ליבשאפט צו דיין קינד

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

ליבשאפט צו דיין קינד

שליחה דורך הילל »

אין דעם אנגעווארעמטן גייסט פון דעם ליבליכן נשמה און פרידן-ליבהאבער נעלסאן מענדעלא, המכונה בלשון חיבה מאדיבא, זיכער פון די גרויסע חסידי אומות העולם בדורינו, דארף מען שרייבן עטליכע שורות. מען דארף טרייען צו האלטן אנגעצינדן דעם נר פון אהבה אויף דער וועלט, אוועקשטופן די ביטערע נעגאטיוויטי און אריינברענגען פאזיטיוויטי.

לאמיר נעמען איין ליבליך געדאנק, וואס איז אפשר פון די וויכטיגסטע יסודות וויאזוי צו פארשפרייטן ליבשאפט אויף די וועלט.

ליבשאפט הייבט זיך אן אין שטוב. אבער איידער מען קומט אן צו די פוינט פון אהבה בין איש לאשתו גייט יעדער מענטש ערשט דורך די פוינט פון קינדשאפט, פון ווען מען ווערט געבוירן ביז מען וואקסט אונטער, וואס דעמאלט שפירט מען צום ערשטן מאל וואס עס מיינט זיין פארבינדן און האבן קאנטאקט צו אנדערע מענטשן. די גאנץ ערשטע ברואים מיט וועמען א קינד קומט אין קאנטאקט די ערשטע יארן פון זיין לעבן און בלייבט בקשר מיט זיי אויף אייביג, זענען די עלטערן. ממילא איז קלאר אז לויט וויאזוי זיינע עלטערן פירן זיך אויף צו אים, לויט די מאס ליבשאפט און סעקיוריטי וואס א קינד שפירט, האט דאס א געוואלדיגע עפעקט אויף דעם קליינעם מענטש און דאס באגלייט אים זיין גאנץ לעבן. איז נאר שכל'דיג זיך נעמען די ערשטע צו דעם חלק, ווייל אויב וועט יעדע קינד אויפוואקסן מיט גענוג ליבשאפט, וועט ער געווענליך ווייטער ציען דעם קייט און איבערגיסן די ליבשאפט צו זיינע קינדער, און אזוי קען אויפוואקסן א דור פון ליבשאפט, פון פרידן, פון שלום.

א פיצל קינד דארף ליבשאפט, ליבשאפט און נאכאמאל ליבשאפט. ער שפירט באליבט ווען די מאמע שמייכלט צו אים, ער פילט ליבשאפט ווען די מאמע קוקט אים אין די אויגן, ער שפירט לאוו ווען די מאמע האלט אים און קוועטשט אים און האלזט אים און קושט אים. ער דארף אויך א געפיל פון סעקיוריטי, און ער שפירט זיך פארזיכערט ווען די מאמע געפינט זיך כסדר לעבן אים און רעאגירט שטענדיג צו זיינע פארלאנגען און באדערפענישן. יענע מאמענטן זענען דער יסוד פון דעם קינד און יעדער מענטש דארף דאס ממש ווי לופט צום אטעמען. עס איז ממש די עסן פאר זיין פסיכאלאגישע גייסט.

אבער דאס ענדיגט זיך נישט ביי פיצלעך קינדער. אויך גרויסע קינדער (און עס איז נישט קיין סוד אז אפילו גרויסע מענטשן...) דארפן אסאך ליבשאפט און אסאך עטענשאן. אויב מען שפילט מיט א קינד, מען געט אים כסדר דעם ליבליכן שמייכל, דעם ליבליכן גלעט, דעם קאמפלימענט אויף זיינע מעלות, דאס אלעס מאכט אים שפירן מער ווי יעדע מתנה וואס קענסט אים געבן אין לעבן. ער שפירט זיך ווי א מיליאן דאלאר. עס וועט אים בלייבן אין די ביינער און וועט אים האלטן צוגעבינדן ווי א מאגנעט צו דיר. וויאזוי זאל ער אמאל וועלן אדער קענען זיך אפרייסן פון דעם אזוי ליבליכן געפיל? מען דארף זיכער מאכן עס צו טון ווי אפטער, אז עס זאל זיך אויפבויען דער געפיל און דער אינטימער קשר.

אט איז א ביישפיל פון וואס איך פרוביר צו טון כאטש איין מאל א וואך: איך נעם מיין קינד, צי ער איז פיר יאר צי אכט יאר צי צוועלף יאר, איך נעם אים אויף מיין שויס. איך האלט אים ארומגענומען. איך דרוק אים צו צו מיר ביידע הענט. איך קוק אים אריין אין די אויגן, אן קיין ווערטער. איך האב דערביי אויסגעגאסן אויפ'ן פנים א צוגעלאזענע, ליבליכע און ווארעמע שמייכל. דערנאך געב איך אים אן איידעלע קוש. און איך זאג אים: איך האב דיך אזוי שטארק ליב! איך געב אים נאך א שטערקערן קוש, און זאג נאכאמאל: יוי, איך האב דיך אזוי שטארק ליב!

סתם איך האב דיך ליב ווייל איך האב דיך ליב. אן קיין פארוואס, אן קיין פארווען. " יאנקי, דו ווייסט ווי שטארק טאטי האט דיך ליב? יא, זיסקייט, דו ווייסט? דו ווייסט ווי שטארק? איך מיין דו ווייסט אפילו נישט ווי שטארק!" די יונגערע בלייבן ליגן צוגענאגלט און אטעמען אריין די ליבשאפט. ווען מען איז שוין אביסל עלטער קען מען זיך שוין אפילו אמאל אביסל אוועקדרייען, אבער מען האגט אים ווייטער ביז ער רייסט זיך שוין ארויס און לויפט אוועק מיט אן אינערליכן שמייכל וואס איז אים אוממעגליך צו באהאלטן. דער מעסעדזש קומט זיכער אן וואו עס דארף און ער האט ב"ה באקומען א ריפיל פון זיין נויטיגע דאזע ליבשאפט.

און וויבאלד איך בין שוין ב"ה געקומען צום אנערקענונג אז מיר מענטשען זענען אלע זייער ענליך איינער צום אנדערן, מיט זייער ענליכע געפילן, כאראקטערן און אויך משוגעת'ן, קען איך זיך פארשטעלן וואס טייל מענטשן קענען טראכטן. וועל איך דיר מגלה סוד זיין אז אויב האסט מורא אז אזא אקט וועט זיך שפירן מאדנע, מעגסטו וויסן אז איך האב אויך געשפירט מאדנע די ערשטע פאר מאל... עס איז בכלל נישט קיין בושה.

אלס איינער וואס האט גראדע געהאט אלס קינד א פיינעם טאטן, בין איך אבער דאך נישט אויפגעוואקסן מיט אזא סארט אפענע ליבשאפט, און קיין קוש אדער האג האב איך קיינמאל באקומען, אזוי ווי רוב פון דעם פאריגן דור (וואס ווי באקאנט איז דאס אמאל געווען דער סדר העולם, און ביז נישט לאנג צוריק האבן די פסיכאלאגן גאר געפרעדיגט אז עס איז בעסער 'נישט' צו ווייזן ליבשאפט פאר קינדער, נאר דאס איז א שמועס פאר זיך. עס איז נאך ביי גענוג מענטשן געבליבן ביז היינט אויך, ווי למשל טאקע דער היראו מענדעלא וואס זיין טאכטער דערציילט אז ער האט נישט געקענט ארויסווייזן לאוו און זיך נישט געקענט ברענגען צו זאגן איי לאוו יו, כאטש זיין גרויסע ליבשאפט צו די מענטשהייט און זיכער זיינע קינדער, נאר אלס פרי פון וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן אין דער אפריקאנער קולטור.), איז אזוי ווי אסאך מענטשן איז דאס מיר נישט געקומען צו טון נאטורליך. אבער מיין שכל האט מיר עס געהייסן טון, איך האב פארשטאנען אז דאס איז זייער גוט פאר מיינע קינדער און אפילו פאר מיר אליין, און גלייבט מיר, עס שפירט אזוי גוט אז עס לאזט זיך נישט זאגן. ווען עס ווערט א רוטין, שפירט מען בחוש ווי דאס עמאציאנאלע קשר מיט'ן קינד בויעט זיך אויף גאר אן אנדער לעוועל און עס ווערט א ריכטיגער אינערליכער באנד צווישן טאטן און קינד.

אזא מנהג העלפט אויך דעם טאטן זיין מער נאנט, מער מענטשליך, און מער פעיר מיט'ן קינד. יעדער ווייסט אז דער מענטש ווערט עפעקטירט פון דעם וואס ער טוט למעשה, מען פאפט אזוי לאנג ביז מען ווערט באמת, און אדם נפעל כפי פעולותיו, ממילא אויב מען פירט זיך מיט'ן קינד אויף גאר א ליבליכן אינטימען לעוול, אפילו נאר עטליכע מאל אין חודש, וועט עס באמת אנהייבן אריינברענגען נענטערע געפילן פון ביידע צדדים. דאס ברענגט אויך צו אנהייבן זיין מער באלאנסירט און אים נישט אוועקשטופן אדער סתם באליידיגן אפי' אין א גערעגטע מאמענט. און אוודאי טוט אזא נאנטשאפט אויך טוישן די גאנצע עטיטוד פון דעם קינד אויף א פאזיטיוון אופן. אין די רגע וואס ער שפירט זיך באליבט פון די עלטערן, אויב ער שפירט זיך באמת לאווד, איז ער נישט רעבעליעס, ער וועט אסאך ענדערש פאלגן וואס מען זאגט אים, ווייל קודם האט ער די יסוד געפיל אין זיין קאפ אז דו האסט אים ליב און מיינסט זיין גוטס. אויב וויל ער עפעס אנדערש ווי דו, וועט ער אנשטאט סתם איגנארירן אדער זיין גערעגט, וועט ער דיר טרייען מסביר זיין וואס ער וויל און פארוואס ער וויל, און דו וועסט אים קענען מסביר זיין פארוואס דו ווילסט אנדערש. ער וועט וויסן אז דו האסט אן אפן אויער אויסצוהערן זיינע געפילן און פארלאנגען און דו פארשטייסט אים. (אפילו דאס איז שוין א באזונדערע טאפיק, פון אויסהערן דעם קינד און זיכער מאכן ווען נאר מעגליך אז ער 'פארשטייט' לויט זיין לעוול וואס דו ווילסט און פארוואס דו ווילסט. נישט סתם שיסן באפעלן א גאנצן טאג און איגנארירן וואס ער זאגט. נאר קלאר אויסהערן זיין זייט און דערנאך רעאגירן אויף וואס ער זאגט. ער וויל שפירן אז דו האסט אים 'פארשטאנען'. דערנאך קענסטו מסביר זיין פארקערט. דאס געט אים די ריכטיגע טולס צו קענען טראכטן גראד און העלפט אים אויפוואקסן פיל געזונטער און באלאנסירט. אבער דא רעדן מיר ערשט פון סעיף א': ליבשאפט און נאכאמאל ליבשאפט.)

עס איז א זה נהנה וזה נהנה, דו וועסט שפירן א נאנטשאפט מיט'ן קינד און ער וועט דיך ענדערש אויסהערן און פאלגן, אבער דאס איז נאר די שארט-טוירם בענעפיט. די עיקר מעלה איז אז דאס קינד וואקסט אויף געזונט, מיט א געזונטן גייסט, ער שפירט אז ער איז באליבט ביי די עלטערן, וואס איז די פשוט'סטע געברויך פאר א מענטשליכע סאציאלע גייסט. אז דער פונדאמענט פון מענטש איז פעסט, קען מען דערנאך בויען א גרויסן שטארקן בנין.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

ניין, דאס איז נישט קיין בעיבישע זאך אפילו פאר דעם גרויסן חכם. עס איז די קלוגסטע שריט, סיי אלס די געוואלדיגע פאזיטיווע קאנסעקווענצן און סיי טאקע ווייל עס איז די מערסט מענטשליכע זאך וואס א יומען ביאינג קען טון.

אין א תקופה ווען מאשינען קענען טון אזויפיל זאכן פונקט ווי דעם מענטש. מיין הארד דרייוו אנטהאלט טויזנט מאל מער אינפארמאציע ווי דער מוח פון דעם גרעסטן ידען, דער קאמפיוטער קען מאכן מיליאן מאל שנעלערע קאלקולאציעס ווי דעם גרעסטן מאטעמאטישן און ער געווינט קעגן דעם גרעסטן שאך שפילער, און בקרוב וועלן קאמפיוטערס, ראבאטן און מאשינען קענען טון ממש יעדע זאך פיל בעסער ווי דעם קלוגסטן און שטערקסטן מענטש אין דער וועלט, איז וויאזוי וועלן מיר וויסן אז א מאשין איז נישט קאנטשעס? וויאזוי וועלן מיר וויסן אז א מענטש איז יא קאנטשעס? עס איז נאר דא איין זאך, איין סימן: ווען עס הייבט אן שפילן! אין סתם שפילן ליגט די העכסטע אויסדרוק פון דעם מענטשנ'ס ספיריט. דאס טון קינדישע, ציללאזע זאכן, סתם פאר די פאן. זיך נאריש מאכן סתם לשם זיך צו נאריש מאכן. שמייכלען, וויצלען, שפילן און ארומטאנצן, דאס זענען די בעסטע סימנים פון מענטשליכע אינטעלידזשענס. און ארומהאלזן א קינד, שמייכלען און שפילן מיט אים, ארויסווייזן ליבשאפט, דאס איז א ריכטיגער מענטש! א מענטש במילואו!

און דאס האב איך געטראכט דעם לעצטן שבת נאכמיטאג ווען איך האב, כמנהגי מדי שבוע בשבוע, געשפילט מיט מיינע זיסע קינדערלעך אויף דער ערד. איך האב זיי פארציילט א מעשה'לע, איך האב געהייסן יעדן דערציילן זייערע אינטערעסאנטע עפיזאדן פון יענע וואך אין חדר און סקול און זיי אויסגעהערט מיט אינטערעסע און געטיילט איבערגעטריבענע קאמפלימענטן רעכטס און לינקס, איך האב געזונגען מיט זיי ניגונים, איך האב געשפילט מיט זייט שוטס-ענד-לעטערס, איך האב ארויסגעלייגט מיין הענט און זיי האבן עס פרובירט געבן א פאטש בשעת איך האב עס שנעל אוועקגעכאפט, איך האב געמאכט דזשאוקס, איך האב זיי געקיצלט און זיי האבן מיך געקיצלט. און וואס האב איך געשפירט? איך האב געשפירט מעין עולם הבא!

אמת, די צייטונגען און ביכער זענען געליגן אויפ'ן בעט און איך האב שטארק געבענקט נאך זיי. עס האט מיך געצויגן צו גיין ליינען א געוויסן בוך וואס איז אפשר אויך כמעט מעין עולם הבא, אבער ווען מיינע באליבטע קינדער זענען געזיצן לעבן מיר, מיך געשלעפט און ארומגעהאלזט, געטאנצן אויף מיר און געלאכט הויך ביז'ן דאך, יענע פשוט'סטע מענטשליכע פרייליכע געפילן האבן געברענגט א פיל גרעסערע הנאה און האבן באזיצן אן אמת'ע חשיבות, מער ווי סיי וועלכע אנדערע זאך. עס האט מיך געמאכט שפירן ווי איבערגעפילט מיט די פשוט'ס אינגרידיענטס פון יומעניטי, עס האט מיך געמאכט שפירן ווי א ריכטיגער בן אדם, עס האט מיך געמאכט שפירן ווי אן אמת'ע טאטע! עס איז געווען מער ווערט ווי יעדע ידיעה און חכמה, וואס איז א חכמה ואינה מלאכה. וויסן א חכמה קען אויך א קאמפיוטער, באזיצן אינפארמאציע קען אויך גוגל; שפילן קענען זיי נישט! לאכן צו זייערע קינדער קענען זיי נישט!

ווען מיר ליגן אויפ'ן קראנקען בעט אין די לעצטע מינוטן פון לעבן, האט מען נישט קיין חרטה פאר'ן נישט האבן אויסגעליינט נאך צען ביכער, מען האט אויך נישט קיין געפיל פון זעלבסט-צופרידנקייט אז מען האט אריינגעכאפט צו לערנען נאך א סעמעסטער אין קאלעדזש, אבער מען האט יא חרטה אז מען האט נישט פארברענגט מער צייט מיט די באליבטע, עס באדערט יא אז מען האט נישט מער צייט און געפיל אוועקגעגעבן פאר די משפחה, און מען האט יא שולד-געפילן אז מען האט נישט ארויסגעוויזן און געגעבן מער ליבשאפט פאר די באליבטע. מען וויל דעמאלט נאר יעדע מינוט פארברענגען מיט די מענטשן וואס זענען נאנט צום הארץ, מען חלש'ט צו זען זייער שמייכל, און נאר פון זיי וויל מען זיך אזוי שטארק נישט געזעגענען... דעמאלט איז דער ריכטיגער מעסטער פון וואס עס איז באמת וויכטיג און וואס עס האט אן אמת'ע חשיבות אויף דער וועלט.

יעצט ווען מיר זענען נאך יונג דארפן מיר אנהייבן די רייזע צו יענע לעצטע מינוטן. געבן ליבשאפט און ליבשאפט און נאכאמאל ליבשאפט פאר אונזערע טייערע נשמות. אזוי קענען מיר זוכה זיין צו באשאפן א וועלט פון ליבשאפט. עס הייבט זיך אן מיט בעיבי-סטעפס. עס הייבט זיך אן ביי מיר און ביי דיר. מיט א ליבליכן טאטן, מיט א באליבטע קינד.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

הלל
זייער גוט ארויסגעברענגט ענד טו די פוינט,

איך בין אויך איבערצייט אז דאס אאיז א לעבנס וויכטיגע זאך,
אבער מיט איין זאך בין איך מחולק מיט דיר, אויב איז עס לעבנס וויכטיג דעמאלט איז עס אמאל אויך געווען עס איז נישט א נייע זאך
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הלל האסט מיר זייער אינספייערט ממש ביז למעשה און איך האב ארויסגעוויזן אפן ליבשאפט צו מיינע קינדער נעכטן, אזש ס'איז געגאנגען א רויך...
יישר כח פאר די התעוררות!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אמת ויציב, דאס איז די ריכטיגע דרך, און די תיקון וואס איז נשחת געווארן דורך די פארשטינקענע חינוך פון די אלטע דור נאכן קריג
איך האף צוגיין אין דעם דרך, און מרבה זיין שלום אין שטוב אין גאס אין איבעראל ווי ס'דרייען זיך ליבע יודען מיט דעם שאיפה
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער שיין [tag]הילל[/tag], יישר כח!
מיין פראגע איז נאר, אויב דו זאגסט יא אזוי גוט, פארוואס לאזטו דיך נישט מער הערן?

יאנטעף האט געשריבן:געהערט א גוט ווארט אויף די וואכעדיגע פרשה. עס שטייט "שיכל את ידיו כי מנשה הבכור", יעקב אבינו האט אויסגעדרייט זיינע הענט צו בענטשן אפרים מיט זיין רעכטן האנט. שטעלט זיך שוין די קושיא פארוואס האט ער נישט געקענט פשוט ארומדרייען די קינדער? איז דער תירוץ, אז יעקב האט געהאט א פראבלעם מיט די קינדער, אז איין קינד איז נישט פונקטליך ווי אזוי ער וואלט געוואלט, נעמט מען זיך נישט דרייען מיט די קינדער. דאס קינד בלייבט דיין באליבט קינד און לאז אים לעבן זיין לעבן, העכסטענס קענסטו זיך אליין ארומדרייען!

אין פסוק שטייט "וישק להם ויחבק להם", דער ספורנו זאגט אז מיט דעם וואס יעקב האט זיי געקושט און ארום גענומען איז ער געווארן נאנט מיט זיי און אזוי וועט חל זיין די ברכה. וכן הוא לענינינו, אז מען קושט און מען געבט ליבשאפט פארן קינד איז דא וואו די ברכה זאל חל זיין.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

הלל זאגסט דאך אזוי גיט! און נאך מער אז מען ווייזט אזוי ארויס ליבשאפט מיטן גאנצן הארץ דארפסטו שוין נישט אזויפיל וואטשן ביי די אנדערע זאכן ווי למשל ווען דו דארפסט ווייזן דיסעפלין פאר דיינע קינדער אבער האסט מורא אז די מעסעדז וואס דאס קינד באקימט איז נישט אזוי גיט אבער טאמער ער באקימט ליבשאפט פארגידיגט זיך אלעס

די כלל איז ליבשאפט איז געז פאר די נפש!!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

zurich האט געשריבן:
די כלל איז ליבשאפט איז געז פאר די נפש!!

מקור?
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:
די כלל איז ליבשאפט איז געז פאר די נפש!!

מקור?

חצר הקודש
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

העלא האט געשריבן:הלל
זייער גוט ארויסגעברענגט ענד טו די פוינט,

איך בין אויך איבערצייט אז דאס אאיז א לעבנס וויכטיגע זאך,
אבער מיט איין זאך בין איך מחולק מיט דיר, אויב איז עס לעבנס וויכטיג דעמאלט איז עס אמאל אויך געווען עס איז נישט א נייע זאך


זיכער איז איז עס נישט קיין נייע זאך און זיכער איז עס אמאל אויך וויכטיג געווען, איך האב נאר געזאגט אז נישט אזוי לאנג צוריק האט די פסיכאלאגישע וועלט "געמיינט" אז עס איז נישט וויכטיג, זיי האבן נישט געוואוסט ווי שטארק א קינד מוז דאס האבן, און זיי האבן נאך געהאלטן פארקערט אז מען דארף נישט ארויסווייזן ליבשאפט.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

שמעקעדיג האט געשריבן:הלל האסט מיר זייער אינספייערט ממש ביז למעשה און איך האב ארויסגעוויזן אפן ליבשאפט צו מיינע קינדער נעכטן, אזש ס'איז געגאנגען א רויך...
יישר כח פאר די התעוררות!


און יישר כח דיר פאר'ן מאכן א בעסערע וועלט!
איך האב עס אראפגעשריבן טאקע כדי צו אינספייערן, סיי יענעם און סיי זיך אליין. צו געבן חיזוק אז איך זאל געדענקען עס צו טון. ווי שטארק מען ווייסט און מען איז איבערצייגט אין די וויכטיקייט דערפון קומט אן דער טעגליכער לעבן מיט אלע זיינע דאגות און פראבלעמען און מען פארגעסט פון די וויכטיגסטע זאך אויף די וועלט. ממילא דארף מען פשוט האבן עפעס וואס זאל דערמאנען אז דיין קינד איז שוין due פאר נאך א דאזע ליבשאפט.
לאמיר זיך נישט פאפן, במשך די גאנצע ביזי וואך איז געווענליך די איינציגסטע שייכות פון טאטעס מיט זייערע קינדער ווען זיי טוען עפעס "נעגאטיוו" ("מוישי, מאמי זאגט מיר אז דו האסט היינט געשלאגן יאנקי", "יאנקי, פארוואס האסטו שוין ווייטער אויסגעגאסן", "געצי, וואס ביסטו געווארן אזא בעיבי", א.א.וו), דעריבער מוז מען זיך בכח דערמאנען אז מען דארף אריינשטופן עפעס ליבשאפט אויך.
אמת, זיי זענען דיינע ביאלאגישע קינדער און דאס ברענגט ליבשאפט, אבער אויב גייט דורך וואך נאך וואך און זייער איינציגסטע שייכות מיט דיר איז קריטיק, אנשרייען, שטרענגע אויגן, און נאכאמאל קריטיק (און אפשר א פראסק אינמיטן אויך), קען זיך איינעסן אנדערע סארט געפילן וואס קעמפן אין זיין קאפ קעגן די נאטורליכע ליבשאפט. אין ערנסטערע פעלער קען עס אים ברענגען צו האבן אזעלכע פייגלעך פון "הלוואי וואלט איך געבוירן צו א אנדערע משפחה" אדער "וויאזוי קען איך אנטלויפן פון דעם גיהנם". ווי ווייט קען שוין אזא קשר גיין, און ווי שטארק קענסטו באוויינען דיין טויטן חברותאשאפט ווען ער וואקסט אונטער און ווי שטארק קענסטו ליידן אין די יארן ווען קענסט שוין קיין פראסק נישט געבן און ער צוקראצט זיך גאנץ ווייניג פון דיין קריטיק צו וועלכע ער איז שוין אזוי צוגעוואוינט.
ממילא דארף מען אייביג זיכער מאכן צו געדנקען צו באלאנסירן די קריטיק און שטרענגע אויגן מיט קאמפלימענטן און ליבליכע אויגן. יעדע פראסק מוז באצאלט ווערן מיט צען ווארעמע מאמענטן און קושעס. אויב האסט נישט קיין צייט אדער געדולד זיך נאריש צו מאכן מיט זיי און געבן קאמפלימענטן, מוזטו אויך איינהאלטן דיינע קריטיק. אויב ביסט נישט פון די טייפ וואס קען געבן א קוש, דעמאלט זיי מיר מוחל אבער קענסט אויך נישט טיילן קיין פראסקעס.
מ'קען טאקע נישט ערווארטן יעדע מינוט צו נאר ווייזן ליבשאפט, ווייל ביי רוב מענטשן גייט עס אין מציאות נישט ארבעטן, זיי גייען פארגעסן, זיי גייען ווערן ביזי, זיי האבן גרעסערע דאגות אויפ'ן מינוט, און זיי גייען ווערן נערוועז. אבער מאך דיר א מענטל נאוט און קריץ דיר אריין אין זכרון אז דו מוזט כסדר געבן קאמפלימענטן און סתם רעדן צו זיי מיט א ליבליכע מוטערליכע שפראך. כאטש יעדע שבת מאך דיר א רגילות צו פארברענגען מיט זיי קוואליטי צייט כאטשיג א האלבע שעה, צו באצאלן פאר די אפוועזנהייט און נערוועזקייט און דיסטענץ פון א גאנצע וואך. פרינט ארויס דעם פריערדיגן ארטיקל, און ליין דאס איבער יעדע וואך, דאס וועט דיר העלפן זיך דערמאנען.
קומסט אהיים אין צייט פון סאפער, געב א קוק אויף דיין קינד, פרעג אים עפעס, ואוס האט ער געטון אין חדר, מיט וואס האט ער געשפילט, עניטינג, און געב אים א גוטן קאמפלימענט און הייב אים אויף ביז'ן דאך מיט א ליבליך פנים און זאג "אוי, האב איך דיך ליב, צדיק'ל", אדער אויב ער איז שוין עלטער, זיץ סתם לעבן אים און נעם אים ארום ווי א חבר ביים האלז און קוק אויף אים מיט אינטערעסע. ער וועט זיך אפשר די ערשטע מאל ווינדערן וואס דו ווילסט, אבער ער וועט זען דיין ליבליך פנים וועט ער אלעס פארשטיין. "וואס איז, טאטי?" אנשטאט ענטפערן, לייג דיין האנט ארום אים ביים רוקן ווי א חבר און געב אים א דרוק צו צו דיר, ער וועט שוין אלעס פארשטיין. און זיין פנים וועט שיינען ווי קיינמאל פריער.
ליבשאפט, ליבשאפט און נאכאמאל ליבשאפט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הילל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

ברסלבער האט געשריבן:זייער שיין [tag]הילל[/tag], יישר כח!
מיין פראגע איז נאר, אויב דו זאגסט יא אזוי גוט, פארוואס לאזטו דיך נישט מער הערן?

איך האב ליב צו זען פאזיטיוו און נישט נעגאטיוו. נעגאטיווע שמועסן און האקן אויף זיך און אויף יענעם שטופן מיך אוועק. צו שרייבן און טון פאזיטיוו, עפעס אויפטון אויף די וועלט, אדרבא ואדרבא.
אויב איך וועל זען אז איך טו עפעס אויף מיט מיינע ווערטער און עס איז נישט סתם געשריבן, אזוי ווי דער "שמעקעדיג" האט געטון, וועל איך דעפינעטלי שרייבן מער.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ישר כח הילל האסט מיר דערווארעמט דאס הארץ.
א נקודה למחשבה, דו שרייבסט אז אפילו עלטערע, 12 13 יעריגע דארפן דאס אויך, און שפעטער שרייבסטו "כ' האב זיי געגעבן איבערגעטריבענע ליבשאפט און קאמפלימענטן." איך מיין אז ס'איז טאקע גאר וויכטיג צו געבן שטארקע ליבשאפט אפילו פאר ערוואקסענע, אבער דאן, שוין מיט מער שכל, נישט איבערגעטריבן. דהיינו: זאג אים נישט אז דער בילד וואס ער האט געמאלן וואלט מען געדארפט אויפהענגען. אינעם ווייט האוז ! ווייל ער וועט דאס אנקוקן ווי סתם איבערגעטריבענע חנופה . ס'האט נישט דעם ריכטיגן אפקלאנג פון ליבשאפט. ענדערש לייג דיך אריין אינעם בילד זאג אים די גוטע שטריכן מיט אן אמת'ן בליק ווי אויך דארט ווי ס'איז נישט אזוי גוט, מיט חכמה און סבלנות. דאן וועט דאס קינד אנערקענען אף דו מיינסט באמת זיין גוטס, און דו דרייסט דיך נישט ארויס מיט עפעס אן אווער די קאונטער קאמפלימענט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

יא, מאטי, ביסט קלאר גערעכט. איך האב נישט געמיינט צו זאגן מיט איבערגעטריבענע קאמפלימענטן אז זיי זאלן קלינגען איבערגעטריבן אין די קינדער'ס אויערן, נאר אין מיינע אויגן. אויב זאגט מען סתם נארישע גוזמאות איז עס נישט גוט, און דאס קינד נעמט עס נישט אן, עס דארף זיין גענוג גוט אז דאס קינד זאל עס קענען אננעמען. (באמת איז דאס אליין אויך א שמועס, אז קאמפלימענטן פאר אנדערע מענטשן , אפילו זיי זענען איבערגעטריבן, זענען די מענטשן גענוג בייעסד צו זיך אז זיי קענען עס אננעמען מיט אן אמת. למשל, אפילו דו קענסט זאגן כמעט יעדעס מאל ווי גוט די עסן איז, כאטש זי קען טראכטן קאמען סענס אז נישט אייביג קען עס זיין אזוי אזוי גוט, אבער דאך וועט זי עס רוב מאל אננעמען (אויב זאגט מען עס גענוג גוט). אזוי אויך ווען יעדער זאגט ווי גוט דו האסט געדאוונט פאר'ן עמוד, אפילו דו ווייסט וויפיל מאל דו קענסט זאגן פאר א צווייטן דעם זעלבן קאמפלימענט און בכלל נישט האלטן אזוי אין הארץ, וועסטו אננעמען דעם קאמפלימענט. אפילו אויב אמאל האט מען א חשש אז יענער זאגט עס סתם, אבער אויב האט מען א וועג צו קלערן אז יענער האט יא געמיינט ערנסט ציט דאס הארץ צו אננעמען אז אפשר דאך האט ער עס געמיינט ערנסט און ער האלט טאקע אזוי שטארק פון מיין XYZ. דאס איז בלויז א ראיה ווי שטארק דער מין האנושי דארף דאס האבן, און כל שכן וכל שכן קינדער. עס בויעט זיי אויף.) למשל, ווען מיין קליינער געצי ווייזט מיר וואס ער האט קאלירט, קען איך זאגן "זאג מיר עכט, דו האסט עס אליין געקאלערט אדער רחל'ע (די גרעסערע שוועסטער) האט דיר געהאלפן?" און געצי שיינט פאר שמחה און טענה'ט זיך עטליכע מאל הין און צוריק אז קיינער האט אים עכט נישט געהאלפן נאר ער האט עס אליין געמאכט, וכדומה.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

איך האב אמאהל געדאווענט אין א שוהל ווי בעל תפילה איז צו געגאנגען צו קבלת שבת. ער איז א חשובע קלוג און א געזעסענער מענטש. אבער זיין דאווענען? אוי עס איז געוועהן געפערליך. האב איך געפרעגט איינער פון די מתפללים וואס איז פשטו אז ער גייט צו צום עמוד שבת? ענטפערט ער מיר, אז ער איז א בן יחיד און זיין טאטע מאמע פלעגן אים אלע מאהל לויבן ווי שיין ער זינגט ביז ער האט נעבעך איינגעזעהן (אויף אייביג) אז ער זינגט שיין.
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

נו, זעסטו כאטש די גוטע רעזולטאטן פון עלטערן וואס לויבן זייער קינד... זאגסט אליין אז ער איז למעשה א "חשוב'ער, קלוגער און באזעסענער מענטש". און קוק, ער האט דעם חסרון פון א נישט שיינע שטימע און ניטאמאל שטערט אים עס אין לעבן און ער איז גענוג קאנפידענט צוצוגיין צום עמוד... זיכער בעסער ווי זיין חבר וואס האט א נארמאלע שיינע שטימע, אבער זיין קאנפידענץ איז צעשאסן אטו ער שעמט זיך נעבעך צוצוגיין צום עמוד און אויפהייבן דעם קול!
יעצט אלס עדאלט מעג שוין אבער איינער פון די מתפללים לאזן הערן יענעם בן יחיד, פארשטייט זיך אויף א סענסיטיוון אופן, אז אפשר איז געראטן ער זאל ענדערש לאזן דעם עמוד פאר אנדערע.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

go ahead :) :)
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

מיר האט אמאל אנגעפרעגט א פאטער מיט וועמען איך האב זיך מטפל געווען איבער זיין'ס א קינד'ס שוועריגקייטען אין לערנען, און כולם פה אחד האבען גע'טענה'ט אז דאס קינד ברויך מער ליבשאפט בכדי זיך צו האלטען אריינגעטון אין לערנען און נישט דאס פארקערטע

פרעגט מיר דער פאטער:
וויאזוי קען איך ארויס ווייזען ליבשאפט קירבות און מיטגעפיל צו מיין זון בזמן וואס כ'האב דאס ניש געקריגען פון מיין פאטער צוליב וואס ער איז געווען א קריג'ס געליטענער און איז היבש קראנק געווען אוןיונג נפטר געווארען אזוי ארום בין איך אינגאנצען ניש געוואוינט צו די סארט מושגים

איך זעה דאך רעב הילל לערנט דא מיט'ן ציבור על רגל אחת כל התורה כולה אפשר האסטו א נייצע פאר דעם צובראכענער פאטער?


הילל האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:זייער שיין [tag]הילל[/tag], יישר כח!
מיין פראגע איז נאר, אויב דו זאגסט יא אזוי גוט, פארוואס לאזטו דיך נישט מער הערן?


אויב איך וועל זען אז איך טו עפעס אויף מיט מיינע ווערטער און עס איז נישט סתם געשריבן, אזוי ווי דער "שמעקעדיג" האט געטון, וועל איך דעפינעטלי שרייבן מער.


דעפינטלי טוסטו אויף עד אין שיעור אפילו פאר די וואס זענען נאכניש געקומען לדרגת [tag]שמעקעדיג[/tag] צו פראקטאצירען למעשה דיינע הוראות, אבער דאס עצם אריינעמען אין געדאנק פירותיך המתוקים טוט שוין פארשענערען און פארבעסערען דעם בריאה שיצר הבורא ב''ה להנות בהם בני אדם
.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

מיין שטודיע זאגט מיר, אז די דורות פארן זיג זאג, אמאל איז דער זיידע א עקסטרימער דער זון מיטל מעסיג דער אייניקל גארנישט.. און אמאל דער איר אייניקל אזוי, און בערך אזוי זעט מען אסאך מאל אין מצבי הדורות, ס'גייט ארויף ארויף, און נאכער גאר אראפ, און די פערטע דור איז צוריק ארויף ארויף.
לענינינו, וויבאלד דער טאטע איז אקסטרים ווערן צומאל די קינדער צו אייניקלעך דאס פארקערטע, והדבר חוזר חלילה.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:מיר האט אמאל אנגעפרעגט א פאטער מיט וועמען איך האב זיך מטפל געווען איבער זיין'ס א קינד'ס שוועריגקייטען אין לערנען, און כולם פה אחד האבען גע'טענה'ט אז דאס קינד ברויך מער ליבשאפט בכדי זיך צו האלטען אריינגעטון אין לערנען און נישט דאס פארקערטע
פרעגט מיר דער פאטער: וויאזוי קען איך ארויס ווייזען ליבשאפט קירבות און מיטגעפיל צו מיין זון בזמן וואס כ'האב דאס ניש געקריגען פון מיין פאטער צוליב וואס ער איז געווען א קריג'ס געליטענער און איז היבש קראנק געווען אוןיונג נפטר געווארען אזוי ארום בין איך אינגאנצען ניש געוואוינט צו די סארט מושגים.


קודם וואלט מען געמעגט קלאר מאכן אז נישט נאר קריגס-געליטענע עלטערן זענען געווען נערוועז און נישט געגעבן קיין לאוו, נאר גאר אסאך מענטשן פון דעם פריערדיגן דור זענען בכלל געווען פון יענעם סארט און די וועלט האט בכלל נישט געפאקוסט דערויף.
דאס נישט באקומען ליבשאפט קען טאקע זיין א פראבלעם, ווייל אויב מען האט נישט געהאט קיין גוטע זיסע ליבליכע קינדער יארן, וויאזוי זאל מען קענען געבן ליבשאפט פאר די אייגענע קינדער. אבער דער אמת איז אז יעדער קען זיך אויפבויען אליין. מען מוז נישט ווייטער ציען די זויעריגע קייט. ריסוירטש ווייזט אז מיר קענען וואקסן אינעווייניג צו ליב האבן זיך אליין און יענעם.
עס הייבט זיך אן מיט ליב האבן זיך אליין, ווייל די פראבלעם פון א מענטש וואס איז נישט אויפגעוואקסן מיט ליבשאפט און קיינער האט אים דאס קיינמאל נישט ארויסגעוויזן, אז ער אליין ווייסט נישט וויאזוי זיך צו עפענען און "אננעמען" ליבשאפט. ער ווייסט נישט וויאזוי מען עסט דאס.
אבער איינמאל מען ווייסט שוין און מען רילייזד אז מען האט דעם פראבלעם, איז שוין גוט און מען דארף פרובירן ארבעטן זיך קודם צו עפענען צו זיך אליין. זיך באקענען מיט די אייגענע געפילן, בעסער אפילו זיי אראפצושרייבן און זיי גוט באטראכטן, אנערקענען וואס עס מאכט דיך פילן א געוויסע געפיל און וויאזוי דו דיעלסט דערמיט. איינמאל דו האסט זיך אליין בעסער ליב, קען מען זיך שוין ענדערש ערלויבן צו לאזן יענער זאל דיך ליב האבן. מען דארף אנהייבן שטייט, טראסטן א צווייטן מענטש, נישט אייביג חושד זיין יענעם און טראכטן אז יענער מיינט דאס אדער יענס, נאכדעם ווועט מען זיך טאקע איבערצייגן אז רוב מענטשן זענען גוטע און זיי זענען ווערד דיין טראסט. מען עפנט זיך אויף צוביסלעך און מען לאזט זיך מער און מער אריינפאלן אין יענעמ'ס האנט.
יעצט צו ליב האבן די קינדער איז א גוטע עצה פשוט אנצוהייבן, טו וויפיל דו קענסט. געב אים א קוש דא און דארט, אויב קענסט נישט, געב אים כאטש א ליבליכן קניפ אין בעקל, שפיל א געים מיט אים, געב קאמפלימענטן, רוף אים כסדר אלס "זיסע אינגעלע", "מיין צדיק'ל" און אנדערע לשונות של חיבה. מען מוז אפילו נישט שפירן עפעס אינערליך, נאר הייב אן, טו ליבליכע זאכן וויפיל דו קענסט, און וועסט פלוצלינג אנהייבן שפירן דעם געוואלדיגן געפיל. ווען דו וועסט זען ווי דיין קינד קוקט אויף דיר מיט אזעלכע ליבליכע און ווארעמע אויגן, ווי שטארק ער ליבט דיר ווייל דו ווייזט אים ליבשאפט, וועט דיין ליבשאפט אין הארץ וואקסן אויף הייוון אלץ מער און מער. דו אליין וועסט זיך שפירן מער צופרידן.
מען דארף פון אנהייב וויסן אז עס איז גארנישט אויב מען איז נישט פערפעקט. ווייל מען גייט האבן דורכפעלער, נערוועזע מאמענטן, וכו'. ווי לאנג דיין קינד קומט שוין צו די קלארע איבערצייגונג (נישט נאר ווייל דו זאגסט אים, נאר ווייל ער זעט עס און שפירט עס) וועט ער דיך פארשטיין אפי' אין די נישט-אזעלכע-גוטע מאמענטן. וועסט שוין טרעפן א וועג צו פארגיטיגן די קליינע אישוס וואס וועלן זיך מאכן.
"פרעקטיס מעיקס פערפעקט" זאגט מען. איין טאג געגעבן אן איבריגן שמייכל צום קינד, נאך א טאג געגעבן אן אומגערישטע גלעט, א דריטן טאג געגעבן אביסל עטענשאן, א פערטן טאג אים געשאנקען א זאפטיגן קאמפלימענט, צוביסלעך איין טאג אויפאמאל זאל יענער פרובירן. ער מעג טראכטן אז ער קען טאקע נישט זיין קיין גוטער ליבליכער טאטע, אבער דאך קען ער מסתמא זיין כאטש איין טאג א גוטע טאטע, איז "מארגן גיי איך זיין א גוטע טאטע". ער וועט אנהייבן איין טאג צו זיך אויפפירן וויאזוי ער מיינט א ליבליכע טאטע פירט זיך אויף, און ער וועט שפירן בעסער ווי ער מיינט. עס איז א נאטירליכע גוטע געפיל. איין טאג וועט ברענגען נאך א טאג, און האפנטליך נאך א טאג און נאך א טאג. ער וועט זיך לערנען פון זיינע טעותים, ער וועט פארשטיין די אנדערע וועג וויאזוי ער קען זיך אומגיין מיט זיינע קינדער, ער וועט אנהייבן זען ווי זיינע פאזיטיווע ווערטער ברענגען בעסערע רעאקציעס פון זיינע קינדער ווי זיינע קריטישע באמערקונגען, ער וועט זען ווי זיין פאמיליע שיינט אויף און הייבט אן מער שפירן ווי א ריכטיגע ליבליכע משפחה.
געדענק, עס איז נישט בלויז די בעסטע זאך וואס דו קענסט געבן פאר דיין קינד, עס איז אויך א טובה פאר דעם טאטן. זיינע קינדער ועלן נישט זוכן אוועקצוגיין און זיי וועלן בלייבן צוגעבינדן צו אים ביז אייביג. אויף די עלטערע יארן ווען ער וועט דארפן אנקומען צו זיי, וועלן זיי אים אויך קענען ווייזן ליבשאפט און באדינען מיט ליבשאפט.
אנשטאט בלעימען די עלטערן און גיין אין זייערע פיסטריט און ווייטער אויפציען קינדער וואס וועלן נישט באקומען קיין ליבשאפט און וועלן ווייטער נישט געבן קיין ליבשאפט פאר זייערע קינדער, קענסטו זיין דער וואס וועט טוישן דירעקציע, ארויפשארצן די ארבל און ארבעטן אביסל צו ווייזן ליבשאפט און בויען א ליבליכע נאנטשאפט מיט די קינדער, דורכדעם וועסטו האבן געבראכן דעם פארקניפטן קייט און אויפציען א געזונטע ליבליכע שטוב, און דיינע קינדער וועלן שוין אויטאמאטיש גרינגער אויפציען זייערע קינדער מיט דעם זעלבן ליבשאפט, און אזוי וועסטו האבן געטוישט דירעקשאנס פון דורי דורות, פון אייניקלעך און אור אייניקלעך.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

אויסהערן דיין קינד

שליחה דורך הילל »

א צווייטע נקודה איז צו אויסהערן א קינד, רעאגירן ווען ער זאגט עפעס, און פרובירן ענטפערן נארמאל אויף יעדע זאך וואס ער פרעגט. עס קאסט טאקע אסאך מאל הילל'ס געדולד, אבער עס טוט זיך ברייט אויסצאלן. עס דארף זיין שטארק אריינגעקריצט ביים קינד אז ער קען אלעס פרעגן דעם טאטן, און דער טאטע וועט אים געבן אן ענטפער און מסביר זיין ווי ווייט ער קען, אזוי וועט ער בלייבן ביים רעדן צו דיר, אנשטאט צו אנדערע וואס דו ווילסט אפשר נישט.

עס פאסירט גארנישט אויב מען זאגט אמאל "קענסט מיך דאס פליז דערציילן/פרעגן שפעטער, ווייל יעצט האב איך נישט די צייט אדער קאפ צו הערן/ענטפערן?" מען מעג אפילו אויך זאגן דעם אמת אז "איך ווייס אויך נישט פונקטליך", אדער אין זעלטענע פעלער אז עס איז אביסל שווער צו מסביר זיין און ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער פארשטיין. אבער קיינמאל זאל מען אים נישט סתם איגנארירן אדער סתם לאזן הענגען מיט די צונג אינדרויסן.

אדרבא, קוק נאך, וויפיל עלטערן ענטפערן אפילו איינס פון צוואנציג קשיות נארמאל, מיט געדולד, אזוי ווי ער וואלט געוואלט זיין חבר זאל אים אויסהערן אדער ענטפערן? וויפיל מאל געט מען די פולע אטענשאן און אויפמעקרזאמקייט פאר'ן קינד ווען ער רעדט און מען הערט אים אויס מיט די פולע אינטערעסע, מען לאזט אים ענדיגן דערציילן די גאנצע מעשה וואס ער ליגט אים אין בויך, אים געבן די "WOW", "נעבעך", "אמת',דיג", "יוי, משוגע", אדער סיי וואס עס פעלט זיך אויס.

מען איז אייביג פארנומען און מ'געט זיך א דריי ארויס מיט א האלבע ווארט און מ'מאכט זיכער אז דאס קינד כאפט אז ער האט נישט קיין טראפ געדולד צו זיינע נארישע מעשיות אדער פראגעס. און צו זיין גליק לערנט זיך דאס קינד גאנץ שנעל אויס אז זיין טאטע האט זייער ווייניג געדולד צו זיינע מעשיות אדער קשיות, ער שפירט אז ער איז די ווייניגסטע אינטערעסאנטע זאך אויף די וועלט, ווייניגער ווי סיי וועלכער חבר, ווייניגער ווי די צייטונג וואס ער ליינט, ווייניגער ווי די טעלעפאן וואס קלינגט אדער אימעיל וואס קומט, און ווייניגער ווי די ביל וואס ער האלט אינמיטן קוקן. אבער אויסער דעם פארלוסט אז מען האט נישט אריינגעלייגט וויכטיגע אינפארמאציע אין קינד און מען האט פארפעלט צו העלפן דעם קינד דעוועלאפן א וועג פון טראכטן וויאזוי מען האט ליב, קען דאס אויך האבן ווייטע קאנסעקווענצן.

קודם כל קען מען אמאל נישט וויסן קריטישע מצבים אדער עפיזאדן אין דעם קינד'ס לעבן ,ווייל ער שפירט נישט אז זיין טאטע האט אן אפענע אויער צו זיינע "שטותים", און אפילו דער רבי האט אים אנגעריסן די ביינער אדער אפילו אויב א מלמד האט אים צוגערירט, זאגט ער קיינעם נישט, ווייל ער האט שפירט בכלל נישט אז זיין טאטע איז דער מענטש צו וועמען ער קען זיך ווענדן. נאך אזויפיל יארן פון אים אוועקשטופן און אים איבערהאקן נאך צוויי סעקונדעס רעדן, אפילו ביי זאכן וואס זענען אין זיינע קליינע אויגן געווען פונקט אזוי וויכטיג, חלומ'ט ער יעצט נישט אז די יעצטיגע אישוס וויל זיין טאטע יא אויסהערן. עס איז שוין ביי אים געווארן אויסגעריסן די גאנצע איידיע אז א טאטע איז געמאכט צו גיין זיך אויסרעדן און זאגן די פראבלעמען. א טאטע מיינט ביי אים דער מענטש וואס קומט אהיים ביינאכט עסן סאפער, געט א פסק פאר וועם עס קומט, רעדט/קוקט אויפ'ן טעלעפאן, און פארלאנגט א תורה שבת ביים טיש...

יעדער ווייסט די אומגעדולד וואס די טינעידזשערס ווייזן ארויס צו זייערע עלטערן, איך מיין אז דאס איז פשוט א שפיגל פון וואס די קינדער זענען געוואוינט צו באקומען פון זייערע עלטערן. פארוואס זאל א קינד וואס במשך אלע זיינע קינדער יארן האט זיין טאטע-מאמע זיך אייביג ארויסגעדרייט פון אים אויסהערן אפילו איין גאנצע מינוט, זיי האבן אים קיינמאל נישט געשאנקען צופיל אויפמערקזאמקייט, און זיכער קיינמאל געגעבן קיין קלארע לענגערע תשובה אויף זיין פראגע, יעצט ווען עס קומט אים אונטער עפעס ערנסט אין לעבן ביי די צוועלף יאר פארוואס זאל ער פלוצלינג פרובירן רעדן צו זיינע עלטערן? ער קען אפילו נישט.

געווענליך אלס טינעידזשער ווערט פונקט א פארקערטע סצענע פון אלס קינד. די עלטערן חלש'ן אז זייער בחור/מיידל זאל זיי עפעס דערציילן וועגן ישיבה/שולע, זאגן וועגן זייערע מגיד שיעורים און חבירים, אביסל ארויסזאגן וואס עס ליגט זיי אין הארץ, אבער דאן ווילן די קינדער קיין ווארט נישט רעדן. מען דארף שלעפן מיט צווענגלעך א טרוקענע "יא, אלעס אקעי". אבער אוודאי, נאך צוועלף יאר ברצופות וואס מיר האבן זיי איגנארירט, מיינסטו אז פלוצלינג וועלן זיי וועלן רעדן צו די פרעמדע? פלוצלינג וועלן זיי וועלן אנהייבן רעדן און פארברענגען און אויסגעבן זייערע מחשבות צו אייך? ניין, יעצט וויל ער נישט, יעצט איז ער/זי בכלל נישט אינטערעסירט אין ענק. אויב וואלסט פון אלס קינד געהאלטן א נאנטן קשר, א פאזיטיוון קשר, אים שטענדיג אויסגעהערט און רואיג צוזאמען איבערגעשמועסט יעדע זאך, איז קלאר אז ער וואלט דאס ווייטער אנגעהאלטן אויך אלס בחור, און זיכער וואלט זי ווייטער געוואלט דערציילן די עלטערן פארשידענע זאכן (אפילו אפשר נישט "אלעס"). אבער יעצט איז אביסל צו שפעט.

יעצט ווילסטו אייביג רעדן צו אים, הערן פון אים, אריינשטופן די נאז איבעראל, אבער יעצט האט ער נישט קיין געדולד צו דיר, יעצט ביסטו אים די ווייניגסטע אינטערעסאנט אין זיין לעבן און יעצט בלייבסטו מיט'ן צונג אינדרויסן. אוודאי דארף ער נישט דיינע עצות, ווען זיין מוח זאגט אים אז אין דיין לעבן פלעגסטו גארנישט זיין איבעריג באזארגט פאר אים און געבן עצות, און פלוצלינג יעצט זארגסטו אזוי שטארק פאר אים. ער באגרייפט אז די עצות זענען נישט פאר זיין טובה, נאר פאר דיין טובה. און ער איז נישט אינטערעסירט דערין. און דאס קען שוין בלייבן אזוי אויף אייביג, אפילו נאך די חתונה ווען דו חלש'ט צו הערן עפעס דעטאלן, עפעס פון זיינע אינערליכע געפילן, ווי צופרידן ער איז, און ווילסט אים באמת ארויסהעלפן, אבער דער וואנט וואס דו האסט אויפגעבויעט צווישן ענק אין די יונגערע יארן, בלייבט שטיין.

אויב דו וועסט אינוועסטירן צייט און געדולד און אן אפענע אויער צו אים ווען ער איז קליין, וועט ער האבן צו דיר צייט, געדולד און אן אפענע מויל ווען ער איז גרויס.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

[tag]הילל[/tag] עפעס מוראדיג, פראפעסיאנאלע מחנכים קענען קומען ביי דיר לערנען הדרכה איך האף די פארדינסט לכה"פ אויף א שעה א צוויי דריי מאות
אז נישט, הייב דא אן דיין קאריערע כ'מיין ס'וועט גיין.
משה פריעדמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:30 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: ליבשאפט צו דיין קינד

שליחה דורך משה פריעדמאן »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משה פריעדמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט