טיטאניק האט געשריבן:פארשאלטען זאל זיי זיין
זיי וואלטן געוואלט ארויסרייסן דעם "והתיר לנו... על ידי חופה וקידושין"
ניין, דו מעגסט נישט מאכען א לעבן מיט דיין ווייב! חלילה! מגלה נאר א טפח, חלילה נישט מער, גיב איר גארנישט, נעם נישט גארנישט, זיי א הארטע שטיק קלאץ אייזן, אויס בן אדם, אויס געפילען, אויב האסטו געפילען ביסטו א רשע, א מנובל,
וואס קומט ארויס פון דעם? דער יונגערמאן ווערט א מלמד, זיין תאווה וואס ער האט באקומען אלץ א "בן אדם" צושפילט זיך ווייל זיין ווייב מעג עם נישט געבן וואס ער דארף, און ווען א מענטש הונגערט, פאסט משבת לשבת, אזא איינער וועט אויך עסן פארשימעלטע פערדן פלייש אזוי ווי אונזערע זיידעס ביים קריג, מילא קומט ער צו צו דעם אז ער גייט עס מאכען מיט קליינע קינדער!
עס ווינדערט יעדעם פארוואס דאס געשעט, אבער ליידער זענען די דיינים די חתנים מדריכים שולידיג דערינען, צוימסט עם איין ווי משוגע, אוודאי פלאצט ער ווי א חיה רעה,
גיב עם וואס די תורה הייסט עם געבן, געב איר וואס די תורה הייסט איר געבן, זאלען זיי זיך אויסגעבען כדבעי, וועסטו זען אז די פראבלעמען פון מאלאסטעישאן וועט דראפען צו די ערד!
גיי צו די ווייבעל, זי אלץ בשר ודמ'טע דארף זי א זאך וואס הייסט "LOVE" און אויב דער מאן טאר דאס נישט געבן וועט זי עס איין טאג גיין נעמען ערגעץ ווי מען געבט עס יא!!!
דור עקש ופתלתול!!!!!!!
פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות
לויפטץ מיר נישט אין מקוה, גיבט מיר נישט קיין צניעות דרשות און ניצט אביסעלע קאפ, זייט מיר נישט מער פרום פון די תורה הקדושה, און דאן וועלן מיר האבען אסאך אסאך אסאך א שענער דור, מער צופרידענע אידען, ווייניגער מחללי שבתות, און ווייניגער ממזרים.
דו רעדסט צו די זאך. אבער עס זעהט אויס אז דו ביזט עלטער ווי דרייסיג יאר.
ווייל לויט מיין אינפארמאציע, האט זיך די זאך אסאך געטוישט. ווען איך האב חתונה געהאט האט מען מדריך געוועהן מיט ככפאו שד, עס דארף זיין אזוי ווי אין מקוה אריין און גלייך ארויס. נאר משבת לשבת וכו'. פארשטייט זיך אז מען האט נישט אויסגעלערנט קיין מעקאניזים ווי אזוי מען בויט עס אויף. אזוי אויך האט מען נישט אויס געלערנט וויאזוי די פרוי איז מקבל פון דאם. דער עיקר איז אז נאך דח חתונה לערן גוט אדורך סימן ר"מ אין ראשית חכמה שער קדושה פרק י"ז, אויב מעגליך לערן ספר קדושה וצניעות.
היינט איז די זאך אנדערש. עס איז דא אסאך היימישע מדריכים וואס זענען מדריך יעדער חתן כפי תכונת נפשו. מען באגלייט אים עטליכע חדשים (און אסאך עטליכע יאהר) ביז מען זעהט אז די שטוב איז גוט און קראנט אוועק געשטעלט.
ווער איז יא די פראבלעם היינט? די מדריכות!
זיי שפילן נאך כאילו די נשים זענען הייליג. די אינגעלייט וואס ווילן זיך ענדזשויען, זענען נישט אויסגעוואקסן. זיי זענען שולדיג אין אסאך שלום בית. דאס איז א ענין וואס ביודעי ומכירי קאמרינן.
מען דארף געבן קרעדיט ווי עס קומט די מדריכים ב"ה האבן געמאכט אסאך פארשריט. יעצט דארפן די מדריכות.