זאכן וואס איך וואלט געוואלט האבן.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

זאכן וואס איך וואלט געוואלט האבן.

שליחה דורך מאטי »

איך וועל אנהייבן מיט די זאכן וואס דרוקט מיר אין הארצן , און דער עולם זאל צולייגען מיט א ברייטקייט.

וואס האלט איר, וועלכער ווארט אינעם דיקשאנערי פארמאגט דאס מערסטע דעפיניציעס? 

איך וואלט געגעבן דעם טיטל פארן ווארט ״פפפאאאאאאפפפ!!!

קענט איר זיך פארשטעלן ? אפילו נאכן רעדן קלאר דורך לעבעדיגע מענטשן ״ ברחל...טי או טי!  וועט אלץ אפיר קומען קעגנגעזעצטע מיינונגען וואס ער/זי האט געמיינט/געטראכט/געפלאנט צו זאגן. ״מ׳האט ארויסגענומען מיין ווארט פון קאנטעקסט״ איז א גוט גייענדער פארענפערונג פאר פאליטיקאנטן/רבנים/מחנכים/עסקנים. מענטשן קומען כסדר אויף מיט פרישע פשטים אריינצולערנען א געשריבענער/געזאגטער ווארט און נאכהער אולי ואולי וועט זיך מאכן אז מ׳זאל פארשטיין.

און דא נעמט מען איינע פון די וויכטיגסטע מאמענטן פארוואס דער כח הדיבור איז געגעבן געווארן -- בשעת׳ן פירן אן אוטו -- און מ׳באגניגט זיך מיט אן אלטער אויסגעדראשענער אויסגעוואקסענער ״פפפאאאאפפ״!!!

וואס דער כף הקלע מיינט דאס פפפפאאאאפפ!!!???? רבוש״ע.

מיר לעבן אין א סאפיסטאקירטער וועלט:

אמאהל איז א קאר געווען פיר רעדער מיט א בית קיבול.
אמאהל איז א טעלעפאן געווען בלויז א טרייבל מיט קנעפלעך (עיין פעסטער רב).

מיר האלטן אין איין מאדיפיצירן ממש אלעס! אלעס! דער קאר האט שוין היינט.... וואס נישט? אן עקסטערער תחתונים ווארימער, שפיגעל ווארימער, כל ערליי ווייזערלעך מיט שמיטשיקלעך, מ׳קען האלטן דעם דרייווער ווארעם און דער פאסאנדזשיר קאלט, און ווייס ווירסא, מ׳דארף שוין נישט דייעלען היינט, מ׳שרייט  ״קאלל באבי אוסטרייכער״ און היידא זי איז אויפן ליין! און נאך אויפן ספיקער פונעם קאר. מ׳קען אנשטעלן אלערטס אויפן פאון, זאל איך זיין סיי ווי, אבער אויב איינע פון מיינע פרענדס אויפן ״פרצוף בוך״ האט געטוישט זיין מעריטול סטאטוס פון ״קאמפליקעטעד״ צו ״סיריעסלי קאמפליקעטעד״ באקום איך אויף דער רגע! ממש.. דעם מורא׳דיג וויכטיגער אפדעיט.

אבער ווען מ׳דארף מאכן טויט אדער לעבן באשלוסן אין געציילטע רגעים, האבן די גרויסע חכמים קארפן קעפ אינעם קאנפערענס רום ביי טיאטא/האנדא, נישט געפונען פאר וויכטיג נאר צו לאזן דעם זעלבן אלטן אפגענוצטן צוריקגעבליבענער פפפאאאאפפפ!!!? שומו שמים.

שטעלט אייך פאר א לויער וואס זיין אויפגאבע איז צו דיפענדן אן אנגעקלאגטער מערדער, שרייט: ״אבדשעקשאן יאר האנאר! ״פפפפאאאאאפפפפ!!! און די זשורי דארף אויסוועלן איינע פון די צענדליגער דעפיניציעס וואס ״פפפפאאאאאאפפפ!!! פארמאגט. 

לאמיר אייך געבן עטליכע דעפיניציעס פון פפפפפפאאאאפפפ!!!!

אנטשולדיגט״ ס׳איז שוין גרין הערט אויף צו טעקסטן און פאנגט אן פארן.

האלו דו ״משוגענער״ קענסט נישט פארן אביסל שנעלער!

ווייבל טייערער, דיין באגאבאא שטעקט זיך צופיל ארויס אויפן גאדער.

זאג נאר ווייבל האסט געקויפט דיין בעבי אויף מעדיקעד?

ווילסט קראסן ? גיי.. איך ווארט.

וואס קראוסטו ווי א צודרייטער!! זעהסט נישט כ׳האב באשלאסן צו איגנארירן דעם רייט אויף וועי?

אנטשולדיגט, איך אייל זיך זייער, איר ווילט מיר אפשר אריין לאזן ?

דו פ....ן ע... .....ל!! וואס קאטסטו אריין און מיין לעין! דו ווייסט ווער איך בין? לו יש חרב בידי......

איך בין א טעקסי דרייווער וואס ווארט אויף מיין פאסאנדזשיר.

דו רוצח! וואס דו ביסט, דו האסט אויסגעכאפט מיין פארקינג ספעיס! זעהסט נישט איך ווארט שוין דא א האלבע שעה.

אבער ווי נישט ווי קומט מען זיך נאך געהעריג אויס מיט האלב נארמאלע מענטשן, מ׳פארשטייט זיך אויפן פפפפאאאאפפ!!!! 
וואס טוט זיך אבער ווען איר מאכט אן אומשולדיגער פפפפפאאאאפפפ!!! בלויז צו זאגן ״אנטשולדיגטס מיסטער, איך וויל פשוט אריבער פארן דא, פליז שטייט נישט דאבל פארקט.״

אבער דער יעניגער האט באשלאסן אנצונעמען גאר אן אנדערער דעפיניציע. ער הערט: ״דו געמיינער יונג! דו מיינסט ביסט בעל הבית אויף דער גאס דא ? סארא חוצפה!!! טראג דיין ברייטע מעשה אוועק פון דא, דעי רגע!!.״

נו גערעכט צו אומגערעכט דאס איז שוין אפענסיוו.

יענער באשליסט זיך אנצונעמען פאר זיין ״כבוד התורא״ מיטן גרעסטן חומר הדין, איר כאפט זיך שנעל אז איר זענט אריינגעפאלן מיטן ראנג מענטש אינעם ראנג טיים, איר האט שוין חרטה פארן גאנצן פייף, איר ווילט צוריק ציען, זאגן איימסארי.. כ׳האב גארנישט געמיינט...

אבער וויאזוי טוט מען דאס ?

יא! איר האט צוגעטראפן פפפאאאאאפפפפ!!!!!

אוי וויי............. כ׳לאז איבער דעם פאנטשליין פארן מלאך הממונה על הדמיונות.

פארוואס זאל נישט זיין אן אנדערער שטימע לאמיר זאגן ״בבבבאאאאאאאבבב״ וואס זאל ווערן אנגענומען אלס  ״איך צו צוריק דעם פפפפאאאאפפפ!!!?
 פארוואס זאל נישט זיין אן עקסטער שטימע פאר יא!, ניין! ״איך בין רואיג״, ״איך בין נערוועז יעצט״, ״איך בין עלטער פון דיר״, ״איך קען בעסער דרייוון פון דיר״, איך לאז דיר אריין״. כ׳האלט דיר ״נישט״ ביים אריינלאזן״. 

וואלט נישט געווען א בעסערער וועלט אזוי ? פרעג איך אייך.....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

:lol: :lol: :lol: :lol:

הא הא, אוי ביסטו גוט, מאטל! (און וועלקאם בעק! ווי מיסד יו.)
אריין אינעם פאנטאזיע אשכול.
וירח ה' את ריח הניחוח
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

[tag]שמעקעדיג[/tag], וואס וועסטו טון אין די פאנטאזיע אשכול...?
.
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

מאטל איז גערעכט. זייער אסאך מאל מאכט זיך דעם פראבלעם ווען מ'שטייט אונטער א קאר ביי א רויט לייט און מ'זעהט א חבר אין גאס מוז מעןדאך פפפפאאאאאאאאאאאאפפפפפן אז דער חבר זאל מיר באמערקן און זאגן העלא. אבער דער פון פארנט הייבט אן פארן מיינענדיג אז ס'איז שוין גרין. ווען ער זעט אז ס'רויט טראכט ער וואס איז ראנג מיט דעם בהמה?.. מ'מוז טאקע זען צו טון עפעס. איך האב אמאל פארגעשלאגן פאר איינעם אז דע קאמפעניס זאלן אריינבויען קליינע אייקאונס אויף אלע באמפערס און מ'זאל קענען ווייזן פאר אלע וואס פארן אונטער דיר א סמיילי אדער א טענק יו אדער א גערעגטע פנים אא"וו.

מז"ט 500 תגובות :like
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מאטי, איך האב געלאכט 107 מאל. :lol:
מיין צוויי סענס אויף דעם ענין במקו"א: viewtopic.php?p=158043#p158043
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:מז"ט 500 תגובות :like


מזל טוב פינטעלע!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

פפפפפאאאאאאפפפפפפפ!!!!
אויש סארי, WWWWWOOOOOOWWWWWWW!!!!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

ווען פאפא בלאקט בעדפארד ביים חופה איז פפפפפפפפפפפפפפפפאאאאאאאאאאאאאאאפפפפפפפפפפ יא גאנץ פארשטענדליך.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אחרי ככלות הגעלעכטער, טראכט איך מיר איבער אין מאטי'ס ווערטער, און ער האט א שטארקע נקודה.
מענטשן האבן איידיעס וואס וואלט געקענט בעסער און גרינגער מאכן דאס לעבן, אין מערערע הינזיכטן. ברם דא עקא, אז דו האסט נישט קיין וועג ווי אזוי דיין בקשה זאל אנקומען צו די אויערן פון די גרויסע קאמפאניס וואס וואלטן זיך פילייכט אפילו געפרייט צו הערן דעם דעת הקהל.

למשל, ביי עפפס וואס מען דאונלאודט צום פאון (איך רעד פון אנדרויד, עפל ווייסעך נישט), האב איך אסאך מאל הערות ווי אזוי מען קען פארבעסערן און פארגרינגערן, איז ביי גוגל-פלעי קען מען אלץ קאנטאקטן דעם דעוועלאפער צו לאזן פיעדבעק, וכן עשיתי כמה וכמה פעמים, ס'איז ממש א מחי' ווען דו האסט עפעס צו זאגן און דו האסט צו וועמען צו רעדן און מסביר'ן ווי אזוי מען קען פארבעסערן א פראדוקט.

איך בין זיך אויך נוהג - ווען אימער עס איז נאר מעגליך - אויב האב איך א טעלעפאן נומבער, א אימעיל, אדער אפילו נאר א אדרעס צו שיקן א בריוו, וועל איך זיך לאזן הערן. איך האב שוין גערעדט מיט גאר אסאך קאמפאניס, און איך רעד פון גרויסע פרעסטיזשפולע קאמפאניס, און זיי אויפמערקזאם געמאכט אויף געוויסע חסרונות מיט זייערע פראדוקטן וואס איך האב געקויפט. מיט טייל האב איך פארבינדן ביי אימעיל, טייל מיט פשוט'ע אלטמאדישע בריוו. עטליכע קאמפאניס האבן מיר אפילו צוריקגערופן דיסקוסירן מער בפרטיות און הערן וואס מען קען לענ"ד בעסער מאכן (א שטייגער קאמפאניס ווי פארד, פענעסאניק, סאוני, און נאך אנדערע)

איך בין אין א געוויסע וועג א שטיקל פערפעקשאניסט, אויף רוב פראדוקטן קען איך טרעפן געציילטע חסרונות וואס וואלט בעסער געווען ווען מען שטעלט עס אויס אדער מען דעזיינט עס אביסל אנדערש. איך האב הנאה געהאט צו זעהן אז עטליכע וויכטיגע פראדוקטן וואס טויזענטער מענטשן נוצן זענען פארבעסערט געווארן לויט מיינע איידיעס. קאן זיין איך בין נישט געווען דער איינציגסטער מיט די איידיעס, אבער עס שפירט זייער גוט ווען דו רעדסט מיט א פארשטייער פון די קאמפאני, און זיי שמועסן מיט דיר, און זיי געבן דיר גערעכט און לאזן דיר וויסן אז אין די קומענדיגע מאדעל וועט מען פארבעסערן דאס און יענץ, און א יאר דערויף זעהט מען די שינויים לטובה!

אין די היינטיגע אינטערנעט עפאכע קען מען צווינגען קאמפאניס זיך צו טוישן דורך פרעשור אנליין, מען עפנט בלאגס און מען איז מפרסם רעוויאוס ווי עס לאזט זיך. איך האב שוין געשריבן כמה וכמה רעוויואס ביי עמעזאן אויף ממש מינדערוויכטיגע פרטים פון געוויסע פראדוקטן, און געווארן איבערראשט אז נישט לאנג דערויף זענען ערשינען די נייערע מאדעלן פארבעסערט לויט מיינע עצות. אבער דאס זענען טיילמאל "שינויים מיראה", אלס פרעשור.

עס וואלט געווען די העכסטע צייט צו עפענען ביי יעדע קאמפאני א "אינפארמאציע צענטער", ווי די קאסטומערס זאלן קענען אריינרופן אויפן טעלעפאן אדער ביי אימעיל מיט זאכן וואס באדערט און ווי אזוי עס צו מתקן זיין. עס וואלט צוביסלעך געווארן מער א עולם התיקון.

איך האב עס שוין דערמאנט ברמז דא, און [tag]שליח[/tag] (וואו איז ער טאקע?) האט טאקע גע'עצה'ט אז מען קען קאלן די קאמפאניס, עיי"ש.

לענינינו: מאטי זאל אריינרופן טאיאטע/האנדע/פארד און זיי פארשלאגן דעם פפפפפאאאפפפער מיט ע' לשונות של חרדל, כולי האי ואולי......
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

וואס איז ברם דא עקא
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקי היקר וואס קען איך פארבעסערן?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווען איך רעדט אויפן סעללפאון און איך דארף בעטן א נומבער, כ׳פרוביר קודם זאגן ״שיק מיר א טעקסט! איך גיי נישט געדענקן דעם נומבער א רגע שפעטער״ אבער אז יענער שפארט זיך אז ער קען נישט, ער ווייסט נישט, נעם דעם נומבער און לאמיך לעבן. דאן גייט דער שמועס בערך אזוי :

איך: אקעי, וואס איז דער נומבער?
נאן טעקסטער: 347
איך: 347 ווייטער..
נ״ט 698
איך: וואס?
נ״ט: 7654
איך: 654 נו ווייטער...
נ״ט: ווייטער וואס ?
איך: די לעצטע נומבערס!!
נ״ט: כ׳א דיר יעצט געזאגט! וואסי מידיר?
איך: כ׳אב געהערט נאר דריי..
נ״ט: דריי פון די פיר לעצטע נומבערס?
איך: ניין דריי פון די מיטלסטע דריי..
נ״ט: אקעי זאג מיר איבער ביז ווי דו ווייסט און איך זאג פון דארט און ווייטער.
איך: 654 347.....
נ״ט: 654 וואט דע ה....? דאס איז נישט מיין נומבער..אה ס׳איז דריי פון די לעצטע פיר, מאטי האסט אויסגעלאזט....
איך: האלו פאנג נאכאמאהל אן געהעריג! איך פארמעט יעצט דיין גאנצן נומבער פון מיין מוח.

שוין .. איך באקום ענדליך דעם גאנצן נומבער אנע בלעמישעס..יעצט וויל דער פון אנדערן זייט ווייטער ממשיך זיין מיט וואס אימער, אבער מיין מח ארבייט פיבערהאפטיג 3476987654 3476987654 3476987654 .... איין מינוט ... כ׳דארף עס אפשרייבן ווילאנג איך געדענק׳ס נאך - שריי איך אריין - אבער גיי טרעף א פען (וואס ארבייט) יעצט.

זאל איך ממשיך זיין? נע..

פארוואס זאל נישט זיין אויפן סעלל א ריקארד קנעפל! ווען איך וויל געדענקן א נומבער,קאנפירמעטיאן, נאמען פון א גאס/קאמפאני/דאקטאר, געב איך א קוועטש ריקארד, נאך א קוועטש צו ענדיגן , און ס׳סעיווד זיך אטאמאטיש, ושלום על ישראל.. איך קען צוריק גיין ווען אימער צו חזר׳ן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

moti107 האט געשריבן:ווען איך רעדט אויפן סעללפאון און איך דארף בעטן א נומבער, כ׳פרוביר קודם זאגן ״שיק מיר א טעקסט! איך גיי נישט געדענקן דעם נומבער א רגע שפעטער״ אבער אז יענער שפארט זיך אז ער קען נישט, ער ווייסט נישט, נעם דעם נומבער און לאמיך לעבן. דאן גייט דער שמועס בערך אזוי :

איך: אקעי, וואס איז דער נומבער?
נאן טעקסטער: 347
איך: 347 ווייטער..
נ״ט 698
איך: וואס?
נ״ט: 7654
איך: 654 נו ווייטער...
נ״ט: ווייטער וואס ?
איך: די לעצטע נומבערס!!
נ״ט: כ׳א דיר יעצט געזאגט! וואסי מידיר?
איך: כ׳אב געהערט נאר דריי..
נ״ט: דריי פון די פיר לעצטע נומבערס?
איך: ניין דריי פון די מיטלסטע דריי..
נ״ט: אקעי זאג מיר איבער ביז ווי דו ווייסט און איך זאג פון דארט און ווייטער.
איך: 654 347.....
נ״ט: 654 וואט דע ה....? דאס איז נישט מיין נומבער..אה ס׳איז דריי פון די לעצטע פיר, מאטי האסט אויסגעלאזט....
איך: האלו פאנג נאכאמאהל אן געהעריג! איך פארמעט יעצט דיין גאנצן נומבער פון מיין מוח.

שוין .. איך באקום ענדליך דעם גאנצן נומבער אנע בלעמישעס..יעצט וויל דער פון אנדערן זייט ווייטער ממשיך זיין מיט וואס אימער, אבער מיין מח ארבייט פיבערהאפטיג 3476987654 3476987654 3476987654 .... איין מינוט ... כ׳דארף עס אפשרייבן ווילאנג איך געדענק׳ס נאך - שריי איך אריין - אבער גיי טרעף א פען (וואס ארבייט) יעצט.

זאל איך ממשיך זיין? נע..

פארוואס זאל נישט זיין אויפן סעלל א ריקארד קנעפל! ווען איך וויל געדענקן א נומבער,קאנפירמעטיאן, נאמען פון א גאס/קאמפאני/דאקטאר, געב איך א קוועטש ריקארד, נאך א קוועטש צו ענדיגן , און ס׳סעיווד זיך אטאמאטיש, ושלום על ישראל.. איך קען צוריק גיין ווען אימער צו חזר׳ן.

שוין, דו האלסט נאך ביי דעם, אז זיך צו פארבינדן מיט עמיצען ברויך מען האבן א צעל נומער, און דערויף גיסטו דיין קריטיק. קומסט מיר פאר ווי יענער וואס בייזערט זיך פארוואס מ'קען נישט אויפקומען מיט אן איידיע אז די ענדלאזע -- פענסיל געדרייטע -- שלשלת הקאסעטע, זאל זיך דרייען ווי א מענטש אויף די פאלקזאמע טעיפרעקאדער רעדער, און זיך נישט אריינכאפן צווישן די פארשאלטענע ציינדעלעך.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

חכם.. כ׳האב געבעטן דעם נומבער פון דיין פעטער זז׳׳ג .. לעסט טיים איי טשעקט האט ער נאך דעם רעקטענגל טעיפרעקארדער מיטן ארענזשען ריקארד קוועטשער. דער בית יד אין פארנט איז שוין ארויס פון אירע טרעקס אבער איינע פון די קינדער -- א פאכמאן פון געבורט -- געט זיך אן עצה וויאזוי אריין און ארויסצושלעפן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך האב יעצט געדיילט 347-698-7654 פולי עקספעקטינג צו זאגן העלא מוטי, אבער למעשה באקום איך א דייל טואן. נישט פעיר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט