געטון אינעם נושא איז עס נישט בעסער געווארן, און פארקערט ס'נאך געווען אקעגן יעדע לאגיק און יושר, וואס אנדערע האבן אין אזעלכע און אפילו ערגערע פארברעכנס באקומען.
ס'איז געווען קלאר, אז די שולד איז נישט די עוולה, נאר די מציאות פון א שטעטל וואס געבט נישט צו פארן רעגירונג, נאר הן עם לבדד ישכון, ובגוים לא יתחשב, מ'לעבט אין ציל פון א אנדערע וועלטל, און דאס האט געקרענקט אין הארצן פאר די קטיגורים למיניהם, מער ווי דאס עצם פארברעכן.
און ס'געווארן קלארער, אז די ישועה דארף זיין עפעס וואס איז מצד וועמען זיי ווילן צעברעכן און שלאגן זיך אקעגן, נישט מצד די מציאות הדברים, און מ'האט שוין יעדע עצה פראבירט לטובתינו, און מ'האט געהויבן הענט.
איך געדענק ממש ווי היינט, געוויסע צייטן ווען די לחץ אין הויף איז געווען אויפן העכסטן אלערט, נאך שעות פון מיטונגען, און ווען דאס גאנצע סקעדשול ביים רבין איז געווען איבערגעדרייעט אינגאנצן, עד כדי כך, אז דער רבי וואס האט א שטארקע כח המעצור, האט געוויסע מאל אהיימגייענדיג נאך א שווערע מיטינג אין שטוב זיינע אין שול, געהאט פארביסענע ליפן און קנייטשן אויפן שטערן, וואס מ'זעט קיינמאל נישט.
פארקערט, ביי רוב מצבים איז דער רבי מצליח צו פארשטעלן יעדע זארג מיט זיין אייביגע לעכטיגע שמייכל, און דעמאלטס איז נישט געווען קיין פארשטעלעכטס, און ס'האט געגליעט די מצב השעה ממש צום לעבן.
אין די חנוכה סעזאן, איז אין יענע יארן אמאל אויסגעקומען גאר א שווערע תקופה בתוך המצב, און דער רבי איז ארויסגעקומען פאר מעריב, ווי ר' יושע כהן פלעגט אנצינדן די שול מנורה, און ס'שוין געווען זייער שפעט, און איינער האט געווארפן א שווערע האנטוך אויפן מנורה, און פארלאשן אלעס אויף איינמאל, נאכדעם וואס דער רבי איז געשטאנען אויף שפילקעס און זיך געוואלט ארייניאגן אין שטוב, צו כאפן די צייט.
דער רבי האט דאס געזען ווי מ'האט פארלאשן פלוצלינג די מנורה, און ס'נישט געווען די צייט פאר די קינדישקייטן, האט דער רבי זיך אנגערופן שטרענג, 'ווען מ'וועט לאזן.. וועט מען אויסווארטן, און האט נישט אויסגעווארט ביז מ'צינד נאכאמאל אן די מנורה, נאר אריין אין שטוב אין א געיעג.
די ארומיגע האבן דאס געהערט, האבן זיך דערשראקן, און געראטן דעם בחור הלעשער איבערבעטן דעם רבין אויף די עגמת נפש.
דער רבי האט דעם בחור געזאגט מיט א שמייכל שפעטער, כ'בין נישט בייז חלילה, אבער אויף די זאכן ווערט נישט געזאגט די מאמר כל המרבה הרי זה משובח, אויף גוטע זאכן בעט מען דאך נישט איבער.. זעט פון היינט מאל אן, צו טון גוטע זאכן.

באמת האב איך נישט מיטגעהאלטן אלעס אין יענע יארן, ס'געווען גענוג אז ס'האט געהערשט א פחד אין די שטעטעלישע גאסן, און מ'האט נישט געוואוסט ווען די רדיפות וועלן זיך אויפהערן, ממילא שפעטער ווען מ'האט שוין ענדליך געהערט די רעזולטאטן, ווי מ'זאגט דאס ענדגילטיגע שווערע פסק דין, האט מען כאטש געכאפט דעם אטעם, אראפשלונגענדיג די שווערע אכט יאר פון נאכאנאנדע אנגעצויגנקייט אין די סביבה.
אין יענע יארן, יעדע זאך וואס האט זיך באוואויגן אביסל אנדערש מאדנע פון געהעריג, האט מען חושד געווען אין שפיאנאזש, אין א נאכפאלגער.. מ'האט יעדע פרעמדע קאר חושד געווען, און טיילמאל איז געווען פארוואס אויכעט חושד צוזיין, ווייל ס'טאקע געווען שמעקערס דא און דארט.
איינמאל בין איך געשטאנען אין פאליש פונעם ישיבה, און כ'זע עס קומען ארויף עטליכע מארשעלס מיט 'בעדזשעס' און צייגן פאר מיר און פאר די קומענדיגע בחורים אין זייער וועג, אז זיי האבן רשות צו מאכן יעצט דא א אבלאווע אויפן בנין.
זיי האבן גענישטערט און געזוכט אין יעדן ווינקל, אבער אין ישיבה האבן זיי געפונען בלויז אלטע בחינות.. אבער ס'געווען ווייט פון געלעכטער, ווייל אויסער וואס זיי האבן נישט געהאט און נישט געפונען, האבן זיי דאך געהאט גענוג שטאף צו גיין צום טיש.
די איינלאדענונג צו קארט און ענדגילטיגע אורטיילן האבן אנגעמאכט היבש שווערע ווייטאגן אינעם וואוילזיין פונעם שטעטל לעבן, און ס'האט זיך געטוישט די רואיגקייט אין יענע יארן, צו אומבאשרייבליכע שווערע צוקלאפטע געפילן ביי יעדן יחיד.
יא, מיר האבן מיטגעשפירט דאס צער, טראצדעם וואס מיר זענען פיזיש נישט געווען אינעם פעקל, און וואלטן געקענט זיך אפשאקלן פון די אחריות וואס האט באמת נישט געהאט צוטון מיט יעדן, דאך איז געווען א פאקט דאס מיטגעפיל ווי מ'האט אין איין אטעם מיטגעהאלטן יעדע שווערע אנטוויקלונג.
די צייט איז געקומען, און קץ שם לחושך, יענע פרייליכע ענדע ווען מ'האט באפרייעט די ארעסטאנטן, נאך די שווערע רדיפות פון אכט יאר בלי הפסק, און אויך דאן האבן אלע זוכה געווען אין שטעטל, צום אפטייטש פון כל המצטער עם הצער זוכה ורואה בנחמתן.
איך דערמאן זיך אז אין יאר תשנ''ה, האט ישראל משה שפיטצער – דער מעיאר פון שיכון סקווירא אנגעהויבן שפילן אויף א פורים פארשטעלונג, אויפן רבינס טיש, ביים צווייטן פורים טיש, און דאן האט ער אויסגע'עקט א יודל ר' תנחום, וואס איז פארשטעלט און גייט גלות ליידן.
פלוצלינג פונעם געבויגן היטל און קורצע רעקל, ווערט ער נתגלה מיט א גאלדענעם לבוש און ווייסע זאקן, און קומט מבשר זיין די גוטע בשורה אז נישט לאנג וועט מען נאך ליידן, און ס'קומט שוין די אנהייב פונעם ישועה.
איך האב טאקע פארגעסן צו שילדערן וועגן די פורים שפילן אויפן רבינס טיש, אין די פריערדיגע יארן, ווען ס'נאכנישט געווען א לענגערע פארשטעלונג ווי א שטייגער היינט צוטאגס, און פאר צען פופצן מינוט דאס מאקסימום, האט זיך איינער ארויפגעשטעלט זאגן אפאר ווערטער, צו אויסלייגן א אקט וואס האט זיך נאטורליך געענדיגט מיטן אפנעמען דעם רבינס הסכמה אז די צייט איז רייף אויף זוכה זיין צו א גאולה פארן כלל ווי פארן פרט.
עטליכע יאר האט ר' משה גרובער פון וויליאמסבורג אויפגעטרעטן אלץ פורים רב, און פארגעשטעלט גאנץ שיינע זאכן, נאר צוליב זיין איבערגעטריבענעם שטייגער ווי ער האט באליידיגט עטליכע מקורבים, איז ער גע'פסל'ט געווארן מיט די צייט.
ווי באקאנט איז די דגוש ביים רבין, מיט א תנאי כפול, אז נאר אויב מ'מאכט נישט חוזק פון אנדערע, און מ'היט די דיבור, נאר אזעלכע פארשטעלונגען זענען מרוצה, און דאס איז די שיינקייט פון בדחנות ביי יודען בפרט ביי חסידים וואס זענען ווי איין משפחה.
ס'שוין געווען יארן וואס איז גארנישט פארגעקומען באזונדערס, און איין יאר ווען פורים איז געווען פרייטיג, און מ'האט ממשיך געווען די טיש מוצאי שבת, געדענק אז ר' משה יעקב סיגלער ע''ה, האט צוזאמען מיט זיין זון ר' אברהם צו לאנגע גוטע יארן, זיך ארויפגעשטעלט טאנצן א ארץ ישראל'דיגן טאנץ פארן רבין זז''ג, און דאס איז יענע יאר געווען 'דאס פארשטעלונג'.

האב איך געהאלטן ביים שילדערן דעם יאר תשנ''ח, ווען מ'האט מיך געסקיפט, און מיין יונגערע שוועסטער איז א כלה געווארן, און מ'האט טאקע געהאלטן דעם סוד ביז מוצאי שבועות, א נס וואס איז לכאורה אויך געווען בזכות דעם רבין, אז די מחותנת'טע האט זיך איינגעהאלטן אזוי לאנג, כאטש זי האט יא געוואלט ערב שבועות שוין אויספויקן די נייעס, און זי האט גערופן ר' ישעי' גבאי פרעגן.
ר' ישעי' האט איר געגעבן א פסוק אויפן טעלעפאן אז זי איז געווען געפרוירן ביז מוצאי יום טוב..
אגב, יענע יאר פורים, האט ליפא אויפגעטרעטן אלץ אקטיאר אויפן רבינס טיש, ווי א דארפס בחור מיט פראסטע קליידער און גראבע גרויסע ארבעטס שיך.
יענע שיך האב איך עהם געבארגט.. דאס האב איך גענומען פון מיין טאטעס קלאזעט.. און אויסער איך און מיין טאטע האבן נישט געוואוסט קיינער אז אט די שיך וואס ליפא – דער סוד חתן – טראגט יעצט, איז גע'גנב'ט פון אונזער הויז..
און ה' אלול תשנ''ח, איז פארגעקומען די חתונה בשעה טובה ומוצלחת, און פאר ליפא האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה אין לעבן, וואס ער האט נאר וואס געפראוועט פופצן יאר וואס האט זיך אנגעהויבן צו ציילן פון דאן.
אויך פאר מיר האט זיך דאן אנגעהויבן א נייע תקופה, וואס כ'ווייס נישט וויאזוי עס אנצורופן, אבער זיי זענען פאר'רעכענט צווישן מיינע גוטע יארן, וואס כ'האב אויסגענוצט די נעכט מער ווי די טעג.. און געמאכט א בחורישע לעבן.
כ'האב מיך דאן ארומגעזען, אז אלע מיינע חברים זענען אדער חתונה געהאט אדער סתם ארויס אויפן גאס ארבעטן צו שווינדלען.. און איך האב מיך אריינגעזעצט אינעם כאפטע חסידישע פעניאקעס, צווישן נאך עטליכע אלטע בחורים, און מ'האט כאניאקיש פארברענגט טאג און נאכט אין הויף.
אה! וואס פארא חסידישע געשמאקע צייט האב איך געהאט אין די קורצע אבער רייכע תקופה, ממש חירות ממלאך המוות, חירות ממשגיחי ישיבה, חירות פון עני עול מלכות ודרך ארץ.. איך האב אין יענע תקופה זיך משלים געווען אין מסיים זיין עטליכע חשובע ספרי קודש, מסכתות שלימות, און ס'געווען געלעבט!
אבער אזא לעבן.. אן א ווייב, איז דאך קיין תכלית נישט געווען, אבער דאך פאר יענע תקופה אויפדערווייל, האב איך געהאט יעדע התנצלות פארוואס צו פראווענען אין די נעכט אריין, ווייל א אלטע בחור וואס איז נאך א שוואנץ וואס לויפט נאך דעם רבין און אויסער דעם רבין וויל ער נישט וויסן פון די גאס, איז געווען א יקר המציאות, וואס מ'דארף זיין משוגע זיך צו באקלאגן אויף אזא איינעם.
אבער מיינט נישט.
מ'האט זיך אויף מיר מיינע עלטערן זייער באקלאגט, ווי א שטייגער כ'וואלט געווען א אויסגערופענער גאסן יונג..
כ'געדענק אז עטליכע אישי חינוך האבן געזאגט מיין טאטן, אז ער זאל נאר קוקן וואס אנדערע בחורים אין מיין מצב טוען אן אין די פרעמד, און דא ב''ה איך בין צווישן די פיר ווענט פונעם שטעטל און כ'פארפיר נישט, נאר שלעפ מיך ארום ווי א פעניאק.
אויך מיין מאמע האט נישט אראפגעשלונגען די מצב, וואס הייסט מ'שלאפט אדורך זמן קריאת שמע, און מ'דאווענט דריי אזייגער נאכמיטאג, און ווען דער עולם עסט נאכטמאל עס איך פרישטיג, און ווען יעדער שלאפט בין איך אויף, א פארדרייעטע סדר.
פאר מיר איז אט די סדר געווען די לעכטיגע סדר, ווען אלע זענען געשלאפן און איך האב זיך אנגעשפארט אויף א גרויסע גמרא, און געבלעטערט הייליגע ספרים נאכאנאנד, און זיך אנגעשעפט הייליגע רעיונות און רוחניות'דיגע טיפע ענינים, פון א אויסוואל פון ספרים קדושים וואס איז מיר געקומען אונטערן האנט.
איי יענע לעכטיגע נעכט..
איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די השראה וואס האט געהערשט דאן, ווען צוויי אזייגער ביינאכט, די שטעטל שלאפט שטיל, און נאר עטליכע שלעפערס דא און דארט צעשאקלען די נאכט אינעם שול הויף, און די עלטערע יודן, די זקנים לומדי תורה בהשכמה, קומען זיך צו שלעפן.
איך הער נאך יעצט זייערע טריט מיט נישט צוגעמאכטע שיך בענדלען.. איך געדענק ר' מרדכי שווארץ האט זיך געהאט זיין חברותא און מסכתא און מיטן האנטוך אויפן האלדז האט ער זיך געווארעמט און געלערנט אין א ווינקל, אזוי ר' בערל לעווין וואס מ'האט געזאגט אז ער האט ממש עולם הזה, ווי ער לערנט אזוי געשמאק ווי איינער וואס קייעט א גוטע לעיקעך אויף ביידע באקן..
יא א טייל לעבן נאך, און לערנען נאך דארט יעדע חצות לילה ביזן נץ, נאר איך שלאף שוין היינט.. און שטיי אויף ווי א פאלנער באלעבוס..
יא איינער א מתמיד א יחיד במינו, איז יעצט אוועק צום לעכטיגע ג''ע, ר' משה גראזינגער ע''ה, וואס ער דווקא ער איז דאס קערנדעל וואס לאזט מיך נישט פארגעסן פון יענע נעכט.
ר' משה פלעגט זיך אונטערברימען ביים לערנען אזא סארט תנועה, ער פלעגט זיך צומאל אפשטעלן ביים לערנען און זיך פארטיפן אין די מפרשים, דאן האט ער זיך אונטערגעזינגען עפעס אזא מין מעלאדיע, א ספעציעל תנועה ווי עפעס א 'תיקון חצות מעלאדיע'.
כ'געדענק עס נישט אקוראט דעם תנועה, אבער בערך עפעס א תנועה ארויף, ווי די נשמה בענקט זיך צום לעכטיגקייט אינעם האריזאנט וואס שוועבט איבער די גלות נאכט און שטראלן זעט מען ווי עס שיינט שוין ווי דער אור חדש על ציון תאיר..
עפעס אזא געפיל פלעג איך שפירן ביים הערן זיינס א תנועה'לע.. אוי אוי, אוי אוי אוי...............
מ'האט געקענט אויסגיין פאר מתיקות, ביז ער האט זיך אפגעשטעלט און פארגעזעצט דאס לערנען ווייטער..
איך פלעג אפילו קענען איינדרימלען פון דעם תנועה, כ'האב מיך ארויסגעשפרייט די הענט איבערן גמרא, און פלוצלינג זיך געטראפן א דריי שעה פארשלאפן.. ווען די גמרא איז מיר נאס געווארן פון שלאף שפייעכטס, און אסאך גמרות און ספרים האב איך אזוי אדורכגעווייקט.. פון יענע זאפטיגע נעכט לאורו של לילה כיום יאיר.
המשך יבוא בעזהשי''ת
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

באמת בין איך נישט געזיצן מיט פארלייגטע הענט, און בלויז געטריבן די נעכט, און אדורכגעשלאפן טעג.
איך האב אסאך אויפגעטון יענע פאר יאר, וואס כ'בין געווען אויסגעוואקסן פון ישיבה, און נאכנישט חתונה געהאט.
בעסער געזאגט, הערשט דאן האב איך אנגעהויבן אויפטון פאר א אמת, וואס כ'האב פארדעם גארנישט געקענט רעכענען פאר א אויפטו ממש.
מיינע חושים צו שרייבן און שילדערן די מצבים אין הויף, האט זיך גאר פארטיפט און געאקערט לאנגע שורות און דיקע חיבורים, און כ'האב פארצייכענט בימים ההם אסאך פאקטישע היסטאריע אינעם היימישער אטמאספער ווי אייך האב מיך געפונען.
ווען דער רבי זז''ג האט צו מזל א שידוך געשלאסן מיט זיין בן זקונים – דער אלעמען באליבטער 'חיים מאיר', האבן אויך מיינע הרגשים געקאכט און פראבירט עס אפמאלן אויף פאפיר מיט טינט, און ס'האט זיך מיר שווער איינגעגעבן, כאטש וואס די לייענער האבן גאר גוט הנאה געהאט.
ביי מיר זענען געבליבן אסאך הרגשים אין הארצן, אין יענע לעכטיגע טעג, וואס כ'האב נישט געהאט גענוג שפראך און אויסדרוקן זיי אויסצוליידיגן פון הארצן און מחשבה.
איך בין געזעצן לאנגע שעות און געשריבן, און זיך געטונקען אינעם הויפ'ס נייעס, און ממש געלעבט בבית חיינו מיט נשמה און לעבהאפט.
וואס האט אנבאלאנגט סקווירא בין איך געווען אינפארמירט, און יעדע קליינע מסיבה צו ערשיינונג ווי דער רבי איז ארויסגעקומען פון שטוב, בין איך געווען אונטער די פוס.. און זיך אנגעשמעקט אהין.. און אוודאי ווען ס'געקומען פסח אין הויף, בין איך אוודאי געווען בתוך הענינים, און נישט פארפאסט גארנישט, אוודאי ווען ס'זענען פארגעקומען די ערשיינונגען אינמיטן נאכט, ווען מיין משמורה איז געווען טאג לעכטיג..
סיי יעדע לעיקעך און לחיים האב איך געהאט טועם צוזיין, עד כדי כך, אז אמאל איז צו מיר צוגעקומען דעם רבינס עלטערע גבאי ר' ישעי אונגער זז''ג, וואס איז באקאנט מיט זיינע גלייך ווערטלעך, און האט מיר געזען מיט די נאסע פיאות פון מקוה, ווען מ'האט קוים אנגעגרייט נאך שחרית פאר א סעודת מצוה.
זאגט ער מיר מיט ערנסטע אויגן, 'געב דיך שנעל א וואש! אז נישט וועט אלעס איבערבלייבן'..
ווען כ'זאל שרייבן א טוץ אויסדרוקן און עפיזאדן פון ר' ישעי, וועל איך נישט ענדיגן.. ממילא לאמיר גיין ווייטער מיט מיין יארגאנג.
איך האב מיך צוגעשארט צום עסק פון קלויבן דעם רבינס ווייץ – פאר מצה שמורה.
דאס איז א חכמה מער ווי א מלאכה!
איך האב אלץ געהאט געניטע אויגן, צו באמערקן און אויפ'פאסן קלייניקע זאכן, און דעמאלטס איז מיין זעה קראפט געווען גאר גוט געאייגענט, אויפצוכאפן רוב 'אויסגעוואקסענע ווייצלעך' וואס די מחמירים זענען מוסיף אויפן ושמרתם את המצות, און אויך דער רבי פאר זיך און די קינדער, עסן בלויז פון געקליבענע ווייץ.
א משך פון דריי יאר, בין איך געווען דער 'קלויבער', און מצליח געווען אדורכצוזייען אונטער מיין השגחה, איבער הונדערט פונט ווייץ יעדע יאר, וואס דאס איז געווען היבש ווייניג אבער גענוג פאר דעם רבין און קינדער – דהיינו נאר די מענער, וואס האבן דאס געבאקן ערב פסח, און עס האט געסטייעט כאטש ביז נאך די צווייטע טעג יו''ט.
בקיצור וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, ווען מ'האט גענומען די זעק ווייץ וואס זענען געליגן צו טרוקענען אין א בוידעם, פון תמוז צייט, ווען מ'האט אויסגעקאפעט די קערנדלעך פון די זאנגן, און געווינט'שאופעלד, און יעצט האט מען עס אריבערגעברענט איינגעהילט אין א 'פעלצל' – אזא מנהג, און עס הויפענסווייז אויסגעשפרייט אונטער א לעקטערל, און עס ווייטער געשארט, אלץ נבדק און ריין כאטש ניינציג פראצענט פון מצומחים און מובקעות.
דעם רבינס ווייץ איז געווען לייכטער בודק צוזיין, ווייל ס'געווען געריסן על פי מנהג – ביי האנט, אבער די אנדערע וואס די מאשין שנייד, ווערט אסאך צעהאקט, און ס'שווערער מבחין צוזיין וואס איז אויסגעוואקסן, און אוודאי ווען מ'וויל קלויבן 'ספעלט קערנדלעך' איז דאפעלט שווערער, ווייל דארט זענען טאקע דא אסאך מצומחים.
מתחילה איז די מקום ווי כ'האב געקליבן, געווען איינקווארטירט אינעם אלטן מצה בעקעריי אינעם קעלער פונעם אלטן שול, אבער ביים איבערבויען דעם שול, האב איך געקליבן אינעם הויז פון ר' יצחק שפיטצער, וואס היינט שטייט אויף יענע ארט, די גרויס עלעגאנטע בנין 'היכל רנה ותפילה' – די טישן זאל.
פאר מ'האט צעווארפן יענע הויז, ווי כ'געדענק נאך זיין זיידע – ר' בנימין זאב שפיטצער ע''ה דארט וואוינען, איז דערנעבן געווען נאך די 'סקרין הייזלעך' וואס איז נאך געווען פון די צייטן פונעם רבי'ן ז''ל, איינס איז שוין געווען האלב איינגעווארפן, און מ'פלעגט שמועסן אז ס'איז דארט באגראבן אסאך שמות און אלטע תשמישי קדושה.
שפעטער ביים בויען דעם טישן זאל, האב איך געקליבן אינעם הויז פונעם אלטן רעבעצין ע''ה, וואס האט געהייסן דעמאלטס 'בית טראנא', אדער בית פנחס – צוליב א קליינע ישיבה וואס איז געווען דארט א משך זמן מיט דעם נאמען.
אלץ באלוינונג פארן קלויבן דעם רבינס ווייץ, האב איך נישט ערווארטעט קיין געלט צו לויב, נאר אזויפיל, אז איך האב באקומען די דזאבס פון קלויבן די ווייץ פון אנדערע מחמירים אין שטעטל, פאר גוט געלט! וואס דער אויפזעער און בעל אחריות פון דעם רבינס מצות – באלד צוואנציג יאר – ר' יעקב יוסף פעלבערבוים בן הרה''ח ר' מענדל שליט''א, האט מיר דאס מסדר געווען.
יא, איך וועל נישט פארהאלטן מיין דאנק צו עהם, אז נאך דריי יאר קלויבן דעם רבינס ווייץ, און נאך אסאך מוטשען, האט ער מיר געשאנקן איינס פון דעם רבינס אייגענע העמדער, וואס געווענליך באקומען די קנעטער און נאנטע עובדים מיט די מצות ערב פסח.
איך האב זיך זייער געפרייט מיט זיין געשאנק צו מיר, און דאס איינציגע מאל וואס כ'האב גענוצט דעם העמד עד היום הזה, איז געווען ביי מיין חופה, וואס האט מיר געגעבן די געפיל פון נאנטשאפט צום הויף, כאטש כ'האב חתונה געהאט מעבר לים – אין לאנדאן.
דאס אמנות פון קלויבן ווייץ, איז אביסל שווער מסביר זיין אויף פאפיר, דערפאר וועל איך דאס נישט ערקלערן דא, ווייל ס'א שאד די מיה.
אבער אויסער דעם, האב איך אין די ערב פסח טעג, אסאך פארברענגט אין רבינס פסח קאך, ווי עס פעלט אויס אסאך הילף צו שיילן די ריזן קוואנטום ירקות און פרוכט, לצורך די גרויסע ציבור וואס עסט פון דעם קאך דורכאויס דעם יו''ט, און ספעציעל ביי די פסח סדרים.
איך בין געזעצן דארט ווי א ראש החבורה.. און שעות אויף שעות פריילעך געמאכט דעם עולם, און דערביי אפגעשיילט זעק און קעסטלעך קארטאפל פאסטערנאק עפל און אויך מרור, און כ'וויל נישט מאריך זיין אין פרטים וויאזוי ס'דארט צוגעגאנגען אלע מנהגים, אבער איך האב זוכה געווען שוין ביז היינט צו עסן ביים רבין זז''ג – בערך 'דרייסיג סדרים'.
אנגעהויבן פון ווען כ'בין געווען קוים זיבעצן יאר, און געציילטע אין מיין עלטער האבן דארט דעמאלטס געגעסן ביים רבין, אבער איך האב זיך צוגעכאפט צום זכיה, און אזוי ממשיך געווען ווען נאר כ'האב געקענט, עד היום הזה ויעזור ה' הלאה.
די סדר איז געווען מיין חיות פון א גאנצע יאר, ווען די יו''ט פסח איז בכלל געווען מיין יו''ט איבער אלע אנדערע הייליגע ימים טובים בישראל.
און כ'ווייס נישט צו ס'געווען עפעס וואס איז פארגעקומען אין הויף בימים ההם, וואס דריי מענטשן צווישן חסידים האבן געקענט פרייוויליג מיטהאלטן און איך בין נישט דארט געווען..
טאקע פסח צייט, ווען רוב מאל איז דער רבי ארונטערגעקומען אינמיטן נאכט נאכן ענדיגן פראווען, ביים כשר'ן אלע כלים, ביים מאכן די 'צוקער-וואסער', ביים בודק זיין די לעבעדיגע פיש, ביי אלעס בין איך געווען אויפגעוואכט און דערביי, אויסער ביים באזוכן די 'ירושה זאכן', וואס דאס דארט האט נאר געקענט ווער ס'האט זיך פארהערט אין ישיבה טויזענטע בלאט גמרא, און איך בין קיינמאל נישט געווען אויסגעשטעלט אויף קיין פארהער..
ביים לייגן סכך אינעם 'גלאזערנע סוכה', ביים פארברענען די קנויטן מוצאי חנוכה באישון ליל, אין די שארפע פרעסטן, געדענק איך ווי דער רבי האט זיך דערשראקן ווען א שטיקל ברענענדיגע פאפיר איז געפלויגן מיט די ווינט און געלאנדעט אויף א פארשנייעטע ביימל, און ר' ישעי' מיט זיין הומאר רופט זיך אן אין די שטילע מעמד, 'עה, די בוים וועט זיך נישט אנכאפן'.. חח
כאטש איך האב מיך געדרייעט דארט ארום, בין איך אבער גראדע אינעם חמצ'דיגע קאך נישט געווען קיין תושב, און נאר זייטיגע זאכן האב איך גענומען א חלק, אבער די שווערע זאכן האב איך געלאזט פאר די אנדערע יוצר משרתים, און איך האב בלויז צוגעקוקט פון די זייט, ווי אלע שוויצערס מאכן סדר..
גראדע פלעג איך העלפן מאכן די וואקסענע לעכט צו נאכט צו ערב יו''כ, וואס מיינס א קרוב ר' משה לעפלער ע''ה פעלגט בחזקה עס אנגרייטן, אויך אמאל האב איך געהאלפן ר' יושע פרידמאן ע''ה – דעם רבינס שטוב גבאי, צו באצוקערן די וויין, אום חודש מרחשוון, ווען די וויין גייט דעמאלטס ארויס פון פרעס, האב איך זיך פארפלעקט מיין טלית קטן, און אריינגעגאסן די וויין אין די פרישע פעסלעך וואס זענען געווארן איינגעשפארט אינעם שאנק, אינעם סוכה שטוב, ווי דער עולם שאקלט לולב ביים רבין אום סוכות.

מ'האט דאך יענע יארן איבערגעבויעט דעם שול, און דערפאר זענען אסאך זאכן אריבער וואנדערונגען, פונעם סעלער צום ווייבער שול, און פון דארט צו א אנדערע ווינקל, ביז מ'האט פריש קונה שביתה געווען אינעם נייעם שול, יעדע זאך אוואו עס געהערט צוזיין.
למשל די כולל איז אמאל געווען אין ווייבער שול, ווען מ'האט געבויעט די גרויסע בנין הכולל, איז די ווייבער שול געבליבן א גאנצע וואך פאר די מקום ווי מ'גייט ווען מ'דארף א פראוואזארישע ארט, און די 'כולל אגודה' פאר פרישע יונגעלייט אין ישיבה, געמישט מיט עלטערע בחורים אין די לאנגע יארן.. איז אויך דארט געווען פלאצירט.
און דארט האט די מלוה מלכה וואס קומט פאר אין שול וועכענטליך, זיך געטראפן א נעסט, אין די גלות טעג פון איבערבויען דעם שול אונטן.
דעמאלטס זענען נאך אסאך זקנים געווען א חלק פונעם מלוה מלכה, און בחורים האבן זיך נישט געטראפן די פלאץ דארט, אבער איך מיט מיין נאנטע חבר – לוי יצחק גרינוואלד, האבן זיך גענומען די חוצפה, און זיך אריינגעזעצט איין וואך צווישן די זקנים און אלט געזעצענע.. און בוצע געווען אויף א בארכע, און אן בושה זיך אריינגעשטעקט די נאז אין אלע שטיל הויעכע שמועסן..
ס'איז אריבער א קורצע תקופה, ווען נאך בחורים האבן זיך מיטגעכאפט מיט אונז, און ס'געווארן א געזעמל פאר בחורים אויך, אבער דאן האבן עטליכע אנשים וואס האבן זיך געהאלטן חשובים.. אפגעפיצט פון דארט, אלץ ירידת הכבוד פאר זיי, אז ס'איז געווארן א בחורים טישל.
איך האב אין יענע יארן באגלייט מיין חבר לוי יצחק, אין גענוג און נאך פארברענגען און חסידישע אקציעס, און ווייל ער איז געווען נאנט און בייהילפיג פאר החסיד התמים ר' חיים איינהארן ע''ה – א גאר נאנטע איבערגעגעבענע שטוב מענטש ביים רבי'ן אין הויף, האב איך אזוי ארום אויך גענאסן פון זייער פראטעקציע ווען כ'האב געוואלט.
זיי האבן געמאכט דעם רבינ'ס דאווענע שטוב א מקום סגור, וואס ביז דאן האט יעדער געקענט זיך אריינשפאצירן אהין און אפילו דרייען יוצרות מיט דעם רבינ'ס פריוואטע חפצים, אבער זיי האבן געמאכט סדר דארט.
וועגן ר' חיים איינהארן וועל איך נאר שרייבן וואס איך האב געהאט מיט עהם, אז זייענדיג א עלטערע בחור וואס האט זיך געדרייעט אונטער די פוס זיינע.. האט ער מיר אמאל גערופן אויף א מיטינג.. איך מיט עהם.. און ער זאגט מיר מיט א ערנסטע שטימע.
ס'האבן זיך געזעצט נעכטן א קאמיטע פון די קהילה, און ס'געבליבן א מסקנה, אז ס'נישט קיין תכלית אז דו דרייעסט דיך ארום דא און דארט ליידיג.
זייער פיין און וואויל מיט דיין כאניאקישקייט, אבער מ'דארף עפעס טון מיטן טאג אויך.. דערפאר האב איך מיט ר' שרגא פייבל מערמלשטיין אפגעמאכט, [- האב איך שוין געזען וועלכע קאמיטע און קהילה איך האנדעל דא..] אז ער וועט דיך אריינ'נעמען אין זיין אייזן פאבריק, און ער וועט דיר שיין באצאלן, און אויך דיין טאטע וועט מסכים זיין, און דו וועסט זיין באשעפטיגט, ס'וועט זיין גוט פאר דיר.
איך האב ממש אראפגעביסן א שטיק ליפן, ווען ער האט געענדיגט רעדן, און באקומען מיין צוזאג, אז יא, איך וועל מיך צושטעלן..
איך האב שנעל אפגעפיצט פון דארט, נישט אויסצופלאצן פאר געלעכטער אין זיין פנים, אבער ער האט זיך אדער געמאכט א תמים, אדער באמת נישט געוואוסט, אז מיסטער מערמלשטיין האט קיין פאבריק מער נישט פארמאגט דאן, און א יאר נאך מיין חתונה איז ער אוועק לחיי עולם הבא, שוין זייענדיג אויף פענסיע א שיינע ביסל יארן..
אבער עסקנים זענען זיי ביידע געווען.. און געוואלט מיר העלפן.. פון אזעלכע עסקנים האט זיך קיינער נישט באליידיגט און נאר געשמייכעלט.
[כ'מיין אז המשך יבוא..]
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

משה מרדכי,
הערליך שיין ממש טרערן אין די אויגן, איין זאך פארשטיי איך נישט פאר וואס האסטוך אזוי געלאזט פאר וואס האסטו נישט געפייט פאר דיין רייטס
אזא מעקעלע איך קען דאס נישט פארשטיין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פיטומי מילי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

יענע יארן בין איך נאך נישט געווען אזא אקטיוויסט.. ווי דו זעסט מיך היינט דא דארט.. איך האב זיך גענומען די דרייסט מיט יארן שפעטער
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
פארשפארט