מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך האב אלץ געזאגט, און כ'זאג נאך אלץ. מיר וועלן נאך אלע זיצן צוריק אינעם אמאליגער יידישער טיאטער, זאל מען עס מאכן כשר למהדרין מיט א סיסטעם, איידער מיר וועלן עס ממילא אקטצעפטירן אין די נאנטע לויף פונעם עתיד.
דער טעאטער איז שוין אין פוהלן שוואונג א דאנק די באנדע טעאטער שפילער, זינגער.
אנשטאט אויפמאכן דעם קביעות'ן טעאטער און לאדענען דעם עולם, צושפרייט מען די עכט-למהדרין טעאטער קליפס און טרעקס, וואס האבן זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון די פרעכע השכלה ליצים דאז.
גם לרבות הני קאנצערטן וואס טראגן א געהעריגע טעאטער כאראקטער לכל הדיעות.
איין אידישע 'כשרות זיגל' האבן זיי, די טריפה טעאטער קליפס און טרעקס: די שפראך איז... יודיש, די סאבדזשעקט איז... אידיש סימבאלן, (שבת טיש, מעביר סדרה זיין, לולב, פינטעלע יוד, אחדות, לשון הרע, צדקה)
כשר'ן דעם טעאטער?! ווער דארף כשר?... גענוג מיטן בארג סיני טעראר... גענוג מיטן תלמוד פרעשור... גענוג מיט רבנישע אטאריטעיטן...