ליבון חברים - ערמעגליכן א צווייטן צו זאגן א מיינונג

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

ליבון חברים - ערמעגליכן א צווייטן צו זאגן א מיינונג

שליחה דורך פישלע העררינג »

[justify]אין מיין קאווע בלעטער אשכול, האט [tag]מאראנצןזאפט[/tag] מיך מעורר געוועהן איבער א חיסרון וואס איז דא אין "קאווע בלעטער" לעומת "קאווע שטיבל. נעמליך, כלשונו הזהב: "דער קיום פון אונזער שטיבל איז פון דעם וואס מ'קומט דא אריין ווען דער נייגער איז גובר א בליק טון אויב ס'דא פרישע חומר, און אזוי איז מען מגיב און סווערט א גלגל." אין אנדערע ווערטער, מאראנצןזאפט האלט קלאר אז לייענען אליינס פאר זיך א מיינונג אדער א געדאנק פון איינעם, אן געבן דער געלעגנהייט פאר א חבורה עס דורכצוטוהן, קומט נישט צו דער ערך פון ליבון מיט אנדערע, ווי יעדער האט אן אנדערע דעה, און מתוך שזה בונה וזה סותר איז עס פיל אינטרעסאנטער און זאפטיגער צו לייענען.

דאס האט מיך געמאכט טראכטן איבער מגידי שיעור מפורסמים בעולם הבעלי בתים, וועלכע האבן במשך די יארן מער מצליח געוועהן ווי אנדערע. און כ'קלער, לאור דברי מאראנצןזאפט, אז עס קען זיין אז די דאזיגע מגידי שיעור האבן צוגעלאזט אז בשעת'ן שיעור זאל זיך אנטוויקלען א שמועס צווישן די מקשיבים, און אזוי איז געוועהן "עקשאן" ביים שיעור וואס האט צוגעצויגן די נייגער פון די צוהערער. עס זענען פאראן מגידי שיעור וואס לאזן דעם עולם מיטזאגן, כדוגמת הרב טורנויער זצ"ל פון שומרי שבת, וואס איז געוועהן זייער אינטרעסאנט ווייל מען האט אויך געקענט אריינפרעגן. זיין שיעור איז טאקע געוועהן א יחיד במינו.

אזוי אויך, זענען דא ספרים וואס זענען מער נתקבל געווארן, וואס - אף שקטנם עבה ממתני (אגב, איך האב ערשט לעצטענס באגעגענט דעם אויסדרוק אין דברי הימים, און עס איז מיר געוועהן א חידוש צו זעהן אז דער וועג וויאזוי מיר זאגן עס איז א מליצה, ווען באמת שטייט דארטן פונקט פארקערט: קטני עבה ממתנו!) ומי אנכי צו זאגן א מיינונג איבער הוד כבוד קדושתם - עס קען זיין אז צוליב דעם וואס זיי האבן צוגעלאזט א געשפרעך הין און צוריק האט עס צוגעצויגן די נייגער און אינטערעסע פון א גערעסערע פאבליקום. א גוטע משל וואלט אפשר געוועהן דער קצות החושן מיט דער נתיבות. די צוויי ספרים זענען געקניפט און געבינדן אפאר מאהל, דער קצות שרייבט, דער נתיבות עטפערט אפ, דער משובב נתיבות פארענטפערט זיך, און די הגהות מכתב יד פונעם נתיבות שלאגן עס אפ, וכן הלאה. נאך אזא משל וואלט אפשר געקענט זיין דער נודע ביהודה. א גרויסע טייל פון זיינע תשובות זענען גאר היסטאריש, ווי ער באשרייבט גענוי די סיפור הדברים מיט אלע דעטאלן, און מיט א גוטע שפראך ברענגט ער ארויס די נקודות פון זיין בר פלוגתא, און נאכ'ן שרייבן זיין אייגן מיינונג דרוקט ער די תשובה נגדית וואס איז אנגעקומען, און ער רעכענט זיך מיט די תשובות פון זייטיגע רבנים וואס האבן איהם געשריבן זיך אנצונעמען פאר איהם אדער פאר זיין בר פלוגתא, און אזוי ווי מען זעהט אלע צדדים, מ'האלט מיט לעבעדיג ווי "ס'טוהט זיך", שאפט עס א גרעסערע אינטערעסע.

מען קען מן הסתם מאריך זיין אין דעם ענין, אבער קודם האב איך געוואלט אראפשרייבן דער געדאנק וואס מאראנצןזאפט האט מיך געשאפן אין קאפ.[/justify]
(- - -)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נא, פון דעם גופא זעהסטו שוין...
מאראנצןזאפט זאגט אן הערה'לע און איר האט שוין א גאנצע אשכול...

#קאוועשטיבלonly
Under influence
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:[justify]אף שקטנם עבה ממתני (אגב, איך האב ערשט לעצטענס באגעגענט דעם אויסדרוק אין דברי הימים, און עס איז מיר געוועהן א חידוש צו זעהן אז דער וועג וויאזוי מיר זאגן עס איז א מליצה, ווען באמת שטייט דארטן פונקט פארקערט: קטני עבה ממתנו!)[/justify]

עס האט זיך טאקע נישט גוט אויסגעלאזט.

אז דו דערמאנסט רב טירנויער'ס שיעור; ער פלעגט אויספיהרן מיט'ן עולם מיט א ספעציעלע תנועה, ער האלט וואאאאס? קומט דאך אויס אז וואאאאס?

וקיבלתי אז אמאל האט ער גערעדט וועגן ליידיג-גיין אין קאנטרי, האט ער אריינגעשלעפט דעם עולם: מען שפילט וואאאאס? [דער גאנצער עולם:] פינג- פאנג! און מען עסט וואאאאס? פיצא!...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

ביים קצות מיט נתיבות איז עס פיל מער פון דעם, נעמליך, די גאנצע סיבה דער קצות האט זוכה געווען אזוי נתפרסם און נתקבל ווערן, איז נאר וועגן דער רה גדול ומפורסם בדורו דער נתיבות / חוו"ד האט געמאכט הגהות אויף דעם חיבור. קוקט אריין אינעם שער בלאט פונעם שו"ע וועט איר זעהן די מדפיסים זענען זיך מתנצל אז זיי האבן געמוזט אריין דרוקן דעם קצות אינעם שו"ע כדי די לומדים זאלן פארשטיין אויף וואס דעם נתיבות' הג"ה גייט ארויף!
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

[tag]דעת תורה[/tag],

אין הכי נמי, אזוי שטייט טאקע אין דער שער בלאט פונעם ערשטן דרוק וואס מען האט אריינגעשטעלט די צוויי חיבורים אינאיינעם.

אבל יש מפרשים, אז דאס איז נאר צוליב וואס א חיבור ווי קצות, וואס איז לומד'יש און חידוש'דיג, קומט נישט געדרוקט צו ווערן אין א שלחן ערוך פון הלכות פסוקות, מה שאין כן דער נתיבות וואס איז לכתחילה א הלכה פסוקה ספר. נאר, וויבאלד דער נתיבות באציהט זיך צום קצות, האט מען עס געמוזט דרוקען. אבער פון די נוסח השער בלאט קען מען נישט ברענגן א ראיה צום גדלות פון די צוויי מחברים אחד לעומת השני.

בכל אופן, איך האב בלויז גענוצט די צווייי אלס משל, און דאס אז מען האט זיי נישט לכתחילה געהאלטן ביים דרוקן אינאיינעם איז נישט מעלה ומוריד צו די נקודה וואס איך האב ארויסגעברענגט: עס טוהט זיך א טענה'ריי און דערפאר איז עס מער אויפגעכאפט.
(- - -)
פארשפארט