צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
איר שטימע איז גאנץ אראוזינג גראדע. יש"כ
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
איך לאז נישט מיין ווייב גיין צו די אלע מיטונג'ס הערן פארוויי-טוגטע פרויען וואס זעהן אויס ווי טאמעיטא'ס רעדן קרעפ,
איין מאל איז זי געגאנגען אין אהיים געקומען מיט א מעסטער צו מעסטען ווי פיהל אינטשיס די סקירט דארף צו דעקן די קני, איך זאג צו, איך ווערטעל מיך נישט, פון דעמאלטס אן זענען די דרשות אסור ביי מיר אין דערהיים, א פריש געשעפט, טאמער ווארט איך נישט גענוג לאנג פאר זי ווען מיר גיין ארויס פון שטוב, דארף זי זיך נאך יעצט אויך מעסטען?
אונז האבן מיא א דיעל. זי לאסט מיך נישט גיין אויף ק''ש אין איך לאז זי נישט גיין צו די דרשות, זי האלט אן די דיעל, איך האלט אן מיין זייט פון די דיעל יעדער שבת

- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
*פאר אלעם וויל איך שרייבען מיין מיינונג אז פין א פסיכאלאגישען שטאנדפונקט איז דאס א דעסטראקטיוו דרשה געצילט (לאו דוקא קאנטשעסלי) צי ציברעכען די פעמיניזם פין די ווייבלעך*
[center]סארי דאס איז נישט די וועג צי מחנך זיין צי צניעות[/center]
למעשה איז צניעות א טריקי נושא, ס'איז זייער שווער צי מאכען א "וואן סייז פיט אלל" סיסטעם,
ס'דא ווייבלעך וואס זענען שיין אן זיך שמירען, אין ס'דא וואס מיזען עס האבען, (אין בכלל אסאך מעיקאפ איז לאו דוקא שיין...), ס'דא ווייבלעך וואס מעגען זיין אביסעל מער באשיידען, אין ס'דא וואס זענען שוין צי באשיידען, שוין מער ב'שדים'מט... ,
ס'דא וווייבלעך וואס האלטען זיך נישט ביים אנטוהן נארמאל חאטשיג זיי האבען חתונה געהאט צי א מאן צי וועם זי האט א פליכט זיך צי צישטעלען, אין זי האט נאך א גרייטע תירוץ... וואסהייסט... צניעות .... , אין ס'דא ווייבלעך וואס ציען שוין אביסעל איבער איז זיי מיינע אז זיי דארפען זיין די מאדעל פין שטאט מיט א פנים חדשות יעדע מאנטיג אין דאנערשטאג,
סאו ווען מען רעדט ברבים דארף מען זאגען די תורה'דיגע גדרי הצניעות, אין דאס מחזק זיין אן סטראשענען מיט אראפווארפען פין די באן ממש פאר משיח קומט, אין אן מישען א קאשע מיט אז רחל איז געווען יאנטשי אין אז קיוט איז פריצות, סארא ווילדע רעטאריק צי ניצען אויף שוואכע ווייבלעך ?!
אזא פאבליק דרשה מיט אנשרעקען די נאיווע ווייבלעך אז מיט האבען א שמאנטשקעלע אויף די שיך מיינט אז מען טאנצט אראפ פין די באן ממש פאר משיח קומט, עפעס קלינגט עס נישט גוט, נעבעך ווי מען שרעקט זיי אן, ס'איז א סארט פין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוז, וואס וויל מען פין די ווייבלעך,
ס'דא א תורה אין ס'דא גדרי הצניעות, אין דאס דארף מען מחזק זיין, מיט נארמאלע וועגען, נישט האקען א טשייניק א "קיוט" איז פריצות, אין אז רחל אמינו איז געווען יאנטשי..... , אין אז טאמער איז מען קיוט הארגעט מען מענער אויף אלע גאסען.... אזוי צי מאכען די פרויען שפירען ווי מאסען מערדער....., כ'מיין קאם אן....
עניוועי אזוי ווי שטילע אינגערמאן זאגט, מען דארף בויקאטירען אזאלכע העצע דרשות, די רעדנער זאלען אנקומען צי א ליידיגע זאל,
ס'וואלט געווען זייער אינטערעסאנט צי וויסען פינקליך וועמעס געדאנק די דרשה איז געווען אין פינקלעך ווער ס'האט מסדר געווען וואס מען זאל רעדען,
ודי בזה למשכיל,

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
די אמהות זענען געווען יאנטשי! ווען אלע אונזערע פרויען וואלטן געווען אזוי יאנטשי ווי די אמהות, וואלטן אסאך יונגעלייט געהאט ווייניגער פראבלעמען.
דער עולם כאפט אז די שמועס איז געבויעט נישט אויף תורה, נישט הלכה און ניטאמאל מנהג, נאר אויף א שמועס פון רב וואקסמאן!!! נישט מער און נישט וויניגער! מיט דעם שטאפט מען זיי! אינטעלעקטיול עביוז!

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 358
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
מ'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
צניעות איז היינט אסאך ערגער ווי 20-30 יאר צוריק און עס ווערט ליידער ערגער,
פרויען גייען היינט ליידער זייער אויפרייסעריש און אום איידל,
מ'דארף רעדן וועגן צניעות ווי מער,
עס איז דא הלכות אין שולחן ערוך וויזוי מ'דארף גיין אנגעטוהן,
אונזערע רבנים האבן גע'פסק'ט אז די קלייד דארף זיין עטליכע אינטשעס אראפ פון די קני,
וואטס די פראבלעם אז א פרוי נעמט א אינטש מעסטער,
פריי דיר אז דיין ווייב וויל זיין ערליך,
ווי לאנג דו האסט נישט געפרעגט קיין דיין און ער האט דיר גע'פסק'ט אנדערש ביזטו נישט גערעכט

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 117
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל
[justify]דער באשעפער זאל שומר ומציל זיין!...
זי זאגט: "דאס אז מ'דארף רעדן פון מעטורנעטי ברבים איז אליינס א סימן אז ס'איז ימות המשיח"...
זאג נאר, דרשן'טע טייערע, דיין פאסט קעסטל האסטו לעצטנס באקוקט? בוני עולם בראשורען? מחריבי עולם פאשקעווילן? עי טיים אדעווערטייזמענטס?
וואס האקסטו אין קאפ?
זאת ועוד. דו האסט די חוצפה צו רעדן פון "אביסעלע קאלירן, א טראפקעלע קאליר אויף די שיך אדער סקירט" ווי שלעכט דאס איז בלא בלא בלא. זאג נאר דו מגלה'טע פנים'טע שלא'טע כהלכה'טע וואס דו ביזט, פון בגדי צבעונין וואס א מאן דארף קויפן פאר זיין פרוי >>אויף אנציטוהן<< האסטו שוין געהערט?
דער סארט רעדעריי איז גורם, אז מענער ווערן דערנאך שטארק אויפגעגעסן אויף די ווייבער, ווייל געווענדלעך די סארט פרויען פארעקלען אויף אנדערע וועגן אויכעט, ווי נישט שערן די האר פון די לייב, זיך נישט שויערן געהעריג טעגלעך, וכו' וכו', און עס איז גורם שטארקע שלום בית פראבלעמען, ווארום דיה שמצילתו מן החטא איז נאר געזאגט געווארן אויב זי קען גיין אין קאמפעטישן מיט וואס עס איז דא אינדרויסן אין דער גאס.
די סארט דרשות זענען לבסוף מרבה זימה, זנות, ורעות רוח אין אונזער ציבור, און עס איז א חוב קדוש צו ערקלערן די ווייבער אינדערהיים אז לא זו הדרך ולא זו העיר.[/justify]

- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
אליבא דאמת,
ווי עס שיינט זענען נישט אלע פרויען אזעלעכע תמימות. הער אויס די ריקארדינג וואס דו האסט מיטגעטיילט מיט אונז. ביי 3:45 ווען די הויכעשעצטע רעבעצען איז מבזה די אמהות און רופט זיי יאנטשי און נעבבי, קען מען הערן ווי א פרוי זאגט שטילערהייט WHO SAYS?
ובזכות וואס זי האט מוחה געווען אויף עלבון האמהות, זאל זי זוכה זיין נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך די רשעי ישראל וואס ווילן אוועקנעמן יעדע זיק של יופי וחן פון אונזערע ווייבער.

- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
העלא האט געשריבן:'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
צניעות איז היינט אסאך ערגער ווי 20-30 יאר צוריק און עס ווערט ליידער ערגער,
פרויען גייען היינט ליידער זייער אויפרייסעריש און אום איידל,
צדיק'ל זיסער, מיט 20 30 יאר צוריק ביסטי געווען אין רחם אדער קוים ארויס פון דארט, ביסט נישט געווען קיין מבין, און היינט רייצט דיר יא א פרוי, איך פארשטיי דיר, ביסט א בשר ודם
אבער מיט דעם וואס די ביסט א בשר ודם ביסטי נישט קיין בעל עבירה, ביסט א נארמיילער מענטש, און די ווייבער וואס גייען אנגעטיען שיין זענען אויך געמאכט פון די זעלבע מאטריאלען, און בדרך הטבע האט א פרוי ליב צי גיין אנגעטין שיין, דאס איז נישט קיין עבירה, אדרבה, מיין שיטה איז אז ווען אין קרית יואל אדער אין ווילי, זאלען אלע פרויען גיין אנגעטיען שיין וואלטען נישט געווען אזויפיל בית רחל פרייע שיקסעס אין יואלי מחללי שבתות, ס'האט איין חשבון איין גלגל החוזר, ווען דער טאטע קימט אהיים אין זעט א פרוי אנגעטיען ווי א מכשפה, זיין ווייב מיט א נאניקע זעען אויס די זעלבע, אזא יונגערמאן ווערט פארעקעלט אין פארמיאויסט פון זיין ווייב, ער גייט אין גאס אין זעט שיינע זאכען, סא וואס ליבשאפט קען ער געבען זיין ווייב? איז ער דען פון אייזען אדער פון בליט אין פלייש?
זיין ווייב וויל אויך נישט גיין אנגעטיען ווי א מכשפה, נאר איר מאמע אין איר חסידות צווינגט איר צי דעם, זי פילט ווי זי שפרינגט ארויס פון איר הויט, איר מאן געבט איר נישט קיין לאוו, זי האט זיך פיינט צי קיקען אין שפיגעל, וואס טראכט זי די גאנצע טאג? פאזעטיוו אדער נעגעטיוו? איז דא ארים איר א לרוהיגער אטמאספערע אדער א אנגעצויגענע פיינטליכע ליפט?
סיי זי און סיי איר מאן, ביידע חלומען פון אנדערע, כאטש די קינדער הערען נישט זייערע מחשבות פילען זיי דאס, די שנאת הדת גייט אריין אין די קינדער, אפילו די עלטערען האבען נישט געוואלט, און די תוצאות פון די איבערגעטריבענע פרימע שטיק זעט זיך ליידע ראן אין די גאסען, ליידער ליידער
פינקט ווי עס איז דא א איסור פון גורע זיין פון די מצוות איז דא א הארבע הארבע איסור פון בל תוסיף! נישט אימזיסט זאגט מען ימים נוראים "את אשר אסרת התרתי ואת אשר התרת אסרתי", עס ליגט א איסור גמור צי זיין פרימער פון די תורה!
דאס ברענגט נישט קיין גיטס!
אינדערהיים זענען "אלע" אינזערע באבעס געגאנגען מיט אסאך מער קערצערע מלבושים ווי די מאדערענע פרויען גייען היינט!
90 % פרויען זענען אמאל געגאגנען מיט אייגענע האר, איינער מער אין איינער ווייניגער
די גאנצע "צניעות" קרענק איז נישט געווען אמאל, און איך גלייב אז היינט צי טאגס ווערען פראדעצירט אסאך אסאך מער ממזרים ווי אמאל
זאלען יונגעלייט נישט זיצען אין זיך רייבען אין מקוה, און זאל זיך זיין ווייב אנטיען מער צי די זאך אז ער זאל זיין מער אינטערסירט צי קיקען אויף זיין ווייב ווי אויף זיין חבר!
מיר זענען בני אדם, מיט די טבעיות פון בני אדם, מיט דעם וואס מען צוימט איין א בן אדם, פלאצט ער אסאך ערגער ווי מען וויל!
ממש ווי א ראבער בענד! צי נישט איין ציפיל וועט ער נישט שפרינגען אזוי ווייט!
דער יצר הרע איז געניג שטארק, געב עם נישט נאך סחורה, לאז לעבען, די תורה איז געגעבען געווארען "וחי בהם, ולא שימות בהם" א איד זאל ליב האבען אידישקייט נישט אז פון ער ווערט געבוירען עד יומו האחרון זאל ער זיך בייסען די ליפען פארוואס ער איז געבוירען מיט אזא ביטער מזל צי זיין א איד!
רוב פון אינזערע בחורים מיידלעך יונגעלייט אין ווייבלעך האבען פיינט אידישקייט נאר ציליב אים ריכטיגע חומרות, אשר לא שערום אבותינו ורבותינו,
די פאנאטישע משוגעים די אפגעריסענע חומרות זיי זענען איינע פון די גרעסטע גורמים צי די היינטיגע מצב!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
העלא האט געשריבן:'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
.....................
מ'דארף רעדן וועגן צניעות ווי מער,
עס איז דא הלכות אין שולחן ערוך וויזוי מ'דארף גיין אנגעטוהן,
אונזערע רבנים האבן גע'פסק'ט אז די קלייד דארף זיין עטליכע אינטשעס אראפ פון די קני,
..........................
ווי לאנג דו האסט נישט געפרעגט קיין דיין און ער האט דיר גע'פסק'ט אנדערש ביזטו נישט גערעכט
ביטע טרעף מיר די הלכות אין שולחן ערוך.
איך האב געזוכט אין הלכות צניעות, און איך האב נאר געטראפען דארט הלכות וואס איך מעג אלץ טוהן מיט מיין ווייב.....
וועלכע רבנים האבען "געפאסקענט" אז עס מוז אראפ גיין אינטשעס אונטער די קני? און אויב יא, פין ווי האבען זיי אויסגעבויט דער פסק?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
אלעס הייבט זיך אן מיט די רשעים די חתנים מדריכים
פארשאלטען זאל זיי זיין
זיי וואלטן געוואלט ארויסרייסן דעם "והתיר לנו... על ידי חופה וקידושין"
ניין, דו מעגסט נישט מאכען א לעבן מיט דיין ווייב! חלילה! מגלה נאר א טפח, חלילה נישט מער, גיב איר גארנישט, נעם נישט גארנישט, זיי א הארטע שטיק קלאץ אייזן, אויס בן אדם, אויס געפילען, אויב האסטו געפילען ביסטו א רשע, א מנובל,
וואס קומט ארויס פון דעם? דער יונגערמאן ווערט א מלמד, זיין תאווה וואס ער האט באקומען אלץ א "בן אדם" צושפילט זיך ווייל זיין ווייב מעג עם נישט געבן וואס ער דארף, און ווען א מענטש הונגערט, פאסט משבת לשבת, אזא איינער וועט אויך עסן פארשימעלטע פערדן פלייש אזוי ווי אונזערע זיידעס ביים קריג, מילא קומט ער צו צו דעם אז ער גייט עס מאכען מיט קליינע קינדער!
עס ווינדערט יעדעם פארוואס דאס געשעט, אבער ליידער זענען די דיינים די חתנים מדריכים שולידיג דערינען, צוימסט עם איין ווי משוגע, אוודאי פלאצט ער ווי א חיה רעה,
גיב עם וואס די תורה הייסט עם געבן, געב איר וואס די תורה הייסט איר געבן, זאלען זיי זיך אויסגעבען כדבעי, וועסטו זען אז די פראבלעמען פון מאלאסטעישאן וועט דראפען צו די ערד!
גיי צו די ווייבעל, זי אלץ בשר ודמ'טע דארף זי א זאך וואס הייסט "LOVE" און אויב דער מאן טאר דאס נישט געבן וועט זי עס איין טאג גיין נעמען ערגעץ ווי מען געבט עס יא!!!
דור עקש ופתלתול!!!!!!!
פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות
לויפטץ מיר נישט אין מקוה, גיבט מיר נישט קיין צניעות דרשות און ניצט אביסעלע קאפ, זייט מיר נישט מער פרום פון די תורה הקדושה, און דאן וועלן מיר האבען אסאך אסאך אסאך א שענער דור, מער צופרידענע אידען, ווייניגער מחללי שבתות, און ווייניגער ממזרים.
זיי וואלטן געוואלט ארויסרייסן דעם "והתיר לנו... על ידי חופה וקידושין"
ניין, דו מעגסט נישט מאכען א לעבן מיט דיין ווייב! חלילה! מגלה נאר א טפח, חלילה נישט מער, גיב איר גארנישט, נעם נישט גארנישט, זיי א הארטע שטיק קלאץ אייזן, אויס בן אדם, אויס געפילען, אויב האסטו געפילען ביסטו א רשע, א מנובל,
וואס קומט ארויס פון דעם? דער יונגערמאן ווערט א מלמד, זיין תאווה וואס ער האט באקומען אלץ א "בן אדם" צושפילט זיך ווייל זיין ווייב מעג עם נישט געבן וואס ער דארף, און ווען א מענטש הונגערט, פאסט משבת לשבת, אזא איינער וועט אויך עסן פארשימעלטע פערדן פלייש אזוי ווי אונזערע זיידעס ביים קריג, מילא קומט ער צו צו דעם אז ער גייט עס מאכען מיט קליינע קינדער!
עס ווינדערט יעדעם פארוואס דאס געשעט, אבער ליידער זענען די דיינים די חתנים מדריכים שולידיג דערינען, צוימסט עם איין ווי משוגע, אוודאי פלאצט ער ווי א חיה רעה,
גיב עם וואס די תורה הייסט עם געבן, געב איר וואס די תורה הייסט איר געבן, זאלען זיי זיך אויסגעבען כדבעי, וועסטו זען אז די פראבלעמען פון מאלאסטעישאן וועט דראפען צו די ערד!
גיי צו די ווייבעל, זי אלץ בשר ודמ'טע דארף זי א זאך וואס הייסט "LOVE" און אויב דער מאן טאר דאס נישט געבן וועט זי עס איין טאג גיין נעמען ערגעץ ווי מען געבט עס יא!!!
דור עקש ופתלתול!!!!!!!
פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות
לויפטץ מיר נישט אין מקוה, גיבט מיר נישט קיין צניעות דרשות און ניצט אביסעלע קאפ, זייט מיר נישט מער פרום פון די תורה הקדושה, און דאן וועלן מיר האבען אסאך אסאך אסאך א שענער דור, מער צופרידענע אידען, ווייניגער מחללי שבתות, און ווייניגער ממזרים.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- טישו באקס
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 92
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:51 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
די פאוסטערס און עדווערטייזונג אליין איז א שטיק שקר!
ס'ווערט נישט דערמאנט א ווארט אז דאס איז וועגן צניעות, נאר אן אסיפה וועגן חינוך. עס קומען צו גיין תמימותדיגע מאמעס אדער יונגע ווייבלעך וואס טראגן שוין, מיינענדיג אז זיי גייען דא הערן אביסל נוצבארע עצות וויאזוי צו ערציען די קינדערלעך, און דערווייל פארדרייט מען זיי דעם קאפ מיט'ן סטראשענען און אנשרעקן.

- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
יעצט באקימען אין אישי
"מיין ווייב האט באגעגענט א רעבעצין ביי א חתונה, די רעבעצין איז די ווייב פון א רב וואס פרעדיגט 24\7 וועגען צניעות, פון זיינע דרשות זעט אויס ווי עפעס קוועטשט עם וועגען צניעות, עפעס א הינט איז דארט באגראבען אין די קישקעס פון דער רב,
אבער מיין ווייב האט מגלה געווען דער "הינט" און וואס עס קוועטשט עם עכט,
זיין ווייב די הייליגע רעבעצין זעט אויס ווי די מלכת המכשפות אליינס, א גרויסע שווארצע וואנצע באדעקט איר הייליג געזיכט, דיקע לאנגע אויגען ברעמען, באפינטעלט מיט אלע מיני צרעת, גראב ווי א הויז, די מערסט אלטע קליידער וואס מען קען נאר געפינען אין די מאזיאומ'ס, בקיצור א עקל פון א פרוי,
מיין ווייב קימט אהיים זאגט זי מיר "א ווינדער אז דער רב רעדט אזויפיל פון צניעות? זיין ווייב איז גראליג, דערפאר ווערט ער אנגעצינדען פון יעדע נקבה וואס גייט עם אדארעך ווייל פארט איז ער א "בן אדם", מילא צי באראהיגען זיינע מחשבות באשילדיגט ער אז אלע ערליכע אידישע פרויען זענען פרוצות"
און זיין ווייב? זי וויל דאך אז ער זאל נאר "טראכטען פון איר", מילא איז די איינציגסטע וועג צי באשרעקען אינזערע ווייבער אז זיי זענען פרוצות"
ווידער, דור עיקש ופתלתול