
ווי א דונער אינמיטן א אומגערישטן זוניגן טאג ליין איך די נייעס אז (לייג אריין וועלכער טיטל איר ווילט, ווייל גדול מרבן שמו) סטען ברוקס פון 1010 WINS איז היינט געשטארבן שלומ'דיג אין זיין היים אלטזייעדניג 86 יאר מיט 11 חדשים. ער איז געווען 1010's סיניאר קארעספאדאנט און סיטי האל רעפארטער, און ער האט נאך געטון זיין דזשאב ביז איין מאנאט צוריק!
פאר סטען ברוקס קומט זיך א באזונדער אשכול, ס'נישט א טיטביץ, ס'איז די ענדע פון א ערא אין ניו יארק ראדיא! סטען ברוקס האט אנגעהויבן באריכטן פאר 1010 אין 1962 און ער האט דאס געטון פאר גאנצע 52 יאר!!
פונקט א וואך צוריק האט בלומבערג גע'האנער'ט סטען און געגעבן א נאמען פאר די סיטי האל ראדיא
רום "Stan Brooks Radio Room".
א יאר צוריק האט דעיוויד הינקלי אין דעילי ניוז באריכטעט
WINS reporter Stan Brooks, at 85, is still getting the big stories
יעצט די נייעס וועגן זיין שטארבן
Stan Brooks, longtime voice of news radio 1010 WINS, dies at 86 after cancer diagnosis
אלע באריכטן עס שוין. סטען איז געווען א ניו יארק סיטי ראדיא אייקאן, מיליאנען צוהערער און מערסט רעספעקטעט נייעס באריכטער אין ניו יארק.