די קליפות הטמאות פין "חסידיזם"און "פרומיזם" אין איר שורש.
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

ווען פרומקייט וואלט ווען געווען א גוטע זאך וואלט זיך זיכער דער בעל דבר פארלייגט צי שטערן אידען פין זיין פארפרומט, אבער דא עקא זעה מיר אז ס'נישטא קיין יצר הרע קעגען פרומקייט, אדרבה ס'זעהט גאר אויס ווי ער העלפט צי, ווי מער אלץ בעסער, ס'ווערט פראדיצירט אויף א קאמערשעל פארנעם, און דער עולם גולם ווערט נעבעך אריינגעחאפט און די ביטערע נעץ פין "פרומיזעם",
פאר'ן צווייטען וועלטס קריג ווייס מיר ס'האט געבישעוועט כל מיני פרטייען למיניהם וואס האט נעבעך געריסען שטיקער פין כלל ישראל, ס'ממש געווען אין בית וואס האב נישט פארלוירען אא קינד צי קינדער צי איינע פין די פארטייען, קאמאניזעם, ציוניזעם, און אנדערע פארטייען למיניהם,
יעצט און אונזער דור איז דער בעל דבר אויפגעקומען מיט צוויי רוחות רעות מיט וואס צי אנגרייפען כלל ישראל, איינס איז די טרויעריג בארימטע "חסידיזעם" וואס און קורצען איז דאס א מאדנע עבודה זרא באוועגונג וואס אסאך מענטשען נעמען איין מענטש פאר א "מאנקי אין די מידדעל" אין מאכען עים פאר א אפגאט רחמנא ליצלן, זיי גלייבען אז ער איז מתקן זייערע נשמות, זיי ציטערען פין זיין הקפדה, זיי געבען עים געלט, זיי חאפען זיין "שיריים" און אזוי ווייטער יעדע עבודה זרא כפי עבודתו, ס'דא מער ליבעראלע חסידיזעם "פארטייען" אין אזוי ווייטער ביז שרקעקליך משונה'דיגע "חסידיזעם" פארטייען,
נאכדעם האט דער בעל דבר אנגעהויבען א "פרומיזעם" באוועגונג, א באוועגונג צי משוגא מאכען כלל ישראל מיט שרעקליך משונה'דיגע מנהגים וואס יסודתם בהרי חשך, יעדער וואס וויל מיטגיין מיטען רוח הזמן האט אנגעהויבען צי ציען אויף עקסטרעים רעכטס, מיט כל מיני חומרות און נארישקייטען אשר לא שערום אבותינו, אין אויף דעם וויל איך מיר שטעלען יעצט, וואס איז די פסיכאלאגישע יסוד פין "פרומיזעם",
כ'זעה אז ס'דא מענטשען וואס בעצם וואלט איך געזאגט אז זיי זענען נישט באמת קיין ערליכע מענטשען, אבער ביז "פרומיזעם", ווען ס'קומט צי געוויסע נארישע פרומקייטען איז נישטא וואס צי רעדען, זיי שטעלן זיך אהער ווי פרומשיגע יהלומים, חאטשיג וואס איך ווייס אז ווען ס'רירט אן אין פינטעל איז נישטא נישט קיין תורה אין נישט קיין סחורה,
האב איך געטראכט אז קען זיין אז די פרומקייט איז אזא סארט פסיכאלאגישע דעקונג פאר זייערע פוסטקייט, ס'מאכט זיי שפירען בעסער, וואסהייסט ער איז דאך א פרומער !, וואסהייסט ער וויל זיין איידים זאך זיצען אין כולל, איי ער איז קיינמאל אין קיין כולל נישט געזעצען, נו אבער ער איז דאך א פרומער, ער מאכט נישט קיין קידוש צווישען זעקס אין זיבען, איי דער עולם איז הונגעריג, נו ער איז דאך א פרומער, האסטע געהערט א מעשה .... זאלען זיי זיין אביסעל הונגעריג, נו ס'נישט גרינג צי זיין א יוד,
פארשטייט זיך אז ווען ער אליינס ווערט הונגעריג דאן מעג מען יא מאכען קידוש צווישען זעקס אין זיבען, ס'שטייטעך אין די ספרים אז היינטיגע דורות טאר מען זיך נישט פייניגען, בפרט שבת טאר מען זיכער נישט, ( פארשטייט זיף אז יענעם מעג מען יא, ווייל פייניגען יענעם איז דאך זיין תענוג, איז עס דאך א מצוה פין עונג שבת...
כ'האב געהערט א טרעפליך ווארט, אז פארוואס ביים בענטשען מנשה אין אפרים האט יעקב אבינו אויסגעדרייט זיינע הענט, ער האט דאך געקענט לייגען זיינען הענט גלייך נאר זאגען מנשה אין אפרים זיך צי טוישען פלעצער, נאר די תירוץ איז אז ווען די האסט א "ענין" דריי דיר אליינס, דריי נישט יענעם א קאפ, ודפח"ח,
אבער ביי די "פרומיזעם" באוועגונג איז א גרויסע ענין צי פארדרייען א קאפ פאר וויפעל מענטשען מען קען, ווי מער אלץ בעסער,
ביי עשו זעהט מען אויך אז ער איז געווען א פרומער, ער האט גמעשר'ט די זאלץ..... ער האט געהאט דאגות צי מעשר'ן זאלץ, איי פארדעם האט ער אפגעטוהן אלע עבירות, נו מיילא, אבער ווי קען מען דען עסען אומגעמעשר'טע זאלץ, ס'שטייט דאך אין עפעס א ספר אז בְּלַא בְּלַא בְּלַא, אין דער אלטע רבי פין שוואנצלאנד האט דאך געזאגט אז ווי טיף מען זאל נאר האלטען אבער זאלץ זאל מען מעשר'ן, אין מיט דעם כוח וועט מען זוכה זיין בְּלַא בְּלַא בְּלַא...,
עכ"פ ווי עס קוקט אויס איז "פרומיזעם" אזא סארט פסיכאלאגישע "דעקונג" פאר א געוויסע גילטי געפיהל, אבער מסתם מאיז נאך סיבות וואס ברענגען דערצי אז א מענטש זאל ציען צי "פרומיזם",
בפרט ביי פרעדיגער פין די "חסידיזעם" געצנדינער, זעהט זיך שטארק אן די "פרומיזם" קרענק, ס'קוקט עפעס אויס ווי זיי טראסטען נישט דעם ציבור אז זיי קענען אליינס שוקל זיין וואס צי טוהן על פי תורה, ממילא פרובירען זיי צי אריין ברענגען דעם ציבור און א "פרומיזעם" דיסארדער, אין אזוי אז יעדער זאל נאכטאנצען איין קאץ, יעדער מיט די זעלבע היט, מיט די זעלבע גלעזער, מיט די זעלבע רעקל, מיט די זעלבע טייטץ, מיט די זעלבע שטיוועל, מיט די זעלבע מנין, מיט די זעלבע רולער צי מעסטען די סקורט, מיט די זעלבע זעלבע זעלבע, אזוי אז די פרעדיגער וועלען קענען זיין מער זיכער אז זיי קאנטראלירען דעם ציבור,
איז אבער געשען א שרעקליכע ציטרייסלונג וואס האט צימישט דעם שטן, דער אינטערנעט האט זיך באוויזען אויפען האריזאנט, אין דער בעל דבר האט געוויסט אז טאמער דער המון וועט געוואר ווערען אז זייערע מנהיגים פיטערען זיי שוין יארען מיט צואת השור, דאן איז א סכנה פאר די גאנצע "פרומיזם" און "חסידיזם" באוועגונגען וואס ער האט זיך אזוי געמיטשעט צי אויפשטעלען, ווייל דורעך דעם אינטערנעט קענען זיך מענטשען קאנעקטען אן די צענזור פין די אזוי געריפענע מנהיגים, אין ממילא וועט די אמת ארויס קומען אין די גאנצע ארבעט פינעם שטן וועט גיין ציגרונד,
נו האט דער שטן אויסגעריפען מלחמה קעגען דעם אינטערנעט, ס'האט גענומען בישעווען א רוח זנונים קעגען דעם אינטערנעט, אלעס האט זיך ציגעשטעלט צי די מלחמה קעגען דעם אינטערנעט, גרויס אין קליין, אלט אין יונג, אלעס קעגען דעם טרייפענעם אינטערנעט, מוסדות האבען אנגעהויבען מיט משונה'דיגע מיטלען,
רבנים אין רעבעס האבען אנגעהויבען שרייען געוואלד, יא פילטער נישט פילטער, פוי אינטערנעט, יעצט דאס איז נישט צי זאגען אז די אינטערנעט איז פראבלעם פריי אין ס'ברויך נישט געוויסע גדרים אזוי ווי אסאך זאכען אויף דעי וועלט, נאר ס'נישט די איינציגע אין גרעסטע פראבלעם, נאר די איבערגעטריבענע מלחמת חרמה וואס דער שטן האט אנגעפירט קעגען דעם אינטערנעט, דאס איז כדי צי אנהאלטען די קליפות הטמאות פין "פרומיזם" אין חסידיזם" און האלטען די ערליכע אידען אינטערדריקט אינטער א באנדע ווילדע "צדוקים" וואס באדען זיך טעגליך אין אידיש בלוט,
האט אבער דער באשעפער רחמנות געהאט , אין ס'האבען זיך געיאוועט א הייפעלע ערליכע אידען אשר לא כרעו לבעל, אין אזוי ווי מתתיהו ובניו, האבען זיי זיך ארויס געשטעלט קעגען די "צדוקים" און אויפגעהויבען דעם פאן פין געטריישאפט פאר'ן הייליגען באשעפער און זיין תורה, זיי האבען זיך גענומען שרייבען דעם ריכטיגען דעת תורה טאקע דא און קאווע שטיבל טאקע אויף די אינטערנעט, אין דאס הייבט אן צי שלאגען ווארצלען און גאנץ כלל ישראל, צי אויפוועקען די פארשלאפענע נשמות וואס זענען נעבעך פארזינקען אין די קליפות פין "חסידיזם", אין "פרומיזם", מיר ריפען אויס מיט שטאלץ, מיר גייען זיך נישט בייגען פין דעם דרך התורה, מיר ריפען אויס קריג קעגען "חסידיזם" אין "פרומיזם", אין מיטען באשעפער'ס הילף וועלען מיר מצליח זיין צי צוריק אויפהייבען דעם כבוד פין די תורה הקדושה, און צי אונטער ברענגען די קליפות הטמאות פין "חסידיזם" און "פרומיזם", אמן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
- פיטומי מילי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 178
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
- האט שוין געלייקט: 68 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
יעדעס ווארט אזוי ריכיטיג
איך שטיי און איך חלום, ווען וועט מען שוין זוכה זיין זיך צי קענען אויפשטעלען בריש גליה, אן קיין מורא דינגעןא גרויסע האלל, און עס זאל זיך ציזאמען קימען אנשים ונשים (מחיצה!!!!) און אן קיין מורא זאל מען איינמאל פאר אלעמאל קענען רעדען "אפען" וואס די דעת תורה "באמת" איז
אוי ווי שיין וועט זיין די מוסדות וואס וועלען זיך פירען על פי התורה, אוי אוי אוי
שטעלט אייך נאך פאר די געדאנק אליינס, א דוגמא מני אלף, אים גמרא שטייט אז א טאטע איז "מחויב" צי לערנען מיט זיין קינד "ביזנעס" אדער אין די אלטע שפראך "א פאך", און אויב טיט ער דאס נישט איז ער מגדל א דור פון גזלנים, דאס איז א בפירוש'ער גמרא, וואס קיינער האט נאך נישט פארדרייט אז עס מיינט "העכערס", אבער 95% חסידישע פרימע טאטע'ס זענען בכלל נישט גורס די גמרא, ווי כאילו די גמרא שטייט נישט בכלל, נישטא,
איז שטעלט אייך פאר ווען די "נייע ערליכע מוסודות" גייען זיך גרינדען, און א בחור וועט אנגקימען צי די 20 מיט א געזינטע פאך אין די האנט, אבער יעדע בחור, איינער וועט זיין א דאקטער, דער צווייטער א לאויער, דער דריטער א געשליפענע ערפארענע ביזנעס מאן, און אזוי ווייטער, וויפיל עגמת נפש גייט מען זיך שפארען? וויפיל "צדקה ארגאניזאציעס" וועלען זיך קענען פארמאכען? ווי שיין וועט זיך הייבען די עקאנאמי ביי די "אידישע ציבור"? א ריכטיגער אכשיר דרא! ס'וועט זיין א נחת.
א בחור וועט נישט מיזען נעמען דאס מיידעל וואס פאסט פאר זיין טאטע מאמע, ער וועט זיך קענען "אליינס וועהלען" וועלכעס מיידעל איז לדעתו מער פאסיג פאר עם,
מ'וועט אנהייבען מעריטשעס אויף די ריכטיגע וועג, מיטען רעכטען פיס, אך, אזוי פיל "שלום בית קאקערס" וועלען ארויס גיין פון ביזנעס,
G&G G&B און אלע "קלאדינג" ביזנעסער וועלען זיך קענען פארשליסען, ווייל מען וועט מעגען קויפען וועלכע קליידינג מען וויל, שטייט נישט אין ערעגעץא א קורצע רעקל איז א פראבלעם, ס'וועט מער נישט זיין אזא מושג אז יעדער מיז גיין מיטען זעלבען פפפפ רעקל און היט......
און די עיקר, די יונגע דור וועט נישט זיין אזוי פארעעקלעט פון די תורה, מען וועט עס מער ליב האבען, עס וועט נישט זיין אזויפיל "באמ'ס" און שקצים וואס זענען מחלל שם שמים ברבים, ס'וועט דאך זיין א אזוי שיין
משיח'ס צייטען? אדער נאך פאר משיח וועט זיין די גיטע צייטען?

כ'האלט נישט אז ס'עפעס ראנג אז ס'דא א נארמאלע אפיציעלע לבוש, ביים גוי איז נארמאל א קורצע רעקל ביים חסידישען איד איז נארמאל א לאנגע רעקל, נאטינג ראנג אבאוט דעט, ראנג ווערט ווען מען נעמט א זאך צי א עקסטרעם,טיטאניק האט געשריבן:G&G G&B און אלע "קלאדינג" ביזנעסער וועלען זיך קענען פארשליסען, ווייל מען וועט מעגען קויפען וועלכע קליידינג מען וויל, שטייט נישט אין ערעגעץא א קורצע רעקל איז א פראבלעם, ס'וועט מער נישט זיין אזא מושג אז יעדער מיז גיין מיטען זעלבען פפפפ רעקל און היט......
למשל אז איינער זאגט מיר אז ווען ער האט איינגעשריבען זיין טאכטער אין א בית חינוך אין מאנסי האט ער געדארפט אינטערשרייבען אז ער גייט אויפען גאס נאר מיט א היט אין רעקל , דאס מיינט צואת השור אין עקסטרים, די עצם רעקל איז נישט קיין פראבלעם, די פראבלעם איז די מיינדסעט ארום דעם ביי "פרימיזם" ליידענדע, אבער די פארקערטע עקסטרעים אין פונקט אזא פראבלעם, אפשער זאל מען גיין אויף א חתונה מיט א טי שורט אין א פאקערטע קעפ ..... ?! ניין מען ברויך נישט צי פארמאכען די קלאודינג געשעפטען, מען דארף פשוט באלאנסירען די דעות ע"פ התורה, אין נישט ע"פ "פרימיזם",
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
גראדע זענען זיי גערעכט. ס'האלט זיך נישט גוט אויפן קעפלע.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- פיטומי מילי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 178
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
- האט שוין געלייקט: 68 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
היום כך ומחר כך, איך האלט עס מער נישט אויס
די קראנקהייט ווערט ארגער און ארגער
א שרעק וואס מען גייט אינז נאך דיקטירערען איין שיינעם טאג, קען זיין צי מען זאל ניצען הארטע אשר יצר פאפיר אדער ווייכע
ובכלל וואס איז נישט גיט מיט א 4סלייס קאפעל, אדער א הארטע? דער סערעטער רבי און דאכט זעך ר' מאטעלע וויזניצער און דער קאסאבער רבי אויך, גייען ביידע מיט "הארטע 4 סלייסט קאפלעך"

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: