פרימקייט אין די היסטאריע פון חז"ל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

פרימקייט אין די היסטאריע פון חז"ל

שליחה דורך טיטאניק »

אין די צייטען פון חז"ל זענען אויך געווען פיל מיט אזוי געריפענע "פרימע חברה", און דעמאלס האבען די רבנים (די פרושים) געטין דאס ריכטיגע, מען האט די "פרימע חברה" אדער ווי מען ריפט זיי "צדוקים" ציקוועטשט און ארויסגעשטיפט פון די סיסייעטי, ביז זיי האבען געמיזט הייבען פיס ווי ארז הלברנס צי די בערג, זיי האבען געוואוינט אין די מדבריות, אין היילען,
יא זיי זענען געווען "די נרדפים", פאר גארנישט און נישט, סתם פאר קנאה,
זיי האבען אבער נישט געוויסט ווי גיט זיי האבען געזאגט, "אמת קנאה, אבער קנאת ה' צבקות", די ערליכע אידען די פרושים האבען געהאט ביצים, זיי האבען געוויסט אז מיטען לאזען די חברה האבען א דריסת רגל ביי כלל ישראל וועט כלל ישראל נישט האבען קיין קיום רח"ל, ס'וועט נישט נעמען לאנג און פון די אויסגעוועלטע פאלק וועט ווערען חבורות חבורות פון עבודי עבודה זרה'ס פרימער פון די טאליבאן אליינס,
פאר ווער עס קען נישט די היסטאריע, איז כדאי צי מגלה זיין, אז דייקא די צדוקים, די פרימע חברה, זענען געווען זייער פרים מיט בעיקר עניני קדושה, א חלק פון זיי האבען מקפיד געווען אויף אויסטערלישע חומרות אין טהרה, האבענדיג מקוואות אין יעדע ד' אמות, ממש ווי די קאטשקעס זיך געטויבעלט יעדע 2 מינוט, דא גייט מען צינדען חנוכה ליכט, דא גייט מען גראגערען המן, דא גייט מען עסען ט"ו בשבט פירות און אזוי ווייטער, און פארדעם ברויך מען דאך גיין זיך פלאטשקען אין וואסער!
א טייל פון זיי האבען אפילו נישט געוואלט חתונה האבען, יא ראדיקאליזעם איז זייער סכנה'דיג, זייער ראדעקאליזעם האט זיך אזוי צישפילט אז זיי האבען עס גענימען צו אזא עקסטרעים (ארז הלברנס האסט נאך וואס זיך צי לערנען פון זיי!) זיי האבען געהאלטען אז עס איז נישט מעגליך אזא מציאות אין די וועלט אז א פרוי זאל באמת זיין ערליך און נישט מזנה זיין, מילא האבען זיי נישט געוואלט חתונה האבען!

אבער לאמיר זען, וואס האבן די חז"ל געטין צי זיי? מען האט זיי אויסגעשפיגען! פארוואס? וועמען שטערט אז זיי זאגען אז רחל אמנו איז געווען יאנטשי? פרימקייט איז דאך לכאורה א מדרגה, ניין? זעט אויס אז חז"ל האבען געהאט אן אנדערע בליק ווי דער סקולענער רבי, און אנדערע צדיקים, און זייער שיטה איז געווען אז פינקט ווי מען ברויך זיך צי דערווייטערען פון מתיוונים, די זעלבע מיז מען זיך מתרחק זיין און מען מיז מרחק זיין די עקסטרעם פרימע, זיי מאכען גארנישט ווייניגער שאדען פאר די עקסזיסטענץ פון כלל ישראל!

מיר האבען היינט די זעלבע מכה פון צדוקים, זיי ריפען זיך מיט כל מיני נעמען, איינער איז מער ראדיקאל איינער ווייניגער, אבער הצד השוה שבהם אז זיי זענען צדוקים, עלעמענטען וואס מאכען חרוב כרם בית ה', זיי ברענעגען אינטער כלל ישראל, און מיר דארפען זיך נעמען זיי מרחק זיין, ארויסשפייען פון כלל ישראל! אזוי ווי חז"ל האבען געטין,
נישט קיין נפקא מינה ווי דער צדוקי ריפט זיך, צי הייסט ער ר' אליזער חיים בלום אדער ר' ארז הלברנס, אדער דער מיליכיגער ר' אבא חייא טויבער, ר' דוד טווערסקי מסקווירא, אלעס איינס, זיי זענען אלע פשוטע צדוקים, עקסטרעמיסטען, וואס מיט זייער עקסטרימיסטישקייט האבען זיי שוין זייער אסאך אידישע ערליכע נשמות ארויס געווארפען פון כלל ישראל, אן א שיעור ציבראכענע אידען וואס וואלטען ווען געליבען ערליכע פיינע אידען ווען נישט מען צווינגט ארויף אויף זיי די צדוקישע מהלך פון זיין עקסטרעים!

מיר דארפען זיך אפטיילען פון די רשעים, התחברות לרשעים איז זייער הארב, לאמיר יעדער פון אינז פארדאמען אלע פרימע צדוקים, און מייסד זיין גראפעס פון יונגעלייט וואס ווילען פירען שטיבער על פי התורה המסורה לנו און נישט לויט די קאפריזען פון די צדוקים,
לאמיר זיי שטיפען אין זייער ווינקעל אריין, דער ר' ארז הלברנס אין די קאנאדישע קאלטע בערג אריין, דער סקווירא רבי נאך טיפער אריין אין זיין שטעטל, און דער קאשויער נאך מער ארויף צי די בערג, וה' הטוב ירחם עלינו אז ער זאל אינז שוין שיקען משיח צדקינו און אינז ראטעווען סיי פון די מתיוונים און סיי פון די צדוקים,
וקרב פזורינו מבין הגויים ונפיצותינו קבץ מארבע כנפות הארץ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טיטאניק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר