shem-tov האט געשריבן:טיטאניק. פארוואס שרייסטו. מען וועט דיך עסער הערן רואיג. זאגסט דאך גאנץ פיין. לענ"ד ווער זעמער אונז חלילה אוועקצומאכן דאס ענין פון מקוה ווען אונזערע עלטערן האבן זיך דערויף מוסר נפש געווען. מען קוקט אריין אין דעם באקאנטן מאור ושמש איבער די גרויסקייט פון טבילה במקוה יעדען טאג אבער נישט פון דעם רעדט מער יעצט.
דא האט זיך אנטוויקעלט א שמועס איבער קינדער אין מקוה ערב שבת. דאס איז א דיזעסטער וועיטינג טו העפען. קענסט מיר ענטפערן הונדרעט תירוצים אז דער רוסישער פויער אין יעניצוויליקע ברענגט מיט זיינע קינדער און קענסט רעדן פון זכרים ספא'ס און די קענסט אויך ארגוען אז סזענען אויסגעוואקסן פיינע יונגעלייט וואס זענען געגאנגען אין מקוה און סהאט זיי נישט געשאדט. איך ווייס אבער פון אסאך פון מיינע חברים וואס טרעטן נישט אריין אין קיין מקוה ווייל ער וויל זיך נישט דערמאנען זיינע קינדערישע קאשמארן. אמאל איז עס א אפענער מנוול. אמאל איז עס א מנוול וואס שרייט קינדער ארויס אבער ער מיינט דעם שטיפ וואס ער גיט פאר דעם קינד. אמאל איז עס טאקע די פאקט אז אן אלטער האריגער שרייט מיך אן אין מקוה אזוי גרויליג נאקעדיג. אמאל איז עס דער אומשולדיגער בחור וואס פלאגט זיך מיט זיינע פראבלעמען און אמאל איז עס דער מקוה רבי וואס קוקט מיר אריין אין תהום אריין און כווייס נישט וואס ער קוקט דארטן אויף מיר אפשר בין איך גאר דער חזיר. נעם דיר אראפ דיינע אויגען.
א יונגעל האט נישט וואס צו זיכען אין מקוה. קיינמאל. קיינמאל. קיינמאל. אויב וויל דער טאטע זאל ער אים נעמען אמאל צו א פריוואטן מקוה. א בחור זאל נאר מעגן גיין אין א בחורים מקוה און פריוואטע מקוואות זאלן מיזען אריינשטעלן אזעלעכע בלורישע קעמערעס.
סאיז דא נאך א מוראדיגע נקודה. כידוע האבן זיך די ערב רב שבדורינו זיך גענומען איבער מקואות. ליידער קענען זיי אונז אנמאכן גאר אסאך צרות סיי ליגאל און סיי אין די מידיע. ומי יודע ווי דאס קען זיך ענדיגן. רבותי לא עת לחשות. קיינער קען אונזערע מקואות נישט פארמאכן אבער אונזערע מקואות צוזאמען מיט קינדער קען מען שוין איינמאל פארשפארן.
סאיז ביי מיר אויך קלאר אז דער רבי ז"ל האט זיכער נישט געהאלטן פון דעם ענין אז קינדער זאלן גיין אין מקוה. הונדערט פראצענט אז נישט.
שם טוב משמן טוב, זאגסט זייער גיט
אבער אז עס ברענט א פייער מיז מען שרייען,
ווי די זאגסט אזי די נושא פון מקוואות זייער א גרויסער מכשול, א מקום מיועד לפרעניות ליידער,
ווייטער איבער די גרויסקייט פון מקוואות, ליין בעסער מיינע ווערטער, איך מאך נישט אוועק די גרויסקייט פון מקוואות בעצם, איך רייס נאר אראפ די פאקט אז די מנובלים און שוטים האבען גענימען אזא מקום טהרה וקדושה און עס פארוואנדעלט אלץ מקום פרעיניות א מקום וועלכע איז שורץ פורה ראש ולענה ליידער
און אויב יוצא שכרו בהפסדו האט מען נישט קיין ברירה און מען מיז מתקן זיין א תקנה גדולה עד למאד פאר די היינטיגע דור עיקש, און פארשפארען אלע מענער מקוואות, און עפענען "פריוואטע מקוואות" על טהרת הקודש, ווי עס וועט ווערען אפגעהיטען קדושתם של ישראל, און אזוי וועט א מקוה זיין א מקום טהרה און נישט מקום זימה.
אבער ווילאנג דאס פאסירט נישט ברויך יעדע יוד, האקען און שמייסען איבער די שרעקליכער מכשול פון מקוואות, און יעדער איד אשר הולך בדרך התורה דארף זען צי מחרים זיין דאס גיין אין מקוה אינגאנצען ביז רבנים וועלען זיך נעמען טיען דערין
ממש ווי די "מגן דוד" און די "כותל" און נאך זאכען, וואס איז געווען מקודש ביי "אלע" אידען במשך אלע דורות, און וויבאלד אז דער סאקמארער רב האט געהאלטען אז עס איז יוצא שכרו בהפסדו און עס איז א מכשול האט ער דאס גע'אסר'ט, על אותו הדרך האבען חז"ל אסאך מאל גע'אסר'ט הייליגע זאכען, ווי דער "נחש הנחושת" פון משה רבינו, ועוד, ווייל עס האט געברענגט מכשולות,
אבער עס איז קלאר, אז וויפיל די כותל המערבי האט געברענגט מכשולות לשיטת מהר"י מסאטמאר, איז זיכער אז די מקוואות האבען שוין געבערנגט טויזנעט מאל מער מכשולות ביי כלל ישראל, און אויב האט מען גע'אסר'ט די "נחש הנחושת" מיז מען זיכער אסערען די מקוואות, עטץ האטץ נישט קיין מושג וויפיל מכשולות נוראות דאס ברעגט טאג טעגליך, מכשולות וועלכע ציען זיך לדורות עולם ליידער
עס איז א שרעקליכער חורבן און געפערליכער מכשול
זאלסט ווען קענען פרעגען דער קדוש אלוקי דער בעל מאור ושמש וואס איז בעסער, וואלט ער זיכער געזאגט אז עס איז בעסער אז מען זאל זיך נישט טויבלען טויזענט טבילות ווילאנג עס איז דא אפילו א חשש קטן אז איין קינד וועט נפגע ווערען בדרך שמתו אלפים, די אלע טבילות זענען גארנישט ווערד,
כהיום דארף מען אנהייבען מחמיר צי זיין נאר ציצישיקען בעלי תפלה וואס "זענען נישט געגאנגען אין די מקוואות"! אזא בעל תפלה איז אסאך מער מרוצה לשמים!
פארשטייט זיך אז דאס איז ווילאנג אינזערע "געטרייע מנהיגים" וועלען זיך נישט אויפוועקען מיט די "עכטע פראבלעמען" פון די דור
געלט האבען מיר געניג, און געלט איז נישט די פראבלעם, זאל מען שיינערהייט אלע מקוואות פארשפארען און זיך נעמען בויען פריוואטע מקוואות, און מתקן זיין א תקנה גדולה אז נאר "יונגעלייט" וואס זענען געהייראט זאלען מעגען גיין, בחורים און אוואדי קינדער זאלען גיין אין שוואער אינדערהיים!! זאלען די עלטערען קענען האלטען חשבון און קאנטראל אויף זייער קינד'ס וואוילזיין און כשרות
איך בין מקנא דעם עולם הבא פון דער ערשטער רב וואס וועט זיך נעמען טיען דערין בריש גלי'
דער וועט זיין דער ריכטיגער מקנא קנאת ה' ווי פנחס בן אלעזר בשעתו, דאס טאקע איז די גרעסטער פירצה בדורינו
ויגדור ה' פרצות עמו ישראל במהרה