היסטארישע מסע פון אדמור"י ארה"ק קיין אמעריקע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

עס קומט אריין די ידיעה, אז עס גייט פארקומען צוויי קאנטער פראטעסטן, קעגן דעם גרויסן פראטעסט פון גיוס בני ישיבות:

1. די נטורי קרתא - היתכן אז מען איז זיך מתחבר מיט די אגודה וכו'
2. די ציונים - אוהדי מדינת-ישראל.

די ציונים האבן שוין געשיקט א דעלעגאציע צו ר' משה בער, אז זיי ווילן זיך צוזאמענשטעלן און מוחה זיין מיט א פאראייניגטן כח. ר' משה בער טראכט פון דעם.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ס'גייט זיין די היסטארישע געלעכטער פון יאר צוויי טויזענט
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

דערווייל קוקט אויס אז די ליטווישע באפעלקערונג וועט נישט דזשוינען. עס קען זיך טוישן אבער דערווייל האט הרב שטיינמאן נישט געגעבן זיין אקעי.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

נאטרוליסט האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך האלט אז די מבחן שעת האמת איז געענדיגט, אויב ביים גרויסן כינוס האט מען זיך נישט געקענט פאראייניגן, און נאר ווען מ'קומט מוחה זיין מאכט מען פלוצים א יד אחת?
די פירוד איז די שטעקעלע וואס צייגט אז ס'נישטא קיין ערנסטקייט אין דעם גאנצן שיטה און מלוכה

איך בין נאכנישט זיכער אז דא גייט מען זיך יא פאראייניגן
ביים כינוס האט מען פארגעלייגט עטליכע תנאים, און אז ס'איז נישט דורך האט מען זיך נישט פאראייניגט
ביים פראטעסט פאר יאר האט מען פארגעלייגט עטליכע תנאים, ס'איז דורך און מ'האט זיך פאראייניגט
יעצט לייגט מען אויך פאר עטליכע תנאים, וועט עס דורכגיין וועט מען זיך פאראייניגן און אז נישט נישט
ס'האט גארנישט מיטן שעת האמת
שעת האמת וועט זיין ווען משיח וועט קומען בקרוב ובמהרה


ס'קומט צו לאכען וויזוי דאס פארלייגען קוקט אויס איז גער ליצמאן געקומען קלאפען אויפען טיר?
און דערנאך האט מען זיי צוליב געטון מיט פינעף תנאים,

אדער דאס קלאפען איז געקומען פון די אנדערע ריכטונג און מען בעט זיך צו נאכגעבן לכל הפחות דאס און די פאליטיקער וועלן שוין קעיר נעמען אז ס'זאל שטימען און מ'וועט שלעפן די ציבור אויף אלע פיר??
אדרבה קלאר מיר ביטע אויס


עס קומט צום לאכן זעענדיג ווי דער פרייליך שפרינגט היתכן מ'איז נישט געגאנגען אנפרעגן די לישקע ליצים, די פורים בית דין וועלכע האבן נאכנישט געהאט קיין איין איינציגע זיצונג, און פארמאגן גארנישט אויסער א לעדער-העט.

מ'האט זיך געוואנדן צום סאטמארער רבי'ן און ער האט געשטעלט די תנאים. צי זיי וועלן נאכקומען די תנאים בלייבט איבער צו זעהן.

די קללות פון די אמעראצים און סיקריקים שפלינטער גרופעס קומען ב"ה ווי שוואמען נאך א רעגן.

חלילה קומט אים נישט בעטן ביטע גייט אליין מיט די אגודה דער עצם מעצמו און שותפים מיט די גזירה
ב.ד.וו. הער איך יעצט אז דער גבאי פון בעלז ש.ו. קליין פארט שוין יעצט ארויס קיין חו''ל צוצוגרייטען דער גרויסער היסטארישער מסע
מיטוואך נאכען עצרת איז געפלאנט א ריזען חתונה בחצר סקולען וואס איז זיך משדך מיט בית ויזניץ דער גאנצער ויזניץ פעמילי מיטען רבי פון סקולען העלן אינאיינעם טאנצען, סאטמאר סקווער ויזניץ ויזניץ בעלז אינאיינעם העט מען פועלן לביטול הגזירה
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

בד"וו וועלעכע וויזניץ
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

shem-tov האט געשריבן:בד"וו וועלעכע וויזניץ

הרב ארנסטר חתן וויזשניץ
היסטאריע גייט געבראכען ווערן אזויפיל רבי'ס אויף איינמאל בפרט די התחברות וועט זיין אין די העכסטע מושגים
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

המסע ההיסטורי של גדולי האדמו"רים, חברי מועצת גדולי התורה של אגודת ישראל לארה"ב נכנס לישורת האחרונה. 

לפי סיכום שנסגר היום במעונו של האדמו"ר מגור, המסע יתקיים בעוד כשבועיים בה' בשבט. עצרת מחאה מרכזית תיערך ביום שלישי שאחריו, באולם ענק. הלילה (שני), ומחר יוצאים לארה"ב עסקני ועדת ההיגוי הכוללת את ראש עיריית בני-ברק חנוך זייברט, יונתן בורשטיין מנכ"ל 'איחוד מוסדות גור', משב"ק בית בעלזא הרב שמעון וולף קליין, מרדכי בריסק ודב שטמר מנכ"ל 'מרכז התורה - צאנז'. בחמישי ישובו זייברט, בורנשטיין ושטמר לישראל. הנואמים הצפויים בכנס הם ארבעה מחברי ה'מועצת': האדמו"רים מגור (שישא דברים קצרים) בעלזא, ויז'ניץ וצאנז, צפויים נואמים נוספים מרבנים ואדמו"רים תושבי ארה"ב. 

ביום רביעי הקרוב ישתתפו חברי הועדה באסיפה של כלל ראשי העסקנים, הנגידים ונציגי האדמו"רים כדי לסכם על אולם שיענה על דרישות העצרת ויתאים לתנאי מזג האוויר. ל'בחדרי חרדים' נודע כי כרגע נשקלות שתי אפשרויות של שכירת איצטדיונים: אחד המכיל 55 אלף מקומות ושני המכיל 60 אלף מקומות. העדפת המארגנים היא שהאדמו"רים יצאו יחד לארה"ב, חוץ מהאדמו"רים שכבר יצאו, או שייצאו יממה לאחר צאת האדמו"רים.

האם סאטמר תשתתף?היום פורסם גם כי שניים מחברי הפלג הליטאי-ירושלמי, הגאון רבי עזריאל אויערבך רבה של בית וגן, והגאון רבי ברוך שמואל דויטש מראשי ישיבת 'קול תורה', צפויים ליטול חלק בעצרת כנציגיו של הגר"ש אויערבך. ח"כ ישראל אייכלר אמר הערב, כי הוא פועל בקרב ש"ס לצירוף רבנים וראשי ישיבות ספרדים, מלבד אלו שישתתפו מארה"ב. עדיין לא ברור אם חסידויות סאטמר יצטרפו למחאת האדמו"רים וישתתפו בעצרת. בשבת פרשת בשלח - שירה, ישהו האדמו"ר מגור והאדמו"ר מבעלזא בבורו פארק, ויערכו טישים לקהל חסידיהם באולמות ענק שיושכרו לשם כך. 

תוך כך, צפוייה חתונה היסטורית בארה"ב ביום רביעי, לנכדתו של הגאון רבי מנחם ארנסטר, ראש ישיבת ויז'ניץ - בת לחתנו הגאון רבי ברוך שטרנבוך רב חסידי ויז'ניץ ברכפלד, עם נכד האדמו"ר מסקולען - בן לבנו הרב שמואל מרדכי פורטוגל, חתן הגאון רבי דב שטרן אב"ד סקולען בני-ברק. לראשונה ישתתפו בחתונה כל בני וחתני האדמו"ר בעל ה'ישועות משה' מויז'ניץ זצ"ל: האדמו"רים מויז'ניץ, בעלזא, סאטמר, סקווירא והגיס - הסבא הגר"מ ארנסטר. המחותנים העבירו את השמחה מאולמי 'עטרת חיה' לאולם גדול יותר, לאחר שהתברר היקף המשתתפים בה.
atmybest
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 166
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך atmybest »

[tag]נאר,,פרייליך[/tag], די וועלט זאגט אז טאמער מע איז ביזי מיט שמוץ, ווערט מען שמוציג.
די זעלבא איז דא. אז די וועסט זיין ביזי מיט די בעלזא, וועסטו ווערן א ציוני.
געב אכטונג וואס די טוסט.
מראשי הגבאים, וחבר לידיד בית ה' ה'ה מורינו הרב נאר,,פרייליך
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:המסע ההיסטורי של גדולי האדמו"רים, חברי מועצת גדולי התורה של אגודת ישראל לארה"ב נכנס לישורת האחרונה.

לפי סיכום שנסגר היום במעונו של האדמו"ר מגור, המסע יתקיים בעוד כשבועיים בה' בשבט. עצרת מחאה מרכזית תיערך ביום שלישי שאחריו, באולם ענק. הלילה (שני), ומחר יוצאים לארה"ב עסקני ועדת ההיגוי הכוללת את ראש עיריית בני-ברק חנוך זייברט, יונתן בורשטיין מנכ"ל 'איחוד מוסדות גור', משב"ק בית בעלזא הרב שמעון וולף קליין, מרדכי בריסק ודב שטמר מנכ"ל 'מרכז התורה - צאנז'. בחמישי ישובו זייברט, בורנשטיין ושטמר לישראל. הנואמים הצפויים בכנס הם ארבעה מחברי ה'מועצת': האדמו"רים מגור (שישא דברים קצרים) בעלזא, ויז'ניץ וצאנז, צפויים נואמים נוספים מרבנים ואדמו"רים תושבי ארה"ב.

ביום רביעי הקרוב ישתתפו חברי הועדה באסיפה של כלל ראשי העסקנים, הנגידים ונציגי האדמו"רים כדי לסכם על אולם שיענה על דרישות העצרת ויתאים לתנאי מזג האוויר. ל'בחדרי חרדים' נודע כי כרגע נשקלות שתי אפשרויות של שכירת איצטדיונים: אחד המכיל 55 אלף מקומות ושני המכיל 60 אלף מקומות. העדפת המארגנים היא שהאדמו"רים יצאו יחד לארה"ב, חוץ מהאדמו"רים שכבר יצאו, או שייצאו יממה לאחר צאת האדמו"רים.

האם סאטמר תשתתף?היום פורסם גם כי שניים מחברי הפלג הליטאי-ירושלמי, הגאון רבי עזריאל אויערבך רבה של בית וגן, והגאון רבי ברוך שמואל דויטש מראשי ישיבת 'קול תורה', צפויים ליטול חלק בעצרת כנציגיו של הגר"ש אויערבך. ח"כ ישראל אייכלר אמר הערב, כי הוא פועל בקרב ש"ס לצירוף רבנים וראשי ישיבות ספרדים, מלבד אלו שישתתפו מארה"ב. עדיין לא ברור אם חסידויות סאטמר יצטרפו למחאת האדמו"רים וישתתפו בעצרת. בשבת פרשת בשלח - שירה, ישהו האדמו"ר מגור והאדמו"ר מבעלזא בבורו פארק, ויערכו טישים לקהל חסידיהם באולמות ענק שיושכרו לשם כך.

תוך כך, צפוייה חתונה היסטורית בארה"ב ביום רביעי, לנכדתו של הגאון רבי מנחם ארנסטר, ראש ישיבת ויז'ניץ - בת לחתנו הגאון רבי ברוך שטרנבוך רב חסידי ויז'ניץ ברכפלד, עם נכד האדמו"ר מסקולען - בן לבנו הרב שמואל מרדכי פורטוגל, חתן הגאון רבי דב שטרן אב"ד סקולען בני-ברק. לראשונה ישתתפו בחתונה כל בני וחתני האדמו"ר בעל ה'ישועות משה' מויז'ניץ זצ"ל: האדמו"רים מויז'ניץ, בעלזא, סאטמר, סקווירא והגיס - הסבא הגר"מ ארנסטר. המחותנים העבירו את השמחה מאולמי 'עטרת חיה' לאולם גדול יותר, לאחר שהתברר היקף המשתתפים בה.


יתכן אז דער ליטווישער מנהיג הרב אויערבאך וועט'ס מאכען מיט די קנאים
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

לעיקוואוד וועט קומען נאר מיט די גוטהייסונג פון שטיינמאן.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

נאטרוליסט ביזט נישט אין ראדני דא ברויך מען כבוד געבן פאר יעדן מנהיג
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:נאטרוליסט ביזט נישט אין ראדני דא ברויך מען כבוד געבן פאר יעדן מנהיג


קארני ליידיג-גייער.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

נאטרוליסט האט געשריבן:דערווייל קוקט אויס אז די ליטווישע באפעלקערונג וועט נישט דזשוינען. עס קען זיך טוישן אבער דערווייל האט הרב שטיינמאן נישט געגעבן זיין אקעי.

לדעתי וועט הרב שטיינמאן מיזען געבען א אקעי, ווייל דער איז זייער א נאנטער פריינד צי דער בעלזער רב, און אז בעלזער רב הייבט אינטער זיין מחילת כבודו, פון אזאן מאסיווער געהייבעכץ וועט הרב שטיינמאן זיך נישט קענען ארויס דרייען צי וויל ער יא צי וויל ער נישט,
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

טיטאניק האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:דערווייל קוקט אויס אז די ליטווישע באפעלקערונג וועט נישט דזשוינען. עס קען זיך טוישן אבער דערווייל האט הרב שטיינמאן נישט געגעבן זיין אקעי.

לדעתי וועט הרב שטיינמאן מיזען געבען א אקעי, ווייל דער איז זייער א נאנטער פריינד צי דער בעלזער רב, און אז בעלזער רב הייבט אינטער זיין מחילת כבודו, פון אזאן מאסיווער געהייבעכץ וועט הרב שטיינמאן זיך נישט קענען ארויס דרייען צי וויל ער יא צי וויל ער נישט,


סברות קען מען זאגן זייער אסאך. אבער למעשה ווען מ'קוקט אויף זיין רעדארד, שאפט זיך א בילד פון א הארטן מענטש וועלכער לאזט זיך נישט בייגן אונטער קיין שום דרוק. הרב אויערבאך גיט אים גוטע מכות אבער ברעכן מאן דכר שמי'.
בערל_פרוכטבייסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:37 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בערל_פרוכטבייסער »

גוט מארגען רבעבניו - בוקר טוב אליהו!!!!!!!!!
וויזניצ'ער רבי ר' מאטעלע שליט"א איז ארויס דערקעגן!!!!!!!!!!!!
באשעפער פארוואס????? ואס באדערט עס אים
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

אפדעיט'ס

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

מער פרטים איבער די נסיעה
האלט מיט דא
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

He doesnt understand why the boys shoudnt be drafted
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

סקעפטיש איבער נסיעה פון גדולים קיין אמעריקע און גזירת גיוס

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

ווי באקאנט איבער די וועלט גייען די גדולים פון ארץ ישראל וואס פארטרעטן די מועצת
קומען קיין אמעריקע אין די נאנטע טעג, נעמליך צו מאכן א ריזיגע אסיפה (מ׳ווייסט נאך נישט פונקטליך וואס מ׳גייט דארטן טוהן) און אויסשרייען דעם וויי געשריי איבער די ביטערע גזירת גיוס און רדיפת הדת, אין ארה״ק, און אזוי אויפשאקלן די ציונים (!)

ס׳גייט אפילו ארום שמועות אז אגודת ישראל אראנזשירט אן היסטארישן מיטינג פון די גדולים מיט פרעזידענט אבאמא, צו שתדל׳ן דיפלאמאטיש

לאמיר ערשט צונעמען דעם ׳גזירת גיוס׳

קודם לאמיך קלאר מאכן אז איך קריג מיך נישט ח״ו מיט די גדולים און נישט מיטן דעת תורה, כ׳וויל בלויז פארשטיין מיט מיין קליינעם שכל, אדרבה געב מיר א לייטישן הסבר
צווייטנס איך בין נישט היסטאריש באקאנט מיט אלע געשעענישן סא קען זיין אז סליגט מער אונטער דעם, אבער איך רעד מה שנוגע אויבערפלעכליך

בקיצור, מ׳האט שוין ארעסטירט אפאר בחורים פארן אנפייפן דעם רופינג זיך צו שטעלן צום מיליטער. יאלא! קאבום! רדיפת הדת!! געווווואאאלד! לאמיר אנמקלען די פאליציי שיסן שטיינער און נאכדעם שרייען ווי די ציוניסטישע רשעים אידזיקעווען זיך אויף ׳פרידליכע׳ מוחים
דרך אגב איך בין געווען אין ירושלים ביי גענוג פראטעסטן, גארנישט פרידליך! קוים מיט צרות מאכט דער פאליציאנט עס דורך מיטן לעבן די בארד ירושלימע בטלנים האבן פאן נאכדעם וויינען זיי.

עניוועי איז אזוי, ראשית, זיי ארעסטירן נישט חברה רעכטס און לינקס, טאמער יא וואלט האלב ירושלים געווען איינגעשפארט, נאר ווען מ׳ערהאלט א בריוו אז מ׳מוז קומען קען מען טוהן 2 זאכן; גיין אדער אנפייפן דעם סיסטעם, אויב גייסטו נישט דעמאלטץ דראפן זיי דיך בעיסיקלי, קען זיין זיי וועלן דיך נאכאמאל רופן, אבער פאר יעצט ביזטו אקעי, אויב אבער גייסטו יא, איז דא א פראצעדור וואס מ׳דארף אדורכגיין, און מ׳דארף פאלגן ווייטערדיגע מעלדונגען, הייסט אויב מאכסטו דיך יא וויסנדיג און אינמיטן בעקסטו ארויס, דא כאפט די פראבלעם, זיי וועלן דיך נאכגיין און ארעסטירן, וכך הוה ביי די 3 בחורים.

יעצט דעי א.ג גזירת גיוס, מיינט אין ענגליש א דרעפט, יעדע מדינה אריינגערעכנט די מערסטע דעמאקראטישע אמעריקע ענגלאנד, וכו׳ פאררופן א דרעפט אין די שווערע זמנים ווען נויטיג, פארשטייט זיך אזא לאנד ווי ארץ ישראל וואס איז כסדר אויף דער וואך, און איז ארומגענומען מיט שונאים וואס זוכן ווי מ׳קען נאר צו פאראורזאכן טעראר פאר אחבנ״י, דארף כסדר נאך סאלדאטן, און אזוי איז איינגעפירט אז יעדע איזראעלישע בירגער ביי די 18 גייט מען אין מיליטער, סאיז א פשוטע זאך, פרעג עני איזראעלי

יעצט די חרדישע עולם האט אפיציעל אלע יארן געהאט א פטור וואס די גדולים האבן דעמאלסט אויפגעטוהן, אז חרדישע בחורים דארפן זיך נישט צושטעלן, אויב לערנען זיי אין ישיבה. און פאר דעי וואס האבן נישט געהאלטן ביים לערנען האט הרב שטיינמאן געמאכט די נחל החרדי ווי אפיציעל איז דא א סדר מ׳לערנט דאווענט וכו׳ (כ׳וועל נישט אריינגיין צו סאיז יא אויסגעהאלטן צו נישט)

פארשטייט זיך אז פאר די פרייע גייט ווייניג אן אונזער תורה, און זיי ווילן נישט פארשטיין אז התורה מגנת, און האבן געפאדערט אלע יארן היתכן מיין זוהן דארף שטארבן אויפן פראנט און דיין זוהן קען עסן קוגל רואיג, פארוואס איז אונזער בלוט רויטער ווי דיינע.
פארוואס דארפן אונז ענק באשיצן ,אונז ארבעטן פאר ענק?
צווישן מיר און דיר דעס איז א שטארקע טענה, לאמיר נישט רעדן פון די פאקט אז מדארף לערנען תורה, לאגיש, מאכט עס נישט קיין סענס.

דעי טענה איז ארויפגעקומען מיט א פרישקייט יעדן עלעקשאן, יעדע פראטעסט, יעדע פייט, יעדע מאל די רעדסט מיט א פרייע וועט ער דיך דעס פרעגן, געלט פון די מדינה נעמסטו, אבער דינען דיין לאנד וואס גיט דיר דעי געלט נישט? שכל׳דיג האט עס נישט קיין ענטפער.

איז דעס יאר לויפט אפ די אגרימענט וואס מהאט יארן צוריק אפגעמאכט אז בני ישיבות דארפן זיך נישט שטעלן צום מיליטער, און די עולם האט אנגעהויבן פאדערן מזאל ענדליך מאכן די חרדים גלייך מיט די פרייע, ד.ה זיי וועלן זיך אלע שטעלן צום מיליטער ווי טאטעלעך, און צוזאמען באשיצן דאס אומסטאבילן לאנד.
פארשטייט זיך אז אלע שיקן קען מען נישט, האט מען פארבירט פארשלאגן א פשרה אז א געוויסע סכום בחורים וועלן בלייבן אין ישיבה די מצויינם, און די וואס האלטן נישט דערביי וועט מען רעקרוטירן.
די גדולים האבן אבער נישט מסכים געווען און באשלאסן אנצוווענדן אלע מיטלען אז דאס זאל נישט פאסירן.

דערנאך איז געווען די ארעסטן און די פראטעסטן וכו׳

אבער אפילו לשיטתינו אז מדארף לערנען און יעדער מוז לערנען, און די מיליטער איז א סכנה ברוחניות און די מדינה האט נישט קיין רעכט אפצומאכן וועם יא און וועם נישט

2 טענות:

א) די בחורים וואס דו נעמסט נישט אן אין ישיבה, דעיע וואס דרייען זיך אין די גאסן, פארוואס זאלן זיי טאקע נישט גיין אין מיליטער?? זיי וועלן ממילא ווערן פריי איז וואס איז די חילוק וויאזוי? אזוי וועט עס אפילו נישט זיין דיין שולד! וועסט עס קענען ארויפלייגן אויף די טמאנע ציונים

ב) דעס אז דו האסט מורא אז מוועט אפפארן אין מיליטער, נו אפשר אז דו וועסט האבן דארטן טויזנטער בחורים וועט מען זיך צושטעלן צו דיר?

ניין, מוועט אפשרייען די ביטערע גזירה
מ׳וועט פראטעסטירן און מסביר זיין פארן אמעריקאנעם עולם אז די איזראעליס מאכן א טרויעריגע דרעפט, און זיי מאכן רדיפת הדת.

די סאטמארע אויף זייער נוסח מיט די קאר פיקעטינג און די מאסן משוגענע מארש, וואס מאכט צושאנד אלע פרומע יודן,
וועגן אמאל 59 יאר צוריק ווען די איזראעלי פריים מיניסטער איז דא געווען האט ער ארויפגעהערט פון די פענסטער און האט זיך אנגערופן עפעס וועגן דעם
וועקטס ענק אויף!! דו וועלט קוקט ענק אן ווי עקסטרעמיסטן, די מדינה געט נישט קיין דעקל!! אפאר טויזנט משוגעים שרייען אקעגן א פארשטענדליכע דרעפט,

ניין כזאג דיר זיי פאלויען די פראטעסטן און גייען שוין צורוקציען וועגן עטס גייטס ארום צוגעקייטלט ווי קראנקע קוען.

און די נוטרינא וועט נאך פרובירן צו רעדן פאר די פרעסע מסביר זיין אז טרו תורה דזשוס מעגן נישט האבן א לאנד.
פיין! האב נישט קיין לאנד! אבער די דרעפט? וואס ? וועמען ווילסטו מסביר זיין? דער גוי? דער סענעטאר? קוים האלבוועגס וואס פרומע יודן פארשטייען די פראבלעם, ווילסטו אים נאך פרובירן מסביר זיין?!!

יעצט די גדולים פון מועצת פון אגודת ישראל קומען קיין אמעריקע מגייט שתדל׳ן ביי גרויסע סענעטארן דעי וואס נעמען קעיר פון די פאנדס וואס מדארף באשטעטיגן צו שיקן אויף ארץ ישראל, טאמער מוועט אים מסביר זיין וועט ער טראכטן 2 מאל פארן באשטעטיגן..

ניין אבער נישט סתם, מגייט רעדן מיט אבאמא אליינס, וועגן דעם, סגייט זיין א מצב א היסטארישע געשעעניש און נעקסטע מאל אבאמא וועט רעדן מיט ביבי וועט ער אים זיכער פרעגן וועגן דעם.. סגייען זיין בילדער און ממש די מדינה גייט איינפאקן פאר בושות און מוועט ענק אלעס נאכגעבן
ער וועט זיך בעטן ביי ענק פליז גייטס נישט צו אבאמא..

איז ערשטנס ווער איז דער וואס מאכט אפ אז די דעת תורה איז אזוי? ווער איז די מועצת? די 2 וויזשניצע רבי׳ס? צדיקים קענען זיי זיין, אבער פארשטיין פארשטייען זיי נישט, בעלזע רבי וויל סתם אזוי מאכן אחדות, טאמער אלע ספרדישע ליטווישע קומען וועט ער אויך ,פלאס ער דארף קומען פאר זיינע חסידים ער איז שוין נישטא געווען יארן, גורער רבי וואס קומט ממילא איינמאל יעדע 2 יאר, סאדיגורא? צאנז? ווער?? דעי רביס קומען בעיסיקלי ווייל זיי דארפן עניוועי קומען וועגן די חסידים, ממילא זענען זיי מסכים. אפגערעדט אז זיי פילן פאר א כבוד צו פארטרעטן כלל ישראל

עס איז 2013 סאיז נישטא קיין קעניג אדער קיסר וואס משיקט א דעלעגאציע פועל׳ן..

אבאמא איז עפעס קעניג אויפן וועלט? ער קען האלבוועגס איינטיילן ביבי וואס צו טוהן?? קוים מיט צרות מיט די שטחים און די בויען נייע מושבים אויף מזרח ירושלים האט ער א ווארט, פרעשורט ער אביסל.
אבער א דרעפט? וואס האט ער אריינצורעדן? הייסט עס ווילסט ער זאל שיקן אמעריקאנער דינען אין מיליטער אנשטאטס דיר?? וואס פונקטליך ווילסטו?

האסט א פראבלעם מיטן ישרות פון מדינת ישראל גיי דארטן אין קארט.. דו טראסט נישט דעם קארט? גיי צום אינטערנאציאנאלן קארט.
דעמאקראטיע מיינט אז טאמער דו ווילסט עפעס דורכפירן ,מרעכנט זיך מיט דיר, גיי וואוט, גיי אין די שטום בודקעס און שטים אקעגן דעם!

ניין טאמער אלע גרויסע ראבייס וועלן קומען צו די סענעטאר און די פרעזידענט דעמאלסט איז א אנדערע מעשה,
די עולם געדענקט לעצטע מאל אזא זאך איז פארגעקומען ביי פריזידענט קארטער איז געווען בילדער פיין און וואויל אבער מהאט גארנישט אויפגעטוהן, זערא.. סאיז געווען בושות

ער וועט אויב עפעס רעאגירן אז ער קען זיך נישט אריינמישן אין די מדינה׳ס אינערליכע פאליטיקס
אזוי ווי די פעטישאן ביי רובאשקין, און ביי די אלע אנדערע ווערטלאזע זאכן..

קען זיין וועסט מער אפיעלן צום עולם דאהי אז דו מיינסט עס מער ערנסט, סאיז א מצב און מטוט וואס מען קען. סארי אבער איך מיט מיין קליינעם קאפ זעה נישט עפעס מער זאל ארויסקומען.

טאמער זאגסטו אז די גדולים קומען אויפקלערן דעם עולם אז מדארף געלט ווייל טאמער משטעלט זיך נישט צו צום מיליטער וועלן זיי אויפהערן שטיצן די מוסדות
נא, דעמאלסט אדרבה! טאמער אלע גדולים פאררופן א מאסן קאמפיין וועגן געלט, וועל איך אי״ה זיך אויך צושטעלן און געבן א שיינעם סכום.

צו וועם כרעד נאר לגבי דעם נושא, קומט צוריק צום זעלבן שורה, אז די גרויסע קעפ פלאנירן, מסתמא ווייסן זיי וואס זיי טוען.
וואס זאל איך טוהן איך בין נישט אזא שטארקע מאמין..

מיין בליק אויף דעם איז אז זיי פאר סאם ריזאן קוקן נאך אן אמעריקע און אבאמא ווי דער שפיץ וועלט, כאילו מקען דא עפעס אויפטוען..

די אייבישטער זאל העלפן קיין שום יוד זאל נישט געשעדיגט ווערן ברוחניות אדער גשמיות אויפן פראנט.. און משיח וועט קומען און מוועט דעמאלסט באקומען א לאנד און גיין אין מיליטער..

הערות זענען וועלקאם...
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

נאטרוליסט האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:דערווייל קוקט אויס אז די ליטווישע באפעלקערונג וועט נישט דזשוינען. עס קען זיך טוישן אבער דערווייל האט הרב שטיינמאן נישט געגעבן זיין אקעי.

לדעתי וועט הרב שטיינמאן מיזען געבען א אקעי, ווייל דער איז זייער א נאנטער פריינד צי דער בעלזער רב, און אז בעלזער רב הייבט אינטער זיין מחילת כבודו, פון אזאן מאסיווער געהייבעכץ וועט הרב שטיינמאן זיך נישט קענען ארויס דרייען צי וויל ער יא צי וויל ער נישט,


סברות קען מען זאגן זייער אסאך. אבער למעשה ווען מ'קוקט אויף זיין רעדארד, שאפט זיך א בילד פון א הארטן מענטש וועלכער לאזט זיך נישט בייגן אונטער קיין שום דרוק. הרב אויערבאך גיט אים גוטע מכות אבער ברעכן מאן דכר שמי'.

אויב קענסטי דעם הלוך ילך אין ארץ ישראל וואלסטי נעווער פארגלייכט הרב אויערבאך צי דער בעלזער רב, בכלל נישט קיין דמיון אין לחץ
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

ערנסטגערעדט האט געשריבן:צו וועם כרעד נאר לגבי דעם נושא, קומט צוריק צום זעלבן שורה, אז די גרויסע קעפ פלאנירן, מסתמא ווייסן זיי וואס זיי טוען.
וואס זאל איך טוהן איך בין נישט אזא שטארקע מאמין..

מיין בליק אויף דעם איז אז זיי פאר סאם ריזאן קוקן נאך אן אמעריקע און אבאמא ווי דער שפיץ וועלט, כאילו מקען דא עפעס אויפטוען..

די אייבישטער זאל העלפן קיין שום יוד זאל נישט געשעדיגט ווערן ברוחניות אדער גשמיות אויפן פראנט.. און משיח וועט קומען און מוועט דעמאלסט באקומען א לאנד און גיין אין מיליטער..

הערות זענען וועלקאם...

זייער גערעכט, אבער אין די הלוך ילך איז דא נאך אסאך אסאך נאון סענץ משוגעת'ן וואס גרויסע צדיקים פייטען פאר די עקזיסטענץ פון די משוגעת'ן, קענסט עפעס טיען? ניין
דאס איז די וועלט, עס די חרא מיט א גאפעל אדער לעפעל, שטייט אדער שנעל, אבער עסען וועסטי עס, ווייל דא פיטערט מען דא אין לאגער
פאטעטע קוגל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פאטעטע קוגל »

א חבר מיינע האט מיר געטענה'ט אז איינע פין די סיבות פארוואס די רבנים קומען איז אויפצוקלערן די אמעריקאנע אידענטאן אז גיין אין מיליטער איז א גרויסען חורבן, איך האב אבער געטענה'ט אז איך גלייב נישט אז עס איז דא ערליכע ייודן וואס האלטן אז עס איז מותר צו גיין אין מיליטער, מר ערענסטגערעט די האסט מיר אויפגעוויזן אז איך בין געווען נישט גערעכט.
זאג מיר די פארשטייסט טאקע נישט וואס איז שלעכט מיט גיין אין מיליטער? א פלאץ וואס אנגעפילט מיט שוקץ אין תועבה, איך גיי נישט אריין אין די שמועס פין האבן א מיליטער צו מ'איז עובר אויפן שלש שבועות, נאר פשוט דארט איז א פלאץ ווי מ'האלט ניטאמאל די שש מצות, אין ווען טויזענטע אידן וועלן גיין אין מיליטער טראכטסטו טאקע אז עס וועט ווערן א היימישע מיליטער, שבת וועט מען זינגען קה אכסוף די פרייע וועלן פשוט אויפגעבן אויפן מיליטער מ'ווען געבן פאר יענקל ליצמאן צו זיין רמטכ"ל, ניין? קוק וואס איז געשען אין די קיבוצים ווען טויזענטע אידן זענען געגאנגן.
אין לגבי די נושא פין טרעפטן בעת מלחמה, זאגן אפילו די פרייע רמטכ"ל אין נאך אסאך אנדערע אז עס פעלט נישט אויס פאר די מדינה די חרדישע סאלדאטן סיי בנושא אין ביטחון אין סיי פאר געלט, זיי זיכען אונז נישט דארט, זיי דארפן נישט אז א יעדע צופרי זאל זיין א טענה'ריי צו מ'זאגט תחנון צו נישט אדער וועלעכע ניגון צו זינגען אויף לא תבושו, והא ראי' אז זיי האבן געגעבן די פטור די לעצטע 67 יאר, נאר יעצט איז אויפגעשטאנן א רשע בן רשע ושמו יאיר לפיד שר"י וואס זיין גאנצע ציל איז אינטערצוברענגן חרדישע יידן הן אין נושא צבא הן אין חינוך הן אין געלט, ווען מ'פרעגט וואס ער האט אויפגעטוען זייט ער איז אריין, זאגט ער 'ארויס צו שטופן די חרדים', ווען עס זאל זיין אזא איינער דא אין אמעריקע וואס זאל רעדן אזוי אנקעגן די שוארצע וואלט פשוט געווארן א צווייטע סיריע.
איך פארשטיי פין דיין שפראך אז די ביסט ממקורך א סאטמערע אין ביז די ישיבה האסטו געגלייבט אלעס וואס מ'פארציילט דיר אין ווען ביסט געפארן לערנען אין מיר ביסטו געווארן אופענמיידעד, סא לאמיר דיר זאגן טייערע ערענסטגערעט ס'קען זיין אז עס איז דא זאכן וואס זענען נישט אמת אבער דאס מיינט נישט אז א יעדע דבר שבקדושה איז בלאף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאטעטע קוגל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

[tag]פאטעטע קוגל[/tag]
ניין ב"ה איך בין נישט געווען קיינמאל קיין סאטמארע
קודם כל זאג איך נישט אז וויאזוי עס איז היינט אין מיליטער איז אויסגעהאלטן, בסך הכל גלייב איך אז מקען עפעס אויפטוהן צו מסדר זיין דעי פאר זאכן
איבער דעס אז יאיר לפיד איז א רשע , קען זיין ער איז א רשע, אבער עס איז בסך הכל וואס רוב לאנד טענה'ט זייט די מדינה שטייט.
די חרדישע פעהלן נישט אויס אין מיליטער? אפשר פעהלן נישט די פרייע אויס? שיק אהיים האלב סאלדאטן זאלן זיי גיין האלטן קראצמעך און שיק אריין די פרומע אנשטאטס.
וואס פארא מין טענה איז דעס?! ווער האט אפגעמאכט אז אלע חרדישע פונקט זיי זאלן זיין פטור?
עם כל זה, פיין איז גיי נישט אין מיליטער אבער געלט וועסטו נישט באקומען פון מיר
זיי זענען נישט מחוייב צו טיילן פאר מוסדות וועלכע טוען גארנישט פאר די לאנד.
פאטעטע קוגל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פאטעטע קוגל »

ערנסטגערעדט האט געשריבן:[tag]פאטעטע קוגל[/tag]
ניין ב"ה איך בין נישט געווען קיינמאל קיין סאטמארע

נישט אזוי זעכער ס'איז אינגאנצן אמת.
ערנסטגערעדט האט געשריבן:קודם כל זאג איך נישט אז וויאזוי עס איז היינט אין מיליטער איז אויסגעהאלטן, בסך הכל גלייב איך אז מקען עפעס אויפטוהן צו מסדר זיין דעי פאר וואכן

אזוי גאר! הייסט די האלסט אז מ'קען מאכן די מיליטער א היימישע וווארעמע פלאץ, איז אדרבה אפשר טראגסטו אן אפאר גיטע איידיעס וואס מ'זאל דארט טוישן, אפשר זאלן די פרייע מיידליך אנטוען שפיצליך? אין שבת וועט מען שיסן מיט א שבת זייגער, אינטרעסאנט אין ארץ ישראל זיכט יעדער עצות ווי אזוי צו אויספירן אדער צו מבטל זיין די חוק אין קיינער איז נאך נישט איינגעפאלן אזא מורא'דיגע איינפאל
ערנסטגערעדט האט געשריבן:
איבער דעס אז יאיר לפיד איז א רשע , קען זיין ער איז א רשע, אבער עס איז בסך הכל וואס רוב לאנד טענה'ט זייט די מדינה שטייט.

רוב לאנד טענה'ט וואס די מידיה פארקויפט זיי אין מידיה פארקויפט וואס די פאלאטישן פארקויפן זיי, חוק טל אין נישט געווען אין קראפט פאר אפאר חדשים ביז די פרייע האבן איינגעזען אין גענומען שרייען היתכן, נאר עס איז שוין אין קראפט צענדליגע יארן אין יעדער האט זיך פיין א עצה געגעבן, א פרייע וועט אויך פארשטיין אז לו יצור די חרדים זענען די רוב אין עס איז דא א היימישע מיליטער וואלט ער אויך נישט געשיקט זיין זין דארט.
ערנסטגערעדט האט געשריבן:די חרדישע פעהלן נישט אויס אין מיליטער? אפשר פעהלן נישט די פרייע אויס? שיק אהיים האלב סאלדאטן זאלן זיי גיין האלטן קראצמעך און שיק אריין די פרומע אנשטאטס.
וואס פארא מין טענה איז דעס?! ווער האט אפגעמאכט אז אלע חרדישע פונקט זיי זאלן זיין פטור?

לאמיך דיר נאכאמאל מזביר זיין, די פרייע וואס זענען אין די מיליטער טענה'ן אז עס פעלט נישט אויס אז מ'זאל אריין צווינגען נאך צענדליגע טויזענטער אין מיליטער זיי האבן גאנץ א פיין מיליטער ביז היינט. אין אויף דיין טענה אז היתכן א פרייע גייט אין מיליטער אין די נישט, זאג די ווייסט אז עס איז נאך דא צענדליגע סאלדאטן אין פאקיסטאן וואס שלאגן זיך דארט פאר דיין סעפטי? פארוואס פינקט אין ארץ ישראל פארשטייסטו נישט.
ערנסטגערעדט האט געשריבן:עם כל זה, פיין איז גיי נישט אין מיליטער אבער געלט וועסטו נישט באקומען פון מיר
זיי זענען נישט מחוייב צו טיילן פאר מוסדות וועלכע טוען גארנישט פאר די לאנד.

קודם כל פארשטיי איך נישט פארוואס די פרעגסט נאר אויף די מוסדות, פארוואס איז נישט די קשי' אויכט אויף די קינדער געלט וואס כמעט אלע עדה'ניקעס נעמען, אין צווייט וואס האט געבן געלט מיט גיין אין מיליטער? די באקימסט פוד סטעמס פין אנקל סעם? וואס טיסטו פאר אמעריקע צוריק (חוץ פין ארבעטן שווארץ ועוד....) די געלט קימטיך פין די טעקס וואס איעדע מענטש צאלט, ווען מ'זאל ווען מאכן אז מ'הערט אויף צו צאלן טעקס דעמאלץ ביססו גערעכט.
פארשפארט