אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yWXfMej_xCw[/youtube]
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך הירשל ציג »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:נו, אפשר שטעלט איר אים, סעמפ'ן, אריין אין געצעלט אייערן, מכוח דעם חיוב פון "ויפוצו"?

"ויפוצו" איז נישט קיין חיוב

ווי אפט זאל איך עס שטעלן אין "געצעלט" לדעתכם?
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

איר זענט גערעכט, ובכן: control Z.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

לאמיר פירן דאס שעפעלע אין אונז

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mk09aRx5GSg[/youtube]

שעפעלעך מיט פאסן, שעפעלעך מיט פינטעלעך, שעפעלעך אלס מתנה, שעפעלעך פאר א ווייב. אלע פעולות פון יעקב אבינו דרייען זיך ארום שעפעלעך. זאגן צדיקים, אז די סיבה דערצו איז, ווייל שעפעלעך זענען תמימים. זענען ווערן געבוירן מיט דער טבע פון אויסהערן א צווייטן, זיך לאזן פירן, און וויינען -- אויסקרעכצן אן אמת'ן, פשוט'ן "בעעעעעע..." ווען עפעס טוט זיי וויי.

און דאס לערנט אונז יעקב אבינו: אויב טרעפן מיר זיך אין נישט-גוטע מצבים פון וועלכע מיר ווילן זיך ארויסזען; ווען מיר זענען פארלוירן אין א ים פון פיין, זאלן מיר פלעגן דאס שעפעלע אין זיך -- זאלן מיר אפירנעמען אונזער תמימות. מען קען אייביג גיין טיפער אין דעם נאטירליכן תמימות וואס יעדער מענטש האט אין זיין אינעווייניג.

לאמירזשע היינט אפירנעמען דעם דאזיגן תמימות.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

זוך ג-טליכקייט ביי זיך אליין

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=lGKOrf_CMlA[/youtube]

"עם אשר תמצא את-אלוקיך, לא יחיה." פרעגט דער איזביצער: ווי קומט עס צו יעקב אבינו צו שעלטן מענטשן? נאר דאס איז געווען א לעקציע כלפי דעם יצר הרע: אפילו דו וועסט שוין געפינען דאס וואס דו זוכסט, וועסטו נאך אלץ נישט האבן קיין חיות. "הכר-לך מה עימדי, וקח-לך": זע נאר וואס איך האב צו פארקויפן. "וקח לך": נעם זיך אליין, דאס וואס דו פארמאגסט אין זיך אינעווייניג. דארט, ביי זיך אינעווייניג, ליגט דער אמת.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

ארץ ישראל גייט מיט מיט'ן מענטש

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7tHgFHI6WzQ[/youtube]

"ויצא יעקב מבאר שבע." ארץ ישראל איז דאך דאס העכסטע פלאץ אויף דער וועלט: פארוואזשע שטייט נישט "וירד" יעקב? זאגט דער בארדיטשובער, אז יעקב האט קיינמאל נישט פארלאזט ארץ ישראל; ער האט גענומען ארץ ישראל מיט זיך.

"שיציאת צדיק מן המקום עושה רושם." איר וואס וואספארא רושם דער יציאת צדיק מאכט? "פנה הודה, פנה זיווה": צו איינבאקן, "להפנים" (אינטערנעלייזן) די שיינקייט און דערהאבנקייט פון ארץ ישראל.

מיר קענען זיך מדבק זיין אינעם אויבערשטן גראד פון ארץ ישראל סיי ווען, סיי וואו מיר ווילן נאר.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

דערגיין דעם אויבערשטן די יארן

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C174TR09YFg[/youtube]

"ויפגע במקום." "מקום איז א שם כינוי פאר'ן רבונו של עולם. צדיקים האבן געטייטשט אויף "ויפגע במקום" אז יעקב אבינו האט געהאט אן איבערלעבעניש מיט ג-טליכקייט.

זאגט רבי דוד'ל לעלובער: אויב וויל עמיצער באגעגענען ג-ט, דארף ער עס טאן דורך "ויפגע", פגע'ן, פגע'ן, און פגע'ן דעם אויבערשטן. וואס מער א מענטש מאכט דעם אויבערשטן משוגע: איך וויל זיך אין דיר מדבק זיין, אלץ מער וועט ער אים שפירן."
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Me0onSFMiSc[/youtube]
מיר געפינען אין דער פרשה אז יעקב אבינו האט זיך באגעגנט מיט אן "איש", און חז"ל זאגן אז דאס איז געווען א מלאך, "שרו של עשיו." ווען יוסף איז אויפ'ן באפעל פון זיין טאטן געגאנגען אויפזוכן זיינע ברידער, האט ער אויך באגעגנט אן "איש", און חז"ל זאגן, אז יענער איש איז געווען דער מלאך גבריאל.

זאגט רבי משה לייב סאסובער: דער חילוק צווישן די צוויי איז אזוי. יוסף איז געווען פארלוירן, און דער "איש" האט אים באלד אנגעבאטן זיין הילף: "מה תבקש"? וואס זוכסטו? מיט וואס קען איך דיר העלפן? אזא איש מוז זיין גבריאל. אן איש וואס ווערט פלוצים פרום ווען עמיצער וויל עפעס פון אים - "שלחינו כי עלה השחר": איך קען דיר נישט העלפן; כ'דארף לויפן דאווענען, אזא איש מוז זיין דער שרו של עשיו.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

@פשוט-קאמפליצירט ביטע שרייב אראפ די היינטיגע ווארט, כ'האב געזען דעם קליפ אבער נישט פארשטאנען
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

ווען יענער בעט זיך, איז "גערעכט" קיין תירוץ

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

וַיֹּאמְרוּ אִישׁ אֶל אָחִיו אֲבָל אֲשֵׁמִים אֲנַחְנוּ עַל אָחִינוּ אֲשֶׁר רָאִינוּ צָרַת נַפְשׁוֹ בְּהִתְחַנְנוֹ אֵלֵינוּ וְלֹא שָׁמָעְנוּ עַל כֵּן בָּאָה אֵלֵינוּ הַצָּרָה הַזֹּאת. מיר זענען זיך אליין שולדיג, האבן די שבטי י-ה צווישן זיך געשמועסט, ווייל ווען אונזער ברודער האט זיך צו אונז געבעטן מיר זאלן אויף אים רחמנות האבן און נישט אריינווארפן אינעם גרוב, האבן מיר אים איגנארירט. דערפאר איז אויף אונז געקומען דאס אומגליק.

פרעגט דער "ספורני": די סיבה פארוואס די שבטים האבן באשלאסן אז יוסף איז חייב מיתה איז געווען, ווייל ער האט געהאט א דין מורד במלכות. זיי האבן דן געווען דערויף און נישט אים סתם אזוי זיך אויף אים ארויפגעזעצט. איז, פארוואס האבן זיי דען יא געזאלט אויף אים רחמנות האבן? אויף וואס איז געווען דאס חרטה האבן?

נאר, ענטפערט ער, אז ווען א מענטש וויינט און בעט זיך, דארפן אלע חשבונות, אפילו די גערעכטע און אויסגעהאלטענע, געלייגט ווערן אין א זייט. אֲשֵׁמִים אֲנַחְנוּ ווייל בְּהִתְחַנְנוֹ אֵלֵינוּ וְלֹא שָׁמָעְנוּ.

(אגב: מ'קען זיך סובסקרייבן צו די מינוט-תורה'לעך אויף יו-טוב אויף דעם פאלגנדן קאנאל: http://www.youtube.com/channel/UCDo54orpThDBi9R7WobzDGg)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

ווען א מענטש טראגן זיך ארום מיט רוגזה און ווייטאג אויף אנדערע, פארניצט ער כוח און ענערגיע אויף זאכן וואס זענען אים יעצט נישט נוגע, און ער פארפעלט לכבוד דעם צו לעבן אויף דער וועלט אינעם הווה, אינעם יעצט.

נאך דעם וואס יוסף הצדיק איז ארויסגעשלעפט געווארן פונעם גרוב, האט ער געהאט מער ווי גענוג סיבה צו זיין ברוגז און אנגעווייטאגט שוין אויפ'ן גאנצן לעבן. זאגט דער איזשביצער: "וירצוהו מן הבור": דער אויבערשטער האט געגעבן יוספ'ן די מתנה צו קענען פילן "מרוצה" -- די מעגליכקייט צו קענען אקצעפטירן און לעבן בשלום מיט וואס איז אים געטאן געווארן, אלעס כדי ער זאל קענען פאקוסירן זיין כוח און ענערגיע אויפ'ן יעצט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

וויאזוי ווירקט מען אויף אנדערע?

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

וויאזוי קען מען טוישן א חסרון וואס מען זעט אין א צווייטן מענטש?

זאגט דער מיטעלער בעלזער רבי: דאס געשעט נישט דורך מוסר-דרשות, פסקים, און פסוקים. יוסף הצדיק האט דערקלערט צו זיינע ברודער: "את האלוקים אני ירא." באלד דערויף האבן די ברידער זיך געכאפט אז "אבל אשמים אנחנו." עס זענען שוין דורכגעלאפן אזויפיל יאר זינט זיין האבן יוספ'ן פארקויפט צו די ישמעאלים. זיי האבן זיך דורך דער גאנצער צייט נישט געכאפט -- ביז יוסף האט ביי זיך אליין דערוועקט זיין אייגענעם יראת שמים. דאס האט זיך באלד איבערגעגאסן צו די שבטי י-ה.

אויב ווילן מיר אינספרירן אנדערע אידן צו זיין בעסער, לאמיר אנהייבן ביי זיך אליין. דער אפעקט וועט שוין נאכקומען, פון זיך.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

זאת חנוכה האט דער הייליגער ריזשענער זיך אוועקזעצט שפילן דריידל מיט די קינדער. "וואס מען האט פארדינט אין די פריערדיגע טעג," האט ער געזאגט צו די קינדער, "האט מען נאך געקענט פארלירן א טאג דערויף. וואס איר וועט היינט געווינען, דאס וועט שוין מיט אייך בלייבן."

זענען דורכגעגאנגען די חנוכה-טעג. יעדער וואס האט געוואלט, האט גענאשט השגות און געשפירט עפעס פון וואס חנוכה שטעלט מיט זיך פאר. היינט איז אבער "זאת חנוכה": דאס איז עס, חנוכה. וואס מיר האבן און שעפן היינט -- נישט קיין חילוק וואס און וויפיל, יעדער לויט זיין רצון און השגה -- וועט בלייבן --

#today!
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

יישר כח
פליז קיפ אפ
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

אטו כרוכלא ניזיל ונילייק
נאדיר א לייק על כל הכלל כולו יצא
:like
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

א מענטש דארף זיך אנקוקן מיט א פאזיטיווען בליק, זיך מחשיב זיין.

זאגט דער בית אהרן פון קארלין: "חשבתי דרכי," אויב כ'וועל זיך מחשיב זיין, ווי איך בין, ווי איך שטיי און גיי, "ואשיבה רגלי אל עדותיך": וועלן מיינע רגילות במילא שוין זיך אומקערן צו דער תורה.

לאמיר זיך אנקוקן פאזיטיוו, טראכטן, וועגן זיך און בכלל, פאזיטיוו און אפטימיסטיש.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אינערהאלב די ראמען פון וואטסעפפ מעסעדשינג גרופעס, צירקולירט א קליפ פון א גאר חשוב'ער צדיק; איך ווייס נישט זיין נאמען. כ'וועל נאכזאגן דעם געוואלדיגען ווארט זיינער. "שכל את ידיו" שטייט ווען יעקב האט געבענטש מנשה און אפרים. פרעגן דאך אלע פארוואס האט יעקב געברויכט ארומדרייען זיינע הענט, ער וואלט דאך געקענט לייגן אפרים אויף זיין רעכטען זייט, און מנשה אויפן לינקע זייט? נאר יעקב אבינו האט געוואלט לאזן א מעסעדש פאר זיינע אייניקלעך: "קינדער קען מען נישט טוישן, אז ווילסט א טויש, דאן טויש דיך אליינס!" דברי פי חכם חן, וישמע פתי בן כסיל ויקח לעסאן. (מלשון ויקח קרח - את עצמו לקח).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ואני שמעתי אז דער רמז איז טוישען קען מען זיך אליין, נישט יענעם............
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

משיח קומט ארויס פון אוממעגליכע מענטשן און מצבים. משיח שטאמט פון שבט יהודא. יהודא, ווי די תורה דערציילט, איז עטליכע מאל געשטרויכלט געווארן און אפילו אומגעפאלן. אבער ער איז שטענדיג געפאלן ווי א לייב -- גרייט תוך כדי פאלן צוריק אויפצושפרינגען מיט מער קראפט ווי פריער, פאר'ן אראפפאלן.

אט דער פאראדאקס, פון גבורה וואס קומט באהאלטן אין שוואכקייט, דאס איז דער אייביגער משיח-מעסעדזש, אייביג און אויך --

#היינט.

http://www.youtube.com/watch?v=T0-v7cbAp8Y
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

יעדער איד ווערט געבוירן גוט. יעדער איד איז בעצם גוט.

ווען משה רבינו האט געוואלט פארשטיין מיט וואספארא זכות אידן וועלן אויסגעלייזט ווערן, האט דער אויבערשטער אים געזאגט: מ'דארף נישט קיין זכותים. זיי זענען גוט ווי זיי זענען. נאך מער: זיי זענען שוין אויסגעלייזט; אלץ וואס פעלט אויס איז ארויסצוקריכן פון די גבולים, וואס מען האט זיך אליין געשטעלט.

"בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלהים על ההר הזה." ווען דער עולם וועט זיך ארויסציען פון זיינע מצרים, זיינע גרעניצן, וועט יעדער זען אז מ'איז שוין לעולם לאנג אינדרויסן...

http://www.youtube.com/watch?v=hHHmgCiLgAk
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

http://www.youtube.com/watch?v=bAnM2kDFTFA

משה רבינו, אז מען טראכט אריין, האט געהאלטן אין איין ליידן פון דורכפעלער. ער מוסר'ט צוויי אידן וואס שלאגן זיך, און כאפט און חוצפה'דיגן פסק אויף צוריק; ער גייט צו פרעה, און יענער לאכט אים אין פנים; ער ווענדט זיך צו די אידן מיט זיין מעסעדזש פון פרייהייט, אבער יענע צארענען אויף אים אז ער האט זיי נאר ערגער געמאכט; ער פרואווט דעמאנסטרירן די מופתים וואס דער אויבערשטער האט אים געהייסן, אבער פרעה און זיינע דינערס מאכן עס באלד נאך.
משה רבינו האט אין זיין לעבן געהאט א סך מער דורכפעלער ווי הצלחות, אבער ער האט נישט אויפגעגעבן. נאך יעדן דורכפאל, האט ער זיך אויפגעהויבן און געגאנגען ווייטער און פרובירט נאכאמאל.
דאס איז א פירער ביי אידן: דערשרעקט זיך נישט פון קיין דורכפעלער. ער גייט ווייטער און פרובירט ווידעראמאל.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rllNv3ZhjLc[/youtube]

געווענליך פארלאנגט זיך פון א מענטש צו זיין ביי זיך בענווה. אנדערש איז אבער ווען עס קומט צו קאנפראנטירן נעגאטיוויטעט. קעגן נעגאטיוויטעט דארף דער מענטש שפאנען מיט פעסטע טריט און אן אויפגעהויבענעם קאפ.
"איך ווייס," האט דער אויבערשטער געזאגט צו משה'ן, "אז דו ביזט דער סאמע גרעסטער עניו אויף דער וועלט. אבער" -- זאגט דער אור החיים הק' -- "בבוקר השכם ויתיצב לפני פרעה: ווען דו גייסט קאנפראנטירן די פרעה-נעגאטיוויטעט, זאלסטו זיך שטארקן און עס טאן פעסט און זיכער".
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5-5xJDXiMKI[/youtube]

פאראן אזעלכע וואס מיינען, אז דער אויבערשטער באווייזט זיך נאר צו געוויסע אדער גרויסע מענטשן. זאגט רבי יאנקעלע דזשיקובער: "וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב": אויב דאכט זיך עמיצן אז דער אויבערשטער באווייזט זיך נאר צו די גרויסע מענטשן ביי כלל ישראל, "ושמי השם לא נודעתי להם": קענען זיי מיך נאכנישט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פארשפארט