צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:די אימהות זענען געווען יאנטשי? איך ווארט אויף א מוחאה ברבים קעגן די עלבון אימותינו.

די רעבעצין שתליט"א שטאמט מסתמא נישט פון אונזערע אימהות. איהר עלטער באבע איז געוועין הגר המצרית. :lol: :roll: :oops:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

moti107 האט געשריבן:מסתם האט פרעה און אבימלך געהאט א "פעטיש" צו יאנטשי פרויען. און די אבות האבן געוואוסט ברוח קדשם.

און וויאזוי וועט די רעבעצין פארענטפער'ן די רש"י אויפ'ן פסוק "ועתה נא ידעתי כי אישה יפת מראה את". :?: :!: :roll:
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

קען מיר איינער אנווייזען א ספר אדער קונטרוס פון אן ארטעדאקסישע רב אויף הלכות צניעות אן די אלע ציגעלייגטע משוגתן? אויב סעקזעסטירט בכלל הלכה אויף דעם.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אין כזה דבר! נישטא אזא זאך ווי הלכות בגדי צניעות, ס'דא אפאר גדרים אין הלכות קרי"ש איבער מזכיר זיין שם שמים פאר א ערוה, און די גדר וואס פונקטליך הייסט א ערוה, אבער קיין הלכות אויף וואס א פרוי מעג גיין אין גאס איז נישטא קיין הלכות. פארשטייט זיך חוץ פון קאווערן די בעיסיקס.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

ווי שטייט וואס בעיסיקס מיינט?
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

נולד מאוחר האט געשריבן:קען מיר איינער אנווייזען א ספר אדער קונטרוס פון אן ארטעדאקסישע רב אויף הלכות צניעות אן די אלע ציגעלייגטע משוגתן? אויב סעקזעסטירט בכלל הלכה אויף דעם.


עוז והדר לבושה פין רעביי פאלק פין ענגלאנג
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דא האט מען גערעדט פון די הלכות:

viewtopic.php?f=13&t=1745
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

חזקיהו המלך האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:קען מיר איינער אנווייזען א ספר אדער קונטרוס פון אן ארטעדאקסישע רב אויף הלכות צניעות אן די אלע ציגעלייגטע משוגתן? אויב סעקזעסטירט בכלל הלכה אויף דעם.


עוז והדר לבושה פין רעביי פאלק פין ענגלאנג

ער איז דאך נישט קיין היימישער.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

לעיקוואד האט געשריבן:לויט וויקיפעדיע ווייזט אויס אז רחל אמנו איז טאקע געווען גאנץ יאנטשי

היסטארישע בילד: רחל מיט יעקב

בילד

יעקב יעקב וואו דיין בארד?
Under influence
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

קול מחאה מאחד הרבנים

שליחה דורך יואליש »

שוין, וואטסעפ האט אויפגעלאכטן ווי די הימל אים יולי 4 פארנאכטס:

בס״ד

שמועה שמעתי ותרגז בטני על חילול הקודש והשם שנעשה בפומבי במוצש״ק העבר בעירנו מונסי יע״א, על ידי איזה אנשי בליעל ,צבועים, הדוגלים בשם השם ותורתו, ומגלים פנים בתורה שלא כהלכה, לחרף ולגדף באמותינו ראשי האומה, במטרה לזייף דבר ה׳ ותורתו ולהשניאה על בניו ,היו לא תהיה.

בערמימיות ובאמתלאות של שקר הרעימו על בנות ישראל כשרות הצמאות לדבר ה׳ לבא לשמוע דבר התורה בעניני ״חינוך״ הנחוצים מאוד בדורינו. ובמקום להשמיע דברי חיזוק בענין המבוקש, עמדו דרשנים ודרשניות והיטיפו דברים כדרבונות כלפי מעלה, וחירפו וגידפו אמהותינו הקדושות תחת מסוה צבוע של ״צניעות״.

וכדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו, מגלה אני דעתי ברבים שכל דבריהם דברי דופי הם, וישראל כשרים ימנעו מלהשתתף בכנסיות רשעים ומלחזקם באיזה אופן שיהיה.

ובעצם הענין שבדו מלבם איזה ענין שלפיה יש לנשים למנוע מכיחול ופירקוס, וגם בדו שכדאי מאוד שלא להתלבש בבגדי צבעונין, והכל מטעם ״צניעות״: אצטט בזה דברי חז״ל שבת סד ע״ב:

אמר עולא כדי שלא תתגנה על בעלה כדתניא (ויקרא טו) והדוה בנדתה זקנים הראשונים אמרו שלא תכחול ולא תפקוס ולא תתקשט בבגדי צבעונין עד שבא ר"ע ולימד אם כן אתה מגנה על בעלה ונמצא בעלה מגרשה אלא מה ת"ל והדוה בנדתה בנדתה תהא עד שתבא במים. עכ״ל הגמרא.

והגע בעצמך: אם כנים הדברים שרצון הקב״ה היא שנשות ישראל ישלילו כיחול ופירקוס ובגדי צבעונים מטעם צניעות, הלא שיטת רבי עקיבא (שהיא מקורה של טבילת נדה ויסוד קדושת האומה) שגגה היא, חס מלהזכיר. ויש בזה כפירה בדברי חז״ל רח״ל. וכל זה היא מדרכי השטן להשיב לב בנים מאבותם, תחת מסוה של צידקות ופרישות.

והשם הטוב יתן חן ודעת בלב בניו להבחין בין צידקות לצביעות, בין טוב לרע, בין אמונה לכפירה.

ובזה יצאתי ידי חובתי
יום ד׳ לסדר ולא שמעו אל משה...
החותם בצער...
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

וע"ד הנסתר

שליחה דורך יואליש »

הם אמרו, אל תהי צדיק הרבה, והתורה אמרה כל המצוה, לא תוסיפון.
כתיב בגד חסר אלף, כי אלף מלשון לימוד, וכשיש חיסרון בחכמה מוסיפים בגדים, ובא גד לתקופות הימים, וסופו לבגוד בה.
וכלל ענין הלבושים צמצום האור, ונגרמה לבני אנשי מחומרי יתירתא, שחוה אמרה אל הנחש שנצטותה מלגעת בעץ וגרמה לויתפרו עלי תאנה, וע"י זה כבתה נרו של עולם וירדה חשכה.
ותיקון לזה להוסיף בחכמה, כי חכמת אדם תאיר פניו, לכן בספר תורה של ר' מאיר, מקור האור, כתיב כתנות אור. אבל להגיע לזה, צריכים כתנות עור דייקא, היפך הלבושין, וזהו אור פני מלך, מאן מלכי כל כבודה בת מלך, דר' יוחנן קרי למאני מכבדותא.
וע"י שהנשים משריקות עיניהן כחל זוכין לבחינת אור פני מלך, דבכחל האיר פני המזרח, בחינת עיניים, וזהו עד שבחברון, דמערת המכפלה נקנה מעפרון, לשון איפור, ולזה לא נקברה רחל בחברון, דהייתה יונצ'י.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

חזקיהו המלך האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:קען מיר איינער אנווייזען א ספר אדער קונטרוס פון אן ארטעדאקסישע רב אויף הלכות צניעות אן די אלע ציגעלייגטע משוגתן? אויב סעקזעסטירט בכלל הלכה אויף דעם.


עוז והדר לבושה פין רעביי פאלק פין ענגלאנג

איז דאס נישט די יסוד פון אלע איסלאמישע מנהגים וואס איז נפרץ ביי אונדז?
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

באתי לדרש דרש, אם שככה רגז הבטן, ותשב לאיתנה כבראשונה, ומה הגיע אליה, אם בהשמעת קול, ואם ברוח קדים, אם נוזלים קפאו תהומות, ואם מקשה אחת.
המצפה לישוע, לביאה שניה, ולקדוש נוכל, עוגות אוכל, מצפון תפתח, מתנות הובטח
ליל שמורים,
פה מקום מגורים
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

פון א מענערישן שטאנדפונקט איין הערה'לע נאר(בהנחה אז רוב שרייבער דא זענען מענער) וועמען ארט אז די חבר'ס ווייב - אדער אפילו די אייגענע ווייב אין גאס - גייט אנגעטון יאנטשי און צניעות'דיג? איז דען נישט געשמאקער פאר א מאן צו וואקן אויפן גאס רואיגער אן קיין דיסטרעקשאנס, בפרט אויב מען קען נאך צוקומען צו הסתכלות און הרהורים לוינט זיך זיכער אז די פרויען זאלן גיין בצניעות.

אינדערהיים זאל זיך די פרוי אויסקליידן - אדער אנטבלויזן - כפי אוות נפשו הטהורה, אבער אין די גאס? עס איז אפילו מער, אין א קאמיוניטי וואס איז מער צניעות'דיג און צוריקגעהאלטן, די מענער האבן נישט קיין שייכות מיט פרעמדע פרויען, וועט א גוד לוקינג פרוי גארנישט פארדינען פון פרעמדע מענער, נאר ******* אביוז, מענער וועלן זיך ממלא זיין זייערע תאוות אויף די פרוי'ס חשבון, עטליעסט א מעין פון ******* אביוז איז עס.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אויפן גאס הרגע דיין סעלף קאנפידענס אבער און שטיב זיי קאנפדענט.
סארבעט נישט אזוי מיט אימאשענס. אז סאיז אפגעהרגט מיט די רשעתדיגע ברעינוואשינג איז עס טויט.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

יואליש האט געשריבן:
הם אמרו, אל תהי צדיק הרבה, והתורה אמרה כל המצוה, לא תוסיפון.
כתיב בגד חסר אלף, כי אלף מלשון לימוד, וכשיש חיסרון בחכמה מוסיפים בגדים, ובא גד לתקופות הימים, וסופו לבגוד בה.
וכלל ענין הלבושים צמצום האור, ונגרמה לבני אנשי מחומרי יתירתא, שחוה אמרה אל הנחש שנצטותה מלגעת בעץ וגרמה לויתפרו עלי תאנה, וע"י זה כבתה נרו של עולם וירדה חשכה.
ותיקון לזה להוסיף בחכמה, כי חכמת אדם תאיר פניו, לכן בספר תורה של ר' מאיר, מקור האור, כתיב כתנות אור. אבל להגיע לזה, צריכים כתנות עור דייקא, היפך הלבושין, וזהו אור פני מלך, מאן מלכי כל כבודה בת מלך, דר' יוחנן קרי למאני מכבדותא.
וע"י שהנשים משריקות עיניהן כחל זוכין לבחינת אור פני מלך, דבכחל האיר פני המזרח, בחינת עיניים, וזהו עד שבחברון, דמערת המכפלה נקנה מעפרון, לשון איפור, ולזה לא נקברה רחל בחברון, דהייתה יונצ'י.


ולכך, כאשר הייתה שרה באהל, נאמר באברהם ואנוכי אפר ועפר, דאמהות הווי יונצ'י כידוע ובת כ' כבת ק', אבל כשמתה נאמר ויקם השדה, שהייתה תקומה לאדמה מעפרון, בחינת עפר
ונהפכה פאר תחת אפר, ולכך למידין קיחה קיחה משדה עפרון דאשה נקנית בכסף, לשון כיסופין, דהיה לו כיסופין לאברהם ויקח אשה ושמה קטורה, שנאים מעשיה כקטורת, בבחינת נשים שביריחו א"צ להתבשם מריח קטורת, וקטורה זו הגר המצרית.
ולכך, וחברון שבע שנים נבנתה לפני צוען מצרים, בניין דייקא, בחינת ויבן את הצלע, דע"י שהעלה אברהם איפור של חברון זכה לקטורה. ובזכות שאמרה רחל אולי אבנה ממנה, זכתה לבדרך אפרת, היינו איפור הנ"ל.
כת"י
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

דאס וואס די פודאמענטעליסטן פארשפרייטן בעו"ה אן איסור אויף זיך פארבן דעם פנים, און אין א פארזוך איבערצושרייבן היסטאריע שרייבן זיי בלי שום בושה אז ערליכע פרויען האבן זיך גאר קיינמאל נישט געפארבט, א חוץ פון דעם וואס דאס איז א שקר גס איז דאס נאך פארבונדן מיט פרעסעדענטלאזע איגנארענץ, די גאנצע טעמע איז משקר יסודה די גמרא לויבט שטארק אויס די פרוי פון אבא אומנא פארן זיך פארבן כדי שלא יתן עיניו על אשה אחרת, ווי אויך ציטירן זיי אלס א גמרא אז וועגן פארבן די אויגן בלוי זאל האבן די ביהמ"ק חרוב געווארן ווען מ'רעדט דארטן אז עס געטון געווארן צו פראוואצירן פרעמדע מענער.
מ'געפינט צענדליגע פלעצער כיחול ופירכוס און רבי עקיבא האט דאס מתיר געווען גם בימי נדותה כדי שלא תתגנה על בעלה.
א גאנצע פרק אין הלכות שבת רעדט פון דעם וואס פרויען גייען ארויס באצירט מיט כל ערליי תכשיטים אין רה"ר וואס מ'האט געאסרט טייל פון זיי אום שבת משום חשש הוצאה, און פארוואס גייען די פרויען באצירט נישט נאר וועגן די מענער נאר טאקע ווייל א פרוי בטבעה וויל זיך שיין מאכן אין זיך ארויסווייזן פאר אירע חברט'עס און דערפאר איז דא א חשש הוצאה דערביי.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

דעת תורה האט געשריבן:פון א מענערישן שטאנדפונקט איין הערה'לע נאר(בהנחה אז רוב שרייבער דא זענען מענער) וועמען ארט אז די חבר'ס ווייב - אדער אפילו די אייגענע ווייב אין גאס - גייט אנגעטון יאנטשי און צניעות'דיג? איז דען נישט געשמאקער פאר א מאן צו וואקן אויפן גאס רואיגער אן קיין דיסטרעקשאנס, בפרט אויב מען קען נאך צוקומען צו הסתכלות און הרהורים לוינט זיך זיכער אז די פרויען זאלן גיין בצניעות.

אינדערהיים זאל זיך די פרוי אויסקליידן - אדער אנטבלויזן - כפי אוות נפשו הטהורה, אבער אין די גאס? עס איז אפילו מער, אין א קאמיוניטי וואס איז מער צניעות'דיג און צוריקגעהאלטן, די מענער האבן נישט קיין שייכות מיט פרעמדע פרויען, וועט א גוד לוקינג פרוי גארנישט פארדינען פון פרעמדע מענער, נאר ******* אביוז, מענער וועלן זיך ממלא זיין זייערע תאוות אויף די פרוי'ס חשבון, עטליעסט א מעין פון ******* אביוז איז עס.

זאגסט עפעס,
אבער לאמיר דיר פרעגען, איז דען דאס גאנצע לעבען ארים דער "מאן'ס תאוות"??? די ווייב'ס געפילען זענען זערא? זאלסט וויסען ר' דעת תורה אז יעדער פרוי וואס איז ציזאמענגעשטעלט פין בליט אין פלייש האט ליב, סתם אזוי ליב, אן קיין **** אריינגעמישט, זי האט זייער ליב צי גיין אנגעטין שיין, איז פארוואס ווייל זי איז א אידישע טאכטער מיז מען איר דאס צינעמען?
שנית, ווער זאגט אז "שיין" מיינט "פריצות'דיג"? פון גיין שיין אנגעטיען צי גיין אנגעטין ווי א זונה איז דא א שטיקעל וועג צי גיין
די חורבן הייבט זיך אן ווען דאס וואס מען מעג יא, דאס נעמט מען אויך צי, מילא ווען דער "בשר ודם"דיגער נאטאר וועקט זיך אויף שפרינגט עס שוין צי ווייט,
לדוגמא: עפ"י הלכה איז נישט דא קיין שים פראבלעם צי גיין שפארצירען זייט ביי זייט מיט די ווייב, אוסיגעהאלטען לכל הדיעות, קימען די סקווירא צדיקים, און לערנען אויס די יוגנעלייט אז דאס ווייבעל ברויך צי גיין אפגעריקט א מייל ווייט, ני, דאס ווייבעל האט דאס פיינט דער מאן האט דאס פיינט, ווען ער אדער זי אדער ביידע וועלען נעמען די גאטטס צי גיין זייט ביי זייט, וועלעןזיי פילען אז זיי האבען געבראכען די הלכות, די גדרים, מילא גייען זיי שוין אלעס ברעכען, מה לי קטלה כולה ומה לי קטלה פלגא, איינמאל א מענטש שפירט אז ציליב זיינע "תאוות" מיז ער טיען "נישט אנגענימענע זאכען" ברבים, פילט ער שוין ווי א גאנצע "שייגעץ" אין ער גייט טיען נאך זאכען וואס דאס איז שוין טאקע נשיט אויסגעהאלטען על פי תורה.
אדער נעם די ביישפיל פון מקיים זיין די מצוה, מען לערנט אויס, אין להוי ידיעה אז אין זייער אסאך פלעצער איז דאס נאך אזוי עד היום הזה, אז מען מיז מקיים זיין די מצוה נאר נאך חצות ביינאכט, נאר אין די טינקל, נאר א טפח, און מען טאר נישט האבען קיין שום סעקסואלישע קאנטאקט אין לויף פון די טאג, וועגען קושי השיעבוד, וד"ל
וואס געשעט ווען א יונגערמאן גלייך נאך די חתונה קען נישט נאכטאנצען די משוגעתן? אויב לויפט זיין מזל נישט גיט און זיין ווייב איז געלערנט געווארען אז דאס איז תורת משה, וועט זי עם אפגעטען ווייל ער איז "א שייגעץ" רח"ל, אבער אויב שפילט זי יא מיט מיט עם, פילען זיי ביידע ווי זיי זענען גרויסע בעלי עבירה, און זיי טיען נאך זאכען וואס דאס איז שוין טאקע נישט אויסגעהאלטען על פי תורה.
און אט דאס איז די חורבן, דאס איז דער שעכט מעסער פון די היינטיגע דור, מען האט גענימען דערהויבענע חומרות וואס צדיקים בעלי מדרגה האבען קוים געקענט האלטען, און דאס אויסגעטיילט פאר די המון עם אלץ תורת משה!

איך גיי אייך געגעבן נאך א משל, עס איז דא צווישען אינז א זינגער, א גרויסער סטאר, וואס אסאך גדולים האבען עם מחרים געווען ווייל ער איז נישט אקעי מיט זיין דרך, א נייע אויפגעריסענע מהלך וואס מען האט נישט געזען ביז יעצט,
דער זינגער, זיין טאטע איז גאר א פרימער, מיט אלע שמונה מלבושים, אבער זיין טאטע'ס טאטע איז געגאנגען אנע בארד בכלל, פארען קריג, דער טאטע האט נאכען קריג זיך אנגעטשעפעט אין א חסידות, דארט האט מען עם מגייר געווען, אבער דער זין זיינער איז נישט געווען גרייט אויף די שרעקליכער צימצום, און וואס האט פאסירט? מיר האבען א בארדוועי!

יוד יוד גיי אנע בארד, אזוי ווי די זיידע, אבער היט שבת, עס כשר'ס, אפילו אנע בארד, בארד איז נישט די תורה, די תורה האט תרי"ג מצוות, און אויב שניידסטי די בארד ווייל די האסט עס נישט ליב, ביסטי נאך נישט קיין גוי! ווייל א ריזיגער חלק כלל ישראל וואס גייען היינט לאנגע בערד, זענען זייערע זיידעס געווען מגולחים, און די באבעס "נישט".... וד"ל


ווערטס מיר נישט פרימער, וועלען מיר נישט ווערען פרייער, לערנט אויס וואס איז דאס באמת יודישקייט און לערען נישט אויס אז איסלאם איז יוידישקייט
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

אין איין ווארט, לא ניתנה תורה למלאכי השרת אלא לאדם

שליחה דורך טיטאניק »

ביסט א מענטש? א מענשט איז באשאפען געווארען מיט פארדישענע הנאות תאוות און אזוי ווייטער!
דעם רבוש"ע רצון איז נישט צי דערשטיקען די טבע פון א מענטש, פארקערט, נעמען דער מענטש'ס טבע און עס ניצען כשר'דיג און ערליך
מעגסט עסען, עס געזינטערהייט, אבער כשר'ס, (און אלע מומחים זענעןמודה אז כשרות איז פשוט א געזינטע זאך און א טובה פאר א מענטש) מעגסט ארבעטען און מאכען געלט, אבער נישט שבת, (וועקעישאן איינמאל א וואך!) מעגסט האבען א ווייב, אפילו מער ווי איינס, (אבער טאנץ נישט ארים, און אלע זענען מודה אז ווען מען פארלירט קאנטראל איז מען אויס בן אדם, כ'רעד פון די דעת הגויים אפילו) און אזוי ווייטער
די תורה איז נישט א מיטעל צי פארביטערען דאס לעבען פון מענטשען! ניין! די תורה איז א מיטעל צי פארבעסערען און דערהייבען די לעבען פון א מענטש, ער זאל לעבען א "בעסערישע" לעבען, א לעבען מיט "מאנירען", און אויף א הויעכע לעוועל

זענען געקימען רשעים, האבען פארדרייט די יוצרות, ציזאמען געשלעפט אלע זאכען וואס האט נישט קיין שים נארמיילער הסבר על פי תורה, און דאס געמאכט פאר תורת משה,

יעצט, דער מענטש בלייבט מענטש, זיינע נאטירליכע רצונות ווערען נישט נעלם, און פינקט ווי א חיה אין א זו איז אסאך מער עגרעסעוו זייעדניג פארשפארט אזוי אויך דער מענשט, פארשפארסט עם? וועט ער זיין אסאך מער ווילד אסאך מער עגרעסעוו!

ווארפט אוועק אלע חומרות, לאזט דאס אפ, האלט אייך צים די תורה אין נישט צי משוגעתן
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דעת תורה האט געשריבן:פון א מענערישן שטאנדפונקט איין הערה'לע נאר(בהנחה אז רוב שרייבער דא זענען מענער) וועמען ארט אז די חבר'ס ווייב - אדער אפילו די אייגענע ווייב אין גאס - גייט אנגעטון יאנטשי און צניעות'דיג? איז דען נישט געשמאקער פאר א מאן צו וואקן אויפן גאס רואיגער אן קיין דיסטרעקשאנס, בפרט אויב מען קען נאך צוקומען צו הסתכלות און הרהורים לוינט זיך זיכער אז די פרויען זאלן גיין בצניעות.

אינדערהיים זאל זיך די פרוי אויסקליידן - אדער אנטבלויזן - כפי אוות נפשו הטהורה, אבער אין די גאס? עס איז אפילו מער, אין א קאמיוניטי וואס איז מער צניעות'דיג און צוריקגעהאלטן, די מענער האבן נישט קיין שייכות מיט פרעמדע פרויען, וועט א גוד לוקינג פרוי גארנישט פארדינען פון פרעמדע מענער, נאר ******* אביוז, מענער וועלן זיך ממלא זיין זייערע תאוות אויף די פרוי'ס חשבון, עטליעסט א מעין פון ******* אביוז איז עס.


פון א מענטשליכע שטאנדפונקט, פארוואס טוסטו זיך אן דיין גוטע הוט\רעקל ווען דו גייסט ארויס אין גאס אדער צו א שמחה? ס'דאך נישט דיר, ס'איז דיין הוט. וואס פעלט דיר אויס די דאגה פון דיין שיינע הוט זאל קאליע ווערן פון די רעגן אדער פליען אין די ווינט? איז דען נישט געשמאקער צו וואקן אויפן גאס רואיגער אן קיין דיסטרעקשענס? בפרט אויב די הוט קען נאך אראפ פליען, לוינט זיך נישט צו גיין מיטן שמאטע הוט?

אינדערהיים טו דיך אן די שיינע הוט, כפי אוות נפשו הטהורה, אבער אין די גאס? א שאד די טירחה.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

רבותי, אפשר קען זיך דער עולם אביסל בארואיגן? גייט אהיים און לערנט אויס פאר אייערע ווייבער די הלכות פון צניעות וואס שטייען אין גמרא, זי זאל נישט גיין קיין טפח פון די פיס אויפגעדעקט, און א גוטן טאג. ידיעות איז מאכט. אזוי לאנג ווי מען וועט לאזן די פרויען זיין בלויז קעכערס און קינדער פראדוצירער וועלן זיי זוכן עפעס צו אנפילן זייער אידישקייט און סיפוק, לאו דוקא אויף א נארמאלער אופן. א פרוי וואס איז פארנומען מיט זאכן וואס גיבן איר סיפוק האט נישט קיין צייט פאר די אלע שטותים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יאיר זאגסט זייער גוט, דער פראבלעם ביי מאנכע איז, זיי טרעפן אן דאס פרוי. נאר נאך יארן וואס מ'האט זיי דיסעדיוקעטעד! אדער "עדיוקעטעד נישט צו ווערן עדיוקעטעד" טייל מאהל מיט אימארטל קאנסעקווענסן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

moti107 האט געשריבן:יאיר זאגסט זייער גוט, דער פראבלעם ביי מאנכע איז, זיי טרעפן אן דאס פרוי. נאר נאך יארן וואס מ'האט זיי דיסעדיוקעטעד! אדער "עדיוקעטעד נישט צו ווערן עדיוקעטעד" טייל מאהל מיט אימארטל קאנסעקווענסן.

העי, יעצט גנב'סטו צו מיינע (אמאליגע) חתימות. האסט פארגעסן אז איך האב שוין אפדעיטעד מיין אומהאפענונג אין די היומען ראסע מאטא צו אן אהבת הבריות מאטא. און לאמיר זיך נישט נארן ביסטו אליין נישט געווארן דיסעדיוקעיטעד? און פונדעסטוועגן איז אויסגעוואקסן אזא מאטי, קיינעהארע.
דער אמת איז אז אויב מען האט א נאנטער קשר מיט די ווייב וועט עס זיכער מיט די צייט אריינדרינגען, בדוק ומנוסה. און אויב האט מען נישט קיין נאנטער קשר מיט די ווייב, וואס די העק מיט צניעות, קודם בוי דיין שלום בית.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט