וואס פארדינט איך פון שרייבען אין קאווע שטיבעל?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

וואס פארדינט איך פון שרייבען אין קאווע שטיבעל?

שליחה דורך טיטאניק »

הערט א פחדימ'דיגער מעשה, בדידי הוה עובדא,
א נורא נוראותדיגע סטארי, ה' ירחם, איך בין צימישט און פארריקט, חלום מיט אפענע אויגען, איך דערקען מיר גארנישט
איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר אליינס!
הערט די מעשה,
ס'האט מיר אנגעשמעקט, ס'האט זיך מיר פארגליסט, און דער נער האט מיר געשטיפט (וועלכע?) און איך האב געלאנדעט אין דעם וועב זייטעל מיטען נאמען "קאווע שטיבעל"
קיינמאל נישט געוויסט אז איך קען אזויפיל צייט פארברענגען פאר הבל, גארנישט, נול, זירא, אפס, סתם שרייבען אן פארדינען עפעס דערויף
אבער פארט ציט עס, עפעס א יצר הרע ציט מיר אזוי (מיסטאם נישט יצר טוב, ווייל זיי זאגען אז ער ציט עפעס נישט, מאן ייאמר?) צי שרייבען און ליינען און קאמענטירען אין נאך שרייבען, אבער נאך אלץ ווייס איך נישט פארוואס? וואס שטיפט מיר? איך פארדין דאך דארנישט דערויף?
אבער די משעה גייט ווייטער! איך האב אנגעהויבען צי באקימען א נייע תאווה, רח"ל א תאווה פון "לייקס", א משוגעת, עפעס א דיבוק מיר באטראפען, איך, מיסטער איך, זאל באקימען א נייע גליסטעניש, צי עפעס וואס מען קען נישט אנטאפען, מען פארדינט נישט גארנישט דערויף, אבער פארט א צידרייטער תאווה פון א זאך וואס מען ריפט דא "לייקס",
פון צווייטען האנט גלייב איך נישט מיינע מדרגות, קיינמאל נישט געוויסט אז איך קען אזוי שנעל ווערען פאפילער, פון א שטילער איינגעמאכטער מענטש, ווערען אזוי פאפילער אז איך האלט שוין דערווייל, ווייניגער פון א חודש אנגעהויבען צי שרייבען תגובות דא, און שוין האלט איך ביי איבער 105 לייקס!
אין יש לו מנה רוצה מתאיים, און איי דאנט נאו ווי דאס גייט מיר נאך אריינשלעפען רח"ל.... היום אומר לו עשה כך ומחר עשה כך עד שילך רח"ל ויכתוב בעניני צניעות, ה"י!

איך האב מיר יעצט אוועקגעזעצט מאכען א חשבון הנפש,
1. וואס איז די זאך וואס מאכט מיר ציען אזוי צי שרייבען אויף קאווע שטיבעל?
2. וואס פארדין איך פון שרייבען אויף קאווע שטיבעל?
3. פארוואס ווער איך אזוי העפי פון די לייקס?
4. ווי גייט עס מיר נאך פירען?
5. אולי טי איך עפעס אויף מיט מיין געשרייבעכטץ?
6. איז כדי אז איך זאל אויפהערען?
7.
8.
9.
10.

מורי ורבותי געסט, אנשי שלומינו, באניצערס, שרים נכבדים מאלפים, ענפערט מיר גיטע תירוצים אויף מיינע פראגעס, וואס איז לכאורה זייער ניצלעך פאר אסאך באניצער און אויך צדיקים וואס ווילען ווערען ניקס דא, אבער האבען מורא,
הייבט אן צי ענפערען טעריצעם!!

ביי
דער חוצפעניאק און שייגעץ
טיטאניק'ל

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר