ר' שמואל יוסף פין איינע פון די השכלה פיאנערן, האט סוף ימיו זיך צוריקגעקערט צו א פרומען לעבנסשטייגער און האט געדינט אלס א גבאי צדקה, שילדערט ער ווי ס'האט זיך ביי אים אפט געקענט מאכן אז ער זאל האבן געדאווענט מנחה פינעף מאל אין איין טאג, אבער ביי די ווילנער אידן איז נישט געווען צו פועל'ן אז ער דאווענט אפילו איינמאל.
עס פאסירן טעג --דערציילט ער-- בעת ס'איז פארהאן אסאך צו טאן, און איך קום אריין אין די צדקה גדולה שוין צוועלף אזייגער בייטאג, קוים ווערט די זייגער האלבער איינס, לאזט זיך אריין דער שמש פון דער קברנ'ישע שול וואו עס ווערט געדאווענט מנחה נאכאנאנד פון האלב נאך צוועלף ביז מעריב, און ברענגט מיר די בשורה אז מ'שטעלט זיך שוין דאווענען מנחה, און אזויווי איך וועל שפעטער זיין זייער באשעפטיגט בכן זאל איך אריינגיין אין די קברנ'ישע שול אפ'פטר'ן מנחה, איך געפין אז ער איז גערעכט, און איך גיי שוין מיט אים, ארום איינס אזייגער קומען אריין די אנדערע גבאים ירחמיאל ברוידא און יעקל פרנס, ביני לביני האבן זיך צונויפגעקליבן מערערע ארימעלייט, קוים קומט זיך צוזאם א מנין לאזט שוין ירחמיאל ברוידא קיין ארבעט נישט טאן ביז מדאווענט נישט אפ מנחה, האב איך מורא דאס זיי זאלן נישט מיינען אז איך זוך מיך ארויסצודרייען און איך מוז זיך שטעלן דאווענען צום צווייטן מאל.
זיך אפגעמאטערט אייניגע שעה מיט די ווילנער ארימעלייט, און איך גיי מיר שוין אהיים, אבער ארויסגייענדיג פון שול הויף צום דייטשער גאס, דארף מיר גראד דערזען דער שמש פון גמילת חסד קלויז, א טייערער פרומער איד, און פארבעט מיך צום קלויז אויף מנחה מיט די טענה אז ביז איך וועל אנקומען אין שניפישאק צו מיין וואוינונג וועט שוין זיין שפעטלאך אויף צו קריגען א מנין, אים ווידער גיין זאגן אז כ'האב שוין צוויי מאל געדאווענט האב איך מיך געשעמט טאמער גלייבט ער מיר נישט, ובכן האב איך שוין א דריטן מאל געמוזט דאווענען, מיד און הינגעריג מיט דריי מנחה'ס האב איך מיך קוים דערשלעפט ביזן גרינעם בריק וואס מגייט אריבער קיין שניפישאק, אז עס וואקסט נישט ארויס פון אינטער די ערד איינער א איד און בעט מיט הכנעה "ראב שמואל יאסל ניט מיט אייער לאסקע ביי מיר איז פאר קיין אידיש הויז געדאכט א שבעה הויז עס פעלט איינער צו מנין אויף מנחה דאווענען כ'לעבן קומט אריין" טאקע ווי גייט מען דאס נישט אריין, געדאווענט א פערטן מאל מנחה און נאך מקיים געווען דערביי די מצוה פון נחום אבלים, און מיט די לעצטע כוחות קוים זיך ארויפגעשלעפט דעם בארג צו מיין שטוב אריין, איך וויל עפעס גיין אנבייסן, אז עס קומט נישט אריין דער שמש פון שניפישאקער שול וואו איך דאווען שטענדיג און גיט א זאג "ראב שמואל יאסל דער עולם ווארט אייך אויף מנחה" גיי דערצייל זיי אז איך האב שוין פיר מאל געדאווענט, כדי נישט צו מאכן לייטישע געלעכטער גיי איך האסטיג אריין אין שול דאווענען א פינפטן מאל מנחה, ואחרי ככלות הכל זאגן פיל ווילנער אידן אז איך דאווען קיין מנחה נישט
היכי תמצי - דאווענען פינעף מאל מנחה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט: